☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1566
בלאט: 1 2 3

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:24 pm

· #37502
ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר
א גוטן. איך וויל פרעגן דעם עולם וואס לערנט אין ביידע פון די צוויי גמרות וועלעכ'ס איז בעסער? -- די מתיבתא גמרות האט אין אנהייב אויסגעזעהן צו זיין נישט צו מזל'דיג. מ'האט עס נישט געקענט טרעפן אין די בתי מדרשים אזוי ווי די ארטסקראל גמרא. און ס'האט עפעס נישט געהאט דעם אפקלאנג.

לעצטענס הער איך פון אינגעלייט אז מער און מער נעמען אריין די מתיבתא גמרות, און די וואס לערנען דערין גלייכן זייער די ילקוט ביאורים, נישט אזוי ווייט די פירש אויפ'ן דף. אזוי האב איך פארשטאנען. איז דאס טאקע אזוי? וואס האלטן ענק לערנערס?

איך פלעג לערנען אין די ארטסקראל. למעשה ווי גוט ס'זאל נאר זיין סיי ארטסקראל און סיי מתיבתא (אין וועלכע איך האב נאך קיינמאל נישט געלערנט) טרעפ איך מיר אלץ פארטיפט אין די הגהות ובאורים אונטן פון דף, (פון ארטסקראל) און ס'צומישט און לאזט נישט לערנען גראד, ס'זייער גוט און געשמאק אבער ס'ווערט א בחינה פון תפשת מרובה לא תפשת. פון די אנדערע זייט איז לערנען אין א פשוט'ע גמרא פשוט פאר מיר נישט שייך.

און פארוואס קען מען נישט דרוקן א גמרא מיט דאטס און קאממעס? (כזה ...,,,,)

נאך איין זאך. כ'האב באמערקט א גמרה "שפה ברורה" פון עוז והדר? וואס שוין ווייטער? און פארוואס האב איך נישט געהערט
דערפון אין ערגעץ, ס'א סיקרעט?
-----------------
צוריק צום פוינט, וואס האלט דער עולם. ארטסקראל אדער מתיבתא?

הדד בן בדד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:13 pm

· #37591
זר עס איז יא דא א גמרא מיט דאטס און קאמעס, און אפילו נקודות, טובי'ס פון מאנסי דרוקט עס און מען קען עס טאקע דארט באקומען, אפשר אין אנדערע פלעצער אויך, איך ווייס אבער נישט ווי.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:14 pm

· #37594
!!WOW
איך מוז עס זעהן! פארוואס איז עס נישט דא צובאקומען איבעראל?
איז מען דערקעגן?

הדד בן בדד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm

· #37599
זר, איך האב נאך נישט געהערט אדער געזעהן אז איינער זאל פארפירן דערקעגן (אנדערש ווי ביי דעם שטיינזאלץ גמרא), רוף אן טובי'ס און פרעג זיי ווי נאך מ'קען עס באקומען.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:17 pm

· #37601
א דאנק אלע פאר די אינפאו.

לאדיך אפ » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:26 pm

· #37610
די נייע קורן גמרא האט אבער נישט צורת הדף און טובי'ס גמרא האט אויך נקודות.

ל.רוזן » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:37 pm

· #37624
Re: ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר
מענין לענין וואלט איך געווואלט וויסען וועלכע איז בעססער שפה ברורה פון עוז והדר אדער ושננתם פון ש'ס לובלין

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:38 pm

· #37626
און פארוואס ביזטע נישט אביסל מער מאריך איבער שפה ברורה בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע אנדערע?

הדד בן בדד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:19 am

· #37658
שפה ברורה איז אויך פון עוז והדר, און די מעשה איז אזוי. ווען עוז והדר האט אנגעהויבן ארויסגעבן די מתיבתא האט עס נאך נישט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט ווייניגער זאכן און צוביסלעך האט עס עוואלווט אין וואס עס איז היינט, און דאס איז למעשה מיט גאר א שטארקע אריכות, וואס תלמידי חכמים און בני תורה האבן טאקע גאר שטארק הנאה דערפון, אבער פאר דעם פשוט'ן המון עם איד, איז עס צו לאנג.

ווען זיי האבן געזעהן וואס עס איז געווארן פון דעם מתיבתא, האבן זיי - לבקשת הרבים - מחליט געווען צו מאכן אויך א קורצע מהדורא, פאר די וואס ווילן לערנען פשוט'ער נישט אזוי טיעף, און נישט אזוי לאנג, און דאס הייסט שפה ברורה, דאס איז איין באנד פער מסכתא, און עס איז א ביאור קל (פרעג מיך נישט ווי גוט עס איז ווייל איך האב עס נאך נישט גענוצט). ווי נאר זיי האבן דאס אנגעהויבן ארויסגעבן, האט המאור/ש"ס לובלין (וואס צווישן די עורכים פון די צוויי איז דא א לאנגע אלטע פאליטיק) אנגעהויבן ארויסגעבן אן קאמפעטישן פאר דעם, מיטן נאמען ושננתם, אויך די זעלבע געדאנק, איין באנד פער מסכתא מיט א ביאור קל.

עד כאן בקצרה, ווער עס וויל קען מאריך זיין.

הדד בן בדד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:20 am

· #37659
קורן טרייעט זייער שטארק צו גיין קאמפאטישן מיט אטרסקרול

לאדיך אפ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:24 am

· #37663
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:33 am

· #37672
איבערצושטייגן ארטסקרול איז ממש נישט מעגליך, סתם פאר אינטערסאנטקייט די אלע וואס ארבעטן אין ארטסקרול, מוזן זיך פארהערן די מסכת פאר זיי קענען דאס בארבייטן.
איינער וואס וויל לערנען פשוט גמרא איז דער ארטסקרול מוראדיג, מער בעיון איז דער מתיבתא א געשמאק, איך ניץ אסאך דעם מתיבתא פאר ביאורי התוספות, די ארבעט וואס איז אריינגעלייגט אין דעם איז אומבאשרייבליך

יידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:44 am

· #37758
די מתיבתא גמרות האבן צוויי ערנסטע פראבלעמען, וועלכע זענען באמת איינס. די ערשטע איז אז זיי פארמאגן נישט קיין עורכים כלליים (general editors), אדער פארמאגן זיי יא אבער זיי מאכן נישט קיין גוטע דזשאב. עס פעלט קאנסיסטענסי, און אויב א שרייבער לערנט פאלש פשט וועט די פאלש פשט ווערן געדרוקט. דערפאר איז שייך צו טרעפן פלעצער ווי די הערות און צומאל אפילו די פירוש זענען זיך סותר פון איין פרק צום צווייטן, אדער אין זעלטענע פעלער אפילו פון איין דף צום צווייטן.
אין ארטסקרול לעומת זה איז פאראן א געוואלדיגע קאנסיסטענסי און ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלשע פשט אין א גמרא אדער אין א ראשון. דאס איז וויבאלד זיי האבן פיר עורכים כללים וואס מאכן זיכער אז אלעס שטימט.

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:03 am

· #37763
לענ"ד איז ארטסקרול די בעסטע צו לערנען פשוט פשט, הערות איז בד"כ אויך בעסער

מתיבתא איז זייער מאריך, רוב הערות שטייט נאכאמאל אין ילקוט ביאורים

חוץ מזה האלט איך אז עס פעלט נישט אויס די בירורים להלכה וואס ביידע זענען מאריך. הלכה זאל מען קוקן און לערנען אין שו"ע, עס מאכט עס נאר קאמפליצירט, נלענ"ד.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:04 am

· #37765
איך ניץ בלויז ארטס-סקרול, זייער אקוראט, זייער צום פוינט, אלעס וואס מ'ברויך צו פארשטיין בלויז טריקן די גמרא,

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:10 am

· #37769
בלויז טרוקן? זעהט אויס קענטסיך איינהאלטן פון אראפקוקן אונטן פונאם דף, הגהות וביאורים.

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:40 pm

· #37818
איך בין צומישט, איין פלאץ זעה איך אז זר'ל עפענט קוים א גמרא משמיטה לשמיטה און דא פלוצלינג ווייסט ער צוזאגן די מעלות און חסרונות פון ארטסקרול מתיבתא ווער ס'האט בעסערע הערות קלארערע ביאורים טיפערע הסבירים
אולי ארטסקרול ווערט נישט פארעכענט פאר א גמרא...

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:42 pm

· #37819
ניין, איך זאג נאך וואס איך הער פון אנדערע.

אין ארסטקראל האב איך שוין יא געלערנט אמאל אמאל און איך בין געבליבן שטעקן אין די מעין עולם הזה'דיגן הגהות וביאורים.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:59 pm

· #37837
זר זהב
בלויז טרוקן? זעהט אויס קענטסיך איינהאלטן פון אראפקוקן אונטן פונאם דף, הגהות וביאורים.

ביי מיר "טרוקן" מיינט די גאנצע הגהות וביאורים, ממש יעדעס שטיקל, אויוון איז בלויז פאר עברי טייטש, ווייט נישט גענוג

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:37 pm

· #37863
הדד בן בדד
קורן טרייעט זייער שטארק צו גיין קאמפאטישן מיט אטרסקרול



הרב עדין שטיינזאלץ, וואס האט אליינס געמאכט דער שטיינזאלץ ש"ס, און געארבעט דערויף 45 יאר (!!) איז געווען דער ערשטער צו מאכן א היינטיגע ביאור אויפן דף. [אפשר איז כדאי צו ווידמען א ספעציעלע אשכול פאר די מאמענטאלע ווערק זיינע, און זיין שטוינענדע לעבנס געשיכטע - ער האט אנגעפאנגען צו לערנען נאך די צוואנציג!!]

עטליכע וואכן צוריק האט ער געגעבן א לענגערע אינטערוויא פאר די היברו מאגאזין 'בקהילה'. ווי ער האט שטארק חוזק געמאכט פון די וואס האלטן אז עס איז א קפידא צו בלייבן מיטן צורת הדף, ער טענה'ט אז עס קומט פון חסרון ידיעה, און די גאנצע צורת הדף איז פשוט אזוי אויסגעקומען ביים דרוק.

דאס יא, עס איז היינט שוין איינגעגעסן די צורת הדף, און ממילא איז כדאי צו דרוקן דערמיט, אבער ווען ער האט אנגעפאנגען איז עס נאך נישט געווען אזוי לייכט צו טוהן, ממילא האט ער אנגעפאנגען מיט א נייעם צורת הדף, אבער היינט קומען שוין אויך זיינע גמרות זייט ביי זייט מיט אלטן צורת הדף [זוי וי ארטסקרול].

ווען מען האט אים געפרעגט אויף די אלע נייע "גמרות המבוארות" וואס זענען ערשינען נאך זיינע, א שטייגער ווי ארטסקרול און מתיבתא וכדו'.
האט ער געענטפערט: זיי אלע זענען א פועל יוצא פון מיין גמרא. האסט שוין געזעהן א מאמע וואס איז מקנא אירע קינדער?!!.....

אויך האט ער דארט געזאגט אז עס זענען שוין פארקויפט געווארן איבער 3 מיליאן בענדער פון זיין גמרא [דוכט זיך אז דאס איז די נומבער, קען זיין איך בין מיך טועה].

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:39 pm

· #37865
פארוואס זעהט מען נישט אין די בתי מדרשים פון זיינע גמרות?

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:47 pm

· #37867
זר זהב
פארוואס זעהט מען נישט אין די בתי מדרשים פון זיינע גמרות?



זיינע גמרות זענען געאסרט געווארן דורך די ליטווישע גדולים, עס איז געווען א גאנצע מערכה קעגן אים, [דוכט זיך אין די מ' יארן].


אין הרב אלישיב'ס הסכמה אויף ארטסקרול [לשה"ק] דרוקט ער אויס זיין שטיצע דערצו, ווייל אזוי וועלן מענטשן נישט לערנען אין די גמרות וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה, וואס דערמיט מיינט ער די שטיינזאלץ ש"ס.

די סיבה פארוואס די גדולי ליטא זענען ארויס קעגן אים, איז, דוכט זיך, וויבאלד ער באציעט זיך צו די אמוראים ווי צו פראפעסארן. ואכמ"ל.

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:01 pm

· #37874
טייל אין סאטמאר האבן אנגענומען אז פון סאטמארן פערספעקטיוו איז מתיבתא אויסגעהאלטן מער ווי ארטסקרול.

אין זייערע בתי מדרשים איז עס בבל יראה ובבל ימצא

איך פארשטיי נישט פארוואס

מתיבתא ווערט געמאכט אין אר״י דורך יונגעלייט וואס א גרויסע חלק פון זיי גייען צו די בחירות וכדומה, משא״כארטסקרל ווערט געמאכט דאהי, במילא במציאות גייען זיי נשט צו די בחירות

נישט אריין גייענדיג אין השקפה, אבער ערגער זענן זיי זיכער נישט

יודעי דבר זאגן אז ארטסקרול האט געדינגען מענטשן (ווי ר׳ ל. ז.) צו צופרידן שטעלן דעם היימישן עולם. מתיבתא האט געדינגען מענטשן צו צופרידן שטעלן דעם פרעמדן ציבור

ווער קען מסביר זיין מה אולמ׳ האי מהאי

יידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:04 pm

· #37878
קודם כל ארטסקרול האט מער שרייבער אין ארץ ישראל ווי דא. צווייטנס, הרב ליפא זיכערמאן טוט עס פאר פרנסה און נישט עס צו 'כשר'ן'. די סיבה פארוואס מאי אולמא האי מהאי ליגט אין די פירער און גרינדער פון די צוויי מכונים.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:09 pm

· #37881
אין סאטמאר הופער איז דא די בלויע ארטסקרול גמרא'ס

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:10 pm

· #37883
היסטאריקער
טייל אין סאטמאר האבן אנגענומען אז פון סאטמארן פערספעקטיוו איז מתיבתא אויסגעהאלטן מער ווי ארטסקרול.

אין זייערע בתי מדרשים איז עס בבל יראה ובבל ימצא

איך פארשטיי נישט פארוואס

מתיבתא ווערט געמאכט אין אר״י דורך יונגעלייט וואס א גרויסע חלק פון זיי גייען צו די בחירות וכדומה, משא״כארטסקרל ווערט געמאכט דאהי, במילא במציאות גייען זיי נשט צו די בחירות

נישט אריין גייענדיג אין השקפה, אבער ערגער זענן זיי זיכער נישט

יודעי דבר זאגן אז ארטסקרול האט געדינגען מענטשן (ווי ר׳ ל. ז.) צו צופרידן שטעלן דעם היימישן עולם. מתיבתא האט געדינגען מענטשן צו צופרידן שטעלן דעם פרעמדן ציבור

ווער קען מסביר זיין מה אולמ׳ האי מהאי



עס איז דא איין [נערישע...] ווארט וואס פארענטפערט "אלעס". מתיבתא איז מער "היימיש".

יעצט וואס מיינט היימיש? [עס איז באמת א שמועס פאר זיך, אבער העמיר אנכאפן אויפן שפיץ גאפל].

דער מתיבתא עורך [עכ"פ אזוי מיינט מען אין סאטמאר], גייט מיט די חסידישע לבוש, רעדט אידיש, און ועל כולם האט 'היימישע' דעקל.
משא"כ ארטסקראל.

הגם: דער עורך פון ארטסקראל, קען סאך מער לערנען, און סאך בעסער אראפלייגן די גמרא.
הגם: דער עורך פון ארטסקראל איז מער מקפיד אויף סוף זמן קרי"ש.
הגם דער עורך פון ארטסקראל נעמט אים זיין שמו"ע סאך לענגער.

אבער פארט, ער גייט אן א בארד.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:18 pm

· #37890
אינעם ארטסקראל איז דא א יזכור פאר די חייל צה"ל

יידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:21 pm

· #37893
זר זהב
אינעם ארטסקראל איז דא א יזכור פאר די חייל צה"ל

נאר אין איין באנד, אין מס' נדרים, און נישט קיין יזכור נאר א dedication page דורכן נדיב.

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:33 pm

· #37943
[ציטאט אראפגענומען]




מה זה סאנסינא ש"ס?????

איך האב וועגן דעם מדייק געווען "א היינטיגע ביאור".

באמת » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:43 pm

· #37948
זר זהב פלעקסט זאגן אז די לערנסט נישט א ליגנער קען מען מער קיינמאל נישט גלייבן

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:45 pm

· #37949
זעט אויס אז אלול האט ער תשובה געטון.

באמת » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:46 pm

· #37950
עס שטייט דארט אז ער לערנט שוין לאנג

באמת » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:52 pm

· #37956
ווער האט דיר ג'געבן א דרך הלימד?
אין וואס?
עפשער קענסטי העלפין אנדרע
זייער שיין דא דארף מען זיך ברעכן קאפ אין דיר העלפן אין ביסט דא גארנישט מודעה ווען ביסט א געהאלפנער

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:31 pm

· #37999
באמת
זר זהב פלעקסט זאגן אז די לערנסט נישט א ליגנער קען מען מער קיינמאל נישט גלייבן

דאס הייסט געלערנט? אריינקוקן איינמאל אין 2 וואכן אין אן ארסקראל גמרא? אקעי דעמאלטס בין איך א מתמיד עצום

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:46 pm

· #38011
באמת
זר זהב פלעקסט זאגן אז די לערנסט נישט א ליגנער קען מען מער קיינמאל נישט גלייבן


אין יענעם אשכול האט מען געהייסן פאר ר' זר זיך צו נעמען אין די האנט אריין, ואכן נודע הדבר, מ'האמיר זוכה געווען אז ער זיצט ביי די גמרא!
איינמאל אין 2 וואכן איז טאקע נישט גענוג, אבער לכה"פ בעסער ווי אפאר מאל אין אסאך יאר.....

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:48 pm

· #38012
קורץ און שארף
עס איז דא איין [נארישע...] ווארט וואס פארענטפערט "אלעס". מתיבתא איז מער "היימיש".

יעצט וואס מיינט היימיש? [עס איז באמת א שמועס פאר זיך, אבער העמיר אנכאפן אויפן שפיץ גאפל].

דער מתיבתא עורך [עכ"פ אזוי מיינט מען אין סאטמאר], גייט מיט די חסידישע לבוש, רעדט אידיש, און ועל כולם האט 'היימישע' דעקל.
משא"כ ארטסקראל.

הגם: דער עורך פון ארטסקראל, קען סאך מער לערנען, און סאך בעסער אראפלייגן די גמרא.
הגם: דער עורך פון ארטסקראל איז מער מקפיד אויף סוף זמן קר"ש.
הגם: דער עורך פון ארטסקראל נעמט אים זיין שמו"ע סאך לענגער.


מתיבתא קוקט אויס היימישער, סיי מיט די וועג ווי אזוי עס איז געדרוקט, די קאלירן, די פאנטס/אותיות.
ווען נישט דעם הקדמה פון ראביי פומעראנץ אנהייב גמרא, וואלט עס אויסגעקוקט גענצליך היימיש חסיד'יש, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר ר' יושע לייפער'ס א פראדוקט.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:22 pm

· #38039
גארנישט, נאר זיין וועג פון שרייבן איז זייער איזראעל'ידיג.
און דאס מאכט עס אויסקוקן היינטיג.
משא"כ די איבריגע חלק פון די גמרא איז אלעס ווי פארצייטיש, אבער שיין איבערגעפרישט.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:30 pm

· #38216
אינעם היינטיגן דף זאגט די גמרא אז די דורות הראשונים האבן נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי די דורות האחרונים, שטייט דארט אזוי [ברכות דף כ' ע"א]: כי הוה מטי רב יהודה בעוקצין, האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים, אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא, ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא, דהיינו אז רב יהודה וואס איז געווען פון די דורות הראשונים ווען ער איז אנגעקומען צו עוקצין האט ער זיך געמוטשעט, אבער מיר האבן אויף עוקצין דרייצן מהלכים.

האב איך מיר פארטייטשט 'ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא', מיר האבן אויף עוקצין אליין דרייצן בענדער מתיבתא...

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:02 pm

· #38226
איך האב געפענט אמאל א פריוואטע גמרא פון איינעם זע איך ווי ער האט צוגעשריבן אין די זייט פון א סוגיא, ״בפי׳ סוגיא זו יש מחלוקת בין הארטסקרול והמתיבתא״...

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:15 pm

· #38231
מן הסתם עט נאך איינער אמאל מאכן א ליקוט מפרשים פון די פארשידענע הוצאות ש"ס.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:23 am

· #38273
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים, גוט געזאגט, דער סאנסינא ש"ס איז שוין אינדרויסן נאך אסאך פאר שטיינזאלץ'ן.

אז דו האסט שוין דערמאנט דעם סאנסינא ש"ס, לאמיך דער עפעס דערציילן אין צוזאמענהאנג דערמיט. איך האב גראדע א נאנטער ידיד, וועלכער איז נישט אויפגעוואקסן אין ווילי, נאר ערגעץ אין מאנטענע, אין די ווילדענישן, און ווען ער איז געווארן אביסל עלטער האט ער געזוכט רוחניות, אנקומענדיג צו אן אלטע אינדיאנער באביטשקע וועלכע האט - לויט שמועות - באזיצט דעם ריינעם אמת. ווען זי האט געהערט אז ער איז גאר א איד, האט זי אים געזאגט: דער אמת ליגט ביי אייך.

דער איד איז כמעט משוגע געווארן, ער איז צוגעפארן צום נאנטסטן קאלעדש (א נסיעה פון היפש איבער א שעה) און געטראפן דארט אין לייברערי א פולער סעט פון דעם סאנסינא ש"ס, ער האט זיך דארט אריינגעזעצט, און געבליבן דארט פאר בערך א יאר, אין דעם יאר האט ער אדורכגעלערנט דעם גאנצן ש"ס.

שפעטער איז דער איד געקומען קיין ניו יארק, און געווארן א געהעריגער היימישער איד.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:27 am

· #38276
קורץ און שארף



עס איז דא איין [נערישע...] ווארט וואס פארענטפערט "אלעס". מתיבתא איז מער "היימיש".

יעצט וואס מיינט היימיש? [עס איז באמת א שמועס פאר זיך, אבער העמיר אנכאפן אויפן שפיץ גאפל].

דער מתיבתא עורך [עכ"פ אזוי מיינט מען אין סאטמאר], גייט מיט די חסידישע לבוש, רעדט אידיש, און ועל כולם האט 'היימישע' דעקל.
משא"כ ארטסקראל.

הגם: דער עורך פון ארטסקראל, קען סאך מער לערנען, און סאך בעסער אראפלייגן די גמרא.
הגם: דער עורך פון ארטסקראל איז מער מקפיד אויף סוף זמן קרי"ש.
הגם דער עורך פון ארטסקראל נעמט אים זיין שמו"ע סאך לענגער.

אבער פארט, ער גייט אן א בארד.


אויף ווויפיל עס איז משוגעת, איז דאך די וועלט געבויט אזוי, און דאס רופט זיך קולטור. דאס איז מער לויט די חסידישע קולטור און דאס אנדערע נישט. פאר דעם זעלבען סיבה וועט א פלעטבוש'ער איד ענדערש לערנען ארטסקרול ווי מתיבתא. סאו ווער איז משוגע, אונז אדער ער?

יעצט פון ווי ווייסטו אז דער עורך פון ארטסקרול קען מער לערנען, און פון ווי ווייסטו אז ער איז מער מקפיד אויף זמן קרי"ש און זיין שמו"ע נעמט אים לענגער (נישט אז איך האלט אז די אלע זאכן מאכן אויס, אבער דו שרייבסט עס אלס פאקט, נישט אז דו קלערסט אזוי, וויל איך פשוט וויסן פון ווי דו ווייסט דאס)?

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:29 am

· #38279
[ציטאט אראפגענומען]


חד גדיא איז גערעט, פארוואס אנרופן פאמעראנץ אלס ראביי. ער איז א עכטער געהעריגער היימישער חסיד'ישער איד. און דאס וואס ער שרייבט איזראעליש, איז ווייל דארט וואוינט ער. איך האב נייעס פאר דיר, אין די היינטיגע ספרים וועלכע קומען פון איזראעל, קענסטו כמעט נישט טרעפן אזא מציאות אז דער ספר זאל זיין ריין פון העברעאיש, אפילו פון גאר היימישע מחברים.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:34 am

· #38281
לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.


לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).

די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).

קורץ און שארף » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:59 am

· #38314
הדד בן בדד
לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.


לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן. למעשה איז דא א איד וועלכער האט געוואלט ווערן דער עורך ראשי ביי עוז והדר, אבער ער איז נישט געווארן, האט ער אנגעהויבן אליינס מיט דעם ש"ס לובלין, ווען ער האט נישט געקענט ממשיך זיין, האט ער זיך צאמגעשטעלט מיט המאור. אבער מיט יעדן פראיעקט איז עוז והדר געווען פריער. ווען דו רעדסט פון ושננתם קעגן שפה ברורה, האב איך דאס מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, שפה ברורה איז געווען אין די פלענינג סטעידשעס און פריפעירינג סטעידשעס ווען המאור איז געווארן געווארן דערפון און אין די איילעניש זיך גענומען מאכן זייער אייגענעם אויפלאגע פון דעם. (זיי האבן אפילו געהייערט דעם זעלבן מארקעטער דא אין אמעריקע, זעענדיג וואסא גוטן דשאב יענער האט געמאכט פאר עוז והדר).

די אדווערטייזמענטס זענען ארויסגעקומען אין די זעלבע פאר טעג, אבער ווי געזאגט, עוז והדר (שפה ברורה) איז געווען פריער ווי המאור (ושננתם).



פון ווי נעמסטו אזעלכע נערישקייטן?

ש"ס לובלין האט אנגעפאנגען א גור'ער אינגערמאן, נאך פאר 'מתיבתא' איז געווען צוזאמען מיט עוז והדר!
הרב פאמעראנץ פון מתיבתא האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט עוז והדר, און ש"ס לובלין זיך צוזאמגעשטעלט מיט מכון המאור [בעיקר וועגן די געלט, המאור האט געברענגט די נדבנים].

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:13 am

· #38317
הדד בן בדד
לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.


לאדיך, נישט ריכטיג. עוז והדר איז געווען ערשט מיט די אלע זאכן.

איך גיי נישט אריין וועלכע איז געווען קודם, עוז והדר אדער המאור (איך געדענק אויך אז ש"ס לובלין איז געווען פאר שפה ברורה, די פענסי נאמען "ושננתם" איז נאר נאכגעקומען נאך שפה ברורה, אבער ס'קען זיין אז מיין זכרון פארלאזט מיר). אבער דאס איז זיכער אז די ערשטע מיט די אלע זאכן (אין לשה"ק) איז געווען שטיינזאלץ און דערנאך חברותא (ווער געדענקט נאך?) און דערנאך ארטסקרול. למעשה איז די געדאנק צו מאכן די פירוש זייט ביי זייט מיט די צורת הדף געווען ארטסקרול'ס און נאכדעם האט שטיינזאלץ און עוז והדר נאכקאפירט דעם געדאנק. די זעלבע איז מיט די פירוש פון אויבן און די הערות פון אונטען וואס מתיבתא און המאור האבן נאכקאפירט.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:22 am

· #38325
במהדורות האחרונות פון ארטסקרול האבן זיי אראפגענומען פונעם דעקל די נוסח "צורת הדף דפוס ווילנא - (עוז והדר)"
כ'הער זיי האבן זיך צוקריקט. און דערפאר, פארן אייפאד, נוצט ארטסקרול די נייע וואגשאל ש"ס

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:23 am

· #38326
למעשה נעם איך ארויס פון דא אז איינער וואס וויל לערנען פשוט גמרא מיט רש"י איז ארטסקרול בעסער אויב וויל מען אביסעל טיפער איז מתיבתא בעסער? בין איך גערעכט?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:24 am

· #38327
אביסעל טיפער

נישט טיפער, נאר ברייטער, צוזאמען געהאט ראשונים מיט אחרונים מענין לענין, מיט 10000'טע טעותים.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:28 am

· #38332
קאווע טרינקער
במהדורות האחרונות פון ארטסקרול האבן זיי אראפגענומען פונעם דעקל די נוסח "צורת הדף דפוס ווילנא - (עוז והדר)"
כ'הער זיי האבן זיך צוקריקט. און דערפאר, פארן אייפאד, נוצט ארטסקרול די נייע וואגשאל ש"ס

די ערשטע חלק איז ריכטיג (אז זיי האבן אראפגענומען די ווערטער "עוז והדר"), אבער די צווייטע חלק נישט עכ"פ עז אף ניסן תשע"ב ווען די ברכות חלק א איז געדריקט געווארן.
בלאט: 1 2 3