☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16638
בלאט: 1 2 3 4 5

חובב ציון » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 3:35 am

· #538548
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #


אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
עס איז א שרעק צו זעהן די קאמענטס ווי די עולם דארט איז אזוי איבערגענומען פין די עמאציאנעלע סקיט די שנאת ישראל אוי טאטע עס רייסט

אלע צוזאמען » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 9:38 am

· #538562
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
berlbalaguleh #
שפילער #
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...

שפילער » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 11:59 am

· #538569
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
חובב ציון #
שפילער #


אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
עס איז א שרעק צו זעהן די קאמענטס ווי די עולם דארט איז אזוי איבערגענומען פין די עמאציאנעלע סקיט די שנאת ישראל אוי טאטע עס רייסט
סאיז א פחד ווי ער כאפט די שאל נאך בעפארן אריינגיין אין הויז און געט א שמיייכל ... וואסערע גופט ליגט אין דעם (און שקר)

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 1:37 pm

· #538571
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלע צוזאמען #
berlbalaguleh #
שפילער #
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...
אלע צוזאמען: ס'איז אבער אן אינטרעסאנטער "צופאל" אז אלע לינקע האבן "אויך" פיינט מדינת ישראל.ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין פאליטיש לינקער פארשוין (מלשון פרשנדתא) וואס זאלל אויסדרוקן סימפאטיע אדער בארעכטיגן די נקמה אקציעס פון מדינת ישראל...!

ביבער » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 2:13 pm

· #538573
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
וואס זענען גוטע טוויטער אקאונטס צו פאללויען וואס ברענגען קראנטע נייעס אויף די מלחמה?

אלפא » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 10:48 am

· #538599
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די אויפגעדעקטע פרצוף!


אינטרעסאנט איז נאר ווי זיי נוצן כמעט זעלבע ווערטער איבער מדנ"י ווי מדנ"י נוצט איבער זיי..
דאס אז מ'דארף עס אונטערברענגען, דאס אז מיר זוכן נישט קיין ציווילע, דאס אז 'זיי' זענען שילדיג אין אלעס און 'מיר' זענען אינגאנצן בארעכטיגט, וכו'.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 11:53 am

· #538601
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די רעפארטער גייט זיין פון די ערשטע צו געהארגעט ווערן אונטער א מלוכה געפירט דורך אים און זיין גרופע.

גפן » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 1:47 pm

· #538607
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ווער קען ארויפלייגן אן אינטעלעקטועלע דעבאטע צווישן די צוויי זייטן, מער אויף די היסטאריע ווי איידער די יעצטיגע קאנפליקט.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 2:20 pm

· #538609
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
berlbalaguleh #
אלע צוזאמען #
berlbalaguleh #
שפילער #
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...
אלע צוזאמען: ס'איז אבער אן אינטרעסאנטער "צופאל" אז אלע לינקע האבן "אויך" פיינט מדינת ישראל.ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין פאליטיש לינקער פארשוין (מלשון פרשנדתא) וואס זאלל אויסדרוקן סימפאטיע אדער בארעכטיגן די נקמה אקציעס פון מדינת ישראל...!
דארפסט געדענקן אז מדינת ישראל איז א רעכטע מדינה, די לינקע זענען כמעט שוין אפילו נישט קיין מינאריטעט, כמעט וואס זיי זענען נישטא.

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 2:44 pm

· #538613
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
די אויפגעדעקטע פרצוף!


אינטרעסאנט איז נאר ווי זיי נוצן כמעט זעלבע ווערטער איבער מדנ"י ווי מדנ"י נוצט איבער זיי..
דאס אז מ'דארף עס אונטערברענגען, דאס אז מיר זוכן נישט קיין ציווילע, דאס אז 'זיי' זענען שילדיג אין אלעס און 'מיר' זענען אינגאנצן בארעכטיגט, וכו'.
Omg ווען די ריפארטער פרעגט עים וואס האסטו געמיינט מיט occupation האסט געמיינט גאזא ? זאגט ער ניין איך מיין גאנץ פאליסטינע

אלפא » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 4:06 pm

· #538614
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
גפן #
ווער קען ארויפלייגן אן אינטעלעקטועלע דעבאטע צווישן די צוויי זייטן, מער אויף די היסטאריע ווי איידער די יעצטיגע קאנפליקט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=538458#p538458

אלפא » מוצ"ש נאוועמבער 4, 2023 4:39 pm

· #538667
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

חובב ציון » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 1:05 am

· #538701
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
https://drive.google.com/file/d/1ibSqWbT04cXD-lgbPDpA14Sq4SXL__-K/view?usp=drivesdk

א היימישע ווערסיע פין שנאת הארץ..
מרדכי הערש שפיטצער.

דערהויבענע איד » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 1:44 am

· #538705
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
חובב ציון #
https://drive.google.com/file/d/1ibSqWbT04cXD-lgbPDpA14Sq4SXL__-K/view?usp=drivesdk

א היימישע ווערסיע פין שנאת הארץ..
מרדכי הערש שפיטצער.

לא זכה נעשה לו סם המוות.

דברי הבל, שנאה, צביאות, עם הארצות וקטנות.

אלפא » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 10:53 am

· #538717
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שפילער » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 12:53 pm

· #538722
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
מעג מען רופן מיט די זעלבע צונאמען היטלער ימח שמו וזכרו הערצל ?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 1:20 pm

· #538724
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
אלפא: דער מעהדי האססאן איז נאך גאנץ "אבדזשעקטיוו" פאר אן אראבער. נאר זיי אלע פארפעהלן ארויסצוברענגען די צענטראלע נקודה. אז די רציחות פון שמחת תורה וואס די גרויזאמע מערדערס פון כאמאס האבן אדורכגעפיהרט זענען געווען אינגאנצן נישט פראוואצירט . און זענען אפן אקעגן זייערע "גענעווא קאנווענשן" געזעצן.

סקעפטיקער » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 5:21 pm

· #538748
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
ער איז נישט אינגאנצן גערעכט. רעטאריק געזאגט בשעת כעס איז נישט וויאזוי מ'באשלוסט intent, איך גלייב אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען נישט געהערט געווארן בעסערע ווערטער אנטקעגן די דייטשן (אריינגערעכנט ציווילע). די פאקט בלייסט אז די וועג וויאזוי מדינת ישראל גייט צו צו די מלחמה איז נישט וואס מ'טוט ווען די ציל איז Genocide. זייער ציל איז צו אראפברענגען חאמאס.
(נעמען נתניהו'ס ווערטער פון עמלק איז סתם נאריש, עס מיינט נישט גארנישט)

ברוך שפינוזה » זונטאג נאוועמבער 5, 2023 7:43 pm

· #538779
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סקעפטיקער: ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זי דראפעט זיך סתם אויף גראדע ווענט אבי צו קענען האבן טענות, איך פארגין עס איר מיט'ן גאנצן הארץ 🙂

וואס יא, נאכ'ן אויסהערן דעם שיינעם מוסר דרשה איז אן אנדערע קליפ ארויפגעקומען אויף מיין פיעד ווי א נייעסרעפארטער טענה'ט זיך אויס מיט א פוילישער באאמטער פארוואס פוילן נעמט נישט אריין קיין מוסולמענע פלטים, ס'קומט נישט ממש אריין דא אבער ס'איז פונעם זעלבן ענין, ס'האט מיר געקאסט א גוטן לאך.

אלפא » מאנטאג נאוועמבער 6, 2023 10:19 am

· #538797
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

חובב ציון » מאנטאג נאוועמבער 6, 2023 1:47 pm

· #538815
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
דער איז גרייט אויפצועסן לעבידיגערהייט די שפירא..

פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?

אלפא » מאנטאג נאוועמבער 6, 2023 1:58 pm

· #538817
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
חובב ציון #

פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?
https://en.wikipedia.org/wiki/2018%E2%80%932019_Gaza_border_protests

שפילער » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 6:04 pm

· #538877
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.


ווער איז דעי זכר?...

אלפא » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 7:22 pm

· #538879
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.


דאגלאס מאררי - א באקאנטע אידן פריינט, מיט אביסל קלארקייט..

באופן כללי באמערק איך מער און מער וויאזוי די רעטאריק ארום די מלחמה קען זיך בשום אופן נישט האלטן גראד פאר קיין מינוט - פון אלע זייטן.
יעדעס ווארט וואס מ'זאגט גייט גלייך אריין אין די ביינערי פון אנטי-סעמיטיק/איסלאמא-פאביק, רעכט/לינק, ראסיסם/WOKE, אפרעסאר/אפרעסט, ליגנער/הייליג, זייער/אונזער, א.א.וו. עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסצוזאגן קיין גראד ווארט, און די אטאמאטישע קאטעגראזירונג גיבט נאר צו צום פארטיזאנעם נאטור אז אפי' איינער וואס וואלט לכתחילה פראבירט צו זיין מער מאדערעט וועט בס"ה אויפגעבן און זאגן אלעס וואס ליגט אים אויפן הארץ על אף די אויל וואס עס לייגט נאר צו, וחוזר חלילה. אזש עס פילט זיך ווי אין די גלעזל קאווע בשעת'ן עס אויסמישן מיטן לעפל - ווי אין די צענטער איז ליידיג און אלע ווערן געשטופט צו איין זייט אדער די צווייטע לויטן ריטעם, מ'דארף נאר אידענטיפיצירן ווער און וואס עס שטייט איבער דאס פאליטיש 'קאך לעפל' כעת אין די וועלט.

מ'דארף וויכטיג אנקומען צו א געוויסע פלאץ וואו עס הערשט מער טאלערירונג, מער הומיליטי, און מער געדולד, טאקע צו די נאן-סענס, ליגנטס, און אפי' רשעות פון די קעגנער, ווייל אויב נישט גייט זיך די שפיגל טענה'ריי אנהאלטן פאר אייביג און נאר עסקעלעיטן וואס א טאג מער עס גייט פארביי...

בר גיורא » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 9:39 pm

· #538883
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #


ווער איז דעי זכר?...
א פרא חאמאס אנטי ישראל און א רעדזשיסטעד ס**ס אפענדער...

William Scott Ritter Jr. is an American author, international relations analyst, former United States Marine Corps intelligence officer, former United Nations Special Commission weapons inspector, and a convicted sex offender.

https://en.wikipedia.org/wiki/Scott_Ritter

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 9:58 pm

· #538884
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #


ווער איז דעי זכר?...
ער זאגט אזעלכע געשמאקע זאכן וואס הרב ישראל דויד ווייס האט זייער שטארק ליעב צו הערן. ער איז משבח די כאמאס און זאגט אז זיי האבן אדורכגעפיהרט א געלונגענע מיליטערישע אפעראציע. נאר ער רעדט אפיקורסות און כפירה. ער זאגט (מיט איין זייט פון זיין פיסק) אז מדינת ישראל האט רעכט צו עקזיסטירן. וויאזוי קען אן ערליכער איד אזוי ווי הרב ווייס און דער אסטראלאג הערן אזעלכע דברי כפירה. (דער אסטראלאג פארשטייט, מסתמא נישט וואס דער גוי רעדט. נאך א מזל)

טראלל » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 10:01 pm

· #538885
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא
באופן כללי באמערק איך מער און מער וויאזוי די רעטאריק ארום די מלחמה קען זיך בשום אופן נישט האלטן גראד פאר קיין מינוט - פון אלע זייטן.
יעדעס ווארט וואס מ'זאגט גייט גלייך אריין אין די ביינערי פון אנטי-סעמיטיק/איסלאמא-פאביק, רעכט/לינק, ראסיסם/WOKE, אפרעסאר/אפרעסט, ליגנער/הייליג, זייער/אונזער, א.א.וו. עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסצוזאגן קיין גראד ווארט, און די אטאמאטישע קאטעגראזירונג גיבט נאר צו צום פארטיזאנעם נאטור אז אפי' איינער וואס וואלט לכתחילה פראבירט צו זיין מער מאדערעט וועט בס"ה אויפגעבן און זאגן אלעס וואס ליגט אים אויפן הארץ על אף די אויל וואס עס לייגט נאר צו, וחוזר חלילה.
די סיבה איז ווייל די גאנצע וויכוח ארום דעם ישראל-פאלעסטינע "קאנפליקט" האט מען מתחילה אויסגעטראפן סתם אנצזייען חילוקי דעות זיך צו האלטן פארנומען, סתם זאגן א מיינונג אז דער אמת זאל געזאגט ווערן איז דאך נישט אינטערעסאנט, מ'קען פאר די זעלבע געלד אנאליזירן די חילוקים אין הנהגה צווישן ארז און נחמן. ס'איז די זעלבע בחינה ווי גענדער אידענטיטי פאליטיקס און אנדערע אזעלכע סארט שטותים, אזויווי דער עולם איז לאנגווייליג נעמט מען א מינדערוויכטיגע אישו און מ'בלאזט עס אויף להגדיל תורה ולהאדירה, נאר גראדע איז פונקט די גורל געפאלן אויף אונז, ס'וואלט פונקט אזוי געקענט פאלן אויף סיי וועלכע פון די צענדליגע קאנפליקטן און מלחמות איבער די וועלט וואס מאנען פילפאכיג מער קרבנות אויף א טעגליכן פארנעם. אבער דו קענסט נישט ערווארטן פון איינער פון די גרויסע מיינונגסזאגער דאס צו זאגן ווייל מיט דעם הארגעט ער אוועק זיין פרנסה, ס'איז פונקט ווי דו זאלסט אנרופן א בראוקער אז דו ווילסט קויפן א הויז און ער ענטפערט דיך אז גראדע קען ער איינער וואס האט א הויז צו פארקויפן און פארוואס זאלסטו נישט נעמען יענעמ'ס טעלעפאון נאמבער און האנדלען מיט יענעם דירעקט פשוט צו שפארן דיין צייט און געלד 😂

אלפא » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 9:45 am

· #538900
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
זיי מסביר 'ווער' האט עס 'גענומען' און אויפגעבלאזן? וויאזוי פונקטליך האט זיך עס אויפגעבלאזן? איז געווען עפעס אזא אפמאך צווישן די אונטערוועלט-מידיע-מאפיאנערן וכדו'? פארוואס איז דאס אזוי הייס אויף סאציאלע מידיע פון די מינוט פון די אטאקע?

איך זע דא אן אמת'ע קאמפליצירטע סוגיא, א חלק אלס די פסיכאלאגיע דערפון וואס נעמט אריין אנטי-סעמיטיזם א.ד.ג. און א חלק אלס די היסטאריע און פאליטיקס דערפון וואס איז בכלל נישט שיינעדיג און קלאר אויף קיין איין זייט (והא ראי' איינס פון די צוויי האלבע וועלט גייט זיך רעגן איבער וועלכע זייט דו נעמסט נאר...)

מיין שאלה איז מער געווען איבער סאסייעטי בכלליות פארוואס טאלעראנץ איז אריינגעפארן אין דר'ערד און פארוואס שטופט מען אריין יעדער וואס וואויסט זיין שטומע אין איינס פון די צוויי זייער שמאלע איינזייטיגקייטן?

אלע צוזאמען » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 11:19 am

· #538904
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא #
חובב ציון #

פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?
https://en.wikipedia.org/wiki/2018%E2%80%932019_Gaza_border_protests
און דאס איז פרידליך?!?

פונדאַמענטאַל » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 2:19 pm

· #538912
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Piers Morgan אין א טוויטער מלחמה מיט נישט קיין צווייטען ווי Benny Friedman...
https://x.com/BennysMusic/status/1722252222724206596?t=Nlnah0PcojpE7fKMzIQldg&s=09

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 2:26 pm

· #538982
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.


😂 😂

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 3:12 pm

· #538984
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
צוויי משוגעים...
די פיערס איז נאך די גרעסטע אורח וואס האט ער געטראכט מיטן זיי ביידע ארויפברענגען..?

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:44 pm

· #539101
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אייזענע פרענק קאול מיט הארווערד יונעווערסיטי אנצינעמען א כאמאס קעמפער.

איז דאס אן עכטע call?

https://twitter.com/i/status/1724070347333333036

אלפא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:14 pm

· #539131
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.


לכאו' די בעסטע אנאליז דערווייל צווישן אלע וואס איך האב נאכגעפאלגט!

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:28 pm

· #539314
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
Omg דעי פירס מארגן איז אייזן ער האט צאמגעזעצט דעם שמולי בוטח מיט דעם Mohammed Hijab

גרייטס אן די פאפקארן

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm

· #539316
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #


😂 😂
😃 😂 👍 !?How is this not staged

חובב ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:59 pm

· #539318
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דאס האלטן בילדער אין אריינהאקען איז היפאקראטיש פין די מוחאמעד ימ"ש, ער איז געקומען דא פאר א דעבאטע זיך אויסצוטענהן אז עס איז דא טויטע ווייס איך,
ער האט געוואלט אז רעביי שמואלי זאל אגאנצען צייט האלטען א בילד פין א טויטע ישראלישע בעבי... דאס קענן די חעברע גוט האלטן בילדער.. עס איז אויכעט נאריש דאס אריינשרייען אין גיין פרעזענליך.

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:25 pm

· #539319
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ביידע גייען פערזענליך, דער חילוק איז נאר אז מאהמיד גייט אביסל טיפער ווייל ער רעדט וועגן זיין ס***ביזנעס, איך מיין אז שמואלי וואלט נישט געדארפט ווערן אזוי אפענדעד פון אים און זיך אויסלאכן, די וועג וויזוי שמולי שרייט אויף אים א גאנצע צייט מאכט אים אויסזעהן שוואך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:46 pm

· #539320
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #


😂 😂
שפילער: ייש"כ. דער "שמייליגער" פויפסט (ימ"ש) אזוי ווי אייביג וועקט זיך אויף ווען די אידן (יא די אידן, לידיעתך הרב בערגער און הרב ש.ב. מרגליות) שלאגן צוריק. אוואו איז ער געווען דער גרויסער "צאדיק" אום שמח"ת ווען די מערדערס פון כאמאס האבן געמארדעט אידן מיט די גרעסטע אכזריות?

אויך. איך האב געהאט א גרויסע הנאה ווען דער אנטיסעמיט און איפכא מסתברא טשענק אודיור האט זיך גערעגט אויף שמואלי בוטח...!

שפילער » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:46 pm

· #539328
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
יעצט וויל איך דער פירס מארגן זאל צאמברענגען אויף א דיבעיט מאהמיד מיט בען שפירא! אוי וועט גיין פייער!!

איך טראכט יעצט אריין sweet dreams
It's never gonna happen
ער האט נישט שיין גערעדט אויף בען און אויף זיין ווייב. שפירא וועט זיך קיינמאל נישט אראפזעצן מיט עים

סקעפטיקער » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:18 am

· #539356
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די אלע היציגע דיבעיטס ברענגען נישט אין ערגעץ, ווער עס האט א בעסערע פיסק איז דער געוואונער

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:07 pm

· #539369
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סקעפטיקער
די אלע היציגע דיבעיטס ברענגען נישט אין ערגעץ, ווער עס האט א בעסערע פיסק איז דער געוואונער
ווער וואלסטו געוואלט זאל געווינען, דער מיט'ן שוואכערן פיסק?

סקעפטיקער » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:54 pm

· #539372
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ברוך שפינוזה #
סקעפטיקער
די אלע היציגע דיבעיטס ברענגען נישט אין ערגעץ, ווער עס האט א בעסערע פיסק איז דער געוואונער
ווער וואלסטו געוואלט זאל געווינען, דער מיט'ן שוואכערן פיסק?
איך ברענג נאר ארויס אז די דעאטעס מאכט קיימעם נישט קלאר, און טוישט נישט קיינעם'ס מיינונג. עס זענען דא גענוג ראויגע און פריעדליכע דעבאטעס איבער די נושא וואס העלפן פארשטיין די חילוקים צווישן די צדדים, למשל דאס

בר גיורא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:31 pm

· #539376
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סקעפטיקער #
ברוך שפינוזה #
סקעפטיקער
די אלע היציגע דיבעיטס ברענגען נישט אין ערגעץ, ווער עס האט א בעסערע פיסק איז דער געוואונער
ווער וואלסטו געוואלט זאל געווינען, דער מיט'ן שוואכערן פיסק?
איך ברענג נאר ארויס אז די דעאטעס מאכט קיימעם נישט קלאר, און טוישט נישט קיינעם'ס מיינונג. עס זענען דא גענוג ראויגע און פריעדליכע דעבאטעס איבער די נושא וואס העלפן פארשטיין די חילוקים צווישן די צדדים, למשל דאס
מדארף ווען האבן מער דיבעיטס אן אוידיענס, מיט אומפארטייעישע שופטים, וואס זאלן נאר פאסקנען אויב א טענה איז logically valid אדער סאיז א falecy אין א גימיק.
די סארט דיבעיטס ווערן ליידער ווייניגער און ווייניגער אין די סואשעל מידיע עפאכע ווי יעדער לעבט אין א עקא טשעמבער דיזיינט דורך די אלגריטמס אז די זאלסט זיצען דארט ווי מער.

חובב ציון » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:58 pm

· #539377
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שפילער #
יעצט וויל איך דער פירס מארגן זאל צאמברענגען אויף א דיבעיט מאהמיד מיט בען שפירא! אוי וועט גיין פייער!!

איך טראכט יעצט אריין sweet dreams
It's never gonna happen
ער האט נישט שיין גערעדט אויף בען און אויף זיין ווייב. שפירא וועט זיך קיינמאל נישט אראפזעצן מיט עים
וואס איז אפילו אינטרעסאנט פין די מוכאמוד? סתם א נארסיסט וואס שרייט אריין אין האלט פיקטשערס, עס ברויך זיין איינער וואס האט עפעס מאראל, סתם זיך איבערשרייען איינער די אנדערע איז נאנסענס, ניטאמאל פאר אינטערטעימענט איז עס גוט..

כרם זית » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:36 pm

· #539397
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דער מחמד דערמאנט מיר פון ר' יוסף מזרחי.

סקעפטיקער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:39 pm

· #539434
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סליפקין קומט אריין מיט א קלארע פלאן פארן עתיד
https://www.rationalistjudaism.com/p/israel-and-the-palestinians-a-realistic

מתתיהו » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:56 pm

· #539437
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ער איז היפש בייעס לטובת די פאלעסטינער אבער איז דאך אינטערסאנט צו הערן:

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:37 am

· #539694
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די בעסטע מערסט באלאנסירטע אנאליז איבער די פאלעסטינע קאנפליקט. נאך אלע "בעסטע" וואס כ'האב שוין געזען ביז יעצט, איז דאס "די" בעסטע

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:41 pm

· #539726
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
טמיר
די בעסטע מערסט באלאנסירטע אנאליז איבער די פאלעסטינע קאנפליקט. נאך אלע "בעסטע" וואס כ'האב שוין געזען ביז יעצט, איז דאס "די" בעסטע
זייער שיין. הגם באמת אינטערעסירט מיר גאנץ קנאפ די גאנצע פאלעסטינע פאליטיק, בכלל די ווארט "באלאנצירט" איבעלט מיר געפערליך און ברענגט מיר ליטעראלי צו ברעכן, ס'איז די ערשטע לינק אין דעם אשכול (אויסער די שמואלי בוטח) אויף וואס איך האב בכלל געקליקט, איך ווייס נישט פארוואס, מעגליך אז איך האב פשוט געוואלט זעהן וואס דו רופסט אן באלאנצירט... למעשה האט דער פראפעסאר גאר א געשמאקע טעם זקנים, יעדעס ווארט זיינעם איז אויסצושמאטשקען 👍 בכלל האב איך זייער הנאה געהאט ווי ער מיידט אויס די אלע woke דילעמאס און קירעוועט צוריק דעם שמועס אויף א נארמאלן ריכטונג, ער איז נישט פאר און נישט קעגן, ס'פשוט דא וויכטיגערע אישוס מיט וואס זיך צו ספראווען ווי די אלע פריש געבאקענע "פראבלעמען" וואס פלאגן די היינטיגע לאנגווייליגע יוגנט. ווי אויך איז מיר זייער געפאלן ווי ער נוצט די ווארט enterprise 😂
בלאט: 1 2 3 4 5