☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הצלה בארא פארק

הצלה בארא פארק

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15864
בלאט: 1 2 3

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm

· #554382
Re: הצלה בארא פארק
צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!

yesiknow » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:31 pm

· #554388
Re: הצלה בארא פארק
וועלכע חלק ביסטו מסופק ספרים ליב האבער?

נייתי ספר ונחזי

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:49 pm

· #554389
Re: הצלה בארא פארק
אוהב ספרים #
צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
את"ל אז יא וואס איז די פראבלעים?

ס'איז אייביג בעסער אז אידן (זאל זיין הצלה) האבן א ווארט אין א שפיטאל.

א סאך בעסער ווי אין געוויסע מדינות. וואו מ'נעמט דעם פאציענט און "מ'דאמפט" איהם אראפ אין א האלוועי פון עמערשזענסי רום און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט.

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 11, 2024 4:19 pm

· #554395
Re: הצלה בארא פארק
איך האב נישט געזאגט צו עס איז א פראבלעם צו נישט, איך האב גערעדט פון דעם אז מענטשן מיינען אז ווען זיי שרייבן "יעדער ווייסט", "עס איז נישט קיין סוד", א.ד.ג, ווערט דאס שוין א פאקט צו באפאלן א צווייטן.

kolal1 » מאנטאג מערץ 11, 2024 4:32 pm

· #554398
Re: הצלה בארא פארק
וואס טוט זיך און אנדערע יודישע שטעט מיט די הצלה
ווי מאנסי מאנרא לעיקוואד

yatzmachp » מאנטאג מערץ 11, 2024 5:12 pm

· #554406
Re: הצלה בארא פארק
אוהב ספרים #
צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס א מענטש מיט קאמאן סענס קען קומען צו א מסקנא אן האבן קלארע באווייזן, און אסאך מאל וואס קאמאן סענס זאגט אז מען דארף האלטן פארקערט ווי די קלארע באווייזן. פאר דעם זענען מיר מענטשן און נישט קיין קאמפיוטערס.

דער וואס גלייבט עס יא פארשטייט כאטש פארוואס די הצלה טראגט נאר צו ענ וויי יו. דו וואס דו גלייבסט עס נישט, בלייבסט דאך ביי די קשיא, בעטן מיר דיך זאלסט אונז ברענגען דעם אמתן תירוץ מיט פרוף.

יענקעל ג » פרייטאג יוני 21, 2024 5:50 pm

· #565846
Re: הצלה בארא פארק
Visionary #
עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.

ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."

ס'גייט ארום רוממערס אז זונטיג נעמט מען אויף נייע קאארדינעטארס אין בפ.
זעט אויס אז מען קען יא אויפטון און מאכן א טויש אין די סיסטעם.

תפוח » זונטאג יוני 23, 2024 5:11 pm

· #565949
Re: הצלה בארא פארק
נייע קאארדינעטארס אנאנסירט.

שיינע איד » זונטאג יוני 23, 2024 5:49 pm

· #565963
Re: הצלה בארא פארק
תפוח #
נייע קאארדינעטארס אנאנסירט.
נעמען ביטע און צו וועלכע קרייז זיי געהערען?

תפוח » זונטאג יוני 23, 2024 6:12 pm

· #565969
Re: הצלה בארא פארק
C/P

Hoffman
Fuchs
Orgel
Lefkowitz

Official new coordinator in the B
B23
B206
B214
B259
בלאט: 1 2 3