☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1566
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 28, 2013 10:43 am

· #128836
אפשר סקענסטו אריין א סעמפל?

אבי גערעדט » פרייטאג יוני 28, 2013 1:59 pm

· #128907
@chosen people נאכן דורכקוקן די בילדער וואס די האסט ארויפגעלייגט, נעם איך איין זאך ארויס, אז מתיבתה האט גוט דורכגעאקערט ארטסקראל פארן ארויסגעבן זייער פירוש

chosen people » פרייטאג יוני 28, 2013 3:06 pm

· #128917
טאקע נישט גערעכט, מתיבתא וואלט געמעגט לייגן א גרויסע יישר כח פאר ארטסקרול אויפן פרוינט פעדש.
אבער פאר מיר לוינט זיך דערפאר אנדערש צו קויפן א מתיבתא..

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:19 pm

· #128921
איך בין נישט קלאר וואס דו @chosen people צייגסט מיט דעם?
ביטע זיי מיר בעסער מסביר.

chosen people » פרייטאג יוני 28, 2013 3:26 pm

· #128923
מיט וואס?
ב. ד. וו. וואס זאגסטו צו דעם

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:34 pm

· #128925
מיט די שטיקל גמרא וואס דו האסט געברענגט.
די לשון פון מתיבתא "וכי מפיו של אדם אחר באתי וחלקתי", וואלט איך געטייטשט אין אידיש (ווען נישט איך קען די גמרא), "צו דען לויט די רייד פון א צווייטען בין איך געקומען און צוטיילט?!"
משא"כ ארטסקרול "וכי באתי לחלוק" בין איך זיך דען געקומען קריגען?, דאס איז מער ריכטיג.
כאטש "קריגן" איז פון די שורש "טיילען", דאך איז אבער ארטסקרול'ס לשון מער פונקטליך.

בכל אופן, ס'איז נישט לייכט איבערצוזעצען תרגום מילולי, ווען אין די זעלבע צייט דארף מען מפרש זיין פונקטליך די כוונה.

בנוגע די סוגיא אין פסחים, איך וועל מעיר זיין, אויב כ'האב געדולט, ס'איז נישט קיין לייכטע גמרא.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 4:10 pm

· #128936
כ'האב געגעבן א מיש איבער דעם בלאט, לאמיר לערנען א שטיקל גמרא
📎 20130628_101858.jpg
📎 20130628_101852.jpg
עטליכע הערות
1) פארוואס דארף אין אזא קליין שטיקל גמרא זיין "7" [-פלוני] ?
2) פארוואס טייטשען זיי נישט דאס ווארט "בוצרין" ערשט ביים סוף פון די קומענדיגע שורה, אין די הערה י"א ?
3) "ומוסקין בטומאה", וואס מיינט דאס מ'ברויך האבן טמא'נע כלים?

הערה י"ב,
4) ער איז נישט מסביר פארוואס טאקע די "מוהל היוצא מהזיתים בשעת המסיקה לא נחשב משקה להכשיר את הזיתים לקבל טומאה", ער זאגט נישט קיין טעם. "לא נחשב" - פינטעל.
5) "ומבואר בגמרא שאפילו שאין היין יוצא" - עפעס פליסט נישט דא.. "שאפילו שאין.."

יעצט לערן די זעלבע גמרא דא
📎 20130628_101956.jpg
📎 20130628_102006.jpg

מערק ווי ער לייגט צו "ומוסקין אפילו בטומאה"
זעה די הערות אויך, "12" איז ער מסביר "בצירה" און "מסיקה".
און איז אויך מסביר אז זאפט פון זיתים וואס קומט ארויס אן כתישה איז נישט קיין עכטע "שמן" און מ'קען דאס נישט נוצען.
ואגב, ער איז מנקד דאס ווארט "מוהל" (פתח ה), און לייגט צו (מיץ) כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין מיט די מצות מילה.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 10:15 pm

· #129918
גוטע פינטעלך
וואס זאגט דער עולם צו די נייע אויסלאגע פון מתיבתא?
זיי האבען געטוישט די פאונטס, די ספעסינג וכו', אויך ארויסגענומען ילקוט ביאורים. עס זעט אויס ווי א מאדערנע מהדורה, אפשר צו קאמפיטען מיטען ארטסקרול אויסזען.

טאקע מאדנע, זיי פראבירן נאכצומאכן.. ס'גייט זיי נישט
📎 20130701_173138.jpg

שרייבער » דינסטאג יולי 2, 2013 9:43 am

· #130024
אבי גערעדט
@chosen people נאכן דורכקוקן די בילדער וואס די האסט ארויפגעלייגט, נעם איך איין זאך ארויס, אז מתיבתה האט גוט דורכגעאקערט ארטסקראל פארן ארויסגעבן זייער פירוש

איך האב שוין אסאך געלערנט אין ארטסקרול און אין מתיבתא, בי לעצטענס האב איך אויך געהאלטן אז ארטסקרול איז בעסער, ס'פארט זיך שנעלער, למעשה נאכן לערנען אזוי סך זע איך אז דער חילוק איז פשוט ווען יענע מסכת איז ארויסגעקומען
ס'איז דא מסכתות וואס ארטסקרול האט ארויסגעגעבן יארן צוריק און מתיבתא ממש לעצטענס, איז מתיבתא ממש א ברכה, און ס'איז דא וואס מתיבתא האט ארויסגעגעבן פון די ערשטע און ארטסקרול די זעלבע צייט אדער אביסל שפעטער און מען קען אין מתיבתא נישט אריינקוקן

איך וועל געבן א דוגמא פון איין מסכת וואס איך לערן יעצט, מסכת שבת, מיט ארטסקרול ווער איך ממש סטאק, בפרט אין די פרקים פון במה אשה במה בהמה (דאפלט לשון הא?....) ווידער מתיבתא האט זיך דארט שיין אהערגעשטעלט מיט בילדער (חלילה פון פרויען, מען האט אפגעהאקט דעם קאפ מחוטמו ולמעלה כדי שלא לבא לידי הרהור) אז מען קען גאר גוט פארשטיין די גמרא

למעשה האט מתיבתא נאך אלס די חסרון פון די פונטס, ס'איז זייער נישט קלאר למען ירוץ בו הקורא, אבער יעצט מיט פסחים אז ער מאכט נאך ארטסקרול, און שניידט שטיקער פונעם צווייטן העלפט, אז אנשטאט 7 בענדער אויף שבת וועט זיין נאר 4 ווי ארטסקרול, האב איך מורא איך וועל מוזן ווערן א קנאי און מיך איינהאנדלען א מתיבתא

chosen people » דינסטאג יולי 2, 2013 11:30 am

· #130053
שרייבער
בפרט אין די פרקים פון במה אשה במה בהמה (דאפלט לשון הא?....)

אויף דעם איז שוין דא די באוויסטע שבת של מי וואס שרייבט צווישן די צוויי פרקים, לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.
אפשר קען טאקע איינער צוברענגן זיין היסטוריה, אפשר איז זיין ווייב געווען א מוצא, און ער האט זיך ערגעץ געמוזט אויס געבן.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:41 am

· #130056
נע, אין די ספרדישע וועלט האט מען געטוען מיט די ווייבער וואס מ'האט געוואלט

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:57 am

· #130063
chosen people
שרייבער
בפרט אין די פרקים פון במה אשה במה בהמה (דאפלט לשון הא?....)

אויף דעם איז שוין דא די באוויסטע שבת של מי וואס שרייבט צווישן די צוויי פרקים, לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.
אפשר קען טאקע איינער צוברענגן זיין היסטוריה, אפשר איז זיין ווייב געווען א מוצא, און ער האט זיך ערגעץ געמוזט אויס געבן.


דער מלאכת שלמה ברענגט א ירושלמי (געהערט ביי א שבע ברכות לעצטענס) אויף די משנה סוף במה אשה אז פרתו של ראב״ע מיינט זיין ווייב זאגט ער אז דאס איז די סמיכות צו במה אשה עיי״ש

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 2, 2013 4:16 pm

· #130157
איך טראכט שוין לאנג אז מען האט זיך בטעות פארלייגט אויפן שבת של מי, ער האט געמיינט א תמימות'דיגע מליצה, 'מפני שהוא מינו' - ביידע רעדן פונעם זעלבן ענין, מיט וואס מען מעג ארויסגיין.

chosen people » דינסטאג יולי 2, 2013 8:10 pm

· #130257
די פראבלעם איז, אז דאכצעך ער לאזט אויס די לעצטע פאר ווערטער מפני שהוא מינו..

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 2, 2013 11:26 pm

· #130321
ריכטיג, אבער דאס פעהלט איהם אויס צום גראם.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:36 pm

· #130325
כדאי לציין, די חילוק פון ארטסקרול און עוז והדר לגבי דעם אפטייטש פון אן "הקדמה" צו א מסכתא.
ארטסקרולס' הקדמות זענען געצילט פארן לומד המסכתא, ס'איז אן אריינפיר, פשוט צו האבן א מושג פון וואס די מסכתא איז עוסק.
משא"כ עוז והדר, די הקדמה איז א סך הכל פון אלע הלכות מיט מליון מראי מקומות.... דאס הייסט אן הקדמה? איז כדאי דאס דורכצולערנען איידער מ'הייבט אן די מסכתא? איך שטוין מיט וואונדער, פארוואס דארף א באנד אויף די ערשטע פרק האבן אן הקדמה פון גאנץ הלכות פסח?

בד"וו, ס'קומט גוטע נייעס, איינער א קנאי גייט מפרסם זיין ביקורת קעגען די תיקונים אינעם תרגום אונקלוס.

משה געציל » דינסטאג יולי 2, 2013 11:41 pm

· #130328
באמערקט פאריגע וואך אין די הערות וביאורים סוף עירובין (דאכט זיך אויף דף קד.) ברענגען זיי א פשט פון הגרי"ד בן ר' משה סולווייציק...
נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, נאר איך שטעל מיך פאר אז פאר הרב פעלמוטער און הרב קעסטענבוים (בעמח"ס דמשק אליעזר, פערצאפאל אביסל גדולה אויך אין די זייט אבער נישט דאס איז די עיקר) האט מען געהאקט א טשייניק אז עס איז על טהרות הקודש (ווייל כידוע ווערט דאך ארטסקרול געפאנדעד בעיקר דורך די מדינה כידוע לקוראי גליוני עוז והדר), און תורת זרים וואס האבן זיך מטמא געווען -כדוגמת הרב בעמח"ס אילת השחר לא שלטו בה.

משה געציל » דינסטאג יולי 2, 2013 11:50 pm

· #130335
קאווע טרינקער

בד"וו, ס'קומט גוטע נייעס, איינער א קנאי גייט מפרסם זיין ביקורת קעגען די תיקונים אינעם תרגום אונקלוס.

בני יואל סטייל קנאי? אויב יא ווייס איך פונקטליך איר אינהאלט, עס איז היפש א טיפער חשבון האלט מיט;
עס איז געווען א איד מוצל מאש וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט (או שטריימלעך לויט קאווע טרינקער) אין אמעריקא.
דער איד וואס איז געווען א אש קודש כל כלו טהור ובהיכלו אומר כבוד וכו' האט געהאט א הייליגן מנהג א יעדן פרייטאג נאכמיטאג נאכן מקוה פלעגט ער מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ,בשעת ווען זיין פנים איז פושט צורה (כמבואר בסה"ק מושיען של ישראל עמוד תתתשפ"ג).
וואו נעמט מען די חוצפה צו זאגן אז די תרגום וואס ער האט געהאט איז נישט געווען ריכטיג?
נעם די ווערטער, דריי עס איבער אויף אלע מינע וועגן און האק אריין וויפיל פסוקים עס גייט, און נאדיר א פארטיגן צוויי חלקים-דיק ספר הקנאות...

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 3, 2013 7:20 am

· #130383
האסט צו געטראפן, א בני יואל.
אבער דיין הערה איינס פריער איז דאך מסביר די התנגדות. אויב דו, הרב לייפער, פארקויפסט אז דו סערווירסט די היימישע סלתה שמנה עולם, אויף וועם די וועלט שטייט, דאן זיי מוחל, איר זענט געצווינגען נישט צו משנה זיין פון וויאזוי די רבי האט סדרה מעביר געווען.. אויסער אויב איר קענט צאלן הרב לויפער פון אריזונא, ער זאל אויפווייזען אז די רבי האט כמה פעמים זיך ארויסגעדרוקט אז אויב האט ער ווען מער צייט וואלט ער מגיה געווען דעם תרגום...

שרייבער » מיטוואך יולי 3, 2013 8:31 am

· #130388
משה געציל
באמערקט פאריגע וואך אין די הערות וביאורים סוף עירובין (דאכט זיך אויף דף קד.) ברענגען זיי א פשט פון הגרי"ד בן ר' משה סולווייציק...
נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, נאר איך שטעל מיך פאר אז פאר הרב פעלמוטער און הרב קעסטענבוים (בעמח"ס דמשק אליעזר, פערצאפאל אביסל גדולה אויך אין די זייט אבער נישט דאס איז די עיקר) האט מען געהאקט א טשייניק אז עס איז על טהרות הקודש (ווייל כידוע ווערט דאך ארטסקרול געפאנדעד בעיקר דורך די מדינה כידוע לקוראי גליוני עוז והדר), און תורת זרים וואס האבן זיך מטמא געווען -כדוגמת הרב בעמח"ס אילת השחר לא שלטו בה.

די גאנצע טהרת הקודש פון עוז והדר איז BS
אלע מיני היינטיגע וואס ארטסקרול ברענגט ברענגן זיי אויך, איך אלס א סאטמארער, אויב עוז והדר ברענגט ר' משה פיינשטיין מיט רש"ז אויערבאך וכו' איז ער אויף איין לעוול מיט ארטסקרול, און איך וועל אויסוועלן וועלכע ס'איז בעסער, נישט ווער ס'קען בעסער פראפאגאנדירן

לעיקוואד » מיטוואך יולי 3, 2013 9:12 am

· #130390
שרייבער
ס'פארט זיך שנעלער, למעשה נאכן לערנען אזוי סך זע איך אז דער חילוק איז פשוט ווען יענע מסכת איז ארויסגעקומען

ווי איך האב געהערט פון אזוינע וואס ארבעטן אין דעם, דארף מען וויסען אז דער עיקר חילוק איז ווער עס שרייבט עס, נישט אלעס שרייבט איין עורך, און עס איז נישט אפילו דא איין עורך וואס גייט אלעס אריבער און שרייבט דאס איבער. יעדרע מסכת/פרק/דף שרייבט א צווייטער, און פארשטייט זיך ס'דא חילוקים.
באופן כללי דערזעהט זיך קלאר א חילוק אין ארטסקרול צווישען די ערשטע מסכתות וואס זיי האבען געמאכט און די שעטערדיגע, ממש בין אור לחושך. שבת איז פון די שוואכסטע מסכתות זייערע. און עירובין האבען זיי זיך טאקע געכאפט און יעצט איברעגעמאכט אינגאנצען א נייע מהדורה.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 3, 2013 9:19 am

· #130391
לעיקוואד
און עס איז נישט אפילו דא איין עורך וואס גייט אלעס אריבער און שרייבט דאס איבער

שני כתובים הבאים כאחד ומלמדים
@יידל שרייבט דא אזוי:
יידל
די מתיבתא גמרות האבן צוויי ערנסטע פראבלעמען, וועלכע זענען באמת איינס. די ערשטע איז אז זיי פארמאגן נישט קיין עורכים כלליים (general editors), אדער פארמאגן זיי יא אבער זיי מאכן נישט קיין גוטע דזשאב. עס פעלט קאנסיסטענסי, און אויב א שרייבער לערנט פאלש פשט וועט די פאלש פשט ווערן געדרוקט. דערפאר איז שייך צו טרעפן פלעצער ווי די הערות און צומאל אפילו די פירוש זענען זיך סותר פון איין פרק צום צווייטן, אדער אין זעלטענע פעלער אפילו פון איין דף צום צווייטן.
אין ארטסקרול לעומת זה איז פאראן א געוואלדיגע קאנסיסטענסי און ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלשע פשט אין א גמרא אדער אין א ראשון. דאס איז וויבאלד זיי האבן פיר עורכים כללים וואס מאכן זיכער אז אלעס שטימט.


נאך א מינדערוויכטיגע (אבער שופך אור אויף די מהות) חילוק צווישען די צוויי, אין ארטסקרול, שרייבן די עורכים א דבר המערכת (וואס די אינהאלט איז בעיקר פארוואס די ספר איז נולד געווארן, און א ייש"כ פאר די ארויסהעלפער) און זיי שרייבן זיך אונטער מיט זייער נאמען (נעמען). משא"כ עוז והדר, הרב יהושע לייפער שרייבט א כעין הסכמה, מיט זיין לעדדער-העד (טעמעשוואר, מו"ץ וכו') און באדאנקט זיך פאר זיין מאמע וואס האט אים מגדל געווען לתורה וליר"ש..

לעיקוואד » מיטוואך יולי 3, 2013 9:34 am

· #130394
איך האב אבער געמיינט צו זאגען אז אויך אין ארטסקרול איז נישטא איינער וואס שרייבט אלעס איבער, און אויב איינער פון די עורכים מאכט א טעות בלייבט עס דארט אויך. נאר עס זענען דא בעסערע גיידליינס פאר די שרייבער וואס און וויאזוי. אין די נייע מהדורה פון עירובין ארטקסרול האט מען פארראכטען פילע פשוטע טעותים וואס זענען געווען אין די פריערדיגע.

שרייבער » מיטוואך יולי 3, 2013 11:09 am

· #130411
לעיקוואד
איך האב אבער געמיינט צו זאגען אז אויך אין ארטסקרול איז נישטא איינער וואס שרייבט אלעס איבער, און אויב איינער פון די עורכים מאכט א טעות בלייבט עס דארט אויך. נאר עס זענען דא בעסערע גיידליינס פאר די שרייבער וואס און וויאזוי. אין די נייע מהדורה פון עירובין ארטקסרול האט מען פארראכטען פילע פשוטע טעותים וואס זענען געווען אין די פריערדיגע.

נו, זאלן זיי בעסער איבערמאכן שבת, ס'איז ממש געפערליך, ס'איז דא פלעינע שטיקער גמרא וואס מען קען נישט פארשטיין, און ווען מען לערנט מתיבתא ווערט עס קלאר
איך ראט זיי זאלן עס מגיה זיין מיט מתיבתא

וועלן זיי צוריק נעמען מיין אלטע שבת?

לעיקוואד » מיטוואך יולי 3, 2013 11:13 am

· #130413
זיי האלטן נישט ביים איבערמאכען שבת. כך קיבלתי.

אפשר קלינג זיי אן און רודף זיי , ווער ווייסט אפשר וועט יז העלפען..

דעת תורה » מיטוואך יולי 3, 2013 2:48 pm

· #130458
קאווע טרינקער

בד"וו, ס'קומט גוטע נייעס, איינער א קנאי גייט מפרסם זיין ביקורת קעגען די תיקונים אינעם תרגום אונקלוס.


דער כתב יד איז שוין דא, דער שרייבער איז איינער א יונגערמאנטשיקל אבראהאם (ב"ר נחום), די טענות זענען מער ווייניגער ווי משה געציל האט געשריבן. ער הייבט נאך אן פון רש"י.

בשולי הגליון גיט ער א ווארף אריין עפעס א פאראגראף וואס קען ווען האבן סובסטאנץ, איבער די עצם מציאת הדברים צי עוז והדר איז גערעכט, אבער פארשטיי אליינס אז נישט דאס איז די פאוקעס דא, מילא איז דאס נישט קלאר.

ברסלבער » מיטוואך יולי 3, 2013 4:30 pm

· #130498
אלץ א שטארקע סאטמארע קנאי, נוץ איך נישט קיין זאכן וואס זענען געמאכט אין ארץ ישראל. און דערפאר קען איך נישט לערנען אין מתיבתא עוז והדר וואס ווערט געדרוקט אין ארץ ישראל, משא"כ ארטסקרול וואס ווערט געדרוקט אין אמעריקא...
ערנסט גערעדט. די מעלה פון ארטסקרול איז אז זיי זענען דא ארויס צו העלפן דעם לומד, און נישט סתם צו ווארפן בקיאות. זיי פארלייגן זיך אויף די קשיות וואס וועט שווער ווערן פאר א לומד בינוני בשעת'ן לערנען, און דאס פארענטפערן זיי אינעם פירוש בקיצור נמרץ, אבער בטוב טעם ודעת.

גוטע פינטעלך » מיטוואך יולי 3, 2013 7:53 pm

· #130554
און וואס איז מיט די נייע משוגעת פון איבערטייטשען יעדע ווארט ארמית אין די גמ' מיט א מאמר מוסגר אויף לשון הקודש, 'מתקיף' - [מקשה]. איז דען נישט ביים 'היימישען' עולם אראמיש און לשון הקודש דאס זעלבע.

אויך האב איך מורא אז נעקסט קומט א 'ביאורי תרגום' עה"ת, וואס גייט בסך הכל איבערטייטשען יעדען ווארט אויף לשון הקודש.

ווי אויך האט די נייע מהדורה פון עוז והדר ווייסע פאפיר, זעט אויס עס איז מער מאדערן והא ראיה ארטסרקול דרוקט זייערע גמרות אזוי. [היות דאס איז שוין אן אלטע פלוגתתא וועלכע קאליר איז בעסער און געשמקער פארן אויג].

chosen people » דאנערשטאג יולי 4, 2013 11:50 am

· #130722
עס איז דא נאך א זאך וואס איז מתיבתא איז בעסער, ווען די גמרא לערנט עפעס ארויס פון א פסוק, ספעציעל ביי אגדתא, גייט ארטסקרול רוב מאל נישט מסביר זיין ווי אזוי מען טייטש/מען זעהט עס פון די פסוק משא''כ מתיבתא, אין דעס קען אסאך אויס מאכן ביי אגדתא, ספעציעל די ערשטע פאר בלעטער פון ברכות וואס איז דא אסאך אזעלכע לימודים, אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי מען טייטש עס אריין אין פסוק האט די גאנצע בלאט אגדתא נישט קיין טעם.
און אויכט ווען די גמרא ברענגט א מעשה אדער א פסוק פון נ''ך, אסאך מאל כדי צו געהעריג פארשטיין די גמרא, דארף מען קענען די מעשה בקיצור וואס איז דארט געווען, מתיבתא וועט עס מער מאל צוברענגן ווי ארטסקרול (א דוגמה שבת דף נ''ה די מעשה פון דוד און מפיבשת) איך ווייס אז ווען מען וואלט געלערנט מיט אינז אין חדר/ישיבה נ''ך, וואלטן אינז געקענט די מעשיות אויסנווענדיג, אבער למעשה רוב פון אינזערע אינגערלייט קען נישט קיין נ''ך.

שרייבער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:23 pm

· #130725
גראדע געווענליך ארטסקרול מיין איך ברענגט אויך אזוי, נאר שבת איז דאך אנדערש כאמור

chosen people » מיטוואך יולי 10, 2013 12:49 pm

· #132140
מען האט היינט גענדיגט די סוגיא חנינא סגן הכהנים, איך האב עס געלערנט מיט אן ארטסקרול, עס איז געווען ממש א מחיה, זיי האבן געמאכט זייער א גוטע זשאב אויפן סוגיא , נישט מאריך געווען עז יוזשאל, אבער געדעקט יעדער נארמאלע קשיא, און זיי האבן א גוטע הקדמה אויפן סוגיא.
בדרך אגב רש''י האט זיך אויכט זייער שיין צו געשטעלט צו די שווערע סוגיא, און ער האט עס געמאכט אסאך גרינגער, דורך נישט מקצר זיין, עס האט מיך אביסל דערמאנט די ר''ן אין נדרים..

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 12:51 pm

· #132143
איך לערן יעצט פרק בכל מערבין אין ארטסקראל, ממש עולם הזה. די שיינע בלוי דעקלעך געבט צו אזא רואיגקייט. כ'דארף נישט מער ווי בלויז קוקן אויפ'ן דעקל, אבי מל'ערנט

איציק » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:56 am

· #141767
גאלד
איך ניץ בלויז ארטס-סקרול, זייער אקוראט, זייער צום פוינט, אלעס וואס מ'ברויך צו פארשטיין בלויז טריקן די גמרא,

איך האב אויך שטארק ליב ארטסקרול, אבער ס'איז אסאך מער ווי "בלויז טריקן די גמרא." ס'פאסירט כמעט נישט אז איך זאל האבן א קשיא וואס זיי בארירן נישט אונטן. די אויבערשטע טייל נוץ איך כמעט נישט, חוץ ביי חזרה צו זעהן אויב איך האב אפשר געמאכט א טעות אין פשוט פשט. ווייזט אויס אז איך בין פון די אלטע דור וועמען מ'האט אויסגעלערנט צו לערנען א בלאט גמרא אן קיין ארטסקרול. כ'זאג נישט, מ'ברעכט זיך טאקע אפטמאל קאפ, אבער אדם לעמל יולד!
אבער דער עיקר סיבה פארוואס איך נוץ נישט די אויבערשטע טייל - דער פשוטער ביאור - איז ווייל ס'איז צופיל מאריך. ביי מיר איז די "צווישן די שורות" א דבר המובן מאיליו. נאכאמאל, נישט ווייל איך בין א גרויסער תלמיד חכם, נאר ווייל אזוי לערן איך פון קינדווייז אן.

ביי די געלעגענהייט וויל איך אפגעבן א יישר כח פאר'ן פותח פון דעם אינטערסאנטן אשכול - 'זר זהב'.

איציק » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:06 pm

· #141774
ונבנתה העיר
אינעם היינטיגן דף זאגט די גמרא אז די דורות הראשונים האבן נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי די דורות האחרונים, שטייט דארט אזוי [ברכות דף כ' ע"א]: כי הוה מטי רב יהודה בעוקצין, האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים, אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא, ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא, דהיינו אז רב יהודה וואס איז געווען פון די דורות הראשונים ווען ער איז אנגעקומען צו עוקצין האט ער זיך געמוטשעט, אבער מיר האבן אויף עוקצין דרייצן מהלכים.

האב איך מיר פארטייטשט 'ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא', מיר האבן אויף עוקצין אליין דרייצן בענדער מתיבתא...

זייט מיר אלע מוחל, אבער אויף אזא מעכטיג ווערטל האב איך זיך נישט געקענט באגנוגן מיט א בלויזער "לייק." איך האב געשפירט א פליכט צו ציטירן די גאנצע ווארט און צולייגן אן אגודל אויף ארויף 👍 מיט א גרינער מענטשעלע 😁 ...

שרייבער » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:35 pm

· #156302
מיר ענדיגן יעצט מס' שבת, איך האב מיך גענוג און נאך אנגעליטן פון ארטסקראל אויף שבת, איך האב צופיל געדארפט נאכקוקן מתיבתא צו פארשטיין ארטסקרול, איך פלאן אי"ה אנצוהייבן מס' עירובין, ווייסט איינער אויב עירובין פון ארטסקרול איז בעסער ווי שבת, און ארטסקרול VS מתיבתא ביי עירובין וועלכע איז בעסער, איך האלט נאכנישט ביים קויפן 13 בענדער פאר עירובין

פאריז » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:37 pm

· #156390
@שרייבער

לול... איך ענדיג יעצט מס׳ שבת מיט מתיבתא, און איך האב שוין געקויפט מיין ארטסקול אויף עירובין,

(סיי וואס די פלאנסט צי ניצען לויף און קויף, און דריי וואכען ארום וועט די שעלף׳ס זיין ליידיג, זיי סטאקען זיך אן בעפאר דעם דף היומי נישט פאר תורותך שעשועי, אלעס וואס איז דא אין די געשעפטן איז נאר איבערגעבליבען)

משה געציל » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:49 am

· #156440
נאכקוקען מתיבתא צו פארשטיין ארטסקרול?! עס הערט זיך ווי נאכקוקען אין עטרת מחזור צו פארשטיין מחזור המפורש...
אמת'דיג גערעדט, דאכט זיך אז ארטסקרול איז פיל מער צום פינטל און קלארער ווי מתיבתא, עכ"פ מה שנוגע לחלק הפשט.

שרייבער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:24 am

· #157578
משה געציל
נאכקוקען מתיבתא צו פארשטיין ארטסקרול?! עס הערט זיך ווי נאכקוקען אין עטרת מחזור צו פארשטיין מחזור המפורש...
אמת'דיג גערעדט, דאכט זיך אז ארטסקרול איז פיל מער צום פינטל און קלארער ווי מתיבתא, עכ"פ מה שנוגע לחלק הפשט.

אז דו וועסט לערנען מס' שבת מיט ארטסקרול וועסטו גוט פארשטיין וואס איך מיין
איך וויל וויסן אויב עירובין איז אויך אזא שוואכע ארבעט

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:35 pm

· #235197
זר זהב
!!WOW
איך מוז עס זעהן! פארוואס איז עס נישט דא צובאקומען איבעראל?
איז מען דערקעגן?

אין וויליאמ-פעסט זאלסטו עס נישט זוכן. א יעדע גוטע און ניצליכע זאך טאר מען דארט נישט פארקויפן. ס'איז בבל יראה ובל ימצא. די יושבי חושך וועלן אייביג טרעפן עפעס א פסול...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:50 pm

· #235199
ברסלבער
אלץ א שטארקע סאטמארע קנאי, נוץ איך נישט קיין זאכן וואס זענען געמאכט אין ארץ ישראל. און דערפאר קען איך נישט לערנען אין מתיבתא עוז והדר וואס ווערט געדרוקט אין ארץ ישראל, משא"כ ארטסקרול וואס ווערט געדרוקט אין אמעריקא...
ערנסט גערעדט. די מעלה פון ארטסקרול איז אז זיי זענען דא ארויס צו העלפן דעם לומד, און נישט סתם צו ווארפן בקיאות. זיי פארלייגן זיך אויף די קשיות וואס וועט שווער ווערן פאר א לומד בינוני בשעת'ן לערנען, און דאס פארענטפערן זיי אינעם פירוש בקיצור נמרץ, אבער בטוב טעם ודעת.

ר' ברסלבר. היות איך בין אויכעט אזא שטארקער קנקאי ווי דו בין איך מוחה אויף דעים וואס דו זאגסט אז די ארטסקרול גמרות זענען כשר און מותר לבוא בקהל. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. דאס איז עכט אפיקורסות. ווייל די פארדארבענע יונגען וועלכע זיצן (אפשר שטייען זיי.) אין דעם מושב לצים וציונים וואס הייסט ארטסקרול זענען קרוב צום דף היומי, ר"ל. זיי זענען גורם אז מער און מער ציונים זאלן אריינקוקן אין די "גמרות". חוץ פון דעים. די רבי זי"ע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין ביהמ"ד קיין ארטסקרול "גמרות"....איינמאל האטזיך געמאכט אז עפעס א ציוני האט בטעות אריינגעברענגט אזא "גמרא" האט די רבי זי"ע געהייסן פאר יאסל אשכנזי ער זאל עס ארויסטראגן אין פאליש. נאכדעים האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה...!

נ.ב.: תוס' פרעיגט שוין א קשיא. אז אין די צייטן פון רבי'ן זי"ע איז נאכנישט געוועין קיין "ארטסקרול"? דף היומי איז אבער שוין ליידער יא געוועין...!
בלאט: 1 2 3