☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #15655

אשכול אן א טיטל #15655

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15655
בלאט: 1 2

סבא דבהתא » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 6:01 pm

· #513939
מענין לענין האבעך אמאל געהערט פון ראביי דעיוויד ליכטענסטין אז אזא איינער קען דאך נישט מאכן שלא עשני אשה, און ווידעראום שעשני כרצונו מאכט ער דאך אויך נישט, ער איז דאך מער נישט קיין פרוי... ער דארף מאכן ברוך אתה ה'... שהפכני כרצונו.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 6:25 pm

· #513940
אז די רעדסט פון הלכה, איז ביים קבורה נאך די 120 (?) פון די פארטוישטע חברא, גייען אלץ די פרויען חברה קדישא באקומען די פאציענטן.

מרדכי מרדכי » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 1:19 am

· #513957
סבא דבהתא
מענין לענין האבעך אמאל געהערט פון ראביי דעיוויד ליכטענסטין אז אזא איינער קען דאך נישט מאכן שלא עשני אשה, און ווידעראום שעשני כרצונו מאכט ער דאך אויך נישט, ער איז דאך מער נישט קיין פרוי, ער דארף מאכן ברוך אתה ה'... שהפכני כרצונו
שהפכנו רצונו ועשינו כרצוננו.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 6, 2023 2:22 pm

· #515150
די קאנאדישע רעגירונג נעמט צו ירדן פיעטערסאנ'ס לייסענס, דשאו ראוגען איז ווערטערלאז. https://youtu.be/0dqD-MetEnc

אונטער חכם » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:05 am

· #516154
רביה''ק זי''ע
די קאנאדישע רעגירונג נעמט צו ירדן פיעטערסאנ'ס לייסענס, דשאו ראוגען איז ווערטערלאז. https://youtu.be/0dqD-MetEnc
איך מיין איך הייב שוין אן צו כאפן פון ווי דיין טעאלאגיע קומט...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:24 am

· #516157
אונטער חכם
איך מיין איך הייב שוין אן צו כאפן פון ווי דיין טעאלאגיע קומט...
תסביר

פרנס החודש » דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:32 am

· #516165
ער מיינט צו זאגן אז דו ביסט פארכאפט פון די טריפענע קריטיקל טינקינג, קאממאן קאור, וכדומה.

אויב ירדן פעטערסאן און רביה"ק נוצן די קאפ, מוז זיין אז זיי נעמען עס פון די זעלבע פלאץ, דהיינו די קאפ.

אונטער חכם » דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:21 am

· #516168
רביה''ק זי''ע
תסביר
דאכט זיך אז ירדן'ס מהלך אין די תורה איז ענליך צו דיינע. פארשטייט זיך ער קומט פון א פארקערטע פרעספעקטיוו, דו רעדסט מיט מאמינים און ער רעדט מיט אפיקורסים, אבער עטץ קומטס ביידע אן צו די זעלבע פלאץ.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:28 am

· #516172
כ'האב נישט געואוסט אז פיטערסאן האט עפעס אן אויסגעבויטע מהלך אין די בייבל, אויב איז דא עפעס אן ענליכקייט צווישן אונז צוויי (מער ווי צווישן סיי וועלכע אנדערע צוויי מענטשן וואס שעפן פון סעקולארע מקורות) איז עס א ריינע צופאל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 25, 2023 8:05 am

· #516220
וויאזוי די גאנצע דשענדער משוגעת האט זיך אנגעפאנגען.
https://youtu.be/OHE442ISkUU

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:52 pm

· #516224
א פראפעסור איז מסביר די נושא פון טרענסדזשענדער.
https://youtu.be/fpGqFUStcxc

סקעפטיקער » מיטוואך יאנואר 25, 2023 2:48 pm

· #516233
שמן למאור
א פראפעסור איז מסביר די נושא פון טרענסדזשענדער.
https://youtu.be/fpGqFUStcxc
ש'כח פארן צוברענגען, איך פארשטיי נישט עטליכע פוינטס.
1) פארוואס זאגט ער אז ס*ס האט מיט קראמאזאומס, איינער וואס איז XXY און האט איברים פון א מאן און וועט זיך דערקלערן אלס א פרוי גענדער, איז ניטאמאל טרענס, ווייל ער/זי איז קיינמאל קיין מאן געווען?
2) אויב ווייסט מען נאכנישט וואס די ביאלאגי פון גענדער איז, ווער זאגט אז עס עקזיסטירט? אפשר איז עס טאקע בלויז סאועשעל קאנסטראקט? וואס איז עס בכלל? און אפשר טוישט זיך עס יעדן טאג לויט די גיסטע פון א מענטש?
3) נניח אז מיר ווייסן אז עס איז ביאלאגיש, אבער יעצט קען מען עס נאכנישט אידענטעפיצירן אבדזשעקטיוולי און עס איז תלוי בדעת בני אדם, קען מען זיך דאך אוודאי נארן, וואס איז די לאגיק צו אפערירן אפרוחים שלא נפתחו עיניו פשוט ווייל יעצט דאכט זיך אים אזוי? אפשר איז ער ביאלאגיש נישט אזוי? און די זעלבע איז אויך שווער אויב עס איז א סאושאל קאנסטראקט

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:25 am

· #516279
1). וואס דו פרעגסט איז אז ממבט פונעם דזשענאָטייפּ איז איינער וואס האט ל״ע קליינפעלטער סינדרוֺים איז נישט אזוי מבורר זיין ס*קס, וממילא איז ״טרענס״ פון וואס? אבער ממבט זיין פענאָטייפּ, והיינו ווי אזוי די כאראקטעריסטיקס קומען ארויס איז, ווען ער האט איברי זכרות (שוואך, אבער דאך) וואס זענען ניכר, יא שייך ״טרענס״ צו נקיבה.

2-3). דאס איז גאר נאנט, אויב נישט ממש, א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: אויב ווייסט מען נישט לגבי די פרטים, ווייסט מען דאס נישט לגבי הכלל כולו. עס איז טאקע גאר שווער צו דיסענטענגלען פון סתם סאציאלע ראלעס, איז עס אבער דאך דא בתוך ניוּרעלאגיע ממש. והיינו, אז אסאך דזשענדערד בּיהעיוויארס זענען עוואלוציאנעריש פּראגראמד מכח די פענאָטייפּיק פיזיאלאגישע חילוקים בין זכר לנקיבה. מ׳קען טאקע זאגן אז די פיזיאלאגישע חילוקים האבן געברענגט (פּראָטאָ-)סאציאלע ראלעס ביי די פריערדיגע (פּראָטאָ-)מענטשן און דאס האט געהויבן זייער פיטנעס, וממילא געווארן סעלעקטעד פאר. עכ״פ די ברייטע סארט חילוקים בבּיהעיווארס (כעין aggression על הכלל כולו, וכדומה) איז לכאורה כהיום שוין פּראגראמד מכח די דזשיִנס גרידא. (וכמובן זענען אסאך חילוקים, לדוגמא, די סארט קליידער א זכר צי נקיבה גייען מיט, ריין מכח יעצטיגע (מיינענדיג, די לעצטע פאר טויזענט יאר) סאציאלע ראלעס.)

וסמך לזה קען מען זעהן ביי אונזערע עוואלוציאנערישע קרובים, די פּריימעיטס, און די חילוק ביניהם על הכלל בין זכר לנקיבה אין זייערע סארט דזשענדערד בּיהעיוויארס (בתוך זייער ״סאציאלע״ אויסשטעל און ״ראלעס״).

ווען און אויב צו אפערירן וכדומה, ווענדט זיך אין דעת וכו׳ און אין אסאך פאקטארן, און איז אלעמאל אטאמאטיש אַן אינדיווידואלע קעיס-ביי-קעיס בּעיסיס.

אגב, פון א סייענטיפישן מבט איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז ס׳איז אומ-יושר אז טרענס-פרויען שפילן קעגן סיס-פרויען ביי ספּאָרטס.

סקעפטיקער » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:43 am

· #516280
מי אני

זייער קלאר.
אויב א גרויס חלק פון די חילוקים זענען זיכער סאציאל, קומט אויס אז למשל אויב א מאן פילט אז ער וויל סאציאל זיין ווי די פארקערטע גענדער, מיינט נאכנישט אז ער איז טרענסגענדער, אפשר נאר די סאציאלע חלקים איז באמת וואס אינטערסירט אים און ביאלאגיש איז ער מאסקולין.
נאכאלס באדערט מיר, וואס איז די ענין פון די אפארציעס, הארמאנען, א.א.וו. וואס מאכט דאס אויס? אדרבה מיר דארפן אנהויבן אנערקענען אז אפילו איינער וואס זיין פענאטייפ און גענאטייפ איז ווי א מאן, קען מיט זיין ביאלאגישע חלק פון התנהגות זיין ווי א פרוי. אויסערליך טוישן זיין פענאטייפ איז ממש די היפך פונעם ציל?

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:19 pm

· #516286
ווי איך האב געזאגט איז דאס טאקע בהכרח קאמפליצירט און אָנגעוואנדן אין אסאך פאקטארן (המקושרים זה עם זה). אזויפיל יא, אויב איז דא א סמך לומר אז, למשל בתוך דעם געבוירענער זכר׳ס (ניוּראלאגישע) ביאלאגיע זענען פארהאן נקיבה׳ישע שטריכן, און דאס איז אויף גענוג א גרויסע פארנעם אז דאס איז פועל אויף דעם מענטש׳נס סייקי ממש, און זיי זענען פולקאם ביים דעת, איז דאן פארשטענדליך אז זיי זאלן וועלן טאקע ברענגען דעם פענאָטיפּישן אויסשטעל פון זייער פיזיאלאגיע אין איינקלאנג דערמיט.

ווען עס איז טאקע אך ורק נאר די סאציאלע חלקים/ראלעס ממש, איז דאן יתכן לומר אז עס איז טאקע נישט פועל אויף זייער סייקי אזוי, און די סארט וועלן טאקע דערפאר נישט נעמען דעם שריט אויף אזוי ווייט צו אפערירן וכדומה. זיי וועלן זיך לכאורה באגנוגען מיט דרעג וכדומה. אין אנדערע ווערטער, עס איז יתכן לומר אז וויבאלד זיי זענען גרייט אונטערצונעמען דעם שריט אויף אזוי ווייט זיך צו אפערירן (אָננעמענדיג אז זיי זענען ביים דעת), איז פון דעם אליינס לכאורה א ראיה אז די נטייה איז טיפער ווי סתם נאר סאציאלע ראלעס. וכזה:
~ביאלאגיש ← ~אפערירן/הארמאנען

וממילא איז איר קאנטרעפּאזעטיוו:
אפערירן/הארמאנען ← ביאלאגיש

התנצלות: איך בין נישט באהאווענט אין די נושא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 9:00 pm

· #516320
מי אני: איך בין מסכים מיט דיר 100%.

לויט ווי איך בין אינפארמירט (האבנדיג געליינט א סאך ליטעראטור איבער די נושא), און אויך די דעה פון אביעקטיווע עקספערטן אין די גאנצע זכרות/נקבות סוגיא, זענען פארהאן 2 פונדאמענטאלע קאטעגאריעס.
1) איינער וואס איז מכח סאציאלע עקספיריענסעס מער נוטה צו דעם אנדער'ן מין ווי ער איז פיזיאלאגיש געבוירן געווארן.
2) איינער וואס האט א געבוירענע נטייה און שטארקע (נאטורליכע) שטריכן פון דעם פארקערטן מין.

די ערשטע קאטעגאריע איז (רעלאטיוו) גרינג אויסצוקורירן, ווייל דאס התנגדות ליגט נישט אין זיין נפשיות, ס'איז נאר ערווארבן, בעיקר דורך סאציאלע (נישט ריכטיגע) עקספיריענס. משא"כ די צווייטע קאטעגאריע איז פשוט אוממעגליך אויסצוקורירן, ווייל ס'איז אין זיין/איהר נפשיות, און סיי וועלכע מעטאדן פון טעראפי און עקסערסייז וועלן נישט העלפן.

דאס איז נוגע אויך לגבי די משיכה צו די אייגענע מין. אויב ס'איז ערווארבן (דורך סאציאלע עקספיריענסעס) איז מעגליך דאס צו טוישן מיט א שטארקן רצון. די צווייטע קאטעגאריע איז א שאד אפילו אנצוהייבן, ווייל ס'גייט גארנישט העלפן צו טוישן די נאטור, וויבאלד ס'איז אין נפש פון דעם אינדיווידואל.

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 9:34 pm

· #516322
דער פראפעסאר טענה'ט אז סאסייעטי האט באשלאסן צו רופן מאן און פרוי בעיסד אויף גענדער, נישט אויף געשלעכט.
מיין שאלה איז, ווען האט סאסייעטי באשלאסן, און ווי איז געווען די מיטינג? נאכמער, פאקטיש האט די ענגלישע שפראך אנדערע ווערטער פאר דאס וואס ער רופט גענדער, masculine און feminine, פארוואס זאל מען נישט זאגן masculine women און feminine men אנשטאט transmem און transwomem, און אזוי קען מען זיך שפארן איבערצומאכן די גאנצע מענטשליכע שפראך און א ריזיגע קולטור מלחמה, שפראך איז דאך לכו''ע א סאושעל קאנסטראקט.

איך הער.. » פרייטאג יוני 16, 2023 11:14 am

· #528633
[ציטאט אראפגענומען]
ני אפשר קען מער אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 16, 2023 2:57 pm

· #528662
[ציטאט אראפגענומען]
א שווארצער וואס איז נארוואס אנגעקומען פון אנטווערפן, גייט אויך באקומען?
און וואס ס'איז די דין מיט א קאלירטער וואס שטאמט פון ווייסע, אדער פארקערט?

מתבודד » פרייטאג יוני 16, 2023 5:05 pm

· #528673
און א ווייסער וואס אידענטעפיציר זיך אלס שווארצער... לדוגמא מיר, כ'וואוין טאקע אין ניו יארק אבער איך אידענטיפיציר מיר אלס א שווארצן קאליפארניער איינוואוינער בין איך לכאו' פון די גליקליכע געליטענע...

וואלווי » פרייטאג יוני 16, 2023 6:17 pm

· #528682
איך הער..
[ציטאט אראפגענומען]
ני אפשר קען מער אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.
מ'האט טאקע געבעטן. עיין בבבלי ובשמע בני טעיפ

וואלווי » פרייטאג יוני 16, 2023 6:19 pm

· #528683
מתבודד
און א ווייסער וואס אידענטעפיציר זיך אלס שווארצער... לדוגמא מיר, כ'וואוין טאקע אין ניו יארק אבער איך אידענטיפיציר מיר אלס א שווארצן קאליפארניער איינוואוינער בין איך לכאו' פון די גליקליכע געליטענע...
אזוי מ'פלעג צו זאגען אז קלינטאן איז געווען די ערשטער שווארצער פרעזידענט...

חמלה גדולה » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:57 pm

· #539259

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:30 am

· #539282
אויב געדענק איך גוט שרייבט ער דארט אז די סיבה פארוואס ער האט פיינט אמעריקע איז ווייל זיי מישן א קאשע אין לאקאלע אפגאנישע פאליטיק (נישט ווייל זיי זענען כופרים צו אנדערע אמעריקאנע לאקשן תורה פראפאגאנדע), ווען איך בין דאס געוואויר געווארן האט עס אויך געטוישט מיין בליק אויף אסאך זאכן, דאס צוזאמען מיט די confessions of an economic hitman. אפשר בין אויך א פאררוקטע ליבעראל?

אז מ'רעדט שוין האב איך לעצטנס געהערט א גוט ווארט אין דעם ענין, פארוואס זענען די פיראמידן אין מצרים? ווייל מ'קען זיי נישט גנב'נען 😂

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:52 am

· #539285
ברוך שפינוזה #
אויב געדענק איך גוט שרייבט ער דארט אז די סיבה פארוואס ער האט פיינט אמעריקע איז ווייל זיי מישן א קאשע אין לאקאלע אפגאנישע פאליטיק (נישט ווייל זיי זענען כופרים צו אנדערע אמעריקאנע לאקשן תורה פראפאגאנדע), ווען איך בין דאס געוואויר געווארן האט עס אויך געטוישט מיין בליק אויף אסאך זאכן, דאס צוזאמען מיט די confessions of an economic hitman. אפשר בין אויך א פאררוקטע ליבעראל?

אז מ'רעדט שוין האב איך לעצטנס געהערט א גוט ווארט אין דעם ענין, פארוואס זענען די פיראמידן אין מצרים? ווייל מ'קען זיי נישט גנב'נען 😂
סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
סא, סאיז נישט אזוי ווייס ווי די woke לייגט עס אראפ, אין סאיז נישט אז 9/11 איז געשען אן קיין שום פראבאקאציע...
(האלט אין קאפ אז ווען ער האט גענומען וואפען פען אמעריקע זיך צי שלאגען מיט די רוס, האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם אז זיי מעדלען אין זיינע געשעפטען...)

נאך א סיבה פארוואס מהאט נישט געגנבט די פירעמידס איז, א יעדע ווערטפולע זאך וואס מהאט געוואוסט פון, מארבעל צידעק, אפענע אוצרות, אד"ג. האט מען שוין געגנבט הונדערטער יארן פארדעם...

סקעפטיקער » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:57 am

· #539286

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:13 pm

· #539333
בר גיורא
סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
די שאלה איז נאר צו מ'האט ערגעץ אקטיוו פראקטיצירט דעם הלכה פון מוחאמד אין די לעצטע 500 יאר צו מ'האט עס נאר ארויסשלעפט פון שאפע פאר'ן צוועק פונעם פאליטישע אגענדע. האט מען אמאל געהערט פון א באוועגונג צווישן מוסולמענער צוריק איינצונעמען שפאניע אדער סיציליע ווייל ס'איז מוסלים לאנד? קענסט נישט באשולדיגן מוחאמד ווייל ער איז שוין טויזענט יאר איררעלעוואנט, מ'פיקט און טשוזט פון איהם לויט'ן אגענדע, ס'איז פונקט ווי א רב וואס פראפאגאנדירט דעם שולחן ערוך צו שטופן זיינע אגענדעס בו בזמן וואס די סעיפים אין שולחן ערוך וואס שטימען נישט נישט זיינע אגענדעס איגנארירט ער.
בר גיורא
נאך א סיבה פארוואס מהאט נישט געגנבט די פירעמידס איז, א יעדע ווערטפולע זאך וואס מהאט געוואוסט פון, מארבעל צידעק, אפענע אוצרות, אד"ג. האט מען שוין געגנבט הונדערטער יארן פארדעם...
כנראה איז עפעס איבערגעבליבן ווייל די בריטישע מוזעאום איז פול מיט עגיפטישע אנטיקן, הגם א גרויסע טייל קומט נישט דירעקט פון עגיפטן נאר איז גערויבט געווארן דורך די אינדיאנער און אנדערע און די בריטן זענען שוין געוועהן א גונב מן הגנב.

אגב, צווישן די לצים אינעם טוויטער ווידיאו רעדט מען וועגן colonialism, דאס איז א ווארט וואס קראצט מיך געפערליך. קודם כל דארף מען פארשטיין פארוואס ווען אן אפריקאנער קעניג גייט פאנגען מענטשן פון אנדערע שבטים צו פארקויפן קיין אמעריקע איז עס א פשוט'ע war crime אבער ווען אן אייראפעאישער טוט עס באקומעט עס דעם שרעקאנווארפענדן נאמען "colonialism"? נאך דארף מען פארשטיין, וואו פונקטליך איז די ליניע צווישן עמיגראציע און colonialism? ווען א גרופע ארטיסטן לאזן זיך אראפ קיין וויליאמסבורג גייט עס אויך אריין אינעם אזוי געפארכטן colonialism? ווען מאסן מוסולמענער לאזן זיך אראפ אויף דענמארק און פראנקרייך צו "עקספלויטן" (א מין המצאה פון א ווארט דאס) די ארטיגע welfare states איז עס דען נישט colonialism? ווי זאגט בילל מאהר, The Jews didn't colonialize Palestine, the only place Jews colonized is Boca Raton 😂 😂 😂

אלע צוזאמען » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:37 pm

· #539336
ברוך שפינוזה #
בר גיורא
סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
די שאלה איז נאר צו מ'האט ערגעץ אקטיוו פראקטיצירט דעם הלכה פון מוחאמד אין די לעצטע 500 יאר צו מ'האט עס נאר ארויסשלעפט פון שאפע פאר'ן צוועק פונעם פאליטישע אגענדע. האט מען אמאל געהערט פון א באוועגונג צווישן מוסולמענער צוריק איינצונעמען שפאניע אדער סיציליע ווייל ס'איז מוסלים לאנד?
.
די ראדיקאלע מוסלומענער רעדן פון דעם, טאקע אלץ א טעאריע הלכה ולא למעשה, אבער...
זיי קענען נישט נאכן קיין ווינט פון דעם, ווייל זיי זענען ביזי זיך צו רייסן צווישן זיך, און קענען קוים דעפענדן זייערע טערעטאריע’ס.

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:56 pm

· #539338
אלע צוזאמען #
ברוך שפינוזה #
בר גיורא
סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
די שאלה איז נאר צו מ'האט ערגעץ אקטיוו פראקטיצירט דעם הלכה פון מוחאמד אין די לעצטע 500 יאר צו מ'האט עס נאר ארויסשלעפט פון שאפע פאר'ן צוועק פונעם פאליטישע אגענדע. האט מען אמאל געהערט פון א באוועגונג צווישן מוסולמענער צוריק איינצונעמען שפאניע אדער סיציליע ווייל ס'איז מוסלים לאנד?
.
די ראדיקאלע מוסלומענער רעדן פון דעם, טאקע אלץ א טעאריע הלכה ולא למעשה, אבער...
זיי קענען נישט נאכן קיין ווינט פון דעם, ווייל זיי זענען ביזי זיך צו רייסן צווישן זיך, און קענען קוים דעפענדן זייערע טערעטאריע’ס.
די אראבער זענען א מינארעטי און אירופה פאר די לעצטע 500 יאר.
רוב פון זיי האלטען איז מדארף עס איבערנעמען אין איינפירן שאריע איינמאל זיי זענען די מאיאריטעט.
די וואס זענען ווייעלענט האלטען אז מדארף ציאגען די גאולה דורך טעראר אין יוראפ..

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:01 pm

· #539339
ברוך שפינוזה #
.
בר גיורא
נאך א סיבה פארוואס מהאט נישט געגנבט די פירעמידס איז, א יעדע ווערטפולע זאך וואס מהאט געוואוסט פון, מארבעל צידעק, אפענע אוצרות, אד"ג. האט מען שוין געגנבט הונדערטער יארן פארדעם...
כנראה איז עפעס איבערגעבליבן ווייל די בריטישע מוזעאום איז פול מיט עגיפטישע אנטיקן, הגם א גרויסע טייל קומט נישט דירעקט פון עגיפטן נאר איז גערויבט געווארן דורך די אינדיאנער און אנדערע און די בריטן זענען שוין געוועהן א גונב מן הגנב.

די וואנדאלן האבן אויסגעליידיגט די פירעמידס.
טואס סאיז דא היינט און די קאירא און לאנדענע מיוזיום איז פטן וואס מהאט אנדעקט די לעצטע 150 יאר.
סאיז געווען פארשטאפט, מהאט האך אין איין טרעפען פרישע אוצרות

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:04 pm

· #539340
אגב.
מצרים עפענט יעצט די גרעסטע מיוזיום אין די וועלט ווי מגייט טרענספערן אלע מומיס און אוצרות וואס איז יעצט פארשפרייט איבער 8 מיוזיומס איבער די לאנד.
סהאט אפגעקאסט א ביליאן דאלער צי בויען.
געפיינענסט ביי די U.N heritage organization

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:18 am

· #539344
וואלווי #
איך הער..
[ציטאט אראפגענומען]
נו אפשר קען מיר אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.
מ'האט טאקע געבעטן. עיין בבבלי ובשמע בני טעיפ

נאר די מצרים זענען אויך נישט קיין בטלנים. זיי האבן אויך גוטע לאיערס און ליבעראלע לעגיסלאטארס. זיי סוען די אידן פאר אוועקשלעפן ביזת מצרים און ביזת הים, זיי פאדערן א פאר הונדערט ביליאן דאללער פון די אידן, זיי האבן אפילו גערופן די אידישע רעפרעזענטאטיווס צו אלכסנדר מוקדון צו א דין תורה, און וואס די אידישע חכמים האבן זיי געענטפערט. למעשה האבן זיי נישט באקומען קיין פעני.

עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון, די גמ' רעדט ערגעץ פון דעם. כ'בין זיכער.

לגבי די געלט פאר די שווארצע בירגער. איך בין איינמאל אדורכגעפארן אן אפריקאנער מדינה, ליבעריע, אויפ'ן וועג צו אן אנדער אמעריקאנער מדינה. איך האב דארט אין עירפארט געטרינקען א (שווארצע) קאווע, ביניך א שווארצער בירגער, איך פאדער (לכה"פ) א האלבן מיליאן דאללער פון די סטעיט אוו קאליפארניע.

שאלתיאל » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 12:17 pm

· #539800
איך מוטשע מיך שטארק מיט מיין Whiteness. עצות אין אישי ביטע

https://x.com/Forbes/status/1726103031991644558?s=20

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:04 pm

· #539847
N.Y. will stop using terms like ‘feminine hygiene’ and ‘sanitary napkin’, says Gov. Hochul

https://www.silive.com/news/2023/11/ny-will-start-using-more-gender-non-specific-terms-for-menstrual-products-says-gov-hochul.html

שאלתיאל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:05 am

· #550956
גוגל'ס נייע AI טשעטבאט 'GEMINI' איז אזוי שטארק אויפגעקלערט און Woke אז איר Image generater גיבט בעיקר ארויס נאר בילדער מיט שווארצע פנימ'ער (אריינגערעכנט די Founding fathers אדער וויקינגס..) און די פויפסט מאכט ער פאר א פרוי.
ווען מען האלט אים פאר פארן פאבריצירן נישט אקוראטע בילדער ענטפערט ער:
I aimed to provide a more accurate and inclusive representation of the historical context”

נאכן פארוואנדלט צו שאנד און שפאט אויף סאושעל מידיע אין די לעצטע פאר טעג האט גוגל עס היינט סופסענדירט.

https://nypost.com/2024/02/21/business/googles-ai-chatbot-gemini-makes-diverse-images-of-founding-fathers-popes-and-vikings-so-woke-its-unusable/?utm_source=url_sitebuttons&utm_medium=site%20buttons&utm_campaign=site%20buttons

https://x.com/IMAO_/status/1760093853430710557?s=20

שאלתיאל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:32 pm

· #550984
אקעי, דאס איז עפערנטלי די הויפט פון גוגל'ס Gemeni פראיעקט. א לינקע שד געטריבענע מטורף. אלעס פארשטענדליך
📎 GG6e0D6WoAEo0zP.jpeg.jpg

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:12 pm

· #552071

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:47 pm

· #552114
טאקע נישט קיין פאליסי, אבער שיינט יא צו זיין א נייע טרענד ביי די ליבעראלן.
https://twitter.com/darrengrimes_/status/1763271130343759909

ווי שרייבט איינער דארט: "natural selection"! 😈

(- עס איז נאר א שאד די ליידן - אן קיינע קינדער גייט בקרוב ממילא נישט בלייבן קיין סאך ליבעראלן. זעט אויס זיי ווילן מדחיק זיין דעם קץ...)

א צווייטער דארט וואונדערט זיך פארוואס די קארבאן עמישאנס דערפון שטערט אים נישט?!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:23 pm

· #552183
?what's the story, he identifies as fire
בלאט: 1 2