[ציטאט אראפגענומען]
נישט אינגאנצן. זיי האבן גע'חלשט צו האבן מנחת חינוך, אבער הגז"ל האט פערזענליך אנגערופן דעם יו"ר פון מנחת חינוך צו אינטערווענירן ער זאל אראפנעמען דעם הכשר פון הצלחה, און לפחות נישט ארויפלייגן אויף די נייע גראסעריס. און יא, מנחת חינוך האט זיך דערשראקן פון טעראר.וואלאווע איז א בדיעבד ווייל ער איז שטרענג קאפ-אין-וואנט סטיל און האט קיין אישו צו טראסקען שאכטלען פלייש אין מיסט אויב עפעס געפעלט אים נישט, און סטראשען מיטן אראפנעמען די הכשר איז סטענדערד פרעקטיס. עס איז נישט געווען קיין לכתחילה, און איז נאר געטאן געווארן נאכדעם וואס דער וואלאווער האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו געבן א קאפע זיין קאזין הגז"ל, און אויך ווייל די איינציגסטע גרויסע צוויי קאמפאניס וועלכע האבן וואלאווע (גפן און באר מים) ווערן נישט געקויפט דורך יו טי עי האט מען אים נישט געקענט סטראשען אז מ'נעמט אים מער נישט אווי מ'האט געטוהן מיט התאחדות און מנחת חינוך (גפן - ווייל זיי זענען נאר ריטעיל - עכ"פ ביז לעצטנס און נישט באלק, די גרויסע מוסדות נוצן בגן און ראזענפעלד בעיקר. באר מים איז דאך פשוט ווייל מים חיים האט שוין כאבארירט די עסטעבלישמענט מיט א יובל יארן צוריק, און בכלל באר מים איז דאך אן ארוני סאו האט מען קיינמאל אים נישט גענוצט).
דער וואלאווער האט טאקע גערופן דעם הגז"ל אויפן טעלעפאן מבשר זיין אז ער גייט געבן דעם הכשר, און געגעבן א געלעגנהייט ער זאל אים זאגן א ראציאנלע טענה לאיסור, דער גז"ל האט אים ס"ה געזאגט אז עס טוט אים פערזענליך וויי, און דער וואלאווער האט אים שיין מסביר געווען אז ווען ער האט געהאט צו טאן מיט מהדרין האט יו טי עי קנאפ געהאט אן אישו צו נעמען ווייטער מהדרין. שטייצעך אז הגז"ל האט אראפגעקנאקט דעם טעלעפאן.
למעשה, לשם המערכה איז וואלאווע א קנאקעדיגע הכשר, אבער פאר די גראסעריס מיינט עס א קייט פון פאטענציאלע עגמת נפש, און איז געווען די איינציגסטע אויסוואל אין די סיטואציע.