☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]

ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15491
בלאט: 1 2

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:03 pm

· #507081
ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:04 pm

· #507082
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
איך בין נישט אינעם סיסטעם בכלל

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:16 pm

· #507089
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
איך בין אינעם סיסטעם און דאך טוה איך כל מה שלבי חפץ .
דאס הייסט אז איך נעם נישט קיין הוראה פון זיי, איך אנערקען נישט זייער אויטאריטעט, און דאך נוץ איך זייערע סערוויסעס און עס שאדט גאר נישט.

קהל'ס נער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:02 pm

· #507094
איך דריי זיך בין המשפתים, מען שטיפט די גרעניצען ווען קיינער קיקט נישט (אזוי ווי פרעה, אבער איך קטן נישט אין'ם hudson 😂 😂 😂 ).

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:21 pm

· #507098
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
ביטע מסביר זיין, וואס הייסט ׳אינעם׳ סיסטעם, וואס הייסט ׳ארויס׳ פונעם סיסטעם? רעדסטו פשוט פון או.טי.די?

קהל'ס נער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:32 pm

· #507101
בְּתוֹךְ עַמִּי
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
ביטע מסביר זיין, וואס הייסט ׳אינעם׳ סיסטעם, וואס הייסט ׳ארויס׳ פונעם סיסטעם? רעדסטו פשוט פון או.טי.די?
ניין, אטד אין אףף סיסטעם זענען צוויי אנדערע זאכן.
סיסטעם = דינען די קאמיוניטי מיט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס נאר מען האט מורא, פון מה יאמרו.

חב''ד הויזן » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:08 am

· #507105
קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
ביטע מסביר זיין, וואס הייסט ׳אינעם׳ סיסטעם, וואס הייסט ׳ארויס׳ פונעם סיסטעם? רעדסטו פשוט פון או.טי.די?
ניין אטד אין אףף סיסטעם זענען צוויי אנדערע זאכןץ
סיסטעם = דינען די קאמיוניטי מיט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס נאר מען האט מורא, פון מה יאמרו.
ווייס איך נאך אלס נישט וויאזוי מען קען זיין אףף סיסטעם און נישט א.ט.ד.

כפתור » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:20 am

· #507107
סאו די זאגסט אז מ'איז נישט און די סיסטעם איז מען או טי די?

צוזאמגעדרייט » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:23 am

· #507108
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
חב''ד הויזן
קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
ביטע מסביר זיין, וואס הייסט ׳אינעם׳ סיסטעם, וואס הייסט ׳ארויס׳ פונעם סיסטעם? רעדסטו פשוט פון או.טי.די?
ניין אטד אין אףף סיסטעם זענען צוויי אנדערע זאכןץ
סיסטעם = דינען די קאמיוניטי מיט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס נאר מען האט מורא, פון מה יאמרו.
ווייס איך נאך אלס נישט וויאזוי מען קען זיין אףף סיסטעם און נישט א.ט.ד.
דו ביסט טאקע אינעם סיסטעם, לאל.

דערהויבענע איד » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:25 am

· #507109
אין די הייליגע סיסטעם, איך פראביר צו האבן א גוט לעבן אינסייד.

וואס וועט זיין אין 5 יאר פון יעצט? קען זיין איך וועל אפפיצן.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:36 am

· #507115
איך האלט אז די ווארט סיסטעם איז א איינגערעדטע טערמין.
קיינער איז נישט אין א סיסטעם אויב מ'לייגט זיך נישט אליינס אריין.
דהיינו, אויב מ'שפירט באקריוודעט פון א העכערע מאכט, דארף מען גיין פאר הילף, און אז מ'גייט נישט איז מען זיך אליינס שולדיג.
דאס האט נישט מיט קיין סיסטעם, נאר ביי יעדע יומען ביאינג אין די וועלט. יעדער איז אין א געוויסע פארעם, און די ווארט סיסטעם דא, קוקט אויס ווי עפעס א שלעכטע זאך.

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:46 am

· #507117
וואס אבער אויב די אלע אזוי גערופענע "באהעלפער" באקריוודען מיך? וואס טוהט מען דאן? וואס אויב די אלע הילף גיבער פארעמען אזא מין סיסטעם וואס יעדער וואס פיט נישט גענוי ברויך קומען צו זיי פאר הילף און צאלן טבין ותקילין וואס מען האט נישט? וואס אויב זיי זאגן איך דארף הילף ווייל איך קוועטש און דרוק מיידלעך ווייל כ'האב זיי ליב און איך מיין אז ס'איז א גוטע זאך?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:48 am

· #507122
קהל'ס נער
איך דריי זיך בין המשפתים, מען שטיפט די גרעניצען ווען קיינער קיקט נישט (אזוי ווי פרעה, אבער איך קטן נישט אין'ם hudson 😂 😂 😂 ).
קהל'ס נער: נאך א מזל. ווייל ווען איינער קטנ'ט אין האדסאן (אדער אין די מקווה) קומט עס צוריק צו איהם.

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:05 am

· #507125
איך קטן דוקא יא אינעם האדסאן ווייל כ'בין חושד אז אפילו מיינע מי רגלים פארקויפט מען כדי לשרות בו את הציפורן און מען גיבט מיך נישט מיין פעיר שעיר.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:15 am

· #507127
טאמבל סאס
איך קטן דוקא יא אינעם האדסאן ווייל כ'בין חושד אז אפילו מיינע מי רגלים פארקויפט מען כדי לשרות בו את הציפורן און מען גיבט מיך נישט מיין פעיר שעיר.
גם לי גם לך לא יהיה...

האבן א "טשיפ אויף די שאלדער" און לעבן אין פארענאיע דאס א יעדער זיכט צי באקריוועדען און דאס וואס יענער האט ליעב מיז איך אטעמאטיש פיינט האבן וכו' וכ', איז נישט געזינט!
@באהעלפר האט דאס אביסעל אנגערירט

me smart » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:14 am

· #507133
הקטן
טאמבל סאס
איך קטן דוקא יא אינעם האדסאן ווייל כ'בין חושד אז אפילו מיינע מי רגלים פארקויפט מען כדי לשרות בו את הציפורן און מען גיבט מיך נישט מיין פעיר שעיר.
גם לי גם לך לא יהיה...

@באהעלפר האט דאס אביסעל אנגערירט
Wow! It's the first time I understand what your nick "hakatan" means...

צוויבל קניפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:29 am

· #507137
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
חב''ד הויזן
קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
ביטע מסביר זיין, וואס הייסט ׳אינעם׳ סיסטעם, וואס הייסט ׳ארויס׳ פונעם סיסטעם? רעדסטו פשוט פון או.טי.די?
ניין אטד אין אףף סיסטעם זענען צוויי אנדערע זאכןץ
סיסטעם = דינען די קאמיוניטי מיט זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס נאר מען האט מורא, פון מה יאמרו.
ווייס איך נאך אלס נישט וויאזוי מען קען זיין אףף סיסטעם און נישט א.ט.ד.
די פאַקט אז דו מיינסט אז זיין ארויס פין סיסטעם מיינט אויטאָמאַטיש או.טי.די. שרייט נאָר ווי מערינעיטעט די ביסט אין די סיסטעם

Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:14 pm

· #507145
באהעלפער
איך האלט אז די ווארט סיסטעם איז א איינגערעדטע טערמין.
קיינער איז נישט אין א סיסטעם אויב מ'לייגט זיך נישט אליינס אריין.
דהיינו, אויב מ'שפירט באקריוודעט פון א העכערע מאכט, דארף מען גיין פאר הילף, און אז מ'גייט נישט איז מען זיך אליינס שולדיג.
דאס האט נישט מיט קיין סיסטעם, נאר ביי יעדע יומען ביאינג אין די וועלט. יעדער איז אין א געוויסע פארעם, און די ווארט סיסטעם דא, קוקט אויס ווי עפעס א שלעכטע זאך.
פיינע חשבון. לאז אריין דער גנב ביי דער אינדערהיים ווען אימער ער וויל, און האלט א פאליס דעפארטמענט אויף ריטעינער צו קומען צירוק נעמען די גניבות.

פארדעם דארף מען א סיסטעם? אז א יעדע צוויטער יונגערמאן זאל קענען ספענדען הונדערט אלפים פאר טעראפיסטן פאר זיך פערזענליך, פאר שלום בית, און אויך אמאל פאר קינדער, כדי ער זאל "עפעס" א טעם אין לעבען האבן, כדי צו קענען אנגיין?

כ'וואלט געזאגט איר זענט סארקאסטיש, נאר סארקאזים האט אויך א שיעור.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:20 pm

· #507146
אז מ'וועט מאכן אן אשכול, צו וויסען ווער צאלט וויפיל אלס גרמא בניזקין פון די סיסטעם, באיזה אופן שהוא, וואלט דער אשכול שוין געהאלטן ביי צוואנציג זייטן.

געהעריג א בחינה פון די elephant in the room.

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:56 pm

· #507149
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
וואלווי
באהעלפער
איך האלט אז די ווארט סיסטעם איז א איינגערעדטע טערמין.
קיינער איז נישט אין א סיסטעם אויב מ'לייגט זיך נישט אליינס אריין.
דהיינו, אויב מ'שפירט באקריוודעט פון א העכערע מאכט, דארף מען גיין פאר הילף, און אז מ'גייט נישט איז מען זיך אליינס שולדיג.
דאס האט נישט מיט קיין סיסטעם, נאר ביי יעדע יומען ביאינג אין די וועלט. יעדער איז אין א געוויסע פארעם, און די ווארט סיסטעם דא, קוקט אויס ווי עפעס א שלעכטע זאך.
פיינע חשבון. לאז אריין דער גנב ביי דער אינדערהיים ווען אימער ער וויל, און האלט א פאליס דעפארטמענט אויף ריטעינער צו קומען צירוק נעמען די גניבות.

פארדעם דארף מען א סיסטעם? אז א יעדע צוויטער יונגערמאן זאל קענען ספענדען הונדערט אלפים פאר טעראפיסטן פאר זיך פערזענליך, פאר שלום בית, און אויך אמאל פאר קינדער, כדי ער זאל "עפעס" א טעם אין לעבען האבן, כדי צו קענען אנגיין?

כ'וואלט געזאגט איר זענט סארקאסטיש, נאר סארקאזים האט אויך א שיעור.
כ׳מיין אז די גאנצע זאך אז מיר זענען אין עפעס א סיסטעם איז א אנגערעדטע זאך כ׳מיין אז די גאנצע וועלט פאר אויף א געוויסע סיסטעם כ׳וויל וויסען 5 זאכען וואס די טוסט אנדרעש ווייל די ביזט אין די סיסטעם אין סתם אזוי וואלסטו עס נישט אדער יא געטוהן

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:30 pm

· #507150
זיידענע העמדל
כ׳מיין אז די גאנצע זאך אז מיר זענען אין עפעס א סיסטעם איז א אנגערעדטע זאך כ׳מיין אז די גאנצע וועלט פאר אויף א געוויסע סיסטעם כ׳וויל וויסען 5 זאכען וואס די טוסט אנדרעש ווייל די ביזט אין די סיסטעם אין סתם אזוי וואלסטו עס נישט אדער יא געטוהן
קודם געב מיר פינעף זאכן וואס די טוסט ווייל די ווילסט און נישט וועגן דעם סיסטעם, וועל איך דיר געבן די פינעף וואס די האסט געבעטן...

נ. ב. מיין ליסטע איז שוין גרייט

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:38 pm

· #507151
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
מתבודד
זיידענע העמדל
כ׳מיין אז די גאנצע זאך אז מיר זענען אין עפעס א סיסטעם איז א אנגערעדטע זאך כ׳מיין אז די גאנצע וועלט פאר אויף א געוויסע סיסטעם כ׳וויל וויסען 5 זאכען וואס די טוסט אנדרעש ווייל די ביזט אין די סיסטעם אין סתם אזוי וואלסטו עס נישט אדער יא געטוהן
קודם געב מיר פינעף זאכן וואס די טוסט ווייל די ווילסט און נישט וועגן דעם סיסטעם, וועל איך דיר געבן די פינעף וואס די האסט געבעטן...

נ. ב. מיין ליסטע איז שוין גרייט
כ׳ווייס אפילו נישט ווי צי אנהייבען

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:43 pm

· #507153
דאס איז פינעף זאכן?

פינעף זאכן חביבי, חמש. חמסה.

און לאמיר זיין קלאר. 5 זאכן וואס די, און יעדער (סיסטעם בלע”ז) טוען, אבער די טוסט עס מרצונך, נישט ברצונך.

נ.ב. מיין ליסטע האלט שוין ביי צען זאכן...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:57 pm

· #507154
זיידענע העמדל
כ׳מיין אז די גאנצע זאך אז מיר זענען אין עפעס א סיסטעם איז א אנגערעדטע זאך כ׳מיין אז די גאנצע וועלט פאר אויף א געוויסע סיסטעם כ׳וויל וויסען 5 זאכען וואס די טוסט אנדרעש ווייל די ביזט אין די סיסטעם אין סתם אזוי וואלסטו עס נישט אדער יא געטוהן
סיסטעם מיינט עטיטוד. און עטיטוד שטערט די לעבן, ביי א יעדעם איינעם שטערט די עטיטוד אין אנדערע וועג, ס'איז גורם שוועריקייטן ביי רוב מענטשען.

וואס הייסט עטיטוד? ווען די הנהגה (אויך א סיסטעם טערם....) איז out of touch פון ריאליטי, און נאך מער זיי דארפן פראטעקטן זייער אימעדזש, האלטן די עולם אינטער קאנטראל, געבן נישט קיין פלאץ פאר אינדיווידועלע מענטשען יעדער לויט זיינע באדערפענישן, מאיזה סיבה זיכען a one size fits all, וואס דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען א געזונטע זאך פאר דאס מענטשהייט.

איינע פון די עיקר שוועריקייטן ווען א מענטש זיצט אין תפיסה, אפי' אין א מינימום סעקיוריטי תפיסה, נאך נישט קענען לעבן מיט די משפּחה, איז די געדאנק אז מ'נעמט אוועק די אינדיווידואלע פרייהייט רעכטן פון א מענטש. ער מוז עסען ווען מ'הייסט, גיין שלאפן ווען מ'הייסט, אויפשטיין ווען מ'הייסט, וכו' וכו'..

ניין, כ'גיי נישט שערן מיינע 5 פראבלעמען פון די סיסטעם. קודם, ס'דא מער ווי פינף, חוץ מזה זענען די שורש פון די פינף אלע איינס. אויב די האסט אן אישו טרעפן דיינע פינף, זיי א גברא זעצט דיך אראפ מיט ישוב הדעת, נישט דא אויף קאווע שטיבל וואס איז סאשעל מידיא. קוק אריין אין דיין לעבן שטייגער און נאכדעם קום די זאגען ווי אזוי סאסייעטי אינטערעקט מיט דיין פערזענליכע לעבן און וואס איז די וועג צו פארבעסערן. קום מיר נישט זאגען אז די פראבלעמען האבן נאר מיט דיר, ווייל אויב די וואלסט געהאט פלאץ פאר זיך פון דיין סיסטעם (וואטעווער דאס איז) וואלסטו געווען א געזונטערע מענטש, און געהאנדעלט מיט דיין לעבנס סטראגעלס אסאך מער מיט שכל אין געפול, און די וואלסט געמאכט פראגרעס.

חוץ אז די ביסט די מובחר הבריאה...

די אישו פון די סיסטעם איז נישט קיין יודישע אישו. רוב מענטשן וואס זענען פרא-סיסטעם קוקען אן די סיסטעם פראבלעם מענטשן, כאילו עבדא בהפקירא ניחא להו. די זעלבע פרא-סיסטעם מענטשען, אדער באגראבן זיי זיך די קאפ און זאמד, אדער האבן זיי נישט די גברות (אויך נישט זייער שילד) צו פעיסן זייער לעבן אין פנים אריין, אדער גאר יונג וואס זענען נאך נישט אנגעקומען צו דיעלען מיט ערענסטע לייף אישו'ס.

די סיסטעם קען אלעס פארקויפן ליכטיג. און אפי' מענטשן וואס פארן מיט די סיסטעם אלס פראקטישקייט, אדער נאך מער, ווייל זיי זעהן איין באמת די גוטע זייט וואס די סיסטעם האט, נאכאלס ליידען פון די one size fits all. ס'איז נישט מעגליך אין די וועלט אז אזא מין highjacking זאל ברענגען געזונטע ריזאלטס, און צו מאכן פראגרעס מיט'ן לעבן דארף מען זיין געזונט. אפי' אויב נאר א קליינע חלק פון מענטשן ווערען ערענסט סטאָק מיט די סיסטעם, איז אויך א גרויסע פראבלעם. א סיסטעם טאר קיינמאל נישט זיין אזוי שטארק אז ס'שליסט אויס מענטשען נאר ווייל חרדיסיזם האט אויסגעשלאסן וואוילע יודישע קינדער פון יודישע לעבן.

והאמת עד לעצמו, אויב מ'איז שטארק גענוג צו זיכען די אמת.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:04 pm

· #507156
אויב וואלווי זאגט אז ס'קאסט שוין מער די הילף צוליב דעם. וויל איך עהם פרעגן, פארוואס דאן זענען די אלע בולעטינען אין די נוטראלע וועלט פול מיט סאציאלע הילף פאר דעפרעשן און דאס גלייכן? כ'האב פארשטאנען אז דו האלטסט אז די סיסטעם מאכט אן די נערוון קראנקהייטן.
די קונסט פון לעבן געלעבט איז ווען מקען לעבן אויך אין א פארעם וואס דו רופסט סיסטעם, און דאך וויסן וויאזוי מ'גייט אויפ'ן וועג און נישט אין בלאטע.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:11 pm

· #507158
@וואלווי: אז דו ביזט אזא מומחה אויפ'ן גאסישן סיסטעם וויל איך דיר פרעגן, בין איך קאנסידערד אינעם סיסטעם? אינדרויסן פונעם סיסטעם? אויפ'ן סיסטעם? אונטער'ן סיסטעם? ביים זייט פונעם סיסטעם? איך מיין אז איך בין אזוי גרויס אז איך פיט פשוט נישט אריין אינעווייניג סאו איך שטעק ארויס פון אלע זייטן...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:19 pm

· #507159
באהעלפער
אויב וואלווי זאגט אז ס'קאסט שוין מער די הילף צוליב דעם. וויל איך עהם פרעגן, פארוואס דאן זענען די אלע בולעטינען אין די נוטראלע וועלט פול מיט סאציאלע הילף פאר דעפרעשן און דאס גלייכן? כ'האב פארשטאנען אז דו האלטסט אז די סיסטעם מאכט אן די נערוון קראנקהייטן.
די קונסט פון לעבן געלעבט איז ווען מקען לעבן אויך אין א פארעם וואס דו רופסט סיסטעם, און דאך וויסן וויאזוי מ'גייט אויפ'ן וועג און נישט אין בלאטע.
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, וואס די טוסט, וואס דרוקט דיך, אדער וואס דערפרייען דיך. אבער אויב די ווייסט קלאר ווי אזוי מ'גייט אויפן וועג, און די טרעטס נישט אין בלאטע, אשריך ואשרי חלקך.

אבער אויב ס'וועט אמאל זיין (היה לא תהיה - סיסטעם..) וואס די וועסט דארפן א ברייטערע בליק, קום צירוק אהער, און מיר וועלען פרובירן צו בייהילפיג זיין.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:25 pm

· #507160
רביה''ק זי''ע
@וואלווי: אז דו ביזט אזא מומחה אויפ'ן גאסישן סיסטעם וויל איך דיר פרעגן, בין איך קאנסידערד אינעם סיסטעם? אינדרויסן פונעם סיסטעם? אויפ'ן סיסטעם? אונטער'ן סיסטעם? ביים זייט פונעם סיסטעם? איך מיין אז איך בין אזוי גרויס אז איך פיט פשוט נישט אריין אינעווייניג סאו איך שטעק ארויס פון אלע זייטן...
טייערע @רביה"ק זי"ע

ווען סדום סיסטעם וואלט נישט חרוב געווארן, וואלט מען אפגעטשאפט אלעס וואס שטעקט זיך ארויס.

כ'פרוביר נאך פארשטיין פארוואס אאע"ה האט אזוי געקרענט צו ראטעווען סדום
.

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:25 pm

· #507161
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
וואלווי
באהעלפער
אויב וואלווי זאגט אז ס'קאסט שוין מער די הילף צוליב דעם. וויל איך עהם פרעגן, פארוואס דאן זענען די אלע בולעטינען אין די נוטראלע וועלט פול מיט סאציאלע הילף פאר דעפרעשן און דאס גלייכן? כ'האב פארשטאנען אז דו האלטסט אז די סיסטעם מאכט אן די נערוון קראנקהייטן.
די קונסט פון לעבן געלעבט איז ווען מקען לעבן אויך אין א פארעם וואס דו רופסט סיסטעם, און דאך וויסן וויאזוי מ'גייט אויפ'ן וועג און נישט אין בלאטע.
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, וואס די טוסט, וואס דרוקט דיך, אדער וואס דערפרייען דיך. אבער אויב די ווייסט קלאר ווי אזוי מ'גייט אויפן וועג, און די טרעטס נישט אין בלאטע, אשריך ואשרי חלקך.

אבער אויב ס'וועט אמאל זיין (היה לא תהיה - סיסטעם..) וואס די וועסט דארפן א ברייטערע בליק, קום צירוק אהער, און מיר וועלען פרובירן צו בייהילפיג זיין.
די הערסט נישט אויף צי וויינען אויפן אזויגערופונעם סיסטעם אבער די ווייסט אליינס נישט וואס שטערט דיך בנוגע עמאשינעל אישוס זאג איך דיך צי אז ס׳גארנישט בעסער אין דיא לגעמיינע וועלט אין סתם אזוי א ריזיגע חלק פין אינזער עמאשינעל אישוס קומען פין די צווייטע וועלט מלחמה אין ס׳האט גארנישט מיטן סיסטעם

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:33 pm

· #507162

יא ס'געווארן עפעס אזא סיסטעם, און ס'דא א סיסטעם ארויס פון דעם געווארענעם אייגענעם גלות סיסטעם. אבער סיסטעם איז נישט קיין מיאוסע ווארט!
ס'איז א נאמען פון אזעלכע וואס ווייסן נישט וויאזוי מ'עסט דאס לעבן אין יעדע אומשטאנד.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:44 pm

· #507163

קודם, די סיסטעם איז די מרכבה צו טראגן יענע עימאשינאל אישו'ס פון נאכ'ן קריג. ווער דען האט עס מייסד געווען אויב נישט די איבערלעבער, מיט גוטע אינטענשאנס, אבער דאך א גרויסע פראבלעם פאר מענטשן וואס דארפן לעבן 'עכט' אין די היינטיגע וועלט. א זאך וואס איז דיזיינד פאר איין תקופה, ארבעט געווענליך נישט אין א צווייטע תקופה.

גלויבט דער בורא, אז די סיסטעם נעמט נישט איבער מיין לעבן. די שנעלער וואס מ'לערנט זיך דאס אויס אלס געזונטער איז מען, און מ'האט א טעם אין לעבן, אפי'ווען זאכן טויגען נישט, ווייל מ'איז אויס נאמבער, און אנשטאט דעם א מענטש. די אישוס אין לעבן וואס מ'האט נישט קיין אנונג ווי אזוי זיך אן עצה געבן, איז געווענליך א סייקל פון א פאר יאהר, איינער מער איינער ווייניגער, אבער צום סוף פארט מען ארויף אויף די ריכטיגע טרעק וואב ארבעט ספעציעל פאר דעם מענטש.

אז מ'וויל, קען מען זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, זיך איינרעדן אז ס'די בעסטע צו מיט טאנצען אלס א נאמבער. אבער די סייקל גייט אסאך שווערער און שפעטער אנהייבן צו ראולען. ס'איז א שאד די צייט אז מ'פארשטייט זיך נישט, וואס קען מען טוהן, עבדא ד'סיסטעם שיעבודא ניחא להו, ס'פולט סעיף און סעקיור.

בוקר טוב ארצות הברית...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:58 pm

· #507164
באהעלפער
יא ס'געווארן עפעס אזא סיסטעם, און ס'דא א סיסטעם ארויס פון דעם געווארענעם אייגענעם גלות סיסטעם. אבער סיסטעם איז נישט קיין מיאוסע ווארט!
ס'איז א נאמען פון אזעלכע וואס ווייסן נישט וויאזוי מ'עסט דאס לעבן אין יעדע אומשטאנד.
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:58 pm

· #507165
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
וואלווי
זיידענע העמדל
וואלווי
באהעלפער
אויב וואלווי זאגט אז ס'קאסט שוין מער די הילף צוליב דעם. וויל איך עהם פרעגן, פארוואס דאן זענען די אלע בולעטינען אין די נוטראלע וועלט פול מיט סאציאלע הילף פאר דעפרעשן און דאס גלייכן? כ'האב פארשטאנען אז דו האלטסט אז די סיסטעם מאכט אן די נערוון קראנקהייטן.
די קונסט פון לעבן געלעבט איז ווען מקען לעבן אויך אין א פארעם וואס דו רופסט סיסטעם, און דאך וויסן וויאזוי מ'גייט אויפ'ן וועג און נישט אין בלאטע.
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, וואס די טוסט, וואס דרוקט דיך, אדער וואס דערפרייען דיך. אבער אויב די ווייסט קלאר ווי אזוי מ'גייט אויפן וועג, און די טרעטס נישט אין בלאטע, אשריך ואשרי חלקך.

אבער אויב ס'וועט אמאל זיין (היה לא תהיה - סיסטעם..) וואס די וועסט דארפן א ברייטערע בליק, קום צירוק אהער, און מיר וועלען פרובירן צו בייהילפיג זיין.
די הערסט נישט אויף צי וויינען אויפן אזויגערופונעם סיסטעם אבער די ווייסט אליינס נישט וואס שטערט דיך בנוגע עמאשינעל אישוס זאג איך דיך צי אז ס׳גארנישט בעסער אין דיא לגעמיינע וועלט אין סתם אזוי א ריזיגע חלק פין אינזער עמאשינעל אישוס קומען פין די צווייטע וועלט מלחמה אין ס׳האט גארנישט מיטן סיסטעם
קודם, די סיסטעם איז די מרכבה צו טראגן יענע עימאשינאל אישו'ס פון נאכ'ן קריג. ווער דען האט עס מייסד געווען אויב נישט די איבערלעבער, מיט גוטע אינטענשאנס, אבער דאך א גרויסע פראבלעם פאר מענטשן וואס דארפן לעבן 'עכט' אין די היינטיגע וועלט. א זאך וואס איז דיזיינד פאר איין תקופה, ארבעט געווענליך נישט אין א צווייטע תקופה.

גלויבט דער בורא, אז די סיסטעם נעמט נישט איבער מיין לעבן. די שנעלער וואס מ'לערנט זיך דאס אויס אלס געזונטער איז מען, און מ'האט א טעם אין לעבן, אפי'ווען זאכן טויגען נישט, ווייל מ'איז אויס נאמבער, און אנשטאט דעם א מענטש. די אישוס אין לעבן וואס מ'האט נישט קיין אנונג ווי אזוי זיך אן עצה געבן, איז געווענליך א סייקל פון א פאר יאהר, איינער מער איינער ווייניגער, אבער צום סוף פארט מען ארויף אויף די ריכטיגע טרעק וואב ארבעט ספעציעל פאר דעם מענטש.

אז מ'וויל, קען מען זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, זיך איינרעדן אז ס'די בעסטע צו מיט טאנצען אלס א נאמבער. אבער די סייקל גייט אסאך שווערער און שפעטער אנהייבן צו ראולען. ס'איז א שאד די צייט אז מ'פארשטייט זיך נישט, וואס קען מען טוהן, עבדא ד'סיסטעם שיעבודא ניחא להו, ס'פולט סעיף און סעקיור.

בוקר טוב ארצות הברית...
ווייסטע וואס ביזט גערעכט

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:10 pm

· #507167
זיידענע העמדל
ווייסטע וואס ביזט גערעכט
יישר כח. האסט געמאכט מיין טאג.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:38 pm

· #507169
און מיין נאכט

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 5:07 pm

· #507175
וואס א מאכט א מענטש אין די סיסטעם און וואס שליסט אים אויס?

די קולטור? די רעליגיע? די רבנים?

לאמיר פארשטיין:

איינער וואס מקפיד צועסען נאר עי ענד בי געפילטע פיש מיט טוב-טעם חריין, פלאמס פיקעלס, שווארץ הערינג, מענקא אייער-קיכלעך, גאלדען פלאו מילך, מים חיים סודא, און טראגט דווקא א אנצוג וואס עפעס א גלאבער האט אימפארטירט קיין ניו יארק, דרייווט א מיני-ווען. פארט July and August ארויף צו די קעטסקעלס, פארט כ״א אדר קיין ליזענסק, ל”ג בעומר קיין ארץ ישראל. און האט רבי שייעלע מיט די ריבניצער אויף ליין 2. א האלבע טאג אויף וואטסאפפ און די אנדערע האלבע טאג אויף אייוועלט און קול-מבשר.

דאס מיינט אין א סיסטעם? אדער א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן א געוויסע וועג און אין א געוויסע קולטור?

כ׳טענה זיך נישט, כ׳פרוביר קודם צו פארשטיין וואס מיינט זיין אין די סיסטעם.

אויב יא איז דאך יעדער מענטש אין עפעס א סיסטעם, יעדער וואקסט אויף אין א געוויסע קולטור. די חילוק איז נאר אז אונזער סיסטעם איז דיקטערט ביי רבנים און נישט לויט די היינטיגע גאס. בקיצור אונז לעבן מעהר אין אלטמאדישע דיקטעטערישע סיסטעם?

גוט מארגן יונה!

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 5:13 pm

· #507176
פרוביר נישט צו פארשטיין....

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 5:36 pm

· #507177
וואלווי
פרוביר נישט צו פארשטיין....
לאל.

“פרוביר נישט צו פארשטיין” איז אפשר גאר די מארקער פאר ווער ס׳איז אינעם סיסטעם און ווער סאיז אינדויסן.

אויף איין זייט זענען אפאר מענטשען “וואס ווילן פארשטיין” אויף די אנדערע זייט זענען אלע מענטשען “וואס ווילן זיך לאזן פירן ביי די פירערס” און זיי דארפן נישט און ווילן נישט פארשטיין. ביי זיי איז עס- “אזוי איז די סיסטעם און פארטיג!”

די אלע וואס פרעגן קשיות ווערן אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון די סיסטעם…

ווי זאגט קארלין “זיי מסופּק אין אלעס וואס דו הערסט און לייענסט, פרעג אויף יעדע זאך קשיות, אויב איינער זאגט דיר אז מ’טאר נישט פרעגן קיין קשיות, זאלסטו אים גלייך פרעגן, פארוואס נישט?”…

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:21 pm

· #507178
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
שבת אחים
וואס א מאכט א מענטש אין די סיסטעם און וואס שליסט אים אויס?

די קולטור? די רעליגיע? די רבנים?

לאמיר פארשטיין:

איינער וואס מקפיד צועסען נאר עי ענד בי געפילטע פיש מיט טוב-טעם חריין, פלאמס פיקעלס, שווארץ הערינג, מענקא אייער-קיכלעך, גאלדען פלאו מילך, מים חיים סודא, און טראגט דווקא א אנצוג וואס עפעס א גלאבער האט אימפארטירט קיין ניו יארק, דרייווט א מיני-ווען. פארט July and August ארויף צו די קעטסקעלס, פארט כ״א אדר קיין ליזענסק, ל”ג בעומר קיין ארץ ישראל. און האט רבי שייעלע מיט די ריבניצער אויף ליין 2. א האלבע טאג אויף וואטסאפפ און די אנדערע האלבע טאג אויף אייוועלט און קול-מבשר.

דאס מיינט אין א סיסטעם? אדער א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן א געוויסע וועג און אין א געוויסע קולטור?

כ׳טענה זיך נישט, כ׳פרוביר קודם צו פארשטיין וואס מיינט זיין אין די סיסטעם.

אויב יא איז דאך יעדער מענטש אין עפעס א סיסטעם, יעדער וואקסט אויף אין א געוויסע קולטור. די חילוק איז נאר אז אונזער סיסטעם איז דיקטערט ביי רבנים און נישט לויט די היינטיגע גאס. בקיצור אונז לעבן מעהר אין אלטמאדישע דיקטעטערישע סיסטעם?

גוט מארגן יונה!
ניין, אלעס וואס דו האסט אויסגערעכנט איז ריין קולטור, סיסטעם איז לכאורה מער די שב ואל תעשה חלק, זאכן וואס דו פייגערסט צו קענען טון אבער סיסטעם לאזט נישט.

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:43 pm

· #507193
שבת אחים
וואס א מאכט א מענטש אין די סיסטעם און וואס שליסט אים אויס?

די קולטור? די רעליגיע? די רבנים?

לאמיר פארשטיין:

איינער וואס מקפיד צועסען נאר עי ענד בי געפילטע פיש מיט טוב-טעם חריין, פלאמס פיקעלס, שווארץ הערינג, מענקא אייער-קיכלעך, גאלדען פלאו מילך, מים חיים סודא, און טראגט דווקא א אנצוג וואס עפעס א גלאבער האט אימפארטירט קיין ניו יארק, דרייווט א מיני-ווען. פארט July and August ארויף צו די קעטסקעלס, פארט כ״א אדר קיין ליזענסק, ל”ג בעומר קיין ארץ ישראל. און האט רבי שייעלע מיט די ריבניצער אויף ליין 2. א האלבע טאג אויף וואטסאפפ און די אנדערע האלבע טאג אויף אייוועלט און קול-מבשר.

דאס מיינט אין א סיסטעם? אדער א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן א געוויסע וועג און אין א געוויסע קולטור?

כ׳טענה זיך נישט, כ׳פרוביר קודם צו פארשטיין וואס מיינט זיין אין די סיסטעם.

אויב יא איז דאך יעדער מענטש אין עפעס א סיסטעם, יעדער וואקסט אויף אין א געוויסע קולטור. די חילוק איז נאר אז אונזער סיסטעם איז דיקטערט ביי רבנים און נישט לויט די היינטיגע גאס. בקיצור אונז לעבן מעהר אין אלטמאדישע דיקטעטערישע סיסטעם?

גוט מארגן יונה!
אווב איינער טיט דאס אלעס ווייל ער וויל, שיערב לו, אט דאס איז קולטור.
מען רעדט אבער ווען איינער וויל נישט פאלאווען אט די אלע משוגעת'ן האט ער א סיסטעם אויפן קאפ וואס לאזט עים נישט.

איינער האט געבעיטען אפאר משלים פון סיסטעם, איז אזוי די קאנסעפט איז איינס, דהיינו "זאכן וואס די מיזט אדער טארסט נישט טוען, כאטשיג ס'האט נישט קיין פשט," ובכן
*פארן מיט א בייזיק
*גיין אין די ווינטער מיט א קאוט וואס מאכט עקשעלי ווארעם (דאכט זיך ס'הייסט א parka)
*גיין מיט סניקערס
*גיין מיט א טי שירט
*פרויען שערן די האר
*פרויען טארן נישט דרייווען
*מאכן עקסערסייז אויפן גאס
*קראנקע שידוך סיסטעם
*מענטעליטי אז אלע בחורים מיזן גיין אין ישיבה (כו"ע מודי אז ישיבה איז נישט געמאכט פאר א גרויסע פראצענט בחורים, אבער ארבעטען מאן דכר שמיה)
*מענטעליטי אז מען טאר זיך נישט גט'ן און ענדערשער זאל מען זיך שלאגן א גאנצע לעיבן
*די מאנקי סי מאנקי דא מהלך פון חתונה מאכן
געניג?

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:49 pm

· #507196
א ריזיגע חלק זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט איז עקטשילי סאטמערע אדער וויליאמסבורג'ע טיפשות, ביטע שמיר עס נישט ארויף אויף יעדעם. בנוגע די איבריגע זאכען, שרייב ביטע אפ א ליסטע פון זאכען וואס דו האלסט אז מ׳קען טוהן עס צי טוישן. לויט מיין מיינונג איז דעיס די פשוט'ע אפטייטש פין חסידות און אז ס'געפעלט דיר נישט, טויש דיין religion

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:53 pm

· #507197
מיט די תגובה האסטו זייער גוט ארויסגעברענגט אין איין סענטענס, די אפטייטש פון "סיסטעם".

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:55 pm

· #507198
קהל'ס נער
מיט די תגובה האסטו זייער גוט ארויסגעברענגט אין איין סענטענס, די אפטייטש פון "סיסטעם"
גראדע נישט

יעקב מעקסוועל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:13 pm

· #507212
זיידענע העמדל
א ריזיגע חלק זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט איז עקטשילי סאטמערע אדער וויליאמסבורג'ע טיפשות, ביטע שמיר עס נישט ארויף אויף יעדעם. בנוגע די איבריגע זאכען, שרייב ביטע אפ א ליסטע פון זאכען וואס דו האלסט אז מ׳קען טוהן עס צי טוישן. לויט מיין מיינונג איז דעיס די פשוט'ע אפטייטש פין חסידות און אז ס'געפעלט דיר נישט, טויש דיין religion
וואס האט דאס מיט סאטמאר אדער ווילי? אין קרית יואל גייט מען מיט סניקערס? אין סקווירא פארט מען מיט בייקס? וויזניץ גייט מיט טישירטס? פאפא מאכט עקסערסייז אויפן גאס?
און וואס פון די ליסט האט מיט "די פשוטע אפטייטש פין חסידות"? דער גרויסער מגיד האט געהאט א סיסטעם פון שידוכים? דער תניא האט געהאלטן מען דארף חתונה מאכן פאר טייער געלט? דער מאור עינים האט פארבאטן מאנטלען?

זיידענע העמדל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:28 pm

· #507213
וויאזוי פונקטליך מיינסטו האט מען געמאכט שידוכים אין די צייטן פון די מאור עינים? כ'גלייב מ'האט מסתמא געווארט ביז די בחור falls in love... כ'מיין וואס פונקטליך טראכסטו די שידוכים סיסטעם איז דעמאלטס געווען? אויף סאך מער א צוריקגעשטאנענע לעוועל, פליז דריי נישט קיין קאפ.

יעקב מעקסוועל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:45 pm

· #507214
איך דריי א קאפ? 😂

דו האסט געזאגט זיין ליסט איז וואס נאר סאטמאר טוט אדער פשוט חסידות, זיי אזוי גוט און זאג מיר וואס איז חסידת און וואס איז נאר סאטמאר.

אין מיינע אויגן איז זיין גאנצע ליסט די סיסטעם פון וואס מען רעדט, און לויט די ליסט בין איך ליידער אין די סיסטעם.

נעקסט לעוועל » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:32 am

· #507242
צוזאמגעדרייט
ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'

שכוח
שטארקע פראגע... ווענד זעך וואס סיסטעם באדייט
איך אריינגעדרייעט אינעם סיסטעם, אין די קהילה, מוסדות, בית מדרש הכל בכל מכל כל... ומצד שני פייף איך אויף וואס סשמעקט מיר נישט, און כגיי מיר מיין אייגענעם וועג...אבער דאך בינעך אפציעל איינער וואס איז שטארק אריינגעדרייעט אינעם סיסטעם ווערטשאפט
סא אויב איינער קען מיר געבן א קעפל צי מיין צושטאנד.. אדרבה

פרנס החודש » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:42 pm

· #507275
Re: ביסטו אינעם היימישן סיסטעם? [ק"ש אויספרעג]
[ציטאט אראפגענומען]
און זיי גרייט אויף א טעלעפאן פון דיין קינדער׳ס מוסד אז……

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:35 pm

· #507306
יודען מ'האלט שוין לאנג בעקבתא דסיסטעם... ס'כמעט שוין נישט יענע סיסטעם וואס איר באוויינט. ס'כמעט שוין נישט מעגליך צו קאנטראלירן ווי אמאל.

קידוש » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:41 pm

· #507308
איך בין אין די "סיסטעם" ווי די רופסט עס,
ניין, כבין נישט מסכים צו אלעס, אבער צו אויסטרעטען מיין אייגענע מהלך אין אבודת השם פעלט מיר גאר אסאך,
ממילא פרוביר איך ווי ווייט מעגליך נאכפאלגען די טריט פון מיינע גרויסע רביס.
איך קאליר ארויס ווען ס'פעלט אויס אן ציען אויפזאמערקייט
בלאט: 1 2