צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16638
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלע צוזאמען #
נישטא קיין מערב ברעג.
ס'איז יהודה ושמרון.
ניין זיי זענען נישט קיין מדינת ישׂראל בירגער, ווייל די וועלט האט קיינמאל נישט געלאזט אז זיי מדינת ישראל זאל עס אנעקסירן.
די צה''ל איז דארט ווייל ס'ווערט געגאווערנט דורך די מיליטער.
מתנחלים וואוינען דארטן

שפילער #

און?!
זיי זענען איזרעלי בירגער פון פאר די 6 טאג'קע מלחמה
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא, יישר כח פאר דיין שיינע אנאליז, כוויל צולייגן אפאר נקידות.
פון אלע דיינע טענות און ארגומענטן האסטו פארפאסט איין טענה און דאס איז: "עס איז נישטא קיין צוויי זייטן", עס איז נאר דא איין זייט. כ'רעד נישט אין פרידנסצייטן, איך רעד אין א צייט ווען חיות האבן אינוואדירט א ציווליזירטע לאנד און געהרג'ט ציוויליע מענטשן, ענדיגט זיך די "צוויי זייטן".
די גאנצע סיבה פון די האמער און נאגל איז נאר וויבאלד עס איז דא א נאגל, אויב איז נישט דא קיין נאגל, דאן קען מען האקן אן א רחמנות.
"ווען איינער קומט ארויף אויף א נייעס סטאנציע און פרעגט אים וואס זאגסטו צו די טויזענטער פאלעסטינער וואס שטארבן", דאן פרעגט ער א Loaded question.
דער וואס פרעגט דאס ווייסט אויך אז דאס איז די פרייז פון מלחמה, אין דרך אחרת. זיי ווייסן אויך אז ישראל געבט אפבאכט פאר ציוויליע. אבער די איינגעבאקענע שנאה צום איד לאזט אים נישט זיך צוריקהאלטן פון פרעגן אזעלכע קשיות, וואס שטעלט א פנים כאילו עס איז דא א מלחמה פון איין ציוויליע לאנד קעגן א צווייטער, און מ'דארף פשוט ביידע דערמאנען די וויכטיגקייט פון אכטונג געבן אויף ציווילע.
עס איז דא 2 רולס, די אלעוועלטליכע רול, און די איזרעאלי רול. אויב איינער אטעקירט פראנקרייך, וועט קיינער נישט בעטן פראנקרייך צו באווייזן ריסטרעינט, אבער ווען עס קומט צו ישראל, קומט אבאמא ארויס מיט א בקשה צו באווייזן אנגעהאלטענקייט.
יא, כוועל עס דא נאכאמאל דערמאנען, קיינער האט נישט געבעטן אמעריקע צו באווייזן ריסטרעינט אויף יאפאן.
ווען דו הערסט איינעם זאגן: ישראל האט די רעכט זיך צו דיפענדן אבער זיי דארפן.., האסטו מיט דעם געמאכט "צוויי צדדים".
"אמעריקע האט געמעגט שיסן אויף דייטשלאנד אבער זיי האבן געדארפט אריינלאזן וואסער פאר די אומשולדיגע קינדער".
ווען איין לאנד ווערט אינוואדירט און הרג'ט מענטשן, און זיי בלייבן ווייטער שיסן ראקעטן, איז נישטא קיין צוויי צדדים.
ווען דו הערסט ווערטער ווי: חאמאס האט אטעקירט ישראל וועגן... די לאנג פארצויגענע אקופאציע, אדער וועגן... מיינט דאס א "התנצלות פאר חאמאס".
ווען דו הערסט ווערטער ווי: דיספראפארשענעל אא"וו, מאכסטו שוואכער די רציחה פון חאמאס, און דו מאכסט דאס פאר א ווערטער קריג, א געשיכטע פון נקמה, רחמנות, קאמפליצירטע מיטל מזרח, מדארף הערן ביידע זייטן אא"וו.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דאס איז שיינע פראפאגאנדע פון די איזרעליס , איך זעה נישט די רעכט פון הארגענען אומשילדיגע קינדער דאפעלט און טריפעלט וויפל חמאס האט געהארגעט, און איינער וואס שרייט אז מען דארף עס סטאפן מיז נישט מיינען ער איז אן אנטעסימעט
האסט א פראבלעם מיט חמאס? גיי אריין און קוילער זיי אלע אפ אבער סתם פלאך מאכן האלב עזה און הארגענען קינדער מיט אומשילדיגע מענטשן איז נישט קיין וועג .

סא ישראל דארף אריינגיין און הרג'נען 1,400 מענטשן, און אפהאקן קעפ פון בעביס, און מאנס זיין פרויען? איז דאס א פראפאשענעט ריספאנס?
וואס למשל דארף ישראל טון? זיך בעטן ביי חאמאס, פליס געב צוריק אונזערע משכונות? אדער ארויסגעבן א מעלדונג: יעדער מוז ארויסגיין פון זיין וואוינונג, ווילאנג איין מענטש איז אין זיין הויז קענען מיר נישט שיסן. אדער ישראל דארף אויפגעבן, וויבאלד חאמאס באהאלט זיך אונטער סקולס, שפיטעלער (מזעט דאס אויף ווידיאו, נישט פראפאגאנדע) אדער סתם ציוויליע הייזער, דערפאר קען ישראל נישט צוריק שיסן.
אויב איז זייער אביעקטיוו צו אויסמעקן חאמאס, איז נישטא קיין צווייטער וועג. נעבעך אויף די קינדער וואס זייער גורל איז געווען אז זייערע גאווערמענט שיסט ארויס פון זייערע סקולס, אדער א גאווערמענט וואס שיסט ראקעטן געמאכט פון אפלויף רערן, ווי א גרויס חלק פאלט אראפ אויף די אומשולדיגע קינדער.
איך וואלט געגלייבט אז א גרויס חלק פון די ציווילע פאטאליטעטן קומען פון אראפגעפאלענע ראקעטן, אדער די בלאקאדע פון חאמאס נישט צו לאזן זיי אנטלויפן. דיין רעטאריק ברעכט פון קאפ, עס ווידערהוילט פשוט טאליב, אמאר, און קארטעז.
חאמאס ווייסט איז ווילאנג פאליסטיניענס ווערן געהרגט גייען זיי געווינען די וועלט. זיי קענען אפילו געווינען אזעלכע מענטשן ווי
@שפילערRe: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כ'האב נאך נישט געזעהן אז מדינת ישׂראל זאל אריינגיין אין עזה, און אויסשעכטן און פארברענען ציווילע קינדער, יא זיי ווארפן באמבעס אויף כאמאס טעראריסטן, און אויב די ווילסט נישט כאפן א מיסיל אין דיין בעדרום, ווייל אכמוד מאכמוד פאקיסטאני שיסט פון דארט ראקעט'ס, טראגן אפ פון די צוויי מייל'יגע בית הקברות.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
האסט נישט געטראפן וועם צו ברענגען, נאר די 'יאנג טורק'ס?!
זיך און בעסערע פלעצער.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דאס האט אביסל חומר למחשבה!

אלפא #
דאס האט אביסל חומר למחשבה!
Seriously? Young Turks, and I should watch it
נישט קיין חומר און נישט קיין מחשבה, נאר אידן האס.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דו מוזט עס נישט קוקן! דאס איז איינס.
צווייטנס, די טשענעל וואס פראדוצירט עס מאכט נישט די זאך כשלעצמו מער אדער ווייניגער 'חומר' מיט 'מחשבה'.. (אפי' נניח אז עס איז אידן האס ווערט עס נישט ווייניגער 'חומר'..)
צום פוינט.
איך זע דערין צוויי מענטשן, איינער מיט א שטארקע בייעס צו די פאלעסטינע זייט (- לאו דוקא 'אידן האס'), וואס פראבירט צו געבן קאנטעקסט ווי א דרויסענדיגע אנאלאזירער, זיין לאגיק פארפעלט היבש אסאך, אויך איגנארירט ער בפירוש געוויסע פאקטן.
אזוי צו אזוי איז ער גארנישט מחויב פאר מדנ"י און אלס דרויסענדיגער וואס נעמט נישט די עמאציעס דא אזוי געפערליך ערלויבט ער זיך צו נישט ווערן אריינגעכאפט אין די הייסע רעטאריק געצילט אנקעגן כאמאס, וואס זאל ער טון אז די לאנג-יעריגע אקופאציע און די פאלעסטינע ליידן טוען אים מער וויי בכלליות?!
פון די אנדערע זייט איז דא איינער וואס איז בייעסד כלפי מדנ"י (- בייעס איז אומפאמיידבאר, און נישט אייביג ראנג..), זיינע פאקטן שטומען בעסער מיט זיין איידעאלאגיע, און זיין לאגיק איז אויך מער איבערצייגנד (-אבער ווער בין איך - אלס איד - צו זאגן...)
ביידע זענען לינקע, ביידע ווילן שלום און האבן נישט קיין פלאן דעפאר (אויף למעשה), אזוי אויך גלייב איך אז ביידע האבן נישט קיין גראדע וועג צו עלימינירן כאמאס אן קיין באזונדערע שאדן...
האלט מען צוריק ביי אלף...
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שעיקספער #
שפילער #
דאס איז שיינע פראפאגאנדע פון די איזרעליס , איך זעה נישט די רעכט פון הארגענען אומשילדיגע קינדער דאפעלט און טריפעלט וויפל חמאס האט געהארגעט, און איינער וואס שרייט אז מען דארף עס סטאפן מיז נישט מיינען ער איז אן אנטעסימעט
האסט א פראבלעם מיט חמאס? גיי אריין און קוילער זיי אלע אפ אבער סתם פלאך מאכן האלב עזה און הארגענען קינדער מיט אומשילדיגע מענטשן איז נישט קיין וועג .
סא ישראל דארף אריינגיין און הרג'נען 1,400 מענטשן, און אפהאקן קעפ פון בעביס, און מאנס זיין פרויען? איז דאס א פראפאשענעט ריספאנס?
וואס למשל דארף ישראל טון? זיך בעטן ביי חאמאס, פליס געב צוריק אונזערע משכונות? אדער ארויסגעבן א מעלדונג: יעדער מוז ארויסגיין פון זיין וואוינונג, ווילאנג איין מענטש איז אין זיין הויז קענען מיר נישט שיסן. אדער ישראל דארף אויפגעבן, וויבאלד חאמאס באהאלט זיך אונטער סקולס, שפיטעלער (מזעט דאס אויף ווידיאו, נישט פראפאגאנדע) אדער סתם ציוויליע הייזער, דערפאר קען ישראל נישט צוריק שיסן.
אויב איז זייער אביעקטיוו צו אויסמעקן חאמאס, איז נישטא קיין צווייטער וועג. נעבעך אויף די קינדער וואס זייער גורל איז געווען אז זייערע גאווערמענט שיסט ארויס פון זייערע סקולס, אדער א גאווערמענט וואס שיסט ראקעטן געמאכט פון אפלויף רערן, ווי א גרויס חלק פאלט אראפ אויף די אומשולדיגע קינדער.
איך וואלט געגלייבט אז א גרויס חלק פון די ציווילע פאטאליטעטן קומען פון אראפגעפאלענע ראקעטן, אדער די בלאקאדע פון חאמאס נישט צו לאזן זיי אנטלויפן. דיין רעטאריק ברעכט פון קאפ, עס ווידערהוילט פשוט טאליב, אמאר, און קארטעז.
חאמאס ווייסט איז ווילאנג פאליסטיניענס ווערן געהרגט גייען זיי געווינען די וועלט. זיי קענען אפילו געווינען אזעלכע מענטשן ווי
@שפילער
אז מען רעדט שוין וויזוי ערלויבט זיך ארץ ישראל צו ווארפן באמבעס אפשר איז אין איינע פון די בנינים ווי די באמבעס פאלן אדער אין טאנעלען ווי די באמבעס פאלן זענען באהאלטן די משכונות און ס'קען זיי הארגענען ח"ו אדער שעדיגען?

זיי האבן שוין קלאר געמאכט די ערשטע טאג אז "אנחנו נלחם כאילו אין משכונות", מקען זיך נישט יעצט ערלויבען צי לאזען חאמאס געווינען וועגען די משכונות.
וועם וועט עס העלפען אין די לאנג טערם אויב ממאכט א סיס פייער און מלאזט ארויס טויזענטער טערראריסטען פון תפיסה??
די גאנצע יעצטיגע חאמאס פירעשאפט איז פון די גלעד שליט אויסטויש!
א"י האט פארלוירען די גאנצע "הרתעה" וואס אלע מיליטאנטן גרופעס האבען געהאט פון זיי, אויב מפארטיגט נישט יעצט חאמאס גייען אזאלכע אטאקעס זיך איבער שפילן יעדע פאר וואכען איבערן לאנד..
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
אז מען רעדט שוין וויזוי ערלויבט זיך ארץ ישראל צו ווארפן באמבעס אפשר איז אין איינע פון די בנינים ווי די באמבעס פאלן אדער אין טאנעלען ווי די באמבעס פאלן זענען באהאלטן די משכונות און ס'קען זיי הארגענען ח"ו אדער שעדיגען?
אגוטן איר האט יעצט אנדעקט די ערנסטקייט און דיפעקעלטי פונעם קריג.
ארץ ישראל צו חאמאס: היות איר האט משכונות, האבן מיר מורא צו באמבארדירן, דעריבער קענט איר ווייטער שיסן ראקעטן. זעט גוט צו קעיר נעמען פון אונזערע משכונות. א טייל עסן נאר OU. און אפאר זענען עלערגיק צו פינאטס. ווי נאר איר באפארייט אונזערע משכונות וועלן מיר אייך ווייטער באמבארדירן.
(חאמאס באהאלט די משכונות אונטער די ערד, יעדער משכון איז גאלד פאר זיי. איין משכון איז מער ווערד פון 5 טויזענט פאלאסטינער)
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ישראל האט א פליכט צו באשוצן איר בירגער דורכ'ן אויסראטן כאמאס.
איז דא צוויי וועגן, אדער זאל עס קאסטן אומשוליגע ישראלים אדער אומשולדיגע פאלעסטינער.
ישראל האט געגעבן די פאלעסטינער א שטיקל לאנד לפנים משורת הדין צו ווייזן אז זיי זענען דא צו מאכן שלום און אפשר עווענטועל צוריקצוגעבן מער אויב קענען זיי ווייזן אז זיי זענען בכלל פעאיג צו זיין פרידליך און ציווילעזירט.
זיי האבן אנשטאט גיין אין דעם ריכטונג אריינגעוועלט א כאמאס וואס איר טשארטער איז צו אויסמעקן ישראל מכל וכל בלי שום פשרות.
ביי מיר איז גאנץ פשוט אז די וואס דארפן צאלן דעם פרייז (וואס גייט מוזן באצאלט ווערן, איין וועג אדער די צווייטע) זענען די וואס האבן געגעבן די מאכט פאר כאמאס.
(הגם וואס נישט אלע האבן געוועלט פאר כאמאס, עכ"פ איז דא צווישן זייער אלגעמיינע באפעלקערונג מער כאמאס שטיצער ווי עס זענען דא אין די ישראלישער מיליטער).
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
אז מען רעדט שוין וויזוי ערלויבט זיך ארץ ישראל צו ווארפן באמבעס אפשר איז אין איינע פון די בנינים ווי די באמבעס פאלן אדער אין טאנעלען ווי די באמבעס פאלן זענען באהאלטן די משכונות און ס'קען זיי הארגענען ח"ו אדער שעדיגען?
עס איז מעגליך אז זיי ווייסן זאכן וואס אונז ווייסן נישט און זיי באמבעדירן נאר דארט ווי זיי ווייסן אז דארט געפונען זיך זיכער/לכאורה נישט די משכונות, אויך דארפן דאך די חאמאס האבן די משכונות זייער וויכטיג ממילא ווייסט מדינת ישראל אז זיי וועלן האלטן די משכונות אין אזעלכע טונעלן וואס זענען די ווייניגסטע אויסגעשטעלט צו באמבעדירונגן.
אבער די אלע קשיא'ס זענען סתם אנטי ישראל פראפאגאנדע, די מדינת ישראל גאווערמענט זארגט זיך אויך זייער פאר די משכונות אבער פון די אנדערע זייט איז דא אנדערע זאכן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט און קענסט דיך פארלאזן אויף זיי אז זיי ווייסן וואס זיי טוען.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
דאס האט אביסל חומר למחשבה!
דאס איז נישט קיין חומר למחשבה. ס'ווייזט נאר איבער און איבער אז א גוי האט נישט קיין געפיהל פון רחמנות ווען אידן ווערן גהרג'עט. כאטש דער טערקישער בהמה און היפאקריט דרוקט אויס "סימפאטיע" צו די אידישע ליידן. ער שטורעמט אבער איבער די אידישע נקמה אויף די אזוי-גערופענע סיוויליענס, וועלכע פרייען זיך מיט און טאנצן פאר שמחה ווען זייערע ברודער הרג'ענען אויס אידן מיט די גרעסטע מאס פון אכזריות.
ער איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער שוין אלט און גראב. ימח שמו וזכרו.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אן עגלישע ווערסיע פון מיין ארטיקל..
(דורך איינעם באראק אבאמא...)
https://barackobama.medium.com/my-statement-on-israel-and-gaza-a6c397f09a30
און דא איז פאול - קאמבעט מסביר די סטראטעגישע פראבלעם מיט מדנ"י'ס מהלך..
א קלארשטעלונג פון מדנ"י לינקע פראפעסארן:
"עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן זיך שטארק אנקעגנשטעלן די מדנ"י אקופאציע פון פאלעסטינער און גלייכצייטיג פארדאמען ברוטאלע געוואלדטאטן קעגן אומשולדיגע ציווילע. יעדער קאנסיסטענט לינקער מוז האלטן ביידע פאזיציעס אינאיינעם"
📎 Statement on Behalf of Israel-based Progressives and Peace Activists Regarding Debates over Recent Events in Our Region.pdf
דא קריכט פראפ. הררי צווישן די ליניעס..
Re:
אלפא #
א קלארשטעלונג פון מדנ"י לינקע פראפעסארן:
"עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן זיך שטארק אנקעגנשטעלן די מדנ"י אקופאציע פון פאלעסטינער און גלייכצייטיג פארדאמען ברוטאלע געוואלדטאטן קעגן אומשולדיגע ציווילע. יעדער קאנסיסטענט לינקער מוז האלטן ביידע פאזיציעס אינאיינעם"
Statement on Behalf of Israel-based Progressives and Peace Activists Regarding Debates over Recent Events in Our Region.pdf
דא קריכט פראפ. הררי צווישן די ליניעס..
איך וויל זיין זייער שטארק קלוג. איך וויל אויך אז מענטשן זאלן מיך האלטן פאר א קלוגער.
איך מוז אויך האלטן אזוי?
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)
Re:
אלפא #
א קלארשטעלונג פון מדנ"י לינקע פראפעסארן:
"עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן זיך שטארק אנקעגנשטעלן די מדנ"י אקופאציע פון פאלעסטינער און גלייכצייטיג פארדאמען ברוטאלע געוואלדטאטן קעגן אומשולדיגע ציווילע. יעדער קאנסיסטענט לינקער מוז האלטן ביידע פאזיציעס אינאיינעם"
Statement on Behalf of Israel-based Progressives and Peace Activists Regarding Debates over Recent Events in Our Region.pdf
דא קריכט פראפ. הררי צווישן די ליניעס..
Hamas is a theocratic and repressive organization. פארקאקטע ליבעראלן האבן מורא צו נוצן די ווארט טעראריסטן. עס איז הימל און ערד ווי טאטאל, פאריקט, און פארניכטעט די מוחות פון די היינטיגע (פראגראסיוו) יונגעט איז געווארן. מיר רוקן זיך נענטער און נענטער צו די stone age עפאכע.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)
די נאציס האבן אויך געהאט א צד?
די לעצטע כאמאס אטאקע איז א ביטערע אילעסטראציע וויאזוי 6 מיליאן אידן האבן געקענט ערמארדעט ווערן. אפילו חאמאס וואלט אומגעברענגט אין די טויזענעטער וואלט עס גארנישט אויסגעמאכט אין די יוניווערסעטיס. אפילו ישראל זאל איבערגעבן תל אביב און די כותל פאר די אראבערס, וואלט זיי ווייטער געשריגן פון די ריווער ביז די סי.
ווען איינער זאגט אז עס איז דא "יעצט" צוויי צדדים, איז ער א קאלטבלוטיגער, האסענדע, שונא ישראל (אדער זעלבסט האסענדע, נ"ק אא"וו)
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שעיקספער #
אלפא #
קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)
די נאציס האבן אויך געהאט א צד?
https://mikyab.net/%D7%A9%D7%95%D7%AA/%D7%94%D7%90%D7%9D-%D7%94%D7%A0%D7%90%D7%A6%D7%99%D7%9D-%D7%94%D7%99%D7%95-%D7%97%D7%99%D7%95%D7%AA-%D7%90%D7%93%D7%9D
איך כאפ יעצט איין גרויסע
חילוק צווישן די רעכטע אין די לינקע.
א רעכטע הערט אויס די אנדערע זייט אדער רעטאריק וואס געפעלט זיי נישט און שפרינגען גלייך אריין אין היץ פראבירנדיג איבערצוצייגן יענעם - אדער עכ"פ די אוידיענץ - מיט וועלכע וועג נאר מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט/אוממאראל/פארריקט/נאן-סענס, און שפרינגען דיירעקט אריין אין א זאנע וואס טוט איין זאך - עס ברייטערט אויס די מחלוקה, עס איז נישטא נאך א זאך וואס אזא ארגומענטעישאן קען ערייכן חוץ זיכער מאכן אז יעדער ווערט מער אנגעהיצט און לייגט די אנדערע זייט אויף א דיפענס פאזיציע, פון וואס קאמאן-גראונד שפאצירט אלס ווייטער..
א לינקע פון די אנדערע זייט, however much ער גלייכט נישט די צווייטן אדער זיינע דעות/טענות, פארשטייט אז ער האט איין ברירה - צו פארשטיין פון ווי יענער קומט - און אנפאנגען א נייע בלאט פון דארט און ווייטער, ער פארשטייט אז ער גייט נישט אין איין מינוט אדער מיט איין טענה'ריי טוישן עפעס אין יענעם (חוץ אפשר אים מער ראדיקאלייזן..) און אויב וויל ער אנקומען ערגעץ פראדוקטיוו זאל ער בעסער ארבייטן אויף א מיטלוועג ווי איידער דיפענדן זיין אייגענע פאזיציע!
זיי קלוג נישט גערעכט!
שלום פארלאנט פשרות - נישט דזשאסטיס!

דיין פוינט איז ריכטיג, נאר טויש די ווערטער פון רעכטס לינקס צו עקטרעם און מאדערעט. וואס דאס איז אמת סיי רעכטס און סיי לינקס
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?

נאך אפאר ווידיאוס אויפ'ן טעמע:
פארוואס די מלחמות אינעם מיטלמזרח גייען אנגיין פאר א לאנגע צייט
וויאזוי די ישראל'ישע רעגירונג האט געהאלפן ברענגען חמאס צו די מאכט (ח"ו נישט אנצופילן זייערע קעשענעס ווייל ס'איז א קאנספיראציע)
פארוואס איז דער וועלט אזוי אריינגעטוהן אינעם ישראל-פאלעסטינע קאנפליקט
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
א גוטע דעבאטע צווישן א סאטמארע און א בעלזא חסיד...
דריי נקודות צו דעם פאלעסטינער אקטיוויסט.
1. נניח די UN האט געמאכט א טעות מיטן דערלאנגען א פרעמדע(?) לאנד פאר די אידן, וואס איז די מהלך צו גיין פון דארט? עס איז א פאקט אז די פאלעסטינער האבן אנגעהויבן די ווייעלענס אין 1948 נאכן הקמת המדינה, איז טאקע נישטא קיין אנדערע עצה צו גיין נאר מיט פעטש? און וויאזוי ווילסטו אז מדנ"י (און די UN פאר דעם מעטער) זאל טראסטן די פאלעסטינער נאכן ווייזן וואס זיי קענען - און טוען, זיי דארפן צוערשט קענען דעמאנסטרירן 'מענטשליכע' קאנדוקט פאר מ'קען גיין ווייטער..
2. עס איז נישט אמת אז די עקסטרעמע רעליגיעזע מאטיוון ליגן נישט אונטער א גרויס טייל פון די ווייעלענס דא, והא ראי' קודם די טשארטער פון כאמאס אליין, והשנית, פארוואס אין די וועלט האט איסלאם בכלליות די מערסטע טעראריסטישע גרופעס, פון אל-קיידא, ביז טאליבאן, פון אייסיס, ביז כאמאס, און די ליסטע גייט ווייטער... איז אלעס טאקע נאר א תוצאה פון גע'גנב'עטע טעריטאריע אדער אפרעשאנס? (די אינטערוויוער איז אויך שילדיג פארן דאס נישט ארויפברענגען..)
3. ווען ער פרעגט פארוואס עס איז נישטא קיין לידערשיפ - געשטיצט ביי די פאלעסטינער - וועלכע גייט מיט'ן NON VIOLENCE צוגאנג, און קען דאס פרעזענטירן אלס טריט צו שלום, וואס איז די תירוץ צו זאגן אז גרופעס פון NVR'ס זענען געווארן סופרעססט, ער פרעגט וועגן לידערשיפ וועלכע קען זיך זעצן צום טיש, נישט קיין בויקאטירער.. טענו בחיטין והודו לזכר קדשו...
איך וועל שוין מוותר זיין אויף די אנדערע נקודה'לעך, וויאזוי כאמאס באגייט זיך פאקטיש מיט זייערע אייגענע איינוואוינער? און פארוואס די אראבישע לענדער האבן געמאכט אן עטנישע-רייניגונג פון אידן (לאפוקי מדנ"י לגבי פאלעסטינער)? אדער פארוואס זיי זענען למעשה נישט גרייט צו אפערירן פאר די פאלעסטינער בירגערשאפט אדער אנדערע סארט הילף (חוץ פון מוילמאכן איבער מדנ"י...)?
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?

די שאלה איז נישט קיין פעי''ר שאלה אין ערשטע פלאץ.
א פעי''ר קוועשע''ן וואלט געווען אויב טערעריסטן וואלטן זיך באהאלטן אין אמעריקא אדער איטאליע צו מ'וואלט באמבעדירט.
די תשובה איז אז זיכער נישט, פונקט ווי יעדע נישט אראבישע לאנד וואלט נישט באמבעדירט זייער אייגענע בירגער, און צו די צווייטע שאלה, זיכער זענען חשוב'ער לעבנ'ס פון מדנ''י, פונקט ווי יעדע ציוויליזירטע לאנד וואלט געטשוז''ט די שונא'ס ציווילע אנשטאט די אייגענע.
(
און צו דיר @אלפא, טו מיר א טובה און דאוון נישט די טעג און א סאטמערע בעסמעדרעש, דיין קאפ קען קרום ווערןRe: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ערנסטגערעדט #
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע מאס סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקגענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי זאגן מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.
איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.
אויך. האט הרב אמנון יצחק אמאל געהאט א ויכוח מיט אזא בהמה אויף 2 פיס. האט ער געמאכט א פרעדיקשן. ער האט געזאגט...יום אחד הם גם יפגעו בכם...! דער בהמה האט געטענה'ט ..."אנחנו נגד הציונים"... האט איהם הרב אמנון געזאגט..."גם אנחנו נגד הציונים"...נאר דאס איז נישט דער דרך צו גיין געבן חיזוק פאר די רוצחים פון אידישע קינדער און זאגן אז זיי זענען גערעכט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
berlbalaguleh #
ערנסטגערעדט #
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.
איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן
אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.
איך וואלט אייך געראטן דו זאלסט אויסהערן די תורת לשון קדשו פון מרן זי"ע.
דאס איז דאך געווען די לשון הטהור פון רבי'ן: די ציוניסטישע מדינה זאל
בטל ומבוטל ווערן
כעפרא דערעא, זאל נישט איבערבלייבען קיין
שרא דפולאRe: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.
לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
berlbalaguleh #
איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.
לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
נישט רחמנות איז די פונקט.
די רבי זי"ע פלעגט אסאך פראקלאמירן אז וואס די ציונים טוען צו די אומות העולם, דארף מען מפרסם זיין אז דאס איז נישט אין אונזער נאמען, און מיר האבן נישט קיין שיכות מיט די ציונים.
די רבי פלעגט דאס זאגן אן מאכן אויסנאמען ווער ס'איז גערעכט אין עצם פאליטישע זייט. (גראדע פלעגט ער האלטן אז די ציונים זענען שולדיג אויך פאליטיש. כ'האב נישט קיין נערוון אזוי סאך צו שרייבן, הער אויף איבערזאגן וואס אפאר אפגעפרעמדעטע סאטמארע זאגן, און הייב אן קוקן אין סאטמארע רבי'ס ספרים, וועט זיך דיר דארט אנטדעקן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אסטראלאג: איך האב (א ביסל) געלערנט די ספרים פון סאטמאר'ע רבי'ן. די שאלה איז אויב דו האסט עפעס געקענט ליינען. ס'איז דאך נישט געפינטלט. איך הער אז היינט איז שוין יא דא געפינטלט. מיט אותיות מרובעות. (אויב דו ווייסט וואס דאס איז)....שרא דפולא. /שריד ופליט...!
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
א שמועס פון sam harris צוריק אין 2014, אדרעסירענדיג די דעמאלסדיגע מדנ"י-כאמאס מלחמה, צוזאמען מיט זיין ברייטערע בליק איבער די צוויי..
https://www.samharris.org/podcasts/making-sense-episodes/why-dont-i-criticize-israelRe: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ער זאגט א פאר גוטע זאכן. מיט א ביסל קאמאן סענס. (שכל הישר) אבער ער שיקט א מיקס'ד מעסעדזש. אוי.קעי. איך פארשטיי ער דארף צו זיין קיהל. און ער איז. כדי צו געפעללן פאר זיין אוידיענץ. נאר ביי איהם איז עס א בחינה פון .."מתוך שבחו בא לידי גנותו". (איך ווייס נישט אויב אונזער נייער אורח דער אסטראלאג ווייסט וואס אט די זאכן מיינען.)
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
א שמועס פון sam harris צוריק אין 2014, אדרעסירענדיג די דעמאלסדיגע מדנ"י-כאמאס מלחמה, צוזאמען מיט זיין ברייטערע בליק איבער די צוויי..
https://www.samharris.org/podcasts/making-sense-episodes/why-dont-i-criticize-israel
שפתים ישק
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
די תשובה איז דער צווייטער. און עס איז נישט צוליב די חשובות פון אידן ווס גויים. די זעלבע וואלטן געטון סיי וועלכע לאנד ווען זייער פיינט באהאלט זיך צווישן די אייגענע. וואלט די אמעריקאנער מיליטער באמבאדירט אויפן זעלבן פארנעם ווען סאדאם חוסעין באהאלט זיך אין אן אמעריקאנער שטאט? וואלטן דראונס אריינגעשיקט געווארן אינמיטן נ.י. צו הרג'ענען אן אייסיס פירער פארענדיג מיט זיין קאר אויפן בי.קיו.אי.?
און די סיבה איז ווייל יעדע לאנד דארף באשיצען זיינע אייגענע בירגער, און דארף דאס האלטן אלס הויפט פראיאריטעט, די בירגער אינעם פיינטליכן לאנד וועלן מעגליך ליידן צוליב די מעשים פון זייערע פירער אדער גרופעס וועלכע זענען אקטיוו אין זייערע געגנטער, אבער דאס קען נישט זיין קיין שטער צו עלימינירן א געפאר.
זיכער וואלט די מיליטער געווען מער פארזיכטיג אויב חמאס וואלט זיך באהאלטן צווישן אידן, ווארום די גאנצע סיבה פארוואס זיי טוען באבאדירן איז דאך בלויז צו באשיצען אידן.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
יא,
ווען די ענדיגסט פרעגן די קשיא פון מדינת ישראל גיי ארום און פרעג די קשיא פון אלע שבעים אומות און נאכן פרעג עס פון אלע דיינע חבירים אין ביהמ"ד און פון דיר אליין זאג מיר אויב איינער האט געענטפערט "ניין" אויפריכטיגערהייט?
פונדאעמענטל "האקט" בטוב טעם
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ועשית ככל אשר יורוך.
📎 IMG_20231030_234016_142.jpg
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג

זיסע תגובה אויף יוטוב אויף די אישו פון א סיעספיייר וואס מאנכע פארלאנגען
There was a ceasefire up until Oct 6th tho? Wonder how that ended...
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
ייש"כ שפילער: איך האב נישט אויפגעהערט זיך צו ווארפן פאר געלעכטער.
דאס איז דאך די בעסטע חאמאס פראפאגאנדע פאר די (סרח'דיגע) נטורי חרתא. (מלשון חרא).
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.