☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הצלה בארא פארק

הצלה בארא פארק

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15864
בלאט: 1 2 3

היימלינד » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:13 pm

· #550856
Re: הצלה בארא פארק
אינטרעסאנט אז מ'האט זיך גענומען דווקא צו הצלה, צו דען פעלט ארגעניזאציעס וואס זענען קאראפטירט אינגאנצען, און אין זעלבע צייט קען מען נישט עפענען א קאמפעטיטיאן ווייל די גאווערמענט פילט אז זיי האבען שוין געגעבען גענוג פאר די געגענט.

לדוגמא:
המספיק
HCS
ילד וילדה

און נאך אסאך אנדערע אזוי גערופענע סערוויסעס וואס מאכען א חיים טובים אויף די פשוטע בירגערס חשבון.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:27 pm

· #550857
Re: הצלה בארא פארק
ילד וילדה קען מען איינמאל אין 5 יאר אריין געבען א פלאן פאר די סיטי און ווער ס'גיט א שיינע פלאן באקומט סלאטס.
(איך האב גארנישט קעגן הצלה איך מאך נאר א קארעקשען איבער וואס ס'איז געשריבן געווארן דא.)

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:32 pm

· #550860
Re: הצלה בארא פארק
היימלינד #
אינטרעסאנט אז מ'האט זיך גענומען דווקא צו הצלה, צו דען פעלט ארגעניזאציעס וואס זענען קאראפטירט אינגאנצען, און אין זעלבע צייט קען מען נישט עפענען א קאמפעטיטיאן ווייל די גאווערמענט פילט אז זיי האבען שוין געגעבען גענוג פאר די געגענט.

לדוגמא:
המספיק
HCS
ילד וילדה

און נאך אסאך אנדערע אזוי גערופענע סערוויסעס וואס מאכען א חיים טובים אויף די פשוטע בירגערס חשבון.
הצלה איז אבער אנדערש וויל סאיז נכסי ציבור נישט נכסי יחיד

ים רויבער » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:40 pm

· #550861
Re: הצלה בארא פארק
מילך טראק #
היימלינד #
ס'איז [געווען?] דא א קאמפעטיטאן, א פארווייטאגטער מעמבער האט געפענט א אייגענער ארגעניזאציע אין ב"פ בשם East Midwood Volunteer Ambulance Corps, פאר יארען האט ער געהאט א אמבולאנס ביי זיין הויז.
וויפיל האבען געהערט פון דעם בכלל? און נאך ווייניגער האבען איהם גענוצט? וואזשע דען ווען עס קומט למעשה פארשטייט מען וועמען צו רופען

בד"וו מיט אלע טענות דארף צען קעמען מחלק זיין צווישען די מסי"נ מעמבערס און די בעלי בתים.
יש ויש, סדא מעמבער'ס וואס זענען באמת גוטע וואילע אידן, זיי וועלן ארויסגיין פון וועג צו העלפן א צווייטע איד, און ס'דא וואס מעמבער'ס וואס איז גרינגער צו מאכן א מיליון דאלער ווי צו האבן א טובה פון זיי.
רוב מעמבערס מיינען עס לשם שמים.

רובא דרובא פונעם עולם איז שטארק צופרידן פון הצלה'ס סערוויס, רוב טענות וואס מענטשן האבן איז לגבי די מעמבער סעלעקעשן (אונטער א יוקאן איז דא ווייניג טשענס..) און מי מושל בכיפה.

היימלינד » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:51 pm

· #550865
Re: הצלה בארא פארק
מילך טראק #
היימלינד #
אינטרעסאנט אז מ'האט זיך גענומען דווקא צו הצלה, צו דען פעלט ארגעניזאציעס וואס זענען קאראפטירט אינגאנצען, און אין זעלבע צייט קען מען נישט עפענען א קאמפעטיטיאן ווייל די גאווערמענט פילט אז זיי האבען שוין געגעבען גענוג פאר די געגענט.

לדוגמא:
המספיק
HCS
ילד וילדה

און נאך אסאך אנדערע אזוי גערופענע סערוויסעס וואס מאכען א חיים טובים אויף די פשוטע בירגערס חשבון.
הצלה איז אבער אנדערש וויל סאיז נכסי ציבור נישט נכסי יחיד
קען זיין אז די האסט א פוינט ווייל זיי שאפען געלטער פון אונז, אבער למען האמת באקומען זיי ביידע געלט פון די taxpayers כדאי זיי צו מהנה זיין מיט זייער סערוויסעס בלי שום חשבונות כלל וכלל! און מיט דעם שטייט הצלה אסאך בעסער ווי די אנדערע

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:47 pm

· #550870
Re: הצלה בארא פארק
מילך טראק #
היימלינד #
אינטרעסאנט אז מ'האט זיך גענומען דווקא צו הצלה, צו דען פעלט ארגעניזאציעס וואס זענען קאראפטירט אינגאנצען, און אין זעלבע צייט קען מען נישט עפענען א קאמפעטיטיאן ווייל די גאווערמענט פילט אז זיי האבען שוין געגעבען גענוג פאר די געגענט.

לדוגמא:
המספיק
HCS
ילד וילדה

און נאך אסאך אנדערע אזוי גערופענע סערוויסעס וואס מאכען א חיים טובים אויף די פשוטע בירגערס חשבון.
הצלה איז אבער אנדערש וויל סאיז נכסי ציבור נישט נכסי יחיד
זיי טוען טאקע א סאך אויף. נאר אינעווייניג אין די ארגאניזאציע איז דא קאראפשן. נישט פינאנציעל. נאר מבחינת "שמור לי ואשמור לך". א זאך וואס איז באמת נישט נוגע פאר די טאג טעגליכע אפעראציעס.

Visionary » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:27 pm

· #550886
Re: הצלה בארא פארק
Visionary #
הער איך יעצט אז למעשה האט הצלה אוועקגעשטעלט, לפחות אימאפעציעל, א וועד פון דריי אידן וואס זאלן זיין די באורד פאר יעצט. איינער מיט פרטים זאל אריינקומען.
יעצט געהערט אז איינער האסענפעלד, איינער הערשקאוויטש, און איינער שטערנהיים זענען אויף די וועד.

תשפג » מיטוואך פעברואר 21, 2024 7:29 pm

· #550888
Re: הצלה בארא פארק
איז עס א וועד פון בעלי בתים? אדער רבניש געשטימט?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 21, 2024 7:32 pm

· #550889
Re: הצלה בארא פארק
היימלינד #
אינטרעסאנט אז מ'האט זיך גענומען דווקא צו הצלה, צו דען פעלט ארגעניזאציעס וואס זענען קאראפטירט אינגאנצן, און אין זעלבע צייט קען מען נישט עפענען א קאמפעטישאן ווייל די גאווערמענט פילט אז זיי האבען שוין געגעבן גענוג פאר די געגענט.

לדוגמא:
המספיק
HCS
ילד וילדה

און נאך אסאך אנדערע אזוי גערופענע סערוויסעס וואס מאכען א חיים טובים אויף די פשוטע בירגערס חשבון.
בארא פארק אמן באס

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:48 pm

· #550907
Re: הצלה בארא פארק
אויף בארא פארק אמן באס איז דא א פריוואטער בעה"ב, וועלכער האט שטאטישע קאנטראקט/ס, און די עצם קיום פון די "אמן" פראפאגאנדע איז נישט מער ווי א פ.ר. (פאבליק רילעישנס). ס'איז נישט דא דערביי קיין שום (דירעקטע) פינאנציעלע פארדינסט.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:54 pm

· #550910
Re: הצלה בארא פארק
ים רויבער #
רוב מעמבערס מיינען עס לשם שמים.

זייער שווער צו זאגן אז היינט צוטאגס ווערט איינער א מעמבער סטריקטלי לשם שמים.

אינגאנצן לשם שמים איז געווען ר' הערשל וועבער וואס האט געזעהן א איד צוזאמפאלן און ער איז געגאנגען קויפן א אקסידזשען טאנק, בלויז צו קענען ראטעווען אידן, נישט געווען קיין לייטס און סיירין, מ'האט חוזק געמאכט פון אים.


יעצט וואס טראכט א אינגערמאן וואס דזשוינט הצלה, ער טראכט אז ער וועט האבן כבוד דערפון, מ'קען האבן א טעלעפון שבת, א רעדיא, לייטס און סיירין, מ'ווערט א פארט פון א גרופע, אבער פארדעם זאל איך אוועקגעבן אזויפיל שעות? אקעי, ס'איז א מצווה אויך, געגאנגען.

יעצט ס'איז דא מעמבערס וואס זענען גוטע מענטשן אויסער הצלה אויך, און ס'דא וואס גייען קיין טובה פאר קיין איד נישט טון, וועלכע איז די רוב ווייס איך נישט, אבער ס'מאכט סענס אז רוב זענען וואוילע מענטשן.

מתוך שלא לשמה בא לשמה.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:39 pm

· #550923
Re: הצלה בארא פארק
מילך טראק: אויב דו (אדער איינער פון דיין משפחה) וועסט אמאל דארפן (דו זאלסט נישט דארפן) אנקומען צו די הילף פון הצלה אום 3 אזייגער פארטאגס. און די מענטשן וועללן קומען און באהאנדלען דעם מצב אויף דעם בעסטן אופן און די מערסט בכבוד'יגע וועג. יונגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג. און זענען ארויס געלאפן פוןן בעט ספעיצעל דיר צו העלפן. וועסטו שוין אנקוקן די גאנצע זאך פון אן אנדער'ן פערספעקטיוו. ס'וועט נישט זיין ביי דיר א טרוקענע סטאטיסטיק וויפיהל פון זיי זענען יא אדער נישט אזוי גוט.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:45 pm

· #550924
Re: הצלה בארא פארק
berlbalaguleh #
מילך טראק: אויב דו (אדער איינער פון דיין משפחה) וועסט אמאל דארפן (דו זאלסט נישט דארפן) אנקומען צו די הילף פון הצלה אום 3 אזייגער פארטאגס. און די מענטשן וועללן קומען און באהאנדלען דעם מצב אויף דעם בעסטן אופן און די מערסט בכבוד'יגע וועג. יונגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג. און זענען ארויס געלאפן פוןן בעט ספעיצעל דיר צו העלפן. וועסטו שוין אנקוקן די גאנצע זאך פון אן אנדער'ן פערספעקטיוו. ס'וועט נישט זיין ביי דיר א טרוקענע סטאטיסטיק וויפיהל פון זיי זענען יא אדער נישט אזוי גוט.
איך בין 100 % מסכים מיט דיר , איך רעדט ווען איינער גייט אריין אין הצלה, און מתוך שלא לשמה בא לשמה.

אגב סאיז אייביג דא מעמבערס וואס זענען אויף נייט וואטש.

yesiknow » פרייטאג פעברואר 23, 2024 9:06 am

· #551047
Re: הצלה בארא פארק
עס קען אויך זיך אנפאנגען מיט לשמה אין שפעטער ווערען שלא לשמה.
קנאה אין כבוד דארף מען שווער ארבייטען עס צו אויסרייסין רחמנא ליבא בעי.
ווי לאנג זיי דעליווערן (נישט בעביס אויף דאס ניצט מען די פרוענישי)
וואס די ציבור ברויך זאלען זיי מאכען געלט אין ווערען רייך.
שבת שלום ומבורך

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:37 pm

· #551079
Re: הצלה בארא פארק
יא: ווייל קיינער צווינגט דיך נישט צו מיטהאלטן זייערע מעמדים. ווער ס'וויל געט געלט. און ווער נישט איז אויך גוט.

וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין די ארגאניזאציע שטערט נישט קיינעם.

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:31 pm

· #551089
Re: הצלה בארא פארק
berlbalaguleh #
אויף בארא פארק אמן באס איז דא א פריוואטער בעה"ב, וועלכער האט שטאטישע קאנטראקט/ס, און די עצם קיום פון די "אמן" פראפאגאנדע איז נישט מער ווי א פ.ר. (פאבליק רילעישנס). ס'איז נישט דא דערביי קיין שום (דירעקטע) פינאנציעלע פארדינסט.
מען קען וויינען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט אויף די חורבן פון די אמן ואמן מיסט באס.

א גיהנום אויף די וועלט.

סערוויס, דרייוערס, באסעס, רוטס און פרייזן, זענען נאכגעלאזט אויף א שוידערליכע פארנעם.

הרב מ. האט נישט די מינדעסטע געפיל, רעכנט זיך נישט מיט די מענטשהייט און שטעלט זיך גארנישט צו צום רייזנדער.

וויפיל עסקנים און גוטע אידן האבן שוין געטרייט צו מאכן א ויצעקו און טוהן צו די זאך אבער ליידער האט הרב מ. נישט קיין הארץ און רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט זיין דאללער.

פארנדיג מיט דעם לאסט וואגאן שרייט זיך ארויס שכינתא בגלותא.

און אויב וואנדערט איר זיך פארוואס איך בין אזוי שארף וועגן דעם אמן באס איז א סימן אז איר זענט נאך קיינמאל נישט געפארן דערמיט.

א שאנדע פאר הרב מ. און פאר אונזערע רעכטן.

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:50 pm

· #551092
Re: הצלה בארא פארק
לאכעדיג: ייש"כ. איך בין מיט דיר 100%.

איך קען דעם בעה"ב (ליידער) פערזענליך. איך קען דיר א סאך מער זאגן. און מיין אייגענע, נישט אנגענעמע עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט איהם. ווען איך בין געגאנגען רעדן צו איהם בשליחות פון א מוסד.

איך וויל נישט ארויסלייגן אין פאבליק וואספארא שרעקליכע און שאקירנדע עקספיריענס דאס איז געווען. נאר דאס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט איז אלעס אמת.

איך האב נאר געמיינט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז ס'איז נישט דא ביי דעם (די גאנצע "אמן פראפאגאנדע") קיין דירעקטע געלט פארדינסט. אפשר פאבליק רילעישנס. אז די וועלט זאל זעהן וואספארא פיינער מענטש און וואוילער איד דער בעה"ב איז.

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:51 pm

· #551099
Re: הצלה בארא פארק
דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.

קורקלענד » מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:14 pm

· #551109
Re: הצלה בארא פארק
ער האט מיר אמאל מסביר געווען אז יעדע עושר האט גרויסע דרוק אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט צו געבן פאר די אדער יענע מוסד, ארגענעזאציע וכו'. דערפאר האט ער זיך געמאכט א אייגן ארגענעזאציע פאר די גרויסע זכות פון אמן און אזוי קען ער זיך ארויסדרייען פון אלע אנדערע א''ג התחייבות. און ס'איז פיל ביליגער....

לאכעדיג » מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:31 pm

· #551110
Re: הצלה בארא פארק
ער איז א פארביסענע איד וואס פארמאגט אין זיך גרויליגע מידות און ער איז נאך מסביר אויך... א שאנדע.

א יעדער איד וואס האט א הארץ איז מחויב שטענדיג צו בעטן השי"ת אז די ביטערע גזירה פון די אמן מיסט באס זאל בטל ווערן במהרה בימינו!!!!!

די ערשטע תגובה מיינע אויף ק"ש וואס איך שרייב מיט טרערן אין די אויגן.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:37 pm

· #551112
Re: הצלה בארא פארק
לאכעדיג #
דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.
נאר דאס? זיינע באסעס וועלכע זענע געפארן אום שב"ק קיין אטלאנטיק סיטי זענען אדורך געפארן פארנט פון מיין הויז.

נאר ווען ער מאכט א הכנסת ס"ת און ער טיילט אייזקריעם פאר די קינדער איז ער א פיינער מענטש. וואס ער טוט צו זיינע קאסטומערס פאר געשוואלענע פרייזן פון דעים רעדט מען נישט.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:41 pm

· #551113
Re: הצלה בארא פארק
קורקלענד #
ער האט מיר אמאל מסביר געווען אז יעדע עושר האט גרויסע דרוק אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט צו געבן פאר די אדער יענע מוסד, ארגענעזאציע וכו'. דערפאר האט ער זיך געמאכט א אייגן ארגענעזאציע פאר די גרויסע זכות פון אמן און אזוי קען ער זיך ארויסדרייען פון אלע אנדערע א''ג התחייבות. און ס'איז פיל ביליגער....
ס'איז א גוטער איינפאל. נאר ווען ער דארף באנייען זיין "פרענטשייז" מיט די סיטי לויפט ער ארום צו אלע מוסדות און ער בעט זייער חתימה.

לאכעדיג » מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:44 pm

· #551114
Re: הצלה בארא פארק
באמת פאדערט זיך אן עקסטרע אשכול איבער די ברענעדיגע אמן באס נושא אז ווער ס'וויל זאל האבן ווי ארויסצוברענגען זיין ווייטאג איבער דעם.

און אפשר קען מען עפעס טוהן כאטשיג עס קוקט אויס ווי מען קען נישט בייקומען הרב מ. דארף מען געדענקען אז כלל ישראל איז שוין בייגעקומען גרעסערע רשעים ווי אים.

אתרוגים » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:23 am

· #551333
Re: הצלה בארא פארק
berlbalaguleh #
מילך טראק: אויב דו (אדער איינער פון דיין משפחה) וועסט אמאל דארפן (דו זאלסט נישט דארפן) אנקומען צו די הילף פון הצלה אום 3 אזייגער פארטאגס. און די מענטשן וועללן קומען און באהאנדלען דעם מצב אויף דעם בעסטן אופן און די מערסט בכבוד'יגע וועג. יונגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג. און זענען ארויס געלאפן פוןן בעט ספעיצעל דיר צו העלפן. וועסטו שוין אנקוקן די גאנצע זאך פון אן אנדער'ן פערספעקטיוו. ס'וועט נישט זיין ביי דיר א טרוקענע סטאטיסטיק וויפיהל פון זיי זענען יא אדער נישט אזוי גוט.
האבעך געדארפט אמאל צוקומען צו הצלה פיר אזייגער פארטאגס.
די הצלה מאן האט אוועק געגעבן פאר מיין משפחה מיטגליד קרוב צו פיר שעה, עטליכע שעה אין שפיטאל
אשרי חלקם

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:29 am

· #551337
Re: הצלה בארא פארק
עס איז זייער קלאר געווארן אויסגעשמועסט דא אין די אשכול אז די געטרייע חברי הצלה זענען באמת מסירות נפש'דיגע אידן, זיי געבן זיך אוועק לייב און לעבן לטובת הכלל שלא על מנת לקבל פרס, מען קען זיי געבן קוויטלעך. אשרי חלקם.

נאר וואס דען? די אידן וואס זיצן אין די הצלה הויפטקווארטירן אויבן אן ביים שיסל זיי זענען על פי רוב גנבים, באנדיטן, רייטן אויפן ציבור און זיי זענען עתיד ליתן את הדין.

איך מיין אז דאס איז סך הכל פון די גאנצע נושא דא אויפן שפיץ גאפל.

אתרוגים » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:36 am

· #551340
Re: הצלה בארא פארק
ווי אבער מאכט עס אויס פאר פארן כלל?
אויב וועגן גנבים, איז דא סאך מער גנבים ווי ארגאניזאציעס.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:41 am

· #551344
Re: הצלה בארא פארק
פארן כלל מאכט עס אויס וויבאלד זיי שנארען פון די כלל ווי אויך פון די רעגירונג מיליאנען א יאר און דאס טוט זייער וויי.

די בעלי בתים מאכן א לעבן אויף די חשבון פון די תמימי לב ארויסברענגענדיג פאר זיי וואספארא בעלי מסירות נפש די חברי הצלה זענען בו בזמן וואס די אמתע געטרייע וואלונטירן פארדינען גארנישט דערפון און די בעלי בתים מאכן א לעבן אויף זייער און אונזער חשבון.

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:46 am

· #551348
Re: הצלה בארא פארק
לאכעדיג #
פארן כלל מאכט עס אויס וויבאלד זיי שנארען פון די כלל ווי אויך פון די רעגירונג מיליאנען א יאר און דאס טוט זייער וויי.
זיי סאקן די רעגירונג? סאק אויך!
זיי בעטן געלט? געב נישט!
וואס נאך שטערט דיך?

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:49 am

· #551351
Re: הצלה בארא פארק
עס שטערט מיר גארנישט.
איך האב בלויז ציטירט די פאקטן און געמאכט א סך הכל פונעם אשכול.

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:28 am

· #551364
Re: הצלה בארא פארק
לאכעדיג #
עס איז זייער קלאר געווארן אויסגעשמועסט דא אין די אשכול אז די געטרייע חברי הצלה זענען באמת מסירות נפש'דיגע אידן, זיי געבן זיך אוועק לייב און לעבן לטובת הכלל שלא על מנת לקבל פרס, מען קען זיי געבן קוויטלעך. אשרי חלקם.

נאר וואס דען? די אידן וואס זיצן אין די הצלה הויפטקווארטירן אויבן אן ביים שיסל זיי זענען על פי רוב גנבים, באנדיטן, רייטן אויפן ציבור און זיי זענען עתיד ליתן את הדין.

איך מיין אז דאס איז סך הכל פון די גאנצע נושא דא אויפן שפיץ גאפל.
קענסט אפשר ברענגען מער פרטים צום טיש? סתם שיסן סטעיטמענטס האט נישט קיין זין.

ווער גנב'עט? וויאזוי?
באנדיטן? וואס פונקטליך מאכט זיי באנדיטן? האסט א ביישפיל?
רייטן אויפן ציבור? ווייטער, מיט וואס?

'אפשר' ביסטו עתיד ליתן אמת הדין פארן אויסטראכטן אזעלכע מעשיות?

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:35 am

· #551366
Re: הצלה בארא פארק
קורקלענד #
ווער גנב'עט? וויאזוי?
באנדיטן? וואס פונקטליך מאכט זיי באנדיטן? האסט א ביישפיל?
רייטן אויפן ציבור? ווייטער, מיט וואס?
עס קוקט אויס ווי די האסט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעבלאנדשעט אין די אשכול.
ליין אדורך די גאנצע אשכול און האפענטליך וועסטו ארויסהאבן די נושא.

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:03 am

· #551370
Re: הצלה בארא פארק
ביטע ציטירן וואס איך האב פארפאסט.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:21 am

· #551371
Re: הצלה בארא פארק
פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף די הויפטן פון די חברה הצלה.

רעבמאטעס » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:11 pm

· #551455
Re: הצלה בארא פארק
דעפיניר די ווארט קיינער ביטע

yesiknow » פרייטאג מערץ 8, 2024 3:03 pm

· #553865
Re: הצלה בארא פארק
קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך

מילך טראק » פרייטאג מערץ 8, 2024 3:42 pm

· #553870
Re: הצלה בארא פארק
די רעדסט פון בארא פארק הצלה אדער ווילאמסבורג ?

yesiknow » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:16 pm

· #553892
Re: הצלה בארא פארק
וויליאמסבורג זיכער, בפ ווייס איך נישט

פוילישע פעפער » זונטאג מערץ 10, 2024 9:12 am

· #553974
Re: הצלה בארא פארק
וויליאמסבורג הצלה פירט דארט אריין ווייל סאיז די נענסטע שפיטאל
בארא פארק הצלה פירט דארט אריין נאר אויב די פאציענט האט א דאקטער וואס אי לאקירט דארטען אדער טאמער די משפחה/פאציענט בעהט עס אדער טאמער א פראמדיק פארלאנגט עס לויט די סיטואציע

yesiknow » זונטאג מערץ 10, 2024 11:03 am

· #553983
Re: הצלה בארא פארק וויליאמסבורג
מען רעדט נישט ווען עס איז לייף טרעטענינג סיטיועיטאן, עס איז דא אסאך בעסערע שפיטעלער אין די עריא .

רימעמבער קוביט

yatzmachp » זונטאג מערץ 10, 2024 2:27 pm

· #554040
Re: הצלה בארא פארק
yesiknow #
קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך
לויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.

פאלגזאם » זונטאג מערץ 10, 2024 9:28 pm

· #554182
Re: הצלה בארא פארק
לאכעדיג #
דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.
ער ווארפט זיך מיט לשונות... 😂
גיי זעץ דיר לערנען וועסטו קענען נאכזאגן ווי א איד.

לאכעדיג » זונטאג מערץ 10, 2024 11:47 pm

· #554230
Re: הצלה בארא פארק
פאלגזאם #
ער ווארפט זיך מיט לשונות...
גיי זעץ דיר לערנען וועסטו קענען נאכזאגן ווי א איד.
נֶזֶם זָהָב בְּאַף חֲזִיר; אִשָּׁה יָפָה וְסָרַת טָעַם.“ (משלי יא, פסוק כב)

ביסט צופרידן? און זייט ווען האט מען אין באבוב געלייגט א דגוש אז מען דארף לערנען??

yesiknow » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:21 am

· #554247
Re: הצלה בארא פארק
yatzmachp #
yesiknow #
קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך
לויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.
עס איז קלאר אז ענ ווי יו גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער ,אזויפיל קאנעקשאנס, אין חולי ישראל ומשפחתם זאלען נישט האבען צו וועהם צורעדען בעת צר להם.

עפעס איז דא פישי ,ווי זאגט מען אז עס שמעקט פון קאפ עפעס אזא נוסח ירחם המרחם .
עס איז דא א משנה אין אבות וועגען דעם אלא לצורך עצמן , איך האב שוין מורא נישט נאכצוזאגען פונקטליך די משנה .... עיין לעיל

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:40 am

· #554260
Re: הצלה בארא פארק
yesiknow #
עס איז דא א משנה אין אבות וועגען דעם אלא לצורך עצמן , איך האב שוין מורא נישט נאכצוזאגען פונקטליך די משנה .... עיין לעיל
הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת,
שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן;
נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן,
וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ

איר מיינט אפשר די משנה?

מורא דארף מען נאר פון השי"ת און נישט פון שלעכטע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום סיפוק אויף די וועלט נאר פון אראפקלאפן אנדערע.

yatzmachp » מאנטאג מערץ 11, 2024 2:26 am

· #554303
Re: הצלה בארא פארק
yesiknow #
עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. זיי צאלן געלט אז מען זאל פארקוקן, קיינער זאל גארנישט זעהן און ממילא קען קיינער נישט העלפן.

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 11, 2024 10:55 am

· #554340
Re: הצלה בארא פארק
yesiknow #
עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?

yatzmachp » מאנטאג מערץ 11, 2024 11:07 am

· #554341
Re: הצלה בארא פארק
The proof is in the pudding.

yesiknow » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 pm

· #554352
Re: הצלה בארא פארק
אוהב ספרים #
yesiknow #
עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?

באשמוצען??
וואס איז דא שמוץ? בארואיג דיך... עס איז א אפענע בוך, עס איז גארנשט ראנג אז זיי געבן געלט, איך געב אויך!

קורקלענד » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:41 pm

· #554359
Re: הצלה בארא פארק
עס איז נישט קיין סוד אז די שפיטעלער שטאפן געלט אין הצלה'ס קאסעס. מ'קען עס עטוואס בארעכטיגן אויך. אבער חוץ פון די געלטער וואס א שפיטאל געט פאר הצלה וואס גייט פאר אפעראציעס. זענען דא הצלה מיטגלידער וואס זענען אויף פּעיראלל אין שפיטעלער אפיציעל צו זיין א קאמיוניטי ליעזאן און אומאפיציעל צו ברענגען ביזנעס. די שאלה איז אויב ס'איז בכלל אויסגעהאלטן באיזה אופן. ען וויי יו האט אסאך היימישע אנגעזעענע מענטשן און עסקנים אויף פּעיראלל. אויך גרויסע מאכערס וואס זענען נישט אין הצלה. אויך ליגט מיר עפעס אין קאפ אז סאטמאר וויליאמסבורג רעביצין איז אויך אמאל געווען אויף אזא פּעיראלל אין א שפיטאל. וגו'

לויט מיינע אבזערוואציעס פארשטיי איך אז די פּעיראלל'ס העלפן פארוואשן זייערע טונקעלע מעשים. אבער דאס זענען בלויז אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס.

yesiknow » מאנטאג מערץ 11, 2024 2:10 pm

· #554364
Re: הצלה בארא פארק
יישר כח הער קורקלענד פאר אריין קומען אזוי קלאר .
פארוואס זענען אנדערע שפיטעלער יא מער אקאמעדעיטינג,, איז דארט נישט דא דעי פארקוקען ביזנעס?

אזא ריזיגע שפיטאל מיט הונטרעטע יודישע פאציענטען מסלתה ומשמנה פון וויליאמסבורג עס זאל נישט זיין א אוזן קשבת אפילו א געמאכטע כאטשיק .... איטס לייק נויבאדי הוים תסמר שערות אנוש אדער ראש .

ניטאמאל הייבט מען אויף איטס עי קריים
בלאט: 1 2 3