הצלה בארא פארק
110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15864
הצלה בארא פארק
עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
Visionaryעס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
דעיס מיינט אז וומסב''ג איז נעקסט?

ענדליך!
נישט אז איך וויל עס זאל זיין אזוי ווי שומרים/שמירה אדג. איך וויל אן ערענטע ארגענעזאציע, אבער ווי יעדער האט א טשענס.
לאמיר נאר האפן אז מען וועט קענען עפעס אויפטוהן, די חזקה ווייזט אז בדרך כלל גייען די פאר פועארפול מענטשן פארשווייגן אין אינטערדרוקען די נושא.
[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט. אבער פארוואס זאל א באבוב'ער אינגערמאן האבן א בעסערע טשענס צו ווערן אנגענומען ווי עני אנדערע אינגערמאן?
[ציטאט אראפגענומען]
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
יין שרף
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
ער לייגט עס גוט אראפמתבודד: דאס איז א נישט טיפיקל עקספיריענס. איך האב אויך שוין (ליידער) געדארפט רופן הצלה אינמיטן די נאכט. מער ווי איין מאל. און זיי (די הצלה מעמבערס) זענען אייביג געווען העכסט פראפעשאנאל. און דיסקרעט. איין מעמבער איז אפילו געקומען אן זאקן. ד.מ. ער איז גראד ארויסגעלאפן פון זיין בעט.
מ'דארף א ביסל אפשאצן די מסירות נפש פון די הצלה מעמבערס.... קריטיק איז נישט אייביג אין פלאץ...!
ר'בערל ס'איז נאר א זשאוק. אוודאי איז הצלה א גאר גאר חשובע ארגעניזאציע, ושכרם הרבה מאוד.
אבער יעדע זשאוק האט א פראצענט אמת, און פון דעם רעדט מען דא...
בעפארן קריטיקירן איז וויכטיג אוודאי נאכאמאל קלארשטעלן אז הצלה איז גאר וויכטיג און נאך אלע מעשיות טוען זיי די דזשאב מיט געטריישאפט און פראפעסיאנאל.
איך האף אז עפעס וועט טאקע ווערן, עס מאכט נישט קיין סענס אז אזא וויכטיגע ארגאניזאציע האט נישט קיין ברעקל אווערסייט, און אז מעמבערס ווערן קאנטראלירט דורך אפאר יחידים.
אויך איז אביסל פארנעפלט די געלט ענינים...
יין שרף[ציטאט אראפגענומען]
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
איך גלייב נישט אז די מעשה איז געווען ממש פונקט אזוי. (און דו ביזט דאן געווען אינטער באהאנדלונגען פון א פאראמעדיק (!) מסתמא האסטו נישט אויפגעכאפט די דעטאלן.)
אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין, אויב האלסטו אז די מעמבער'ס האבן זיך אזוי אויפגעפירט דאן איז עס לכל הדיעות א זעלטענע זאך, און זיי זענען קלאר געגאנגען קעגן די פארשריפטן פון הצלה און דו קענסט דשאסט אנרופן די דיספעטשער דערציילן דיין מעשה.
c/p
על פי התורה אשר יורוך
אינ'ם פארלאפענעם תקופה איז אויפגעברענגט געווארן דורך פילע פון די חברי הצלה אין בארא פארק, אז עס וואלט זיך אויסגעפעלט אפצוהאלטן פרישע וואלן ווער עס זאלן דינען אלס די קאארדינעטאר פון הצלה, נאכדעם וואס עס זענען שוין לענגערע יארן נישט פארגעקומען וואלן פאר די פאזיציעס, און רוב חברי הצלה האבן יעצט געשטימט אז מען זאל יא מאכן וואלן, צוליב וואס זיי זענען אומצופרידן מיט פארשידענע החלטות און איבערן יעצטיגן צוגאנג פון די דריי קאארדינעטארס.
אבער די באורד מטגלידער האבן זיך אנטזאגט פון צולאזן אז עס זאל פארקומען פרישע וואלן, מיטן אויסרייד אז דער רב און פוסק פון חברה הצלה, הגה"צ רבי חיים יענקל טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב-48, איז זיך מתנגד צו דעם שריט, און דערפאר מוזן זיי זיך האלטן צום דעת תורה.
נאכן זעהן אז מ'איז אין א פארלעגנהייט, און די אומצופרידהייט וועט זיך אזוי ווייטער אנהאלטן, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צום בית דין בינת משפט וואס שטייט בראשות הרה"ג ר' שמואל פריעד שליט"א להורות את המעשה אשר יעשון, און דער בי"ד האט אפגעשיקט א בריוו צום באבובער דיין און די ראשי חברי הצלה, מיט'ן פסק אז זיי מוזן געבן פארן בי"ד א שריפטליכן תשובה ביז צען טאג אויב זיי האבן א טענה אדער סיבה פארוואס נישט אפצוהאלטן פרישע וואלן, און אויב נישט וועט די בי"ד מוזן אליין דן זיין וואס צו טוהן.
נאכדעם וואס עס איז נישט ערהאלטן געווארן א תשובה דערויף, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צו הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ סאטמאר-52, ער זאל זיי פארטרעטן אינ'ם דין ודברים. דער סאטמארער דיין האט זיך געוואנדן צו צום באבובער דיין פארלאנגענדיג אז עס מוז אפגעהאלטן ווערן פרישע וואלן פאר נייע קאארדינעטאר פון חברה הצלה, און דער באבובער דיין האט עם געבעטן מען זאל אים געבן דרייסיג טאג.
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א פארבינדן צו רבי חיים דוד כ"ץ, און זיך געבעטן ביים אים ער זאל אפלאזן די מערכה, מיטן אויסרייד אז זיין שוואגער דער באבובער דיין געפינט זיך אצינד אין פלארידע זיך צו ערהוילן פון געזונטהייט קאמפליקאציעס וואס ער איז לעצטנס אדורך, און דערפאר זאל מען זיך דערווייל אפגעבן מיט אנדערע וויכטיגע תיקונים וואס עס פעלט זיך אויס. און באבוב-48 רב האט זיך דערביי אויסגעדרוקט אז עס איז שפיכות דמים צו רודפ'ן זיין שוואגער אין דעם יעצטיגע אומשטענדן.
דער סאטמארער דיין האט אבער מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש, און מיט א פעסטקייט געענפערט, "איך שפיל נישט קיין פאליטיק, און ס'איז דא א תורה, וואס מען דארף אויספאלגן דעם דעת תורה, און נישט קיין חילוק ווער ס'זאל נאר זיין מוז מען מקיים זיין א פסק פון א בי"ד. הצלה איז נכסי ציבור, און קיינער האט נישט די רעכט זיך משתלט צו זיין דערויף, און אויב דער באבובער דיין איז נישט בכח זיך אפצוגעבן מיט דעם, קען ער איבערגעבן זיין פאזיציע פאר אן אנדערע רבני'שע פערזענליכקייט וואס זאל אים פארטרעטן. אויב איז ער נישט ביכולת צו האנדלן דעם פרעשור זאל ער נישט זיין דער דעת תורה און רב פון חברה הצלה"!
אזוי רעדנדיג האט ער אינמיטן געהערט ווי דער באבובער רב האט אראפגעקלאפט דעם טעלעפאון אויף אים, זעענדיג אז דער סאטמארער דיין מאכט זיך נישט צו טוהן פון זיין בקשה, נאר פאדערט זיך צו האלטן צום דעת תורה.
מכתב להרב טויבער.
📎 מכתב.jpeg
איך האב מורא אז די אנדרייערס דא זענען עזרת נשים חברה
Ego איין ווארט וואס איז מסביר די גאנצע פייט
אדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.
📎 IMG_20230125_021324_457.jpg
דאס איז נישט מיךאדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.
שוין לכאורה פון אפאר חדשים צוריק.
יום טוב ליפמאן צונזאיך האב מורא אז די אנדרייערס דא זענען עזרת נשים חברה
ווען מען טיילט פעטש איז ערווארטעט צוריקציכאפן.
אלעס פיין און וואויל, קען זיין זיי זענען גערעכט. אבער זייער טעות איז מיטן אויפנעמען אזא רשע מרושע, רודף, ווי שמואל פריד - באוואוסטער לאנגיעריגער מחרחר ריב. דא האבן זיי פארלוירן זייער גאנצער רעספעקט ביי יעדען נארמאלע ערליכער מענטש! און פארדעם האף איך פערזענליך אז זיי זאלן מיאוס פארלירן.
וועגן אזעלכע סארט פארדארבענע מענטשען ווי שמואל פריד זענען ליידער אלע היינטיגע בתי דינים קאראפטירט!
ס'פעלט נארמאלע אינגעלייט? נארמאלע טוענים, אז זיי האבן געמוזט אנקומען צו אזא אויסגעוועפטער זקן וכסיל?
זיי שטיצן א איד מיט א לאנגע בארד וואס האט נישט קיין שום ethical and moral code, א מענטש וואס איז פארנומען צוצונעמען קינדער פון זייערע עלטערן ווייל ער מאכט געלט? א נבל ברשות התורה?
איך האף אז זיי וועלן פארלירן!
עם עקש תתפתל. איך טראכט, נישט ווייל איך ווייס, אז די פירערס פון חברה הצלה זענען אזעלכע שמואל פריעדס ממילא דארף מען א שמואל פריעד צו קעיר נעמען אויף זיי. די באדאם ליין איז אז אזוי ווי עס איז יעצט קען די חברה הצלה נישט געווינען. אויב מאכן זיי נישט שלום וועלן זיי נאר פארלירן. עס איז דא עזרת נשים וואס קען איבערנאכט עבזארבן אלע הצלה מעמבערס וואס זענען נישט צופרידן און פלוצלינג באקומען זיי עקספיריענסד מעמבערס וואס קענען ראנען א הצלה ארגענייזעישן. נישט נאר דאס, זיי וועלן נאך זיין צדיקים פארן האבן פרויען פאר צניעות. די זעלבע וואס האבן געשריגן קעגן עזרת נשים וועלן פלוצלינג שרייען פארקערט. די פאנדרעיזינג פאר הצלה וועט ליידן געפערלעך און די כאאס מיט קאלס פון הצלה און עזרת נשים וועט שאטן פאר די פאציענטן. ממילא זעה איך נאר איין סאלושן אז זיי זאלן טרעפן א וועג זיך דורך צו קומען.
yatzmachpעם עקש תתפתל. איך טראכט, נישט ווייל איך ווייס, אז די פירערס פון חברה הצלה זענען אזעלכע שמואל פריעדס ממילא דארף מען א שמואל פריעד צו קעיר נעמען אויף זיי. די באדאם ליין איז אז אזוי ווי עס איז יעצט קען די חברה הצלה נישט געווינען. אויב מאכן זיי נישט שלום וועלן זיי נאר פארלירן. עס איז דא עזרת נשים וואס קען איבערנאכט עבזארבן אלע הצלה מעמבערס וואס זענען נישט צופרידן און פלוצלינג באקומען זיי עקספיריענסד מעמבערס וואס קענען ראנען א הצלה ארגענייזעישן. נישט נאר דאס, זיי וועלן נאך זיין צדיקים פארן האבן פרויען פאר צניעות. די זעלבע וואס האבן געשריגן קעגן עזרת נשים וועלן פלוצלינג שרייען פארקערט. די פאנדרעיזינג פאר הצלה וועט ליידן געפערלעך און די כאאס מיט קאלס פון הצלה און עזרת נשים וועט שאטן פאר די פאציענטן. ממילא זעה איך נאר איין סאלושן אז זיי זאלן טרעפן א וועג זיך דורך צו קומען.
שמואל פריד קען גארנישט! ער איז א באוואוסטער רודף! מ’טאר אים ע”פ הלכה נישט הייערן פאר קיין טוען, מ’טאר אים נישט מצרף זיין צו קיין מנין. סאיז דא 300 בעסערע און מעהר געשליפענע טוענים היינטיגע צייטן. ער איז א אל”ד סקו”ל מאפיאנער וואס קען נישט די היינטיגע וועלט.
איך קען ליידער אפאר פון זיינע קעיסעס, ער איז בכלל נישט קיין גוטער טוען, ער לעבט נאך אין די זיבעציגער יאהרן, ער קען סטראשענען, רודפן, דערגיין יענעם די יאהרן. נישט קיין נארמאלע טוען! נישט קיין נארמאלע מענטש.
קיין נארמאלע גראדע מענטש הייערט אים נישט היינטיגע צייטן ווי ווייט איך ווייס. איך טוה העלפן אסאך מענטשען מיט דין תורת היינטיגע טעג. ווער ס׳הייערט אים זוכט געווענטליך א הי”ט מע”ן סטייל טוען- א רודף! זיי האבן א נארמאלע גוטער קעיס, וואס דארפן זיי אריינמישן אזא באוואוסטער חי׳ בצורת אדם?
מיט דעם וואס זיי האבן געהייערט א מענטש וואס מ’טאר נישט הייערן ע”פ הלכה האבן זיי פארלוירן נאך פאר די דין תורה האט זיך אנגעהויבן!
איך האף אז דאס איז אן התחלה צו א מעיזשר טויש אין אונזער געזעלשאפט ווי כמעט אלע ציבור'ישע ארגענעזאציעס (בתי מדרשים, קהילות, מוסדות און צדקות) ווערן געפירט דורך יחידים המשתלטים על הציבור, אן דארפן גיבן דין וחשבון פאר קיינעם. נאך מער, איינער זעצט זיך אריין אויפ'ן באורד אדער וועד ביי די דרייסיג און בלייבט דארט ביז די ניינציג.
ס'איז העכסט צייט פאר אן אויפוואכונג. יעדע נכס ציבור דארף געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען אקאונטעבל פאר זייערע מעשים. זיי דארפן אפגיבן א דין וחשבון יעדעס יאר וואס זיי האבן אויפגעטון און וואס זיי פלאנען אויפ'ן קומענדיג יאר. און טאמער זייער ארבעט איז נישט צופרידענשטעלענד זאלן זיי אפטרעטן און מאכן פלאץ פאר א צווייטן וואס איז מער קאמפעטענט פאר די פאזיציע. די זעלבע איז מיט א רב אדער א דיין. מ'ווערט עלטער און מ'איז מער נישט בכח צו טון וואס די זשאב פארלאנגט זאל מען רעטייערן און לאזן אויפנעמען א צווייטן במקומם.
דאס איז נישט מיךאדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.
Sorry for my English.
How did kasho ruv involved? He lives in Williamsburg and we have enough of him there. So what's his business in BP?
מיך שטערט אז מ'האט בכוונה ארויס גענומען די געפעכט אויפן גאס. פון ארויסגעבן קאשוי רב'ס בריוו וואס ער האט אליינס געשריבן אז מ'זאל נישט, ביז ארום שיקן שיין געשריבענע ארטיקלען אויף סאושל מידיע. עס איז פשוט אן עקל. האסט טענות? גיי צו בית דין. פארוואס די דראמא? סתם אריין שלעפן אזא וויכטיגע ארגענעזאציע אין א פאליטישע סענזאציע?
[ציטאט אראפגענומען]
He is not bothering me at all. I actually gave to his moised 50$ (he made his dinner this week)
I don't care what he says about common core and I don't believe he approved it since he is usually extreme
The point is he lives in Williamsburg and this is a BP issue which should be resolved by BP rabunim
So even though they're his chassidem it still don't belong for him
שבת אחיםשמואל פריד קען גארנישט! ער איז א באוואוסטער רודף! מ’טאר אים ע”פ הלכה נישט הייערן פאר קיין טוען, מ’טאר אים נישט מצרף זיין צו קיין מנין. סאיז דא 300 בעסערע און מעהר געשליפענע טוענים היינטיגע צייטן. ער איז א אל”ד סקו”ל מאפיאנער וואס קען נישט די היינטיגע וועלט.
איך קען ליידער אפאר פון זיינע קעיסעס, ער איז בכלל נישט קיין גוטער טוען, ער לעבט נאך אין די זיבעציגער יאהרן, ער קען סטראשענען, רודפן, דערגיין יענעם די יאהרן. נישט קיין נארמאלע טוען! נישט קיין נארמאלע מענטש.
קיין נארמאלע גראדע מענטש הייערט אים נישט היינטיגע צייטן ווי ווייט איך ווייס. איך טוה העלפן אסאך מענטשען מיט דין תורת היינטיגע טעג. ווער ס׳הייערט אים זוכט געווענטליך א הי”ט מע”ן סטייל טוען- א רודף! זיי האבן א נארמאלע גוטער קעיס, וואס דארפן זיי אריינמישן אזא באוואוסטער חי׳ בצורת אדם?
מיט דעם וואס זיי האבן געהייערט א מענטש וואס מ’טאר נישט הייערן ע”פ הלכה האבן זיי פארלוירן נאך פאר די דין תורה האט זיך אנגעהויבן!
איך האב א פאר שאלות פאר דיר:
1) אין וועלכע סימן שטייט די הלכה אז מען טאר נישט נעמען ר' שמואל פריעד פאר א טוען?
2) דו שרייבסט אז ער נעמט אוועק קינדער פון עלטערן, קענסט אויסרעכענען לכל הפחות צוויי פרשיות פון די לעצטע 25 יאהר וואס ער האט אוועקגענומען קינדער פון עלטערן סתם אזוי?
3) דו שרייבסט אז עס איז דא 300 טוענים, קענסט שערן א ליסט פון לכל הפחות 50 טוענים?
אויב קענסטו נישט ענפערן אויף די דריי שאלות, זענען דיינע ווערטער לכאורה שטותים בעלמא... און דו שרייבסט פון כעס ווייל ער האט געוואונען, בצדק, א קעיס אנטקעגן דיר, דיינס א חבר, אדער דיינס א משפחה.
מיכל לעבאוויטש
מצפצףמיכל לעבאוויטש
געשען 35 יאהר צוריק. ליין מיין שאלה. נישט אז איינס איז נישט א סאך, אבער מענטשן טוישן זיך, און דאס איז אן אלטע מעשה. נישט אז עס איז נישט פעינפול, אבער דאס איז א מעשה פון די עבר.
Visionary מצפצףמיכל לעבאוויטש
געשען 35 יאהר צוריק. ליין מיין שאלה. נישט אז איינס איז נישט א סאך, אבער מענטשן טוישן זיך, און דאס איז אן אלטע מעשה. נישט אז עס איז נישט פעינפול, אבער דאס איז א מעשה פון די עבר.
עס איז דא עפעס א statue of limitation אין די ענין?
ח"ו עס איז נישט דא קיין לימיטעישאן, אבער צו שרייבן "ער נעמט אוועק קינדער פון עלטערן" וועגן א מעשה פון 35 יאהר צוריק, דאס איז זיכער נישט א זאך וואס קען ארויסברענגען זיינע חסרונות.
די פירערס פון הצלה קענען טרייען צו פארדרייען די שמועס צו שמואל פריעד, דעם יענעם נאר נישט טוהן וואס לכאורה יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז מען דארף מאכן וואלן עספעשיעלי אז די וואס זיצן דארט זענען אריינגעקומען מיט וואלן.
ליידער שטעלט זיך ארויס אז ביי היימישע אידן איז כמעט נישט דא אזא זאך אז מענטשן זאלן איבערגעגעבן ממשלה פון איינעם פארן צווייטן אויף א נארמאלער אופן. ווער עס קומט אריין אין פאוער מוז בלייבן לעולם ועד ביזן שטארבן און זיין זוהן מוז אים איבערנעמען וכו.
פאר די אלע וואס מיינען אז ס'קומט מעידזשאר אקאונטיביליטי. די שאנסן זענען זייער שׁמאָל, די קריגעריי דא איז א פארצייטישע מי בראש מחלוקה. און די נייע וועלן פונקט אזוי נישט זיין אקאונטעבל. סך הכל גייען די נייע האבן מער שכל (אדער פחד) און זיך אויפירן מער צוגעלאזן. עכ''פ אין אנפאנג. ס'איז טאקע א שינוי לטובה. אבער ס'האט גארנישט מיט אקאונטיביליטי.
Visionary דומ"ץ באבוב-48
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א
וואס איז די דזשאוק פון שרייבן באבוב-48?
שמעקעדיג Visionary דומ"ץ באבוב-48
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א
וואס איז די דזשאוק פון שרייבן באבוב-48?
לכאורה פשוט א באווייז וואס זיינע עכטע מאטיוון זענען...
א פיצי אפדעיט אויף דער מערכה.
קודם כל, די מעשה פון כ"ק מבאבוב און הרב ח"ד כץ איז שקר. דאס איז יא אמת אז הרב ח"ד כץ ארבייט אז עס זאל יא זיין וואלן ביי הצלה.
די צד שכנגד, די תובעים ארבייטן פעסט בשעת וואס פון די קאארדינעטארס זייט איז קיין שום זאכליכע תגובה נישט געקומען אפילו נאך די 30 טעג וואס מען האט זיין געגעבן.
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
Re: הצלה בארא פארק
הער איך יעצט אז למעשה האט הצלה אוועקגעשטעלט, לפחות אימאפעציעל, א וועד פון דריי אידן וואס זאלן זיין די באורד פאר יעצט. איינער מיט פרטים זאל אריינקומען.
Re:
nespresso #
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
דו ביזט גערעכט, יעדער בארא פארקער קען וואוטן יעדעס יאר ווען מען מאכט די פארטי און דעסיידן נישט אדער יא צו געבן געלט. אבער ווי באלד דאס איז אן ארגענייזעישן מוז עס האבן לימיטס און געווענליך זענען די מענטשן וואס זענען מעמבערס און דירעקטלי אפיליאירט מיט די ארגענייזעישן די וואס וואוטען.
Re:
מתבודד #
יין שרף
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
ער לייגט עס גוט אראפ
איך האב עס נישט געזעהן, ביי מיר זענען זיי געווען זייער פראפעסיאנאל, (קען זיין וועגן אין מיין אפארטמענט איז נישטא וואס צו זעהן
🤔) די טענה'ס אויף זיי איז אז זיי שטופן צו גיין אין די שפיטאל ווי זיי באקומען מער געלט, פארשטייט זיך ווען ס'מאכט נישט אויס קיין חילוק אין די פאציענט.
Re: Re:
yatzmachp #
nespresso #
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
דו ביזט גערעכט, יעדער בארא פארקער קען וואוטן יעדעס יאר ווען מען מאכט די פארטי און דעסיידן נישט אדער יא צו געבן געלט. אבער ווי באלד דאס איז אן ארגענייזעישן מוז עס האבן לימיטס און געווענליך זענען די מענטשן וואס זענען מעמבערס און דירעקטלי אפיליאירט מיט די ארגענייזעישן די וואס וואוטען.
ליידער האט מען די רעכטן אויך שוין אוועקגענומען. זינט הצלה האט אנגעהויבן נעמען געלט פאר זייערע סערוויסעס פון די אינשורענס פירמעס. קומט אויס אז די קאמיונעטי האט נישט קיין שום ווארט, רעכט, איבערזיכט, אדער אפארטוניטי פאר קאנקורענץ.
Re: Re:
yatzmachp #
nespresso #
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אין די מערכה, ווי קומען אריין די מעבערס צו וואוטען? לענ"ד דארף יעדע בארא פארקע איינוואוינער האבן א זכות אין אזעלכע וואוטס.
דו ביזט גערעכט, יעדער בארא פארקער קען וואוטן יעדעס יאר ווען מען מאכט די פארטי און דעסיידן נישט אדער יא צו געבן געלט. אבער ווי באלד דאס איז אן ארגענייזעישן מוז עס האבן לימיטס און געווענליך זענען די מענטשן וואס זענען מעמבערס און דירעקטלי אפיליאירט מיט די ארגענייזעישן די וואס וואוטען.
יא גערעכט, דאס איז טאקע איינגעפירט אין זייער אסאך לענדער, ווי רוסלאנד וכדומה
Re: הצלה בארא פארק
זאל מען אנהייבן ניצן עזרת נשים. עס איז דא קאמפעטישן. זאלן די אינגעלייט זיך איינשרייבן צו ווערן מעמבערס דארט. סוכ"ס איז הצלה א פריוואטער ארגענייזעישן נאר א נאט פאר פראפיט ממילא דארף זיין א סיסטעם פון מעמבער קאנטראל. אבער די פאבליק קומט נישט אריין אין פיקטשער. אין רוסלאנד קומט די רעגירונג און נעמט צו פריוואטע ארגענייזעישנס. אין אמעריקע זאגט מען דיר מאך אויף א קאמפעטישן. דו האסט נישט די באלס? טאף לאק.
Re: הצלה בארא פארק
ביסט ווען גערעכט ווען דאס איז ווען א פריוואטע ארגאניזאציע פאררופן זיי זיך ווי די ציבורי'שע ארגאניזאציע, זיי פאנדרעיזן אלס כלל ישראל ארגאניזאציע, און זיי האבן טענות ווען איינער עפענט א קאמפעטישן, הצלה - עזרת נשים, שומרים - שמירה, חברים - חביבים, בוני עולם האט גערופן עי טיים צו דין תורה און ב"ע האט געווינען.
א יעדע פאבליק קאמפאני האט זייער שווערע רעגולאציעס, ס'מוז זיין אינגאנצן דורכזיכטיג.
לויט ווי איך ווייס האבן די קאארדענעיטארס עס נישט אליינס געעפענט, זיי האבן עס אויך נישט אפגעקויפט.
פונקט ווי פוטין קען נישט זאגן, ביסט נישט צופרידן ווי אזוי איך פיהר רוסלאנד מאך די אויף דיין אייגענע לאנד, ווייל ס'איז נישט זיינס, ער איז סאך הכל געשטעלט צו באדינען זיינע מענטשן. די זעלבע מיט הצלה.
Re: הצלה בארא פארק
ס'איז [געווען?] דא א קאמפעטיטאן, א פארווייטאגטער מעמבער האט געפענט א אייגענער ארגעניזאציע אין ב"פ בשם East Midwood Volunteer Ambulance Corps, פאר יארען האט ער געהאט א אמבולאנס ביי זיין הויז.
וויפיל האבען געהערט פון דעם בכלל? און נאך ווייניגער האבען איהם גענוצט? וואזשע דען ווען עס קומט למעשה פארשטייט מען וועמען צו רופען
בד"וו מיט אלע טענות דארף צען קעמען מחלק זיין צווישען די מסי"נ מעמבערס און די בעלי בתים.
Re: הצלה בארא פארק
yatzmachp #
זאל מען אנהייבן ניצן עזרת נשים. עס איז דא קאמפעטישן. זאלן די אינגעלייט זיך איינשרייבן צו ווערן מעמבערס דארט. סוכ"ס איז הצלה א פריוואטער ארגענייזעישן נאר א נאט פאר פראפיט ממילא דארף זיין א סיסטעם פון מעמבער קאנטראל. אבער די פאבליק קומט נישט אריין אין פיקטשער. אין רוסלאנד קומט די רעגירונג און נעמט צו פריוואטע ארגענייזעישנס. אין אמעריקע זאגט מען דיר מאך אויף א קאמפעטישן. דו האסט נישט די באלס? טאף לאק.
איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז דא עפעס אזוי אנדערש ווי רוסלאנד. גראדע קענסטו דא נישט אויפמאכן א אנדערע. די רעגירונג האט אפגעמאכט אז עס איז שוין דא גענוג. און אז הצלה אלס איין ארגענעזאציע ערפילט די באדערפענישן. און ס'פעלט נישט אויס קיין פרישע קאנקורענט. גראדע האט הצלה א ווארט ביי די רעגירונג אויף אזא דעסיזשען. און וואס מיינסטו טוען זיי? פרייער האט געדארפט אויסמיידן די רעגירונג באורד און גיין דורך די געריכט, אויפווייזן אז ס'איז יא דא א באדערפעניש פאר פרויען אין די געזעלשאפט. און האט באקומען נאך יארן לאנג א לייסענס.
סך הכל. פונקט ווי רוסלאנד קענסטו דא אויך נישט אויפמאכן א אנדערע ארגענעזאציע היינט צוטאגס.
Re: הצלה בארא פארק
ר' מילך טראק איך גיי דיר מער נישט ענטפערן ווייל דו זעהסט נישט אויס צו זיין א מענטש וואס שרייבט ראציאנאל. הצלה "איז פריוואט" "נאט פאר פראפיט" און עס איז מעגלעך אז די וואס זענען יעצט די פירער האבן עס "געגנבעט" פון די פריערדיגע בעלי בתים. געדענק, הרב וועבער וואס האט געעפנט הצלה אין וויליאמסבורג האט מען אויך ארויסגעווארפן. , ער האט געברענגט דעם קאנצעפט בכלל. ווי לאנג מען ארגענאזירט דעם קאמפאני אויף א געוויסע וועג זענען די קאנסעקווענצן אז די רולס דארף מען פאללאוען. ווי לאנג מען גייט לויט די רולס קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען די אויסגאנג איז א זאך וואס דו האסט נישט ליעב. די שאלה איז צו מען גייט נאך די רולס און פאר דעם איז דא דין תורה, קאורט וכו. יא, דו קענסט עפענען אן אייגענע הצלה. עס גייט נישט זיין גרינג אבער דו קענסט. עזרת נשים יוכיח. נאר דו ביזט נישט גרייט. זיץ איין.
צו פארגלייכן דעס צו רוסלאנד? אבסורד.
Re: הצלה בארא פארק
היימלינד #

יש ויש, סדא מעמבער'ס וואס זענען באמת גוטע וואילע אידן, זיי וועלן ארויסגיין פון וועג צו העלפן א צווייטע איד, און ס'דא וואס מעמבער'ס וואס איז גרינגער צו מאכן א מיליון דאלער ווי צו האבן א טובה פון זיי.
Re: הצלה בארא פארק
היימלינד #
ס'איז [געווען?] דא א קאמפעטיטאן, א פארווייטאגטער מעמבער האט געפענט א אייגענער ארגעניזאציע אין ב"פ בשם East Midwood Volunteer Ambulance Corps, פאר יארען האט ער געהאט א אמבולאנס ביי זיין הויז.
וויפיל האבען געהערט פון דעם בכלל? און נאך ווייניגער האבען איהם גענוצט? וואזשע דען ווען עס קומט למעשה פארשטייט מען וועמען צו רופען
בד"וו מיט אלע טענות דארף צען קעמען מחלק זיין צווישען די מסי"נ מעמבערס און די בעלי בתים.
אין מאנסי איז דא ספרינג היל אמביולאנס, א קאמפעטיטאר צי הצלה, זיי זענען חי וקיים ביי די מאדערנע עולם.
Re: הצלה בארא פארק
קורקלענד #
yatzmachp #
זאל מען אנהייבן ניצן עזרת נשים. עס איז דא קאמפעטישן. זאלן די אינגעלייט זיך איינשרייבן צו ווערן מעמבערס דארט. סוכ"ס איז הצלה א פריוואטער ארגענייזעישן נאר א נאט פאר פראפיט ממילא דארף זיין א סיסטעם פון מעמבער קאנטראל. אבער די פאבליק קומט נישט אריין אין פיקטשער. אין רוסלאנד קומט די רעגירונג און נעמט צו פריוואטע ארגענייזעישנס. אין אמעריקע זאגט מען דיר מאך אויף א קאמפעטישן. דו האסט נישט די באלס? טאף לאק.
איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז דא עפעס אזוי אנדערש ווי רוסלאנד. גראדע קענסטו דא נישט אויפמאכן א אנדערע. די רעגירונג האט אפגעמאכט אז עס איז שוין דא גענוג. און אז הצלה אלס איין ארגענעזאציע ערפילט די באדערפענישן. און ס'פעלט נישט אויס קיין פרישע קאנקורענט. גראדע האט הצלה א ווארט ביי די רעגירונג אויף אזא דעסיזשען. און וואס מיינסטו טוען זיי? פרייער האט געדארפט אויסמיידן די רעגירונג באורד און גיין דורך די געריכט, אויפווייזן אז ס'איז יא דא א באדערפעניש פאר פרויען אין די געזעלשאפט. און האט באקומען נאך יארן לאנג א לייסענס.
סך הכל. פונקט ווי רוסלאנד קענסטו דא אויך נישט אויפמאכן א אנדערע ארגענעזאציע היינט צוטאגס.
ווען מען מאכט אויף אזא ארגענייזעישן דארף מען באקומען א סערטיפיקאט אף ניעד פון די סטעיט. דאס גייט צו פאבליק קאמענט פאר מען קען דאס באקומען און די הצלה ארגענייזעישנס איבעראל זענען קאנעקטעד איבעראל און זיי האלטן עס אפ און וויבאלד עס איז א פאליטישער פראסעס געווינען זיי. אבער די נעקסטע סטעפ איז צו גיין פאר אן אפיעל און דאס גייט שוין אריין אין דעם ליגעל פראסעס. דארט קענסטו ברענגען דיינע באווייזן אז זיי זענען קארופטירט און דו וועסט קענען באקומען דעם סערטיפיקאט. עזרת נשים האט אויפגעוויזן אז זיי סערווירן נישט קיין פרויען ריכטיג האבן זיי באקומען. די שאלה איז נאר אויב דו ווילסט עס דורכגיין און צווייטנס ווי אזוי קענסטו קאנווינסן מענטשן דיך צו ניצען און געבן געלט. מענטשן דארפן זיין געבאדערט פון די קאראפשן אזוי שטארק ווי דו. רובא דרובא מענטשן קערן נישט. ווי לאנג זיי קאלן דעם נאמבער און א הצלה מאן קומט צו זייער טיר זענען זיי צו פרידן. דאס איז דיין פראבלעם.
Re: הצלה בארא פארק
yatzmachp #
ר' מילך טראק איך גיי דיר מער נישט ענטפערן ווייל דו זעהסט נישט אויס צו זיין א מענטש וואס שרייבט ראציאנאל. הצלה "איז פריוואט" "נאט פאר פראפיט" און עס איז מעגלעך אז די וואס זענען יעצט די פירער האבן עס "געגנבעט" פון די פריערדיגע בעלי בתים. געדענק, הרב וועבער וואס האט געעפנט הצלה אין וויליאמסבורג האט מען אויך ארויסגעווארפן. , ער האט געברענגט דעם קאנצעפט בכלל. ווי לאנג מען ארגענאזירט דעם קאמפאני אויף א געוויסע וועג זענען די קאנסעקווענצן אז די רולס דארף מען פאללאוען. ווי לאנג מען גייט לויט די רולס קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען די אויסגאנג איז א זאך וואס דו האסט נישט ליעב. די שאלה איז צו מען גייט נאך די רולס און פאר דעם איז דא דין תורה, קאורט וכו. יא, דו קענסט עפענען אן אייגענע הצלה. עס גייט נישט זיין גרינג אבער דו קענסט. עזרת נשים יוכיח. נאר דו ביזט נישט גרייט. זיץ איין.
צו פארגלייכן דעס צו רוסלאנד? אבסורד.
לגבי הצלה זענען מיר אויף די זעלבע בלאט, לגבי רוסלאנד'ס פארשטיי איך נישט פארוואס די האלטסט אז פוטין איז ראנג , ער האט עס געגנבעט ער מעג טוהן וואס ער וויל אויב ביסטו נישט מסכים קענסטו עפענען א אייגענע לאנד ס'איז שווער אבער די קענסט