עס איז אינטרעסאנט וואס דער רמב״ם שרייבט בהל׳ סנהדרין סוף פי״ח ה״ו:
גזירת הכתוב היא שאין ממיתין בית דין ולא מלקין את האדם בהודאת פיו אלא על פי שנים עדים וזה שהרג יהושע עכן ודוד לגר עמלקי בהודאת פיהם הוראת שעה היתה או דין מלכות היה, אבל הסנהדרין אין ממיתין ולא מלקין המודה בעבירה שמא נטרפה דעתו בדבר זה שמא מן העמלין מרי נפש הוא המחכים למות שתוקעין החרבות בבטנם ומשליכין עצמן מעל הגגות שמא כך זה יבא ויאמר דבר שלא עשה כדי שיהרג וכללו של דבר גזירת מלך היא.
אבער ווי ערווענט איז טאקע יתכן אז די סארט הלכות, וואס ס׳איז יתכן אז
זיי זענען צוערשט צושטאנד געקומען נאכדעם וואס מיתת בי״ד איז בכלל בטל געווארן, איז געווען מכח דעם צו
לימיטן די
געדאנק פון
מיתת בי״ד בכלליות און דאס אז חז״ל זענען געווען אומבאקוועם דערמיט.
הגם אז דער רמב״ם אליין גייט דאך יא אינערהאלב די סיסטעם התלמודי דערויף, און דאך מאכט ער א חילוק צווישן הודאת פיו, וואו עס איז יתכן מחמת סוּסייד, ובעדות והתראה וואו עס איז נישט. אבל עיין לעיל בפי״ב ה״ב וע״ש בכסף משנה. והיינו, מיר זעהן טאקע בסנהדרין מ:-מא. אז עס דארף טאקע
דוקא ווערן גערעכענט ווי ״התיר/יתיר עצמו למיתה״ בהתראה, און דאס איז א
תנאי להמיתו. אין אנדערע ווערטער, עס דארף
טאקע זיין
דוקא טאמער התיר עצמו למיתה, והיינו suicide by cops, אבער
דייקא דורך עדים און נישט דורך הודאת פיו.
עס איז אויך מערקווידיג צו באמערקן אז דארט פסק'נט דער רמב"ם, עפ"י הגמרא במכות ו:, אז די התראה קען אויך זיין אפילו עפ"י עצמו. און דער כסף משנה דארט איז מסביר אז דלא כרש"י שם במכות קען דאס מיינען אז דער עובר/רוצח איז זיך אליינס מתרה ע"ש. דאס איז אבער לכאורה אנדערש פון הודאה, וואו ער זאגט אויס די גאנצע מעשה מתחילה ועד סוף וממילא איז ער אפשר פון די "מרי נפש" וואס ווילן מיתה, צו וואו די איינציגסטע זאך וואס ער טוהט (בפני עדים אחרים) איז אז ער געבט זיך די התראה. דאס איז ענליך צו זיין זאגן אויף התראת אחרים "על מנת כן". און ווי אונז הא'מיר געזאגט, זאגט דאך דער רמב"ם ביי הודאה אז ס'איז "גזירת המלך" ואפשר דהוא להסביר די חילוק בזה: סיי דא און סיי דא איז עס דאך בעצם זעלבסטמארד וכנ"ל, נאר כך הוא גזיה"כ.