☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

254 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16186
בלאט: 1 2 3 4 5 6

גבור חיל » פרייטאג מאי 19, 2023 6:59 pm

· #525347
סביב העולם
די פלייש זעלבסט, וואלט געקומען פון איין איינציגע פלענט מיט התאחדות הכשר, וואס באדייט אז די גאנצע ריפעקעדזשינג מכשול גייט אין וואסער אריין, ווייל קיינער קען נישט אריינברענגען גארנישט וואס איז נישט אונטער זיי. זיי קענען מצידם לייגן דאבל חותמות אויף די טראקס אין שלאכט הויז און דאס שטרענג קאנטראלירן אינעם גראסערי זעלבסט.
נישט קלאר גענוי אינעם גאנצן מערכה, און כגעב נישט קיין אפפאל איבער דעם. אין ראזמערי האב איך געזעהן פלייש פון סאלאמאן, מיעל מארט, קרית יואל, און בירדסבארא.

חדשים » פרייטאג מאי 19, 2023 8:11 pm

· #525353
קראנט?
📎 IMG_20230519_201021_034.jpg 📎 IMG_20230519_201020_893.jpg

יצחק אייזיק » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:19 pm

· #525360
מיסטעריע
כיהודה ועוד לקרא, מיין חבר האט היינט געקלינגן צו רבי הלל וויינבערגער שליט"א, און רבי הלל האט איהם געזאגט אז ביז שבועות קען ער רואיג איינקויפן אין די נייע סופערמארקעט, האט מיין חבר צוריק געפרעגט רבי הלל, ס'הייסט די נעקסטע וואך צייט איז נאכנישט דא קיין מכשולות? די מכשולות הייבן זיך ערשט אהן נאך שבועות? רבי הלל האט אראפגעהאקט די טעלעפאן.

בעסיקלי דער טראק פון מכשולות קומען נאר אהן קיין ווילי, אבער נישט קיין בינגאו.

און טפשים ונערנים וועלן זיך נאכאלס שווערן ביים "מהודר'דיגע" הכשר פון התאחדות.
ר' הלל האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאון ווייל ער איז געצווינגען אראפצונעמען דעם הכשר און טוט עס נישט מרצונו הטוב. ער אליין גלייבט אויך נישט אין דעם קול קורא (פונקט ווי אלע אנדערע חותמים).

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:58 am

· #525402
ר' הלל האקט אראפ טעלעפאנס ווען ער ווערט סטאק מיט א שאלה וואס ער קען נישט ענטפערן.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 21, 2023 2:59 am

· #525421
יצחק אייזיק
מיסטעריע
כיהודה ועוד לקרא, מיין חבר האט היינט געקלינגן צו רבי הלל וויינבערגער שליט"א, און רבי הלל האט איהם געזאגט אז ביז שבועות קען ער רואיג איינקויפן אין די נייע סופערמארקעט, האט מיין חבר צוריק געפרעגט רבי הלל, ס'הייסט די נעקסטע וואך צייט איז נאכנישט דא קיין מכשולות? די מכשולות הייבן זיך ערשט אהן נאך שבועות? רבי הלל האט אראפגעהאקט די טעלעפאן.

בעסיקלי דער טראק פון מכשולות קומען נאר אהן קיין ווילי, אבער נישט קיין בינגאו.

און טפשים ונערנים וועלן זיך נאכאלס שווערן ביים "מהודר'דיגע" הכשר פון התאחדות.
ר' הלל האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאון ווייל ער איז געצווינגען אראפצונעמען דעם הכשר און טוט עס נישט מרצונו הטוב. ער אליין גלייבט אויך נישט אין דעם קול קורא (פונקט ווי אלע אנדערע חותמים).
ער שרייבט אינטער און גלייבט נישט אינעם קול קורא? זיין גאנצע נאמנות אויף כשרות איז קוועסטינעבל. וויאזוי קען מען טראסטן אזא מענטש?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 4:01 am

· #525433
שמעון וואלף: דו האסט אנגערירט א נקודה איבער וואס איך האב גאנץ געניג צו זאגן. נאר איך ווייס זיכער אז אויב איך וועל אויפמאכן א נייע "פאנדארא'ס (מ'לשון יאסעלע פאנדריק) באקס וועט מען מיך מעקן און אויסשפארן (כדרכם) מיט'ן תירוץ אז ..."ס'פארדרייט דעם שמועס"...!

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 22, 2023 12:49 am

· #525621
ר' בערל,
טאמער האסטו וואס צו זאגן בנוגע כשרות, וויל יעדער הערן. טאמער האסטו נאר וואס צו זאגן מענין לענין, מיינט עס אז דו האסט נישט וואס צו זאגן.

אלזא, פראביר דיך צו קאנצענטרירן און טייל מיט דיינע ידיעות וואס איז נוגע אהער.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 22, 2023 12:56 am

· #525622
היינט האב איך געהערט אזוי.
כידוע איז געווען א שריפה עטליכע וואכן צוריק אין בלומינגראוו וואס האט חרוב געמאכט א סופערמארקעט. ווי מהר"א מסאטמאר האט מעיד געווען איז עס געקומען צוליב א הקפדה פונעם פעטער בעל דברי יואל, אבער יודעי דבר ווייסן אז באמת איז עס געשען צוליב הקפדת מהר"א ווייל יענע געשעפט האט נישט געהאט די השגחה פון זיין וועד הכשרות. עכ"פ, יעצט נאכן שריפה האבן די ארונים געלייגט דרוק אויף התאחדות אז מ'זאל נישט ווייטער גיבן די הכשר דארט ווייל דאס ברענגט אינטער זייער מאנופאל. נו, אויב אזוי האבן די זלונים גע'טענה'ט זאלן זיי אויך נישט גיבן א השגחה אויף פלייש אין וומ"ס צו ווייל ס' וועט זיי שאדן מאכן אדער סתם אזוי ווילן זיי אפטון התאחדות.

שמוליקיל » מאנטאג מאי 22, 2023 2:44 pm

· #525700
די אנדערע זייט פון די מטבע



פרעגסט און פרעגסט איבער די התאחדות פלייש, האלטסט מיר אין איין שיקן די לעצטע פאר טעג פאשקעווילן און דראמאטישע שימף בלעטער, הגם כ'האב דיר נישט געפלאנט צו ענטפערן, היינט איז אבער ארויסגעקומען די קול קורא, און עס רינט מיר שוין פון די נאז, אלזא דא האסטו וואס דא טוצעך.



מיט א קנאפע פינעף זעקס יאר צוריק איז אריינגעקומען אין התאחדות א געוויסער אינגערמאן. מיט סאטמאר האט ער קיינמאל גארנישט געהאט, וואוינט אין מאנסי און זיין טאטע ווייסט לכאורה נישט וויאזוי מען זאגט ארויס די ווארט התאחדות. טראץ דעם וואס ער האט אנגעהויבן מיטן פאזיציע פון א שרייבער דארט, האט ער מיט זיין ווילדן טעמפא זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער, יעדעם פון די זייט און פונדערמיטן ארויסגעריקט ווי למשל דער לאנגיעריגער ראש המשגיחים הרב גליק וועלכע איז היינט אנגעווייטאגט צום טויט ביי די אוי יו און נאך מערערע אנדערע.



ווען דער לאנגיעריגער מנהל הרב איצו גליק איז נפטר געווארן האט זיך דער מאן דהו זעלבסט דערקלערט מנהל, און די מחאה בריוו פון האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א איז וואויל באקאנט, אין וועלכע ער שרייבט אז התאחדות איז געווארן יענעמ'ס פריוואטע אייגענטום און אז ער האט זיך דערקלערט מנהל אן פרעגן קיינעם.



דעמאלטס האט ער גענומען הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א פאר זיך, דער מאן דהו האט מחליט געווען אז רבי הלל וועט פירן די זאך און זיין דער אויסשליסליכער בעל בית אויף התאחדות, און חוץ פון אים וועט קיינער נישט האבן קיין ווארט. שפעטער האט טאקע האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א געמאלדן אין א בריוו אז ער טשעקט ארויס פון די כשרות ווייל מ'פרעגט אים סייווי נישט, מ'נוצט נאר זיין נאמען.



דער מאן דהו האט אויפגענומען פובליק רילעישאנס גרופעס און עטליכע ביזנעס קאנסאלטינג פירמעס, און האט מחליט געווען אז אנשטאט התאחדות זאל זיין די צוריקגעשטאנענע אפגעריסענע אלטמאדישע סאטמארע התאחדות גייט מען עס טראנספארמירן צו א נייע פרישע דערהער, א מאסיווע מאני מעיקינג ביזנעס, ווי דו קענסט אנפרעגן יעדער וואס האט גענוצט די התאחדות הכשר אין יענע צייט, איבער די צודרייטע פרייז הייקס און אזוי ווייטער.



געקומען איז א געוויסע פרשה נישט לאנג צוריק, כ'וויל דירעקט נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן, שמוץ איז דא ליידער גענוג אויף התאחדות די לעצטערע יארן, אבער עס איז בכלל נישט נוגע יעצט צום סדר הדברים, אלזא האט דאן דער מאן דהו אריינגענומען א שותף בדומה לו, וועלכער איז געקומען אנגעבליך ארויסהעלפן דעם מאן דהו צו "מסדר" זיין התאחדות. איין באשעפער ווייסט וואס האט געפעלט פון התאחדות ביז דאן, אבער אויב צוויי פראסטע בעלי בתים אן קיין שמעק דעת תורה האלטן אז מען דארף עס מסדר זיין, מסתם ווייסן זיי וואס זיי טוען.



די דאזיגע צוויי ביליגע אינגען האבן מחליט געווען אז קיין שום פרייז איז פאר זיי נישט צו טייער זיך צו אנפילן די קעשענעס און אהער שטעלן א טעראר אפאראט פון דאס וואס רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט אויפגעשטעלט בדם לבבו, אויך אויב עס מיינט אפענע היפאקראטע און טרעטן אויף די אייגענע רבנים און פסקים.



אויב דו ווייסט נישט, תשס"ו האט התאחדות זעלבסט ארויסגעשטעלט א קלארע בריוו מיט שארפע תקנות איבער געבן הכשרים אויף פלייש וואס ווערט פארקויפט אין גראסעריס. איבער אלעם ערלויבן זיי נישט בשום אופן צו פארקויפן ריפעקעדזשדט פלייש. איי וואס האט זיך יעצט געטוישט? פארוואס מעג יעצט התאחדות אליינס יא? כ'בין זיכער אז דער מאן דהו מיט זיין געשליפן פעדער וועט האבן א לאנגע ספין.



מיט עטליכע חדשים צוריק איז דער מאן דהו געוואר געווארן אז עס גייען זיך עפענען צוויי נייע גראסעריס אין וויליאמסבורג וואס גייען פארקויפן פלייש. ער האט דא געזעהן א גלענצענדע געלט אפערטוניטי. איינע פון די גראסעריס זענען שוין געווען אינמיטן געשפרעכן מיט טארנאפאל השגחה, אבער דער מאן דהו בשם התאחדות האט געווארענט אז אויב איז עס נישט אונטער זיי קומט אן ערנסטע מערכה. איינע פון די צוויי גראסעריס האט זיך דאן געוואנדן צו סאטמאר, אז אנשטאט צו גיין דורך התאחדות וועלן זיי נעמען סאטמאר פלייש און די העק מיט דעם צודרייטן מאן דהו און זיינע משוגעתן.



סאטמאר האט אבער געזאגט אז זיי האבן קלארע הוראות, עס דארף זיין גענצליך אפגעטיילט, אן עקסטערע מענעדזשמענט, עקסטערע רעדזשיסטער און נאך עטליכע תנאים, האט די גראסערי ארויסגעבעקט און גענומען התאחדות.



די ערליכע רבנים פון שטאט האבן געזעהן דערין אן ערנסטע פירצה בחומת הכשרות. ביז היינט איז נישט געווען אין וויליאמסבורג קיין ערנסטע אנגענומענע השגחה ביים היימישן עולם וואס האט דא אין שטאט פארקויפט פלייש, קעגן די אלטע אוועקגעשטעלטע הוראה פון התאחדות.



יעצט אז התאחדות אליינס טוט עס האסטו געמאכט א חוכא וטלולא פון די גאנצע זאך און אפיציעל דורכגעבראכן די חומה בצורה וואס די פריערדיגע גדולים ובראשם רבינו הקדוש והטהור זי"ע האבן אוועקשטעלט. פאר די זעלבע סיבה פארוואס די בעלי בתים פון התאחדות ווילן דאס טון, ווייל זיי ווייסן אז די נאמען התאחדות רעדט צו דעם היימישן עולם, פאר די זעלבע סיבה וויל דער היימישער עולם און היימישע רבנים עס נישט טון. ופשוט הוא.



איז מען געגאנגען צו די רבנים פון התאחדות זעהן אז זיי זאלן עס אפשטעלן, אבער צו קיינעמס איבערראשונג האבן זיי געזאגט אז זיי זענען פשוט נישט בכוח. דער מאן דהו און זיין קליקע פון פוחזים וריקים זענען שטערקער פון זיי אלע. ווי מאדנע עס הערט זיך האבן זיי געזאגט אז זיי זענען אפילו גרייט אונטערצושרייבן א קול קורא. יא. הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א האט אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא קעגן דעם מאן דהו'ס חוצפה ועזות. הגה"צ רבי מענדל זילבער שליט"א האט אונטערגעשריבן דעם קול קורא קעגן דעם מאן דהו'ס חוצפה ועזות, ווי דו זעסטאך אויף די קול קורא וואס דו האסט מיר היינט אריינגעשיקט.



דער שרייבער פרובירט דא מיט גרויס פלאג אראפצומאלן א נאראטיוו ווי כאילו איינער מאכט דא א מחלוקה צווישן רבינו שליט"א די דיינים מיט די ערליכע רבנים מיט התאחדות כדאי צו שטיפן דעם וואגן פון טעראר און געלט. אינגערמאן, איז דא פארהאן בכלל א מחלוקה צווישן רבנים? עס איז דא א רב פון התאחדות צו סיי ווער וואס האלט אנדערש? סך הכל לאזט מען זיך נישט פון די געלטגייציגקייט און שמוציגע אמביציעס פון דער מאן דהו און זיין קליקע, נו נו, כלל ישראל האט שוין געהערט אזאנס, סאיז נישט די ערשטע מאל וואס נידריגע אינגען פרובירן אונז צו פארקויפן וואס מען דארף טון, עס איז נישט ווערד אויף דעם קיין טרערן צו פארלאזן.. כלל ישראל וועט אים אויך איבערלעבן...



זאג דו מיר אליינס. די התאחדות רבנים זענען דערקעגן, אזש זיי שרייבן אונטער ברבים קעגן דעם. אלע רבנים פון שטאט, פאפא, צעהלים, אלע סאטמארע רבנים און דיינים, יעדער פארשטייט אז עס איז א חורבן. אבער דער מאן דהו זעהט דא א געלט אפערטוניטי, און דו טאנצט אים נאך קדוש קדוש קדוש?



אדרבה, ילמדינו רבינו; התאחדות רבנים שרייבן אונטער אויף דעם קול קורא, נאכדעם לייגט נאך התאחדות ארויס א ליצנות'דיגער שכח פאר די כשרות אפטיילונג. פארוואס האט התאחדות בכלל געדארפט אונטערשרייבן און ארויסגעבן דעם קול קורא? האבן נישט הגה"צ רבי הלל און הגה"צ רבי מענדל שליט"א פשוט געקענט אראפנעמען די הכשר און פטור אן עסק א גוטן טאג מיט די גאנצע פרשה און קול קורא ביינעזאם? צו וואס האט דאס בכלל אויסגעפעלט צו גיין צו די גאס?



די ביטערע תירוץ און רעאליטעט איז זייער פשוט ליידער און פראסקעט אין פנים. די חשובע רבנים האבן קלאר געוויסט און עס אפן געזאגט. אונז האבן נישט קיין שום ווארט קעגן דער ביטערער חצוף און עזות פנים. ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים פאלגן. די איינציגסטע פארבליבענע אפציע איז ארויסקומען אין גאס וואס דאן קען ער עס פשוט נישט ווייטער טון צוליב די פנים פון זיין ארגאניזאציע.



אבער אין אמת'ן אריין, עס פאסט נישט פאר אזא חשוב'ע אינגערמאן ווי דיר צו פאלן פאר די ביליגע טעראר מיטלען און אלטע אויסגעדראשענע דעמידזש קאנטראל און מוח וואשעריי טאקטיקן. ליין איבער די לאנגע מעסעדזשעס וואס דו האסט מיר געשיקט, זאג דו מיר צו אן ערליכער איד מיט תורה'דיגע און ערליכע אינטערעסן האט אזאנס געקענט שרייבן. איך שעם מיך פאר דיר.



דער שרייבער פון דעם לאנגן גרויליגן מעסעדזש וואס דו האסט מיר געשיקט פרובירט צו אריינדרייען אלע שמוץ דא, ווי די מיאוסע פרשה מיט התאחדות פלייש אין בירדסבארא, כבין נאך גענוג אינג צו געדענקען ווען די פרשה איז געקומען פון מיעלמארט דורך סאשעל מידיע אינגען, פלוצלינג האט זיך עס געטוישט צו 82... די ווינדערליכע חילוק אין די לשון צווישן התאחדות וואס שרייבט אז עס איז קיינמאל קיין מכשול נישט געווען און די אוי יו וואס שרייבט בלויז אז עס איז אונטער זייער השגחה ווייסט קיינער נישט, און אזוי אויך וועט פארבלייבן אן אומגעלייזטע מיסטעריע פארוואס בירדסבארא אין מינעסאטע וואו די פרשה איז אנגעבליך פארגעקומען האט זיך גלייך נאכדעם פארמאכט. דער מאן דהו ווייסט מסתם.



אויך פרובירט ער בצר לו אריינצומישן מצות און וויין אין די מערכה און דורכדעם רייטן אויף די געפילן פונעם ציבור וועלכע זענען מעגליך אנגעווייטאגט און מיט רעכט, כבין נאר נייגעריג וואס פאר א מצות אדער קעמפס התאחדות האט פרובירט צו פארקויפן תשס"ו ווען זיי האבן ארויסגעגעבן אקוראט דעם זעלבן איסור. אדער וואס רבי הלל וויינבערגער שליט"א און אלע אנדערע צענדליגער רבנים פון שטאט וואס האבן אונטערגעשריבן צילן און ווילן דא. אדרבה, קלער מיך אויף, כוויל פארשטיין.



פאר איך ענדיג מיינע פאר שורות וויל איך דיר בעטן צו מאכן אביסל ריסוירטש, ווען דו ווייסט די תירוץ ביטע לאז מיך וויסן. ווער איז היינט בעל בית פון התאחדות? ווער איז אחראי אויף די מיליאנען א יאר וואס זיי טוען איינקאסירן פון די הכשרים? איז דא וועד הרבנים? איז דא א וועד בעלי בתים? איז דא די מינדערסטע אווערסייט דארט? ווער מאכט די החלטות? ווער מאכט די פראפיט פון די ריזיגע געלטער? איינער ווייסט וואו די געלט גייט? האבן די רבנים פון התאחדות בית דין א ווארט אויף די מערכת הכשרות? איך ווארט אויף די תירוצים.

חב''ד הויזן » מאנטאג מאי 22, 2023 3:21 pm

· #525702
איך הער שמואליק.

צוויי שאלות: איז אמת אז א גראסערי אין ווייט לעיק פארקויפט 82 פלייש? (כך שמעתי. איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)

צווייטנס, אויב איז אמת אז די גאנצע התאחדות איז אינטער עפעס א מאן דהוא וואס פייפט אויף אלע יסודות עד כדי כך אז אלע רבנים פון התאחדות קומען ארויס קעגן התאחדות (...!) דאן ווער איז התאחדות? אדער עפן א נייע ארגיניזאציע, אדער קום ארויס אז די יעצטיגע התאחדות האט גארנישט מיט די ארגינעלע.

yn.NY » מאנטאג מאי 22, 2023 4:20 pm

· #525707
שמוליקיל
די אנדערע זייט פון די מטבע







זאג דו מיר אליינס. די התאחדות רבנים זענען דערקעגן, אזש זיי שרייבן אונטער ברבים קעגן דעם. אלע רבנים פון שטאט, פאפא, צעהלים, אלע סאטמארע רבנים און דיינים, יעדער פארשטייט אז עס איז א חורבן. אבער דער מאן דהו זעהט דא א געלט אפערטוניטי, און דו טאנצט אים נאך קדוש קדוש קדוש?
"אלע סאטמערע דיינים" מיינט גארנישט, איינער זאל זיך נאר דערווייגן צו גיין קעגן די קאמפעני... (עירוב שרורי' יוכיח). פאפא איז טאקע א חידוש ער האט אינטערגעשריבן (משמועסט אז מהאט נישט אריינגעלאזט יצחק שטערן צו פאפא רבי, האבן זיין אריינגעשיקט ר' ישראל דוד הארפענעס וואס האט מסביר געווען אז סקאכט זיך א פינקעל מעשה און ער האט אינטערגעשריבן טראנסטענדיג איהם און נישט וויסענדיג אז סליגט א פאליטיק אונטער דעם). צעהלים - כבודו במקומו מונח אבער פארטרעט נישט קיין גרויסע ציבור.

אוהב ספרים » מאנטאג מאי 22, 2023 4:21 pm

· #525708
📎 WhatsApp Image 2023-05-22 at 2.44.46 PM.jpeg

חב''ד הויזן » מאנטאג מאי 22, 2023 4:30 pm

· #525710
אוהב ספרים
📎 WhatsApp Image 2023-05-22 at 2.44.46 PM.jpegWhatsApp Image 2023-05-22 at 2.44.46 PM.jpeg
יגרום להם הפסד מרובה ויזיק להמקולין של מוסדות הק'.....

איך הער.. » מאנטאג מאי 22, 2023 4:38 pm

· #525712
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
ס'הייבט זיך אן📎 IMG-20230522-WA0030.jpg

מיליאנער » מאנטאג מאי 22, 2023 5:43 pm

· #525719
און די פודאא צעטל איז אויך פאלש?

פרעזידענט עלעקט » דינסטאג מאי 23, 2023 12:08 am

· #525752
מיליאנער
און די פודאא צעטל איז אויך פאלש?
יא

יצחק אייזיק » דינסטאג מאי 23, 2023 12:32 am

· #525753
שמוליקיל
די אנדערע זייט פון די מטבע.
ריפעקעדזשינג? ווער רעד פון ריפעקעדזשינג? דא איז אלס נאר התאחדות פלייש. א געהעריגע התאחדות בוטשער נאר איז גראדע אין א סופערמארקעט (דאכט זיך אז סאטמאר מאנסי איז אויך אזוי). טארטיקוב ב"ד הייסט מהודר און זיי געבן שוין אויך הצלחה גראסערי יארן לאנג ואין פוצה פה.

ספינקא » דינסטאג מאי 23, 2023 1:24 am

· #525755
שמוליקיל
די אנדערע זייט פון די מטבע.
גראדע גאנץ א גוטע ספין, דאס וואלט געפאסט פאר דער בלאט אין די הייסע שמואל ווידער צייטן

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 23, 2023 8:00 am

· #525760
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
א הכשר השגחה מיינט כשר נישט כשר. יא געלט נישט געלט. מיינט אז אונזער כשרות איז ווייטער געלט. צו עס איז כשר צו נישט איז בכלל נישט נוגע. עס איז דא א עירוב צו נישט וועט זיך ווענדן אויב האסטו באצאלט איז די עירוב כשר אויב נישט נישט

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

מיליאנער » דינסטאג מאי 23, 2023 8:03 am

· #525761
פרעזידענט עלעקט
מיליאנער
און די פודאא צעטל איז אויך פאלש?
יא
דו ווייסט? שטעלסט זיך פאר? האפסט אזוי?

סביב העולם » דינסטאג מאי 23, 2023 8:47 am

· #525764
די צעטל פון פאאדא איז פאלש (עס קומט נישט פון פאאדא), אבער די מעשה וואס שטייט דארט איז אמת

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 11:39 am

· #525780
חב''ד הויזן
איז אמת אז א גראסערי אין ווייט לעיק פארקויפט 82 פלייש? (כך שמעתי. איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
ווייט לעיק גראסערי האט אן עקסטערע רעידזסטעיר פאר די פלייש?
איך פרעג פשוט ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען.

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 am

· #525782
.

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 am

· #525783
קיינמאל נישט געוויסט אז סאכדעס איז אזא גוטע הכשר

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 23, 2023 5:15 pm

· #525820
אויף דעם האט די רעבע זכיסע געשריגען אז די באשעפער איז אויכט אין קאנטרי……

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 6:21 pm

· #525824
[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין ס'איז יא עקסטער, אדרבה זאל איינער דא לאזן וויסן.

אגב "ניי" ווילאמסבורג כקאנטרי דמי.

מאור כשדים » מיטוואך מאי 24, 2023 11:47 am

· #525978
מילך טראק
[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין ס'איז יא עקסטער, אדרבה זאל איינער דא לאזן וויסן.

אגב "ניי" ווילאמסבורג כקאנטרי דמי.
ניין עס איז נישט עקסטער, עס ליגט אינעם זעלבען פריזשידער גלייך אינטער די מיעל מארט קאלד קאטס...

signout » מיטוואך מאי 24, 2023 4:37 pm

· #525995
לכבוד יום טוב... מ'גייט עס פארענטפרן
📎 פלייש איז אנדערש.JPG

טמיר » מיטוואך מאי 24, 2023 8:15 pm

· #526023
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
דאס דארף נאך צי קאסטן געלט?

מן הסתם » זונטאג יוני 4, 2023 3:52 pm

· #527106
הער איך אז זיי גייען באקומען א גוטן הכשר, איינער אויף וועם די וויליאמסבורגע מאפיא האט נישט קיין שליטה.

סקעפטיקער » זונטאג יוני 4, 2023 3:58 pm

· #527107
signout
לכבוד יום טוב... מ'גייט עס פארענטפרן
רעדט בכלל נישט פון דעם

חדשים » זונטאג יוני 4, 2023 5:03 pm

· #527108
למעשה האלט מען נאך שבועות און Foodo האט נאך אלץ התאחדות השגחה אויף זייער פלייש. עס איז עפעס הפקר וועלט דא? וואס גייט דא פאר?

חובב ציון » זונטאג יוני 4, 2023 7:33 pm

· #527127
וואלאווא גייט גיבן א הכשר.

חובב ציון » זונטאג יוני 4, 2023 7:34 pm

· #527129
חובב ציון
וואלאווא גייט גיבן א הכשר.
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230604/9a9e0e3244383968b7057d8c93abf2d9.jpg

איך הער.. » זונטאג יוני 4, 2023 9:45 pm

· #527156
דאס פארט ארום אויף וואטסעפפ.

--------

ברעיקינג!

וויליאמסבורגע סופערמארקעט באקומט וואלאווע השגחה!

מיט גרויס שמחה איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז הגה"צ דער וואלאווער רב שליט"א האט אנגענומען צו געבן די השגחה מהודרת אויף די צוויי נייע סופערמארקעטס אין וויליאמסבורג, ראזמערי מיט פאדדאא, און וועט איבערנעמען אלע חלקים פון די געשפעט אונטער זיין השגחה,

ערב שבת קודש פרשת נשא האט ער אונטערגעשריבן א קאנטראקט פאראויס אויף 4 יאר, ביידע סופערמארקעטס בעלי בתים האבן באצאלט 250 טויזענט דאלאר עקסטער פון פאראויס, אויסער דעם וועלן זיי מוזן באצאלן אלע היזיקים וואס דער וואלאווער גייט האבן פון דעם וואס מ'וועט באויקאטן די פראדוקטען וואס טראגט זיין השגחה,

עס הייסט אז די התאחדות איז זייער ברוגז אויף דעם וואלאווער און סטראשעט אים מיט א שארפע מערכה אבער ער זאגט אז די התאחדות האט אוועק גענומען פון אים עטליכע גרויסע פאבריקן אזוי ווי שטערנס בעקעריי און דעריבער איז יעצט די צייט צו באצאלן דערפאר.

דער וואלאווער רב איז אין געווען אין פלארידע און ר' זעליג ווייס דער בעל הבית פון ראזמערי סופערמארקעט האט אים אהיימגעברענגט מיט א פריוואטען פליגער צו קענען זעהן די
געשעפטן און ארויפלייגן דעם חותם הכשרות המהודר.

יאכלו ענוים וישבעו!

------

וואלאווע רב גייט געבן די השגחה פאר 2 מעכטיגע סופערמארקעטס
ר' זלמן האט אנגעקאלט דעם וואלאווער רב מיט קולות היתכן ער גייט געבן די השגחות,

האט אים וואלאווע רב געענפערט, סך הכל איז די גאנצע איסור א ביזענס דיעל פאר דיין פלייש פון 82, סאיז אויסער דעם נישט דא קיין שום איסור,
פאר מיין ביזענס איז גוט אז איך געב יא די השגחה

ר' זלמן האט אראפ געהאקט דעם טעלעפאן.

לך לך » זונטאג יוני 4, 2023 10:07 pm

· #527161
אויב וואלאווא הכשר איז אמת איז עס גאר א שטארקע זאך!!
איינער צו קאנפעירמען?

חדשים » זונטאג יוני 4, 2023 10:21 pm

· #527162
לך לך
אויב וואלאווא הכשר איז אמת איז עס גאר א שטארקע זאך!!
איינער צו קאנפעירמען?
📎 IMG_20230604_222011_957.jpg 📎 IMG_20230604_222011_856.jpg

מילך טראק » זונטאג יוני 4, 2023 10:43 pm

· #527166
שוין העכסט צייט צו מאכן א עירוב מיטן וואלאווע הכשר , און געבן די לעצטע טויט קלאפ פארן ר' זלמן פארן היידראדזשען די שטאַט

יין שרף » זונטאג יוני 4, 2023 10:48 pm

· #527168
אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..

לייביששרייבער » זונטאג יוני 4, 2023 11:09 pm

· #527172
יין שרף
אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..
צו עס איז דא ביצים מיטן וואלאווא הכשר ווייס איך נישט,
אבער ביצים האט ער זיכער.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2023 11:45 pm

· #527176
א זעץ פאר די טעראריסטן איז גאר א גוטע זאך און גאר א דערהויבענע מאמענט!
יאכלו ענוים וישבעו!

תנחום » מאנטאג יוני 5, 2023 12:44 am

· #527181
וואלאווע איז טאקע א גוטע הכשר אבער איז נישט קיין ערזאץ פאר די 'התאחדות' השגחה וואס וואלט שטארק אריינגעביסן אין 82'ס קויפער באזע.
וואלאווע איז נישט אזא געפאר פאר די עסטעבלישמענט. ימים יגידו.

לייביששרייבער » מאנטאג יוני 5, 2023 12:54 am

· #527184
בכלל נישט ריכטיג. אין מיין פערזענליכער אפיניאן איז דער וואלאווער הכשר עובר לסוחר, עס איז אן הכשר וואס א יעדע אידישע שטוב נעמט אריין אינדערהיים. ביי די וואס פון די אינו מקפידים על התאחדות דוקא קען עס דאך זיין אסאך א שוואכערער הכשר און נאך אלץ וועט עס גיין.

איך זעה דוקא יא דער וואלאווא הכשר זאל זיין א פיינער שטויס פאר די עסטעבלישמענט.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 5, 2023 1:17 am

· #527190
די פראבלעם פון 82 מיט התאחדות איז געווען אז זייערע קאסטומערס וואס זענען מקפיד דוקא אויף סאטמאר פלייש וועלן זיך ח"ו מורה היתר זיין אז התאחדות איז דאך אויך סאטמאר, קען מען עס דאך קויפן פונקט אזוי. וואלאווע איז נישט אזוי שטארק פאררעכענט אלץ היימיש אז זיין פלייש זאל ווערן גערעכענט אלץ "סאטמאר פלייש".

יצחק אייזיק » מאנטאג יוני 5, 2023 1:22 am

· #527191
דאכט זיך אז וואלאווע האט נישט קיין פלייש, זיין הכשר וועט נאר זיין אויפן געשעפט. ממילא טאמער נעמט ער ווייטער התאחדות פלייש אדער א צווייטער פון וועם סאטמאר האט מורא איז בעצם מפטירין כדאתמול.

שלג זהב » מאנטאג יוני 5, 2023 1:22 am

· #527192
וואלאווע הייסט היבש שטרענגער ווי התאחדות, קען זיין ס'וועט זיך נאך אויסצאלען די גאנצע שערורי' פאר די גראסעריס.

אבטח ולא אפחד » מאנטאג יוני 5, 2023 2:33 am

· #527202
לייביששרייבער
יין שרף
אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..
צו עס איז דא ביצים מיטן וואלאווא הכשר ווייס איך נישט,
אבער ביצים האט ער זיכער.
גייט נישט "די עסטעבלישמענט" צופיקסן דעם וואלאווער?
כ'מיין זיי קענען ארויסקומען סיי דירעקט און סיי מאכן בלבולים און פאלשע מעשיות!

גאנצל » מאנטאג יוני 5, 2023 8:28 am

· #527213
די גאנצע בהלה מהחל איז נאר אויף ריפעקיזשינג און אויף דעם גייט וואלאווע געבן די הכשר

חב''ד הויזן » מאנטאג יוני 5, 2023 9:32 am

· #527216
קןקט אויך אויס ווי א פליק פון ר' אהרן קעגן ר' זלמן לייב, זינט וואלאווע רב'ס זון וואס פירט די הכשר איז א איידעם ביי ר' אהרן און ער וואלט נישט געגעבן די הכשר אן פרעגן רשות פון זיין שווער....

ודברת בם » מאנטאג יוני 5, 2023 11:49 am

· #527228
ייכה יוסי את יוסי והתאחדות התאחדות ויעשו כולם התגודדי אחד ותעבר ממשלת זאלי וארוני מעלינו ומיוצא חלצינו.

בושה תכסה פנני שבשביל מחלוקת מה שהוא, בעניני ממנות מסוג small claims court (של השגחות ודברי ממון של מה בכך) מבזים התורה לעיני כל כעין שמוציגע שמאטע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6