☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שאוער מחשבות

שאוער מחשבות

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10708
בלאט: 1 2

קאמענטירער » פרייטאג יולי 8, 2016 5:55 pm

· #341123
שאוער מחשבות
סאיז דא א טשענאל אויף טעלעגראם מיט אינטערסאנטע געדאנקען וואס ווי עס קוקט אויס איז עס טאקע אנגעפאלען פארן בעל הטשענאל אזוי בין תנור וכרים, און בלי''נ וועל איך פורבירען אביסעל צו איבערזעצן זיינע מחשבות אהער און די עולם זאל צולייגען מנופך שלהם בכבוד גדול

קודם אן ווארט אלץ הקדמה: א מענטש טראכט אין שאוער 10% פון די שואער און די איבריגע 90% פון עפעס אנדערש

zurich » פרייטאג יולי 8, 2016 5:58 pm

· #341125
איך ווער א חזן אין שאוער...

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג יולי 10, 2016 1:14 am

· #341167
Re: שאוער מחשבות
גראדע איז דא אין רעקארדעד היסטוריה וואס ״דוד המלך״ האט געטראכט אין שאוער....

דא האט איר א גמרה מנחות מג ע״ב:

‎ובשעה שנכנס דוד לבית המרחץ וראה עצמו עומד ערום אמר אוי לי שאעמוד ערום בלא מצוה וכיון שנזכר במילה שבבשרו נתיישבה דעתו לאחר שיצא אמר עליה שירה שנאמר (תהלים יב, א) למנצח על השמינית מזמור לדוד על מילה שניתנה בשמיני

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 10:10 am

· #341196
א היינטיגע שועאר מחשבה'לע:
ווען הילערי מיט דאנעלד מאכען ווען אפ צווישען זיך צו אויפטוישען -אין איין העלן טאג- זייערע פארטייען וואלטען רוב וויילער געבליבען ביי זייער פארטיי אויסוואל

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 10:46 am

· #341205
פון דער טשענאל:
די סטאפ-ברעיקס-לייט וואלט געדארפט ארבעטן ווי שטערקער מען ברעיקט אלץ לעכטיגער זאל עס שיינען
אייגענס:
סוואלט ווען געדארפט זיין מיט יעדער קאר אזא העזארד לייט אויב א צווייטע קאר טעילאגעיט און קומט צו נאנט צו די ערשטע

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 5:48 pm

· #341276
קוואט:
''ווען סאיז דא אן עד אויף א יו טואב ווידיאו האב איך גלייך פיינט די עד נישט קיין חילוק וואס עס פורבירט מיר צו פארקויפן ''..
''וויאזוי וואלטען מיר אויסגעקוקט ווען די איינציגע זאך פראדעצורט אין טשיינע וואלט געווען די סטיקערס ''מעיד אין טשיינע''..
''איך קען שוין קוים ווארטען אז מיין 3D פרינטער זאל מיר קענען 'ארויספרינטען' א 'טאונער קעריזש' פאר מיין 2D פרינטער''..
''איך פורביר צו טראכטען אויב ניין-עלעווען וואלט ווען פאסירט אין JULY צו סעווין-עלעווען קייט געשעפט וואלט פארדינט דערפון?''..

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 7:18 pm

· #341290
קאמענטירער
קוואט:
''איך קען שוין קוים ווארטען אז מיין 3D פרינטער זאל מיר קענען 'ארויספרינטען' א 'טאונער קעריזש' פאר מיין 2D פרינטער''..

This is how 3D printers 3D print 3D printer parts to make more 3D printers

וואלווי » מאנטאג יולי 11, 2016 3:46 am

· #341355
יב הלוי סאלאווייטשיק
גראדע איז דא אין רעקארדעד היסטוריה וואס ״דוד המלך״ האט געטראכט אין שאוער....


דאכצעך ס'דא א ווארט פון צאנזער רב אז ווי איידער צי טראכטן אין א מקום אסור א מחשבה זרה איז שוין ענדערש צי טראכטען אין לערנען

קאמענטירער » מאנטאג יולי 11, 2016 11:03 am

· #341387
קוואט:
אונז לעב מיר אין א צייט ווען לעמינאדע ווערט געמאכט פון ארטיפישעל פלעיווערס און פורניוטשער פאליש ווערט געמאכט פון ריעל לעמאנס...

די מענטשען וואס האבען געלעבט אין די מיטעל אלטער האבען נישט געוויסט אז זיי לעבן אין א תקופה פון מיטעל אלטער איך בין נייגעריג אין יארען ארום וויאזוי מגייט זיך באציען צו אונזער תקופה...

ווען סגלונגט מיר צו באצאלען מיט די טזשיענזש וואס איך האב אין טאש פילט זיך עס ווי כהאב עפעס באקומען אומזינסט...

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:07 am

· #342041
איך טראסט די וועלט אזוי ווייניג אז איך קוק ביידע זייטען אפי' ווען איך קראס א וואן וועי סטריט..

ווען איך בין געווען א קינד פלעג איך מיר אלץ חלומען הלוואי איך זאל קענען ליינען יענעמס מחשבות היינט ווען איך זע די פעיסבוק אקאונטס זע איך וואס כהאב מיר אלץ פארשפּאָרט..

אויב די באראבוועסט א באנק וועסטו נישט דארפען באצאלען קיין בילס די נעקסטע צען יאר, צי סאיז געווען סוקסעספול אדער נישט..

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:28 pm

· #342077
פון אנפאנג האט מיר עס אויסגעקוקט סאך גרינגער סתם צו איבעזעצן אין אידיש יענעמס מעסעזשעס, אבער סאיז אינגאנצען נישט אזוי חוץ די עצם טייפען דארף מען זוכען און זוכען עפעס א נארמאל און אן אינטערסאנט ווארט צו נאכברענגען נישט אז איך רעד מיך אפ, אבער דער וואס צושפרייט עס אויף די גראופס זאל מוחל זיין און אליין טון די ארבעט, אזוי אז איך זאל קענען ק''פ פון אים.. (סשמעקט דיר נישט? אקעי מה דסני עלך..)


סאיז אינטערסאנט צומאל ווען איינער גייט אוועק פון די וועלט, וועלן זיינע נאנטע אריינלערנען פשטים אין זיינע ווערטער אזעלעכע זאכען וואס ער האט ניטאמאל געזאגט
(און צומאל קען עס זיין אפי' אין קעגנזאץ צו זיין רצון)..

עס וואלט געדארפט זיין א צווייטע פייפער אין די קאר צו עס נוצען ווען מען וויל זיך באדאנקען אויב איינער דרייווט גוט, אדער לאזט אריבער וכדו', בכלל האלט איך אז די דיפאלט הארען אין די קאר וואלט געדארפט זיין סאך שטילער און די זייט זאל זיין א פיל העכער פייפער נאר פאר אן עמערזשענסי, נישט אלעס דארף צוגיין מיט קולי קולות.
מענטשען אין די גאנצע וועלט דארפען זיך איבערקלערן אין פארשטיין, אז עלטערן זענען נישט קיין עמערזשענסי פאנד, און קינדער זענען נישט קיין ריטייערמענט פאנד...

גוגעל איז מנהסתם די מערסטע טערם געזוכט אויף בינג.

אמאל זענען מענטשען געווען איבערוואגיג, ווייל זיי האבען זיך געקענט ערפארדען גוטע מאכלים. היינט זענען מענטשען איבערוואגיג ווייל זיי קענען זיך ''נישט '' ערפארדען גוטע מאכלים...

בת קול » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:28 pm

· #342169
.

א איד » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:55 pm

· #342173
Re: שאוער מחשבות
.

קאמענטירער » פרייטאג יולי 15, 2016 10:07 am

· #342292
מקען אסאך מאל הערן ווי איינער זאגט פאר איינעם ''דו ביסט וואן טרעיק מיינדעד'' איך האלט אז: דו וועסט גארנישט האבען אז די ביסט ''טו טרעיק מיינדעד'' אויב ביידע טרעיקס פארען אין די זעלבע ריכטונג..

פונעם טשענעל
איך זיץ ביי די ארבעט און פראנט פון א קאמפיוטער א גאנצען טאג כדי איך זאל מיך קענען ערלויבען צו זיצען אינדערהיים און פראנט פון די קאמפיוטער א גאנצע נאכט (וואס ווייסט א גוי..)

קאמענטירער » זונטאג יולי 17, 2016 1:18 pm

· #342475
קוואט

די ערשטע אכצען יאר פון לעבן איז ווי א פרי טרייעל אויף די איבריגע קאסטבארע לעבענס יארען

הענדמעיד אייטעמס איז פאר ארימע א געברויך אין לעבן בעת פאר רייכע איז עס א לוקסוס

איך בין פרייליך אז איך לעב אין א צייט וואס סאיז דא אזא זאך ווי פעיסבוק ווייל בעפאר דעם האט גענומען וואכען און אפי' חדשים געוואר צו ווערן אז יענער איז אן אידיאט

א איד » זונטאג יולי 17, 2016 1:24 pm

· #342477
קאמענטירער
קוואט

די ערשטע אכצען יאר פון לעבן איז ווי א פרי טרייעל אויף די איבריגע קאסטבארע לעבענס יארען


יעצט הייב איך אן צו פארשטיין, פארוואס אסאך נעמען זיך דערנאך דאס לעבן......

קאמענטירער » מיטוואך יולי 27, 2016 10:35 am

· #343694
1. ''איך קען נישט טרעפן מיין טעלעפאון'' איז א סטעיטמענט וואס איז נישט געהערט געווארן בעפאר די שפעטע 1980 פשוט ווייל אלע טעלעפאנען האבען פארמאגט ווייערס

2. פאר א שניי מענטש איז א טייך א מאסען גרוב..

3. אויב אומאראל איז גאנגבאר. געב איך אויף מיין זשאב און איך ווער א מומחה לעניני גיטין..

4. סהאט מיר גענומען גאר א לאנגע צייט צו רעאליזירען אז איך בין א שטייטע לערנער..

5. היסטארי קלעסעס האלטען אין איין ווערן מיט די צייט שווערער און שווערער..

6. אויב האסט דיך מסדר געווען א גוטע שלאפען סקעזשול, דאן האסטו דרייסיג פראצענט פון דיין לעבן געשטעלט אין פלאץ..

7. לויט געוויסע אין די היינטיגע טעג, אויב א חיה הארגעט א מענטש איז עס די מענטש שולד..

8. איך טו זעלטען די לאנדערי ווייל סנעמט מיר צו לאנג, און סנעמט מיר לאנג ווייל איך טו עס זעלטען..

9. פרעגן איינעמס נאמען איז מער ווייניגער ''וואסער גרודער זאל איך מאכען אז איך זאל באקומען דיין אויפמערזאמקייט''..

10. די מערסט פארדעכטיגע זאך וואס דו קענסט ארויברענגען אויף א פליגער איז א פערושאט..

מרדכי ישראל » מיטוואך יולי 27, 2016 9:02 pm

· #343786
איך בין דער מענטש וואס איך האב ליב אבער וואלט נישט גענומען א קויל פאר.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:13 am

· #343828
11. ווען איך בין גערעכט, קיינער וועט עס נישט געדענקען, ווען איך בין אומגערעכט, קיינער וועט עס נישט פארגעסן

12. ''וואו ביזטו'' איז מנהסתם נאך קיינמאל נישט גענוצט געווארן אין די שטום שפראך

13. אלץ א קינד האב איך פיינט געהאט צו ווערן געהייסען וואס צו טון, אלץ אן ערוואקסענער וואלט איך מיר געפרייט אז איינער זאל מיר זאגען וואס כדארף צו טון (ק. וועגן דעם האבען מיר א רב\רבי)

14. אין די פאראייניגטע שטאטען פארמאגען קארפערעישאנס די זעלבע רעכטען ווי מענטשען אבער נישט די זעלבע קנסות פאר פאברעכנס

15. נייעס איז מער ווייניגער א גוט מארגען און און דערנאך א ליסט מיט סיבות פארוואס סאיז בכל נישט אזוי גוט

16. א סוטקעיס איז די לעצטע פלאץ ווי איינער וועט לייגען זיין סוט

17. ווען דער וואס האט אויס געטראפען די USB וועט שטארבען, וועט מען אים אריינלייגען אין די ערד, און גלייך ארויסנעמען איבערדרייען און ערשט דאן צוריק לייגען אין די אדמה

18. כמיין אז ווי אלט כוועל נאר זיין, וועל איך נאך אלץ זיך דארפען אונטער זינגען די ניגון, ווען איך וויל וויל וויסען די סדר פון די ABC

19. ווען איך דרייוו מיט מיין לינקע האנט זענען מענטשליכע לעבענס אנגעוואנדען אין א האנט וואס כקען ניטאמאל ארויסרייבען מיין נאמען דערמיט

20. ארבעטן פון דערהיים איז זייער, זייער א שלעכטע געדאנק פאר איינער וואס איז א פייערפייטער

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:49 am

· #343840
שיינע געדאנקען!
זענען די אלע מחשבות אייגענס? אדער דו ביסט תופס מחשבה פון א צווייטן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:53 am

· #343841
קאמענטירער


13. אלץ א קינד האב איך פיינט געהאט צו ווערן געהייסען וואס צו טון, אלץ אן ערוואקסענער וואלט איך מיר געפרייט אז איינער זאל מיר זאגען וואס כדארף צו טון (ק. וועגן דעם האבען מיר א רב\רבי)

רוב מענטשן זענען נישט אזוי, געוויס וויל מען אמאל אן עצה, אבער נישט יענער זאל מיר כסדר זאגן ווען איך וויל נישט הערן און ארויפצווינגען זיין דעה אויף מיר.

16. א סוטקעיס איז די לעצטע פלאץ ווי איינער וועט לייגען זיין סוט

גוט! קיינמאל נישט אינאכט גענומען....

17. ווען דער וואס האט אויס געטראפען די USB וועט שטארבען, וועט מען אים אריינלייגען אין די ערד, און גלייך ארויסנעמען איבערדרייען און ערשט דאן צוריקלייגן אין די אדמה

פארוואס? ווייל יעדער לייגט אריין דעם USB קודם אויף די פארקערטע זייט?
און וואס איז מיט א סי.די. דרייוו? און ווער רעדט נאך פון די פארצייטישע קאסעטע-טעיפס, אויב האסטו נישט פארמאגט א טעיפ-שפילער וואס דרייעט אליינס איבער דעם טעיפ פון זייט A צו B...

20. ארבעטן פון דערהיים איז זייער, זייער א שלעכטע געדאנק פאר איינער וואס איז א פייערפייטער

איך פרוביר נאך צו כאפן די כוונה. אפשר ביסטו מסביר?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:09 pm

· #343843
א פייער פייטער וואס ארבעט פון דערהיים, דהיינו פארלעשט א פייער ביים איהם אין שטוב, איז דאס זייער ביטער.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:13 pm

· #343844
שמעקעדיג
שיינע געדאנקען!
זענען די אלע מחשבות אייגענס? אדער דו ביסט תופס מחשבה פון א צווייטן?


כהאב עס געשריבען בייים פתיחה אז איך בין פשוט א זעצער פון דער א.ד. טשענאל
וואס יא איז קודם דארף איך אויסקלויבן ביז כוועל טרעפן עפעס אינטערסאנט למשל פון הונדערט קאמענטס קען אפשר צען זיין פאסיג נאכצוברענגען!! צוליב די נושאים וואס איז נישט אינטערסאנט און אונז טי מיר נישט אין דעם, ווי צום ביישפיל ווען ער דערמאנט יו. עף. אוס. צו טעלעוויזשאנס שויס קאלעזשעס וכדו' און פלאס דעם דארף עס זיין גענוג אינטערסאנט און טשיקאוו אז סזאל זיך לוינען עס איבערזעצן אין יידיש

איין סאבזשעקט וואס קען יא זיין ענליך ווען ער רעדט פון 'רעדדיט' איז דא געדאנקען וואס קען שטימען מיט אונזער שטיבעל ווי למשל ''יעדער קוקט מיר אויס צו זיין א מאנספערזאן חוץ אויב דער ניק טענה'עט אז נישט''..

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:19 pm

· #343845
שמעקעדיג
קאמענטירער


13. אלץ א קינד האב איך פיינט געהאט צו ווערן געהייסען וואס צו טון, אלץ אן ערוואקסענער וואלט איך מיר געפרייט אז איינער זאל מיר זאגען וואס כדארף צו טון (ק. וועגן דעם האבען מיר א רב\רבי)

רוב מענטשן זענען נישט אזוי, געוויס וויל מען אמאל אן עצה, אבער נישט יענער זאל מיר כסדר זאגן ווען איך וויל נישט הערן און ארויפצווינגען זיין דעה אויף מיר.
מען רעדט נישט פון צווינגען אבער אסאך מאל פון די אזויפיל ברירות און אפציעס וואס מען האט אין לעבן קען מען באשטיין הלואי וואלט א צווייטער געקענט מאכען א דעסיזשען פאר מיר און כהאלט אז אונז כאפ מיר נישט עכט אזוי שטארק אז מיר חרדישע האבען נישט צופיל אפציעס משא''כ דער פרייער גוי אפי' א נעקטיי האט ער מיליאנען אפשענס..
16. א סוטקעיס איז די לעצטע פלאץ ווי איינער וועט לייגען זיין סוט

גוט! קיינמאל נישט אינאכט גענומען....

17. ווען דער וואס האט אויס געטראפען די USB וועט שטארבען, וועט מען אים אריינלייגען אין די ערד, און גלייך ארויסנעמען איבערדרייען און ערשט דאן צוריקלייגן אין די אדמה

פארוואס? ווייל יעדער לייגט אריין דעם USB קודם אויף די פארקערטע זייט?ריכטיג איינער וואס נוצט אסאך USB מוטשעט זיך דערמיט ווען באמת לכאורה וואלט מען ווען גאנץ גרינג לייזען די פראבלעם
און וואס איז מיט א סי.די. דרייוו? און ווער רעדט נאך פון די פארצייטישע קאסעטע-טעיפס, אויב האסטו נישט פארמאגט א טעיפ-שפילער וואס דרייעט אליינס איבער דעם טעיפ פון זייט A צו B...

20. ארבעטן פון דערהיים איז זייער, זייער א שלעכטע געדאנק פאר איינער וואס איז א פייערפייטער

איך פרוביר נאך צו כאפן די כוונה. אפשר ביסטו מסביר?געוואלדיג האט שוין מסביר געווען

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:48 pm

· #343857
סדא עטליכע וואס פאלט מיר איין למשל דא האט איר איינס (גראדע נישט געווען אין שאוער.)
ווען כהאב נישט קיין צייט איז דא אזויפיל וואס צו טון אויף די אין שטיבעל סאיז דא נייע פאוסטס וכד' ווען כזעץ מיר אראפ ליינען ווערט מיטאמאל אלעס אזוי שטיל אין איינזאם סאיז ממש נישטא וואס צו טון..

קאמענטירער » זונטאג יולי 31, 2016 8:43 pm

· #344050
21. א דאנק אז כקען גוגלען פון מיין פאון ארויס, סהאט מיר זיכער פארשפארט צענדליגע שעות פון זיך טענה'ען מיט חברים איבער פאקטען און מציאות'ער.

22. איך וואלט ניטאמאל באמערקט אויב די 7 8 9 קנעפלעך אויף די מייקריעוו ארבעטן נישט בכלל.

23. קום זשאנג-אן מוז אויסקוקען זייער מאדנע ביי זיינע לאנדסלייט זינט ער איז די איינציגעסטער וואס איז איבערוואג.

24. איך וועל ענדערש נעמען א וועג וואס נעמט צוואנציג מינוט לענגער ווי א וועג וואס מדארף ווארטען צען מינוט אין טרעפיק.

25. פארלירען אפאר פונט איז א געוואלדיגע זאך אין די יו. עס. אבער ביטער אין די יו.קעי.

26. כמעט יעדער וואס זאגט ''זאג מיך נישט וויאזוי צו אויפציען מיינע קינדער'' טוט עפי''ר נישט קיין גוטע חינוך (און זיי דארף מען ערשט זאגען, וויאזוי צו אויפציען די קינדער...)

27. איינער וואס איז א מינומים-וועיזש קעשיער האט שוין וואנשיירליך אנגערירט מער געלט ווי די איין פראצענט רייכע.

28. איז דא א סיבה פארוואס די אלפעבעיט איז אויף די סדר (אדער די נקודות אין אידיש)?

29. די פלאכער ערד געמיינדע האט מעמבערס ארום די גלאוב.

30. אויב שטייסטו ריקען צו ריקען מיט איינעם שטייסטו די ווייטסטו פנים אל פנים וואס איז נאר מעגליך אויף די ערד.

דער דאס » זונטאג יולי 31, 2016 9:45 pm

· #344056
די לייק איז פאר 3#, א ביטערע מציאות ליידער.

הערליך שיין, און טיפע געדאנקען, ש'כח קאמענטירער! ברענג נאך.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 9:56 am

· #344078
קאמענטירער
25. פארלירען אפאר פונט איז א געוואלדיגע זאך אין די יו. עס. אבער ביטער אין די יו.קעי.


פארוואס?

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 10:06 am

· #344080
Re: שאוער מחשבות
די וואלוטע ביי זיי הייסט פונט

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 10:39 am

· #344083
31. אויב דו פארעכסט איינעמס גאראמאטיק אדער אויסלייג טעותים, האסטו לכאורה גענוג קלאר פארשטאנען וואס יענער וויל אז דו זאלסט דארפען פארעכטן די טעותים אז דו זאלסט פארשטיין..

32. אַ פּרָאגרֶעמער פּרָאגרֶעמירט אַ פּרָאגרֶעם וואָס פּראָגרֶעמֶערס נִוצֶען צִו פּרָאגרֶעמֶען פּרָאגרֶעמס

33. סאיז דא ארום KM780000 נערווען אין אונזער גוף, און יאפס איין נערוו אין די ציינער איז גענוג דיר צושטערן די גאנצע וואך.

34. די מענטשליכע מח איז פונקט ווי א קאמפיוטער וואס אונז האבמיר נישט די אדמין רייטס מיר האבען בלויז א יוזער אקאונט מיט געצוימטע צוטריט.

35. אדאנק קאמפיוטערס איז מיין האנטשריפט די זעלבע ווי מיט יארען צוריק, כאטש אויסלייגען ווערטער אוון גרעמער איז בעסער לכבוד דעם.

36. ווען איך קרויז אויס אר קאר וואס עס שטייט ''סטודענט דרייווער'' וואונדער איך מיך צו איך ווער גענוצט אלטס א משל פאר א שלעכטע דרייווער ?

37. אין סיי וואסערע טאג אין שפיטאל, קענטו טרעפן מענטשען וואס האבען די בעסטע טאג אין זייער לעבן, די ערגסטע טאג אין זייער לעבן, די ערשטע טאג אין זייער לעבן, און די לעצטע טאג אין זייער לעבן, אלעס אונטער איין דאך.

38. ווען איך טעקסט נישט גלייך צוריק פאר א טעקסט, איז עס ווייל איך ארבעט פארנומען יעצט, אדער פשוט ווייל סקומט מיר נישט צו ענטפערן יעצט אויף די רגע, אבער ווען מען ענטפערט נישט ''מיך'' גלייך צוריק, טראכט איך אז מנהסתם זענען זיי אויפגערעגט אויף מיך.

39. איך בין מער סופרייזט ווען איך זע א 15 יעריגע קאר וואס איז אין א גוטע פארעם, מער ווי איך זא זען א 40 יעריגע קאר וואס איז אין א גוטע פארעם.

40. די קאר אלארעם וואלט ווען געדארפט זיין א קול וואס זאל אויסשרייען די נאמען פון די קאר אעונער

פעינטער » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 2:17 pm

· #344097
לאמיר דיר העלפן

*איך ווינדער מיך אויב איך האב אמאל געקויפט מילך פין די זעלבע קי צוויי מאל.

*פאר בלויז איין דאלער קענסטי איבער לאזן א דאלער ערגעץ ווי, אין מאכן איינעמ'ס טאג בעסער.

*רוב טינעזדער'ס (נישט ביי אינז) נעמען ארויס די סעלפוין צי קיקען די זייגער זיך צידערמאנען פין אינזער זיידעס מיט די טאשען זייגערס.

*עס וואלט געדארפט זיין א סמויק דיטעקטער וואס מען קען ציריק שרייען "איך האלט אינמיטען קאכען" אין סזאלזיך אויסלעשען.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 2:18 pm

· #344098
זאג ,ווען נעמסטו אזויפיל שאוערס? און וואס גייסטו טוהן די ניין טעג.

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 10:11 am

· #344198
41. שטייטע ווייפיי רעגט מענטשען מער אויף ווי בכלל נישט ווייפיי.

42. ''מיינע צוויי צענט'' ווערט שוין גענוצט פאר יארן אבער מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעמאסטען לגבי אינפאלאציע, היינט איז דא אזא שפע פון מיינונגען אז זיי זענען ווערטלאז.

43. די וועלט איז נישט געווארען אזויפיל נארישער, נאר סאיז פשוט געווארען גרינגער פאר נארישע מענטשען זיך צו קענען אויסדרוקען זייערע מיינונגען.

44. זשאן סמיט הייסט צו זיין די באקאנטסטע נאמען אין יו. עס. האט איר שוין אמאל געטראפען איינער וואס הייסט זשאן סמיט?

45. האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט ווי שטארק מען באקרידעוועט איינער וואס לינק האנטיג? אויב זענט איר א רעכטער וועט איר עס קוים באמערקען אז כמעט אלעס וואס דארף נעמען א צד, איז אויסגעשטעלט פאר איינער וואס איז א רעכטער, למשל א קען אפענער, שערל, פידעל, קאטינג באורד, אפילו די מייזעל ביים קאמפיוטער איז אויסגעשטעלט פאר א רעכטען, גראדע דא פארדינען די וואס זענען לינק האנטיג ווייל זיי קענען בשעתן עסן אדער טרינקען ווייטער סקראולען די פעיזש..

46. א לעפל איז סך הכל נאר א שיסעל וואס פיט אריין אין די מויל.

47. אויב ליכט גייט שנעלער ווי די קול דאן פארוואס הער איך אלעמאל מיין ווייב שרייען אויף מיר נאך פאר איך זעה וואס כהאב געטון שלעכט?

48. אויב ''סאיז קיינמאל נישטי צו שפעט'' צו אנהייבען עפעס, דא פארוואס זאל איך היינט אנהייבען?

49. אויב איך גיי זאגען פאר מיין קאר אונשורענס אז איך גיי חתונה האבען אין ארומפארען מיט מיין ווייב אין מיין קאר, גייען מיינע אונשורענס רעיטס אראפגיין?

50. די ערשטע מענטש וואס האט געפענט די שארק טענק עֶפִּיסאָדס האט געדארפט פארלייגען זיין איידיע פאר אינוועסטארס, אז מענטשען זאלען קומען פארלייגען זייערע איידיעס אין פראנט פון אינוועסטארס.

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:37 pm

· #344333
אזויווי כהאב געטראפען די געדאנקען פון דא עמטליך אויף טעלעגראם וועל איך ארויף לייגען אין די פארעם
413.JPG

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:56 pm

· #344410
.
01.JPG

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:02 pm

· #344411
ווער איז דער פארפאסער פון די געוואלדיגע זאצן? סיז עפעס שרעקליך גוט

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:30 pm

· #344419
לייג אריין שאוער טאוטס אין טוויטער אזוי אויך איז דא א טשענעל אויף טעלעגראם אלעס איז אין ענגליש אזוי אויך ווען איך ברענג עס אריבער לייג איך אמאל אמאל צו אביסעל ספייסעס, אבער די אידישע טשענעל ''געדאנקען און מחשבות'' איז סתם געקאפיט פון דא

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:33 pm

· #344420
נאך א נקודה איז אז איינער וואס זעט די ווערטליך באמערקט אז אלעס איז אויף אן אייגענארטיגע שניט פאר זיך , מאדנע און הומאראסטיש און אזוי אויך טיילמאל ערנסטע נקדות להתבונן כמיין אז דאס געבט צו אביסעל צי די אינטערסאנטקייט שבו

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:54 pm

· #344475
@קעמענטירער איך באלעק זיך מיינע (ווירוטאלע) פינגער, כמעשך בפיקטשערס כך מעשך במחשבות.

קאמענטירער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 11:34 am

· #344566
67. ווי פשוטער די קאנווערט קוקט אויס אלטס מער וויכטיגער איז עס.

68. די חילוק צווישען 0$ און M1$ קוקט מיר אויס צו זיין סאך גרעסער ווי די חילוק צווישען M1$ און M2$.

69. איך גלייך נישט צו הערן מענטשען זאגען ''טונא פיש סענדוויטש'', פונקט ווי מזאגט נישט איך האב ''טשיקען פייגעל'' אדער ''טאמעיטא וועזשטעיבל''.

70. אויב איך וועל פארלירען איין זאָק, וועט עס מיר מער שטערן ווי ווען איך זאל פארלירען צוויי זאָקען אויפאמאל און איך וועל עס ניטאמאל באמערקען.

71. הינטן פארשטייען זוין מער די מענטשליכע שפראך ווי מיר פארשטייען די הינט שפראך.

72. דער זעלבער מלמד וואס האט געזאגט ''רעספעקטיר די עלטערע'' האט אויך געהאט געזאגט ''רעספעקט דארף מען פארדינען-און נישט נעמען''.

73. איר דארפט נישט האבן א פארושאט צו אראפטאנצען פון אן העליקאפטער, נאר אויב איר ווילט טאנצען מער ווי איין מאל.

74. וואס סגייט מיר נישט אריין אין קאפ איז דאס אז פאר NASA איז מעגליך צו קאמיוניקעטן פאר 4.67 ביליאן מייל אוועק פון אונז, אבער איך פארליר מיין WI-FI איינמאל איך גיי אריין אין קיך.

75. די קול אין מיין מוח איז וואנשיירליך די שענסטע זינגער אין די וועלט

קאמענטירער » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 11:37 am

· #344669
76. מאדנע אז קיינער וועט נישט אויפנעמען אן ארבעטער וואס איז געווען אינטער א FBI אויספארשונג, אבער אונז גייען מיר לכאורה אריינוועלן אזא איינער.

77. אויב איך וועל זעהן איך אסאך פאליצייאישע קארס אין איין געגענט, מאכט עס מיר מער דעשראקען ווי פארזיכערט.

78. מען איז קיינמאל נישט דאנקבאר אז מען קען אטעמען דורך די נאז ביז מען באקומט א קאלד.

79. אלץ א טאטע פון א קינד האב איך אנגעפאנגען צו באמערקען אז די טעג זענען לאנג און די יארען זענען קורץ.

80. ''דו האסט א גרויסע הארץ'' איז א שיינע קאמפלימענט צו הערן פון יעדעם, אחוץ פון דיין דאקטער.

81. ווען מרעדט פון די ים, פוקטשערט מען זיך אויס א בילד פון א ביטש אדער פון די פארט, און מטראכט נישט פון די מיילען אויף מיילען וואס סאיז גארנישט דא דארט אחוץ א גרויע טונקעלקייט.

82. נאר איינער וואס ארבעט ביי די מינט איז נארמאל צו אים פרעגן וויפיל געלט ער מאכט..

83. אויב ליין איך ארטיקלען אדער ביכער אויף מיין פאון וועלן מענטשען טראכטען אז איך שטופ די צייט מיטען טון גארנישט, אבער אויב איך וועל ליינען א נארישע נאוועל בוך וועט מען טראכטען אז איך בין א קלוגע געלערנטע מענטש (ווי האט שמעון געזאגט ''פארוואס זאל 'ליינען ביכער' קלוג מאכען, ווען די שרייבערס אליין זענען נישט קלוג? והא ראיה אז זיי זענען נישט קלוג ווייל זיי האבען דאך ארויסגעגעבן א בוך...)

84. איך קען נישט קוקען אויף א ווארט אן עס צו ליינען

85. נישט רעדן צו קינדער איבער קדושה ענינים מיטן אויסרייד אז מען וויל נישט אז זיי זאלען זיך אויסלערנען צו טון מעשים תותעים, איז פונקט ווי מזאל נישט לערנען מיט די קינדער וועגן פייער סעפטי ווייל מדארף מורא האבען אז זיי זאלן נישט מאכען קיין פייערס

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 11:44 am

· #344671
קאמענטירער
נישט רעדן צו קינדער איבער קדושה ענינים מיטן אויסרייד אז מען וויל נישט אז זיי זאלען זיך אויסלערנען צו טון מעשים תותעים, איז פונקט ווי מזאל נישט לערנען מיט די קינדער וועגן פייער סעפטי ווייל מדארף מורא האבען אז זיי זאלן נישט מאכען קיין פייערס

ליפא » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 11:56 am

· #344672
מנהלים דארפן פארשפארן דע אשכול ביז נאך דע 9 טעג. טאר נישט גיין אין שאוער

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 4:50 pm

· #344698
ליפא
מנהלים דארפן פארשפארן דע אשכול ביז נאך דע 9 טעג. טאר נישט גיין אין שאוער

ליפא: אויף קאווע שטיבל דערקענט זיך נישט אויב מ'איז געווען אין שאוער אדער נישט. דאס שפירט מען נאר אין ביהמ"ד. אדער אין אפיס... 😂 🙄

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 7, 2016 10:26 am

· #344747
86. בעביס וויינען אסאך צוליב יעדע קליינע אומבאקוועמליכקייט, ווייל סאיז ממש די ערגסטע זאך וואס זיי האבען נאר אמאל געשפירט אין זייער לעבן

87. אויב דו ביזט איינס און א מיליאן דאן איז נאך דא זיבען טויזענט מענטשען וואס זענען אזויווי דיר

88. רויכערערס צאלען פאר קענסער אין פולען זיהן פון ווארט

89. סשפירט זיך ווי איעדער אויף די סייט איז א מאן חוץ אויב מווייזט אויף אז מאיז נישט

90. ווען איך הער ן קאר אלארעם זיך צופייפען האב איך נאך קיינמאל נישט געטראכט '' אוי איינעמס קאר ווערט געגנב'עט'' איך וועל ענדערש טראכטען ''ווען וועט שוין דער אידיאט פארלעשן זיין נערווירענדע קאר אלארעם''

91. פייערפליי איז דאס פונקט פארקערטע ווי וואטערפאל

92. מערסטענטס קינדער (פון 2-5) קענען זיך אליין באגיין מיט אינטעלגענט דעווייסעס ווי אייפעדס, לעפטאפס, שמארטפאונס, באט עפעס קענען זיי נישט פארשטיין וויאזוי צו נוצען א ביה''כ

93. זאגען אז דו קענסט נישט רעדן א שפראך אין יענע שפראך, איז די מערסט נוצבארע זאך זיך צו לערנען

94. די אמעריקאנע פאלק צאלען וואנשיירליך היינט צוטאגס מער שטייער ווי זיי פלעגן דארפען באצאלען בעפאר זיי האבען רעוואלטירט קעגן די בריטין פארן צווינגען צו צאלען אסאך שטייער

95. קאמפיוטער איז די איינציגעסטע זאך וואס ווערט פארפרוירען ווען סווערט אנגעהיצט

96. מער ווייניגער איז שוין דרייסיג פראצענט ערלעדיגט פונעם טאג ווען סאיז אכט אזייגער אינדערפרי

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 7, 2016 12:32 pm

· #344758
קאמענטירער
86. בעביס וויינען אסאך צוליב יעדע קליינע אומבאקוועמליכקייט, ווייל סאיז ממש די ערגסטע זאך וואס זיי האבען נאר אמאל געשפירט אין זייער לעבן


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/124900">viewtopic.php?p=124900#p124900</a><!-- l -->

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 10:38 am

· #344873
ונבנתה העיר
קאמענטירער
86. בעביס וויינען אסאך צוליב יעדע קליינע אומבאקוועמליכקייט, ווייל סאיז ממש די ערגסטע זאך וואס זיי האבען נאר אמאל געשפירט אין זייער לעבן


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/124900">viewtopic.php?p=124900#p124900</a><!-- l -->

@ונבנתה אזויווי דו האסט נישט ארויסגעשריבען וואס דו מיינסט מיט די לינק צו דיין מאמאר {אינטערסאנט אנצוצייכענען..,איך האב עס שוין געשריבען פאר אים..,סאיז א ערנסטע פאקט..,וכדו'..,} וועל איך עס אננעמען אלטס א קאמפלעימענט... 😃 😃

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 10:45 am

· #344874
97. שיך זענען מער ווייניגער פארטעבל פלארס

98. סאיז גאנץ שווער צו געווינען א וויכח מיט א קלוגע פערזאן אבער סאיז נאך אסאך מער שווערער צו געווינען א וויכח מיט א נארישען

99. די לעדערנע זשעקעט וואס איך גיי שוין ארום דערמיט פאר צען יאר, טראג איך שוין לענגער ווי דער קו פון ווי די לעדער קומט פון.

100. מאדנע ווי זאצען וואס פאנגען זיך אן מיט ''מאדנע ווי'' זענען בכלל נישט אזוי מאדנע

101. איך ווינטש מיך אז די יו.עס. גאווערמענט זאל אינווארדירען די יו. עס. צו בויען שאסייען און איינפירען א דעמאקראטיע

102. שלעכטע האנטשריפט איז ווי שטאטערען אויף פאפיר

103. א פיצא גיי איז מער ווייניגער א לאנג דיסטענס וועיטער

104. וויסענדיג אז דו שלאפסט אכט שעה א טאג אדער דו פארנוצט איין דריטעל פון דיין לעבן צו שלאפען קען זיך נאך הערן נארמאל, אבער אויב דו וועסט מיר זאגען אז איך פארשלאף פיר חדשים פון א יעדעס יאר וועל איך עס אנקוקען אומזיניג

קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:15 am

· #345062
כוויל מיטיילען מיין פרוסטערעישאן און געפילען מיט די חברים דא
סאיז דא איינער א פאריזאט וכו' און ער גייט אין געבט א מאך קאפי פעיסט אין געבט א לייג ארויף די גאנצע סחורה פון דא אויף די געוועב,
סנעמט מיר אביסעל ארבעט צו איבערלייגען און אהערברענגען די נקודות, ווי וויכטיג סאיז איז מיר נישט נוגע, וויפיל האבן הנאה? גיי איך אויך נישט אויסמעסטען פונקטליך, אבער יענער נישט נאר אז ער נעמט נישט קיין רשות ניטאמאל געבט ער קרעדיט, רבותי סטוט מיר ווי איך לייג אריין שעות און דא קומט איינער אין ער איז זיך משתמש מיט מיין ארבעט, וויל איך וויסען בין איך גערעכט? אדער דארף איך ארבעטן אויף מיינע מידות אין פארגינען יענע אנאנימעס פערזאן?
דערווייל וועל איך מיך אפשטעלן, אויב איינער וויל און האט חשק זיך צו נעמען די מי אריינצלייגען ארבעט אין דעם כל הכבוד

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:42 pm

· #345072
דיין ווייטאג איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא דורך אנדערע וואס ליידן זיך אן די זעלבע, די איינציגע עצה איז דאס וואס דו האסט געטוהן לייגן ווי א בילד מיט וואטערמארקס, פליז פליז סטאפ נישט זיי ממשיך איך יעדן מאל הנאה פון דאסניי.
בלאט: 1 2