☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

326 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15440
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

מחצה''ק » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:51 pm

· #506303
די ראב''ד קבלת פנים אין וויליאמסבורג איז געווען אינמיטן טאג אין איז געווען גאר אויסגעשפיעלט בעיני ראיתי

signout » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 3:12 pm

· #506306
מחצה''ק
די ראב''ד קבלת פנים אין וויליאמסבורג איז געווען אינמיטן טאג אין איז געווען גאר אויסגעשפיעלט בעיני ראיתי
אויב דעיס הייסט אויסגעשפילט, דאן וויאזוי הייסט די קבלת פנים פארן גאב''ד אינמיטן טאג?
📎 photo_2018-05-30_13-08-12.jpg 📎 unnamed (26).jpg

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 4:42 pm

· #506314
אינטערסאנטער
מיליאנער
יא יא, איך ווייס אויך פון דעי בילדער. ווען איך זאג א פארפרוירענע קבלת פנים מיינט דאך עס אז ס'געווען עפעס א קבלת פנים אז נישט וואלט איך געזאגט אז ס'בכלל נישט געווען קיין קבלת פנים.

ס'געווען פונקט אינמיטן טאג, די גאב''ד איז געקומען באזוכן דעם ברך משה אינדערהיים און מ'האט ארויסגערופן די דערנעבנדיגע עטרת יואל קינדער. וזהו. ויקרא שמו קבלת פנים.

נישט געווען קיין רבנים, דיינים, קיין דרשות, ניטאמאל אין ביהמ''ד האט מען אים אריינגעפירט. ס'בכלל נישט געווען א אפיציעלע מעמד. ניטאמאל האט מען געווארט אויף פארנאכטס עס זאל זיין א גרעסערע עולם! שטעל דיך פאר דו ענדיגסט ארבעטן און דו הערסט אז די גאב''ד איז געווען באזוכן ביים רבי'ן צוויי שעה צוריק....

ווען ער איז אבער געקומען קיין קרית יואל איז די שטאט געווען איבערגעדרייט, די גאנצע שטאט איז געווען פארזאמלט אין בית המדרש מיט אלע רבנים, מיט דרשות, מ'האט אים באגלייט מיט פאקלען, מיט מוזיק, ער האט פארגעלערנט שיעורים אין ישיבה. אא''וו.
עס איז געווען א מעכטיגע קבלת פנים, איינס אין דער וועלט. און אגב די קבלת פנים וואס קרית יואל האט געמאכט פאר ר' משה שטערנבוך פאר צוויי יאר צוריק איז אויך געווען אינמיטן טאג.

ווען מען הייבט אן צו פעלשן היסטאריע און דערנאך מאלט מען וואסער צו איבערצייגן די פעלשעריי איז שווער זיך צו טענה'ן. עס זאגט שוין דער חכם מכל אדם אין קץ לדברי וכו'.
ווען איך דערצייל דיר וואס ס'איז געווען דעמאלטס ביים קבלת פנים, און דו קומסט מיט א סטעיטמענט אז 'ס'געווען א מעכטיגע קבלת פנים איינס אין די װעלט' באגלייט מיט א טוץ פון ליפטיגע דעמאגאגיע, דאן איז א שאד אויף דיין טינט.

אז דו האלטסט אז איך פעלש היסטאריע דאן קום זאגן וואס דו געדענקסט.

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 5:58 pm

· #506318
מחצה''ק
די ראב''ד קבלת פנים אין וויליאמסבורג איז געווען אינמיטן טאג אין איז געווען גאר אויסגעשפיעלט בעיני ראיתי
קודם כל ס'איז נישט געווען אויסגעשפילט. ווייט ווייט פון דעם. ס'איז געווען פונקטליך און אפילו מער אויף וואס מ'האט זיך געגרייט, די גאנצע גאס פון בעדפארד ביז לי איז געווען געפאקט מיט זקנים, אינגעלייט אין קינדער, מיט א הערליכע אויבן-אן.

און דארט ביים ראב''ד איז די עיקר מעמד געווען די גרויסע כינוס כללי ווי די ראב''ד איז געווען די צענטערפונקט. די קבלת פנים איז געווען א קליינטשיגע דעטאל פון די באזוך.

און די חידוש פון די סוקסעס איז געווען אז די גאנצע קבלת פנים איז געווען ממש פון איין סעקונדע אויף די אנדערע, אויף אזוי ווייט אז אויפן וועג צוריק פונעם מעמד האט מען געזען די געדינגענע גוים אויפהענגען די פלאקאטן וואס רופן צום קבל''פ! און ס'איז געווען פונקט אינמיטן טאג כחום היום! און מיט דעם אלעם איז געווען א ריזיגע ציבור, א דאנק די אויסטערלישע ברען און עקסטאז וואס האט דאן געהערשט.

משא''כ אום תשס''ד ווען די גאב''ד איז די ערשטע מאל געקומען אויף א באזוך קיין ניו יארק האט מען זיך געגרייט אויף דעם פאר וואכן לאנג, און דאס גאנצע וואס די די הייליגע גאב''ד האט באקומען איז געווען א באזוך ביים ברך משה אינדערהיים!!! אה, אויך האט מען ארויסגעברענגט עטליכע קלאסן פון קינדער, פון די דערנעבענדיגע ת''ת.

סאו טעל מי אבאוט היפאקריטיע.

מיליאנער » זונטאג אוגוסט 14, 2022 10:56 am

· #506355
[ציטאט אראפגענומען]
דאס אז דו ציטירסט מיך באדייט אז דו רעדסט פון מיר?

ווייל איך זע אז דו האסט נישט קיין אנונג וואס כ'האב געזאגט. ליין עס נאכאמאל איבער. אנלעסס דו ווילסט פשוט מאלן וואסער און צוריקשיסן ליידיגע סטעיטמענטס דאן איז מישען אקאמפלעשד.

פאר דיין נאלידזש: איך האב נישט געזאגט אז די גאב''ד איז געווען לעצט מינוטיג נאר פונקט פארקערט, און איך האב נישט געזאגט אז די ראב''ד איז געווען א מעכטיגע קבלת פנים, און איך האב אפילו מסביר געווען פארוואס. און איך האב אויך נישט גערעדט פון די עלטער

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 14, 2022 11:21 am

· #506357
וואס טוען יעצט די טשאלמערס, אן א גאב''ד, אן א פירער...
לכאורה די זעלבע ווי די מדינה אן בענעט...

signout » זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:52 pm

· #506362
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערסאנט יעדער איז א שקרן חוץ דו, אפשר ברענגסטו די בילדער פין ריזיגע קבלת פנים פארן גאב''ד פין ברך משה'ס פארטש... דינייען א מציאות אין שרייען אויף יעדן שקרן ווייזט אויף א שוואכע שטאנד

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:48 pm

· #506947
הער איך אז ר אהרן האט אנגערופן תולדות אברהם יצחק רבי עם געהייסן אז תולדות אברהם יצחק זאל זעהן אז די ראב"ד ווערט גאב"ד אין לויט דעם קוקט אויס אז ער ווערט טאקע גאב"ד

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:45 am

· #507019
תולדות אברהם יצחק רבי נעמט ארדערס פון ר' אהרן?

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:15 pm

· #507042
שמעקעדיג
תולדות אברהם יצחק רבי נעמט ארדערס פון ר' אהרן?
העמיר געוואור ווערן.

Feina Yid » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:17 pm

· #507043
און נאכדעם האט תוא"י רבי'ס גבאי געקאלט חיים שלמה פישער אז דער רבי זאל מער נישט קאלן דעם תוא'י רבי.

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:24 pm

· #507044
האט חיים שלמה געענטפערט אז אויב וועט מען זיך נישט קענען פארבינדן דורכ'ן טעלעפאן וועט מען מוזן קאמיוניקירן דורכ'ן סאפעסטיקירטן מייק סיסטעם פונעם גרויסן קרית יואלע ביהמ''ד...

(תגובה איז בלויז אילוסטראציע)

דאס איז נישט מיך » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:23 am

· #507120
אויב איך מעג פרעגן, ווי האט איר דאס געהערט?

און אגב לויט ווי מ'האט געשמועסט דא אין ירושלים נאך די הסתלקות פין רבינו הגדול הגאב''ד ז''ל, איז מהרז''ל בכלל נישט געווען קעגן אויפנעמען ר' משה, און ס'האט געהייסן אז זיין נציג דא ר' אפרים שטערן שטיפט עס גאר, עד כדי כך אז די סיקריקין האבן איינמאל צוגענומען זיינע וועש אין מקווה, טראץ וואס ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע ארויני.

זעהט אויס אז היינט פארשטייט מען אז פאר פוליטיק קען מען נאכנישט אפזאגן איינעם (אנדערש ווי אמאל ווען מען האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פרידמאן און די ארוינים האבן נישט געלאזט וועגן פוליטיק)

נאר אין די עדה איז דא כמה קהילות וואס ווילן נישט ר' משה הגם זיי פארשטייען אז ער איז א אדם גדול און א גאון בתורה האלטן זיי אז ער איז נישט פאסיג צי זיין ירושלימער רב, און די שאלה איז צו מ'גייט זיך רעכענען מיט זיי אדער נישט
(און פרעג מיך נישט ווער יא? ווער וועט זיין גרייט צי ווערן גאב''ד איבער ר' משה? נישט קיין חילוק, זיי ווילען עם נישט ודו''ק)

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:09 am

· #507132
שמעקעדיג
תולדות אברהם יצחק רבי נעמט ארדערס פון ר' אהרן?
אז ר' אהרן זאל רופן, נו. אבער מיינט נישט אז תא''י נעמט פון עהם. איך באקום אויך ארדערס און זיי ווארטן נאך...

מיליאנער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 10:51 am

· #507138
דאס איז נישט מיך
אויב איך מעג פרעגן, ווי האט איר דאס געהערט?

און אגב לויט ווי מ'האט געשמועסט דא אין ירושלים נאך די הסתלקות פין רבינו הגדול הגאב''ד ז''ל, איז מהרז''ל בכלל נישט געווען קעגן אויפנעמען ר' משה, און ס'האט געהייסן אז זיין נציג דא ר' אפרים שטערן שטיפט עס גאר, עד כדי כך אז די סיקריקין האבן איינמאל צוגענומען זיינע וועש אין מקווה, טראץ וואס ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע ארויני.

זעהט אויס אז היינט פארשטייט מען אז פאר פוליטיק קען מען נאכנישט אפזאגן איינעם (אנדערש ווי אמאל ווען מען האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פרידמאן און די ארוינים האבן נישט געלאזט וועגן פוליטיק)

נאר אין די עדה איז דא כמה קהילות וואס ווילן נישט ר' משה הגם זיי פארשטייען אז ער איז א אדם גדול און א גאון בתורה האלטן זיי אז ער איז נישט פאסיג צי זיין ירושלימער רב, און די שאלה איז צו מ'גייט זיך רעכענען מיט זיי אדער נישט
(און פרעג מיך נישט ווער יא? ווער וועט זיין גרייט צי ווערן גאב''ד איבער ר' משה? נישט קיין חילוק, זיי ווילען עם נישט ודו''ק)
ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ארוני און די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק? אזוי צו ספינען?

האסט געוואלט ר' משה זאל קומען באשיינען די פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין ראדני קעגן אים? האסט געוואלט ר' משה זאל אינטערשרייבן אויף די מחאה אז די ראב''ד עדה''ח איז א זקן ממרא און א חופר קברים? האסט געוואלט אז ר' משה זאל זיך אריינברעכן אין רז''ל'ס הויז ווען ער האט אים נישט געוואלט אויפנעמען אויף א באזוך? זיי מסביר וויאזוי ס'האט זיך ארויסגעשטעל''ט אז ר' משה איז א ארויני. אפשר ווען מהר''א האט געפועלט ביי אים ער זאל זיך נישט אפזאגן פון די עדה החרדית? וואספארא מין ליצנות איז דעיס אז די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק אפילו ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה צו זיין א ארויני...

די זאליס שטעלן נישט קיין קעגנערשאפט צו ר' משה'ס התמנות ווייל זיי ווייסן אז ער איז שוין בליעה''ר א בא בשנים און צופיל קאפוויי וועלן זיי נישט האבן פון אים. אזוי האפן זיי. ס'איז א דבר פשוט, און דו קענסט זיין הונדערט פראצענט זיכער, אז אויב וואלט ר' משה נאך געווען יונגער און מער ביי די כוחות וואלט די מצב גאנץ אנדערש געווען.. זיי קענען פשוט באשטיין צו שפילן יעצט 'נארמאל'.

אויב דו קענסט מיר געבן א ליסטע פון אלע קהילות וואס שטעלן זיך אקעגן ר' משה וואלט עס ציא געווען א שטארקע הילף, ווייל לויט ווי ס'איז מיך באקאנט רעדט מען דא בלויז פון תוא''י וואס האט א אייגענע פאליטישע חשבון מיט'ן ראב''ד און אויך די סיקריקישע פראקציע פון די זאליס - וואס זענען ביז געציילטע יאר צוריק געווען די זאלישע מעינסטרים - וואס ביז יעצט האבן זיי געשריגן אויף ר' משה 'שם רשעים ירקב' און פארברענט זיינע ספרים און די גאסן און יעצט קומען זיי מיט צדקות ''עה איך האלט זייער שטארק פון ר' משה איך קען נאר נישט האבן אזא איד אלס ירושלימער רב...''

און איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר ענטפערן אויב די ארונים פּרובירן יעצט אריינצושטעלן ר' הירצקא צוויבל פאר גאב''ד ירושלים אויב די זאליס וואלטן געטון אנדערש ווי די ארוינים תשס''ג...

מיליאנער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:02 am

· #507139
באהעלפער
שמעקעדיג
תולדות אברהם יצחק רבי נעמט ארדערס פון ר' אהרן?
אז ר' אהרן זאל רופן, נו. אבער מיינט נישט אז תא''י נעמט פון עהם. איך באקום אויך ארדערס און זיי ווארטן נאך...
פאר די זעלבע סיבה פארוואס תוא''י וויל נישט ר' משה פאר גאב''ד פאר די זעלבע סיבה פאסט אז זיי זאלן האבן רעספעקט פאר ר' אהרן. קהילת מהר''א איז זיי געשטאנען צו די רעכטע האנט און זייערע שווערסטע צייטן און געראטעוועט זייער אימעידזש אין די וועלט.

דערווייל קוקט טאקע אויס אז זיי נעמען עס אין באטראכט.

דאס איז נישט מיך » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:37 am

· #507140
כבוד הרב מיליאנער: איר זענט גערעכט די זאליס זענען די זעלבע פאליטיקאנטן , נאר געזאגט אז ביי די מערכה זענען זיי נישט דערקעגן זאל זיין וועלעכע סיבה די ווילסט

אבער תוא''י איז נישט די איינציגסטע קהילה אין די עדה וואס וויל נישט הגאון ר׳משה שליט''א אלטס גאב''ד
איך קען נישט אלע נעמען פון די קליינע קהילות אבער ס'איז ארום געגאנגען א גליון דא אין ירושלים פין 10 קהילות אין די עדה וואס ווילען נישט, און נאכאמאל ס'מיינט נישט אז זיי גייען עם באשמיצן נאר זיי ווילן עם נישט האבן פאר זייער רב
צווישן די קהילות קהל חסידי ירושלים, קהל פרושים, קהל משכנות הרועים , קהילות ברסלב,

טאהש'ער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 11:39 am

· #507141
דאס איז נישט מיך
כבוד הרב מיליאנער: איר זענט גערעכט די זאליס זענען די זעלבע פאליטיקאנטן , נאר געזאגט אז ביי די מערכה זענען זיי נישט דערקעגן זאל זיין וועלעכע סיבה די ווילסט

אבער תוא''י איז נישט די איינציגסטע קהילה אין די עדה וואס וויל נישט הגאון ר׳משה שליט''א אלטס גאב''ד
איך קען נישט אלע נעמען פון די קליינע קהילות אבער ס'איז ארום געגאנגען א גליון דא אין ירושלים פין 10 קהילות אין די עדה וואס ווילען נישט, און נאכאמאל ס'מיינט נישט אז זיי גייען עם באשמיצן נאר זיי ווילן עם נישט האבן פאר זייער רב
צווישן די קהילות קהל חסידי ירושלים, קהל פרושים, קהל מתמידים , קהילות ברסלב,
איר מיינט דאס ?
📎 גליון לביצור חומת העדה''ח יו''ל ע''י נאמני העדה החרדית.pdf

דאס איז נישט מיך » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 12:13 pm

· #507144
יא
ביטע ליינט אדורך די גאנצע זאך מיט כובד ראש און לייגט אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט ...

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:54 am

· #507220
דאס איז נישט מיך
יא
ביטע ליינט אדורך די גאנצע זאך מיט כובד ראש און לייגט אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט ...
כ'האב הנאה פון דיין ביטע אז מ'זאל אוועקלייגן די פאליטישע חשבונות, ווי כאילו ס'איז איין שטיק פאליטיק דאס אז מ'וויל אויפנעמען ר' משה.

א מין מאדנע מהלך פון קוקן אויב מ'וויל ר' משה אויב מ'האט אים גערופן אויפטרעטן... כ'וויל אבער קלאר ווערן אין עטליכע פרטים.

דווקא די לעצטע צען יאר. וואס טוט זיך פאר די צען יאר? יענס רעכנט מען נישט? פארוואס?

און פארוואס רעכנט מען נישט קהילת מהר''א אין בני ברק? זיי זענען נישט אינטער די עדה החרדית? וועם נאך האט מען ארויסגעשניטן?

און דו האלסט אז בוהוש האט נישט גערופן ר' משה רעדן ווייל זיינע אייניקלעך לערנען נישט אין די היימישסטע תלמוד תורה'ס? קאם אן.

וויפיל מאל האט ר' טובי' אויפגעטרעטן אין די אלע קהילות? וויפיל מאל פלעגן די פארגאנגענע ראב''ד'ס אויפטרעטן אין די אלע קהילות?

און צום לעצט, איז דאס די איינציגסטע רמז אז די קהילות האבן עפעס קעגן ר' משה? אויב יא קען מען אים מארגן מאכן גאב''ד.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:12 am

· #507236
כבוד הרב מיליאנער: קודם כל רעד איך נישט דא פאר א בי''ד און איך בין נישט מורא'דיג מדייק אין מיינע ווערטער נאר מ'שמועסט זיך אביסל אויס...
דעס איז זיכער אז אויפנעמען ר' משה האט טאקע נישט מיט פאליטיק און איך מיין אז כולי עלמא מודי אז די סיבה יא אויפצונעמען איז פשוט זיין גדלות בתורה זקן ויושב בישיבה און כוח הפסק, ועוד זיצט ער שוין אין די עדה אזויפיל יאר און איז געווען די ראש בית דין וכו'

נאר וואס דען, עס איז דא קהילות אין די עדה וואס ווילן עם נישט, על אף זיי ווייסן אז ער איז א גדול בענקים, משום סיבות שונות (אזוי ווי דו פארשטייסט אז זיי קענען נישט אויפנעמען אזא איינער ווי למשל הגרח''ק ז''ל)

אבער איר דארפט פארשטיין אז אין די גליון ווילן זיי נישט זאגן אז זיי ווילן עם נישט (זיי האלטן אז דעס ארויסשרייבן איז פוגע בכבודו) שרייבן זיי די לשון אז ער האט זיך נישט משתתף געווען וכו' אבער פארשטענדליך אז נישט דאס איז די כוונה און במילא איז נישט קיין חילוק אויב פאר 10 יאר האט ער יא און אויב די גאב''ד ז''ל האט וכו', ווייל די כוונה איז עפעס אנדערשט ודו''ק

און כלפי קהילת מהר''א אין בני ברק, קען איך פרעגן נאך קשיות אויף די אנדערע נומערן, איך בין נישט זיכער אז עס איז טאקע אזוי ווי זיי שרייבן אבער די נקודה בלייבט די זעלבע אז עס איז דא עכ''פ א חלק אין די עדה וואס ווילן עם נישט.

Chasidishmashpia » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:06 am

· #507238
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז זיכער יא געווען א הוא אמינא די מיינסט צו פרעגן פארוואס עס איז נישט געווען די מסקנא.....

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:49 am

· #507245
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווארט אויף א ענטפער ווי ר' משה האט זיך אנגענומען פאר די ארונים. קיינמאל האט ער זיך נישט אריינגעמישט אדער גענומען די מינדעסטע צד אין א אינערליכע פאליטישע אנגעלעגענהייט. און טאקע פאר דעם האט ער נישט געלאזט ברעכן די טראדיציע אז די עדה מישט זיך נישט אין קיין פאליטיק, און נישט געלאזט די בי''ד ארויסגעבן א בריוו לטובת די זאלישע כינוס תשע''ז בשעת וואס מהר''א איז געווען קעגן די כינוס.

דאס אז ר' משה פאר זיך האט א שטערקערע געפיל פאר מהר''א, און דאס אז ער איז פערזענליך געקומען צו זיין כינוס איז נישט קיין שום סיבה ער זאל נישט מעגן זיין ראב''ד. אויב האט ער פערזענליך איינגעזען די פאלשקייט פון קהילת מהרז''ל ביי די קברים פרשה, און ער רייסט זיי אראפ אויפ'ן שארפסטן אופן אין זיין שו''ת תשובות והנהגות, האט דאס סך הכל מיט זיין אייגענע מיינונג. אדרבה, ווייז מיר ווי ער האט זיך אנגענומען פאר די ארוינים. אויב עפעס זענען די ארוינים שטענדיג געשטאנען אויף זיין זייט.

דו ווילסט דעיס צוגלייכן צו ריח''מ? די אפיציעלע דיין פון מהרז''ל וואס איז געשטאנען בראש פון די פאליטיק קעגן מהר''א? אזויווי כ'האב שוין געזאגט אויבן, ס'איז פונקט אזויווי די ארוינים זאלן וועלן קרוינען ר' הירצקא צוויבל פאר גאב''ד.

לגבי דיין באמבעדיגע קשי' פון צוואנציג יאר צוריק, יעדע בר דעת פארשטייט אז ווען מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגע תלמיד חכם קוקט מען אויף אנדערע זאכן וואס מ'קוקט ווען מ'רעדט פון א 96 יעריגע גאון וואס איז בפועל געשטאנען בראש פון די עדה פאר די לעצטע צוואנציג יאר. און ווער ס'פארשטייט נישט זאל ווייטער פרעגן די קשי'.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:01 am

· #507246
דאס איז נישט מיך
כבוד הרב מיליאנער: קודם כל רעד איך נישט דא פאר א בי''ד און איך בין נישט מורא'דיג מדייק אין מיינע ווערטער נאר מ'שמועסט זיך אביסל אויס...
דעס איז זיכער אז אויפנעמען ר' משה האט טאקע נישט מיט פאליטיק און איך מיין אז כולי עלמא מודי אז די סיבה יא אויפצונעמען איז פשוט זיין גדלות בתורה זקן ויושב בישיבה און כוח הפסק, ועוד זיצט ער שוין אין די עדה אזויפיל יאר און איז געווען די ראש בית דין וכו'

נאר וואס דען, עס איז דא קהילות אין די עדה וואס ווילן עם נישט, על אף זיי ווייסן אז ער איז א גדול בענקים, משום סיבות שונות (אזוי ווי דו פארשטייסט אז זיי קענען נישט אויפנעמען אזא איינער ווי למשל הגרח''ק ז''ל)

אבער איר דארפט פארשטיין אז אין די גליון ווילן זיי נישט זאגן אז זיי ווילן עם נישט (זיי האלטן אז דעס ארויסשרייבן איז פוגע בכבודו) שרייבן זיי די לשון אז ער האט זיך נישט משתתף געווען וכו' אבער פארשטענדליך אז נישט דאס איז די כוונה און במילא איז נישט קיין חילוק אויב פאר 10 יאר האט ער יא און אויב די גאב''ד ז''ל האט וכו', ווייל די כוונה איז עפעס אנדערשט ודו''ק

און כלפי קהילת מהר''א אין בני ברק, קען איך פרעגן נאך קשיות אויף די אנדערע נומערן, איך בין נישט זיכער אז עס איז טאקע אזוי ווי זיי שרייבן אבער די נקודה בלייבט די זעלבע אז עס איז דא עכ''פ א חלק אין די עדה וואס ווילן עם נישט.
הייסט די סיבות וואס מ'געט אן אין דעי קונטרס איז נישט אמת, די נאמבערס פון די קהילות איז קלאר ארומגעחושט, איז פארוואס למען השם ליגט נאך די קונטרס דא אפן? צו לאזן וויסן אז די סיקריקים זענען קעגן ר' משה מחמת סיבו''ת שונו''ת דארף איך נישט דעי פאשקעוויל.

דו גלייכסט צו ר' משה צו ר' חיים קאניעבסקי? ביזט פאר ריעל? זיי מיר מסביר דיין צוגלייך. חוץ פון דעם וואס ר' משה אטעמט מיט זיין שנאה קעגן די ציונים, יעדע דרשה איבער סיי וועלכע נושא פארט גלייך אריין אין די 'רשעים' 'מדאר'ף רחמי שמים' 'די מדינה זאל בטל ווערן'.

גייסטו מיר ענטפערן 'נע, איך גלייך אים נישט צו, איך זאג נאר אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז ר''ח קען נישט זיין גאב''ד אזוי אויך איז דא מענטשן וואס האלטן אזוי לגבי ר' משה', סאו ביטע הער אויף צו גיין אין סירקלס, דו קענסט מיך זאגן פאר א גוט יאר איינמאל פאר אלעמאל א גוטע סיבה פארוואס מ'זאל שטעלן ר' משה אין א זייט און אויפנעמען א צווייטן? אן קיין צד השוה'ס, הקישים, צען יאר, סיבות שונות וכו' וכו' רעדט קלאר.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:07 am

· #507247
איך וועל אייך זאגן זייער קלאר איין סיבה פארוואס זיי ווילן נישט ווייל זיי האלטן אז ער האט פוגע געווען אין די כבוד פון די גאב''ד ז''ל

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:21 am

· #507250
כבוד הרב מיליאנער: אויף דעם שטיקל וואס איר האט געשריבן
אויב האט ער פערזענליך איינגעזען די פאלשקייט פון קהילת מהרז''ל ביי די קברים פרשה, און ער רייסט זיי אראפ אויפ'ן שארפסטן אופן אין זיין שו''ת תשובות והנהגות, האט דאס סך הכל מיט זיין אייגענע מיינונג.
איך ווייס נישט צו איר ווייסט אבער די מערכה אויף די קברים האבן די זאליס נישט אנגעפירט, יא זיי האבן מיט געשטימט, אבער נישט קעגען זיי האט זיך די ראב''ד געקריגט, די מערכה אויף די קברים האט אתרא קדישא אנגעפירט בראשות ר' דוד שמידל וואס פירט אהן אלע מערכת אויף קברי ישראל און ס'האט מיט געשטאנען מיט עם ביי יענע מערכה א גרויס חלק פון די עדה החרידית ווי די גאב''ד ז''ל און הגאון ר׳אברהם יצחק אולמאן שליט''א הגאון ר׳יהושע ראזענבערגר שליט''א און הגאון ר׳יהודה פישער שליט''א ועוד

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:35 am

· #507253
דאס איז נישט מיך
איך וועל אייך זאגן זייער קלאר איין סיבה פארוואס זיי ווילן נישט ווייל זיי האלטן אז ער האט פוגע געווען אין די כבוד פון די גאב''ד ז''ל
וואס???? הסבר ביטע.

דאס איז נישט מיך » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:42 pm

· #507257
אזוי ווי איך האב געשריבן אז ''זיי האלטן'' ס'מיינט נישט טאקע אבער זיי קוקן עס אזוי אהן,
און די סיבה ווי איך פארשטיי איז די מעשה פון די קברים אין בית שמש וואס הגאון ר' משה שליט''א האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די פסק פון די גאב''ד ז''ל,
נאכאמאל יעדע רב דארף פסק'נען ווי ער פארשטייט, אויב אזוי וואס איז די פראבלעם?
וועל איך פרובירן מסביר זיין ווי אזוי זיי קוקן עס אהן, הגם ס'מיז נישט זיין אז ס'איז טאקע אזוי,
מיט א משל וואס איז נישט אינגאנצן די זעלבע אבער עטוואס ענדליך,

ווער ס'געדענקט ביי די פרשה פון די פאבליק סקול איז איינער פון די רבנים וואס זענען ארויסגעקומען אקעגן סאטמאר געווען הגאון ר' יחזקאל רוטה ז''ל און פאר חסידי סאטמאר האט עס געשטערט, זיי האבן עס אנגעקוקט ווי א פגיעה אין די כבוד פון זייער רבי (און מיט רעכט),

יעצט לאמיר זאגן אז סאטמאר וואלט געווען א קהילה וואס נעמט אויף א רב און ס'גייט נישט מיט ירושה און משפּחה, פארשטייט יעדער אז מ'וואלט נישט אויפגענומען ר' יחזקאל ז''ל (אפילו די רבי ז''ל בעל ויואל משה האט עם ממנה געווען אלס דיין אין ב''פ) ווייל ער האט פוגע געווען אין כבוד פונעם רבי'ן די ברך משה ז''ל קומט נישט ער זאל עם איבערנעמען, אפילו ער איז א ריזיגע ת''ח און שטימט בעצם מיט די קהילה און האט ס''ה ביי איין זאך ג'פסק'נט אנדערשט ווי די רבי פאר עם ווייל ער האט געהאלטן אז אזוי איז די הלכה,

עכ''פ יא די קענסט טרעפן חילוקים און זאגען אז עס איז נישט די זעלבע זאך, אבער מ'קען עס פארשטיין אפילו מ'האלט נישט אזוי.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 1:17 pm

· #507259
איך גיי נישט אריינגיין אין מחלק זיין די לעכערליכע צאמשטעל, זינט דו האסטעך שוין אליינס באווארענט אז דו ווייסט אויך אז ס'איז נישט גלייך... אבער אפילו אונז גיימיר יא גיין מיט דעי צאמשטעל שטימט אויך נישט דעי תורה, ווייל דו קענסט נאר באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן די גאב''ד נאר אויב דו האסט שוין אין פירסט פלעיס דאונגרעיטעד די ראב''ד ווערסוס די גאב''ד, אבער אויב ביידע שטייען אייניג בראש העדה האט דאך נישט קיין זין אז די חברי העדה זאלן באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן דעם גאב''ד.

למה הדבר דומה, אויב זאל למשל רז''ל פילאפ האבן א מחלוקה אין א הלכה מיט רש''ל וויינבערגער, און די קהילה גייט און ווארפט ארויס הרב פילאפ פונעם בית דין צוליב וואס ער איז געגאנגען קעגן הרב וויינבערגער... ס'מאכט דאך נישט קיין סענס.

איז דו מוזט בע''כ זאגן אז דו האסט שוין מתחילה געפסלט ר' משה, וויל איך וויסן פארוואס. פארוואס ווילן מכלומר'שט דעי פיפצן קהילות נישט האבן ר' משה פאר גאב''ד?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 6:48 am

· #507326
מיליאנער, איז נישט דער גאב"ד אויף א העכערע פאזיציע פון דעם ראב"ד?

גאנצל » זונטאג אוגוסט 28, 2022 6:06 pm

· #507502
יעפ פלוצים

גייט ר' משה פארוואנדלט ווערן אין גדול הדור אדער גאר בעל תשובה אזוי ווי ר' שמואל אויערבאך

די בלאפערס קענסטו אלעס ערווארטן

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 10:28 pm

· #507511
כ'ווייס נישט צו מ'האט דאס צעקייעט שוין, אבער ווארשיינליך האט דאס געמוזט צעקייעט ווערן. אז דאס עצם שטעלן דעם ר' טובי' אלץ גאב''ד איז מאדנע, מטעם אז ער פלעגט אלץ מיטהאלטן אין אנטווערפן אלע פארברענגענס פון אלע שיכטן, בכלל אגודה, ולמעלה בקודש...
הלמאי אז ער איז גאר געווען דער גאב''ד פונעם קנאישער שבט?
כ'האב עס יעצט רילייזט מער וועגן די בילדער וואס זענען פארשפרייט פון עהם נאכן פטירה.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:00 am

· #507519
באהעלפער
כ'ווייס נישט צו מ'האט דאס צעקייעט שוין, אבער ווארשיינליך האט דאס געמוזט צעקייעט ווערן. אז דאס עצם שטעלן דעם ר' טובי' אלץ גאב''ד איז מאדנע, מטעם אז ער פלעגט אלץ מיטהאלטן אין אנטווערפן אלע פארברענגענס פון אלע שיכטן, בכלל אגודה, ולמעלה בקודש...
הלמאי אז ער איז גאר געווען דער גאב''ד פונעם קנאישער שבט?
כ'האב עס יעצט רילייזט מער וועגן די בילדער וואס זענען פארשפרייט פון עהם נאכן פטירה.
ס'געווען די זעלבע מאדנע ווען מ'האט גענומען די מנחת יצחק, נאר דעמאלטס האט זיך ארויסגעשטעלט ווי געלונגן דאס איז געווען האט מען עס נאכאמאל געטון.
די אמת איז אבער אז פאר א בר שכל איז עס בכלל נישט מאדנע. זיך באטייליגן ביי אלע שיכטן איז מענטשליך און ערווארטעט ווען איינער איז אויף א פאזיציע ווי ער דינט די אלע שיכטן. די מנחת יצחק און מאנטשעסטער און ר' טובי' אין אנטווערפען האבן געטון זייער פליכט בנאמנות דינענדיג אלץ רב/דיין פון די קהילות החרדים אין שטאט. דאס דארף גארנישט האבן צו טון מיט זייערע פערזענדליכע שיטות בעניני קנאות. ער קען זיין א קנאי (וואטעווער דעט מיענס) און נאכאלץ רעספעקטירן אנדערע מיינונגן. איינמאל מ'ווערט אויפגענומען אין עדה החרדה החרדית שטעלט מען זיך צו צו זייער מסורה און די פסקים פון זייערע רבנים.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:48 am

· #507525
איך נעם ארויס דערפון פארקערט, אז די גאנצע קנאות וואס די עדה החרדית שטעלט א פנים, איז נישט מער ווי א איבריגע קנעפל אויפ'ן מאנטל. ס'איז א פאסטן פון פרעזידענט פון ארטאדאקס אין די היימישע ירושלים. און אויף דעם ארויף קען דער ראב''ד זיין גאב''ד, און אז ס'פעלט אויס קען די אויסוואל זיין היבש גרויס.

דאס איז נישט מיך » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:07 pm

· #507540
אין די נייעס אין א"י איז געמאלדען געווארן אז יעצט אכט אזייגער אין א"י גייט פארקומען א אסיפה אין בניני עדה החרדית ווי די 40 נציגי הקהילות וועלן שטימען אויב הראב"ד שליט"א זאל ווערן גאב"ד אדער נישט
אויב גייט זיין 21 וואס ווילן יא וועט ער ווערן
און אויב גייט זיין 21 וואס ווילן נישט גייט די אפציע אראפ פין טיש

דאס איז נישט מיך » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:30 pm

· #507542
פאלגענד זענען די 40 נציגי הקהילות לפי סדר הא"ב

אנשי ירושלים 1
ברסלב 5
דושינסקי 5
משכנות הרועים 2
סאטמאר מהר"א 5
סאטמאר מהרז"ל 5
פרושים 4
קהל חסידי ירושלים 1
תולדות א''י 5
תולדות אהרן 5
תפארת ירושלים 2

ששון ושמחה » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:36 pm

· #507548
ווי מ'הערט איז די וואלן שוין געענדיגט און די אפיציעלע נאמבערס קומען ארויס בקרוב. אומאפיצעיעל איז שוין ארויסגעקומען באריכטן אז הגאון רבי משה שטערענבוך איז אויסגעקליבן געווארן אלץ גאב"ד

חב''ד הויזן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:43 pm

· #507550
נאופ. מ'האט אפגעשטופט די וואלן ביז קומענדיגע יאר.

יעדער לייגט צוריק די ברוינפן (אדער די מיסט קאסטענעס)

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:01 pm

· #507552
📎 IMG_20220829_150114_903.jpg

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:18 pm

· #507556
איין זאך איז זיכער אז תולדות אברהם יצחק טאר נאמאר באקומען פון די ארוינים קיין פעני אז דעס איז די הכרת הטוב ווען ער איז געווען צונאר אין די וועלט אין די ארוינים זענען געווען די איינציגסטע וואס האבן אים געשטיצט אין יעצט ווען מהר"א האט אים פערזענלעך געבען צו שטיצן ר משה האט ער עס געהרגעט זאל ער גיין בעטען פון די זאליס געלט זיי האבן גענוג

חב''ד הויזן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:19 pm

· #507557
הרב אולמאן האט געסטראשעט צו רעזיגנירן אויב ר' משה פאלט דורך.

(די שאלה איז אויב אין דעם איז אויך נכלל אפשטיפן פאר א יאר, וואס איז א בחינה פון ''בלייבן זיצן אין די קאר'' וד''ל...)

דאס איז נישט מיך » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:23 pm

· #507558
איך מיין אז אויב וואלט מען עם יעצט אויפגענעמען וואלט געווען א גרעסערע בזוין כבוד התורה (ס'וואלט נישט געברענקט גרויס כבוד פאר ר' משה, ווער ס'פארשטייט די מצב דא)

דאס איז נישט מיך » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:26 pm

· #507560
מאנרא יונגערמאן
איין זאך איז זיכער אז תולדות אברהם יצחק טאר נאמאר באקומען פון די ארוינים קיין פעני אז דעס איז די הכרת הטוב ווען ער איז געווען צונאר אין די וועלט אין די ארוינים זענען געווען די איינציגסטע וואס האבן אים געשטיצט אין יעצט ווען מהר"א האט אים פערזענלעך געבען צו שטיצן ר משה האט ער עס געהרגעט זאל ער גיין בעטען פון די זאליס געלט זיי האבן גענוג
אז די פארשטייסט אז ער דארף מכיר טובה זיין פאר ווער ס'האט עם געהאלפען איז פארקערט פאר ווער ס'האט עם געטוהן די פארקערטע וד"ל

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:32 pm

· #507561
דאס איז נישט מיך
מאנרא יונגערמאן
איין זאך איז זיכער אז תולדות אברהם יצחק טאר נאמאר באקומען פון די ארוינים קיין פעני אז דעס איז די הכרת הטוב ווען ער איז געווען צונאר אין די וועלט אין די ארוינים זענען געווען די איינציגסטע וואס האבן אים געשטיצט אין יעצט ווען מהר"א האט אים פערזענלעך געבען צו שטיצן ר משה האט ער עס געהרגעט זאל ער גיין בעטען פון די זאליס געלט זיי האבן גענוג
אז די פארשטייסט אז ער דארף מכיר טובה זיין פאר ווער ס'האט עם געהאלפען איז פארקערט פאר ווער ס'האט עם געטוהן די פארקערטע וד"ל
ניין א גוטע מענטש איז מכיר טובה אין א בעבי נעמט נקמה

דאס איז נישט מיך » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:32 pm

· #507562
אגב דא אין ירושלים האט מען געשמועסט אז סיי מהרז"ל און סיי תולדות אברהם יצחק שטיצען יא די ראב"ד פאר גאב"ד
אבער די אמת ווייס איך נישט און וואס איז דארט פארגעגאנגען ווייס איך אויכט נישט

כלבאשבוע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:37 pm

· #507563
די חשבון פון תוא״י מיט הגר״מ גייט שוין צוריק 25 יאר, סאיז אפילו נישט געווען עקספעקטעד אז זיי זאלן אים שטיצן

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:54 pm

· #507566
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית
מאנרא יונגערמאן
דאס איז נישט מיך
מאנרא יונגערמאן
איין זאך איז זיכער אז תולדות אברהם יצחק טאר נאמאר באקומען פון די ארוינים קיין פעני אז דעס איז די הכרת הטוב ווען ער איז געווען צונאר אין די וועלט אין די ארוינים זענען געווען די איינציגסטע וואס האבן אים געשטיצט אין יעצט ווען מהר"א האט אים פערזענלעך געבען צו שטיצן ר משה האט ער עס געהרגעט זאל ער גיין בעטען פון די זאליס געלט זיי האבן גענוג
אז די פארשטייסט אז ער דארף מכיר טובה זיין פאר ווער ס'האט עם געהאלפען איז פארקערט פאר ווער ס'האט עם געטוהן די פארקערטע וד"ל
ניין א גוטע מענטש איז מכיר טובה אין א בעבי נעמט נקמה
מען רעדט נישט פון נקמה, נאר פשוטע אחריות נישט אויפצונעמען פאר רב איינער וואס האט זיך געפירט נישט מיט יושר (לשיטתם).

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:08 pm

· #507569
פרנס החודש

ווען ר' מרדכי דוד באבוב האט געגעבן די הענט פאר דעם דיין וואס האט געגעבן אלעס פאר ר' בנציון האט ער געוויזן אז ער איז אן ערענסטע מענטש וואס רעספעקט דעת תורה.
פירן א פייט מיט איינער וואס האט 25 יאר צוריק גע'פסק'נט אנדערש ווי דו ווילסט, וואס גראדע האבן אלע דיינים געזאגט אז דעס איז די הלכה, די גרעסטע ראיה איז אז תולדות אברהם יצחק אליין האט אנגענומען די פסק, ווייזט אויף קינדערישקייט.

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:12 pm

· #507571
סתם א פראגע צו אלע זאליס דא וואס האבן געזאגט אז צד מהר"יי שטיצט די אויפנעמען ר משה בין איך נייגעריק וואס עס איז פלוצלינג געשהן

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:54 pm

· #507592
Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב
מאנרא יונגערמאן
ווען ר' מרדכי דוד באבוב האט געגעבן די הענט פאר די דיין וואס האט געגעבן אלעס פאר ר' בנציון האט ער געוויזן אז ער איז אן ערנסטע מענטש וואס רעספעקט דעת תורה.
פירן א פייט מיט איינער וואס האט 25 יאר צוריק גע'פסק'נט אנדערש ווי דו ווילסט, וואס גראדע האבן אלע דיינים געזאגט אז דעס איז די הלכה, די גרעסטע ראיה איז אז תולדות אברהם יצחק אליין האט אנגענומען די פסק, ווייזט אויף קינדערישקייט.
קוק איבער מיין תגובה און זאג מיר אויב דו האסט זיך באצויגען דערצו אדער פשוט איבערגע'חזר'ט וואס דו האסט שוין געשריבן אויבן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7