[ציטאט אראפגענומען]
איך קען דאס נאך נישט אזוי שנעל גלייבן.
די פאקט איז אז דער רבי משה שטערנבוך האט זיך ארויסגעשטעלט אפיציעל אלס אן ארויני מער ווי סיי וועלכע חבר הבד"ץ. למשל ווען עס איז שוין געווען א פארטיגע נוסח פון די עדה לטובת די אסיפה פון מהרז"ל קעגן גיוס אין בארקלעיס, האט עס הגר"מ שטערנבוך אפגעשטעלט. ער האט גענומען די צעטל און דאס אריינגעלייגט אין טאש זאגנדיג אז דאס איז נאר פון איין זייט אין סאטמאר ממילא קען מען דאס נישט שטיצן אלס פאליטיק.
נישט מער ווי א יאר שפעטער איז פארגעקומען אן ענליכע אסיפה אויך פון איין זייט אין סאטמאר איז דעמאלס הגר"מ שטערנבוך אליינס געקומען צו פארן צו די אסיפה און אויפגעטרעטן. (פארדעם האבן די רבני סאטמאר ביי אן אסיפה מיט אדמו"ר מהרי"י שליט"א דעמאלס באשלאסן אז מען גייט אים נישט אויפנעמען פאר א באזוך בשעת ער קומט צו יענעם, אין די זעלבע צייט וואס א צייט פארדעם האט ער נישט צוגעלאזט א בריוו פון די עדה פאר זייער זייט מיט די אויסרייד אז די עדה קען נישט זיין פארמישט נאר אין איין זייט).
קהילת סאטמאר מהרז"ל האט א שטארקע קהילה אין ירושלים, און אז מען נעמט אויף איינעם וואס האט זיך מער ווי איינמאל ארויסגעשטעלט אפיציעל פאר די אנדערע זייט אין זייער מחלוקה, מיינט דאס אז די הנהלת העדה רעכנט זיך בכלל נישט מיט איינס פון די גרעסטע קהילות וואס איז א חלק פון זיי.
ועוד, פאר א סיבה האט מען נישט אויפגענומען הגר"מ שטערנבוך פאר גאב"ד אין די ערשטע מינוט נאך הגרי"מ דושינסקיא.
נ.ב. אין א זייטיגע קרישקעלע איז נישט דא קיין איין פראטאקאל פון די עדה ווי מען נעמט אפיציעל אויף הגר"מ שטערנבוך אלס ראב"ד העדה. ווען זיינע מענטשן האבן אים געוואלט אויפנעמען, האט מען ביי אן אסיפה מיט די חברי העדה ארויסגעברענגט אז מען קען נישט אויפנעמען אלס ראש בית דין איינער וואס זיינע אייניקלעך לערנען אין גע'אסר'טע שקולעס, חדרים וואס מען לערנט עברית וואס איז געאסרט און אין חרם דורך די רבני העדה החרדית הקודמים.
למעשה האט ער זיך אליינס אנגעפאנגען אינטערצושרייבן מיט די טיטל "ראב"ד" און אלס כבודו איז מען געבליבן שטיל. יעצט שרייטס אלע אז איך בין א שקרן, אבער דאס איז די פאקט וואס יעדער וואס עס וויל קען דאס מברר זיין, עס איז א פאקט אז מען האט אים קיינמאל נישט אפיציעל אויפגענומען פאר ראב"ד, ער האט זיך בלויז פון זיך אליינס אינטערגעשריבן אזוי, און אזוי איז געווארן זיין טיטל.
נאכאמאל, דאוואדאוויטש מיט בלוי קענען אויפנעמען סיי וועם זיי ווילן, אבער זיי קענען נישט איגנארירן א ריזיגע קהילה פון טויזנטער מענטשן וואס איז אינטער די עדה החרדית, וואס גייט קיינמאל נישט מסכים זיין צו זיין אינטער די סמכות פון הגר"מ שטערנבוך אלס גאב"ד. ממילא גלייב איך נישט אז דאס גייט פאסירן, און טאמער יא איז דאס זעלבסטמארד פאר די עדה, ווייל זיי פייפן זיך מיט דעם אן אין איינעם פון די גרעסטע קהילות וואס איז אינטער זיי.