☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » 9/11 איז עס א אינסייד דזשאב ?!

9/11 איז עס א אינסייד דזשאב ?!

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1537
בלאט: 1 2

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:38 am

· #36771
9/11 איז עס א אינסייד דזשאב ?!

לאדיך אפ » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:40 am

· #36773
ניין, 9-11 איז נישט קיין אינסייד דזשאב. די אינסיידערס טויגן סאך בעסער.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:46 am

· #36776
וואס האט אמעריקע בענעפעטירט דערפון? און אויב איז עס אן אינסייד דזשאב, האט בוש געוואוסט דערפון?

DotCom » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:54 am

· #36780
געב עס נאך אפאר יאר און די גאנצע 9/11 וועט מען לייקענען...

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:55 am

· #36781
זר זהב
וואס האט אמעריקע בענעפעטירט דערפון? און אויב איז עס אן אינסייד דזשאב, האט בוש געוואוסט דערפון?

ווער עס האט בענעפירט דערפין איז א צווייטע פראגע,
די ערשטע פראגע איז צי עס איז דא באווייזען אז ס'געווען איינגעפלאנצט אויפרייס מאטריאל אין די בילדינגס, אין די תירוץ איז יא,

נאכדעם קומט די פראגע ווער האט עס געטוהן אין וואס האבען זיי געהאט דערפין?

די תירוץ איז איך ווייס נישט, חאטשיג איך האב טעאריעס,

צי בוש האט געוויסט דערפין כ'ווייס נישט, ס'קען זיין, אין ס'קען זיין אז נישט,

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:34 am

· #36787
Re: 9/11 איז עס א אינסייד דזשאב ?!
באווייזען אז עס איז געווען אויף רייס מאטריאל אין די בנינים, איז דא כמעט אזוי ווי עס איז דא באווייזען אז יאשקע איז געפלויגען ווי א פויגעל.
ווי זענען די באווייזען?
אפאר קליפס אויף יוטוב וואס טענה'ן אז ס'מוז זיין?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

דבילה » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:36 am

· #36800
איחוד פעלד
באווייזען אז עס איז געווען אויף רייס מאטריאל אין די בנינים, איז דא כמעט אזוי ווי עס איז דא באווייזען אז יאשקע איז געפלויגען ווי א פויגעל.
ווי זענען די באווייזען?
אפאר קליפס אויף יוטוב וואס טענה'ן אז ס'מוז זיין?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

אינ'ם ביכל פון מייקעל וועקס טענה'ט ער אז די אויסדריק "נישט געשטויגן און נישט געפלויגן" באציט זיך צום עלייה פון יאשקע...

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:20 am

· #36811
זיי טענהן אז יא

אין אויבן אויף קען זיי זיי רעדן צום זאך. די פראבלעם איז נאר די זעלבע חברה פרעגן אפ ריליזשען במילא איז שווער אנצינענמען אז זיי רעדן צים זאך <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=oZgT1SRcrKE">http://www.youtube.com/watch?v=oZgT1SRcrKE</a>

randy_couture » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:14 am

· #36831
I haven't listened to the first full video. But as it seems to they start the video by getting into ur mind that there ware trucks delivering something and of course it was explosive. that's What the video wants u to think.

But let me first ask u. Do you have any prove that those trucks even existed?
And let's say it did. They ware delivering gold. Did you know that the wtc had a lot gold storage.

This video is full of lies and crap. It was never planned in any way shape or form by the US government. Knock it out of ur head.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:16 pm

· #36920
וואקסינען איין גרויסע בלאף, לבנה לאנדינג איז א בלאף, סעפטעמבער 11 א אינסייד דזשאב, וואטס נעקסט? UFOs?

[quote="יידל"]פראפעסער שפירא, איך וואלט שוין געווארן משוכנע, אבער עס איז פערצופאל וואס כ'בין געוואויר געווארן אז דו האלטסט אויך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך א סיקרעט סאסייעטי און אז מ'האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה. זעענדיג אז דו האסט א שטריך און דיר צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, ווייס איך שוין נישט צו איך קען זיך פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט דא און איך וועל אליינס מוזן מברר זיין. דערווייל, ביז איך בין מברר, פארלאז איך מיך אויף די קאנצענזוס.[/quote]

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:26 pm

· #36926
וואס נעקסט? חסיד'ישע מעשיות איז בלאף! (לפי דברי שיטה מקובצת)

איינער » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:34 pm

· #36929
פעסטערייזען איז אויך בלאף.
מר. פראפעסאר, איז דא איין קאנספיראציע וואס דו גלייבסט נישט?

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:36 pm

· #36933
אפשר ווערט ער באלד א האלאקאסט דינייער, געווענליך גייט עס צוזאמען מיט די אלע אנדערע קאנספיריסי טעאריעס.

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:29 pm

· #36942
געפילטע פיש
וואקסינען איין גרויסע בלאף, לבנה לאנדינג איז א בלאף, סעפטעמבער 11 א אינסייד דזשאב, וואטס נעקסט? UFOs?

אזוי גייט עס ווען מען קען נישט אפפרעגען לאגיש אין שכל'דיג דאס וואס יענער זאגט, אין נארמאל דעבאטירען די נושא, לויט פאקטען וואס מען קען שטודירען,

איז דא אסאך א גרינגערע וועג, מען מאכט פלעין חוזק פין יענעם, אין אוטומאטיש האט דאס וואס יענער זאגט נישט קיין האפט,

וואס א חילוק אינטער וועלכע ניק ס'איז געשריבען געווארען, קוק אויף די פאקטען אין דעבאטיר,

וואקסינען איז טאקע זייער פראבלעמאטיש לויט פאקטען , די קומסט נאר צי דיינע מסקנות לויט פראפעגאנדע נישט לויט שכל'דיג שטודירען די זאך,

די לבנה לאנדונג ווייסעך נישט צי ס'האט פאסירט צי נישט כ'בין נישט דארט געווען אין כ'ווייס נישט, די ביסט קאנווינסט אז יא נאר ווייל "יעדער" זאגט אזוי,

9/11 קוקט זייער שטארק אויס אז געוויסע פאקטען זענען בכוונה באהאלטען געווארען, פארוואס, אין ווער ס'האט א אינטערעסע דערין אין ווער ס'האט עס געטוהן ווייס איך נישט, וואס ס'קוקט זייער שטארק אויס איז אז די אפיציעלע ווערסיע איז א באבע מעשה,

יעצט קיינער האלט דיר נישט צירוק פין אדורעך טוהן די נושא אבער סתם חוזק מאכען פין יענעם אין זיין פויל צי טראכטעןם איז נישט א וועג וואס גייט דיר פיהרען צי וויסען וואס איז ריכטיג אין וואס נישט

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:40 pm

· #36944
איינער
פעסטערייזען איז אויך בלאף.
מר. פראפעסאר, איז דא איין קאנספיראציע וואס דו גלייבסט נישט?

ליין גוט וואס כ'האב געשריבען דא דערוועגען,

כ'האב נישט געשריבען אז ס'בלאף, כ'האב געשריבען וואס די סיבה פין פעסטערייזען איז געווען ווען ס'האט זיך אנגעהויבען אין וואס די מציאות איז היינט,

כ'האב געטוהן אין די נושא אין דאס איז צי וואס כ'האב זיך דערגרינטעוועט, קענסט מיר אפרעגען פרעג מיר אפ, סתם שרייען אין יענעם אוועקמאכען איז די גרעסטע ראי' אז ענק ווייסען נישט וואס ענק רעדען, אין עטץ זענטס סתם ברוגז אז איינער זאגט אנדרעש וויזוי ענק זענען ציגעוואוינט צי טראכטען,

ווען מען האקט אויף עסקנים אדער רבנים פין אונדזערע רייען דאן איז יעדער ציפרידען אבער טאמער האקט מען אויף די גאווערמענט אדער אנדערע גויאישע אינסטאנצען דאן ווערען ענק ווילד, 🙄

משה געציל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:40 pm

· #36945
פראפעסער און אנדערע קאנספיראציע ליב האבער'ס, דא האט איר אפאר דוגמאות פון אידישע קאנספאראציעס מיט וואס איר קענט אויסנוצן אייער טייערע צייט און בויען בנינים.

דער רבי ז"ל איז אין פאקט געווען א גרויסע חובב פון די רעיון הציונות, זיין גאנצע התנגדות איז נאר געווען א אויסגערעכנטע פלאן מיט די אנדערע רבנים, אזוי ארום אויטאמאטיש צו פארשטערקערן די צד שכנגד.

רעבצין אלטע פייגא איז גאר געווען די וואס האט געוואלט דער ברך משה זאל איבערנעמען, נאר זי האט געוואוסט אז עס וועלן זיין די וואס וועלן נישט מסכים זיין, האט זי געגרינדעט די בני יואל מאוומענט זיי צו האלטן אפגעזונדערט.

מהר"א און מהרז"ל זענען געשוואוירענע פריינד אונטערן טיש, און לאכן פון זייער נאאיווען עולם גולם.

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:18 pm

· #36969
משה געציל
פראפעסער און אנדערע קאנספיראציע ליב האבער׳ס, דא האט איר אפאר דוגמאות פון אידישע קאנספאראציעס מיט וואס איר קענט אויסניצן אייער טייערע צייט און בויען בנינים.

ווען די ברענגסט ווען ראיות אין פאקטען וואס באווייזען אז ס'קען זיין אמת איז איין זאך, נאר וואס דען די ווילסט סתם חוזק מאכען אן זיך באציען צי יענעם'ס לגיטימע ספיקות,

נו קוק איבער מיינע לעצטע צוויי תגובות אין דעם אשכול,

אין די זעלבע גייט פאר די וואס האבען דיר געלייקט פאר דעם תגובה, 🙄

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:20 pm

· #36971
איך האב געלייקט אלס די שמייכל וואס ער האט ארויסגעצויגן פון מיר (בפרט מיט די לעצטע שורה.......).
נישט ווייל איך גיב יא אדער נישט גערעכט.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:25 pm

· #36977
דאס איז טאקע די פראבלעם פון די לייק קנעפעל!
ס'לאו דווקא אז מ'אגריעט מיט יענעם.
ס'טויג נישט

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:25 pm

· #36978
פראפעסאר, כ'וועל ווידערהאלטן וואס כ'האב שוין געשריבן. ווען מ'זעט איינעם מיט א טענדאציע צו גלייבן אין אלע קאנספיראציע טעאריעס איז שווער פאר אנדערע אנצונעמען זיין דעה נאר ווייל ער ברענגט א יו-טוב קליפ אדער האלב רויע פאקטן, אן קיין שום מקור מוסמך. כדי צו קענען געהעריג דעבאטירן איטליכן נושא, דארף מען קענען אינוועסטירן צייט, כוח, געדולד אין מוח. נישט יעדער פארמאגט דאס אלעס, און דערפאר, פארן מברר זיין סיי וואס, נעמט מען אן די מערסט-מסתברות'דיגע סברא. אין אונזער פאל איז די סברא אז עס איז נישט געווען יד דער אמעריקאנער גאווערמענט באמצע 9/11. פארוואס? ווייל די אמעריקאנער רעגירונג פארקויפט דעמאקראטיע און זיי קעען דעקן זייערע סטעיטמענטס אז זיי זענען דעמאקראטיש. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז זיי זאלן מפקיר זיי די לעבנס פון זייערע בירגער אין אזא דירעקטע אופן.

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:48 pm

· #36999
אהא, און ווי אזוי גייסטו פארענפערן די "פעסט ענד פיוריעס" סקאנדאל, פון די רעגירונג וואס פארקויפט דעמאקראטיע.

די אמעריקאנע פאליטיק און רעגירונג ווירטשאפט איז היינט פארפוילט דורך און דורך, פרעג עניבאדי וואס טוט אין די נושא וועט ער דיר זאגן, נאר וואס דען, דו האסט באשלאסן צו גלייבן בלינדערהייט אין די הויכגעשעצטע רעגירונג.

פון מיין זייט זענען זיי א באנדע כוליגאנעס, ווייל דאס איז וואס זיי זענען און דאס איז וואס זיי טוען, דורכגעפוילט מיט קארופציע, טאמער האסטו גענוג געלט קענסטו ווערן פרעזידענט, און די וואס פינאנצירן דיר זאגן דיר וואס צו טוהן, און זיי האבן אייגענע אינטערעסן וואס רוב מאל איז עס קעגן די אינטערעסן פונעם המון עם.

און דעם המון עם קען מען קאנטראלירן דורך די מעינסטרעים מידיא, זיי שלונגען אראפ וואס מען פארקויפט זיי, אמת צי נישט, ס'איז אנגעשטאפט מיט קארופציע ביזן ברעכן, און דו גלייבסט נאך אז זיי "פארקויפען דעמאקראטיע".. איר לעבט אין א חלום, אין אמעריקע איז דא פראצענטיש מער ארעסטאנטן ווי אין כינע, די סיסטעם איז קארופטירט דורך און דורך, און דו גלייבסט זיי נאך אויפן ווארט???????

און ס'נישט עפעס א ווידיאו וואס זאגט עפעס, כ'האב שוין אסאך געהערט דערפון, דאס האב איך נאר געלייגט פאר א אנהייב פון א דיסקאשען,

אבער כ'זעה אז מ'האנדלט דא מיט קינדערלאך וואס זענען נישט אינטערעסירט אין א עדאלט דיסקאשען, נאר שרייען סלאגאנען און חוזק מאכען ווי קליינע קינדער פון כיתה ג'.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:53 pm

· #37005
נו דו זעסט דאך אז ביי פעסט און פוריאס איז דא א גאנצע פארטיי וואס שרייט און פארפירט! הא?
פארוואס ביי 911 איז יעדער שטיל? אחוץ אפאר קאנספיראטארן

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:54 pm

· #37006
ווער שרייט סלאגאנען? ווער מאכט חוזק ווי קליינע קינדער?

איך מיין אז כ'האב נישט געשריגן קיין איין סלאגאן און כ'האב בכלל נישט חוזק געמאכט. איך האב דיר נאר ערקלערט פארוואס איך גיי גיין נאכן צד וואס איז מער מסתבר אויבענאויף, פשוט ווייל כ'טראסט נישט דיין ריסוירטש.
כ'ווייס פונקט ווי דיר אז אין די רעגירונג איז קארופציע. דאס מיינט אבער נאכנישט אז כ'וועל זיין גרייט צו גלייבן יעדע קאנספיראציע טעאריע וואס מ'וועט ארויסשטעלן אנטקעגן די רעגירונג. ס'דארף אויך מאכן סענס.
די טפשות במח"כ פון פארגלייכן כינע צו אמעריקע איז אומגלויבליך.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:03 pm

· #37013
פראפעסאר שפירא
משה געציל
פראפעסער און אנדערע קאנספיראציע ליב האבער׳ס, דא האט איר אפאר דוגמאות פון אידישע קאנספאראציעס מיט וואס איר קענט אויסניצן אייער טייערע צייט און בויען בנינים.

ווען די ברענגסט ווען ראיות אין פאקטען וואס באווייזען אז ס'קען זיין אמת איז איין זאך, נאר וואס דען די ווילסט סתם חוזק מאכען אן זיך באציען צי יענעם'ס לגיטימע ספיקות,

נו קוק איבער מיינע לעצטע צוויי תגובות אין דעם אשכול,

אין די זעלבע גייט פאר די וואס האבען דיר געלייקט פאר דעם תגובה, 🙄

למען האמת איך האב נאכנישט דורכגעליינט וואס דו האסט געשריבן ביז אהער ווען איך האב מגיב געווען, אבער עס איז נישט משנה, איך האב ס"ה געוואלט ארויסברענגען מיין מיינונג אויף די אלע קאנספעראציעס. אז דו ווילסט שטארק קען מען בויען ראיות אויף מיינע טעאריעס אויך.

1) ווען סאטמאר רב זצ"ל וואלט ווען געווען א ריכטיגע לוחם אנטקעגן די רעיון הציוני, וואלט ער ווען בכלל אויפגענומען ביי זיך אין שטוב די אלע סארט רבנים? אוודאי נישט! וואס מיינסטו מען האט גערעדט דארטן אינטער פארמאכטע טירן, מען האט דורכגערעדט ווי אזוי מען קען מחזק זיין ציונות.

2) דאס אז רעביצין אלטע פייגא איז געווען שטארק פארן ברך משה מיין איך פעלט זיך בכלל נישט אויס קיין ראיות. ווער איז נאך געווען אזוי נאנט צום רבי'ן ווי איר? האט זי נישט געקענט זען דער רבי זאל קלאר שרייבן אז דער ברך משה זאל נישט זיין ממלא מקום? אלא מאי זי האט דירעקט נישט געוואלט אז ער זאל שרייבן אזא צוואה. און דאס וואס זי האט נישט געזען אז ער זאל שרייבן א צוואה אז דער ברך משה זאל זיין ממלא מקום, איז ווייל זי האט געהאלטן אז אויב עס איז דא אזא צוואה וועלן די בני יואל קעמפן פון אינעווייניג, א זאך וואס זי האט בשום אופן נישט געוואלט, ממילא האט זי זיכער געמאכט אז זיי טיילן זיך אינגאנצן אפ מיטן אויסרייד אז דער רבי האט קיינמאל נישט געוואלט אז ער זאל איבערנעמען.

3) מהר"א מהרז"ל זענען פריינט, קודם כל דערמאן דיך צוריק די מעשה פון דעם פארשוין וואס מען האט געפונען טויט ערגעץ-וואו אין וואסער. ווי מען האט באריכטעט האט יענער געוואוסט גרויסע סודות איבער סאטמאר (איך מיין מען האט שוין גערעדט דא אין שטיבל ערגעץ דערפון). ועוד וויאזוי מיינסטו האט מען זיי געקענט זעצן צוזאמען ביים אסיפה בנוגע מציצה בפה?

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:03 pm

· #37015
יידל
ווער שרייט סלאגאנען? ווער מאכט חוזק ווי קליינע קינדער?

איך מיין אז כ'האב נישט געשריגן קיין איין סלאגאן און כ'האב בכלל נישט חוזק געמאכט.

כ'האב נישט געמיינט דוקא דיר, כ'האב געמיינט די גאנצע "מאב" וואס קומט דא שרייען אן קיין שום נארמאלע ארגומענטן.

יידל
איך האב דיר נאר ערקלערט פארוואס איך גיי גיין נאכן צד וואס איז מער מסתבר אויבענאויף, פשוט ווייל כ'טראסט נישט דיין ריסוירטש.

אויף דעם האב איך דיר געענפערט אז אויף די רעגירונג האסטו קלארע באווייזן אז זיי זענען בלאפער'ס, און אויף די אנדערע האסטו נישט, סאו פארוואס די רעגירונג גלייבסטו יא און אנדערע נישט, נאר ווייל זיי האבען די מידיא אויף זייער זייט צי עסטאבלישען די דעת הקהל.

יעצט קיינער זאגט נישט דו זאלסט גלייבן יענעם אויפן ווארט אן עס אדורך טוהן, אבער חאטשיג אזויפיל, זאג "איך ווייס נישט", און אז דו האסט נישט קיין געדולד עס צו אדורך טוהן,

יידל

די טפשות במח"כ פון פארגלייכן כינע צו אמעריקע איז אומגלויבליך.

כ'האב נישט געמיינט צו צוגלייכן, כ'האב נאר געמיינט צו זאגן אז אפילו די קאמוניסטישע כינע האט נישט פראצענטיש אזויפיל ארעסטאנטן, וואס דאס ווייזט ווי פראבלעמאטיש אמעריקע איז, און אז דעם קליינעם מענטש וועט מען פאר א קלייניגקייט אוועקלייגען פאר יארן, און די גרויסע מאכטפולע מענטשן און קארפערעישען'ס קענען אפטוהן כל מיני עוולות און קיינער באצאלט נישט קיין פרייז.

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:07 pm

· #37018
משה געציל
פראפעסאר שפירא
משה געציל
פראפעסער און אנדערע קאנספיראציע ליב האבער׳ס, דא האט איר אפאר דוגמאות פון אידישע קאנספאראציעס מיט וואס איר קענט אויסניצן אייער טייערע צייט און בויען בנינים.

ווען די ברענגסט ווען ראיות אין פאקטען וואס באווייזען אז ס'קען זיין אמת איז איין זאך, נאר וואס דען די ווילסט סתם חוזק מאכען אן זיך באציען צי יענעם'ס לגיטימע ספיקות,

נו קוק איבער מיינע לעצטע צוויי תגובות אין דעם אשכול,

אין די זעלבע גייט פאר די וואס האבען דיר געלייקט פאר דעם תגובה, 🙄

למען האמת איך האב נאכנישט דורכגעליינט וואס דו האסט געשריבן ביז אהער ווען איך האב מיגב געווען אבער עס איז נישט משנה איך האב ס״ה געוואלט ארויס ברענגען מיין מיינונג אויף די אלע קאנספעראציעס. אז דו ווילסט שטארק קען מען בויען ראיות אויף מיינע טעאריעס אויך.

אקעי איך קויף נישט דיינע קאנספיראציעס 😎 , אין דאס קען דינען פאר א באווייז אז איך זיך נישט סתם צי גלייבען אין קאנספיראציעס, נאר וועל איך האלט אז ס'דא עכטע רגלים לדבר,

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:13 pm

· #37021
פראפעסער שפירא
יידל
איך האב דיר נאר ערקלערט פארוואס איך גיי גיין נאכן צד וואס איז מער מסתבר אויבענאויף, פשוט ווייל כ'טראסט נישט דיין ריסוירטש.

אויף דעם האב איך דיר גענפערט אז אויף די רעגירונג האסטע קלארע באווייזען אז זיי זענען בלאפער'ס, אין אויף די אנדערע האסטע נישט, סאו פארוואס די רעגירונג גלייבסטע יא אין אנדערע נישט, נאר ווייל זיי האבען די מידיא אויף זייער זייט צי עסטאבלישען די דעת הקהל,

יעצט קיינער זאגט נישט די זאלסט גלייבען יענעם אויפען ווארט אן עס דורעך טוהן אבער חאטשיג אזוי פיהל זאג "איך ווייס נישט" אין אז די האסט נישט קיין געדולד עס צי אדורעך טוהן,

דאס איז טאקע מיין נקודה. הער גוט איין וואס כ'זאג: פאר איך טוה עס נישט דורך (און אפט מאל, אפילו נאכן דורכטון) איז אומעגליך צו וויסן וואס די אמת איז. למעשה האלט איך יעצט פארן דורכטון. איך קען אננעמען איינס פון דריי מהלכים. איינס: בפשטות נעם איך אן די באקאנטע ווערסיע. צוויי: בפשטות נעם איך אן די קאנספיראציע טעאריע'ס ווערסיע. דריי: כ'ווייס נישט. איך נעם אן די ערשטע מהלך ווייל עס איז זייער מסתבר. איי די קאנספיראציע טעאריע? צו דעם איז מיין ענטפער אז די קאנספיראציע טעאריע איז אויבענאויף נישט מסתבר און דערפאר איז עס נישט גענוג שטארק פאר מיר צו אננעמען מהלך 2. עס איז אייגענטליך אזוי שוואך אז איך זע אפילו נישט פאר וויכטיג אנצונעמען נומער 3.
דאס איז נישט ווייל "כ'גלייב" "בלינדערהייט" די רעגירונג" נאר ווייל אויבנאויף מאכט זייער ווערסיע די מערסטע סענס, און די אנדערע ווערסיע איז צו שוואך איך זאל אויבנאויף ווערן ערנסט מסופק אין די רעגירונג'ס ווערסיע.
פראפעסאר שפירא
יידל

די טפשות במח"כ פון פארגלייכן כינע צו אמעריקע איז אומגלויבליך.

כ'האב נישט געמיינט צי ציגלייכען כ'האב נאר געמיינט צי זאגען אז אפילו די קאמאניסטישע כינע האט נישט פראצענטיש אזוי פיהל ארעסטאנטען, וואס דאס ווייזט ווי פראבלעמאטיש אמעריקע איז, אין אז די קליינע מענטש וועט מען פאר א קלייניגקייט אוועקלייגען פאר יארען, אין די גרויסע מאכטפולע מענטשען אין קאפערעישען'ס קענען אפטוהן כל מיני עוולות אין קיינער באצאלט נישט קיין פרייז,

דו מיינסט נישט צוצוגלייכן אבער אין פאקט גלייכסטו צו. די פארגלייך איז טפשות. אמעריקא איז געפלאגט מיט פראבלעמען, אבער זיי זענען עכ"פ אויסגעדרייט אין א גוטע ריכטונג מיט א גוטע אידיאלאגיע. כינע איז אויסגעדרייט מיטן פנים צו א שלעכטע ריכטונג.

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:14 pm

· #37022
אגב, פראפעסאר, א יו-טוב קליפ איז גאר א שלעכטע וועג וויאזוי אנצוהייבן א דעבאטע איבער דעם. כ'האב נישט קיין נערווען צו קיין 25 מינוטיגע ווידעא מיט שרעקעדיגע מוזיק אין די הונטערגרונט. ביטע, אויב דו קענסט, שרייב א קורצע ליסטע פון ראיות צו די קאנספיראציע אדער פירכות אויף די אנגענומענע ווערסיע.

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:21 pm

· #37025
יידל
פראפעסאר שפירא
יידל

די טפשות במח"כ פון פארגלייכן כינע צו אמעריקע איז אומגלויבליך.

כ'האב נישט געמיינט צי ציגלייכען כ'האב נאר געמיינט צי זאגען אז אפילו די קאמאניסטישע כינע האט נישט פראצענטיש אזוי פיהל ארעסטאנטען, וואס דאס ווייזט ווי פראבלעמאטיש אמעריקע איז, אין אז די קליינע מענטש וועט מען פאר א קלייניגקייט אוועקלייגען פאר יארען, אין די גרויסע מאכטפולע מענטשען אין קאפערעישען'ס קענען אפטוהן כל מיני עוולות אין קיינער באצאלט נישט קיין פרייז,

יידל

דו מיינסט נישט צוצוגלייכן אבער אין פאקט גלייכסטו צו.

איך האב עס נישט ציגעגלייכט, די האסט פשוט אזוי געלערענט פשט אין מיינע ווערטער,

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:30 pm

· #37026
היות ס'איז זונטאג נאכמיטאג און כ'בין נישט פארנומען, האב איך אנגעהויבן וואטשן די ווידעא. איך האלט 3 און א האלב מינוט אריין אין די ווידעא און כ'האב צוויי הערות. איינס: אויב איז וואס זיי טענה'ן אמת, פארוואס דארף מען ניצן אזעלכע דראמאטישע עפעקטן (שרעקעדיגע מוזיק און שטייט-ריקענדע פייערלעשער וכו')? ווייז מיר די פאקטן און שוין! פארוואס ארבעטן זיי אזוי שטארק אויף מיין געפיל טון מיין סוב-קאנשעס?

צוויי: זיי האלטן אין איין ברענגן עדי ראיה. צום ביישפיל 4 מענטשן האבן געזאגט אז זיי האבן געהערט אויפרייסן פון די בעסימענט בעפאר די עראפלאן האט בכלל אריינגעקראכט.

קודם כל: פיר עדים?! דעטס איט? פאר א געביידע ווי הונדערטע מענטשן האבן זיך געדרייט?! ווי קען זיין אז קיינער אנדערש האט נישט געהערט?

צווייטענס: וויאזוי האבן זיי געוויסט ווען די עראפלאן האט אריינגעקראכט? זיי זענען דאך בכלל נישט געווען אין דרויסן? די וואס זענען געווען אינעווייניג האבן געמיינט אז די קראך פונעם עראפלאן איז אן אויפרייס!

און בכלל, עס איז געווען אן אנגעצויגענע טאג פיל מיט פאסירונגען, אז פיר עדים איז צו שוואך, און כ'וועל ענדערש אננעמען אז זיי געדענקן נישט פונקטליך די סדר המאורעות. אפילו איך וואס כ'האב מיטגעהאלטן די אטאקע פונעם צווייטן עראפלאן קראך ביז ביידע געביידעס זענען צוזאם געפאלן האב פארגעסן במשך די יארן דעטאלן און סדרי הענינים. און כ'האב גראדע א נישקשה'ן זכרון.

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:32 pm

· #37027
ער שרייבט א פאקט אז די פייער האט נישט געקענט אראפפארן אכציג שטאקן. מהיכי תיתי? ער שרייבט נישט קיין שום הסבר אדער מוקר נאר סתם "קבלו דעתי" וזהו!

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:34 pm

· #37028
בערך פינף מינוט אריין אין די ווידעא טרעף איך אזא סתירה: פריער האט ער געשריבן אז די עקספלאזיעס זענען שוין געהערט געווארן מינוטן בעפאר די עראפלאן קראך. יעצט שטייט אז קאנטראלירטע דעמאלישענס קענען ווערן גע'טיימ'ט פונקטליך. נו, אויב אזוי ווי האט פאסירט אז בטלנ'ישע טעות אז די עקספלאזיעס אונעם בעיסמענט זאל אויפרייסן פאר די צייט?

משה געציל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:35 pm

· #37029
פראפעסאר שפירא
משה געציל
פראפעסאר שפירא
משה געציל
פראפעסער און אנדערע קאנספיראציע ליב האבער׳ס, דא האט איר אפאר דוגמאות פון אידישע קאנספאראציעס מיט וואס איר קענט אויסניצן אייער טייערע צייט און בויען בנינים.

ווען די ברענגסט ווען ראיות אין פאקטען וואס באווייזען אז ס'קען זיין אמת איז איין זאך, נאר וואס דען די ווילסט סתם חוזק מאכען אן זיך באציען צי יענעם'ס לגיטימע ספיקות,

נו קוק איבער מיינע לעצטע צוויי תגובות אין דעם אשכול,

אין די זעלבע גייט פאר די וואס האבען דיר געלייקט פאר דעם תגובה, 🙄

למען האמת איך האב נאכנישט דורכגעליינט וואס דו האסט געשריבן ביז אהער ווען איך האב מיגב געווען אבער עס איז נישט משנה איך האב ס״ה געוואלט ארויס ברענגען מיין מיינונג אויף די אלע קאנספעראציעס. אז דו ווילסט שטארק קען מען בויען ראיות אויף מיינע טעאריעס אויך.

אקעי איך קויף נישט דיינע קאנספיראציעס 😎 , אין דאס קען דינען פאר א באווייז אז איך זיך נישט סתם צי גלייבען אין קאנספיראציעס, נאר וועל איך האלט אז ס'דא עכטע רגלים לדבר,

פארוואס קויפסטו נישט? דו קענסט מיר ענטפערן עפעס זאכליך? איך האב מיך אראפגעזעצט שרייבן א געהעריגע תגובה מיט ראיות נישט סתם א יו-טאב קליפ און דו מאכסט עס סתם אזוי אוועק מיט א קינדערישע סמיילי??? סתם ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערען? מיט וואס זענען מיינע באווייזן שוואכער ווי דיינע?

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:42 pm

· #37030
ביי אכט מינוט ברענגן זיי די עדות פון איינער וואס זאגט אז ס'האט זיך אים געדאכט (זיין לשון, נישט מיין) אז ער זעט פלעשס און די נידעריגע שטאקן "אזוי ווי ביי א קאנטראלירטע אויפרייס".
מיינע שאלות: אז איינער האט געהערט, איז וואס?
ווי זענען די ווידעאס ווי מ'קען דאס זען?
און אז ער האט דאס פארגליכן, כדי לסבר את האוזן, צו קאנטראלירטע אויפרייבן, מיינט עס שוין אז דא איז אויך געווען קאנטראלירט? אפשר האט עס דא אויך געדארפט אזוי אויסקוקן?

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:43 pm

· #37031
ביי ניין מינוט און 50 סעקונדעס לאזן זיי הערן ווי אן אנאנימער פייערלעשער זאגט אז עס איז דא א באמבע אוין די געביידע און מ'זאל ארויסגיין פונעם בילדינג.
איז וואס? אז ער (ווער? עס איז אן אודיאו, אפשר פאלש?) האט אזוי געמיינט מיינט דאס שוין עפעס?

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:48 pm

· #37034
איך בין באורד געווארן ביי 12 מינוט. המשך יבוא אולי.

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:57 pm

· #37040
דא ליין איך א ערנסטע שטודיע אז רוב מענטשן וואס גלייבן איין קאנספיראציע טעאריע גלייבן על פי רוב אנדערע קאנספיראציע טעאריעס אויך. עס שיינט צו זיין מער א נאטור ווי אן איבערצייגונג אז די אדער יענע קאנספיראציע איז אמת.

טעלעפאן » זונטאג אוגוסט 19, 2012 6:36 pm

· #37048
יידל ביזט געוואלדיג!

פראפעסאר שפירא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:32 pm

· #37070
יידל
אגב, פראפעסאר, א יו-טוב קליפ איז גאר א שלעכטע וועג וויאזוי אנצוהייבן א דעבאטע איבער דעם. כ'האב נישט קיין נערווען צו קיין 25 מינוטיגע ווידעא מיט שרעקעדיגע מוזיק אין די הונטערגרונט. ביטע, אויב דו קענסט, שרייב א קורצע ליסטע פון ראיות צו די קאנספיראציע אדער פירכות אויף די אנגענומענע ווערסיע.

האסט א פוינט, כ'האף נעקסטיים צי קומען מיט מער א שטיקעל ארטיקעל וואס איז מסביר, אין נישט סתם א יו-טוב קליפ,

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:29 pm

· #37097
פראפעסער, סארי פור מיי לעיט ריספאנס, איך זע דו נעמסטוך זייער צום הארצן, וואס כ'האב געמיינט צו זאגן איז אז ס'דא מענטשען וואס האבן א נאטור צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, פונקט ווי אנדערע האבן א נאטור צו גלייבן אין שמוץ, אדער אנדערע וואס גלייבן אין מיסטיק אלטערנאטיוו היילינג וכדו'.

ווי אזוי ווייס מען אויב א מענטש גייט אריין אין דעם כלל? אויב דו זעסט איינער וואס כמעט יעדע אזא טעאריע נעמט ער אן, קען מען אננעמען אז דער מענטש גייט אריין אין דעיע כלל. נישט אז ס'איז עפעס ראנג מיט עם, נאר אז איך וועל פון עם נישט אזוי שנעל אננעמען אזא טעאריע. דער מענטש וועט ווייטער זיין באגלייבט ביי מיר לגבי עני אנדערע זאך, אפילו צו זיין א ערב אויף אן הלוואה, אבער ווען ס'קומט צו קאנספיריסי טעאריעס וועל איך במחילת כבודו נישט גלייבן קיין ווארט.

אונזער חשובער פריינד הרב שפירא, לויט דיין טרעק רעקארד פון גלייבן אין אסאך זאכן קעגן קאמען נאלעדזש, אין זאכן וואס זענען געלעיבעלט קאנספיריסי טעאריעס, גייסט אויך אריין אין דעם כלל.

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:17 am

· #37201
יידל
דא ליין איך א ערנסטע שטודיע אז רוב מענטשן וואס גלייבן איין קאנספיראציע טעאריע גלייבן על פי רוב אנדערע קאנספיראציע טעאריעס אויך. עס שיינט צו זיין מער א נאטור ווי אן איבערצייגונג אז די אדער יענע קאנספיראציע איז אמת.

אין די זעלבע פארקערט, דער וואס גלייבט נישט אין אזוי געריפענע "קאנספיראציעס" גלייבען על פי רוב נישט אין קיין שום זאך וואס די פראפעגאנדע באטיטעלט אלץ קאנספיראציע, "עס שיינט צו זיין מער א נאטור ווי אן איבערצייגונג אז די אדער יענע קאנספיראציע איז נישט אמת",

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:28 am

· #37207

אודאי אזוי! ווייל די רגע איך גלייב אין איין קאנספיראציע, ווייזט דאך שוין מיין שטודיע אז איך וועל מסתמא גלייבן אין נאך איינס!
די אמת איז אבער אז עס איז דא א מיטל וועג: נישט גלייבן די קאנספעראציע טעאריע אבער אויך זיין מסופק אין די אנגענומעננע גירסא.
און דא האב איך א טענה צו דיר. איך האב געברענגט א שטודיע. מ'האט אויסגעפרעגט מענטשן, געמאכט א סטאטיסטיק כדרכו פון א שטודיע. דו, לעומת זה, האסט סתם אזוי געשריבן. און קיין מקור, נאר כדרכם פון די וואס שפינען קאנספיראציע טעאריעס האסטו סתם אזוי געגעבן א שיס ארויס א טענה, און מיטן חשבון אז אויב קיינער גייט עס נישט אפפרעגן וועט עס דאך זיין א הוכחה אז אלע קאנספיראציעס זענען אמת.
צווייטנס, ניין, וואס דו זאגסט איז נישט אמת בכלל. איך פערזענליך בין מסופק לגבי די קאנספיראציע איבער יגאל עמיר'ס רציחה פון רבין.

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:43 am

· #37222
פיין, אבער קאנספיראציע איז נישט עפעס א מציאות, ס'איז א פראפעגאנדע מיטעל מיט וואס צי באשמירען וויסעל בלאוער'ס וואס דערווייגען זיך צי זאגען דעם אמת,

פארשטייט זיך אז ס'אלעמאל דא ליגנער, אבער דאס אז מען באטיטעלט א זאך אלץ קאנספיראציע, קען ווייזען אז "זיי" האבען מורא אז די אמת וועט ארויס קומען, ממילא טוט מען דעגראדירען די וואס זאגען עס אלץ "קאנספיראציע ליבהאבער, כדי דער המון זאל זיי נישט נעמען ערענסט,

טאמער קומט איינער ארויס אין זאגט אנדרעש ווי די מעינסטרים קאנטראלירטע מידיא וואס זענען ברייט באקאנט א פאטאלאגישע ליגנער, ווערט ער פליצלונג באשמירט אלץ "קאנספיראציע טעאריסט" כאילו ער האט עפעס א דיסארדער, אין אזוי פרובירט מען יענעם צי דעגראדירען כדי דער המון זאל עס ח"ו נישט נעמען ערענסט, ווייל די טבע פין די נפש הבהמי איז צי קוקען "ווער" עס זאגט עס אין נישט "וואס" ער זאגט,

דא האסטע א ליסטע פין 33 אזוי געריפענע "קאנספיראציע טעאריס" וואס האט זיך ארויס געשטעלט צי זיין אמת,

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:59 am

· #37237
יידל

די אמת איז אבער אז עס איז דא א מיטל וועג: נישט גלייבן די קאנספעראציע טעאריע אבער אויך זיין מסופק אין די אנגענומעננע גירסא.

נו דאס האבעך אויבען געשריבען
"יעצט קיינער זאגט נישט דו זאלסט גלייבן יענעם אויפן ווארט אן עס אדורך טוהן, אבער חאטשיג אזויפיל, זאג "איך ווייס נישט", און אז דו האסט נישט קיין געדולד עס צו אדורך טוהן,"

יידל
און דא האב איך א טענה צו דיר. איך האב געברענגט א שטודיע. מ'האט אויסגעפרעגט מענטשן, געמאכט א סטאטיסטיק כדרכו פון א שטודיע. דו, לעומת זה, האסט סתם אזוי געשריבן. און קיין מקור, נאר כדרכם פון די וואס שפינען קאנספיראציע טעאריעס האסטו סתם אזוי געגעבן א שיס ארויס א טענה, און מיטן חשבון אז אויב קיינער גייט עס נישט אפפרעגן וועט עס דאך זיין א הוכחה אז אלע קאנספיראציעס זענען אמת.

וואסהייסט אן א מקור, קודם ס'קאמען סענס, טאמער זאגסטע א א מענטש גלייבט זאכען לויט א טרענד וויזוי זיין קאפ טראכט אין נישט לויט פאקטען, דאן איז די זעלבע פארקערט,

יידל
צווייטנס, ניין, וואס דו זאגסט איז נישט אמת בכלל. איך פערזענליך בין מסופק לגבי די קאנספיראציע איבער יגאל עמיר'ס רציחה פון רבין.

אין איך גלייב אויך נישט אלע קאנפיראציעס, כ'האב דיר נאר גענפערט לויט דעם וואס די האסט געשריבען, דאס א יענער האט אזוי געשריבען מיינט נאך נישט אז ס'אמת, אין צווייטענס דארף מען וויסען וויזוי עס אפצילערנען,

ס'מיינט מסתם אז די מענטשען העבען א טענדיסי צי גלייבען קאנפיראציעס, מיינט נישט אז זיי גלייבען בלינדערהייט, דאס מיינט אז זיי וועכלען שנעלער ווערען מסופק אין די אפיציעלע ווערסיע שנעלער ווי א דארעכשניטליכע מענטש וואס וועט ענדרעש בלייבען גלייבען וויזוי זיי זענען ציגעוואוינט ספעציעל ווען ס'זיי נישט פערזענליך נוגע,

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:07 am

· #37242
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. וויפיל מאל איך זאג עס דיר וועסטו האלטן אין איין איבער'חזר'ן אז מ'וויל נישט הערן די אמת פון דיר. איך וועל פרובירן זאגן נאך איין מאל. היות די האסט א טענדאציע צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס קען איך נישט אננעמען דיין מיינונג ווען ס'קומט צו קאנספיראציעס, בעפאר איך טוה עס נישט אליין דורך. פארשטייסט? נישט קיין דיסארדער אויך נישט קיין נפש הבהמי נאר א פשוטער מאטעמאטישער חשבון וואס זאגט מיר אז היות ווען אימער עס איז דא צוויי צדדים אין א מעשה, איין אנגענומענע ביי די מאסן און איין ביי א קליינע גרופע וואס גלייכן צו טרעפן באהאלטנס אין א יעדע זאך, וועסטו זיך שטעלן מיט די צווייטע צד, קען איך נישט אננעמען דיין ווערסיע פארן מברר זיין אליינס.

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט די ליסטע פון 33 קאנספיראציע טעאריעס וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס אמת? ווייל 33 איז אמת מיינט דאס אז די איבעריגע 3,333 זענען אויך אמת? אבער אז דו האסט שוין יא געלינקט וויל איך פרעגן אפאר שאלות.
קודם כל, ווען מ'רעדט פון קאנספיראציע טעאריעס אין דעם זין פון וואס מיר רעדן, קומט די דרייפוס עפפעיר, די מאנהעטען פראיעקט, וואטערגעיט, די קאנספיראציע צו הרג'ן היטלער בכלל נישט אריין. און דאס איז פון זאכן וואס איך קען off-hand. די אנדערע זאכן קען איך נישט פון פריער, אפשר זענען זיי אויך זאכן וואס גייען אריין אין די אויבענדערמאנטע קאטעגאריע.
שנית, עס זענען דא אין די ליסטע זאכן וואס האבן זיך אויסדרוקלעך נישט ארויסגעשטעלט צו זיין אמת. א שטייגער ווי די "נייע וועלט ארדער". עס קען זיין אז נאך זאכן אויף די ליסטע זענען פונקט אזוי "אמת".
דריטנס, ווען מ'רעדט פון סי איי עי וכדומה איז זייער גרינג צו זאגן "קוק, עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת". פארשטיי ביטע אז איבער די סי איי עי קומט ארויס קאנספיראציעס יעדן טאג. יעדע טעראר אטאקע ווערט דורך קאנספיראציע טעאריסטס אנגעשריבן אויפן חשבון פון סי איי עי/ עף בי איי / רעגירונג וכו'. דאס איז חוץ פון סתם קאנספיראציעס וואס ווערן געבוירן טעגליך. מ'שמוגלט דראגס? סי איי עי. אומלעגאלע אימיגראנטן? סי איי עי. נעם ארויס די צייטונג, כמעט יעדע נייעס באריכט איז דא א קאנספיראציע טעאריע וואס מענטשן בויען דערויף. און די אמת איז אז סוכ"ס עפעס טוען דאך די סיי איי עי. איז נישט מער ווי נאטורליך אז נאכן שיסן טויזנט מאל וועט מען איינמאל טרעפן אין ציל. מי לנו גדול פונעם גרויסן סקעפטיק דזשעימס רענדי וואס האט אמאל געזאגט אז אסאך קאנספיראציע טעאריעס האבן א קערעלע אמת (a kernel of truth) אין זיך. דאס מיינט נאך נישט אז יעדע קאנספיראציע טעאריע איז אמת! און אפילו ווען עס איז יא דא א פינטעלע אמת איז עס געווענליך נאר דאס: א פינטעלע.

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:12 am

· #37245
פראפעסאר שפירא
יידל

די אמת איז אבער אז עס איז דא א מיטל וועג: נישט גלייבן די קאנספעראציע טעאריע אבער אויך זיין מסופק אין די אנגענומעננע גירסא.

נו דאס האבעך אויבען געשריבען
"יעצט קיינער זאגט נישט דו זאלסט גלייבן יענעם אויפן ווארט אן עס אדורך טוהן, אבער חאטשיג אזויפיל, זאג "איך ווייס נישט", און אז דו האסט נישט קיין געדולד עס צו אדורך טוהן,"

ניין, אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן ווער ווייסט וויפיל מאל, איך דארף נישט זאגן איך ווייס נישט בלויז ווייל דו קומסט מיט א סברא משונה וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל.

פראפעסאר שפירא
יידל
און דא האב איך א טענה צו דיר. איך האב געברענגט א שטודיע. מ'האט אויסגעפרעגט מענטשן, געמאכט א סטאטיסטיק כדרכו פון א שטודיע. דו, לעומת זה, האסט סתם אזוי געשריבן. און קיין מקור, נאר כדרכם פון די וואס שפינען קאנספיראציע טעאריעס האסטו סתם אזוי געגעבן א שיס ארויס א טענה, און מיטן חשבון אז אויב קיינער גייט עס נישט אפפרעגן וועט עס דאך זיין א הוכחה אז אלע קאנספיראציעס זענען אמת.

וואס הייסט אן א מקור, קודם ס'קאמען סענס, טאמער זאגסטע א א מענטש גלייבט זאכען לויט א טרענד וויזוי זיין קאפ טראכט אין נישט לויט פאקטען, דאן איז די זעלבע פארקערט,

ניין ס'בכלל נישט קאמען סענס. ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו גלייבן אז אונטער אלעס ליגט עפעס מיסטעריעז און באהאלטן, און ס'דא מענטשן וואס זענען סקעפטיקס. א סקעפטיק טייטשט א ספקן, ער איז מסופק. דאס מיינט אבער נישט אז ווען ס'איז יש דברים בגו קען ער ווערן קאנווינסד.

נאך איין נקודה. דו האלטסט אין איין איבער'חזר'ן אז איך גלייב אין די "אפיציעלע ווערסיע", און אז דו ביסט קלוגער ווי די "אפיציעלע ווערסיע". לאמיך דיך פרעגן עפעס. דו האלטסט אז אלע נייעס אגענטורן ווערן באצאלט פון די רעגירונג צו זאגן די זעלבע ווערסיע?

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:15 am

· #37247
ניין, נאר די זעלבע וואס האבען קאנטראל איבער פאליטיקאנטען האבען אויך קאנטראל איבער די מידיא, זייער סימפעל ווער עס האט די מאה האט די דעה

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:23 am

· #37254
דאס הייסט, לויט דיר באקומען אלע נייעס אגענטורן געלט פון איין מקור וואס דיקטירט זיי וואס צו זאגן, איא?

פראפעסאר שפירא » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:27 am

· #37258
יידל

נאך איין נקודה. דו האלטסט אין איין איבער'חזר'ן אז איך גלייב אין די "אפיציעלע ווערסיע", און אז דו ביסט קלוגער ווי די "אפיציעלע ווערסיע". לאמיך דיך פרעגן עפעס. דו האלטסט אז אלע נייעס אגענטורן ווערן באצאלט פון די רעגירונג צו זאגן די זעלבע ווערסיע?

כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבען אז כ'האלט איך בין קלוגער, כ'האלט נאר אז רוב מענטשען גלייבען וואס זיי גלייבען נישט מכוח שכל נאר מכוח געוואוינהייט,

אין וואס כ'זאג איז אז די וואס זאגען אנדרעש פין די מעינסטרים דארף מען נישט גלייך אוועק מאכען אלץ נארישע קאנפירעסיס, ווייל די גאנצע דעת הקהל פין זייער אסאך זאכען זענען אויך אויך נישט געבויעט אויף פעסטע יסודות,

כ'האב קיינעם נישט געצווינגען צי גלייבען, וואס האט מיר געבאדערט איז אז אסאך מאכען עס אוועק סתם אין די וועלט אריין ווי כאילו די דעת הקהל ווערסיע איז געבויעט אויף פעסטע יסודות, דעטס איט

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:30 am

· #37263
דא זע איך אז דער שרייבער פון דיין ליסטע פון 33 "אמת'ע" קאנספיראציעס איז א באקאנטער שקרן. און דאס קומט פון אנדערע קאנספיראציע טעאריסטס, נישט פון סקעפטיקס! שטעל דיך שוין פאר וואס די סקעפטיקס זאגן אויף אים!
בלאט: 1 2