☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16638
בלאט: 1 2 3 4 5

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:36 pm

· #539733
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ברוך שפינוזה #
טמיר
די בעסטע מערסט באלאנסירטע אנאליז איבער די פאלעסטינע קאנפליקט. נאך אלע "בעסטע" וואס כ'האב שוין געזען ביז יעצט, איז דאס "די" בעסטע
זייער שיין. הגם באמת אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ די גאנצע פאלעסטינע פאליטיק, בכלל די ווארט "באלאנצירט" איבעלט מיר געפערליך און ברענגט מיר ליטעראלי צו ברעכן, ס'איז די ערשטע לינק אין דעם אשכול (אויסער די שמואלי בוטח) אויף וואס איך האב בכלל געקליקט, איך ווייס נישט פארוואס, מעגליך אז איך האב פשוט געוואלט זעהן וואס דו רופסט אן באלאנצירט... למעשה האט דער פראפעסאר גאר א געשמאקע טעם זקנים, יעדעס ווארט זיינעם איז אויסצושמאטשקען 👍 בכלל האב איך זייער הנאה געהאט ווי ער מיידט אויס די אלע woke דילעמאס און קירעוועט צוריק דעם שמועס אויף א נארמאלן ריכטונג, ער איז נישט פאר און נישט קעגן, ס'פשוט דא וויכטיגערע אישוס מיט וואס זיך צו ספראווען ווי די אלע פריש געבאקענע "פראבלעמען" וואס פלאגן די היינטיגע לאנגווייליגע יוגנט. ווי אויך איז מיר זייער געפאלן ווי ער נוצט די ווארט enterprise 😂
איך ווייס נישט פארוואס פונקט די ווארט באלאנסירט איבעלט דיך מער פון אלע אנדערע ווערטער פון א גאנצע יאר.

באלאנסירט מיינט נישט גענויגט צי איין זייט מחמת הנחות קדומות אדער זייטיגע נגיעות. זייער ווייניג מענטשן פירן א באלאנסירטע שמועס אין אזא הייסע טאפיק

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:37 pm

· #539734
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
איך ווייס אויך נישט פארוואס ❓ 😐

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:09 pm

· #539737
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
https://youtu.be/I_Sh-ERypMA?si=HUWa_LtCp2QcAEBZ

נישטא קיין ווערטער...
יחיא סינוואר איז ביי אים מרדכי אנילאוויץ..
גאזא איז די ווארשע געטא.
נישטא קיין חילוק פאלעסטינער/חאמאס.

איך וואלט געראטען יוחנן סינוואר אים צי אויפנעמען אלס ווארטזאגער..
זיין שטאטע רעדן, אין טרערן געשטיקטע שטימע, איז סאך מער איבעצייגנד ווי דער אבו אבידייה מיט זיין שמאטע אויפען קאפ,(אפילו שב"כ האט שוין ארויסגעגעבן בילדער פון אים..)
און ווילדע סלאגאנען אין לעבעדיגע מוזיק!!.

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:10 pm

· #539745
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
😃
בר גיורא #
https://youtu.be/I_Sh-ERypMA?si=HUWa_LtCp2QcAEBZ

נישטא קיין ווערטער...
יחיא סינוואר איז ביי אים מרדכי אנילאוויץ..
גאזא איז די ווארשע געטא.
נישטא קיין חילוק פאלעסטינער/חאמאס.

איך וואלט געראטען יוחנן סינוואר אים צי אויפנעמען אלס ווארטזאגער..
זיין שטאטע רעדן, אין טרערן געשטיקטע שטימע, איז סאך מער איבעצייגנד ווי דער אבו אבידייה מיט זיין שמאטע אויפען קאפ,(אפילו שב"כ האט שוין ארויסגעגעבן בילדער פון אים..)
און ווילדע סלאגאנען אין לעבעדיגע מוזיק!!.
דאס נוצען זיינע האלאקאוסט סורווייווער עלטערן אלץ וואפן צו קענן באשמיצן מדינות ישראל, איז געמיין, ישראל כשיורדין ... פעך.

מאטי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:11 am

· #539811
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כ'האב געליינט אנהויב פונעם אשכול אז דאס איז "יעדער מודה" אז ישראל איז אריינגעקומען אין א "פרעמדע" טעריטאריע און איבערגענומען א צווייטענ'ס לאנד..
וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן. וויבאלד אידן האבן געוואוינט דארט מיט א מערהייט ביז מ'האט זיי פיזיש ארויסגעווארפן, און זיי האבן נאך אנגעהאלטן א מערהייט אין לאנד אפילו דערנאך, ביז, לפי עטליכע היסטאריקער, אזוי נאנט ווי 300 יאר צוריק. איז ווען פונקטליך איז דאס געווארן אויס זייערס א לאנד, וואו גענוי איז פארגעקומען די לאנד-טראנספער צווישן די אידן און די אראבער?

סקעפטיקער » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:48 pm

· #539819
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
מאטי #
און זיי האבן נאך אנגעהאלטן א מערהייט אין לאנד אפילו דערנאך, ביז, לפי עטליכע היסטאריקער, אזוי נאנט ווי 300 יאר צוריק.
די אידן האבן געהאט א מערהייט ביז 300 יאר צוריק?

מאטי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:09 pm

· #539823
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סקעפטיקער #
מאטי #
און זיי האבן נאך אנגעהאלטן א מערהייט אין לאנד אפילו דערנאך, ביז, לפי עטליכע היסטאריקער, אזוי נאנט ווי 300 יאר צוריק.
די אידן האבן געהאט א מערהייט ביז 300 יאר צוריק?
https://www.facebook.com/groups/391749811270775/?ref=share&mibextid=KtfwRi
לאו דוקא a continuous majority אבער בשעתו יא

חובב ציון » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:07 pm

· #539983
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די ראביי שמואלי זאל מיר מוחל זיין אבער ער זאל אראפקריכען פין כלל ישראל און אונז אויפהערן צו רעפעזענטירען, זיינע דעבאעטע'ס ווי ער פירט זיך אויף ווילד אין היפיקראטיש, איז איין זאך, אבער זיין סאציאלע מידיא אקאונטס איז ביזי בזיונות ממש! עס קוקט אויס ווי א 5 יעריג קינד פירט עס, ער מאכט זיך לעג וקלס בגוים, ער פארשעמט מיר, איך ווער רויט פין קוקען זיינע ווידיאוס, בפרט לעצטענס ווען ער פראבירט שוין פאר פיר וואכן אראפצורייסען די מוחאמעד הידאב, וואס ער האט דעבאטירט מיט כל מיני נארישע טשעפערייען,
גענוג געוועהן!

ברוך שפינוזה » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:32 pm

· #539984
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
איך האב גראדע הנאה אז שמואלי בוטח פירט זיך אויף ווי א בעיבי ווייל ווען דער גוי זעהט קליפס פון מאניס פריעדמאן אדער יוסי מזרחי מיינט ער אז זייערע דעות רעפרעזענטירן כלל ישראל אבער ווען ער זעהט שמואלי זעהט ער איין אז ארטאדאקסישע אידישקייט איז נישט monolithic און די רבנים רעפרעזענטירן קיינעם נישט אויסער זיך אליין מיט זייער קליקע. די זעלבע איז אויך לגבי דעם ווייס פון די נטורי קרתא. אזויווי דער רמב"ן זאגט אויף יציאת מצרים, פון די גרויסע נסים לערנט מען ארויס אויף די קליינע טאג-טעגליכע נסים, אזוי אויך פון די גאנצע מטורפים לערנט מען ארויס אויף די דריי-פערטל און האלבע מטורפים.

שפילער » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:45 pm

· #539986
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כרם זית #
דער מחמד דערמאנט מיר פון ר' יוסף מזרחי.
פארוואס?

אלפא » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 9:12 am

· #540697
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

(דער זעלבע ווי דעם לא נתקבל..)

אלפא » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 8:27 pm

· #540838
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ענדליך אביסל קלארערע ווערטער:

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 9:30 pm

· #540844
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

טמיר » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:50 pm

· #541006
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
זייער זיס. אן אקטיוויסט וואס זיצט ביי א פרא-פעלעסטיין טישל האט נישט קיין דעמם אהנונג בחייכון 😂

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:42 am

· #541023
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
טמיר: ייש"כ. ס'איז זייער גוט צו וויסן אז די "נארמאלע" אראבישע איינוואוינערס אין מדינת ישראל וועלכע האבן גוטע דזשאבס און און האבן הנאה פו א מיטל קלאס לעבן סטאנדארט ווילן עס אנהאלטן פאר א יעדן פרייז. און זיי גייען נישט נאך די אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע פון אלע פרא-פאלעסטיניען שונאי ישראל.

אויך. די שיקסע/סטודענט איז קיינמאל נישט געווען אין ארץ ישראל. זי קען אפילו נישט קיין אידן אדער איזראעליס. און אפילו נישט קיין אראבערס. זי איז בבחינת תינוק(ת) שנשבה...!

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:41 pm

· #541192
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:10 pm

· #541205
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
בר גיורא: ייש"כ פאר צו לינקן. דער קורצער אבער זיסער "סקיט" שילדערט דעם ריכטיגן מצב אין וואס מיר געפינען זיך היינט.

א טונקעלע שחור'טע און א לעסביאנערין האט זיך ארויפגעארבעט און געווארן א"פראפעסאר" אין דעם (געוועזענעם) פרעסטיזשפולן אוניווערזיטעט, הארווארד. זי האט נאך די חוצפה און העזה צו זאגן אז הרג'נען אידן דארף געלייגט ווערן אין קאנטעקסט. דאמאלס איז עס אין ארדענונג.

איך וואלט זי געפרעגט אויב לינטשן שווארצע לעסביאנס איז או.קעי. ווען מ'לייגט עס אין קאנטעקסט.

אין פשוט'ע ווערטער. א יעדער אנטיסעמיטישער רוצח האט א רעכט (ח"ו) צו הרג'נען אידן. ווייל אין קאנטעקסט פון זיינע רוצח'ישע פאנטאזיעס זענען די אידן (זיך אליין) שולדיג.

מער ספעציפיש. די כאמאס רוצחים זענען גערעכט. ווייל די "אידן" האבן זיי (מכלומרש'ט) בא'עוולה'ט. און די שווארצע רוצחים וועלכע האבן דערמארדעט 2 אידן און א פאליסמאן אין דזשערסי סיטי זענען גערעכט (די וועלכע די ניגגערס האבן געהרג'עט זענען נישט געווען קיין ציונים) ווייל זיי זענען געקומען וואוינען אין זייער שכינות...!

דער פסוק..תחת שלושה רגזה ארץ. תחת עבד כי ימלוך. איז מקויים געווארן במילואו. ניטאמאל ביהכ"ס וואלט זי ווערד געווען צו פוצן ווען די וועלט וואלט געווען וועלט. נישט זיין א פרעזידענט פון א אניווערזיטעט. ימח שמה וזכרה.

בר גיורא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:12 pm

· #541206
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ווי פירן זיי אויס.
ווען די וואלסט באקומען אזויפיל געלט פון די קאטאריס, וואלסטו גענפערט די זעלבע...

שאלתיאל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 4:00 pm

· #541478
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נישט אוועקצומאכן
📎 Screenshot_20231214_225642_X.jpg

שאלתיאל » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 8:28 am

· #541559
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כריס קאומאו מיט שטארקע מאנאלאג נאך וואס ער האט געוואטש די 40 מינוטיגע ווידעא פון די Horrors פון אקטאבער 7

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:48 am

· #541612
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שטארקע ווערטער דורך א מיעוט מענטשן אין די מידיא. וועלכע פארשטייען (און ווילן פארשטיין) וואס ס'ליגט אונטער דעם קאנפליקט פון מדינת ישראל מיט די רויבערס פון כאמאס.

כספי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:07 pm

· #542066
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
מ'רעדט דא ארום איבער די חילוק פון מלחמת עמלק און די טעראריסטישע כאמאס גרופע אדער נאצי-דייטשלאנד ימש"ו

מ'זעט בכלל אז הרג'ענען עמלק גייט צו מיט אסאך ווייניגער אכזריות (אויסער די ענין פון עוללים ויונקים, וואס מ'קען אפשר פארשטיין, אזוי ווי מ'קען אפשר פארשטיין צו הרג'ענען ציווילע קינדער איז עזה וויבאלד זיי וועלן עווענטועל ווערן טעראריסטן וואס וועלן (פרובירן) צו הרג'ענען טויזנטער מענטשן, פונקט ווי מ'קען לכאורה פארשטיין די כאמאס טעראריסטן וואס הרג'ענען קינדער וואס לשיטתם נעמען צו זייער לאנד, און וועלן ברבות הימים הרג'ענען זייערע ברודער, און ס'איז שוין געווען דא אמאל א שמועס וואס איז די וועלט אזוי פארפאניקט ווען מ'רעדט פון קינדער און פרויען, וואס האט נישט קיין עכטע הסבר), ווייל אויב למשל די כאמאס האבן א ציווי אלוקים צו הרג'ענען אידן צו איזראעיליס, פארוואס אבער גייט עס צו מיט אזא אכזריות ווי מאנס זיין פרויען, קינדער זאלן צוזען זייער עלטערן הריגה, פארברענען לעבעדיגערהייט וכדו', און אזוי אויך ביי די דייטשן, אויב האסטו אזא ציווי איז די ציווי זיי צו מעביר זיין מן העולם – נישט פייניגן לעבעדיגערהייט דא אויף די וועלט.

אויב וואלט געווען א ציווי פון ג-ט צו אויסהרג'ענען א פאלק (אנשים נשים וטף), אויסער דעם וואס מ'וואלט געדארפט צו גיין צו דעם מיט א מורא'דיגע געוויסנביסן, דארף מען עס טון מיט א שטארקע אפגעהיטנקייט, צוטיילן יעדן עקסטער, און ארייניאגן א שטילע קויל נאך פאר יענער כאפט וואס טוט זיך דא, אזוי אויף די וועלט ליידט ער נישט גארנישט

און איך גלייב (האף) אז אזוי האבן אידן געהרג'עט ווען זיי זענען געווען אין קאנטראל – ווי מלחמת עמלק

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 2:19 am

· #542077
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אין ענגליש הייסט דאס...A conscientious killer. Or. A killer with a conscience...!

חמלה גדולה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:50 pm

· #542115
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:41 pm

· #547672
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
בנפול רשעים רינה.

קען נישט זיין קיין בעסערע דעמאנסטראציע פון די טפשות און פאלאסיס פון טשענק - TYT!

איך גיי נישט אריינגיין אין אויסשמועסן יעדע פאלאסי זיינע און ווי ער גייט ראנג, ווייל אין איין ווארט איז עס איין שטיק פאלאסי!
פון שטרוימאנען יעדע נארמאלע ארגומענט, פון איגנארירענדיג יעדע נקודה צום טיש, פון זיין אנריאליסטיש מיטן מציאות אויפן גראונד און זיין אווער אפטימיסטיק (צו איין זייט). טשעקס עס אליין אויס אויב האט איר גענוג שטארקע נערוון צו אויסהערן ערשטע קלאס נאן-סענס און איינהאלטן אייער גרומצארן..

צוויי קליינע נקודות.
1. ער איז (בכלליות) זייער א נערוועזע מענטש, ער קען נישט מאכן איין סטעיטמענט אן שרייען וואנזינג און זיך צו'הרג'נען מיט יעדער וואס האלט אפי' נישט אנדערש, ער קען נישט טאלערירן קיין בעסיר קאמאן סענס פארקערט ווי אים. וויאזוי פארלאנגט ער פון א"י נישט צו ווערן נערוועז, איינגיין אויף א 'שלום', און טאלערירן אסאך ערגערע זאכן ווי א מינימאלע מיינונגס-פארשידענהייט?!

2. ער הייבט אן אז ער איז נישט אנטיסעמיטיק וכו'. איך בין נאר נייגעריג וויאזוי ער וואלט גע'דזשאדזשד איינער וואס האט אן ענליכע רעטאריק צו עני אנדערע ראסע - איינער וואס פרעסיווד יעדע עקשאן פון א געוויסע גרופע אלס אינהערענטלי שלעכט מאטיווירט?!
נאך מער, ווען איינער זאגט אז פאלעסטינער ווילן ווייעלענס און די איינציגסטע וועג מיט זיי איז בזרוע נטויה ווערט ער ווילד אז דאס איז הוילע ראסיזם, ווען די פאללס ווייזן אז די מערהייט פאלעסטינער שטיצן כאמאס און טעראר טארן די רעכטע אין מדנ"י ח"ו נישט רעאקטן מיט די מיואש'דיגע רעטאריק. אבער ווען ער באשילדיגט מדנ"י אין וועלן הרג'נען סתם ציווילע, ווען ער האלט יעדער איזרעילי רעספאנסיבל פארן זיך נישט אנקעגנשטעלן ביבי מיט זיינע פאליסיס, ווען ער האלט בלויז מדנ"י פאר די 'שלעכטע אקופירער' אפגעזען וואס דאס קומט צו אפהאלטן, דאס איז אין זיין מיינונג ווייט פון prejudice, ראסיזם, אדער אנטי-סעמיטיזם... איז עס?

אלע צוזאמען » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 8:41 pm

· #547789
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #

הונדערט פראצענט גערעכט מיט וואס די זאגסט.
אויב איינער וויל עס נאך זעהן, זיבן מינוט אריין אין די ווידיאו קען מען עס פארלעשן, ס’קומט נישט ארויס קיין שום פרישע חידוש, ’טשענק’ גייט אין א סירקל איבער און איבער און איבער.

אלע צוזאמען » דינסטאג פעברואר 6, 2024 6:11 pm

· #548417
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כ’האב עס געשריבן פאר חברים, ע’ל איך עס ארויפלייגן דא אויך.
א קורצע אנאליז וואס טוט זיך ארום די פארהאנדלונגען מיט די טעראריסטן.

לאמיר אנהייבן מיטן קעניג, ’ביבי’, גלייך נאך די ברוטאלע אטאקע שמחות תורה האט ער ארויסגעלייגט דריי גאר שווערע צילן וואס די לאנד האט ארויסגעשריגן.
1 ענדיגן חאמאס, פארמאכן די ארגענעזאציע.
2 אהיימברענגן אלע חטופים.
3 זיכער מאכן אז עזה איז מער קיינמאל נישט קיין שטער פאר רואיגקייט פאר די הייליגע לאנד.
ס’איז דריי זייער שווערע טעסקס, כמעט אוממעגליך צו עררייכן, נאך אלץ האט עס ביבי געשטעלט ווייל ער האט עס געוואלט, און געמוזט, די לאנד איז שוין מיד פון נאכאנאדע אטאקעס און ראקעטן באראדזשן פון גאזא.

איז יעצט ווען עס קומט צו פארהאנדלן וויל ער נישט, און קען נישט אראפקריכן פונעם הויכן בוים, ער קען באשטיין עס אביסל אפצושטיפן, אבער ער איז בכלל נישט אינטערסירט און פארהאנדלן מיט די נאציס.

די נעקסטער שפילער ביים פארהאנדלונג’ס טיש, איז אונזער אלטער נער אונעם ווייסן הויז, ער ברויך א שלום דיעל צווישן מדינ’’ת און ’סאדיע אראביע’ ASAP ער שטייט אין א וואל יאר מיט שטארקע שאנסן אז זיין פארגייער גייט אים פארוואגלען פון וואשינגטאן די סי, און ביזדערווייל האט ער כמעטמגארנישט צו ווייזן עפעס סוקסעסן פארן אמעריקאנעם גאס, איין שטארקע זאך האט ער יא, דאס אז די עקענאמיע האט זיך נאך נישט צוזאמגעלייגט, קעגן וואס איז געווען אנגענומען און ערווארטעט ביי אלע עקענאמיסטן און ביזנעסלייט, נישט אז ס’איז מורא’דיג גוט, אבער א דיזעסטער איז אויף דערווייל פארמיטן געווארן.
איז ער, ’ביידען’, שטופט פאר עני דיעל, ער זאל קענען קימען מיט עפעס, דערקלערן זיג.

די קומענדיגע שפילער דא, איז דער שטן אליינס, דער בלוט דארשטיגער טעראר גרופע חאמאס, זיי ווייסן אז מיט יעדע משכון באפרייט, איז נאך א געווינער קארטל ארויס פון זייער האנט, דעריבער ניצן זיי עס זייער פארזיכטיג, צו דעם קומט צי, אז ביי די פריעדיגע אפמאכן האבן זיי מיאוס דערלייגט, זיי האבן צירוק באקומען נאר קינדער, פרויען און קראנקע וואס האבן געוואלט דורכפירן טעראר אטאקעס, נישט קיין שאהידן און באקאנטע נעמען, איז זיי זענען זייער אנגעווייטאגט דעריבער שלעפן זיי יעצט ארום.

’סאדיע אראביע’ איז נישט קיין רעלעוואנטע שותף אהער, נאר אלץ די סופער-פאוער אין דעם ראיאן, און פאר די פריער דערמאנטע סיבה, ווערט זיין נאמען דערמאנט אהער.

דער אלטער פרעה פון מצרים איז אויך ביים שאך ברעטל, מער פאר די לאגיסטיק’ס, אלץ דער וואס טיילט גרעניץ מיט עזה אין מדינת ישראל, דארף מען זיין הילף אהער.
ערגעץ צווישן די אלע זיצט דער אנגעפרעסענער שעיך פון קאטאר מיט אסאך בלוט אויף זיין הענט, ער האט זייער אסאך וואס מורא צו האבן פאר ווען די מלחמה ענדיגט זיך, ער ווייסט אז ער איז נעקסט פאר איזרעלי טארגעטעד אסאסינאציעס, א שיינע פאר טעראר פירער באהאלטן זיך אונטער זיין פארטוך, און ווי נאר די מוסד קען, גייען זיי זיכער פרובירן אומצוברענגן די אלע, און די מדינה האט נישט קיין פראבלעם אריינצוגיין ביי יענעם אינדערהיים, וועגן דעם קענען זיי באשטיין ארום צו שלעפן די צייט עד שיבוא...

ס’דא נאך זיצער’ס ביים טיש, דאס זענען די איזרעלי פאליטיקאנטן, יעצט איז דא אן אחדות רעגירונג, וואס דאס מיינט אז ’בעני גאנץ’ און ’גאדי אייזענקאט’ מענטשן וואס זענען בכלל נישט אין ליין מיט די נתניהו רעגירונג שטעלע, האבן א ווארט בנוגע וויאזוי די מלחמה זאל געפירט ווערן, און זיי הארגענען און רצח’נן זיך ארום מיט די רעכטע מיניסטארן ווי בן גביר און בצלאל סמוטריץ, וואס די לעצטע ווילן אז מ’זאל זיך אומגיין גאר שארף מיט די טעראריסטן, בעת וואס ’גאנץ און אייזענקאט’ ווילן זיין מער נאכגעביג, דאס האט צוגעברענגט צו די יעצטיגע מצב אז ’בען גביר’ זאל סטראשען אראפ צו ברענגן די רעגירונג.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:21 pm

· #548452
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלע צוזאמען #

קעניג ביבי וויל פארציהען די מלחמה ווייל דערנאך איז ער דערנאך.
זיינע לעגאלע פראבלעמען + זיינע נידריגע נומערן אין די לעצטע סקרים + זיין שולד פאר שיקן די אלע יארן געלט פאר חאמאס + זיין דער וואס איז סוכ"ס אחראי פאר אקטאבער 7.

אלע צוזאמען » דינסטאג פעברואר 6, 2024 10:46 pm

· #548465
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סוף טוב הכל טוב #

קעניג ביבי וויל פארציהען די מלחמה ווייל דערנאך איז ער דערנאך.
זיינע לעגאלע פראבלעמען + זיינע נידריגע נומערן אין די לעצטע סקרים + זיין שולד פאר שיקן די אלע יארן געלט פאר חאמאס + זיין דער וואס איז סוכ"ס אחראי פאר אקטאבער 7.
א גערעכטע פוינט, אבער די ערשטע צוויי פונקטן איז נישט אמת און רעלעוואנט, זיינע לעגאלע פראבלעמען זענען נישט קיינע פראבלעמען און גייט לכאורה קיינמאל נישט קומען צו אן ענד ווי ער זאל אנגעקלאגט ווערן, און זיינע נידריגע נומערן, איז נאר ביז ווי לאנג ס’נישטא קיין עלעקשען אויפן האריזאנט, עכ’’פ אזוי איז געווען ביז יעצט.

כרם זית » דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:10 pm

· #550745
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

אלע צוזאמען » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:00 am

· #550808
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
יעדע מאל איך הער די ווארט ’אינטערנאצינאלע געזעץ/קאורט’ מיין בלוט הייבט אן קאכן און זידן, ס’איז עפעס א פארקאקטע אויסגעבויגענע לינקע וועג פון טראכטן אז די יוקל וואס זיצט אינטערן וואסער אין האלאנד, קען עפעס איינעם איינטיילן וואס צו טון און וויאזוי זיך אויפצופירן, און די אבוסרד’ע איידיע אז די צופארענע דיקטאטור אין עני פלאץ אין די וועלט, וועט זיך צוהערן צו זיי, מאכט מיך שטיקן פון געלעכטער.

ים רויבער » מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:34 pm

· #550845
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלע צוזאמען #
יעדע מאל איך הער די ווארט ’אינטערנאצינאלע געזעץ/קאורט’ מיין בלוט הייבט אן קאכן און זידן, ס’איז עפעס א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויסגעבויגענע לינקע וועג פון טראכטן אז די יוקל וואס זיצט אינטערן וואסער אין האלאנד, קען עפעס איינעם איינטיילן וואס צו טון און וויאזוי זיך אויפצופירן, און די אבוסרד’ע איידיע אז די צופארענע דיקטאטור אין עני פלאץ אין די וועלט, וועט זיך צוהערן צו זיי, מאכט מיך שטיקן פון געלעכטער.
יא יא.

אן ענדליכע עקל כאפט מיך אן פון די אזויגערופענע פארטרעטער פון די וועלט די יו. ען.

זיי מאכן עס סאונדען כאילו זיי זענען דא פאר וועלטס פרידן, ווען אין פאקט זענען האלב פון די לענדער וואס וואוטן אין די יו. ען. קאנטראלירט דורך דיקטאטורן וואס שטימען ווי זייערע הארץ באגערט, און די אראבישע לענדער וואס קיינער פון זיי האט נישט קיין עכטע דעמאקראטיע און האט פיינט ארץ ישראל וועט אייביג שטיפן וואוטס קעגן זיי.

אזוי אויך איז דא די אזויגערופענע "קאונסילס", ווי צום ביישפיל: די יומען רייטס קאונסעל, וואס האט שוין געהאט רוסלאנד, טשיינע, וכו' וואס זענען גרויסע מחמירים ווי באקאנט ווען עס קומט צו יומען רייטס...

נאכדעם קומען די לינקע בהמות און שרייען "אבער די יו. ען.!" ווי עס איז עפעס א הייליגע אימפארטייאישע וועלטס ארגאניזאציע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 2:41 am

· #550938
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז ווען מ'הרג'עט אידן איז נישט דא קיין שום אינטערנאציאנאלע געזעץ. אדער דער פויפסט (ימ"ש). נאר ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיך אויף אלע געזעץ היטערס.

פארשטייצעך אז איך האב נישט גערעדט צו הרב חיים שלמה בערגער אדער די אנדערע (דעמאגאגן) וועלכע טראכטן און רעדן אזוי ווי ער.

לשיטתו איז נישט דא קיין מלחמה אין ארץ ישראל. און מ'האט נישט געהרג'עט 1,200 אידן אום שמח"ת. די מלחמה איז אין מדינת ישראל מיט די ציונים. און דאס האט מיט אונז? אידן גארנישט צו טון. אונז קען מיר ווייטער אנגיין בשלום ושלוה. ווייל די ניגערישע גוים די בני חם אחיהם של כושיים וועלכע וואוינען ביי די גרעניצן פון מאנסי זענען גרויסע אוהבי ישראל, כידוע.

ים רויבער » מוצ"ש מערץ 9, 2024 8:42 pm

· #553887
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די בחור קומט ווידעראמאל אריין קלאר
(די קעפל איז סארקאסטיש)

אלפא » פרייטאג מערץ 15, 2024 12:28 am

· #554993
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
עס איז צייט צוריקצוגיין צום אנפאנג אשכול, און נאכפאלגן מיט אן אפדעיט.
איז אזוי:

דא האמיר א לאנג ערווארטעטע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט, אנגעפירט ביי לעקס פרידמאן, צווישן פיר עקספערטן" אין דעם נושא..
נארמאן פינקעלשטיין - אן היסטאריען און קריטיקירער פון מדינת ישראל,
בעני מאריס - אן היסטאריען בעד מדינת ישראל,
מואין ראבאני - אן אנאליסט איבערן מיטל מזרח און קריטיקירער פון מדנ"י,
סטיווען באנעל (המכונה דעסטיני) - א פאליטישע קאמענטירער בעד מדנ"י,

מ'קען אריינגיין א לענגס און א ברייטס איבער די פארם און אויסשטעל פון דעם שמועס אליין, אבער דאס וואלט פארשטייט זיך גענומען כאטש 5 שעה...
איין אבזערוואציע יא, נארמאן ענדיגט נישט צוצייכענען ביכער און מקורות בעת וואס קיין גראדע ארגומענט קען ער נישט שטעלן, ער שטרוימאן'ט בעני מאריס א היבשע פאר מאל מיטן ציטירן זיינע ביכער ארויס פון קאנטעקסט ווען דער בעל השמועה איז עומד לפניו, ער רייסט אראפ סטיווען באנעל אומאויפהערבאר מיט אד האמינם אטאקעס, און ענדיגט נישט שרייען ווי באגלייבט ער (אדער אנדערע וועם ער ציטירט) איז בלויז פאר דעם פאקט פון זיין אן 'עקספערט'...
מ'קען רואיגערהייט אויסשניידן זיינע שטיקלעך און די שמועס איז פונקט אזוי אינפארמאטיוו... אבער דאס איז נאר א זייטיגע נאטיץ.

די עצם דיסקוסיע קומט למעשה אראפ צו צוויי הויפט חלקים. 1. די שאלה איבער די לעגיטימאציע (עטיש און פאליטיש) פון די רעיון והקמת המדינה בכלל. און 2. די שאלה איבער די נאכפאלגענדע און היינטיגע קאנדוקט פון ביידע - סיי מדנ"י און סיי די פאלעסטינע בשייכות איינער דעם צווייטן. [זיי רעדן דארטן אויך איבער די מעגליכקייט פאר א שלום פלאן, ווי אויך איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן די אבנארמאלע ריס וואס עס הערשט צווישן יעדער וואס רירט נאר אן דעם סוביעקט און פארוואס עס איז אזא דיווייסיוו נושא, אבער איך מיין דאס איז סוכ"ס נאך א תוצאה פון די עצם דעבאטע און שטעלונג וואס מ'האט אין די צוויי פריער-דערמאנטע חלקים.]

די ערשטע שאלה איבער דעם געדאנק פון אוועקשטעלן א מדינה אין א שטח וואו פאלעסטינער האבן (כלומר'שט) דאמינירט, נעמט אריין א געוואלד פון היסטארישע פאקטן און אפטייטשן.
- סיי צו מ'נעמט אן די טענה אז אידן האבן א רעכט צוריקצוגיין נאך טויזענטער יאר צו זייער 'היימלאנד' און צו דאס מאכט עס ווייניגער היימלאנד פאר פאלעסטינער,
- סיי צו מ'קוקט בכלל אן פאלעסטינער אראבער ווי א אינדיגענעאס פאלק אינעם שטח,
- צו די פאקט אז אראבער האבן אזויפיל אנדערע פלעצער בארעכטיגט אוועקצונעמען פון זיי עפעס,
- צו בריטען און די UN האבן בכלל וואס איינצוטיילן לגבי אנדערע לענדער - און אין דעם איז נכלל א שאלה אויב היינט וואלטן די UN אויך אזוי געטון ווי דאן, און אויב נישט, וואס זענען די השלכות פון אזא געדאנק,
- וואס פונקטליך איז געווען די רעיון הציונות - וויפיל געוויכט האט עס געלייגט אויפן געדאנק פון זען די אראבער ארויס פון דארט מיט גוטן אדער בייזן, (מאכט א נ"מ די מיטל?), און וויאזוי מ'לערנט אפ די שפעטערע פארסירונגען אין דעם ליכט, אזוי אויך אפי' אויב איז עס יא געווען א חלק פונעם געדאנק, איז עס געווען איינגעפעדעמט אין אפציעלע פאליסיס? איז עס בכלל א נפקא מינה?
- וויפיל האבן די אידישע טעראר ארגאניזאציעס באמת געהאט שייכות מיט די מעין סטריעם רעיון הציונות?
- איז געווען ראציאנאל פאר די פאלעסטינער אפצושלאגן א צוויי-שטאטן מאנדאט, אדער דעם ספעציפישן פון 1948? וואס טוט זיך לגבי זייערע פחד אז זיי גייען ווערן פארטריבן?
און אזוי ווייטער.

מ'קען אויך אריינגיין דא מער אין פרטים אין די צילן און מיטלען סיי פון די ציונים און סיי פון די אראבער אין יענע תקופה, אבער דאס פארט שוין אריין אין די צווייטע חלק - וויאזוי מ'קוקט אן לכתחילה און מיט וועלכע בייעס (prejudice) מ'טרעט צו צום שמועס איבער ווער עס איז בארעכטיגט אין דעם פארצויגענעם ענדלאזע קאנפליקט, ווער עס האט דעם מאראלע-הויכע-גראונד, און ווער איז מער באגלייבט וכו'.

די צווייטע חלק ווי נארוואס געזאגט, פארנעמט זיך איבער דעם שאלה פון למעשה, ס'איז שוין א מצב פון הדביק פת בתנור - די מציאות איז שוין דא, וואס יעצט? און עס גייט טיפער ווי דעם, וועמענס צד נעמט מען אן נאך איידער מ'הייבט אן דיסקוסירן?
- איז מדנ"י מער באגלייבט ווייל זיי זענען א דעמאקראטיע, אדער קען מען נישט גלייבן קיין ג'ענאסיידעל-אפארטהייד לאנד? איז עס בכלל? ווער קען באשליסן איבער דעם?
- זענען די פאלעסטינער בארעכטיגט צו יעדע סארט מעגליכע רעסיסטענס, אדער איז עס ריין טעראריזם?
- אפערירט די מדנ"י מיליטער אן פון אויבן אראפ מיט ארגאנעזירטע בייזוויליגע אקטן אנקעגן ציווילע, אדער איז דאס כאמאס וואס טוט אזוי?
- איז די (שוין געטוישטע) טשארטער פון כאמאס אן אנדייטונג אויף זייערע שלעכטס, אדער זענען די מימרות פון מדנ"י הויפטן ערגער?
- איז די נתניהו רעגירונג א ריסנאבעל רעגירונג, אדער רעפרעזענט כאמאס אלע פאלעסטינער?
- טוט די שמחה פון די עזה איינוואוינער אויף OCT 7 בארעכטיגן די שטראף, אדער קען מען זאגן די זעלבע לגבי מדנ"י?
- טוען זיי אנאקסירן די מערב ברעג פשוט צו האלטן קרימינאלן אונטער קאנטראל, אדער איז דאס וואס איז גורם די קרימינאלן?
- איז עזה א תפיסה און מדנ"י האט דערויף א בלאקאדע, אדער איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון?
- איז די פאקט אז כאמאס רעדט נאר פון טערעראזירן מדנ"י - און נישט אידן איבער די וועלט - אן אנדייטונג אז זיי מיינען בלויז פאליטיק, אדער זענען די אלע 'איסלאמיסטישע' אטאקעס און גרופעס אן אנדייטונג אויף עפעס טיפער?
- קען מען גלייבן די 'כאמאס נומערן' איבער די צאל טויטע אין עזה, אדער האבן זיי ניטאמאל גע'האקט קעפ שמחת תורה?
- אויב מדנ"י האט מען שוין דערווישט מיט גענוג ליגנטס און קריג פארברעבנס בעבר קען מען זיי גלייבן איבער שמחת תורה און איבער די מלחמה?
- האט די אלע UN רעזאלוציעס עפעס האפט, אדער דארפן די פאלעסטינער זיי אויך נישט אננעמען בכלל לגבי דעם הקמת המדינה?
- ווילן מדנ"י באמת שלום נאר די פאלעסטינער זאגן עס אייביג אפ, אדער זענען די פארשלאגן קיינמאל נישט געווען צופרידנשטעלנד (קוק עס אן ווי די יעצטיגע אפמאכן וואס מדנ"י ווארפט אפ..) און נאך א שלום וואלטן זיי קיינמאל גארנישט געקענט ערווארטן מער?

מ'קען גיין ווייטער און ווייטער דערמיט, און מ'קען דאן נעמען יעדע ארגומענט און קאנטער ארגומעט און בויען פון פריש דערויף א געביידע פון ארגומענטן און קאונטער ארגומענטן.
אביסל פילט זיך עס ווי א דעד-ענד וואס ווי געשמועסט דא קען צומאל למעשה ווערן אויסגע'פסק'נט נאר דורך געפיל.

אבער ווי געזאגט, יעדע אבער ממש יעדע אזא דעבאטע הייבט זיך אן אויפן דריטן שטאק שוין, מ'גייט קיינמאל נישט אראפ עסטעבלישן און זיך אויס'טענה'ן איבער די בעסיקס אויף וואס די אלע ארגומענטן ליגן, נעמליך, וויאזוי די פאראמעטערס ווערן געבויט און וועמענ'ס ווארט מ'נעמט ענדערש אן לכתחילה, וועלכע זאכן זענען א מונח און וועלכע זאכן גייט מען טשעלענדזשן (וואס ווי עס שיינט האבן ביידע זייטן א געוויסע דאבל-סטאנדארט דערין)...

עס בלייבט נאר איבער צום האפן אז ערגעצוואו גייען ביידע זייטן מוזן איינזען אז די בעסטע אפציע איז יא אנצוהייבן אויסהערן איינער דעם צווייטן (-אנגעהויבן ביי די מענטשן וועלכע דעבאטירן עס נאר...), און דאס וועט זיך דאן קענען איבערגיסן צו מער סימפאטיע און באוויליגונג איינצוגעבן פון ביידע זייטן אביסל, למען השלום.
די פראבלעם איז נאר, אז למעשה האט מדנ"י כמעט אייביג דעם אויבערהאנט מיליטעריש וממילא האבן זיי נישט באמת קיין סיבה צו דארפן אנפאנגען איינגעבן, ווי אויך איז זייער שווער יעצט אז דאס זאל געלאזט ווערן פאסירן, עס וועט נאך אויסקוקן ווי חוטא נשכר - די טעראר האט צום סוף געווינען זייער מערכה. אבער למעשה, אויב זאגט מדנ"י איינער פון די צוויי ארגומענטן הויעך (-וואס זיי טוען), האקן זיי זיך אליינס אונטער די פיס אז זיי ווילן אייביג נאר שלום און די פאלעסטינער זענען די שלעכטע, ווייל עס מאלט זיך נישט ביי קיינעם אין געדאנק אז 'מסכים זיין' צו א שלום ווי מ'דארף גארנישט איינגעבן הייסט בכלל אן הסכמה...

ודי בזה.

אלפא » פרייטאג מערץ 15, 2024 1:12 am

· #555001
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אינטרעסאנט אז אויף טוויטער האקט די עולם פארוואס דעסטיני איז דארטן.

איך ווייס נישט צו זיי זענען אלע א באנדע פרא-פאלעסטינער,
עס קען זיין דאס איז נאר די טוויטס וואס איך זע (פאר סאם ריזען),
עס קען זיין זיי ווערן אפגעקויפט פון 'פראפעסאר נארמאן פינקעלסטיען'ס זינלאזע אטאקעס,
אדער קען זיין אז די געדאנק פון א 'פראפעסאר' אנקעגן א 'וויקיפידיע מענטש' נעמט נישט גוט אויס ביים המון עם?!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 2:43 am

· #555008
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא: נאר די גאנצע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט איז געבויעט אויף פאלשע יסודות.

ווען די פאלעסטינע/אראבישע באפעלקערונג וואלט געווען אן אמת'דיגע "אינדיג'ענאוס" פאלק פון איינוואוינערס אין ארץ ישראל פאר לאנגע דורות וואלט מען געקענט דעבאטירן ווער ס'האט מער רעכטן אויף ארץ ישראל די אידן אדער די אראבערס. נאר די גאנצע ענטיטי "פאלעסטינע/ר" איז א פאלשע.

די מערסטע (90%) פון די היינטיגע באפעלקערונג (אפשר נישט די בעדואינער און דרוזן) זענען אימיגראנטן פון אנדערע אראבישע טעריטאריעס אדער אפילו א טייל פון מזרח אייראפע (טשערקאסן). יאסיר אראפט (ימ"ש) אליין האט געשטאמט פון עגיפטן. נאר זיינע עלטערן האבן עמיגרירט קיין ארץ ישראל ביים סוף פון די אטאמאנישע עמפייער.

ממילא הייבט זיך אפילו נישט אן די דעבאטע ווער ס'האט מער רעכטן איבער ארץ ישראל. מהאי טעמא טוען די פאלעסטינער אראבישע פיהרערס אויף אלע לעוולס א סאך ארבעט אויסצומעקן א יעדן זכר אדער סימבאל פון אידישן ישוב אין ארץ ישראל פאר די לעצטע 2,500 יאר. דאס האבן זיי געטון אויפ'ן הר הבית און די גאנצע שטח פון מקום המקדש.

אויך אין זייערע אוניווערזיטעטן און ביכער לערנען זיי אז די אידן האבן קיינמאל נישט געוואוינט (היסטאריש) אין ארץ ישראל. 99% פון זייערע אינטעלעקטואלן פארלייקענען דעם פאקט אז זיי זענען (רעלאטיוו) נייע אימיגראנטן.

נאך א טייל פון די פאלעסטינער פראפאגאנדע איז אז די היינטיגע (אשכנז'יש אפשטאמיגע) זענען בכלל נישט קיין היסטארישע אידן. זיי שטאמען גאר פון די קוזארן. א פאלק אין מזרח איראפע וואס זיי צוזאמען מיט זייער קעניג האבן זיך מגייר געווען.

אלפא » פרייטאג מערץ 15, 2024 7:21 am

· #555019
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ר' בערל, פונקטליך וואס די אראבער לערנען איבער אידן קען מען מברר זיין, אבער זאלסט מיר אנטשולדיגן, ווייל וואס דו זאגסט דא איז גארנישט בעסער!
איך גיי נישט אריין וועמענס פאקטן זענען אין דעם פאל מער אמת אדער קראנט, ווייל אויף דעם דארף מען מיר נישט, דאס זענען דאך די אלע דעבאטעס געבויט אויף.

איך קען נאר אזויפיל זאגן אז עס איז דוקא אזעלכע פונדאמענטאליסטן ווי דיר וועלכע האלטן אפ סיי וועלכע פארשריט! אויף ביידע זייטן.
פאלעסטינער וועלכע ווילן (פאר דורות) נישט לעגיטימיזירן קיין אינטש פאר די מדינה, גלייבן אז די אידן'ס ארגומענטן זענען 'געבויט אויף פאלשע יסודות', און האלטן אז ווייעלענס איז זייער בעסטע אפציע - זיי האלטן אפ סיי וועלכע פשרות פון קענען אדורכגיין.
נישט ווייניגער ווי יעדע מדנ"י פירערשאפט -אדער נאכפאלגער- וועלכע גלייבן אז די פאלעסטינער האבן נישט קיין שום גרונטן, און אז עס איז 'נישט מעגליך' צו פארהאנדלען מיט זיי אפי' אויב מ'גייט פראבירן צו שפאנען אין שלום דיירעקציע.
עס איז די וועלכע נעמען אן די עקסטרעמיסטן פון די אנדערע זייט אלץ מונח און אלץ קאנפלעישאן מיט די גאנצע געמיינדע, און עס איז אטע די וועלכע ווערן אין ריטורן געזען ווי עקסטרעמיסטן ביי די צווייטע לאגער, וחוזר חלילה.

קען מען ביטע אנהייבן זוכן לעכטיגקייט אנשטאט זיך ווייקן אין די טינקל - שרייענדיג אז "אונז זוכן שלום - די אנדערע זייט איז נאר נישט ריזנאבל"?! קען מען אפשר פראבירן צו זוכן די קליין ביסל ריזען -אדער כאטש לעגיטימיזירן דעם ווייטאג- וואס די צווייטע זייט האט יא?! ווילאנג נאך גייט עס אזוי אנגיין - פאר קיינעמס טובה?!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 12:10 pm

· #555034
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא: אדרבה. זוך איבער דעם גאנצן געוועב אויב דו וועסט טרעפן א באדייטנדע גרופ פון די פאלעסטינער באפעלקערונג (מ'רעדט נישט פון יחידים וועלכע האבן מעגליך פערזענליכע אינטרעסן) וועלכע זאגן און האלטן די זעלבע וואס אונזערע שלום גרופס און די גאנצע (גו'אישע) פאליטישע וועלט האלט.

די מערסט פאפולערע פון צווישן די אלע פארשלאגן איז אז ס'זאל זיין א "צוויי שטאאטן" סאלושן. ס'הייסט אז מדינת ישראל זאל זיך ארויסציען פון אלע
טעריטאריעס וואס זיי האבן איינגענומען אין די מלחמה פון יאר 1967

אלפא » פרייטאג מערץ 15, 2024 2:00 pm

· #555059
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.

כרם זית » פרייטאג מערץ 15, 2024 5:03 pm

· #555085
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

בעל אחריות » פרייטאג מערץ 15, 2024 5:46 pm

· #555090
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא, הערליך שיין.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 5:55 pm

· #555091
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.
אלפא: נאר איך מיין אז דאס איז געווען א טייל פון די אסלא אקקארדז. אז מ'זאל איינטיילן די וועסט בענק (יהודה ושומרון) אין 3 געאגראפישע זאונס. עריע 1 זאל שוין (תיכף ביים אונטערשרייבן דעם הסכם) אריבערגיין צו די פאלעסטינער אויטאריטי. עריע#2 זאל ווערן פארהאנדלט און מיט די צייט זאל עס אויך אריבערגיין אין רשות פון די פאלעסטינער רעגירונ. עריע#3 זאל בלייבן אונטער די הערשאפט פון מדינת ישראל.

אלפא » מוצ"ש מערץ 16, 2024 7:43 pm

· #555107
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
גאר א געלונגענע אנאליז

דערהויבענע איד » מוצ"ש מערץ 16, 2024 9:09 pm

· #555110
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.

מאכסט מיך לאכן, "די מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט...."

משוגע דארף זיין די יעצטיגע גאווערמענט צו טיילן שטחים פאר א גרופע וואס אנטזאגט זיך צו נעמען ווייניגער פון 100 פראצענט.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:46 pm

· #555126
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
עס איז צייט צוריקצוגיין צום אנפאנג אשכול, און נאכפאלגן מיט אן אפדעיט.
איז אזוי:

דא האמיר א לאנג ערווארטעטע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט, אנגעפירט ביי לעקס פרידמאן, צווישן פיר עקספערטן" אין דעם נושא..
נארמאן פינקעלשטיין - אן היסטאריען און קריטיקירער פון מדינת ישראל,
בעני מאריס - אן היסטאריען בעד מדינת ישראל,
מואין ראבאני - אן אנאליסט איבערן מיטל מזרח און קריטיקירער פון מדנ"י,
סטיווען באנעל (המכונה דעסטיני) - א פאליטישע קאמענטירער בעד מדנ"י,

מ'קען אריינגיין א לענגס און א ברייטס איבער די פארם און אויסשטעל פון דעם שמועס אליין, אבער דאס וואלט פארשטייט זיך גענומען כאטש 5 שעה...
איין אבזערוואציע יא, נארמאן ענדיגט נישט צוצייכענען ביכער און מקורות בעת וואס קיין גראדע ארגומענט קען ער נישט שטעלן, ער שטרוימאן'ט בעני מאריס א היבשע פאר מאל מיטן ציטירן זיינע ביכער ארויס פון קאנטעקסט ווען דער בעל השמועה איז עומד לפניו, ער רייסט אראפ סטיווען באנעל אומאויפהערבאר מיט אד האמינם אטאקעס, און ענדיגט נישט שרייען ווי באגלייבט ער (אדער אנדערע וועם ער ציטירט) איז בלויז פאר דעם פאקט פון זיין אן 'עקספערט'...
מ'קען רואיגערהייט אויסשניידן זיינע שטיקלעך און די שמועס איז פונקט אזוי אינפארמאטיוו... אבער דאס איז נאר א זייטיגע נאטיץ.

די עצם דיסקוסיע קומט למעשה אראפ צו צוויי הויפט חלקים. 1. די שאלה איבער די לעגיטימאציע (עטיש און פאליטיש) פון די רעיון והקמת המדינה בכלל. און 2. די שאלה איבער די נאכפאלגענדע און היינטיגע קאנדוקט פון ביידע - סיי מדנ"י און סיי די פאלעסטינע בשייכות איינער דעם צווייטן. [זיי רעדן דארטן אויך איבער די מעגליכקייט פאר א שלום פלאן, ווי אויך איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן די אבנארמאלע ריס וואס עס הערשט צווישן יעדער וואס רירט נאר אן דעם סוביעקט און פארוואס עס איז אזא דיווייסיוו נושא, אבער איך מיין דאס איז סוכ"ס נאך א תוצאה פון די עצם דעבאטע און שטעלונג וואס מ'האט אין די צוויי פריער-דערמאנטע חלקים.]

די ערשטע שאלה איבער דעם געדאנק פון אוועקשטעלן א מדינה אין א שטח וואו פאלעסטינער האבן (כלומר'שט) דאמינירט, נעמט אריין א געוואלד פון היסטארישע פאקטן און אפטייטשן.
- סיי צו מ'נעמט אן די טענה אז אידן האבן א רעכט צוריקצוגיין נאך טויזענטער יאר צו זייער 'היימלאנד' און צו דאס מאכט עס ווייניגער היימלאנד פאר פאלעסטינער,
- סיי צו מ'קוקט בכלל אן פאלעסטינער אראבער ווי א אינדיגענעאס פאלק אינעם שטח,
- צו די פאקט אז אראבער האבן אזויפיל אנדערע פלעצער בארעכטיגט אוועקצונעמען פון זיי עפעס,
- צו בריטען און די UN האבן בכלל וואס איינצוטיילן לגבי אנדערע לענדער - און אין דעם איז נכלל א שאלה אויב היינט וואלטן די UN אויך אזוי געטון ווי דאן, און אויב נישט, וואס זענען די השלכות פון אזא געדאנק,
- וואס פונקטליך איז געווען די רעיון הציונות - וויפיל געוויכט האט עס געלייגט אויפן געדאנק פון זען די אראבער ארויס פון דארט מיט גוטן אדער בייזן, (מאכט א נ"מ די מיטל?), און וויאזוי מ'לערנט אפ די שפעטערע פארסירונגען אין דעם ליכט, אזוי אויך אפי' אויב איז עס יא געווען א חלק פונעם געדאנק, איז עס געווען איינגעפעדעמט אין אפציעלע פאליסיס? איז עס בכלל א נפקא מינה?
- וויפיל האבן די אידישע טעראר ארגאניזאציעס באמת געהאט שייכות מיט די מעין סטריעם רעיון הציונות?
- איז געווען ראציאנאל פאר די פאלעסטינער אפצושלאגן א צוויי-שטאטן מאנדאט, אדער דעם ספעציפישן פון 1948? וואס טוט זיך לגבי זייערע פחד אז זיי גייען ווערן פארטריבן?
און אזוי ווייטער.

מ'קען אויך אריינגיין דא מער אין פרטים אין די צילן און מיטלען סיי פון די ציונים און סיי פון די אראבער אין יענע תקופה, אבער דאס פארט שוין אריין אין די צווייטע חלק - וויאזוי מ'קוקט אן לכתחילה און מיט וועלכע בייעס (prejudice) מ'טרעט צו צום שמועס איבער ווער עס איז בארעכטיגט אין דעם פארצויגענעם ענדלאזע קאנפליקט, ווער עס האט דעם מאראלע-הויכע-גראונד, און ווער איז מער באגלייבט וכו'.

די צווייטע חלק ווי נארוואס געזאגט, פארנעמט זיך איבער דעם שאלה פון למעשה, ס'איז שוין א מצב פון הדביק פת בתנור - די מציאות איז שוין דא, וואס יעצט? און עס גייט טיפער ווי דעם, וועמענס צד נעמט מען אן נאך איידער מ'הייבט אן דיסקוסירן?
- איז מדנ"י מער באגלייבט ווייל זיי זענען א דעמאקראטיע, אדער קען מען נישט גלייבן קיין ג'ענאסיידעל-אפארטהייד לאנד? איז עס בכלל? ווער קען באשליסן איבער דעם?
- זענען די פאלעסטינער בארעכטיגט צו יעדע סארט מעגליכע רעסיסטענס, אדער איז עס ריין טעראריזם?
- אפערירט די מדנ"י מיליטער אן פון אויבן אראפ מיט ארגאנעזירטע בייזוויליגע אקטן אנקעגן ציווילע, אדער איז דאס כאמאס וואס טוט אזוי?
- איז די (שוין געטוישטע) טשארטער פון כאמאס אן אנדייטונג אויף זייערע שלעכטס, אדער זענען די מימרות פון מדנ"י הויפטן ערגער?
- איז די נתניהו רעגירונג א ריסנאבעל רעגירונג, אדער רעפרעזענט כאמאס אלע פאלעסטינער?
- טוט די שמחה פון די עזה איינוואוינער אויף OCT 7 בארעכטיגן די שטראף, אדער קען מען זאגן די זעלבע לגבי מדנ"י?
- טוען זיי אנאקסירן די מערב ברעג פשוט צו האלטן קרימינאלן אונטער קאנטראל, אדער איז דאס וואס איז גורם די קרימינאלן?
- איז עזה א תפיסה און מדנ"י האט דערויף א בלאקאדע, אדער איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון?
- איז די פאקט אז כאמאס רעדט נאר פון טערעראזירן מדנ"י - און נישט אידן איבער די וועלט - אן אנדייטונג אז זיי מיינען בלויז פאליטיק, אדער זענען די אלע 'איסלאמיסטישע' אטאקעס און גרופעס אן אנדייטונג אויף עפעס טיפער?
- קען מען גלייבן די 'כאמאס נומערן' איבער די צאל טויטע אין עזה, אדער האבן זיי ניטאמאל גע'האקט קעפ שמחת תורה?
- אויב מדנ"י האט מען שוין דערווישט מיט גענוג ליגנטס און קריג פארברעבנס בעבר קען מען זיי גלייבן איבער שמחת תורה און איבער די מלחמה?
- האט די אלע UN רעזאלוציעס עפעס האפט, אדער דארפן די פאלעסטינער זיי אויך נישט אננעמען בכלל לגבי דעם הקמת המדינה?
- ווילן מדנ"י באמת שלום נאר די פאלעסטינער זאגן עס אייביג אפ, אדער זענען די פארשלאגן קיינמאל נישט געווען צופרידנשטעלנד (קוק עס אן ווי די יעצטיגע אפמאכן וואס מדנ"י ווארפט אפ..) און נאך א שלום וואלטן זיי קיינמאל גארנישט געקענט ערווארטן מער?

מ'קען גיין ווייטער און ווייטער דערמיט, און מ'קען דאן נעמען יעדע ארגומענט און קאנטער ארגומעט און בויען פון פריש דערויף א געביידע פון ארגומענטן און קאונטער ארגומענטן.
אביסל פילט זיך עס ווי א דעד-ענד וואס ווי געשמועסט דא קען צומאל למעשה ווערן אויסגע'פסק'נט נאר דורך געפיל.

אבער ווי געזאגט, יעדע אבער ממש יעדע אזא דעבאטע הייבט זיך אן אויפן דריטן שטאק שוין, מ'גייט קיינמאל נישט אראפ עסטעבלישן און זיך אויס'טענה'ן איבער די בעסיקס אויף וואס די אלע ארגומענטן ליגן, נעמליך, וויאזוי די פאראמעטערס ווערן געבויט און וועמענ'ס ווארט מ'נעמט ענדערש אן לכתחילה, וועלכע זאכן זענען א מונח און וועלכע זאכן גייט מען טשעלענדזשן (וואס ווי עס שיינט האבן ביידע זייטן א געוויסע דאבל-סטאנדארט דערין)...

עס בלייבט נאר איבער צום האפן אז ערגעצוואו גייען ביידע זייטן מוזן איינזען אז די בעסטע אפציע איז יא אנצוהייבן אויסהערן איינער דעם צווייטן (-אנגעהויבן ביי די מענטשן וועלכע דעבאטירן עס נאר...), און דאס וועט זיך דאן קענען איבערגיסן צו מער סימפאטיע און באוויליגונג איינצוגעבן פון ביידע זייטן אביסל, למען השלום.
די פראבלעם איז נאר, אז למעשה האט מדנ"י כמעט אייביג דעם אויבערהאנט מיליטעריש וממילא האבן זיי נישט באמת קיין סיבה צו דארפן אנפאנגען איינגעבן, ווי אויך איז זייער שווער יעצט אז דאס זאל געלאזט ווערן פאסירן, עס וועט נאך אויסקוקן ווי חוטא נשכר - די טעראר האט צום סוף געווינען זייער מערכה. אבער למעשה, אויב זאגט מדנ"י איינער פון די צוויי ארגומענטן הויעך (-וואס זיי טוען), האקן זיי זיך אליינס אונטער די פיס אז זיי ווילן אייביג נאר שלום און די פאלעסטינער זענען די שלעכטע, ווייל עס מאלט זיך נישט ביי קיינעם אין געדאנק אז 'מסכים זיין' צו א שלום ווי מ'דארף גארנישט איינגעבן הייסט בכלל אן הסכמה...

ודי בזה.
דער פרא-פאלעסטיניען רעדט שטותים והבלים. ער זאגט אז אז נאכדעים וואז מדינת ישראל וועט טון די אלע זאכן וואס זיי פארלאנגען אזוי ווי צוריקאריינלאזן מיליאנען אראבערס קיין ארץ ישראל און צוריקגעבן אלע טעריטאריעס. און געבן רעכטן פאר צוריקקומען (קיין א"י) פאר נאך מיליאנען פארלעסטינער אפשטאמיגע... דאמאלס וועט זיין שלום...לאל.
אויך איז ער מודה אז די אריגינאלע "ציונים" האבן געצאלט געלט פאר די אלע שטחים וואס זי האבן איבערגענימען פון די פאלעסטינער. נאר, זאגט ער אז דער פשוט'ער אראבער ווויל נישט ווויסן אז מ'האט געגעבן געלט פאר זיין לאנד און מ'שטויסט עהם ארויס. ממיל אדאס בארעכטיגט שוין די פאגראמען פון חברון אין 1929 און די אנדערע שחיטות אויף אידן.

מאטי » דינסטאג מערץ 19, 2024 4:03 pm

· #555482
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ראבאני האט מיר פארלוירן ביים זאגן "די פחד פון די אידן אז מ'גייט זיי פארטיליגן אויב די אראבערַ וואלטן באקומען דאס לאנד איז געווען "Unfounded"

כ'מיין אז דאס איז "גינעס וועלט רעקאָרד אבסורד"

אזוי...Unfounded??

פארגעס פון די פאקט אז מערערע אראבישע פירער האבן אפן געפרעדיגט א בלוט-באד.

פארגעס פון די פאקט אז אראבער האבן שוין נישט-איינמאל נישט צוויי מאל געמארדעט גערעיפט געשניטן צוריק-גייענדיג אזש ביז 1836 איידער דער ערשטער חלוץ האט דערגרייכט דעם באדן.

ווער איז דאן געווען די מאכטפולסטע פיגור ביי די פאלעסטינער?

יא האזש אמין אל חוסייני.

איז אזוי, דאס יאר איז 1947, דאס אידישע פאלק לעקט נאך די וואונדן פונעם נארוואס פארענדיקטן שואה. און מ'גייט איבערגעבן די זיכערהייט פון די שואה איבערלעבער פאר וועמען? פאר היטלער'ס פריינד, דער מטורף וואס האט פריינטליך פארברענגט מיט אים בשעת די מלחמה,ַ שמועסענדיג, לויט אנדערע, וועגן אזעלכע אומוויכטיגע ענינים ווי די final solution, און דאס איז נאכנישט געזאגט אויף אים אלעס.

איצט, וויל מען איבערגעבן פאר דעם גרוליגן נאצי אין זיינע בלוטיקע הענט די איבריגע אידן וועלכע היטלער האט נישט עספיעט אויסצוקוילן, און דער פראפ', צו וואס ער זאל נישט זיין, מיטן שיינעם שניפסל, זאגט מיר מיט א גלייכגילטיגקייט, נאך מיט א פערפעקטע אקצענט:

"Unfounded"

און דאס קומט א מינוט נאך וואס ער איז אזוי שוין מסביר מיט דקות'דיגע נתונים אז דייקא 'א אידיש לאנד' אויב עפעס, וואלט נישט געקענט למעשה צושטאנד קומען אנע פארטרייבונג פון אלע אראבער, איי די אלע ציוניסטישע פירער האבן נישט גערעדט דערפון, אדרבה, נישט אויפגעהערט דעמאנסטרירן וויפיל זיין וואלטן מקריב געווען כדי צו לעבן בשלום... האט ער מיט זיין אינטעליגענץ פארשטאנען און מסביר געווען בטוב טעם, אז עכט עכט וואלטן זיי יא ארויסגעווארפן די אראבער ווייל ווייל "זייעניזם איז זשאסט דהעט, זייעניזםַ..יו נאו..."

דאס איז, אין מיין אפיניען די epitom of overintellectualizing אן ענין

כרם זית » דינסטאג מערץ 19, 2024 11:34 pm

· #555529
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

אלע צוזאמען » מיטוואך מערץ 20, 2024 9:36 am

· #555550
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
פארוואס אין די וועלט לאזט נאך איינער צו אז די דריי זאלן זיך טרעפן איין מאל און נאכאמאל?

’ראביי שמואלי’, גייט זייער שנעל פערסאנעל דעריבער ווערט די דעבאטע ווילד און אנגעצויגן (און אינטערסאנט)
אויף די אנדערע זייט ’טשענק’ קען נישט, -אדער וויל נישט קענען- קיין היסטאריע אדער פאקטן.

מי אני » דינסטאג מערץ 26, 2024 3:33 pm

· #556013
א געוואלדיגע לאנגע אפענע בריוו אין די נושא פון דר. סקאַט אראנסאן. (און דאס איז שוין פון א לינקע פּערספּעקטיוו.)
בלאט: 1 2 3 4 5