☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16196

די אנדערע זייט » פרייטאג מאי 19, 2023 2:33 pm

· #525307
ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
עס איז באקאנט אז אויסער די אידישע סייט "קאווע שטיבל" ווי אונז ערליכע אידן פארברענגען אויף א אויסגעהאלטענע פארנעם, ווי אידן שומתו"מ פון די גאנצע וועלט קומען זיך צוזאם און מען טוט דארעך דברים העומדים על הפרק אדער העומדים ברומו של עולם, תורה ועבודה וגמולת חסדים, אינטערסאנטע נייעס און קרישקעלעך, ביז גאר טיפע השקפה , רייכע היסטאריע און הייקעלע נושאים, א.א.וו.

איז אויכעט דא נאך א סייט, א אידישע סייט, וואס ריפט זיך אידישע וועלט פארומס, אדער אין קורצן אייוועלט, דעס איז שוין מער א עקסטרעמע סייט, טראץ וואס זיי זענען אויכעט שומרי תורה ומצוות, האבן זיי אבער אויכעט ציגעלייגט נאך פארשידענע גדרים וסיוגים אפילו עס האט נישט דווקא א שייכות צו אידישקייט,

אזוי ווי יעדע האקעלע נושא נישט קיין חילוק פון וועלכע ענין איז לפי דעתם בעסער אז מ'רעדט נישט, קען דארט נישט געשריבן ווערן רוב זאכן וואס ווערט דא געשריבן,
און די וועג ווי אזוי ס'האלט זיך אקטיוו איז דארעכדעם וואס יעדע נייעס'ל גרויס און קליין ווערט געמאלדן אזוי אויכעט די פארברענגען דארט וכו' וכו'.

עכ"פ ווי פארשטענדליך איז איינע פון די הארבסטע זאכן דארט אונזער חשובה סייט "קאווע שטיבל" וואס איז לדעתם א שרעקליכע פירצה און זייער נישט אויסגעהאלטן והדברים ידועים,

ווי פארשטייט זיך אליינס אז ברענגען אדער ציצייכענען ק"ש איז דארט א עון פלילי אז פארדעם אליין קען מען פליען פון דארט, (גראדע און די ערשטע יארן פון ק"ש איז עס יא דערמאנט געווארן דארט)

מילא יעצט ווען ס'ווערט יא דערמאנט איז ווערד אז מ'זאל עס די אראפּ ברענגען צי זעהן , (אסאך מאל ווערט עס שפעטער פארמעקט דארט)
אפילו עס איז נישט אזוי אונטערסאנט , און פאר א גרויס חלק אונטערסירט עס בכלל נישט, אעפ"כ וועלן זיכער זיין אידן וואס וועלן הנאה האבען,

די גאנצע הקדמה איז נאר געשריבן געווארן ווייל איך האב געוואלט ברענגען די פאלגענדע סקרין שאט וואס כ'האב היינט באמערקט דארט (גראדע שוין געשריבן געווארן עטליכע טעג צירוק) און איך האב עס נישט געהאט ווי צי לייגען, ואיתכם הסליחה
📎 IMG_20230519_140400_928.JPG

שעפטאל » פרייטאג מאי 19, 2023 3:35 pm

· #525312
אין דעם נייע פארעם זאל מען אפשר אויך ברענגען יעדע מאל ק"ש ווערט דערמאנט אין סיי וועלכע פארמאכטע-עקסטרעמע שמועס, קופקע, מקוה.

ס'דערמאנט פונעם איד וואס האט זיך אפגערעדט צום קאצק'ר(?): כ'בין דאך אזא בורח מן הכבוד, ווי אזוי קען זיין אז די כבוד לויפט מיך נישט נאך?
האט ער עם געזאגט: יע, דו לויפסט אוועק, אבער דו האלסט זיך אין איין צוריק דרייען צו זעהן אויב די כבוד לויפט דיך נאך... [ס'ביסט נאך עטעטשד צו דעם]

כ'חוש סתם ארום... ס'דא א סיבה פ.וו. מ'זאל ווילן וויסן, נאך דערצו אויב מ'לעבט מיט זיי.

די אנדערע זייט » פרייטאג מאי 19, 2023 4:01 pm

· #525316
לבקשת @שעפטאל
איינער האט מיך אריין געשיקט א סקרין שאט פון א טעלעגראם גראופּ פון א דריי וואכן צירוק ווי איינער רעדט אקעגען ק"ש, וואס ס'איז אינטערסאנט אז יענער האט נישט קיין שום פראבלעם צי זיצען אויף טעלעגראם אבער ק"ש איז א פראבלעם
📎 IMG_20230519_155524_316.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 7:32 pm

· #525351
זיכער: קאווע שטיבל מעג זיך שעמען (פאר די אמת'ע ערליכע אפגעהיטענע אידן). דא דרייען זיך אפיקורסים, ציונים און אנדערע ברואים מיט דיעות נפסדות. און קיינער מעקט נישט אין גרויסן.

ס'איז גראדע דא איינער א (שטיקל) ארוני און א(געפערליכער) ציוני. רובא דרובא מעקט מען איהם נישט. דער חשוב'ער מנהל און זיין אסיסטענט (כ'זאג נישט ווער ס'איז. גאר א חשוב'ער איד. ספעציעל בעיני עצמו) מעקן אמאל אמאל זיינע תגובות און הגהות. אדער מ'שיקט א ווארענונג מזמן לזמן. און ער גייט נאכאלץ (ליידער/ב"ה. טעיק יור פיק)אן בחוזק יד. אבי נישט קיין אנדערע חוזק...! א גוט שבת.

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:23 am

· #525395
berlbalaguleh
זיכער: קאווע שטיבל מעג זיך שעמען (פאר די אמת'ע ערליכע אפגעהיטענע אידן). דא דרייען זיך אפיקורסים, ציונים און אנדערע ברואים מיט דיעות נפסדות. און קיינער מעקט נישט אין גרויסן.
איך זעה נישט די פראבלעים אזש צו מעקן, מיינונגען און שיטות ריגארדלעס פון וועם.

ווי איך בין יא א חסיד פון מעקן איז ווען אינדיווידואלע משפחה פייטס, אדער אינדיווידואלע מענטשען מיט זייערע עוולות ווערן צושמירט דא אויף די שטיבל ווענט, דארף לכאורה גענומען ווערן שריט. ברם אותו המנהל לטוב. ווען איינער האטסעך גענומען שרייבן וועגן די שאצ'ער רביצין מיט די אינטערנעל פייט האט ער פארמעקט. דאס האב איך דוקא יא געשטיצט.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 3:45 am

· #525431
לייביששרייבער: בד"כ ביסטו גערעכט. אבער דו כאפסט נישט אז איך האב געשריבן א ביסל סארקאסטיש. ווייל צומאל (א סאך מאל) מעקט מען יא מיינע תגובות און א ביסל שארפע מיינונגען איבער געוויסע עניינים מיט'ן תירוץ אז..."ס'פארדרייט דעם שמועס"...!

שערי יושר » זונטאג מאי 21, 2023 3:55 am

· #525432
בערל, ביסט מיין באליבסטע ניק דא, איך באלעק מיך פון דיינע זיסע מעשילעך, למעשה ביסטו א נוטוריאס שמועס פארדרייער,

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 4:07 am

· #525434
אה... דאס איז א מיינונגס פארשידנהייט. איך האלט אז נישט. ווייל אז מ'ווארפט אריין א זייטיגן, אינטרעסאנטן קאמענט הייסט נאכנישט אז מ'פארדרייט דעם שמועס. מ'קען אייביג צוריקגיין צו דעם אריגינאלן קאנווערסעישן. לאידך גיסא. אן די אדהער הענד. אויב מ'האלט זיך שטרענג נאר צו די שמאלע זייט איז דער ויכוח נישט זייער אינטרעסאנט.

שרייבען » זונטאג מאי 21, 2023 1:49 pm

· #525475
berlbalaguleh
אה... דאס איז א מיינונגס פארשידנהייט. איך האלט אז נישט. ווייל אז מ'ווארפט אריין א זייטיגן, אינטרעסאנטן קאמענט הייסט נאכנישט אז מ'פארדרייט דעם שמועס. מ'קען אייביג צוריקגיין צו דעם אריגינאלן קאנווערסעישן. לאידך גיסא. אן די אדהער הענד. אויב מ'האלט זיך שטרענג נאר צו די שמאלע זייט איז דער ויכוח נישט זייער אינטרעסאנט.
So lets go back to kave shtibel on Ivelt

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 1:55 pm

· #525480
שרייבען: ייש"כ. דאס זענען מיינע "גוטע פריינט"...!

שמן למאור » זונטאג מאי 21, 2023 8:40 pm

· #525581
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62647
📎 Screenshot_20230521-203921_Chrome.jpg

yn.NY » מאנטאג מאי 22, 2023 4:06 pm

· #525703
קאווע שטיבל אין די נייעס...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62385

מרדכי מרדכי » מאנטאג מאי 29, 2023 11:12 am

· #526350
די אנדערע זייט
לבקשת @שעפטאל
איינער האט מיך אריין געשיקט א סקרין שאט פון א טעלעגראם גראופּ פון א דריי וואכן צירוק ווי איינער רעדט אקעגען ק"ש, וואס ס'איז אינטערסאנט אז יענער האט נישט קיין שום פראבלעם צי זיצען אויף טעלעגראם אבער ק"ש איז א פראבלעם
איך קען דעם יאסי גאנץ גוט. ער איז נישט איינער וואס האט א פראבלעם מיט קאווע שטיבל

דערהויבענע איד » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:42 pm

· #539363
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

טל ומטר » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:37 am

· #541704
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
אייוועלט איז דאון יעצט

משה זעקעל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:47 am

· #541705
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
טל ומטר #
אייוועלט איז דאון יעצט
עפשער א העקינג

זיי האבן לעצטנס אויפגערעגט אסאך מענטשן

היימלינד » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:27 pm

· #541722
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
שוין אפען, געווען אן איבערפלוס פון מענטשען, עפעס אזוי

עמרם » מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:34 pm

· #545892
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
גענימען פון דא
📎 CP20_20240122-233034~2.png

עמרם » מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:59 pm

· #545899
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב נישט קיין אנונג

ס''ה געזעהן דארט

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:21 am

· #545950
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
אונטערסאנט איז, אז ווען ק''ש האט זיך געעפנט האט מען געהעריג גערעדט דערפון (בעסער געזאגט, געהאקט אויף דעם) אין אייוועלט

כמדומה לי אז די אשכול אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט האט מען דערמאלטס דארט געעפנט

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:29 am

· #545953
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
איך גיי נישט יעצט ברענגען אלע מאל וואס ק''ש איז דעמאנט געווארן אויף אייוועלט די לעצטע 12 יאר (אפי' די אשכול איז לכאורה יא געמאכט פאר דעם)
אבער איך וועל ברענגן א חלק פון די צווייטע תגובה פון די אויבען דערמאנטע אשכול וואס האט מיך אביסל געכאפט
למעלה משבעים #


איך קען קוים ווארטן עס זאל זיך אנרוקן צום קאווע טרינקן אפאר צוהיצטע חברה, און מען וועט דארפן מעקן און נישט קענען ארויסשרייבן פארוואס עס איז געמעקט געווארן, אפשר דאן וועלן די יעניקע פארשטיין פשט אין די געשמאקע צענזור...

(איך מיין קיינעם נישט פרעזענליך)

צוויי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:51 pm

· #546089
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
היינטיגע צייטן ווערט עס דערמאנט מיטן ר"ת ק"ש
איך בין נייגעריג וואס געשעהנט ווען מ'שרייבט דארט ארויס די ווארט 'קאווע שטיבל'
צו ס'טוישט זיך אטאמאטיש אזוי ווי פארשידענע אנדערע ווערטער

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:52 pm

· #546090
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
צוויי #
היינטיגע צייטן ווערט עס דערמאנט מיטן ר"ת ק"ש
איך בין נייגעריג וואס געשעהנט ווען מ'שרייבט דארט ארויס די ווארט 'קאווע שטיבל'
צו ס'טוישט זיך אטאמאטיש אזוי ווי פארשידענע אנדערע ווערטער
ניין
לכאורה ווייל ס'ווערט אויך געניצט פאר אנדערע זאכן

אבימלך » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:00 am

· #546163
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
[ציטאט אראפגענומען]
דארט זעהט מען טאקע אז מ'קען יא ארויס שרייבן

און ניין איך האב גארנישט מיט יענע אבימלך ווי שוין געשריבן אין מיין ערשטע תגובה
(און איך ווייס אפילו נישט אויב ער איז אן איידעם ביי סטראלאוויטש)

אבימלך » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:06 am

· #546165
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
וואס איך האב נישט געוויסט אז @שדכן גדול פון אייוועלט דרייט זיך דא !

וויסן זאלסטו אז איך האב הנאה פון דיינע תגובות דארט, בפרט פון דיין זיכעריי נאך @אבנר בן-נר
(און אבנר וואלט זיך אויך געמעקט דרייען דא, אויב ער דרייט זיך נאכנישט)

אבימלך » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:07 am

· #546166
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
אבימלך #
[ציטאט אראפגענומען]
דארט זעהט מען טאקע אז מ'קען יא ארויס שרייבן

און ניין איך האב גארנישט מיט יענע אבימלך ווי שוין געשריבן אין מיין ערשטע תגובה
(און איך ווייס אפילו נישט אויב ער איז אן איידעם ביי סטראלאוויטש)
זעה איך יעצט אז @שדכן האט שוין דארט פאראכטן אז ס'האט גארנישט מיט אים

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:13 am

· #546170
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
אבימלך #
וואס איך האב נישט געוויסט אז @שדכן גדול פון אייוועלט דרייט זיך דא !

וויסן זאלסטו אז איך האב הנאה פון דיינע תגובות דארט, בפרט פון דיין זיכעריי נאך @אבנר בן-נר
(און אבנר וואלט זיך אויך געמעקט דרייען דא, אויב ער דרייט זיך נאכנישט)
פ"וו מיינסטו אז אבנר איז ק"ש מאטעריאל?

אבימלך » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:14 am

· #546171
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
סוף טוב הכל טוב #
אבימלך #
וואס איך האב נישט געוויסט אז @שדכן גדול פון אייוועלט דרייט זיך דא !

וויסן זאלסטו אז איך האב הנאה פון דיינע תגובות דארט, בפרט פון דיין זיכעריי נאך @אבנר בן-נר
(און אבנר וואלט זיך אויך געמעקט דרייען דא, אויב ער דרייט זיך נאכנישט)
פ"וו מיינסטו אז אבנר איז ק"ש מאטעריאל?
איך קען מיך נישט אויס מיט ק''ש מאטריאל

אבער ער האט דארט געשריבן צו די זאך, און מיט שכל
האלט איך אז מ'וואלט הנאה געהאט דא פון אים !

מנחם מנדל » זונטאג פעברואר 4, 2024 6:35 pm

· #548074
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4895864#p4895864
נאכאמזל ער איז נישט קיין גוי...

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2024 7:10 pm

· #548080
מנחם מנדל #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4895864#p4895864
נאכאמזל ער איז נישט קיין גוי...
😂 😃

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:24 pm

· #550436
ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
📎 ק''ש.png שוין נישט דארט (געווען דא)
📎 ק''ש.png

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:41 am

· #552204
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

עמרם » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:21 pm

· #554847
ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אידטיש
📎 2ק''ש.png
📎 2ק''ש.png

מנחם מנדל » זונטאג מאי 26, 2024 3:35 pm

· #563316
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
📎 Screenshot_20240526_153341_Ivelt.jpg

אלפא » זונטאג מאי 26, 2024 3:47 pm

· #563319
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
ס'מיר א געוואלדיגע כבוד אז יחליצך קוקט אונז אן 'מעסיוו'... 😛

שפילער » זונטאג מאי 26, 2024 3:51 pm

· #563320
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
מנחם מנדל #
Screenshot_20240526_153341_Ivelt.jpg
איך טראכט אז מען דארף אנשטעלן יעדע מאל עס קימט ארויף א תגובה אויף יענעם אשכול זאל ארויפקימען דא א נאטיפאקאציע ...

עמרם » פרייטאג יוני 14, 2024 3:51 pm

· #564923
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
📎 IMG_20240614_154959.jpg

מילך טראק » פרייטאג יוני 14, 2024 5:54 pm

· #564933
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
עבודה זרה איז כמעט אזוי הארב ווי ציונות

שוואכער » דינסטאג יוני 18, 2024 7:16 am

· #565303
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

שפילער » זונטאג יוני 23, 2024 11:56 pm

· #566000
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
שפילער #
מנחם מנדל #
Screenshot_20240526_153341_Ivelt.jpg
איך טראכט אז מען דארף אנשטעלן יעדע מאל עס קימט ארויף א תגובה אויף יענעם אשכול זאל ארויפקימען דא א נאטיפאקאציע ...
און אנדערע נייעס איז די הנהלה פון אייוועלט געקימען צום שכל און יענער אשכול איז געפלויגן...

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יולי 17, 2024 1:59 am

· #568237
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט

חב''ד הויזן » זונטאג יולי 21, 2024 10:57 pm

· #568426
Re: ווען קאווע שטיבל ווערט דערמאנט אין אייוועלט
האמיר דא לעזער קרויס פון קול מבשר
📎 Screenshot_20240721-225556-479.png