☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]

ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15491
בלאט: 1 2

מתבודד » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:25 am

· #507321
קידוש
איך בין אין די "סיסטעם" ווי די רופסט עס,
ניין, כבין נישט מסכים צו אלעס, אבער צו אויסטרעטען מיין אייגענע מהלך אין אבודת השם פעלט מיר גאר אסאך,
ממילא פרוביר איך ווי ווייט מעגליך נאכפאלגען די טריט פון מיינע גרויסע רביס.
איך קאליר ארויס ווען ס'פעלט אויס אן ציען אויפזאמערקייט
כ’פרוביר כאפן אויב דעי אלף איז א טעות אדער נישט..

פרנס החודש » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 4:12 am

· #507324
[ציטאט אראפגענומען]
נאך דיין גאנצע לאנגע מגילה, פארשטיי איך באמת נישט פונקטליך מיט וועלכע זאך איז געבליבן צו איגנארירן פונעם סיסטעם.
"פאלג נאך דעם סיסטעם הונדערט פראצענט, נאר ווייס אז דו ביסט א פרייע מענטש ווייל דו גייסט מיט דיין ווייב עסן אייז קרעים איינמאל א יאר."

Chasidishmashpia » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 7:00 am

· #507327
לפי עניית דעתי:
אין סיסטעם אלא בדעת, עס איז אלעס אין די מיינ"ד אבער למעשה מענטשן זענען סאשע"ל קריטשער"ס (social creatures) און יעדע איינער וויל זיך צופאסן צו די געזעלשאפט און ממילא די וואס זענען בהשגחה פרטית געבוירן אין א פרומע קהלה/סאסייעטי און זיי עפענען זיך אביסל די אויגן און דערזעהט א דערנעבענדיגע קהלה אדער אפילו מער מאדערנערע בתוככי די אייגענע קהלה (ליידיגייערס אבער טונא בייגעלעך בלע"ז) וואס האבן אנדערע סאשל נארמס הייבט זיך אן צו גלוסטן ואעשה כן גם אני אבער דעמאלס הייבט זיך אן א מלחמה קודם א מלחמה פנימית און נאכדעם א מלחמה חיצונית דהיינו, מלחמה פנימית בינו לבין קונו למשל אויב גלוסט זיך אים צו משנה זיין פון וואלענע ציצית אויף די העמד צו קאטענע ציצית אונטער די העמד ר"ל קודם נעמט עס קוראש צו מאכן דעם שינוי און דערנאך הייבט זיך אן א מלחמה חיצונית מיט די ארומעיגע וואס ביי דער וועי האבן אויך מורא פון מה יאמרו הבריות - סיסטעם שבראשם - און זייען אן כאאוס און פאניק אז דער הייבט אן ארויס צו קריכן פונעם קהלה המכונה סיסטעם. והדברים עתיקים. היוצא לנו מזה אז עס זענען דא אסאך מיני קהילות/סיסטעמען מיט נארמעס און מנהגים און יעדע איינע וויל אריינפאסן. די פראבלעם ווערט ווען מען ווערט געבוירן אין א קהלה וואס האט זייע שטרענגע נארמעס וואס געבט נישט קיין פלאץ זיך צו באוועגן. און הלוואי וואלט געווען אזוי גרינג זיך צו אויסשליסן פון איין קהלה און אריין צום צווייטן.

אונטער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:38 pm

· #507339
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
קהל'ס נער
שבת אחים
וואס א מאכט א מענטש אין די סיסטעם און וואס שליסט אים אויס?

די קולטור? די רעליגיע? די רבנים?

לאמיר פארשטיין:

איינער וואס מקפיד צועסען נאר עי ענד בי געפילטע פיש מיט טוב-טעם חריין, פלאמס פיקעלס, שווארץ הערינג, מענקא אייער-קיכלעך, גאלדען פלאו מילך, מים חיים סודא, און טראגט דווקא א אנצוג וואס עפעס א גלאבער האט אימפארטירט קיין ניו יארק, דרייווט א מיני-ווען. פארט July and August ארויף צו די קעטסקעלס, פארט כ״א אדר קיין ליזענסק, ל”ג בעומר קיין ארץ ישראל. און האט רבי שייעלע מיט די ריבניצער אויף ליין 2. א האלבע טאג אויף וואטסאפפ און די אנדערע האלבע טאג אויף אייוועלט און קול-מבשר.

דאס מיינט אין א סיסטעם? אדער א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן א געוויסע וועג און אין א געוויסע קולטור?

כ׳טענה זיך נישט, כ׳פרוביר קודם צו פארשטיין וואס מיינט זיין אין די סיסטעם.

אויב יא איז דאך יעדער מענטש אין עפעס א סיסטעם, יעדער וואקסט אויף אין א געוויסע קולטור. די חילוק איז נאר אז אונזער סיסטעם איז דיקטערט ביי רבנים און נישט לויט די היינטיגע גאס. בקיצור אונז לעבן מעהר אין אלטמאדישע דיקטעטערישע סיסטעם?

גוט מארגן יונה!
אווב איינער טיט דאס אלעס ווייל ער וויל, שיערב לו, אט דאס איז קולטור.
מען רעדט אבער ווען איינער וויל נישט פאלאווען אט די אלע משוגעת'ן האט ער א סיסטעם אויפן קאפ וואס לאזט עים נישט.

איינער האט געבעיטען אפאר משלים פון סיסטעם, איז אזוי די קאנסעפט איז איינס, דהיינו "זאכן וואס די מיזט אדער טארסט נישט טוען, כאטשיג ס'האט נישט קיין פשט," ובכן
*פארן מיט א בייזיק
*גיין אין די ווינטער מיט א קאוט וואס מאכט עקשעלי ווארעם (דאכט זיך ס'הייסט א parka)
*גיין מיט סניקערס
*גיין מיט א טי שירט
*פרויען שערן די האר
*פרויען טארן נישט דרייווען
*מאכן עקסערסייז אויפן גאס
*קראנקע שידוך סיסטעם
*מענטעליטי אז אלע בחורים מיזן גיין אין ישיבה (כו"ע מודי אז ישיבה איז נישט געמאכט פאר א גרויסע פראצענט בחורים, אבער ארבעטען מאן דכר שמיה)
*מענטעליטי אז מען טאר זיך נישט גט'ן און ענדערשער זאל מען זיך שלאגן א גאנצע לעיבן
*די מאנקי סי מאנקי דא מהלך פון חתונה מאכן
געניג?
ניינציג פראצענט פון די ליסטע איז פשוט'ע פעיר פרעשור און קולטור, איך ווייס נישט פארוואס מען זאל עס רופן סיסטעם.

דאס אז דיין ווייב דארף שטיין פופצן מינוט ביים שפיגל פארן ארויסגיין פונדערהיים רופסטו אויך סיסטעם?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:43 pm

· #507343
פאר די אלע וואס זאגן "איך בין אין די סיסטעם אבער אויף מיינט טוירמס וכו' וכו'" וויל איך נאר זאגן אז די הויפט און עיקר זאכן וואס די סיסטעם פארלאנגט פון דיר איז טראגן די לבוש, נישט "קאליע" מאכן די קינדער און קויפן א.ג. כשרס. (און אולי נאך אפאר זאכן רילעיטעד צו דיע ווי אייגענע בתי חינוך, מנין, הפרדת המין, יוניווערסיטי און אביסל מער קינדער - אלעס קיינע עיקרים.)
אויף א העכערע לעוול, איז דאס צו פארמירן א דיסטינקט גרופע, קלאוזד קלאב און קריעיטן אינסייד סוסטעינעבל (?) אינדוסטריע. (און אוודאי איז עס גוט פאר ביזנעס אויב האסטו אינוועסטעד דערין.) אויב היטסטו אפ דיע זאכן ביסטו שוין אויף די "סיסטעם'ס טוירמס" און ווען דו זאגסט "מיינע טוירמס" וואלט איך, אויב וואלט איך געווען פון די סיסטעם לידערשיפ, געלאכט פון דיר: "יא, דו אידיאט, נאר דיע טוירמס האב איך געוואלט פון דיר סיי ווי סיי. גיי ווייטער אן און טראכט אז דו טוסט וואס דו ווילסט בשעת ווען נאך אלעמען ביסטו מיינס ווי א טאָטעלע.. אבי דו ביסט העפפי"

און פאר די אויבער חכמים וואס האבן אויבן געזאגט: אויב האסטו נישט ליב כך וכך, גיי טויש דיר די רעלידזשען וועל איך ענטפערן אז די זאכן זענען כלל נישט אידישקייט. (ווי כאילו חסידות צו חרדיזם איז מיר שוין געווארן א גאנצע רעלידזשען פאר זיך.. אפשר א רעלידזשען פאר זיך איז עס טאקע געווארן, און נאך א פאָכּט אפ אויך, אבער דאס אז ס'פאדערט נאך מען זאל זיך באציען צו זי מיט די חשיבות פון א רעלידזשען נאך אויכעט..?? וואט דע פאכּ!)

ווייל מען קען ארומגיין מיט דזשינס, א פּאני טעיל און א טי-שורט, נישט מער ווי עסן כשר געשחטן פלייש, שלא בתערובות, און זאגן פאר די קינדער אז הייראטן מיט א גוי/גויטע איז פיין ווילאנג זיי זענען זיך שפעטער מגייר און פונדעסטוועגן נאכאלס זיין א פולקאמע איד למהדרין. (און נאכאלס געבן צו שטיצע צו דיינע פעלאו קצבים און שעטנז אידן. יא, אפשר די ערבות פארקויפער, נר מצוה און די מצוה קינדער וועלן מוזן שליסן שאָפ אבער כאטש וועלן מיר האבן א שטיקל פלאן וויזוי עווער אמאל צוריק צו רעדוסן פון אנשטאט אלפי אלפים בטלנים צו בלויז עשרה.

די איינציגסטע זאך וואס איך וואלט געזאגט איז טאקע אן עיקר אבער איז אזוי אביוזד געווארן למען הסיסטעם אז איך וואלט מתיר געווען צו לויז מאכן אביסל ביי דעם איז דער ענין פון שבת. און א ראיה אז ס'איז אזוי ווייל אין תורת משה שטייט נאר לא תבערו און אפילו אין תושבע"פ און הלכה איז די דגוש מער וועגן עשה ווי לא תעשה. דערפאר זענען די לא תעשהס קאנצערטרירט ארום שווערע ארבעט, עבודות העושים שבת חול כי הם ממש עבודה, היפך פון "רועהן".

דאס גאנצע סיסטעמיזירן דאס שבת: ביינאכט גייט מען אין שוהל פאללאוד ביי א סעודה, צופרי נאכמאל פאר אפאר שעה, דערנאך נאך א פאר שעה'איגע סעודה, א שלאף, א שמועס, א ביכל, נאכמאל שוהל און נאכמאל א מיעל.. נאר דיע עסקים, מיט נאר דיע מענטשן און נאר אויף דיע מקום -- מעג מען פארברענגען מיט, איז טרוקן, סטאַגנעיטעד און ווייטער זייער לימיטינג פאר א מענטש צו קענען זיין אינווענטיוו און זיך ארויסרוקן פון זיין אייגענעם (אדער זיינע פארמירער'ס) באבָל בכדי צו פארברייטערן עקספירענסעס און ארויסבויען א סוירקל פון פרענדשיפ. ווייל ווען דען קען מען דאס טוהן אויב נישט דורכאויס די וויקענדס.

נאך אן אנעקדאטעל ראיה אז דער שבת איז העווילי אביזוד געווארן איז פון דאס וואס מיר זעען אז ווען די סיסטעמיזירער ווילן קריגן אביסל חן ביי אזעלכע קאלטע, מה יפית אידן נעמען זיי דעם שבת צו מאכן צימעס דערפון. עפעס א ניגון צו א פארשטעלונג דערוועגן; מיט נאך אזא פידלער אן די ראאף פּראָפּ און פאוסטן עס אנליין אדער אין עפעס א קאלירטע בראשור, אדווערטייזט אלס א קאנצערט אין עפעס אן "ארטאדאקסישן" שוהל (האסט געהערט אונגאר'ס לעצטע ניגון..?) מיט צוויי טעמעס טוהען זיי דאס: די שבת און דזשענדער אישוס, געי צו טרענס אישוס. עקשולי דריי טעמעס, אויטאפסיס אויך.
פארוואס? ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי ווייסן זיי קענען נאך האפן צו באקומען סימפאטיע און פעמיליאריטי פון דער מאדערנער איד. און איך זיץ, כ'קוק מיך צו און לאך: האט דען א שבת אמאל אויסגעקוקט אזוי נאסטאלדזשיק און שלום-פוהל ביי מיר אדער ביי מיינע חבירים? א מכה אין וואנט! אדער צו גיבן מיר א רויטן טאכעס איבער אהבה בין איש לאשה, אהבה צווישן אונזערע אינגע זוהן און טעכטער אז מיר זאלן שוין ברויכן זיך אריינרוקן אין די טעריטאריע פון טרענס אישוס? איז טרענס בכלל א פּרעסינג אישו ביי אונז? אך! עס איז נישט ווי כאילו מיר האבן אונזער זונדל אדער טאכטער אויסגעלערנט אדער געוויזן ווי צו ליבן דער אנדערע דזשענדער אז סאדענלי זענען מיר אפגעפאטשט אז זיי מאכן אונז נישט נאך נאר אנשטאט פארטרוקענען זיי דעם בוים..?!

נאר מיר ווילן אז יענע אידן זאלן מיינען אז מיר זענען די ממשיכים דרכם במילא מוזן מיר טרעפן עפעס צו רייטן אויף זייערע געפיהלן פונקט ווי דער פאנדרעיזער אדער שנארער ווייסט ווי אזוי צו רייטן אויף דעם נדבנ'ס געפיהלן ווען ער פראדוצירט א בילד פון עפעס אן עלטער זיידע זיינער מיט א לאנגע בארד וואס האט מכלומרשט געהאלפן דער ערשטער מישקאלצער רבי און האט נאר אדאנק דעם באקומען די פארמעגן זיינער און זיין איינציגסטע בן יחיד, פון וועם דער נדבן שטעלט זיך ארויס צו זיין אן אייניקל פון. דיסקאווערד דורך די My Heritage, פעמילי טרי בילדער סייט.. בשעת וואס זיי באדערט אז זייערע קינדער היטן נישט אזוי דעם שבת, אין זייערע טוירמס, אדער ציען נישט ווייטער די פעמילי ליין און נאך אזעלכע מאדערנע וועלט פראבלעמען באדערט אונזער לידערשיפ אז מען לאזט אונז נישט מאלעסטן קינדער און זיי גארנישט אויסלערנען, אימפלעמנטן שאריא און זיך ארויפווארפן אויף די האוזינג מארקעט ווי חיות טורפות און שינדן די הויט פון ארימע, שווער ארבעטנדע און סטודענט לאון פארחובהטע, אינגע מענער, ווי רעכטע ברוטאלע קאפיטאליסטן. נו, אז מיר קענען זיך ביידע ארויסהעלפן, שמור לי ואשמור לך, אויף די רוקנס פון ענקערע און אונזערע תמימות'דיגע ארבייטסלייט און אינגעלייט, איז פארוואס נישט..

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 2:53 pm

· #507345
וואלווי
רביה''ק זי''ע
@וואלווי: אז דו ביזט אזא מומחה אויפ'ן גאסישן סיסטעם וויל איך דיר פרעגן, בין איך קאנסידערד אינעם סיסטעם? אינדרויסן פונעם סיסטעם? אויפ'ן סיסטעם? אונטער'ן סיסטעם? ביים זייט פונעם סיסטעם? איך מיין אז איך בין אזוי גרויס אז איך פיט פשוט נישט אריין אינעווייניג סאו איך שטעק ארויס פון אלע זייטן...
טייערע @רביה"ק זי"ע

ווען סדום סיסטעם וואלט נישט חרוב געווארן, וואלט מען אפגעטשאפט אלעס וואס שטעקט זיך ארויס.

כ'פרוביר נאך פארשטיין פארוואס אאע"ה האט אזוי געקרענט צו ראטעווען סדום
.
למעשה גערעדט איבער די לעצטע פאר טעג איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אפאר קליפס פון חרדישע געטאו נייעס, כ"ו אב, סעיוו מיימאנידיעס, א.ד.ג. און עט סאם פוינט האט מיר אנגעכאפט אן עכטע נייגער וואס טוט זיך דארט, ס'האט מיר אנגעכאפט א חשק אהינצוגיין אויספרעגן מענטשן וויאזוי זיי קוקן אן די וועלט, אקוראט די זעלבע געפיל וואס איך האב ווען איך קוק אן אמיש דאקיומענטרי. and then it dawned on me, איך בין שוין אזוי ווייט פונעם געטאו אז איך בין שוין נייגעריג וואס טוט זיך דארט, גענוי די זעלבע נייגער וואס איך האב צו יעדע אומבאקאנטע פרעמדע זאך...

שוין, למעשה האב איך מיך פארגענומען א שטרענגע קבלה אפצושטאטן א באזוך און מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן וואס טוט זיך דארט, ווען פונקטליך ווייס איך נישט, אפשר לכבוד די נעקסטע משפחה שמחה? (כ'האף נאר אז ס'וועט נישט האבן אזא פנים ווי אלע מיינע אנדערע קבלות 😛 ) @טאטי @מאמי, איך שעם ווען איך דערמאן זיך ווען איך האב ענק באזוכט דאס לעצטע מאל 😳 איך קען קוים ווארטן ענק צו זעהן נאכאמאל! 🙂

ענד וואט א קאאינסידענס, פונקט אינמיטן שרייבן דיזע שורות רופט מיר אריין א פעטער מיט וועם כ'האב שוין נישט גערעדט זייט כ'ווייס נישט ווען 😮

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 3:25 pm

· #507346

ווען קומסטו אהן...? מיר וועלן דיר אפווארטן ביים לופטפעלד מיט א קבלת פנים...

שאלתיאל » מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 2:56 pm

· #507452
וואס מאכט מיר לאכן דא איז אז דאס זעלביגע וואס @רביה''ק זי''ע האלט אויפן היימישן ציבור האלטן אנדערע אויף אים. אפגעזעהן ווי אויפגעקלערט ער איז, איז שטענדיג דא מער הויעכראנגיקע אויפגעקלערטע פון אים וואס ביי זיי איז ער מיטן חרדי'שן סיסטעם-איד דער זעלבע שווארצע פרימיטיווע דרעק.

אבער ערלויבט מיר אייך טרייסטן, שפיצזיניגער חכם הרזים. אזוי גייט דער וועלט. אונזער ''מעינסטרים'' קוקט אראפ און שפעט פון לב טהור און אנדערע פאנאטישע סעקטעס, אינערהאלב די מעינסטרים קוקט בעלזא אראפ אויף סאטמאר, דער ליטווישע אויף דער חסידישע, די אמעריקאנער אויף די ישראלים, און די מעהר קילע-אויפגעקלערטע אויף די מעינסטרים. ווידעראום דער מאדערן-ארטדאקסער לאכט אפ פון אלע חרדים ביינעזאם, דער רעפארמער שחצ'נט אויפן מאדערן-ארטדאקסער אא"וו. ווידעראום דער גוי קאַקט אויף יעדן גלויביגן איד ביינעזאם, און ביי דער גוי אליין לאכט דער אטעאיסט לאכט פונעם גלויביגן און דער פראגרעסוויער פונעם קאנסערוואטיוון און אזוי פארט זיך א וועלט. יעדער פראבירט זיך גרויסהאלטן און זיך בויען איבער די וואס זענען נידעריגער פון אים אינעם ''אויפגעקלערטקייט'' לייטערל. אלזא, געדענקט אז שטאלצירן איבערן 'חרדי'שן געטא' איז געשמאק, דעפרישענד, און גיבט זיכער צו צום זעלבסט-זיכערקייט אבער שטענדיג איז דא דער העכער דיר דארט אין די הירארכיע פון אויפגעקלערטקייט וואס טראכט דאס זעלביגע.. אויף דיר.

הצלחה!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 28, 2022 12:54 am

· #507463
שאלתיאל
וואס מאכט מיר לאכן דא איז אז דאס זעלביגע וואס @רביה''ק זי''ע האלט אויפן היימישן ציבור האלטן אנדערע אויף אים. אפגעזעהן ווי אויפגעקלערט ער איז, איז שטענדיג דא מער הויעכראנגיקע אויפגעקלערטע פון אים וואס ביי זיי איז ער מיטן חרדי'שן סיסטעם-איד דער זעלבע שווארצע פרימיטיווע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
יויש, ווען איך נוץ דאס ווארט "געטאו" מיין איך בכלל נישט צו זאגן פרימיטיוו צו וואס, און איך האלט מיך אינגאנצן נישט העכער פון די געטאו אידן פשוט פאר די פאקט ווייל זיי זענען געטאו אידן, ס'אינגאנצן נישט דא פון וואס באליידיגט צו ווערן. וואס כ'האב געמיינט צו זאגן מיט "געטאו אידן" איז פשוט א געוויסע קאנצעפט וואס כ'האב ביזדערווייל נאכנישט געטראפן קיין בעסערע וועג דאס ארויסצוברענגען אין איין ווארט, כ'וועל דיר געבן אן אנדערע ביישפיל פאר דעם קאנצעפט וואס דו וועסט האפענטליך יא פארשטיין. איך האב חבד'סקע חברים וואס זענען זייער קלוג און איך האב זייער הנאה צו פארברענגען מיט זיי און מיר פארשטייען זיך זייער גוט איינער דעם אנדערן, אבער ביז ס'קומט צו די נושאים פון משיח/גאולה/דער רבי, דארט ווייס איך אז איך רעד מיט א "חבד'סקער" און מיר גייען זיך קיינמאל נישט פארשטיין. און ס'נישט אז איך בין נישט נייגעריג איבער זייער טעיק אויף דיזע טעמעס, אדרבה, ס'איז זייער intriguing, פאציניערענד, און אינטערעסאנט, טאקע ווייל ס'טוט זיך אפ אין א פאראלעל יוניווערס וואס איך וועל קיינמאל נישט ארויסהאבן. דאס ווארט "חבד'סקער" מיינט נישט פרימיטיוו אדער נידעריגראנקיג, ווי אויך מיינט עס נישט אז איך בין מער אויפגעקלערט פון איהם, ס'פשוט אז ער איז א "חבד'קער" און ווען ס'קומט צו די נושאים וואס זענען נוגע חב"ד אפערירן מיר אויף אנדערע סעטס אוו רולס, ס'איז ממש א בחינה פון דור הפלגה.

יעצט, ווען מיין טאטע האלט מיר פאר פארוואס איך טראג מיין בעיבי אום שבת און איך ענטפער איהם אז ס'איז א שבות דשבות לצורך מצוה (טראגן א בעיבי איז א שבות ווייל חי נושא את עצמו, און היינטיגע צייטן איז נישט מצוי קיין רשות הרבים, און נישט בלייבן איינגעשפארט גאנץ שבת איז א מצוה פון עונג שבת) קומט ער און ער ווייזט מיר אז אין משנה ברורה שטייט אז מ'זאל נישט, כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דער מענטש וויל פון מיין לעבן האבן, כ'האב דיר געזאגט מיין היתר וואס קומסטו מיר מיט א משנה ברורה? למעשה האט ער פארפירט גאנץ שבת ביז א חבר מיינער וואס פארשטייט צו די געטאו מענטאליטעט האט איהם געפרעגט צו ער איז גרייט מיר אויסצוצאלן די קאסטן פון בויען אן עירוב... און פון דעמאלטס האט מען קיין פיפס נישט געהערט פון איהם... איי וויאזוי איז די משנה ברורה פלוצלונג איררעלעוואנט געווארן? ככה, איך פרוביר אפילו נישט פארשטיין ווייל איך ווייס אז מיר אפערירן אויף צוויי אנדערע סעטס אוו רולס. און פארשטיי מיך נישט שלעכט, דיעס פאראלעל יוניווערס וואו אלעס שטעלט זיך אפ פאר א שורה אין א הונדערט יעריגע בוך איז עפעס נישט נארמאל fascinating, אינטערעסאנט, מרתק, און מיסטעריעז, אבער פארשטיין וועל איך עס קיינמאל נישט. (און כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, ווען איך קוק צוריק אויף מיינע אלטע תגובות דא אין שטיבל וואו איך רייס מיך ארום מיט די כלומפרשטע מאמינים זעה איך אז ס'איז די זעלבע מיספארשטענדעניש וואס לויפט דורך אלע וויכוחים...) ער איז חס ושלום נישט פרימיטיוו, איך בין חס ושלום נישט אויפגעקלערט, פשוט צוויי אנדערע וועגן פון פונקציאנירן און גארנישט מער. אויב האסטו א מער פאליטיש קארעקטע ווארט פאר דעם קאנצעפט וועל איך מיך זייער פרייען צו רעדאגירן, בתקווה להבנה.

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:03 am

· #507466
שאלתיאל
וואס מאכט מיר לאכן דא איז אז דאס זעלביגע וואס @רביה''ק זי''ע האלט אויפן היימישן ציבור האלטן אנדערע אויף אים. אפגעזעהן ווי אויפגעקלערט ער איז, איז שטענדיג דא מער הויעכראנגיקע אויפגעקלערטע פון אים וואס ביי זיי איז ער מיטן חרדי'שן סיסטעם-איד דער זעלבע שווארצע פרימיטיווע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].

אבער ערלויבט מיר אייך טרייסטן, שפיצזיניגער חכם הרזים. אזוי גייט דער וועלט. אונזער ''מעינסטרים'' קוקט אראפ און שפעט פון לב טהור און אנדערע פאנאטישע סעקטעס, אינערהאלב די מעינסטרים קוקט בעלזא אראפ אויף סאטמאר, דער ליטווישע אויף דער חסידישע, די אמעריקאנער אויף די ישראלים, און די מעהר קילע-אויפגעקלערטע אויף די מעינסטרים. ווידעראום דער מאדערן-ארטדאקסער לאכט אפ פון אלע חרדים ביינעזאם, דער רעפארמער שחצ'נט אויפן מאדערן-ארטדאקסער אא"וו. ווידעראום דער גוי קאַקט אויף יעדן גלויביגן איד ביינעזאם, און ביי דער גוי אליין לאכט דער אטעאיסט לאכט פונעם גלויביגן און דער פראגרעסוויער פונעם קאנסערוואטיוון און אזוי פארט זיך א וועלט. יעדער פראבירט זיך גרויסהאלטן און זיך בויען איבער די וואס זענען נידעריגער פון אים אינעם ''אויפגעקלערטקייט'' לייטערל. אלזא, געדענקט אז שטאלצירן איבערן 'חרדי'שן געטא' איז געשמאק, דעפרישענד, און גיבט זיכער צו צום זעלבסט-זיכערקייט אבער שטענדיג איז דא דער העכער דיר דארט אין די הירארכיע פון אויפגעקלערטקייט וואס טראכט דאס זעלביגע.. אויף דיר.

הצלחה!
און דאס אז דער היימישער יוד לאכט פון זיי אלע וואס די האסט אויסגרעכענט, דער גוי דער כלב דער אטיאסט וכו', דאס איז ביי דיר א מילתא זוטרתא?
דו ווייסט אז פאר היטלער האט אט דאס דאס מערסטע געשטערט. אז דער פאר'כניאקטער פוילישער יודל, עקלט זיך פון א דויטשער פראפעסאר!

קל וחומר » זונטאג אוגוסט 28, 2022 3:13 am

· #507471
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
ווען א מענטש ווערט געבוירן קוקט ער אן די וועלט פון זיך ארויס, ער ווערט עלטער און זעט אז ס'דא ארומיגע קוקט ער אן דעם וועלט פון זיין צירקל/קולטור ארויס, ווערט ער נאך קלוגער קען ער אנקוקן דעם וועלט פון אנדערע סארטן פערספעקטיוון ס'טייטש אפילו פון א מענטש וואס איז מנוגד לחלוטין צו זיינע מיינונגען, ווערט ער נאך קלוגער זעט ער דעם וועלט און זעט זיך אינעם וועלטל פון א דרויסענדיגער בליק און קען זען זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן אביעקטיוו און דערנאך קען ער זען וועלכע צירקל איז אים די פאסיגסטע זיך צו אריינגלידערן נאכן שטודירן קולטור פון א גענצליך דרויסענדיגער נייעם בליק.

ווייזט אויס אז רביה"ק האט דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל און האט געקריגן דעם ווייטן בליק.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 28, 2022 5:31 am

· #507472
וואס מיינסטו זעהט ער דארט?

אז גאט איז יא חרד'יש...

קהל'ס נער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 11:44 am

· #507480
קל וחומר
ווען א מענטש ווערט געבוירן קוקט ער אן די וועלט פון זיך ארויס, ער ווערט עלטער און זעט אז ס'דא ארומיגע קוקט ער אן דעם וועלט פון זיין צירקל/קולטור ארויס, ווערט ער נאך קלוגער קען ער אנקוקן דעם וועלט פון אנדערע סארטן פערספעקטיוון ס'טייטש אפילו פון א מענטש וואס איז מנוגד לחלוטין צו זיינע מיינונגען, ווערט ער נאך קלוגער זעט ער דעם וועלט און זעט זיך אינעם וועלטל פון א דרויסענדיגער בליק און קען זען זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן אביעקטיוו און דערנאך קען ער זען וועלכע צירקל איז אים די פאסיגסטע זיך צו אריינגלידערן נאכן שטודירן קולטור פון א גענצליך דרויסענדיגער נייעם בליק.

ווייזט אויס אז רביה"ק האט דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל און האט געקריגן דעם ווייטן בליק.
והיינו דאמרי אינשי, "די רעבע זחיסע יאגען עליינע האט געהאט א ווייטע בליק"

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 28, 2022 11:59 am

· #507483
באהעלפער
דו ווייסט אז פאר היטלער האט אט דאס דאס מערסטע געשטערט. אז דער פאר'כניאקטער פוילישער יודל, עקלט זיך פון א דויטשער פראפעסאר!
אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:42 pm

· #507512
טאמבל סאס
אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..
און אז מיר לויפן קיין וואשינגטאן פאר אונזערע אינטערעסן, מיינט עס אז מיר ליבן זיי און שעצן זיי? אונז יודעלעך זענען אלץ געווען תוכו אכל וקליפתו זרק.

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:44 pm

· #507513
וואלווי
וואס מיינסטו זעהט ער דארט?

אז גאט איז יא חרד'יש...
לכאורה! אויב מ'גייט לויט די בילדער פון 'א הילף פאר'ן קינד' גייען דתן ואבירם מיט שטאפענע היטן, און משה רבינו מיט א פלאכע ביבער הוט...
איז גאט זיכער פון ווילי...

דערהויבענע איד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 12:00 am

· #507517
א ענליכע אשכול וואס כ'האב געפענט:

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=15053

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:51 am

· #507526
טאמבל סאס
באהעלפער
דו ווייסט אז פאר היטלער האט אט דאס דאס מערסטע געשטערט. אז דער פאר'כניאקטער פוילישער יודל, עקלט זיך פון א דויטשער פראפעסאר!
אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..
ואיכא דאמרי אלס געווען פוסחים על שתי סעיפים..

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:02 am

· #507527
באהעלפער
און אז מיר לויפן קיין וואשינגטאן פאר אונזערע אינטערעסן, מיינט עס אז מיר ליבן זיי און שעצן זיי? אונז יודעלעך זענען אלץ געווען תוכו אכל וקליפתו זרק.
אונז זענען מיר אלץ געווען תוכו זרק וקליפתו אכל…

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:02 am

· #507529
קל וחומר
ווען א מענטש ווערט געבוירן קוקט ער אן די וועלט פון זיך ארויס, ער ווערט עלטער און זעט אז ס'דא ארומיגע קוקט ער אן דעם וועלט פון זיין צירקל/קולטור ארויס, ווערט ער נאך קלוגער קען ער אנקוקן דעם וועלט פון אנדערע סארטן פערספעקטיוון ס'טייטש אפילו פון א מענטש וואס איז מנוגד לחלוטין צו זיינע מיינונגען, ווערט ער נאך קלוגער זעט ער דעם וועלט און זעט זיך אינעם וועלטל פון א דרויסענדיגער בליק און קען זען זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן אביעקטיוו און דערנאך קען ער זען וועלכע צירקל איז אים די פאסיגסטע זיך צו אריינגלידערן נאכן שטודירן קולטור פון א גענצליך דרויסענדיגער נייעם בליק.

ווייזט אויס אז רביה"ק האט דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל און האט געקריגן דעם ווייטן בליק.
אויב עס איז דא אזא זאך ווי בחירה, איז דאס די וועג. צוצוקומען צו ובחרת בחיים, מוז מען אנקומען אדער כאטשיג ארבייטן צו אנצוקומען צו די שטאנד (status). וכולי האי ואולי.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:31 pm

· #507590
רביה''ק זי''ע
אונטער'ן סיסטעם
גוטע נאמען פאר נייהויז פראדאקשאן

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:08 pm

· #507626
אז איינער איז טאטעלי ארויסגעטשעקט פון די סיסטעם, דארף ער האלטן יום טוב שני של גליות?

אויב יו"ט שני איז אלס מסורת אבתינו איז ער דאך ארויס פון סיסטעם, און אויב אלס טעמא דאתי לקילקולא, איז דאך דאס שוין לאנג נישט שייך. תיקו.

מרדכי מרדכי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:13 pm

· #507627
עס איז מיר זייער שווער צי ענטפערן אויף אזא שאלה.
א חלק בין איך יא און א חלק נישט
פון איין זייט שיק איך נישט צי מיין קהלה'ס מוסדות
פון די אנדערע זייט בין איך כמעט פולי אין מיט די אנדערע זאכן.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:29 pm

· #507630
דעמאלטס ווען די ביסט און דיין קהלה דארפסטו יא האלטן די צוויי טעג אלס מסורת אבתינו. אבער ווען די קומסט אהיים דארפסטו נאר האלטן כמעט אלעס ווייל די ביסט נאר כמעט אין די סיסטעם, טאקע ווייל שמא אתי לקלקולי

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:12 pm

· #507642
יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג. (באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

yesiknow » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:12 am

· #507649
רביה''ק זי''ע
יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג.

לפי ידיעתי איז דאס נגד כל הפוסקים ודי בזה לילה טוב.

(באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

דאנקבאר » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:20 am

· #507662
איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:24 am

· #507663
דאנקבאר
איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
גיידיר צירוק צו אייוועלט. קאטשקע נישט אהן דא מיט ליידיגע מחאות און פאשקעוויל סטיל פראזן.

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:27 am

· #507664
דאנקבאר
איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
זיי מוחה שטיל שטיל! וועקסט יעדעם אויף! מ’קען אויך יוצא זיין מיט א שטילע געלע מחאה.

דאנקבאר » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:28 am

· #507665
עצי שטים
דאנקבאר
איך בין מוחה קעגן אלע ליצנות׳דיגע רייד וואס ווערן דא געפויקט!
און מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי
גיידיר צירוק צו אייוועלט. קאטשקע נישט אהן דא מיט ליידיגע מחאות און פאשקעוויל סטיל פראזן.
די מחאה איז ב״ה אנגעקומען צו די ריכטיגע אויערן!
א דאנק פארן וויסן לאזן… 😛

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:37 am

· #507667
עס וואלט געווען ראטזאם אז דו זאלסט נעמען אפאר מינוט און אדורכליינען די תקנות פון שטיבל. מיט אזא עטיטוט וועסטו זיך גאנץ שנעל טרעפן אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל.
יא אונז האבן אויך א צענזור, טאקע נישט קיין צענזור קעגן טראכטן אפען און ברייט אזוי ווי עס איז פארהאנען אין אייוועלט, אבער א טראלל וואס קאטשקעט סתם אהן אשכולות, און איינער וואס ווייסט נישט זיינע גרעניצן, טרעפט זיך געווענטליך גאנץ שנעל אינדרויסן.

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:40 am

· #507668
רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:44 am

· #507669
מתבודד
רואיג רואיג, געב אים נאך א טשענס, ערי’ז נאך ניי. ס’נעמט אביסל צייט...
דער טראללט אוועק אויף כוחות.

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:48 am

· #507671
[ציטאט אראפגענומען]
געטראכט די זעלבע! ברוך שכוונתי.
נאר קוקט אויס די כח המעצר איז אים שוואך געווארן אויפ’ן עלטער...

דאנקבאר » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:00 am

· #507673
[ציטאט אראפגענומען]
מיין אוועטאר בילד ברענגט איינפאך ארויס די אידישע מידה פון זיין ״דאנקבאר״.

למשל א לאנד ווי איראן וואס שלאגט זיך קעגן די מלכות המינות ימ״ש, דארפן מיט ארויסברענגען שעצונג אויף זייער קאמף, די איראנער שטייען דאך אין שפיץ מיטן מלחמת השם בעמלק, זיי קעמפן קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים.

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:14 am

· #507674
דאנקבאר, טעיק עי טשיל פיל.

קיינער דא איז נישט אינטרעסירט צו מכבד זיין די איראנער.
קיינער אפרישיעט נישט תגובות פון מחאות אינמיטן א געשמאקן שמועס. (דא א באזונדערע מחאות אשכול)
יעדער ווייסט אז ס’איז דא וואס האלטן אנדערש פונעם ראב”ד כלפי קברים, דאך איז קיינער נישט אינטרעסירט אין קיין מערכות.
אז די פילסט פאר וויכטיג מודיע זיין פירצות וכדו’ פאר כלל ישראל, גייסטו אין אייוועלט האבן א גרעסערע אודיענס. די ”ריעל סטאף- אידישקייט” איז דארט, נישט דא.

מיט דעם בין איך יוצא כבדהו וחשדהו.
הצלחה

דאנקבאר » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:15 am

· #507675
.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:55 am

· #507683
מינות? כ'מיין אין ישראל איז דא מער מאמינים בתורתינו הקדושה ווי אין ווילי
דאונט געט מיר ראנג. איך האב ליב ווילי, און נאכמער ראדני'ס הייסע מקוה...
אבער די ליסטע פון פושעים וואס כ'הער מיך אן דארט, און די ליבשאפט וואס איך שפיר אין די אגודיסטישע קהילות, איז א קאנטראסט שמים וארץ.
מינות איז איינער וואס גלייבט נישט אין צדיקי הדור, און זאגט אז 'אמאל' איז געווען אבער גאט שלאפט, און והאיש משה לא ידענו. דאס איז מינות, מלכות המינות

מרדכי מרדכי » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:34 am

· #507686
רביה''ק זי''ע
יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג. (באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)
איך האב אמאל געהערט מעשיות אויף צדיקים אז זיי האבן געוואלט פארן זיך משתקע זיין אין ארץ ישראל און יום טוב איז אנגענומען און זיי האבן נישט געשפירט א קדושה די צווייטע טאג און זיי זענען געבליבן אין חוץ לארץ.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:57 am

· #507691
מרדכי מרדכי

וואס האט דאס מיט דעם סיסטעם?
בלאט: 1 2