☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

254 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16186
בלאט: 1 2 3 4 5 6

צומישט און צוחישט » זונטאג יוני 18, 2023 11:34 pm

· #528829
[ציטאט אראפגענומען]
גם אני שמעתי.
נאכגעזאגט די באקאנטע טייטש: שוחט משום מאי מיחייב משום צובע...
(דהיינו מ'פארבט עבירות ס'זאל אויסקוקן ווי מצוות)

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 18, 2023 11:59 pm

· #528833
בעל אחריות
איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
גא''מ, ביי מיר אינדערהיים ווייסט מען שוין פון פאר די פרשה, אז התאחדות איז א גאר שוואכע הכשר, און ס'איז נאר א בדיעבד שבדיעבד.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 19, 2023 12:49 am

· #528838
אינטערסאנטער

נישט אומזינסט האט וועד הכשרות קרית יואל עטליכע יאר צוריק געוואלט ארויסקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג אז מען סטאפט צו נעמען סאכדעס פרודאקטן, טאקע וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן וואס פאר א ריזיגע קוראפשען און הפקירות עס טוט זיך דארט, ביז ר' הלל וויינבערגער האט זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל דאס נישט טוהן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויפנעמען נייע משגיחים און מען גייט זיך פארבעסערן. זייט דעמאלס האט מען אנגעפאנגען צו שיקן אביסל משגיחים "בלויז אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, ער האט שפעטער אויך לעצטנס צוגעלייגט ר' ישי ליבערמאן.

און פארוואס האט ער דאס געטוהן? נאר נאכדעם וואס ער האט געציטערט אז מען גייט ארויסקומען קעגן אים, דאס הייסט א הכשר? אויף אזעלכע מענטשן דארף מען זיך פארלאזן? און אפילו יעצט איז דאס נאך אלס א שיף אן א רודער, קענסט מאכן א קאמפעני אין פענסילוועניע און טוהן דארט וואס די ווילסט, ווילאנג די שיקסט די טשעק צו התאחדות גייען זיי ניטאמאל אראפקומען צו דיר, זיי זענען איין שטיק קוראפשען.
איך בין אויך סוספיסיש אויף התאחדות הכשר, נישט וויסענדיג ווער ס'איז די בעל אחראי דארט און וואס זייערע סטאנדארטן זענען, אבער וואס ברענגסטי מיר א ראי' פון וועד הכשרות קר"י? ווייסטי דען נישט אז די ארונים זענען שוין לאנג נישט אויף איין פעיזש מיט התאחדות? ובפרט אין כשרות ווי די וואלאווע רב'ס זון איז פון די פירער פון ועד כשרות דקר"י.

און נאכאמאל, איך זאג נישט אז התאחדות הכשר איז נישט קאראפטירט, ובפרט נאכ'ן יעצטיגע סומאטוכע, ווי ס'נתגלה געווארן קלונם ברבים.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 19, 2023 12:52 am

· #528840
yn.NY
אבטח ולא אפחד
וויאזוי שטייט אין רש"י דער וואך?
ווואלאווע רב שפיקח היה מה ראה לשטות זו?
ווען אין וואלאווע ישיבה לאזט מען נישט אריין מיט התאחדות הכשר און סאטמאר פלייש פארשטיי איך, אבער דערווייל האט די וואלאווע ישיבה נאכנישט ג'אסרט...
וואלאווע רב'ס בעק-אפ פלאן איז אז די ארונים וועלן איהם שטיצען אנשטאט...
ארונים מאכן שבת פאר זיך מיט זייער אייגענע ועד הכשרות. צופיל קען ער נישט פארדינען פון זיי. איך גלייב אז ער האט זיך געמאכט די חשבון אז ער וועט נישט צופיל שאדן האבן פון א זלונישע בויקאט. און איך מיין אז חוץ די מוסדות איז נישטא קיינער וואס צעקראצט זיך פון די בויקאט

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 19, 2023 12:53 am

· #528841
אלע צוזאמען
הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
וואס האבן זיי געקויפט פון פריינד'ס? רויע פיש?

מקץ שנתים » מאנטאג יוני 19, 2023 10:31 am

· #528863
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
[ציטאט אראפגענומען]
ניין. סתם אן עלילת דם על אדם כשר אז ער מישט א טאפ וואס האט נישט מיט עם. זיך באצויגן צו גאר אן אנדערן ענין.

מקץ שנתים » מאנטאג יוני 19, 2023 10:46 am

· #528866
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
צומישט און צוחישט
[ציטאט אראפגענומען]
גם אני שמעתי.
נאכגעזאגט די באקאנטע טייטש: שוחט משום מאי מיחייב משום צובע...
(דהיינו מ'פארבט עבירות ס'זאל אויסקוקן ווי מצוות)
בע״כ האט די מחבר פונעם טייטש שוין 300 יאר צירוק (כמדומה מקורה מהבעש״ט הק׳) זיך אויך באצויגן צום וואלאווע תשפ״ג איבערקערעניש, ווייל נאכזאגן אזא טייטש קען דאך נישט מיינען עפעס אנדערש..

נישטא ווער סזאל לאכן.

עלילת דם.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 19, 2023 11:09 am

· #528871
אלע צוזאמען
הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
פארן ברעכן א קאנטראקט פאר אזאנע סיבות קען מען אריינגעבן א קלאגע.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 19, 2023 11:11 am

· #528872
בעל אחריות
איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
אדער אויפהערן ניצן הכשרים מיט אידישע אותיות.

חב''ד הויזן » מאנטאג יוני 19, 2023 11:32 am

· #528874
מקץ שנתים
[ציטאט אראפגענומען]
ניין. סתם אן עלילת דם על אדם כשר אז ער מישט א טאפ וואס האט נישט מיט עם. זיך באצויגן צו גאר אן אנדערן ענין.
🙄 וועלכע ענין?

און פארוואס האט עס נישט מיט אים? אויב איז דא א פראבלעם מיט וואלאווע הכשר איז עס נוגע יעדע איד פון כלל ישראל, ניט אזוי?

פאריעריגע שניי » מאנטאג יוני 19, 2023 4:22 pm

· #528895
שמחת בית סאטמאר
📎 IMG-20230619-WA0207.jpg

קהל'ס נער » מאנטאג יוני 19, 2023 4:31 pm

· #528896
פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
מען זאל אנזאגן דעם חתן צי זאגן אינטערן חופה ״הרי את מקודשת על מנת שלא תקנו מאכלים עם הכשר וואלאווע״

shadchan » מאנטאג יוני 19, 2023 4:41 pm

· #528897
פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
בין איך א כופר אז איך גלייב עס נישט?

shadchan » מאנטאג יוני 19, 2023 4:45 pm

· #528898
אין בד'וו א ארויני האט מיר געזאגט עפעס אז ביי זיי האט מען עס אויך געאסערט אדער עפעס אזוי?

אבטח ולא אפחד » מאנטאג יוני 19, 2023 5:38 pm

· #528902
פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
וואW אזוי שארף צו גיין אפיציעל?!!

יין שרף » מאנטאג יוני 19, 2023 6:21 pm

· #528906
אבטח ולא אפחד
פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
וואW אזוי שארף צו גיין אפיציעל?!!
לכאורה א פאלש צעטל

ערליכער איד » מאנטאג יוני 19, 2023 10:06 pm

· #528931
איך כהאב אלעמאל געהאלטן אז אלעס איז אייין שטיק בלאף אין שקר……
אין יעצט איז נתגלה געווארן דעים אמתדיג׳ן פנים, אז אלעס איז געלט מיט כבוד….
גארנישט מער!!!!

צומישט און צוחישט » מאנטאג יוני 19, 2023 11:49 pm

· #528949
[ציטאט אראפגענומען]
שמעתי אז ער גייט זיך היינט משתתף זיין בהחתונה בבית מהר"יי מ'סאטמאר לאות פיוס

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 12:10 am

· #528951
.
📎 12.png

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 20, 2023 12:55 am

· #528956
יין שרף
אבטח ולא אפחד
פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
וואW אזוי שארף צו גיין אפיציעל?!!
לכאורה א פאלש צעטל
לכאורה?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2023 12:57 am

· #528957
דער גאלדענער אדלער
בעל אחריות
איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
אדער אויפהערן ניצן הכשרים מיט אידישע אותיות.
ומעשה שהיה: א איד וועלכער איז געקומען אלס משולח פון ארץ ישראל קיין אמעריקע האט זיך בארימט אז אין אמעריקע האט ער נאר געגעסן פראדוקטן מיט א הכשר פוןן OR. נישט פון (ח"ו) פון OU. ווייל התאחדות איז אקעגן די OU הכשרים...!

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 21, 2023 6:43 pm

· #529298
לענ"ד רז"ל ווערט קרעז"ל, השוחד יעור עיני חכמים, די ראשי הפארטיי פון וואס ער איז עומד בראש גייט נישט אריין נעמען אין זיינע מוסדות אולמות וכיוצ"ב קיין שום פראדוקט וואס האט דערויף די חותם הכשרות פון וואלאווע. אין אנדערע ווערטער, ער סטראשעט די קאמפעניס אראפצונעמען דעם וואלאווא'ס הכשר און נעמען א אנדערע, טאמער נישט שטייען זיי אויס צו פארלירן שווערע טויזענטע דאללערס.

יעדער איינער פון גרויס ביז קליין ווייסט אז דאס האט גארנישט מיטן באשעפער, אלזא, אריינצושלעפן דעם בורא עולם אין דיינע פריוואטע ביזנעס געשעפטן איז פשוט גרויליג ווען מ'טוט דאס פאר געפעכט, שלאגעריי און רייבעריי.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2023 6:50 pm

· #529300
א גוט מארגן דולה; אין וועלכן פלאנעט לעבט איר? איר זענט א היגער? דע טארער גייט שוין ווייסעכווילאנג! איבערוואס האט איר זיך היצטערט דערמאנט? עפעס קוועטשט אייך יעצט מער, ווי פון דרייסיג, פופציג צו הונדערט יאר צוריק? אדער אין דעם גילגול זענט איר פשוט אין די פוד ליין און איר שפירט דעם לחץ..

Dodo » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:11 pm

· #533788
איינער מיט די נייע קונטרס וואס מהרז"ל האט ארויס גיגעבן וועגן די מערכה?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:05 am

· #533796
דער גאלדענער אדלער
א גוט מארגן דולה; אין וועלכן פלאנעט לעבט איר? איר זענט א היגער? דע טארער גייט שוין ווייסעכווילאנג! איבערוואס האט איר זיך היצטערט דערמאנט? עפעס קוועטשט אייך יעצט מער, ווי פון דרייסיג, פופציג צו הונדערט יאר צוריק? אדער אין דעם גילגול זענט איר פשוט אין די פוד ליין און איר שפירט דעם לחץ..
ווייל ביי די איצטיגע מערכה וואס 82 ליע וקהילת מהרז"ל פיהרט אן איז עס מער בולט ווי סיי ווען פריער. ביז איצט זענען געווען ק"ן טעמים אויף אלעס וואס די ק"ק האט געטון, נאר ביי די איצטיגע מערכה איז ברור כשמש אז מ'מיינט נאר צו באשיצן די אייגענע קעשענע, ותו לא מידי.

היט שבת » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:38 am

· #533800
סאטמאר מהרזל פלאנט צו עפענען א נייע לאקאל ממש קעגן איבער די נייע foodoo גראסערי מיט וועמען זיי האבן געפירט די מערכה...

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:42 pm

· #533963
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט

סקעפטיקער » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:44 pm

· #533964

און דו גלייבסט עס? על סמך וואס?

בעל אחריות » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:13 pm

· #533966

איך האב נישא געוויסט אז ר זלמן לייב האט נאך חסידים... 😂

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:26 pm

· #533968
סקעפטיקער
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט
און דו גלייבסט עס? על סמך וואס?
על סמך וואס איך האב געהערט פון א רב וואס איז געווען אינוואלווד אין די פרשה. ער האט זיך צו מיר אויסגעדריקט אז דער עולם האט נישט קיין אהנונג וואס איז פארגעקומען אינטער די קוליסן פון די פרשה, און אז אלע גרעסערע רבנים ווייסן פון די פרשה פון התאחדות פלייש און ווייטאגן דערויף..

סקעפטיקער » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:29 pm

· #533969
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט
עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע פשט'ל, התאחדות פלייש ווערט ווייטער דארט פארקויפט, סך הכל זענען זיי נישט די וואס געבן די השגחה אויפן פלאץ

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:36 pm

· #533970

איך ווייס נישט וואס עס מאכט דיר נישט קיין סענס. עס האט געדארפט זיין א גאנצע נייע פראזשעקט אין די גראסערי צו פארקויפן התאחדות פלייש און דאס האט מען אפגעשטעלט, ווילסט זאגן אז מען האט נישט געקענט אינגאנצן? קען זיין, איך בין נישט געווען אין יענע גראסערי פערזענליך. אבער די פאקט איז אז דאס איז געווען די יסוד פון די גאנצע מערכה.

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:22 am

· #533974
סקעפטיקער
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט
עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע פשט'ל, התאחדות פלייש ווערט ווייטער דארט פארקויפט, סך הכל זענען זיי נישט די וואס געבן די השגחה אויפן פלאץ
חכם, פארדעם פירט מען דאך א מערכה מיט וואלאווע, היתכן ער לאזט פארקויפן התאחדות פלייש אין א געשעפט אינטער זיין השגחה.

איך מוז גיבן קרעדיט פאר @אינטערסאנטער, ער איז זייער קריעטיוו

חדשים » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:34 am

· #533976
איך קויף נישט אפ די לשון הרע אז ר’ זלמן לייב, וואס איז באקאנט צו לוחם זיין פאר כבוד שמים, זאל נישט ארויסקומען בריש גלי אקעגן התאחדות פארקויפן טריפה’נע פלייש. ער וואלט זיכער מקיים געווען די לא תגורו מפני איש און זיך נישט דערשראקן פון ר’ הלל. אזא מכשול דורכצולאזן?... היעלה על הדעת?... מילא עס גייט אים נישט אן וואס אנדערע בוטשערס טוען, ער נעמט נאר קעיר פון זיין בוטשער, קען איך אפשר פארשטיין. אויב פירט ער יא א מערכה, פארוואס מאכט ער א נייע באבע איסור און ער רעדט נישט פון די עלעפאנט אין די רום?

סאמטינג דאזענט עד אפ.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:24 am

· #533984
חדשים
ר’ זלמן לייב, וואס איז באקאנט צו לוחם זיין פאר כבוד שמים
[emoji1787] [emoji1787]

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:56 am

· #534260
נייע גליון איבער די פלייש סומאטאכע ווערט יעצט פארשפרייט אין די פאסט.
📎 20230825_014920.jpg

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:29 pm

· #534285
👍 👍
דער גאלדענער אדלער
חדשים
ר’ זלמן לייב, וואס איז באקאנט צו לוחם זיין פאר כבוד שמים
[emoji1787] [emoji1787]
יא ווי ס'איז באקאנט אין זיין ענות

מרדכי מרדכי » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 5:03 pm

· #534346
אילין מאסק
נייע גליון איבער די פלייש סומאטאכע ווערט יעצט פארשפרייט אין די פאסט.
ברענגן ביטע די גאנצע

אילין מאסק » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 5:11 pm

· #534348
מרדכי מרדכי
אילין מאסק
נייע גליון איבער די פלייש סומאטאכע ווערט יעצט פארשפרייט אין די פאסט.
ברענגן ביטע די גאנצע
איך האב עס נישט אויף קיין פי די עף.

תוכו כברו » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 5:19 pm

· #535334
אילין מאסק
מרדכי מרדכי
אילין מאסק
נייע גליון איבער די פלייש סומאטאכע ווערט יעצט פארשפרייט אין די פאסט.
ברענגן ביטע די גאנצע
איך האב עס נישט אויף קיין פי די עף.

https://drive.google.com/file/d/1b1vNbZhEQojMafiA8szTDexsrv-t1DVj/view

תוכו כברו » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 6:39 pm

· #535398
א ווענדונג צו די חשוב'ע קאווע טרינקער!
א ווענדונג צו די חשוב'ע קאווע טרינקער!

היות כ'האב זיך נאכנישט גענומען די מי דורכצובלעטערן דעם אויבנדערמאנטן פראפאגאנדע בראשור איבער די הייליגע עיטי טו פלייש, אויב געפינט עמיצער עפעס א אינטערסאנטע שטיקל אדער ציטאט זאל ער ביטע לאזן וויסן ויבוא על שכרו.

א דאנק!

אינטערסאנטער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 9:38 pm

· #535404
שמעון וואלף
סקעפטיקער
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט
עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע פשט'ל, התאחדות פלייש ווערט ווייטער דארט פארקויפט, סך הכל זענען זיי נישט די וואס געבן די השגחה אויפן פלאץ
חכם, פארדעם פירט מען דאך א מערכה מיט וואלאווע, היתכן ער לאזט פארקויפן התאחדות פלייש אין א געשעפט אינטער זיין השגחה.

איך מוז גיבן קרעדיט פאר @אינטערסאנטער, ער איז זייער קריעטיוו
דער וואס האט מיר עס פארציילט איז קריעטיוו, נישט איך..... ווערטלעך אין די זייט, דאס איז ליידער די מציאות מיט די קוראפטירטע ארגאנאזאציע סאכדעס הארעבאנים וואס ווערט געפירט דורך א יחיד, ביז נישט לאנג צוריק דורך איצא גליק און יעצט דורך א צווייטן.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 11:34 pm

· #535413
נו אזוי רעדן אויף די הייליגע התאחדות פונעם רעבין זוכרונעלבראכע

קהל'ס נער » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 12:09 am

· #535416
אינטערסאנטער
שמעון וואלף
סקעפטיקער
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפהנע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט
עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע פשט'ל, התאחדות פלייש ווערט ווייטער דארט פארקויפט, סך הכל זענען זיי נישט די וואס געבן די השגחה אויפן פלאץ
חכם, פארדעם פירט מען דאך א מערכה מיט וואלאווע, היתכן ער לאזט פארקויפן התאחדות פלייש אין א געשעפט אינטער זיין השגחה.

איך מוז גיבן קרעדיט פאר @אינטערסאנטער, ער איז זייער קריעטיוו
דער וואס האט מיר עס פארציילט איז קריעטיוו, נישט איך..... ווערטלעך אין די זייט, דאס איז ליידער די מציאות מיט די קוראפטירטע ארגאנאזאציע סאכדעס הארעבאנים וואס ווערט געפירט דורך א יחיד, ביז נישט לאנג צוריק דורך איצא גליק און יעצט דורך א צווייטן.
העי! איצא גליק איז טרעידמארקט ביי איינעם דא אין שטיבל 😂

תוכו כברו » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 10:58 am

· #535436
אינטערסאנטער
דער וואס האט מיר עס פארציילט איז קריעטיוו, נישט איך..... ווערטלעך אין די זייט, דאס איז ליידער די מציאות מיט די קוראפטירטע ארגאנאזאציע סאכדעס הארעבאנים וואס ווערט געפירט דורך א יחיד, ביז נישט לאנג צוריק דורך איצא גליק און יעצט דורך א צווייטן.
א מיטליעריגער איד א בוגר פון ישיבת נייטרא מאונט קיסקא האט מיר דערציילט, אז יעדע יאר עטליכע וואכן פאר פסח פלעגט ר' הילל וויינבערגער (דומ"ץ כפר נייטרא מאונט קיסקאו ויו"ר התאחדות הרבנים) אנגעקומען אין ישיבה מיט גאנצעטע סקיטס ריזיגע ברוינע זעקלעך דאמינאו צוקער, און די בחורים פלעגן עס איבערפאקן אין ציכטיגע ווייסע פאפיר זעקלעך מיט די באקאנטע בלויע אותיות: התאחדות צוקער כשר לפסח...

איינמאל האט ער זיך געטרויעט צו פרעגן ר' הלל'ן מה זה ועל מה זה, האט אים ר' הלל געענטפערט אז צוקער דארף בעצם נישט קיין השגחה ווייל אין די צוקער פארבריקן קומט נישט אריין קיין חמץ במשך א גאנץ יאר. האט אים דער בחור געפרעגט אויב אזוי פארוואס שרייט דער דיין אז מ'מוז קויפן דוקא התאחדות פסח'דיגע צוקער און זאלץ? האט אים ר' הלל געענטפערט ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין...

דער איד פארשטייט שוין איינמאל...

תוכו כברו » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 11:07 am

· #535439
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דערפון דא, אז די עיקר מערכה פארוואס רבי זלמן לייב האט בכלל אנגעהויבן מיט די פלייש פון התאחדות (נאך פאר וואלאווא), איז געווען וויבאלד מען האט געכאפט ביי א התאחדות פלענט א מענעזשער וואס צוזאמען מיט די בעל הבית פלעגן זיי לעבלען חותמות אויך אויף טריפה'נע פלייש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען בלויז געמאכט נא נא און דער מענעזשער איז נאך אלס דארט. ממש א פינקל פרשה (נאר יעדער איז שטיל ווייל מען ציטערט צו רעדן קעגן ר' הילל וויינבערגער וואס שטעלט אן זייער א פרומע צורה און עס איז שווער זיך אן עצה צו געבן מיט אים).

דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס ר' זלמן לייב האט בכלל געמאכט א מערכה אז התאחדות טריפה'נע פלייש זאל נישט אנקומען קיין וויליאמסבורג, אזוי ווי עס איז ליידער דא אין בינגא.

שפעטער ווען התאחדות האט זיך געבראכן און די גראסערי האט גענומען וואלאווא איז די מערכה ווייטער אנגעגאנגען דורך 82 בוטשער וואס האט געדינגען יצחק שטערן צו שלעפן חתימות. אבער די עיקר יסוד איז געווען צו ראטעווען פון די התאחדות פלייש נאכדעם וואס מען האט זיי געכאפט.
הגאון הגדול מכלה הקוצים מכרם ה' רבי נחום ראזנבערג שליט"א שרייט שוין יארן לאנג אז ס'איז נישט פארהאן קיין איין שטיקל כשר פלייש אין גאנץ אמעריקא...

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, איז זייער נישט מסתבר אז דאס איז געווען די מעשה.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 8:17 pm

· #567506
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
מענין לענין,

הער איך אז ער גייט נעמען וואלאווע,

אינטערסאנט אנצימערקן, אז די זעלבע טעראריסטן וואס האבן דא אראפ גענומען די הכשר, טעראזירן איעדע געשעפט אייגענטומער אז ממיז נעמען זייער הכשר, און איעדע איינציגע סטאר און קרית יואל, האט טאקע זייער הכשר, אפילו די גרעסטע זאליס אין בני יואל, פרשת וואלאווע איז א דשאוק אקעגן די טעראריזם און קרית יואל,
📎 IMG-20240707-WA0046.jpg

שטולענע אייער » זונטאג יולי 7, 2024 9:47 pm

· #567516
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
[ציטאט אראפגענומען]
מאכט עפעס נישט קיין סענס אז דער וואלאווער זאל אריינקומן אין ר׳ אהרן׳ס טעריטאריע

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 9:59 pm

· #567517
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
איז נישט דער וואלאווער א שטייפער בעל מכשיר, וואס איז נאר דא פארן תכלית ענין? אזוי ליגט מיר אין קאפ פינעם לעצטיגע מערכה,

פאריעריגע שניי » זונטאג יולי 7, 2024 11:11 pm

· #567520
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
שטולענע אייער #
מאכט עפעס נישט קיין סענס אז דער וואלאווער זאל אריינקומען אין ר' אהרן'ס טעריטאריע

ווייסט איר אפשר פארוואס סאטמאר קרית יואל האט אראפגענומען די הכשר? (עיין די פארמעקטע אשכול וועלכע מיר האבן געעפענט יענע וואך)
בלאט: 1 2 3 4 5 6