☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15053
בלאט: 1 2

דערהויבענע איד » דינסטאג יאנואר 4, 2022 8:43 pm

· #490674
וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?
קאווע שטיבל איז א מורא'דיגע מתנה פונעם אייבישטען, ווי אידן קענען זיך צוזאמשמועסן עניינים העומדים על הפרק. ברוך השם פארדעם.

ליינענדיג דא, איז זייער אבוויעס אז ס'איז גאר אנדערש פון אייוועלט הידוע לשמצה, ווי מ'קען גראד זען אז ס'איז דאמינענט ביי סאטמערע אדער סאטמער סטייל אידן, פון וויליאמסבורג און מאנרא.

דא אבער איז אלעס מער אפען, ממילא איז שווער צו וויסן וועלכע מענטשן זענען א חלק פון דעם. ס'איז נישט נוגע, אבער דאך וואלט געווען אינטערעסאנט ווען אלע חברים קענען שרייבן אביסל ווי אזוי מ'קוקט זיי אן אין זייער געזעלשאפט, נישט חלילה ווי ''מ'באלאנגט'' נאר מער פון וועלכע קרעמל מ'איז א חלק.

petrishke » דינסטאג יאנואר 4, 2022 8:45 pm

· #490675
נו הייב אן מיט דיר אליינס

דערהויבענע איד » דינסטאג יאנואר 4, 2022 8:47 pm

· #490676
איך למשל ''באלאנג'' צו איינע פון די שטרענגערע חסידות'ן, כ'הייס מער ווייניגער א קלוגע ליידיגייער, הגם איך פאק איין אסאך מער כאניקישע אינגערלייט ווען ס'קומט צו עבירות, אדער לערנען.

איך ציטער צו פארקויפן מיינע שיטות הקדושות, ווען כ'האב איינמאל געמענשענט ק''ש האט מען מיר געזאגט אז זיי האבן געהערט אז ס'איז א ''משוגענע'' סייט.

petrishke » דינסטאג יאנואר 4, 2022 8:57 pm

· #490679
איך בין א גוי וואס היט די שבע מצוות בני יואל

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 4, 2022 10:01 pm

· #490684
סהאט נישט מיט די חסידות ס'האט וואסערע טייפ מענטש מען איז . איך האלט אז דא דרייען זיך פון אלע חסידות'ן חוץ אפשר וויזניץ מרכז

יאסל ראקאווער » דינסטאג יאנואר 4, 2022 10:09 pm

· #490687
איך בין א שטיצער פון קאווע שטיבל. און מיין צוואה שטייט מ'זאל אריין לייגען קאווע שטיבל אויף א דיסק צוזאמען מיט אלע וועקערס און מיין קבר מיט מיר. איך קום ארויף צום בית דין של מעלה גרייט פאר גן עדן. אבער טאמער גיי איך אים גהינם וויל איך האבן meaning פון די פייער. ס'קען נישט זיין אזוי פעינפול אז מ'ברענט צוזאמען מיט די הייליגע רייד וואס משמועסט זיך דא צונויף. באמת א חשובע פלאץ פול מיט חכמה און גליסטעניש פאר א בעסערע העכערע לעבן.

אז נדברו יראי השם איז אל רעהו ויקשוב השם וישמע, והוא יושבי ולייק כלנו בעל יום ויום בקאווע שטיבל לפניו.

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 4, 2022 10:13 pm

· #490688
איך בין א בעלזער, ווי באקאנט ביים מערכה אין אשכול
"וועלכע רבי'ס זענען ראוי לאותו איצטלא"

מער פון דעים וויל איך נישט שרייבן פון מיך, גזירה שמא יתגלה קלונו.

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 4, 2022 11:32 pm

· #490691
יאסל ראקאווער
איך בין א שטיצער פון קאווע שטיבל. און מיין צוואה שטייט מ'זאל אריין לייגען קאווע שטיבל אויף א דיסק צוזאמען מיט אלע וועקערס און מיין קבר מיט מיר. איך קום ארויף צום בית דין של מעלה גרייט פאר גן עדן. אבער טאמער גיי איך אים גהינם וויל איך האבן meaning פון די פייער. ס'קען נישט זיין אזוי פעינפול אז מ'ברענט צוזאמען מיט די הייליגע רייד וואס משמועסט זיך דא צונויף. באמת א חשובע פלאץ פול מיט חכמה און גליסטעניש פאר א בעסערע העכערע לעבן.

אז נדברו יראי השם איז אל רעהו ויקשוב השם וישמע, והוא יושבי ולייק כלנו בעל יום ויום בקאווע שטיבל לפניו.

יאסל ראקאווער: דארט, אין גהינום וועסטו זיכער טרעפן 2 מענטשן. טוביה מאיר ניימאן און בערל בעל עגלה. ווייל דער עולם שעלט צוזאם טוביה מאיר אין גרויסן. און מ'סטראשעט איהם מיט גהינום. וועגן זיינע ראבא-קאללס.

איך מיין אז אין הימל ..,שטראפט מען אויך א יעדן מידה כנגד . מיט וואס וועט מען..."באשטראפן" טוביה מאיר? מיט ראבא-קאללס. נאר בערל בעל עגלה האט שוין געזאגט אז ס'שטערט איהם בכלל נישט טוביה מאירס ראבא-קאללס. (אפשר דזשי-ענד-דזשי'ס, יא.) א איד וואס איז אליינס א געליטענער איד. און ער איז זיך מוסר נפש צו העלפן אנדערע אידן. מיט אזא איד וויל איך זיין אין גהינם...! ענדערש ווי דער ..."גן עדן"...פון א סאך אנדערע ..."צדיקים"...!

ברוינשטיין » דינסטאג יאנואר 4, 2022 11:34 pm

· #490692
Re: וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?
מיין חסידות ווייסט שוין יעדער איינער וועלכע איז געווען אקטיוו דא אין די לעצטע שטיק צייט.
מיינע חברים זענען ענק.

ווען מ'רעדט פון "מעטאָווערס" קלינגט דאס גרינג אין מיינע אויגן, וויבאלד איך שפיר ווי איך פארמאג אמת'ע חברים וועלכע איך פארברענג מיט זיי ווירטואל האבנדיג פיינע שמעוסן, עפנטליך און אין אישי, במילא איז "מעטאָווערס" נישט קיין פרעמדע געדאנק פאר מיין קעפעלע.

אגב, אויב איינער קען זיך אויס מער איבער די ערווארטעטע מעטאָווערס זאל אפשר שרייבן דערוועגן, דאנקס.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יאנואר 5, 2022 12:48 am

· #490699
"מעטאָווערס" מהו? ביטע לאך נישט פון מיין אמעראצעס...

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 5, 2022 1:04 am

· #490700
קהל'ס נער
איך בין א בעלזער, ווי באקאנט ביים מערכה אין אשכול
"וועלכע רבי'ס זענען ראוי לאותו איצטלא"

מער פון דעים וויל איך נישט שרייבן פון מיך, גזירה שמא יתגלה קלונו.

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל

ברוינשטיין » מיטוואך יאנואר 5, 2022 1:07 am

· #490701
בְּתוֹךְ עַמִּי
"מעטאָווערס" מהו? ביטע לאך נישט פון מיין אמעראצעס...

טאקע דערפאר האב איך ארויסגעשטעלט א ביטע, אז איינער זאל שרייבן דערוועגן, סתם אז איך זאל דיך פיטערן מיט האלבע זאכן איז א שאד די צייט.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:52 am

· #490843
שמעון וואלף
קהל'ס נער

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל

במבואר מיט די אלע סקרינשאט'ס וואס זיי ברענגען פון טוויטער און פון פאקס ניוז, ווייזט נישט אויף א משומר קאמפיוטער.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך בנוגע איי וועלט, זיי האלטן זיך נישט נאר פאר א מהודר'דיגע סייט, נאר אלס א סייט וואס האלט כלל ישראל שטיין אויפ'ן פיס, איינמאל אייוועלט וועט אויפהערן עקזיסטירן ווייסעך נישט וואס וועט זיין מיט אלע תורה ויראת שמים מיט חאניאקיש'קייט, א שטייגער ווי מעלות וואס איז די שופר פון כלל ישראל.

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 5:51 am

· #490856
אייוועלט איז גענוי ווי די אראבער, אז זיי זענען פרום פאר יענעם, אבער זיי מעגן 'לכתחילה' וואס זיי האבן אליינס אפגעמאכט אז ס'איז לעגיטים, אפילו ס'איז א סתירה אינעם עצם פרומקייט.

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:30 am

· #490865
Re: וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?
איך בין אויפגעוואקסן אין מאנסי געלערנט אין גאר היימישע חדרים. היינט צוטאגס מער א קילע מענטש דאווענט ביי שיינער. גייט צו מיין חסידות רבי ביי די ספעציפישע יומא דפגרא׳ס אין יאר. מער צו טרעפן מיינע יונגט פריינד

דערהויבענע יוד. איז דאס גענוג פאר דיר צי געבן א בילד? מער פרטים איז שוין די באקאנטע ווארט חשש גילו

קרעטשמער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 11:13 am

· #490882
עס איז אינטערעסאנט אז איך בין טיף אין די סיסטעם אין די חסידות ווי איך באלאנג. איך שאקל זיך אויף די פארענטשעס, אבער איך האב ליב צו שמועסן מיט אנדערע סארט אידן.

איך בין געקומעם דא נאכדעם וואס איך האב זיך פארעקעלט פון איי וועלט. איך בין נישט אזוי אקטיוו, אבער דאך ליין איך דא כמעט יעדן טאג

תרמב » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 2:27 pm

· #490900
דערהויבענע איד
שמעון וואלף
קהל'ס נער

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל

במבואר מיט די אלע סקרינשאט'ס וואס זיי ברענגען פון טוויטער און פון פאקס ניוז, ווייזט נישט אויף א משומר קאמפיוטער.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך בנוגע איי וועלט, זיי האלטן זיך נישט נאר פאר א מהודר'דיגע סייט, נאר אלס א סייט וואס האלט כלל ישראל שטיין אויפ'ן פיס, איינמאל אייוועלט וועט אויפהערן עקזיסטירן ווייסעך נישט וואס וועט זיין מיט אלע תורה ויראת שמים מיט חאניאקיש'קייט, א שטייגער ווי מעלות וואס איז די שופר פון כלל ישראל.

דאס אז אסאך פון די נייעס ברענגערס האבן נישט געפילטערטע אינטערנעט, מיינט נאך נישט אז אסאך מענטשן האבן נישט קיין תועלת פון אייוועלט אז זיי דארפן נישט ארויפגיין אויף די אינטערנעט געהעריג, זיי באגענוגן זיך מיט וואס מברענגט זיי אויף אייוועלט, און אגב זיי זענען פיין אפדעיטעד.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:16 pm

· #490937
ס'איז דאך אבער "אינטערנעט שלא לצורך פרנסה" וואס אלע רבנים האבן גע'אסר'ט, און אויף דאס האט הרב דן סג"ל פארגאסן טייכן טרערן ביים כינוס כלל ישראל, ועוד ווי קען מען האבן א תועלת פין אינטערנעט, פון אינטערנעט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען, וכו'

#היפאקרעסי_בעיצומו

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 7, 2022 1:01 am

· #490964
קרעטשמער
עס איז אינטערעסאנט אז איך בין טיף אין די סיסטעם אין די חסידות ווי איך באלאנג. איך שאקל זיך אויף די פארענטשעס, אבער איך האב ליב צו שמועסן מיט אנדערע סארט אידן.

איך בין געקומעם דא נאכדעם וואס איך האב זיך פארעקעלט פון איי וועלט. איך בין נישט אזוי אקטיוו, אבער דאך ליין איך דא כמעט יעדן טאג

זאג מיר נישט, דו ביסט דער רויטער קרעטשמער בכבודו ובעצמו...? 😛

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:45 am

· #490971
כזע ווי דער עולם טרייסט זיך מיט די עבירות פון די אייוועלטער.

קאווע שטיבל וועט נישט צובאקומען קיין פערטל אות אפילו אויב אייוועלט ווערט א נורסערי, סאיז א שאד זיך צו בויען אויף יענעמס לאך פאר מען פילט אן די אייגענע.

yesiknow » פרייטאג יאנואר 7, 2022 8:53 am

· #490981
petrishke
אייוועלט איז גענוי ווי די אראבער, אז זיי זענען פרום פאר יענעם, אבער זיי מעגן 'לכתחילה' וואס זיי האבן אליינס אפגעמאכט אז ס'איז לעגיטים, אפילו ס'איז א סתירה אינעם עצם פרומקייט.

אזוי ווי די יודישע רעליגיע האסטו מסתמא געמיינט צוזאגען...

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 7, 2022 9:30 am

· #490983
זופ מיט מאנדלען
כזע ווי דער עולם טרייסט זיך מיט די עבירות פון די אייוועלטער.

קאווע שטיבל וועט נישט צובאקומען קיין פערטל אות אפילו אויב אייוועלט ווערט א נורסערי, סאיז א שאד זיך צו בויען אויף יענעמס לאך פאר מען פילט אן די אייגענע.

איך פריי מיך גראדע אז ס'איז דא אייוועלט, אז נישט וואלטן זיי אנגעפירקלט ק"ש, ביי יעדע הצלה call, און מען וואלט נישט געקענעט רעדן קיין איין נערמאלע ווארט אן מוחה זיין אויף די ציונים, אדער אינטערנעט.

(אז מען רעדט שוין, פארוואס טאקע איז אינטערנעט אזוי טרפה? ווייל די ציונים באניצען זיך דערמיט.....ודו"ק והבן כי עמוק היא מאוד (עפעס אזוי ענדיגט מען א פשעטל וואס מען פארשטייט אליינס נישט))

אין א געוויסע זין איז עס "עמי" ווס. "משפחה", משפחה און אייוועלט זענען מעלה גירה די זעלבע אג'ענדעס, ק"ש און עמי האבן נישט מורא פון קאנטראווערסי און חידושים.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:32 pm

· #491018
קהל'ס נער: דער הויפט טעם פארוואס אינטערנעט איז טריפה איז ווייל דארט ווערט אויפגעדעקט די אלע שקרים וואס די אזוי-גערופענע רבנים און מנהיגים האבן געפיטערט (און פיטערן נאכאלץ) דעם המון עם. די פשוטי עם..!

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:30 am

· #491217
זיך שאקלנדיג אזוי פרייטיג צונאכטס ביי מיין רבין'ס טיש, בשעת'ן זיך אריינקאכן אין א פארדווייקעטער כל מקדש, גיט מיר פליצלונג אזא שווים ארויף אין קאפ אזא מחשבה'לע,
יא, איך שטיי דא ווי א ציקוועטשטן חסיד וואס פארשטייט נישט גארנישט ארויס פונעם קעסטל, איינער וואס באטראכט מיר פונעם צווייטן זייט בארענטשע, קלערט ניטאמאל אז איך שרייב אויף אייוועלט, נא אויב אזוי איז אפשר מיין פאר'דבק'טער חברים מימיני ומשמולי, אויך פון די הויכגעשעצטע קאווע שטיבל שרייבערס?

איך קוק אזוי אראפ אויפן פאדערשטן טיש, דארט זיצט אזא חשובן דיין, אביסל אן אפענער, ער גלעט זיך לייכט זיין לענגליכע רויטע בארד, און קלאפט לייכט זיין האנט צום טאקט פונעם ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, איז ער נישט אפשר אונזער 'שמעקעדיג'??

פון די אנדערע זייט פארענטשע זעה איך א איד מיט א מיטל סייז שווארצע בארד, ער זינגט אזוי שטיל מיט די ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, ער איז דאך ממש געאייגנט צו זיין 'רביה''ק זי''ע', נישט אזוי?

ביים עק פונעם אויבן אן זיצט אזוי א חשובן מגי''ש, ער זיצט מיט א קצות, דוקה אינמיטן כל מקדש, ער ציעט בשעת מעשה זיין גרויע בארד, און איך טראכט צו מיר, איז דאס נישט אונזער 'העניך'?

אויבן ביי די בחורים זעה איך אזוי שמועס'ן צוויי בחורים דוקה אונמיטן די ניגון, זיי מאכן זיך נישט ציטון פון די בייזע בליקן וואס די עולם ווארפט אויף זיי, און איך באמערק אזוי ווי איינער איז אזא דארע בחור מיט א שיינע קמץ בארד, אזעליכע שיינע מסודר'דיגע פיאות, און איך גיב א טראכט, אפשר איז ער גאר 'ברוינשטיין'?

איך בעט איבער די איבריגע חבירים וואס איך בין נישט מפרט בפרטיות, באט יו געט די פיקטשער, מיטאמאל זעה איך מיך שטיין אינמיטן א קאווע שטיבל טיש, און ווער ווייסט, אפשר איז די רבי אליין א שריפטשטעלער, אפשר גאר איז די רביצין, אונזער 'בת קול'

איך שטיי אזוי און מיטאמאל זעה איך ווי ס'ווערט שטיל און די עולם קוקט אויף מיר, מען האט פארענדיגט כל מקדש און יעדער באטראכט מיר אזוי, וואס גייט פאר? איך פאנג אן צו ווערן רויט, וואס וויל מען פון מיר? מה חטאתי? און דאן זעה איך ווי די אדמו''ר אליין קוקט מיר אהן, אוי רבש''ע וועגן דעם קוקט מיר יעדער אן, וואס וויל מען פון מיר? האט מען אנדעקט ווער איך בין?

מיטאמאל שניידט דורך די גבאי'ס קול די שטילקייט ווי א מעסער, ''עצי שטים איז מכובד מיט מנוחה ושמחה''

yesiknow » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:35 am

· #491218
די גבאי האט זיכער עובר געוועהן אויף גילו... דארף ווערען אויסגעשפארט פאר אייביג!

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:37 am

· #491221
yesiknow
די גבאי האט זיכער עובר געוועהן אויף גילו... דארף ווערען אויסגעשפארט פאר אייביג!

די רבי האט אים געהייסן...

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:37 am

· #491222
.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:44 pm

· #491243
עצי שיטים: איך האב געקוילערט פאר געלעכטער. דעם בעל עגלה פון קאווע שטיבל האסטו זיכער באמערקט. ביים עק פון טיר. דער מיט די לאנגע, גרויסע שטיוועלאנעס. (ניין ר'איז נישט קיין סקווערער. כ'האב עדות אויף דעים.). ער האט געגעסן די שיריים פון פאטעיטא קוגל וואס די רבי האט געטיילט..!
נאר מיט איין זאך ביניך מחולק מיט דיר. דער מענטש מיט די לענגליכע רויטע בארד איז (בפירוש) נישט שמעקעדיג. איך קען איהם (כמעט. ואכמ"ל.). ער איז א פעשליכער יונגערמאן מיט א פלאטשיג'ס (אינדערוואכן) מיט א קליין, רויט בערדל...! איך ווילל נישט זאגן וואס ער טוט פאר פרנסה. ניין. ר'איז נישט קיין צייטונג (אדער מעגעזין) שרייבער...!

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:52 pm

· #491244
berlbalaguleh

דער מיטן לענגליכ'ן רויטע בארד, איז לכאורה @רויטע וואנצעס.

די בארדלאזער עושר פון לאס-ענג'לעס וואס די רבי האט געהאלטן אין איין שיקן שיריים, יא יא יענער, דאס בין איך געוועין, האסט נישט גע'חלומט דערויף, וואס?
(ווען די קימסט קיין ל.א. מאך דיך ווי די ווייסט נישט ווער איך בין, משום חשש גילוי, מאך מיר א דיל, איז זאג נישט פאר דיין ווייב אז די ביסט געוועין אין וועיגעס, און די זאג נישט פאר קיינעם אז איך בין קהל'ס נער, גיי מיר, שים נא ידך תחת ירכי........אנטשולדיגט כ'האב גארנישט געמיינט)

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 10, 2022 3:00 pm

· #491248
קהל'ס נער: יעצט האסטו מיך עכט געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! דער פסוק פון שים נא ידך תחת ירכי האט געארבעט אין אברהם אבינו'ס צייטן. היינט קענמען דיך (ח"ו) ארעסטירן פאר דעים...!.

וועגן רויטע וואנצעס האביך שוין געטראכט פון פריער...! ד

דו וועיסט דאך מן הסתם די מעשה פון דעם גנב מיט דעם נער. (נישט קהל'ס נער.). איכ'ל עס (בלי"נ) דערציילן אין מילתא דבדיחותא (אז פאלאצ'ינטא זאלל אויך הנאה האבן.) אדער אין פלאפלערייען...!

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 10, 2022 3:02 pm

· #491249
Re: וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?
גיי מיר, שים נא ידך תחת ידכי........אנטשולדיגט כ'האב גארנישט געמיינט)

וואס געשעהט אין וועגעס, בלייבט אין וועגעס.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 10, 2022 4:49 pm

· #491258
אויב איז דא דער פלאץ ווי יעדער פויקט אויס וולכע געטשקע ער דינט אדער צו וועלכע קולט ער געהערט, און אנדערע ווערטער צו וועם ער האט אוועק געשאנקן זיין מח'ל זאל יענער טוהן דאס טראכטן פאר איהם, וועל איך זאגן דאס מיינע- - -

צו וויזניץ, ווען איך זאג וויזניץ מיין איך צו זאגט נישט קיין נפק"מ די טיטול אדער דער צו נאמען, פון אויבן ביז אראפ.
צו וויזניץ געהערט איך ברוך השם נישט!
צו געהערן קיין וויזניץ מיינט דאס אז דו דארפסט א ריכטיגע מח דחוק, נישט ווי פאפא נאר אביסל אנדערש געשלייפט אבער ווייטער א מח דחוק.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 10, 2022 5:34 pm

· #491261
berlbalaguleh
עצי שיטים: איך האב געקוילערט פאר געלעכטער. דעם בעל עגלה פון קאווע שטיבל האסטו זיכער באמערקט. ביים עק פון טיר. דער מיט די לאנגע, גרויסע שטיוועלאנעס. (ניין ר'איז נישט קיין סקווערער. כ'האב עדות אויף דעים.). ער האט געגעסן די שיריים פון פאטעיטא קוגל וואס די רבי האט געטיילט..!
נאר מיט איין זאך ביניך מחולק מיט דיר. דער מענטש מיט די לענגליכע רויטע בארד איז (בפירוש) נישט שמעקעדיג. איך קען איהם (כמעט. ואכמ"ל.). ער איז א פעשליכער יונגערמאן מיט א פלאטשיג'ס (אינדערוואכן) מיט א קליין, רויט בערדל...! איך ווילל נישט זאגן וואס ער טוט פאר פרנסה. ניין. ר'איז נישט קיין צייטונג (אדער מעגעזין) שרייבער...!

ר' בערל: אודאי האב איך דיר געזען, טאקע נישט ביים טיר, אבער ביזט אנגעקומען היבש שפעט, גראדע כמעט ביים סוף, און זיך גלייך געזעצט אינטער די בארענטשעס צו עסן די איבערגעבליבענע ארבעס פונעם זכור,
און כ'וועל דיר זאגן נאך מער, איך האב אפילו באמערקט ווי בשעת'ן קייען, האט זיך דיר געעפנט די קנאבל פון דיין בארד, ס'איז אזוי געפלויגן ארויף אין אראפ, און אביסל ביר האט זיך אויסגעגאסן אויף דיין שווארצליכע בערדל... 😂

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:07 pm

· #491287
עצי שטים

עצי שיטים" לגבי דעם קנאבל ביסטו גערעכט (געווען) שוין נישט. נאר מיין בארד איז קיינמאל אין דעם גילגול נישט געווען שווארץ. היינט איז עס דאס אויכעט נישט...! איך בין מיך נוהג נישט צו עסן א סאך ארבעס. ספעציעל ביי א שלום זכור. מכמה טעמים הכמוסים עמדי...!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:14 am

· #491299

גיב נישט ארויס ציפול איינצעלהייטן...

מסתמה איז עס טאקע געווען א צווייטן,...אפשר גאר שבת אחים?? ער האט אויסגעזען אזוי נאכגעלאזט און צעבראכן, כ'מיין אז ער איז געווארן דיפרעסט אז מען האט אים אויסגעשפארט

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:15 am

· #491300
.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:15 am

· #491301
.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:52 am

· #491305
איך האב גאר א רויטליכע בערדל?

דא שטייט א געלע, לויט איינעם איז עס גאר באקסעדיג.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/94681">viewtopic.php?p=94681#p94681</a><!-- l -->

און דא זעה איך בכלל נישט קיין בארד

<a class="postlink" href="/post/176149">https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 49#p176149</a>

איך בין אליינס צעמישט!

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:24 am

· #491307
שמעקעדיג; שעם זיך נישט און געב ארויס די סודות, אהנעם בארד איז ווען דו ביסט געווען יונג, און אויף די עלטער האסטו דיך געלאזט וואקסן א בארד, און שפעטער ווען ס'שוין געווען גענוג גרויס האסטו עס ארום געטרימט ס'זאל אויסזעהן ווי ס'קומט ארויס פון א קארן פלעקס באקס.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 11, 2022 8:38 am

· #491313
יאפ, גאלדענע, האסט עס פולקאם ארויס!
די איינציגסטע זאך וואס דו האסט נישט ריכטיג, עס איז נישט קיין קארן פלעקס באקס, נאר רייס קריספיס.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:41 pm

· #491354
אה, דיבר הכותב בהוה!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:50 pm

· #491357
שמעקעדיג
יאפ, גאלדענע, האסט עס פולקאם ארויס!
די איינציגסטע זאך וואס דו האסט נישט ריכטיג, עס איז נישט קיין קארן פלעקס באקס, נאר רייס קריספיס.

ער האט געמיזט עפעס פארדרייען, כדי אז מען זאל נישט כאפן גענוי ווער די ביסט...

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:05 pm

· #491700
איך האב די פארגאנגענע נאכט (פרייטיג צו נאכטס) געחלומ'ט אז איך שטיי פאר'ן בי"ד של מעלה. מ'פרעגט מיך וואס ווילסטו (כאילו מ'פרעגט) גן עדן אדער גהינום. האביך געזאגט גהינום. שוין. איך קום אריין אין א גרויסן לעכטיגן צימער. זעהט אויס ווי א ביהמ"ד. ס'דא פיינע באקוועמע בענקלעך. א גלעזל טיי איז אנגעגרייט אויפ'ן טיש. (מיט איקוועל אדער ספלענדא פאר די וועלכע טארן נישט עסן קיין סאך צוקער). אין ביהמ"ד איז גוט ווארעם. ס'זיצט דארט נאך א איד. ער זעהט מיר אויס צו זיין באקאנט. איך רוק מיך צו נענטער צו איהם און געב איהם שלום עליכם. כ'פרעג וויאזוי ער האט געהייסן אין עולם השפל. זאגט ער טוביה מאיר. זאג איך דער פון מאמענט. יא. אבער מ'קען מיך ענדערש פון די ראבא-קאללס. פארדעים ביניך טאקע אנגעקומען דא אין גהינום. האמיר זיך אראפגעזעצט שמועסן. דארט (אין גהינום) איז געווען גרויסע פענצטער. מ'האט געקענט אריבערזעהן אין די שכינות'דיגע היכלות פון גן עדן. זעהמיר דארט אין א געוויסן היכל אין גן עדן וואו ס'איז זייער שטארק געפאקט. דארט איז דא א גרויסער עולם. די אידן וועלכע האבן געוואלט מקיים זיין געוויסע מצוות. אזוי ווי רודפ'ן די רשעים. (נישט די עכטע). און די פאשקעוויללן שרייבער און ווארפער זענען אויך דארט געווען. אויך האבן זיי נישט געוואלט עובר זיין אויף געוויסע עבירות. ווען א איד איז געקומען אין ביהמ"ד בעטן געלט האבן זיי געזאגט אז ס'איז אן עבירה א יעדן דאללער וואס מ'געט פאר איהם . האבן זיי טאקע נישט עובר געווען די עבירות. אבער אין דעם היכל אין גן עדן איז נישט געווען קיין בענקלעך. אויך נישט קיין טישן. ס'איז אויך געווען זייער קאלט. קיין ספרים זענען אויך נישט געווען פון וואס צו לערנען תורה. מ'איז נאר געשטאנען און געווארט....! זאג איך צו ר' טוביה מאיר אז ס'איז בעסער צו זיין אין דעם זעלבן גהינום וואו ער איז פארמשפט' געווארן (וועגן די ראבא-קאללס) ווי איידער אין דעם גן עדן פון די אזוי-גערופענע צדיקים אין גן עדן...וייקץ פרעה והנה חלום...!

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:15 pm

· #491701
וואס מען טראכט בייטאג חלומט מען באנאכט,
זעט אויס אז די ווערסט נערוועז אסאך מאל דורכן טאג פון די ראבא קאלס,

מען זאגט גראדע נאך פון צדיקים, אז די גהינום און גן עדן איז איין זאך, א ביה''מ אן קיין זייגער...

קהל'ס נער » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 11:31 pm

· #491714
berlbalaguleh
איך האב די פארגאנגענע נאכט (פרייטיג צו נאכטס) געחלומ'ט אז איך שטיי פאר'ן בי"ד של מעלה. מ'פרעגט מיך וואס ווילסטו (כאילו מ'פרעגט) גן עדן אדער גהינום. האביך געזאגט גהינום. שוין. איך קום אריין אין א גרויסן לעכטיגן צימער. זעהט אויס ווי א ביהמ"ד. ס'דא פיינע באקוועמע בענקלעך. א גלעזל טיי איז אנגעגרייט אויפ'ן טיש. (מיט איקוועל אדער ספלענדא פאר די וועלכע טארן נישט עסן קיין סאך צוקער). אין ביהמ"ד איז גוט ווארעם. ס'זיצט דארט נאך א איד. ער זעהט מיר אויס צו זיין באקאנט. איך רוק מיך צו נענטער צו איהם און געב איהם שלום עליכם. כ'פרעג וויאזוי ער האט געהייסן אין עולם השפל. זאגט ער טוביה מאיר. זאג איך דער פון מאמענט. יא. אבער מ'קען מיך ענדערש פון די ראבא-קאללס. פארדעים ביניך טאקע אנגעקומען דא אין גהינום. האמיר זיך אראפגעזעצט שמועסן. דארט (אין גהינום) איז געווען גרויסע פענצטער. מ'האט געקענט אריבערזעהן אין די שכינות'דיגע היכלות פון גן עדן. זעהמיר דארט אין א געוויסן היכל אין גן עדן וואו ס'איז זייער שטארק געפאקט. דארט איז דא א גרויסער עולם. די אידן וועלכע האבן געוואלט מקיים זיין געוויסע מצוות. אזוי ווי רודפ'ן די רשעים. (נישט די עכטע). און די פאשקעוויללן שרייבער און ווארפער זענען אויך דארט געווען. אויך האבן זיי נישט געוואלט עובר זיין אויף געוויסע עבירות. ווען א איד איז געקומען אין ביהמ"ד בעטן געלט האבן זיי געזאגט אז ס'איז אן עבירה א יעדן דאללער וואס מ'געט פאר איהם . האבן זיי טאקע נישט עובר געווען די עבירות. אבער אין דעם היכל אין גן עדן איז נישט געווען קיין בענקלעך. אויך נישט קיין טישן. ס'איז אויך געווען זייער קאלט. קיין ספרים זענען אויך נישט געווען פון וואס צו לערנען תורה. מ'איז נאר געשטאנען און געווארט....! זאג איך צו ר' טוביה מאיר אז ס'איז בעסער צו זיין אין דעם זעלבן גהינום וואו ער איז פארמשפט' געווארן (וועגן די ראבא-קאללס) ווי איידער אין דעם גן עדן פון די אזוי-גערופענע צדיקים אין גן עדן...וייקץ פרעה והנה חלום...!

קען זיין אז טוביה מאיר וועט גיין אין גן עדן, אבער ס'וועט האבן יענץ טעם, ער וועט זיצען אויפן גאלדענע שטיל, מיט די געפלאכטענע/געקנעפעלטע עטרה אויפן קאפ, איבער א גמ' מיט א טיי...לימא מתניתין...טררררררררר, ער הייבט אויף די טעלעפאון און ווער איז עס......נישט קיין צווייטער ווי חסדי טובים מאורות, ער האקט אראפ, נאכאמאל לימא מתניתין דלא......טררררררררר.........חסדי טובים מאורות......לימא מתניתין דלא כבן ננס....טררררררר.......חסדי טובים מאורות.......בקיצור ער וועט נישט האבן קיין מנוחה דארט ס'וועט האלטן אין איין קלינגען.....טררררררר.......שוין ווייטער ווער איז די מאמע שטיפער, ער הייבט אויף און.......חסדי טובים מאורות

ויש לומר » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 8:46 pm

· #492432
ווער בין איך
ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.

איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.

איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:25 pm

· #492439
דו פארסט גוט. שטעל דיך פאר ווען דו פארסט נאר אין איין ריכטונג, וואספארא נמאס'דיגע טעם דאס האט. וואס דו טוהסט, טראכסט, און פאנטאזירסט יעצט, מיינט אז דו ביסט א מבקש האמת, און צו דערגרייכן די ריכטיגע דירעקציע קומט נישט פון גיין יעדן טאג אין די זעלבע וועג, דאס רופט מען, מעשה קוף בעלמא.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:08 am

· #492451
ויש לומר
ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.

איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.

איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.

דעם פראז 'איין טאג א מלאך און איין טאג א גלח איז נאך ערפונדן געווארן בעפאר די ביסט געבוירן,
רוב מענטשן אויפן וועלט זענען אזוי ווי דיר, יעדן טאג עפעס אנדערש,
דאס איז די מין אנישי, אזא מין מאדנע באשעפעניש...

קאמארנער » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:00 am

· #492456
ויש לומר
ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.

איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.

איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.

א נארמאלע איד מיט א יצר הרע און א יצר טוב

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:05 am

· #492474
א ברסלב'ער תלמיד וועלכער האט אייביג עליות און ירידות. ער שטארקט זיך אייביג אויף זיינע פרעבלעמען (און יצר הרע). ער הייבט אייביג אן נאכאמאל פון אל"ף. און איז זיך קיינמאל נישט מייאש...!

נאר ער זאלל נישט אויסזעהן ווי ר' חיים. בגן עדן תהא נשמתו...!
בלאט: 1 2