לייגט די אלע פאליטיק אין אז זייט. מיר באדערט אסאך א וויכטיגער זאך.
וואס וועט זיין מיט אלע פירצות נוראות, חילולי שם שמיים, חורבן הבית, גזירות השמד?
ווער וועט לוחם זיין די פייערדיגע גורל'דיגע מלחמות הקודש און מקנא זיין קנאת השם צבקות קעגן די שונאי ישראל, מלכות הרשעה, מינים, כופרים, זדים, עלטער-זדים, מסיתים, מחבלים, מתחברים לרשעים, סגני רשעים, סתם רשעים, בייתוסים, שבתאים, משכילים, ציונים ועוד . און בפרט יעצט ווען שלומי אמוני ישראל שטייען אויס די אלע מזימות ווען די סטרא אחרא פראווט צו צוברעכן די וועדת הרבנים היה לא תהיה? און אויך ווי מ'שטייט יעצט פאר די טמא'נע בחירות הטמאות רח"ל הס מלהזכיר, הא?
און ווער וועט ווארפן טעראר אויף די מחטיאי הרבים פון די סלולאר געשעפטן, ווער וועט פאברענען מיסטקאסטענעס אפצושטעלן דעם רכבת הטומאה, ווער וועט פארשפרייטן פאשקעווילן ערב שבת להוציא מלבן של צדוקים ימ"ש, און ווער וועט דערמאנען כלל ישראל אז אלע צרות קומען פון די שייטלעך רח"ל הל"ת?
און צום לעצט : ווער וועט הייסן פאר ארץ ישראל זיך מזדזעזע זיין ת"'ק פרסה על ת"ק פרסה, פאר די אויערן צו מצילנה זיין און פאר די מענטשן זיך מתחלחל זיין און מביע זיין שאט נפש ווען די 'לוחמים' זענען פארנומען זיך צו הארגענען צווישן זיך????
כלל ישראל מה תהא עליה?!