☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1566
בלאט: 1 2 3

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:29 am

· #38335
לעמיל, מיט די הערות אין ארטסקרול קענסטו אנקומען גאנץ טיף אבער ס'ווענד זיך אין וועלכע מסכתא. אין געוויסע (אזוי ווי יבמות) האבן זיי געמאכט א משונה'דיגע ארבעט, און אין אנדערע (אזוי ווי כתובות) איז עס גאנץ שוואך). איין מעלה אבער וואס ארטסקרול האט איבער מתיבתא איז אז עס איז גענצליך ריין פון טעותים.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:42 am

· #38341
יידל
לעמיל, מיט די הערות אין ארטסקרול קענסטו אנקומען גאנץ טיף אבער ס'ווענד זיך אין וועלכע מסכתא. אין געוויסע (אזוי ווי יבמות) האבן זיי געמאכט א משונה'דיגע ארבעט, און אין אנדערע (אזוי ווי כתובות) איז עס גאנץ שוואך). איין מעלה אבער וואס ארטסקרול האט איבער מתיבתא איז אז עס איז גענצליך ריין פון טעותים.

שווער צו זאגן ס'איז ממש ריין.
דאס האב איך היינט געשיקט פאר ארטסקרול.

דף טו עמוד ב4 טור א שורה 4 מלמטה. "בכל לבבך" צריך להיות BOLD
דף טז עמוד ב3 הערה 22, ניתנו משה מסיני. צ"ל ניתנו למשה מסיני.
דף ט"ז עמוד ב4 הערה 43 לבין הק[שורה חדשה]סר, צ"ל הקסר.

אבער גראבע טעותים אין עוז והדר, ה' ישמרנו.
כ'האב פיינט עוז והדר (אויסער די פירוש אויף רש"י)
זיי מאכן אלעס כאפ-לאפ, אן קיין דיגנעטי, וכו'

קורץ און שארף » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:55 am

· #38345
קאווע טרינקער

איך האב שוין אויך געטראפן טעותים אין ארטסקרול. סיי ספעלינג מיסטעיקס, און סיי אין פשט. להוי ידוע. ס'נישט מעגליך במציאות ארויסצוגעבן א ספר, ובפרט אזא גרויסע פראיעקט, גענצליך ריין פון טעותים, פשוט נישט מעגליך.

וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:03 am

· #38347
טעותי הכתיב און טיפאגראפישע טעותים זענען דא לרחצה (גוזמא קתני) אין ארטסקרול. אבער טעותי פשט?! דאס איז שוין א חידוש. קורץ און שארף, אויב קענסטו ביטע צוצייכענען ווי די טעותי הפשט געפינען זיך וואלט געווען זייער אינטערעסאנט, ווייל ארטסקרול גרויסט זיך אז זיי מאכן נישט קיין טעות אין תוכן. אגב, שמועה שמעתי אז אין זייער נספח איבער די קו התאריך אין מס' ראש השנה האבן זיי אין די ערשטע מהודרה געמאכט א טעות מיט איין ווארט וואס דאס האט געטוישט די גאנצע פשט. איינער האט שוין אמאל געהערט דערפון?

קורץ און שארף » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:15 am

· #38355
יידל
טעותי הכתיב און טיפאגראפישע טעותים זענען דא לרחצה (גוזמא קתני) אין ארטסקרול. אבער טעותי פשט?! דאס איז שוין א חידוש. קורץ און שארף, אויב קענסטו ביטע צוצייכענען ווי די טעותי הפשט געפינען זיך וואלט געווען זייער אינטערעסאנט, ווייל ארטסקרול גרויסט זיך אז זיי מאכן נישט קיין טעות אין תוכן. אגב, שמועה שמעתי אז אין זייער נספח איבער די קו התאריך אין מס' ראש השנה האבן זיי אין די ערשטע מהודרה געמאכט א טעות מיט איין ווארט וואס דאס האט געטוישט די גאנצע פשט. איינער האט שוין אמאל געהערט דערפון?

בערך א וואך צוריק האב געזעהן אין מס' ברכות. איך גלייב שווער איך וועל מיך דערמאנען ווי עס איז געווען.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:18 am

· #38361
איז דא א מעגליכקייט אז ס'געווען דיין טעות?...
קומענדיגע מאל דו טרעפסט א טעות, זיי מפרסם דא.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:22 am

· #38366
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:38 am

· #38381
חכם מחוכם
איבערצושטייגן ארטסקרול איז ממש נישט מעגליך, סתם פאר אינטערסאנטקייט די אלע וואס ארבעטן אין ארטסקרול, מוזן זיך פארהערן די מסכת פאר זיי קענען דאס בארבייטן.
איינער וואס וויל לערנען פשוט גמרא איז דער ארטסקרול מוראדיג, מער בעיון איז דער מתיבתא א געשמאק, איך ניץ אסאך דעם מתיבתא פאר ביאורי התוספות, די ארבעט וואס איז אריינגעלייגט אין דעם איז אומבאשרייבליך

כחכם ועוד לקרא
די פירוש על הגמרא פון ארטסקרול איז איינס אין די וועלט, ביי אונז אין ביהמ"ד איז נישטא קיין ארטסקרול אין קנין ספרים נאר מתיבתא, וויפיל איך האב נאר פרובירט צו קוקן אין מתיבתא פשוט פשט, ווען ס'קומט צו א שווערע גמרא און איך ברעך קאפ ביי מתיבתא, אז איך נעם שפעטער אפיר ארטסקרול ווערט עס אויסגעגראדט ממש מיט א ווארט

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:40 am

· #38385
זעה טאקע אויס אז מתיבתא'ס גלאנץ איז אין די ילקוט ביאורים און ביאורי התוספות.
אזוי ווי איך האב נאכגעהערט.

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:41 am

· #38386
זר זהב
אינעם ארטסקראל איז דא א יזכור פאר די חייל צה"ל

איך האב אמאל געפרעגט א גרויסן רב וואס באלאנגט צו סאטמאר בנוגע ארטסקרול, ס'איז געווען א שטיקל מערכה דערקעגן, האב איך געפרעגט וואס ער האלט, האט ער נישט געוואלט ענטפערן, האב איך אים געזאגט ס'איז דא א יזכור פאר די חיילי צה"ל, האט ער געזאגט אי משום הא איז עס נאכנישט אסור

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:44 am

· #38388
שרייבער
זר זהב
אינעם ארטסקראל איז דא א יזכור פאר די חייל צה"ל

איך האב אמאל געפרעגט א גרויסן רב וואס באלאנגט צו סאטמאר בנוגע ארטסקרול, ס'איז געווען א שטיקל מערכה דערקעגן, האב איך געפרעגט וואס ער האלט, האט ער נישט געוואלט ענטפערן, האב איך אים געזאגט ס'איז דא א יזכור פאר די חיילי צה"ל, האט ער געזאגט אי משום הא איז עס נאכנישט אסור

אין איינע פון די פאפלערע תורה ירחונים איז געווען א גאנצער שמועס איבער ארטסקראל, רבנים האבן געשריבן לכאן ולכאן. ס'אשאד איך געדענק נישט פונקטליך ווען און אין וועלכן ירחון ס'ערשינען. עטליכע זענען געווען גאר וויל דערקעגן, ממש אן איסור חמור.
איינער געדענקט?

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:45 am

· #38389
קאווע טרינקער
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

נישט ממש...
זר זהב
זעה טאקע אויס אז מתיבתא'ס גלאנץ איז אין די ילקוט ביאורים און ביאורי התוספות.
אזוי ווי איך האב נאכגעהערט.

פון די ביאורי התוספות בין איך בכלל נישט אנטציקט. די ילקוט ביאורים איז יא א שטארקע זאך, אבער ווען זיי פאוקעסן נאר אויף דעם וואלטן זיי געקענט מאכן א טויזנט מאל בעסערע ארבעט. פארגעס נישט אז ילקוט ביאורים איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מתיבתא פארקויפט זיך, און לכה"פ 50 פראצענט וואלטן ענדערש געקויפט א ספר וואס האט אין זיך נאר די ילקוט ביאורים (און אפשר אויך די אוצר העיונים אדער די ביאורי התוספות) ווי איידער דעם גאנצן דיקן גמרא.

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:46 am

· #38391
ר' יואל מארגנשטערן משארמאש וכל חבורתא קדישתא זענען געווען דערקעגן

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:46 am

· #38392
אין וועלכן קונטרס איז עס געווען?

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:47 am

· #38394
זר זהב
אין וועלכן קונטרס איז עס געווען?

איך מיין ס'איז געווען א באזונדערע קונטרס דערפון, אזוי געדענק איך, א מעשה פון באלד 10 יאר צוריק

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:49 am

· #38398
ניין. איך רעד ערגעץ אין די לעצטע 2 יאר, אין איינע פון די פאפולערע ירחונים.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:56 am

· #38412
אפשר אין אור ישראל?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:57 am

· #38413
קען טאקע זיין 'אור ישראל', איך דענק אז ס'געגאנגען פייער! אויב איינער קען עס פארשאפן וואלט געווען אינטערעסאנט עס אויסצושמועסן דא.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:08 pm

· #38418
זר זהב
קען טאקע זיין 'אור ישראל', איך דענק אז ס'געגאנגען פייער! אויב איינער קען עס פארשאפן וואלט געווען אינטערעסאנט עס אויסצושמועסן דא.

אויב ס'איז טאקע אור ישראל איז עס מסתמא דא אויף היברו בוקס.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:16 pm

· #38423
אה, כ'האב עס געטראפן, טאקע אין אור ישראל טבת תשס"ח (פיר יאר צוריק, נישט 2 ווי ז"ז האט געזאגט):
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50519&st=&pgnum=36">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=36</a>

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:23 pm

· #38426
יידל
אה, כ'האב עס געטראפן, טאקע אין אור ישראל טבת תשס"ח (פיר יאר צוריק, נישט 2 ווי ז"ז האט געזאגט):
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50519&st=&pgnum=36">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=36</a>

2 יאר איז נענטער צו 4 יאר ווי 10 יאר וואס שרייבער האט אנגעגעבן....

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:26 pm

· #38428
הגרמ"ד סאלאווייטשיק אסר'ט צוליב די חסרון אין יגיעת התורה, א סברא וואס איז לכאורה פונקט אזוי און אפשר נאך מער נוגע צו מתיבתא.
הגר"א שלעזינגער אסר'ט צוליב חסרון עיון און צורת הדף, און צוליב עס איז א דבר חדש, אלע טעמים זענען אויך נוגע כלפי מתיבתא.
הג"ר מרדכי ליב גארעליק האלט אז עס איז א ביזוי התורה און א חוצפה. איך ווייס נישט צו ס'נוגע צו מתיבתא ווייל ארטסקרול איז געווען דער "עמלק" וואס האט קאלט געמאכט די וואסערן. אן אינטערעסאנטע זאך שרייבט הרב גארעליק אז דער חפץ חיים האט נאר מסכים געווען צום דף היומי "כלפי רוח המכילים והרעפארם"). נאך א טעם לאיסור איז צוליב די חסרון עיון, ווי פריער.
הרב יהודה ליבוש הלוי העלער איז מתיר פאר די בחורים וואס קענען נישט אן דעם. בתוך דבריו הארוכות רייסט ער שארף אפ דעם א.ד. מאמר פונעם חפץ חיים אויפן דף היומי און שרייבט אז להד"מ דער חפץ חיים האט דאס נישט געזאגט.
הרב חיים ראפאפורט איז מתיר און שרייבט באריכות א תשובה אויף א יעדע דערמאנטע טענה. אבער נאכדעם אסר'ט ער צוליב השקפות זרות וואס מ'געפונט אין ארטסקרול.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:37 pm

· #38432
הרב יודע לייב העלער און הרב מרדכי לייב גארעליק נעמען צוויי באזונדערע שטעלונגען. ס'זעהט אויס ווי העלער רייסט פערזענליך
אונטער גארעליק'ן אויף זייט 41 פונעם לינק.

ר' אליקים שלעזינגער איז אויך דערקעגן (איז ער פון מארגענשטערנ'ס חברריה קדישא?...) ער זאגט אז ארטסקראל איז נישט גורס פשוט רש"י.

הרב חיים ראפופרט פון לאנדאן ענטפערט אפ די מערערים. (אזוי מייניך) (זייט 53)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:38 pm

· #38434
אה נישט געזען יידל'ס באריכט.
סארי.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:28 pm

· #38680
יידל
הגרמ"ד סאלאווייטשיק
הגר"א שלעזינגער
הג"ר מרדכי ליב גארעליק
הרב יהודה ליבוש הלוי העלער
הרב חיים ראפאפורט

איז עס פאני אז רוב פון די נעמן הער איך דא צום ערשטן מאל?
אויב וועל איך שרייבן א תשובה להיתר או לאיסור גיי איך ווערן א מן-דאמר?

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:18 pm

· #38777
[ציטאט אראפגענומען]

ייש"כ פאר דעם אינטערעסאנטעם ידיעה. דא אנפאנג עמוד שרייבט הרב העלער אז ס'איז נישט מסתבר אז הרב גארעליק האט געשריבן דעם מאמר ווייל זיין טאטע איז דאך געווען א מגי"ש אין ישיבה אוניווערסיטעט.
📎 Ohr Yisroel.PNG

די קומענדיגע נומער קובץ אור ישראל איז נישטא אויף היברו בוקס.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:34 am

· #38921
קורץ און שארף
הדד בן בדד
לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.

לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).

די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).

פון ווי נעמסטו אזעלכע נערישקייטן?

ש"ס לובלין האט אנגעפאנגען א גור'ער אינגערמאן, נאך פאר 'מתיבתא' איז געווען צוזאמען מיט עוז והדר!
הרב פאמעראנץ פון מתיבתא האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עוז והדר, און ש"ס לובלין זיך צוזאמגעשטעלט מיט מכון המאור [בעיקר וועגן די געלט, המאור האט געברענגט די נדבנים].

איך נעם נישט קיין נערישקייטן. איך האב אלעס מיטגעהאלטן פוירסט הענד. פאמעראנץ און פעפער (ביידע גור'ער חסידים) האבן ביידע געהאט שיינע איידיעס, און ביידע זענען געקומען לויפן צו הגר"י לייפער פון עוז והדר ער זאל עס נעמען אונטער זיין פארטוך און שאפן דאס געלט דערפאר. לייפער האט אבער נישט געוואלט ארבעטן מיט פעפער, און מיט פאמעראנץ איז ער יא געווען גרייט צו ארבעטן. אזוי האט זיך אנגעהויבן מתיבתא. נאכדעם וואס פאמעראנץ האט זיך צאמגעשטעלט מיט עוז והדר.

פעפער איז שנעל געלאפן און אנגעהויבן דעם ש"ס לובלין, אבער אן קיין פטרון. צו לאנג האט ער אבער נישט געקענט אנהאלטן אזוי, און נאך א קורצע תקופה האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור אלס געלט מענטש. אזוי איז געווען צוויי שס'ן המבוארים: מתיבתא און ש"ס לובלין.

ווען מתיבתא האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן, האט עוז והדר אנגעהויבן ארויסגעבן צוויי סארטן. א ברייטערע ווערסיע, מיט כמה כרכים פאר יעדן מסכתא, און דערנאך א קלענערע ווערסיע, מיט איינס אדער צוויי כרכים פער מסכתא. נאך א שטיק צייט איז עוז והדר ענדליך געקומען צום באשלוס וואס מען דארף צו טאן, נעמליך, צוויי ווערסיעס פאר יעדע מסכתא, איינס מיט אסאך בענדער, און איינס מיט איין באנד פער מסכתא (נישט צוויי, דוקא איין באנד פער מסכתא), דעם מהדורא פון איין באנד האט מען א נאמען געגעבן שפה ברורה.

יעצט איז געגאנגען המאור (פפר) און האט נאכגעמאכט דעם זעלבן געדאנק, אז אין צוגאב צו דעם ברייטן מהדורה האבן זיי אויך ארויסגעגעבן א שמעלערע מהדורה מיט איין באנד פער מסכתא, און דעם נייעם מהדורה האט מען א נאמען געגעבן ושננתם.

איך האף איך האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:36 am

· #38922
יידל
לעמיל, מיט די הערות אין ארטסקרול קענסטו אנקומען גאנץ טיף אבער ס'ווענד זיך אין וועלכע מסכתא. אין געוויסע (אזוי ווי יבמות) האבן זיי געמאכט א משונה'דיגע ארבעט, און אין אנדערע (אזוי ווי כתובות) איז עס גאנץ שוואך). איין מעלה אבער וואס ארטסקרול האט איבער מתיבתא איז אז עס איז גענצליך ריין פון טעותים.

אין דעם פירוש און הגהות אונטן פון דעם דף האב איך שוין כמה טעותים געטראפן, איך האב זיי איינמאל אנגערופן זאגן אפאר טעותים, זאגן זיי מיר איך זאל עס אפשרייבן און אריינשיקן. האב איך זיי געענטפערט אז איך בין נישט אויף זייער פעיראלל, און דעריבער וועל איך עס נישט טאהן, אויב זיי ווילן קענען זיי מיך הייערן אלס מגיה.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:36 am

· #38923
קאווע טרינקער
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:56 am

· #38933
הדד בן בדד
אין דעם פירוש און הגהות אונטן פון דעם דף האב איך שוין כמה טעותים געטראפן, איך האב זיי איינמאל אנגערופן זאגן אפאר טעותים, זאגן זיי מיר איך זאל עס אפשרייבן און אריינשיקן. האב איך זיי געענטפערט אז איך בין נישט אויף זייער פעיראלל, און דעריבער וועל איך עס נישט טאהן, אויב זיי ווילן קענען זיי מיך הייערן אלס מגיה.

...you are a tough cookie
🙂

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:58 am

· #38934

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:07 am

· #38951
הדד בן בדד
קאווע טרינקער
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.

מיין שנאה צו עוז והדר (און קול מבשר) איז מקלקלת השורה

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:17 am

· #38957
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא פון דעם קונטרס האב איך גערעדט

היסטאריקער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:21 pm

· #39015
ר׳ יחזקאל גאלד פון מאנסי שרייבט די טעם לאיסור, ווייל די בעה״ב וועלן ווערן ת״ח און נישט דארפן קיין רבנים

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:25 pm

· #39017
קאווע טרינקער
הדד בן בדד
קאווע טרינקער
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.

מיין שנאה צו עוז והדר (און קול מבשר) איז מקלקלת השורה

איך טוה דיך גראטולירן פארן זיין א מודה על האמת!!!

און אויב שוין יא, אפשר ווילסטו אונז מיטטיילן צוליב וואס איז די שנאה

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:27 pm

· #39018
היסטאריקער
ר׳ יחזקאל גאלד פון מאנסי שרייבט די טעם לאיסור, ווייל די בעה״ב וועלן ווערן ת״ח און נישט דארפן קיין רבנים

יא, די גלחים, מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק, ביים ארויסקום פון דעם פרעסס, זענען אויך געווען דערקעגן פאר די זעלבע סיבה...

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:10 pm

· #39102
הדד בן בדד
קורץ און שארף
הדד בן בדד
לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.

לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).

די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).

פון ווי נעמסטו אזעלכע נערישקייטן?

ש"ס לובלין האט אנגעפאנגען א גור'ער אינגערמאן, נאך פאר 'מתיבתא' איז געווען צוזאמען מיט עוז והדר!
הרב פאמעראנץ פון מתיבתא האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עוז והדר, און ש"ס לובלין זיך צוזאמגעשטעלט מיט מכון המאור [בעיקר וועגן די געלט, המאור האט געברענגט די נדבנים].

איך נעם נישט קיין נערישקייטן. איך האב אלעס מיטגעהאלטן פוירסט הענד. פאמעראנץ און פעפער (ביידע גור'ער חסידים) האבן ביידע געהאט שיינע איידיעס, און ביידע זענען געקומען לויפן צו הגר"י לייפער פון עוז והדר ער זאל עס נעמען אונטער זיין פארטוך און שאפן דאס געלט דערפאר. לייפער האט אבער נישט געוואלט ארבעטן מיט פעפער, און מיט פאמעראנץ איז ער יא געווען גרייט צו ארבעטן. אזוי האט זיך אנגעהויבן מתיבתא. נאכדעם וואס פאמעראנץ האט זיך צאמגעשטעלט מיט עוז והדר.

פעפער איז שנעל געלאפן און אנגעהויבן דעם ש"ס לובלין, אבער אן קיין פטרון. צו לאנג האט ער אבער נישט געקענט אנהאלטן אזוי, און נאך א קורצע תקופה האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור אלס געלט מענטש. אזוי איז געווען צוויי שס'ן המבוארים: מתיבתא און ש"ס לובלין.

ווען מתיבתא האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן, האט עוז והדר אנגעהויבן ארויסגעבן צוויי סארטן. א ברייטערע ווערסיע, מיט כמה כרכים פאר יעדן מסכתא, און דערנאך א קלענערע ווערסיע, מיט איינס אדער צוויי כרכים פער מסכתא. נאך א שטיק צייט איז עוז והדר ענדליך געקומען צום באשלוס וואס מען דארף צו טאן, נעמליך, צוויי ווערסיעס פאר יעדע מסכתא, איינס מיט אסאך בענדער, און איינס מיט איין באנד פער מסכתא (נישט צוויי, דוקא איין באנד פער מסכתא), דעם מהדורא פון איין באנד האט מען א נאמען געגעבן שפה ברורה.

יעצט איז געגאנגען המאור (פפר) און האט נאכגעמאכט דעם זעלבן געדאנק, אז אין צוגאב צו דעם ברייטן מהדורה האבן זיי אויך ארויסגעגעבן א שמעלערע מהדורה מיט איין באנד פער מסכתא, און דעם נייעם מהדורה האט מען א נאמען געגעבן ושננתם.

איך האף איך האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

פאמעראנץ האט אנגעפאנגען די מתיבתא, נאך פאר עס האט באלאנגט פאר עוז והדר!!
דוכט זיך אז האב נאך ערגעץ אין מיינע ארכיוון א קונטרס דערפון.

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:57 pm

· #39123
למעשה האב איך היינט - לכבוד דעם אשכול - צום ערשטן מאל גענומען אין די האנט א ושננתם גמרא, און לענ"ד איז דער פשוט פי' הגמרא סאך שענער מפורש ווי מתיבתא אלע מהדורות

הדד בן בדד » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:54 am

· #39349
קורץ, ער האט עס ארויסגעגעבן מיטן אלס דוגמא, אויף צו טרעפן איינער וואס וועט גרייט זיין דאס אויסצוהאלטן. ער האט דאך געדארפט האבן ווואס צו ווייזן. ער האט נישט געהאט קיין חלום דאס צו קענען אנהאלטן אליינס.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:20 pm

· #40081
קאווע טרינקער
הדד בן בדד
קאווע טרינקער
וועגן עוז והדר, יא, זיי האבן סאך מער טעותים, אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד זיי האבן אינגע און פרישע בלוט, קומט ארויס סאך מער סחורה, און אפשר לוינט זיך צו פארקוקן די טעותים [נישט אזוי געפערליך די טעותים, דוכט זיך].

סחורה? ס'איז אלץ געגנבט'

סתם געהאקט אין קאפ אריין. אפשר ווילסטו מסביר זיין די דאזיגע אויפרייסערישע ווערטער.

מיין שנאה צו עוז והדר (און קול מבשר) איז מקלקלת השורה

יעצט ארויסגעקומען (געקויפט) א ספר פון יעקב לויפר, - תולדות הדפסת הש"ס.
ער רימט אויס וגשל, און די ג'גנב'טע מעלות פון עוז והדר, (ער דערמאנט קיינמאל נישט "לייפער" ב"ה)

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:21 pm

· #40082
וגשל איז מאזנים?

ידען » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:30 pm

· #40087
זר זהב
וגשל איז מאזנים?

יא

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:40 pm

· #40089
ס'דא וואס זאגן אז מאזנים איז בעסער פון עוז והדר.
עוז והדר האט געמאכט א גוטן דזשאב ארויסצוזעהן די מאזנים גמרות פון די ישיבות און בתי מדרשים.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:12 pm

· #40108
זר זהב
ס'דא וואס זאגן אז מאזנים איז בעסער פון עוז והדר.
עוז והדר האט געמאכט א גוטן דזשאב ארויסצוזעהן די מאזנים גמרות פון די ישיבות און בתי מדרשים.

אוודאי, אז מגנב'ט געלט פון תמימות'דיגע אידן, וואס רעדן זיך איין אז זייער'ס א קרוב פליט אין גן עדן צוליב וואס איינער אין מאנסי מאכט געלט, דאן איז דא געלט פאר די תעמולה (לשון הרב אברהם יהושע מבריסק שליט"א)

יידל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:42 pm

· #40182
הדד בן בדד
קורץ, ער האט עס ארויסגעגעבן מיטן אלס דוגמא, אויף צו טרעפן איינער וואס וועט גרייט זיין דאס אויסצוהאלטן. ער האט דאך געדארפט האבן ווואס צו ווייזן. ער האט נישט געהאט קיין חלום דאס צו קענען אנהאלטן אליינס.

אבי ביסט מודה אז פעפער איז געווען דער ערשטער.

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:31 pm

· #40399
קאווע טרינקער
זר זהב
ס'דא וואס זאגן אז מאזנים איז בעסער פון עוז והדר.
עוז והדר האט געמאכט א גוטן דזשאב ארויסצוזעהן די מאזנים גמרות פון די ישיבות און בתי מדרשים.

אוודאי, אז מגנב'ט געלט פון תמימות'דיגע אידן, וואס רעדן זיך איין אז זייער'ס א קרוב פליט אין גן עדן צוליב וואס איינער אין מאנסי מאכט געלט, דאן איז דא געלט פאר די תעמולה (לשון הרב אברהם יהושע מבריסק שליט"א)

איך ווייס אז ר' אברהם יהושע האט געגעבן קאלטס און ווארעמ'ס פאר ר' יהושע לייפער, ווען ער איז אים געגאנגען באזוכען. אבער דאס וואס דו ברענגסט אראפ גלייב איך נישט אז ער האט געזאגט.

וועם שטערט אז א איד פון מאנסי מאכט געלט. די מציאות איז א צענדליגע טויזענטע אידן בכל אתר ואתר לערנען מידי יום ביומו אין די עוז והדר גמרות. ממילא אויב איינער גיבט געלט דערפאר לע"נ א קרוב, האט דער קרוב'ס נשמה אן עליה. נישט אזוי?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:47 pm

· #40403
סארי,
מיין כוונה מיט "לשון ..." איז געווען נאר אויף די ווארט "תעמולה"

chosen people » פרייטאג יוני 28, 2013 12:49 am

· #128776
המשך פון דא

לגבי די עצם חילוק פון ארטסקרול און מתיבתא אין וועלעכע צו לערנען, בין איך מודה צו הרב @קאווע טרינקער, איך האב אויך געשריבן אז איך לערן אין ביידע, קודם לערנען איך אין די ארטסקרול, פשוט צו קענען עברי/טייטש און ארויסהאבן בערך די סוגית הגמרא, וואס מען רעדט דא בכלל, אבער נאך צוויי דריי מאל לערנען נעם איך די מתיבתא אין דארט ווערט אסאך זאכן קלארער.

אבער איין נקודה וואס איך דינג זיך (איך האב געהאלטן אזוי ווי דיר ביז לעצטענס) אז למעשה אז אין פשוטע עברי טייטש זעה איך אסאך מאל ווי מתיבתא איז סאך מער פראפעשענאל, איך האב דיר געגעבן צוויי דוגמאות פריער, איך גיי דא ארויף לייגן די בילדער און דו זאג מיר למי הצדק.
און דאס וואס דו טענה'סט אז ארטסקרול ווייסט וואס אריין צולייגן און וואס ארויסצונעמען, איך מיין ביזט נישט גערעכט, דאס יא זיי זענען מער בקיצור, אבער זיי נעמען ארויס די ראנג שטיקלעך, מען קען טרעפן גענוג פלעצער וואס זיי לייגן אריין עפעס נישט וועגן וואס יענער זאגט, נאר וועגן ווער איז דער זאגער, און איך זאג דיר איך האב געהאט פשוטע קשיות וואס עס האט מיר געשטערט בשעת'ן לערנען און זיי האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט.

איך גיי דיר געבן איין משל, אין עירובין דף מ"ז ע''א, די גמרא ברענגט קודם איין ברייתא היבמה לא תחלוץ ולא תתייבם עד שיהו לה שלשה חדשים וכן שאר כל הנשים לא ינשאו ולא יתארסו עד שיהו להן שלשה חדשים אחד בתולות ואחד בעולות אחד אלמנות ואחד גרושות אחד ארוסות ואחד נשואות, ר' יהודה אומר נשואות יתארסו וארוסות ינשאו חוץ מארוסה שביהודה מפני שלבו גס בה, ר' יוסי אומר כל הנשים יתארסו חוץ מן האלמנה מפני האיבול. רש''י זאגט אויף דעם, כל הנשים יתארסו. אתנא קמא פליג דאסר אפי' ליארס ואדרבי יהודה פליג דשרי ארוסה לינשא: און אזוי איז די ארטסקרול טאקע מסביר שיטת ר' יוסי, און גלייך נאכדעם ברענגט די גמרא א צווייטע ברייתא אזוי, והתניא הרי שהיתה רדופה לילך לבית אביה או שהיתה לה כעס עם בעלה או שהיה בעלה זקן או חולה או שהיתה היא חולה עקרה זקנה קטנה ואיילונית ושאינה ראויה לילד או שהיה בעלה חבוש בבית האסורין המפלת לאחר מיתת בעלה כולן צריכין להמתין ג' חדשים דברי ר"מ רבי יוסי מתיר ליארס ולינשא מיד, איז אויבן אויף א מורא'דיגע סתירה צווישן ר' יוסי, אין די ערשטע ברייתא זאגט ער אז מען מעג נישט נישואין מיד אין די צווייטע ברייתא שטייט אז ינשאו מיד, איך מיין אז עס איז זייער אן אפענע קשיא וואס זיי האבן וואלטן געדארפט עס צוצייכנען, למעשה מתיבתא ברענגט צו א תוס' איך מיין אין סוטה וואס שטעלט זיך אויף דעם. דעס איז נאר איין משל, איך האב געהאט אסאך מער.

און לגבי בעצם טייטשען די גמרא'ס, געב א קוק למשל עירובין דף נ"א ע''א, דתניא (שמות טז כט) °שבו איש תחתיו" אלו ארבע אמות "אל יצא איש ממקומו" אלו אלפים אמה, מנא לן, א"ר חסדא למדנו מקום ממקום ומקום מניסה וניסה מניסה וניסה מגבול וגבול מגבול וגבול מחוץ וחוץ מחוץ, איך זאג דיך מען קען עס בעסער פארשטיין ווען מען די רש''י וויפיל מען לערנט עס אין די ארטסקרול.

און לאידך גיסא ווען איך האב געלערנט פרק כירה אין שבת, האבן די הערות אין ארטסקרול מיך זייער צומישט, זיי האבן דארט זייער אסאך הערות און רוב רעדט זיך אליבא דהילכתא, וואס איז נישט נוגע צום פשט, און זעה א קוק אין מתיבתא פרק כירה ממש א מחיה קורץ און שארף, גארנישט וועגן הלכה, אסאך ווייניגער הערות ווי ארטסקרול.
📎 rps20130628_004209.jpg 📎 rps20130628_004243.jpg 📎 rps20130628_004340.jpg 📎 rps20130628_004404.jpg

גוטע פינטעלך » פרייטאג יוני 28, 2013 9:36 am

· #128828
וואס זאגט דער עולם צו די נייע אויסלאגע פון מתיבתא? געזען אויף פסחים פון דף א' ביז דף י"ד איין כרך.

זיי האבען געטוישט די פאונטס, די ספעסינג וכו', אויך ארויסגענומען ילקוט ביאורים. עס זעט אויס ווי א מאדערנע מהדורה, אפשר צו קאמפיטען מיטען ארטסקרול אויסזען.

chosen people » פרייטאג יוני 28, 2013 10:39 am

· #128835
ווי אזוי ריפען זיי די מהדורא? ביזט זעכער ביז דף י''ד, אינמיטן א פרק? און אויב זיי נעמען ארויס זאכן פארוואס זאל עס זיין נאך ווייניגער דפים ווי די געהעריגע מתיבתא?
בלאט: 1 2 3