☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ

"סיעמס" אויף פרויען שטרימפ

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1646
בלאט: 1 2

chosen people » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:36 pm

· #39749
"סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
מיך באדערט שוין א לאנגע צייט וועגן די סיעמס, וואס איז די אויפטו, קודם אויב די טייטץ איז דורכזיכטיג וואס העלפט מיר די סיעמס, מען זעהט דאך אדורך די פיס, און אויב עס איז נישט דורכזיכטיג און מען קען נישט זעהן די פיס, אין אזא פאל איז דען אסור צוגיין מיט א טייטץ וואס זעהט אויס ווי פיס? און אויב עס איז עס אסור, וואס העלפט די סיעמס פאר דעם?
נאך א זאך, פארוועם מען געמאכט די סיעמס? אז די מענער זאלן נישט מיינען אז עס איז עכטע פיס, דעמאלטס פארוואס ליגט די סיעמס פון אונטן עס וואלט געדארפט זיין פון פארנט, אמר רבי יוחנן אחורי הארי ולא אחורי האשה,
נאך א זאך, די פאקט איז אז סיעמס מאכט אויסזעהן די פיס דארער.
אויכעט דער יונגערמאן וואס האלט די אויגן אויף אראפ און די אויגן באגעגנט זיך מיט די סיעמס גייט אטאמאטיש זיין אויגן אויף ארויף... ווי מען זעהט ביי הל' סוכה מבוי חנוכה..

און צום לעצט, אע"פ שאין ראיה לדבר אבל זכר לדבר איכא.. איך האב א שוועגערין וואס גייט מיט דורכזיכטיגע טייטץ אבער מיט סיעמס, איך האב איינמאל.. גערעדט צו איהר וועגן דעם, האט זי מיר געזאגט וואס הייסט, איך האב סיעמס...

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:00 pm

· #39757
אז מען רעדט שוין וועגן דעם ענין פון טייטץ מיט יא אדער נישט סיעמס, און וועגן די קאלירן דערפון, וואלט מיר אינטרעסאנט געווען צו וויסן די מקור ביי די יונגערע מיידלעך.
אלס יונגע מיידל, ביז היי-סקול, דארף מען (ע"פ די מוסדות) גיין א טונקעלע קאליר אינדערוואכן, און דווקא ווייס לכבוד שבת. פון סיעמס רעדט מען אפילו נישט.
ווען מען ווערט עלטער, טוישט זיך די מעשה, נישטא מער קיין ווייס לכבוד שב"ק, נאר דעם זעלבן קאליר שטענדיג, און די בעיזש קאליר מוז פלוצים באקומען א סיעם.

האבן די קאלירן א מקור? און די יארגאנג ווען און וויאזוי, און די סיעמס?
איך גלייב נישט אז אינדערהיים איז די גאנצע זאך געווען א אישו. ווען איז געווארן די נייע סטאנדארד און פארוואס?

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:59 pm

· #39812
שמעקעדיג
האבן די קאלירן א מקור? און די יארגאנג ווען און וויאזוי, און די סיעמס?
איך גלייב נישט אז אינדערהיים איז די גאנצע זאך געווען א אישו. ווען איז געווארן די נייע סטאנדארד און פארוואס?

האסט א הוא אמינא אז ס'האט יא א מקור?
הלכות גרביונים ובו ב' סעיפים
א) נהגו בכל תפוצות תבל שהבתולות תלכנה עם גרביונים בצבעים כהים בימות החול, ובשבת קודש הולכות עם לבנים כנגד זכור ושמור וכנגד הטל שירד עם לחם המשנה, המן שירד לאבותינו במדבר. הגה במקצת קהילות נהגו בנות ישראל להחמיר על עצמן טיפת הגרביון, שגם בחולו של מועד הולכות עם מכנסי בד, כזרע גד לבן, והיודעי דבר אומרים שטעמו כצפיחית בדבש, וכן נוהגין.
ב) משנכנסות לכלל בוגרות, מתחילות לילך בצבע ירוק כמראה הקיא (פאלם בלע"ז) ומקפידין שיהיה עליהם פס היורד מלמעלה למטה באחורי רגליהן, יש דורשים אותו לשבח, שמגרה בהן אנשים כדי שיקפצו עליה קופצים, ויש דורשים אותו לגנאי, שבא להראות שהירקרק הזה איננו צבע רגליהן חלילה, כי גנאי היא לבת ישראל להיות להן צבע עוריהן כבני ארץ כוש, אלא להגיד שבחן שאין זה כי אם בתי רגליהן שעונדות כדי להכעיר את עצמן, לנעול דלת בפני לוין.

כ'האב אמאל געהערט אז די פאלם טייטס איז געווארן ווען א איד האט זיך אפגערעדט צו די רעביצין אלטע פייגא אז זיין סטאקינגס פירמע גייט אין דער ערד, קיינער קויפט נישט ווייל ס'האט זייער א מאוסע קאליר, איז זי אריין מיט עם צום דברי ויואל משה (להוציא ראשי מבין שני הרים, ומי אני לבא אחר המלכים) און פארגעלייגט אז ער מאכט זייער צניעות'דיגע שטרימפ און זי האלט אז מ'זאל מחייב זיין אלע תלמידות צו גיין מיט זיי, און מ'וועט רופן די קאמפאני "פאלם" על שם עצי תמרים טייטעלבוים. ע"כ השמועה, אויב איינער ווייסט צו דאס איז כולו אדער חצי אמת צי אפשר הוילע פאנטאזיע זאל ביטע מודיע זיין.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:26 pm

· #39815
געפילטע, וועלכע לוין לויפט נאך מיידלך?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:28 pm

· #39816
נטעי הדגים בתפארתה!
(קאמפעטישן פאר נטעי ההרים)

איך אויך » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:37 pm

· #39819
די מעשה סאונד אביסל פאאר פעטשד אבער אויב איז עס אמת וועלן די סאטמערע עס פארוואנדלען אין א מסירות נפש אז דער רבי זי"ע איז געווען גרייט מען זאל אפשפעטן פון סאטמער אבי צו ראטעווען די פרנסה פון א איד בלא בלא בלא.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:38 pm

· #39820
איך אויך
געפילטע, וועלכע לוין לויפט נאך מיידלך?

איך דארף אויך וויסען פון וועם זיי האבן געבארגט? איך קען נאר איבערזאגן וואס מ'האט מיר מגלה געוועזן בחזיון לילה, מער פון דעם וויס איך נישט.
שמעקעדיג
נטעי הדגים בתפארתה!
(קאמפעטישן פאר נטעי ההרים)

חלילה קיין קאמפעטישען, יהי רצון שאגיע לקרסולי רגלי תלמידי תלמידיו.

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:01 pm

· #39825
chosen people
מיך באדערט שוין א לאנגע צייט וועגן די סיעמס, וואס איז די אויפטו, קודם אויב די טייטץ איז דורכזיכטיג וואס העלפט מיר די סיעמס, מען זעהט דאך אדורך די פיס, און אויב עס איז נישט דורכזיכטיג און מען קען נישט זעהן די פיס, אין אזא פאל איז דען אסור צוגיין מיט א טייטץ וואס זעהט אויס ווי פיס? און אויב עס איז עס אסור, וואס העלפט די סיעמס פאר דעם?
נאך א זאך, פארוועם מען געמאכט די סיעמס? אז די מענער זאלן נישט מיינען אז עס איז עכטע פיס, דעמאלטס פארוואס ליגט די סיעמס פון אונטן עס וואלט געדארפט זיין פון פארנט, אמר רבי יוחנן אחורי הארי ולא אחורי האשה,
נאך א זאך, די פאקט איז אז סיעמס מאכט אויסזעהן די פיס דארער.
אויכעט דער יונגערמאן וואס האלט די אויגן אויף אראפ און די אויגן באגעגנט זיך מיט די סיעמס גייט אטאמאטיש זיין אויגן אויף ארויף... ווי מען זעהט ביי הל' סוכה מבוי חנוכה..

און צום לעצט, אע"פ שאין ראיה לדבר אבל זכר לדבר איכא.. איך האב א שוועגערין וואס גייט מיט דורכזיכטיגע טייטץ אבער מיט סיעמס, איך האב איינמאל.. גערעדט צו איהר וועגן דעם, האט זי מיר געזאגט וואס הייסט, איך האב סיעמס...


Tights with seams are more tradition than tznious. As for men if you go with a broad hat, you know he belongs to Neturei Karta or Satmar, if Samet's hat, then you belong to Bobov.

Sometimes you see women with see-thru tights, but when you see the seams, you will understand where they belong. And this is necessary, as the men's hat.

Seams should be evident from the back. On the face everyone knows where you belong, but from the back, no one knows, but when you see seams, you know.

gehlungen » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:04 pm

· #39847
we will
Tights with seams are more tradition than tznious. As for men if you go with a broad hat, you know he belongs to Neturei Karta or Satmar, if Samet's hat, then you belong to Bobov.

Sometimes you see women with see-thru tights, but when you see the seams, you will understand where they belong. And this is necessary, as the men's hat.

Seams should be evident from the back. On the face everyone knows where you belong, but from the back, no one knows, but when you see seams, you know.

I think that you know that you are talking hoidel boidel.

יהושע חיים » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:41 pm

· #41954
אויב מען מעג צולייגן א קשיא איז אז די שטרימפ זענען אזוי דין אז מען זעט נישט אויב עס דא בכלל שטרימפ, איז וואס א נפ"מ אז מען "ווייסט" אז עס איז שטרימפ דארט, והדבר צריך ביאור.

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:29 am

· #549899
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
chosen people #
איך האב א שוועגערין וואס גייט מיט דורכזיכטיגע טייטץ אבער מיט סיעמס, איך האב איינמאל.. גערעדט צו איהר וועגן דעם, האט זי מיר געזאגט וואס הייסט, איך האב סיעמס...

סאו וואס ווילסטו פון דיין שוועגערין, זי זאל נישט גיין מיט קיין סימס, אדער זי זאל נישט גיין מיט קיין סי-טראו?

קריגס מיניסטער » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:37 am

· #549900
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
וואס גייט דיך אן בכלל וואס דיין שוועגערין גייט?
דו ווילסט אז מארגן זאל זי זיך אנהייבן אריין מישן אין דיינע זאכן? פארוואס דו גייסט נישט מיט די ר''ת'ס?

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:48 am

· #549903
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
גערעכט, לכאורה שטערט עס אים, ער האט הרהורים. אויב אזוי זאל זיך זיין ווייב אויך טוישן.

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:46 am

· #549905
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
והיינו טעמא מים חיים סאדע והיינו טעמא דפאלם טייצס מיט סיעמס וכו', די ליסטע איז גרויס.

סאטמאר רב ז"ל איז געווען א פראקטישע מנהיג און ער האט געוואלט צושטעלן פרנסה פאר זיינע חסידים.

זיינע חסידים האבן געעפנט קאמפעניס און די רבי מיט די רביצין האבן אוועקגעשטעלט א חוב קדוש אז מען מוז קויפן ביי זיי.

אזוי איז געווען איינע פון די וועגן וויאזוי סאטמארע אידן זענען געווארן רייך כאטשיג זיי האבן זיך א פאך קיינמאל געלערנט.

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:52 am

· #549917
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
לאכעדיג #
והיינו טעמא מים חיים סאדע והיינו טעמא דפאלם טייצס מיט סיעמס וכו', די ליסטע איז גרויס.

סאטמאר רב ז"ל איז געווען א פראקטישע מנהיג און ער האט געוואלט צושטעלן פרנסה פאר זיינע חסידים.

זיינע חסידים האבן געעפנט קאמפעניס און די רבי מיט די רביצין האבן אוועקגעשטעלט א חוב קדוש אז מען מוז קויפן ביי זיי.

אזוי איז געווען איינע פון די וועגן וויאזוי סאטמארע אידן זענען געווארן רייך כאטשיג זיי האבן זיך א פאך קיינמאל געלערנט.
איך גלייב נישט די מעשה

צומישט און צוחישט » פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:30 am

· #549925
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
לאכעדיג #
והיינו טעמא מים חיים סאדע והיינו טעמא דפאלם טייצס מיט סיעמס וכו', די ליסטע איז גרויס.

סאטמאר רב ז"ל איז געווען א פראקטישע מנהיג און ער האט געוואלט צושטעלן פרנסה פאר זיינע חסידים.

זיינע חסידים האבן געעפנט קאמפעניס און די רבי מיט די רביצין האבן אוועקגעשטעלט א חוב קדוש אז מען מוז קויפן ביי זיי.

אזוי איז געווען איינע פון די וועגן וויאזוי סאטמארע אידן זענען געווארן רייך כאטשיג זיי האבן זיך א פאך קיינמאל געלערנט.
לויט דעם קומט אויס אז דאס וואס די רבי האט אנגעטוהן ערב יום כיפור די טייטס אויף זיין פינגער צו זעהן אויב ס'דורכזיכטיג, איז נישט געווען וועגן צניעות, נאר די מדריגה איז אז אפי' אין די פארנומענע הייליגע שעות האט ער זיך אוועקגעגעבן פאר א חסיד זיינעם זאל האבן פרנסה.

mechel » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:04 pm

· #549961
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
ווייס ווערסע...
ער האט געהייסן מר בראך עפענען די פאלם קאמפעני, ווייל ער האט געוואלט סזאל זיין דיקע טייטס מעסס פראדוקטשען.
אין היות מיט די דעמאלסדיגע מעשינען איז נישט געווען וויאזוי צו פראדוצירן דיקע טייטס נאר מיט א סיעם, איז די סיעם געווען די סימן אז סאיז דיקע פאלם טייטס. סהאט גענומען יארן ביז וויזנער האט געקויפט א סיעם מאשין ארויפצולייגען אויף עני טייטס

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:59 pm

· #549975
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
דער פותח האשכול האט א שטארקע נקודה מיט דעם וואס ער זאגט אז א (אפגעהיטענער) יונגערמאן וועלכער גייט מיט די אויגן אראפ ווען ער וועט זעהן די סיעמס וועט ער גלייך (אומבאוויסטזיניג) אויפהייבן די אויגן ארויף.

איך בין אמאל געווען ביי א משפחה שמחה (א פדיון הבן?) אין סקווירא. פלוצלינג האט דער גבאי (ר' ישעי' אונגאר, ז"ל) אויסגערופן הויעך..."אלע פרויען זאללן אראפ גיין פון די מחיצה" האט א יעדער איינער גלייך ארויפגעקוקט. ביז דאמאלס האט קיין איינער נישט געקוקט אויף די מחיצה און ווער ס'שטייט דארט.

ועוד: איך האב אמאל געזעהן א היספאנישע שיקסע גיין מיט סיעמס, (רח"ל).

יא. איך בין א שייגעץ איך האב געקוקט. נאר דאס ווייזט ווי שטארק סיעמס איז א סגולה אדער א סימן פון צניעות...!

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 18, 2024 7:10 am

· #550041
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
עובדא ידענא פון א גויטע וואס האט אפגעשטעלט אויף די גאס א סאטמארער ווייבל אין איינע פון די אידישע קווארטלעך, און געפרעגט וואו זי האט געקויפט די שיינע טייטס מיט די סיעמס. ויהי לפלא.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 18, 2024 10:10 am

· #550044
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
ווייסע זאקן מיט סיעמס - אייוועלט

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4921049#p4921049

moneyminded » זונטאג פעברואר 18, 2024 12:02 pm

· #550057
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
עס איז דא וואס זענען מהדר צו גיין מיט סיעמס אויך פון פארענט

nespresso » זונטאג פעברואר 18, 2024 1:14 pm

· #550067
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
mechel #
ווייס ווערסע...
ער האט געהייסן מר בראך עפענען די פאלם קאמפעני, ווייל ער האט געוואלט סזאל זיין דיקע טייטס מעסס פראדוקטשען.
אין היות מיט די דעמאלסדיגע מעשינען איז נישט געווען וויאזוי צו פראדוצירן דיקע טייטס נאר מיט א סיעם, איז די סיעם געווען די סימן אז סאיז דיקע פאלם טייטס. סהאט גענומען יארן ביז וויזנער האט געקויפט א סיעם מאשין ארויפצולייגען אויף עני טייטס

סימס איז געווען א מאדע ביי די גוים, ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען טייטס איז נישט געווען צו באקומען, פלעגט מען מאכן א סים מיט א מארקער עס זאל אויסזען ווי מען גייט מיט טייטס

https://www.sarahsundin.com/make-it-do-stocking-shortages-in-world-war-ii/
https://www.perfumepassage.org/news/paint-hosiery-during-war-years

געטרייע טאטע » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:09 am

· #550495
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:35 am

· #550531
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
דו זאגסט גוט: איך קען דיר געבן אן ענטפער. נאר איך ווייס אז ס'וועט נישט זיין מקובל. אפילו נישט אין מילתא דבדיחותא...!

ועוד: ס'איז אין די זעלבע בחינה ווי א טלית שכולו תכלת. איז עס חייב בציצית, אדער נישט?

moneyminded » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:46 am

· #550536
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
געטרייע טאטע #
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?
דאס איז א מיליאן דאלאר שאלה,
און אויך פארוואס ווען שפיצלעך גייען מיט שווארצע שטרימפ איז עס הייליג,
און ווען שייטלעך גייען מיט שווארצע טייטס איז עס טריפה,
גיי פארשטיי

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:12 am

· #550539
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:16 am

· #550559
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
געטרייע טאטע #
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס די אדמורי״ם מעגען דאווענען נאך חצות.

מאנרא יונגערמאן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:10 am

· #550580
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
ווי שטייט אז מדארף בכלל גיין מיט טייטץ

אלע צוזאמען » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:20 am

· #550581
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
מאנרא יונגערמאן #
ווי שטייט אז מדארף בכלל גיין מיט טייטץ
מ’דארף טאקע נישט...

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:29 am

· #550585
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
moneyminded #
געטרייע טאטע #
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?
דאס איז א מיליאן דאלאר שאלה,
און אויך פארוואס ווען שפיצלעך גייען מיט שווארצע שטרימפ איז עס הייליג,
און ווען שייטלעך גייען מיט שווארצע טייטס איז עס טריפה,
גיי פארשטיי
איך קען מרחיב את הדיבור זיין איבער די סוגיא. נאר איך וויל נישט אויפמאכן נאך א "ווינדאו". אדער א "פענדאורא'ס שאכטל". ווייל די (געוויינליכע) שפרינגערס וועללן ארויפשפרינגען אויף מיר. כל אחד בדרכו. ואין צורך לפורטם. ווייל א יעדער ווייסט ווער זיי זענען.

איכ'ל נאר ברענגען א משל. דער שרייבער חיים גראדע האט פארציילט אז אינדערהעים אין די ליטא האבן די ערליכע אידן געזאגט...אז א בארד אן פיאות איז א טריפה'נע בארד. (והא ראיה) הערצל האט אויך א בארד.

מאנרא יונגערמאן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:24 pm

· #550595
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
אלע צוזאמען #
מאנרא יונגערמאן #
ווי שטייט אז מדארף בכלל גיין מיט טייטץ
מ’דארף טאקע נישט...
סא פארוואס גייט מיין ווייב מיט טייטץ

אלע צוזאמען » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:28 pm

· #550596
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
מאנרא יונגערמאן #
אלע צוזאמען #
מאנרא יונגערמאן #
ווי שטייט אז מדארף בכלל גיין מיט טייטץ
מ’דארף טאקע נישט...
סא פארוואס גייט מיין ווייב מיט טייטץ
פרעג איר נישט מיך.
מ’דארף זיין צניעות’דיג דעטס איט.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:10 pm

· #550611
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
מאנרא יונגערמאן #
סאו פארוואס גייט מיין ווייב מיט טייטץ

ווייל אין די 60'ערס איז דאס געוועהן די סטייל אין די אלגעמיינע גאס, אין וויבאלד אונזער סיסטעם איז אויך אריין אין קראפט אין די 60'ערס, איז עס געבליבען אז וואס איז אין סטייל בימים ההם איז צניעות מכאן ואילך פריצות.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:17 pm

· #550613
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
היינו טעמא דטייץ היינו טעמא דלאנגע סקורטס ועוד הרבה
צניעות איז א מדה פונעם באשיידענקייט [אויך איז דא הלכות לגבי תפילה ועוד], עס האט גארנישט מיט וואס עפעס א באבע אדער באבא האט מחליט געווען

אלבערט איינשטיין » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:23 pm

· #550615
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
געטרייע טאטע #
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?

זייער פשוט. שווארצע טייטס זעהט נישט אויס ווי די פיס, מה שאין כן די ברוינע (בעידש) קאליר איז אפיציעל די קאליר.

Antibacterial » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:12 pm

· #550626
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
אלע צוזאמען #
מאנרא יונגערמאן #
ווי שטייט אז מדארף בכלל גיין מיט טייטץ
מ’דארף טאקע נישט...
איר מיינט צו זאגן אז ע''פ הלכה דארף מען נישט? ווייל לויט רוב פוסקים חוץ פון די פרי מגדים און משנה ברורה האלטן אז שוק מיינט פון די קני ביזן קנעכל.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:20 pm

· #550627
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
פארדעם איז זאקן אויך גוט, און אויב מען גייט לאנגע סקורטס אזוי ווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען איז נישט דא קיין חשש אז מען וועט קענען זעהן העכער די זאקען, משא"כ די היינטיגע מאדערנע וואס האבן מחליט געווען אז קורצע סקורטס [4 אינטשעס וכו'] זענען מער צניעות'דיג האבען טאקע א פראבלעם און דארפן אפשר גיין מיט טייטץ

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:21 pm

· #550628
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
אלבערט איינשטיין #
געטרייע טאטע #
פרויען וואס גייען מיט שווארצע זאקן דארפן נישט גיין מיט סיעמס, מה פשט?

זייער פשוט. שווארצע טייטס זעהט נישט אויס ווי די פיס מה שאין כן די ברוינע (בעידש) קאליר איז אפציעל די קאליר.

איז אויב אזוי סיעמס נאר פאר די סקין קאליר טייטץ אבער די דיקערע דארפן נישט קיין סיעמ"ס? לא ראיתי נוהגין כן אצל אנשי הסיעמ"ס

Antibacterial » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:28 pm

· #550629
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
היימלינד #
פארדעם איז זאקן אויך גוט, און אויב מען גייט לאנגע סקורטס אזוי ווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען איז נישט דא קיין חשש אז מען וועט קענען זעהן העכער די זאקען, משא"כ די היינטיגע מאדערנע וואס האבן מחליט געווען אז קורצע סקורטס [4 אינטשעס וכו'] זענען מער צניעות'דיג האבען טאקע א פראבלעם און דארפן אפשר גיין מיט טייטץ

דער עיקר איז אז שוק באשה ערוה. זאקן/טייטס, סיעמס אדער נישט, בעיזש/שווארץ, איז שוין נעקסט סטעפ. אבער די פוס דארף זיין פארדעקט.

יעצט קענסטו פרעגן פארוואס 4 inches איז מער צניעות ווי מידי סקירטס. פרעג נישט מיר ווייל איך ווייס נישט, פרעג פון די וואס פארשטייען צו קולטור...

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:04 pm

· #550639
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
איך האב נישט געפרעגט, נאר געזאגט

אלבערט איינשטיין » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:30 pm

· #550648
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
היימלינד #
איז אויב אזוי סיעמס נאר פאר די סקין קאליר טייטץ אבער די דיקערע דארפען נישט קיין סיעמ"ס? לא ראיתי נוהגין כן אצל אנשי הסיעמ"ס

דאס איז שוין א חומרא אויף א חומרא, א גזירה אויף א גזירה, וואס אפילו אין די צייטן פון גמרא האט מען נישט דאס געטוהן, טוהט מען דאס היינטיגע צייטן.
דיקע טייטס פון א נישט גוטע ברוינע קאליר איז פשוט א חומרא, און די סימס איז אפילו אויב איין מענטש פון מיליאן וועט יא מיינען אז עס איז פיס, זאל יענע באמערקן די הייוועי.
שווארץ ווייסט מען קלאר אז עס איז נישט פיס

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:51 am

· #550831
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
Antibacterial #
היימלינד #
פארדעם איז זאקן אויך גוט, און אויב מען גייט לאנגע סקורטס אזוי ווי אונזערע באבעס זענען געגאנגען איז נישט דא קיין חשש אז מען וועט קענען זעהן העכער די זאקען, משא"כ די היינטיגע מאדערנע וואס האבן מחליט געווען אז קורצע סקורטס [4 אינטשעס וכו'] זענען מער צניעות'דיג האבען טאקע א פראבלעם און דארפן אפשר גיין מיט טייטץ

דער עיקר איז אז שוק באשה ערוה. זאקן/טייטס, סיעמס אדער נישט, בעיזש/שווארץ, איז שוין נעקסט סטעפ. אבער די פוס דארף זיין פארדעקט.

יעצט קענסטו פרעגן פארוואס 4 inches איז מער צניעות ווי מידי סקירטס. פרעג נישט מיר ווייל איך ווייס נישט, פרעג פון די וואס פארשטייען צו קולטור...
די גאנצע טייץ איז זייער שווער צו פארשטיין, אויב אינטער די קני איז ערווה איז טייץ נישט גענוג, און אויב איז עס נישט ערווה וואס דארף מען בככל טייץ . נאר מען מוז צוקומען אז דאס איז געװען די סטייל און 1960

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:47 pm

· #550925
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
Antibacterial #
דער עיקר איז אז שוק באשה ערוה.
זאקן/טייטס, סיעמס אדער נישט, בעיזש/שווארץ, איז שוין נעקסט סטעפ. אבער די פוס דארף זיין פארדעקט.

דאס איז ווען מ'רעדט הלכה'דיג. נאר אונזער עולם מאכט זיך דאך נאריש (כנוסח הרב פאלק זצוק"ל). מ'דינגט זיך ווייסע, שווארצע, בעיזש אדער ברוין וכו'.

געטרייע טאטע » פרייטאג פעברואר 23, 2024 8:13 am

· #551043
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
די היינטיגע פרויען גייען שוין מיט לאנגע skirt לויט וואס עס איז די סטייל אין עס פעלט נישט אויס מער צו גיין מיט סיעמס ווייל מען זעהט כמעט שוין נישט די פיס

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 23, 2024 9:40 am

· #551049
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
געטרייע טאטע #
די היינטיגע פרויען גייען שוין מיט לאנגע skirt לויט וואס עס איז די סטייל אין עס פעלט נישט אויס מער צו גיין מיט סיעמס ווייל מען זעהט כמעט שוין נישט די פיס
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מען טארנישט גיין מיט לאנגע פאנדזשעלאוס, ווייל מען קען ציקימען צי גיין מיט טייץ אן סימס…..

yesiknow » פרייטאג פעברואר 23, 2024 10:16 am

· #551050
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
צריך לומר גיין אהן טייטס לגמרי וכן נוהגין

געטרייע טאטע » פרייטאג פעברואר 23, 2024 11:37 am

· #551054
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
😂😂😂😂😂

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:20 pm

· #551074
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
קהל'ס נער #
געטרייע טאטע #
די היינטיגע פרויען גייען שוין מיט לאנגע skirt לויט וואס עס איז די סטייל אין עס פעלט נישט אויס מער צו גיין מיט סיעמס ווייל מען זעהט כמעט שוין נישט די פיס
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מען טארנישט גיין מיט לאנגע פאנדזשעלאוס, ווייל מען קען ציקימען צי גיין מיט טייץ אן סימס…..
ס'איז דא נאך 2 טעמים. איינס קען איך דיר דא מסביר זיין . די צווייטע וועל איך זאגן אין "מאחורי".

דער ערשטער טעם איז פשוט. אז די רבנים זאללן נישט (ח"ו) בלייבן אן קיין ארבעט. מ'האט שוין אלעס געאסר'ט. שייגעץ בייקס און לאנגע שייטלעך. די רשימה איז נאך לאנג. ואין כאן המקום להאריך.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:23 pm

· #551075
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
Antibacterial #
דער עיקר איז אז שוק באשה ערוה. זאקן/טייטס, סיעמס אדער נישט, בעיזש/שווארץ, איז שוין נעקסט סטעפ. אבער די פוס דארף זיין פארדעקט.
פאר די רעקארד, שוק איז וואס הייסט אין אידיש שויס, thigh אין ענגליש. פון די קני און אונטער איז נישט דא קיין שום ענין אז ס'זאל זיין פארדעקט, נישט קיין טייטס, נישט קיין סיעמס, נישט קיין קלייד, נאדא.

Antibacterial » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:41 pm

· #551082
Re: "סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
ברוך שפינוזה #
Antibacterial #
דער עיקר איז אז שוק באשה ערוה. זאקן/טייטס, סיעמס אדער נישט, בעיזש/שווארץ, איז שוין נעקסט סטעפ. אבער די פוס דארף זיין פארדעקט.
פאר די רעקארד, שוק איז וואס הייסט אין אידיש שויס, thigh אין ענגליש. פון די קני און אונטער איז נישט דא קיין שום ענין אז ס'זאל זיין פארדעקט, נישט קיין טייטס, נישט קיין סיעמס, נישט קיין קלייד, נאדא.
כמדומה לי אז איר האט א גרויסן טעות. ווי געשריבען איז דאס נאר שיטת הפרי מגדים און ממש אלע פוסקים חוץ פון די משנה ברורה פסקענען נישט אזוי.
בלאט: 1 2