☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16673
בלאט: 1 2

ששון ושמחה » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 9:01 am

· #538856
התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
די לשכה פון די באקאנטע התאחדות הרבנים דארה''ב וקאנאדא איז ארויסגעקומען מיט א שטרענגע בריוו אז די אויסגאבעס משפחה, עמי, בינה זענען פול מיט ציונות און ס'איז אסור צו ליינען, און מ'טאר נישט פארקויפן.
📎 IMG-20231107-WA0001.jpg

אלבערט איינשטיין » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 9:09 am

· #538857
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
גוט מארגן.
גראדע מיין איך אז עס איז העכטס צייט אז התאחדות הרבנים. וואס זענען די פאן טרעגער פון יודישקייט אויף די אמעריקאנער באדן. און טוהן עפעס פאר די יונגערלייט און געוויסע שטעט וואס מוטשענען זיך מיט מוסדות פאר זייער קינדער.
כ׳מיין אז דו ווילסט איך זאל אפילו אויסהערן דיינע וועכענטליכע קול קוראס און אנגעדעס און אינטערבייגן דעם אויטערטאטי. טוה עפעס מיט דעם גוטס אויך. (חוץ טרעפן נאך א ווארעם אויף א ירקה)

פערינא » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 10:04 am

· #538859
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.

אלע צוזאמען » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 11:20 am

· #538860
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
פערינא #
התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
א ביזנעס דארף נישט זיין מיט א שיטה, עקשעלי, מיט איין שיטה, און נאר די איינ’ס,
צו מאכן געלט.

תשפג » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 3:55 pm

· #538873
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ס׳איז שוין פון לאנג גע׳אסר׳ט, אין איסור חל על איסור..

פונדאַמענטאַל » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 12:10 am

· #538894
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
פערינא #
התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
אין דיינע אויגן זענען די זאכן א סתירה ממילא זעהסטו עס ווי א צומישעניש. די משפחה איז בכלל נישט 'צומישט' זיי האבן פשוט טאלעראנס פאר א ברייטערע רעינדש פון דעות. און עס איז גאר מעגליך אז תורה מיט צה''ל איז בכלל נישט קיין סתירה...

שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 11:45 pm

· #538947
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ס'קרענקט מיר פארוואס מ'מאכט זיך אפילו צו טון פון אזא קול קורא. אפאר אויסגעשפילטע רבנים (דאס אז זיי זענען ת"ח איז נישט קיין סתירה מיט זיין אויסגעשפילט) וואס האבן אפשר געציילטע מענטשן וואס זענען סרים למשמעתם, און האבן נישט קיין תלמידים, האבן געכאפט א לעטטערהעט פון אן ארגענעזאציע וואס האט פאר זיבעציג יאר צוריק געדארפט פארטרעטן דאס יהדות החרדית דארה"ב וקנדה. ס'איז באמת לא מעלה ולא מוריד וואס זיי שרייבן און וואס זיי האלטן. זיי מאכן ליצנות פון זיך אליין יעדעס מאל זיי קומען ארויס מיט אזהרות כאילו ס'אינטערעסירט איינעם וואס זיי האבן צו זאגן.

ווער ס'וויל האבן א רב אדער מורה דרך, קען טרעפן. און דער וואס וויל נישט, וועט דאך זיכער נישט אפילו קוקן וואס התאחדות שרייבט. טא, וואס פינקטליך ווילסטי דא?

חב''ד הויזן » דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm

· #559354
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
היינט האבן עטליכע סיקריקים געגנבעט אלע משפחה און בינה מאגאזינען פון הצלחה גראסערי אין וויליאמסבורג.

מ'רעדט דא פון הונדערטער יום טוב אויסגאבעס. א שאדן פון טויזענטערס פאר א היימישע איד!

שרייטס אלע 'לקדש שם שמים'!!!!

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 16, 2024 5:47 pm

· #559355
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ווילאנג מ'מאכט נישט קיין פאליס ריפארט טוען זיי וואס זיי ווילן

טובלכל » דינסטאג אפריל 16, 2024 5:56 pm

· #559359
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
סקעפטיקער #
ווילאנג מ'מאכט נישט קיין פאליס ריפארט טוען זיי וואס זיי ווילן
נאר אויב מרעפארט עס אלס א גענג טוט עס אויף, otherwise ליידער אזוי ווי אגוי'שט זיך יודיש זיך shoplifting

צועקים וזועקים » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:00 pm

· #559361
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
איינער האט די ווידיא?

עברי אנכי » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:14 pm

· #559365
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
?how can you steel in middle of thw day

עברי אנכי » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:15 pm

· #559366
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
somebody knows what time? i have cameras in the area

איך אויך » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:16 pm

· #559367
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
עברי אנכי #
?how can you steel in middle of thw day
i tink you shud stik to hebrow

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:20 pm

· #559368
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
געזעהן די ווידאו

זעהט אויס ווי נארמאטיבע חברה

מנחם מנדל » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:30 pm

· #559369
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?

מנחם מנדל » דינסטאג אפריל 16, 2024 6:31 pm

· #559370
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
עברי אנכי #
somebody knows what time? i have cameras in the area
ביטע שיק עס אריין צו די פאליציי.

עברי אנכי » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:09 pm

· #559372
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
איך אויך #
עברי אנכי #
?how can you steel in middle of thw day
i tink you shud stik to hebrow
y

עברי אנכי » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:10 pm

· #559373
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מנחם מנדל #
דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?
most times its not in a place with proof, now its in middle of the day

מנחם מנדל » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:43 pm

· #559377
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
למעשה די טיעם ווארקא איז מאסיוו! געשולטע חעוורע...

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:51 pm

· #559380
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
פערינא #
התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
עמי איז אבער א גוטע מעגעזין וואס באהאנדלט פארשידענע אישוס פון אידישן לעבן אן קיין מורא פו די עקסטרעמיסטן. ער איז אויך זייער שטארק אינפארמאטיוו.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2024 8:02 pm

· #559381
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
ששון ושמחה #
די לשכה פון די באקאנטע התאחדות הרבנים דארה''ב וקאנאדא איז ארויסגעקומען מיט א שטרענגע בריוו אז די אויסגאבעס משפחה, עמי, בינה זענען פול מיט ציונות און ס'איז אסור צו ליינען, און מ'טאר נישט פארקויפן.
ביטע זאג מיר ווען התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, מקסיקו ו'גוטמלה איז די לעצטע מאל (אדער די ערשטע מאל) ארויסגעקומען מיט עפעס א פאזיטיווע עצה אדער תקנה לצורך הכלל.?!

זייער גאנצע עקזיסטענץ איז צו דינען אלס מושב זקנים פאר א פאר אלטע באטשי'ס מיט פלאטשיגע ביבער הוטן. און ארויסקומען מיט נייע איסורים טעגליך.

אויסער די פאלשע דין תורה'ס און די מחאות קיין וואשינגטאן ברענגען זיי נישט קיין שום ניצן פאר כלל ישראל.

חֶנְוָנִי » דינסטאג אפריל 16, 2024 8:07 pm

· #559382
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך

עמרם » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:22 pm

· #559388
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
צועקים וזועקים #
איינער האט די ווידיא?
נבלה נעשתה בישראל !! פאלגענד איז די ביטערע ווידיאו ווי מ'זעהט ליידער אזעלכע וואס זענען אנגעטוהן ווי היימישע אידן, און פאריפן זיך אלץ די סאמע פרומסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, זענען דארעך געפאלן אין די זעלבע עבירה ווי די אנשי דור המבול, און ליידער דארעך געפירט א גניבה אויף א ווערדפולע פארמעגן, און מיט דעם ארויסגערופן אז זיי זענען ח''ו נישט צוגעבינדען צו די תורה, און טוהן ככל העולה כל רוחם רח''ל, און מחלל שם שמים געווען,

כלל ישראל רופט אויס: אונז האבן נישט קיין חלק מיט אט די געמיינע יונגען, און אונז זענען חלילה נישט מסכים מיט זייערע שלעכטע פעולות,

https://drive.google.com/file/d/10koM51XW6c3Ja_sgDJYRVBsDPV57QsbF/view?usp=drivesdk

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:25 pm

· #559389
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
די ווידיא איז שנעל און עס איז שווער צו זעהן ווער די מענטשן זענען

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:31 pm

· #559391
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
די ווידיאו זעהט אויס עמטליך געכאפט ביי די וואנזיניגע חברה

קאשנער » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:38 pm

· #559392
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
פארוואס יעדע יאר דווקא ביי הצלחה? וואס טוט זיך מיט אנדערע גראסעריס?

אייביג פרייליך » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:39 pm

· #559393
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
עס איז דא צוויי נושאים וואס איך וויל דא אנרירען
איינס איז אז די התאחדות הרבנים האבען א רככו צו אסערען וואס זיי ווילען ווייל אויסער זייערע קעלבלעך טוט רוב כלל ישראל נישט צוהערען וואס זיי האבען צו זאגען ! אין ענגליש איז א ווארט ״ live and let live “ דו ווילסט נישט ליינען ליין נישט אבער ווער עס ויל זאל ליינען !
איך פערזענלעך ליין יעדער וואך אלעס , אנגעהויבען פין די איד , בלאט וכו׳ ביז די המודיע , עמי , משפחה וכו׳ ! איך בין א עכט חסידישע איד אין עס האט נאר פארברייטערט מיין ידועות אין אלעס וואס גייט פאר אין די חרדישע וועלט
והשנית גניבה איז שוין לאנג פארבינדען מיט זייער טעראר אקעגען אלע וואס גיין נישט אין זייער שיטה , איך געדענק אין די ל׳ יארען פלעגען כמעט יעדען טאג קומען קיין בארא פארק אין גיין צעפליקען אלע מארגען זורנאל צייטאגען אין מאכען שאדען פאר היימישע סטארס וואס האבען עס פארקויפט ! עס איז די זעלבע חיות פין די זעלבע חדר !!!

האניג » דינסטאג אפריל 16, 2024 9:57 pm

· #559396
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
וואו האבן זיי געטראגן די אלע צייטונגען? וואו?

סתם אזוי » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:11 pm

· #559399
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
געדענק איך נאך ווי די זעלבע חברה פלעגן מסדר זיין דער בלאט אויפן זעלבן מהלך...

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:17 pm

· #559400
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
געדענק איך נאך ווען די זעלבע חברה האבן ארויסגע'גנב'ט די קאמאן קאור ביכער פון מוסדות סאטמאר אינמיטן העלן טאג

https://t.me/KollelNiyes/7032

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:19 pm

· #559401
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
אין א באזונדערע אינצידענט האבן זיי זיך איינגעבראכן אין ת"ת סאטמאר אויף טרופ צו פלינדערן ביכער
https://t.me/KollelNiyes/7031

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:22 pm

· #559402
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:25 pm

· #559403
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
צוביסלעך זעהט מען קלאר אז אונזער חינוך ווערט איקוויווילענט צו די פובליק סקול...

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:31 pm

· #559404
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
מנחם מנדל #
דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?
זייט ווען איז פלינדערן פאררעכנט אלס 'גניבה'??

ביי BLM ראיאטן האט די מידיא געטענה'ט אז פלינדערן איז סך הכל א PEACEFUL PROTEST
📎 peacfull riots.jpg נו די דאזיגע חברה האבן אויכעט דורכגעפירט א איינפאכע PEACEFUL PROTEST

מה כל הרעש???

שיינע איד » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:44 pm

· #559406
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
איך פארשטיי נישט דער פראבלעם מיט גניבה, אז גניבה ביי חרדים איז מותר סתם אזוי איז א פאקט, ק״ו בן בנו של ק״ו אז גניבה לצורך גבוה איז מותר

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 10:53 pm

· #559407
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
כ'הייב אן שפעקולירן אז די דאזיגע ביכער גנבים זענען די זעלביגע גנבים וואס טוען טעראריזירן וויליאמסבורג מיט זייערע ביציקלעך (moped's), ווי זיי רייסן אראפ צירונג פון פריצות'דיגע פרויען וועלכע זענען זיך ל"ע מתקשט רח"ל

https://t.me/WMSBG/23224

בקנאו את קנאתי... קנאין פוגעין בו... וואס טוט מען נישט פארן אייבערשטען

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2024 12:47 am

· #559418
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
חֶנְוָנִי #
עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך
חנוני: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. נאר דיין מיינונג איבער מאמענט לאזט מיך נישט. מאמענט איז זייער א געשמאקע, ערליכע אידישע אויסגאבע. א סאך מאל האבן זיי א ביסל "נארישע" אינטערוויוס. נאר מ'דארף עס נעמען מיט א ביסל זאלץ.

כאטש מיסודם זענען זיי א סאטמאר'ע אויסגאבע. זיי גייען אבער נישט מיט דעם געוויינליכן סאטמאר'ע "שטראם" פון אויסגעדראשענע זאצן און מיינונגען וועלכע האבן שוין לאנג צוריק עקספייערט.

שטאטס דעם געוויינליכן נוסח אין סאטמאר פון אטאקירן א יעדן איינעם וואס איז נישט פון זייער גרופ, זענען זיי מער אויף די "אינקלוסיוו" זייט. זיי פרובירן כמעט א יעדע וואך צו ברענגען עפעס פאזיטיווע נייעס סיי פון מהר"א און סיי פון מהרי"י (געוועזענע זאלי'ס). די בני יואל מיט זייער פיהרער ר' יוסל וואלדמאן שליט"א זענען זיי אינגאנצן נישט גורס. ווייל אויסער קריגערייען און מחלוקת פארקויפן זיי גארנישט.

מנחם מנדל » מיטוואך אפריל 17, 2024 1:19 am

· #559422
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
📎 Screenshot_20240417_011815_Ivelt.jpg אייוועלט ספינערייען בתקפו...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2024 1:24 am

· #559423
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
שמעקעדיג #
צוביסלעך זעהט מען קלאר אז אונזער חינוך ווערט איקוויווילענט צו די פובליק סקול...
מ'דארף שוין נישט קיין "פעטוועי"...!

מר. קלונימוס » מיטוואך אפריל 17, 2024 2:07 am

· #559428
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
חֶנְוָנִי #
עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד

🙄 🙄 😕

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 17, 2024 3:00 am

· #559431
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
קאמענדער: רארי, דו ביסט אויף די פעיפער גניבה קעיס נעכטן אויף 744 בעדפארד.
רארי: פארוואס פונקט איך?
קאמענדער: ווייסטאך, גרופ ספעסיפיק קארעקטעריסטעקס: זיך פליקן די בארד ריפיטעדלי, זיך ארומדרייען די קריים סין צען מאל בעפאר די אקט און ספאטן א שווארצע זאקעלעך אין די באנדע.

זאקן » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am

· #559436
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה

קורץ » מיטוואך אפריל 17, 2024 9:14 am

· #559437
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
זאקן #
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
ביי געוויסע מענטשן איז דאס זייער 'הנאה'

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am

· #559441
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
זאקן #
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 17, 2024 10:40 am

· #559445
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
זאקן #
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה

זיי האלטן אז עס איז א מצוה און מצוות לאו ליהנות ניתנו...

זאקן » מיטוואך אפריל 17, 2024 10:41 am

· #559446
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
נאך א מזל די זאגסט מיך אז ס׳איז דא אזא גמרא, איך גיי יעצט אנהייבן טוהן עבירה׳ס לשמה.

חֶנְוָנִי » מיטוואך אפריל 17, 2024 11:06 am

· #559450
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
berlbalaguleh #
חֶנְוָנִי #
עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך
חנוני: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. נאר דיין מיינונג איבער מאמענט לאזט מיך נישט. מאמענט איז זייער א געשמאקע, ערליכע אידישע אויסגאבע. א סאך מאל האבן זיי א ביסל "נארישע" אינטערוויוס. נאר מ'דארף עס נעמען מיט א ביסל זאלץ.

כאטש מיסודם זענען זיי א סאטמאר'ע אויסגאבע. זיי גייען אבער נישט מיט דעם געוויינליכן סאטמאר'ע "שטראם" פון אויסגעדראשענע זאצן און מיינונגען וועלכע האבן שוין לאנג צוריק עקספייערט.

שטאטס דעם געוויינליכן נוסח אין סאטמאר פון אטאקירן א יעדן איינעם וואס איז נישט פון זייער גרופ, זענען זיי מער אויף די "אינקלוסיוו" זייט. זיי פרובירן כמעט א יעדע וואך צו ברענגען עפעס פאזיטיווע נייעס סיי פון מהר"א און סיי פון מהרי"י (געוועזענע זאלי'ס). די בני יואל מיט זייער פיהרער ר' יוסל וואלדמאן שליט"א זענען זיי אינגאנצן נישט גורס. ווייל אויסער קריגערייען און מחלוקת פארקויפן זיי גארנישט.
כ'האב מיר טאקע אויסגעדרוקט אז אין אידישקייט איז עס פיל שוואכער, אבער כ'האב מער געמיינט די אידישקייט וואס התאחדות אדער צימערמאן צו כל שום וחניכה דאית להם איז דא צו אסר'ן, און זייער פראבלעם מיט עמי איז אין א געוויסע זין ערגער מיט מאמענט
פון מיין זייט איז מאמענט פולי וועלקאם, טאקע ווייל זיי זענען אופּען מיינדעד אין א סעמפל אז מ'קען זיין א ערליכע פרומע צייטונג יעט קאנטרעווערסיאל, מאמענט איז א וואטסעפפ טיפ אויסגאבע און איך בין א ערליכע וואטסעפפ טיפ מענטש און איך בין זייער צופרידן מיט זיי

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 17, 2024 6:47 pm

· #559524
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
זאקן #
נאך א מזל די זאגסט מיך אז ס׳איז דא אזא גמרא, איך גיי יעצט אנהייבן טוהן עבירה׳ס לשמה.
האלאו! דו קענסט אפילו אנהייבן צו טון עבירות שלא לשמה, ומתוך שלא לשמה בא לשמה...

אבער כ'גלייב דו האסט שוין אנגעהויבן נאך איידער דו האסט געוויסט פון די גמרא...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2024 7:40 pm

· #559527
Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה
אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
בלאט: 1 2