☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1334
בלאט: 1 2

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:20 am

· #31177
מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
ביזט משוגע?
ביזט אויך פין די אויבער חכמים?
ביזט אויך פארגלייבט אין????

ניין, איך געב אויך שאטס פאר מיינע קינדער
איך שטום איין אז 'רוב' שאטס זענען גאר וויכטיג
אבער א איד דארף ניצן שכל בעפאר א שטעכט אריין א קרענק אין זיינע נשמה'לעך

איך האב נישט קיין געדילד פאר לאנגע מגילות
איך וויל נאר בארירען די טעמע אפשר וועלן אנדערע שרייבער ברייטער צולייגן די זאך

שאטס ארבעט אז מען שטעכט אריין א טראפ פונעם קרענק, קעגן וואס דער שאט איז געמאכט פאר
די דאזע איז גענג קליין אז דער געווענליכער אימיון סיסטעם פייט אויס דעם קרענק
אין ווען מען כאפט די קרענק פינדרויסן דאן איז שוין דער אימיון סיסטעם געוואינט דערצו אין ווייזט וויאזוי אים צו פייטן מיט הצלחה

היינט צו טאגס האבען די גרויסע חברה וואס שארען ביליאנען פין שאטס ריזיגע לאביסטען וואס לייגן אריין געוואלדיגע כוחות (פינקט ווי די אנטיביאטיק גרופעס, אפשר וועלן מיר נאך רעדן דערפון)
צו דערשטיקן די פאקטען איבער אלע סייט עפעקטס פין די שאטס, אין צו לייגן דרוק אויף די עלטערן אין פידיאטריקס צו נעמען אין געבן שאטס ווי פריער
אזש, עס זענען דא היימישע דאקטורים וואס געבן פאר פיצעלע עופה'ליך 3 שאטס אויפאמאל אנע רחמנות
אין דער קוים דעוועלפטער אימיון סיסטעם דארף זיך ספראווען מיט די נייע קרענק
אין פארגעסט נישט, עס האלטן אין איין ארויסקומען פרישע שאטס

איך האב געהערט אז א לעצטערע פארעפנטליכע שטודיגע צייגט אז ארום 30-40% קינדער האבען ערנסטע סייט אפעקטס נאך שאטס
דאס נעמט אריין פין ווערן סאטיסטיק אויף אייביג ר''ל ביז סתם טוישען די גייסט פונעם קינד

זייער אסאך דאקטורים זענען שוין היינט מודה אז זיי זעהן גאר שלעכטע סייט עפעקסט נאך שאטס
אבער זיי זאגען אז מען מוז עס נאך אלס געבן זיך צו באווערענען פין די אלע קרענק
אמת, מען דארף זיך באווארענען
אבער אז איר וועט זיך נאכפרעגן אויף אלע שאטס וועט איר הערן אז א חלק פין די קרענק זענען בכלל נישט נוגע ביי אינז אידישע קינדער ב''ה (א שטייגער ווי HIV)
והשנית פארוואס דארף מען געבן די שאטס אזוי יונג, ווען דער אימיון סיסטעם איז קוים דעוועלאפט?
פארוואס מוז מען געבן 3 אויף איינמאל?

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:26 am

· #31180
ווען דער דאקטער האט אנגעהויבן צו דערקיטשען מיינע קינדער'ס עלטערן פאר שאטס
האב איך אים אפען געפרעגט די אלע פראגעס
דער דר' האט זיך צושמייכעלט, ווי איינער זאגט ביזט דאך אזוי גערעכט
ער האט מיך געראטען איך זאל זיך נאכפרעגן פאר א רעמידי וואס שטארקט די אימיון סיסטעם בעפאר איך גיב די שאטס

למעשה האב איך געווארט ביז דאס קינד ווער אביסל עלטער
אין דאן האב איך געגבן פאר'ן קינד צו שטארקן די אימיון סיסטעם
אין געגבן 1 שאט אויף א מאל אפגערוקט א היבש וויילע צווישן איין שאט אין צווייטען

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:32 am

· #31184
וואקסין'ס איז נישט סעיף אין נישט געזונט אין ס'העלפט גארנישט !!!

ס'איז איין גרויסע שטיקעל בלאף,

שטיי ווייט דערפין אין בעסער איז אויך אז די מאכסט א סוד אז די געבסט נישט, חוץ טאמער די ווילסט הערען מוסר שמועסען פין די וועלטס פארזארגער,

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:33 am

· #31185
ביי אונז אין משפחה זענען פאראן טייל פון די איינגערעדטע, און רוב שאטס ווערן נישט געגעבן, נאר א חלק וויכטיגע.
זיי האלטן, צב"ש, אז טשיקען פאקס איז געזונטער צו האבן נאטורליך ווי דאס ארויסרייסן מיט שאטס. און אזוי אויך מיט אנדערע.

זיי האבן טאקע פראבלעמען מיט די מוסדות וועלכע פארלאנגען די דאקומענטן און אימוניזעשאן רעקארדס פון די דאקטוירים יעדן יאר.
זיי מוזן אונטערשרייבן אז צוליב רעליגיעזע סיבות געט מען נישט די שאטס.

ב"ה עס פעלט גארנישט פון זייערע קינדער. געזונט און שטארק, ביז 120.

outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:45 am

· #31188
שמעקעדיג
ב"ה עס פעלט גארנישט פון זייערע קינדער. געזונט און שטארק, ביז 120.


א דאנק וואס מיין קינד, און די 28 קינדער פון די קלאס, האבן יא גענומען די שאטס....
די קרענק וואס האט ליידער גע'הארגעט קינדער ר''ל 2 דורות צוריק, איז נישט נעלם געווארען, ס'נאך אלץ דא אין די ארימע לענדער ווי מ'געט נישט קיין שאטס.
איך זוך נאך אלץ די רעלידזשען וואס לאזט געבן די שאטס, מיט אידישקייט האט עס זיכער נישט.

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:56 am

· #31193
מען דארף געבן שאטס
אבער אויב זעהט מען מיט די אויגן ווי דאס האט אזאנע שרעקליכע סייט עפעקטס
וואלט מען געדאפט טראכטן 'וויאזוי' אין וואס אין ווען צו געבן


אגב
עס איז לעצטנס ארויסגעקומען אזוינע פיצעלע טאבלעטן
וואס מ'קען נעמען אנשטוט שאטס
עס האט אויך די זעלבע אינהאלט
נאר אסאך אסאך א קלענער דאזע אין מען דארף עס נעמען א פאר טאג
ביז דאס קינד געוואינט זיך ציביסלעך צו דערצו
אין ווערט אימיונט צו פייטען דעם קרענק

אבער די יו עס די עי וויל עס נישט אפראווען (אן געבן א געהעריגע סיבה) ציליב די דרוק פין די לאבאיסטען

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:11 pm

· #31290
ווען קליינע קינדער שטארבן פון פאליא און סמאלפאקס ר"ל האט עס ערגערע סייד עפעקטס ווי די וואקסינען, די איינציגסטע סיבה פארוואס דו קענסט זיך ערלויבן נישט צו געבען די שאטס איז ווייל דו וואונסט אין א ציוויליזירטע פלאץ ווי רוב ציוויליזירטע מענטשען נעמען די שאטס, איז נישט דא פון וועם צו קעטשען די מחלות.

לאמיר שוין זאגן אז די גרויסע פארמיסודיקאל קאמפאניס זענען אין בעט מיט די גאווערמענט, איז מיין היימישע קינדער דאקטער אויך אינטערעסירט אז מיין קינד זאל קראנק ווערן?

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:40 pm

· #31296
יעדער קומט אין שיסט סטעיטמענטס אז מען דארף געבען שאטס,
ווייל ס'נעמט דאך אוועק קרענק, איא? צוויי דורות צירוק איז געווען קרענק איא?

איי ווער זאגט אז דאס וואס עס איז היינט ווייניגער קרענק האט מיט די וואקסינען ?
וואס הייסט ווער זאגט ? "יעדער ווייסט" !

יא יעדער ווייסט, אבער ווען מען גייט איין שאלה טיפער דאן ווייסט שוין קיינער גארנישט,

ס'דא קלארע טשארטס וואס ווייזען אז די קראנקהייטען האבען שוין אנגעהויבען צי ווייניגער ווערען אסאך פאר מען האט אנגעהויבען צי געבען וואקסינען, אין נאכען געבען וואקסינען איז עס סך הכל ווייטער געגאנגען אראפ,

נו וואס איז די ראיה אז ס'האט מיט וואקסינס, אלא מאי ס'נישטא קיין שום ראיה ס'איז נישט מער ווי הוילע פראפעגאנדע, אין נאכדעם שרייט איינער אז שטארבען פין די קראנקהייטען איז ערגער ווי די סייד עפעקטס פין די וואקסינען, נו פיין אבער ווער האט דיר איבערצייגט אז וואקסינען טוט בכלל עפעס אויף ?,

אלא מאי, די וואס גלייבען דערין גלייבען דערין ווי א ע"ז, מען קוקט נישט אויף גארנישט, מען דארף נישט קיין באווייזען, נאר שטעכען זייערע קינדער ווי מיטלאלטער בארבארען,

רבותי כ'האב שוין איינגעזעהן אז ס'האט נישט מיט לאגיק, זייער אסאך מענטשען רעגען זיך אויף ווען מען הייבט אן רעדען קעגען וואקסינס, זיי ווילען אפילו נישט הערען,ס'אינטערעסירט זיי נישט די לאגיק, ס'האט אלע צייכענעס פין א שטיק ע"ז, אין דאס איז וואס עס איז,

אין כ'זאג נאכאמאל ס'נישטא קיין נארמאלע סטאדיס אז עס העלפט, ס'נישטא קיין באווייזען, סתם הוילע פראפעגאנדע אין די בהמות גלייבען בלינדערהייט, פתי יאמין לכל דבר !

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:51 pm

· #31301
פראפעסאר שפירא
אלא מאי, די וואס גלייבען דערין גלייבען דערין ווי א ע"ז, מען קוקט נישט אויף גארנישט, מען דארף נישט קיין באווייזען.

איך דעם דאקטער פונקט ווי איך גלייב עם אז מ'דארף טוהן טויזענטער אנדערע זאכן.

אויב ווילסטו געבן אזוב גראז פאר דיינע קינדער אנשטאט וואקסינען, ווער שטערט דיך? וואס ברויכסטו פארפירן אזוי מיט די קאנספיראציע טעאריעס, די ווייסט אז מ'קען ברענגען טשראטס אויף פארקערט אויך, איא?

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:09 pm

· #31307
ווען א פיינענשעל אדווייזער ווען דיר געבן א עצה וואו צו אינוועסטירען א אוצר מיט געלט, וועסטו עס מסתם דורכרעדן מיט נאך מבינים, און עס גוט אדורך טוהן פאר די טוסט אינוועסטירן,

פארוואס זענען דיינע קינדער, וואס זענען אסאך טייערער ווי געלט, פארוואס דא גלייבסטו אן טראכטן, פארוואס זענען די קינדערלאך נישט ווערד כאטשיג אזוי ווי געלט,

יעצט אזוב גראז איז עניטיים בעסער ווי וואקסינען, ווייל קאליע מאכען וועט עס זיכער נישט,

ווען איינער טוט עס גוט אדורך, און נאכדעם מאכט ער א דעסיזשען אז ער וויל יא געבן, נו פיין האט ער חאטשיג געטוהן וואס ער האט געברויכט. אבער צו שטעכן די קינדער אן עס אדורך טוהן ערשט, און וויסענדיג אז אסאך ערענסטע ריסערטשערס און דאקטוירים האלטן אז ס'איז זייער פראבלעמאטיש, איז א וויסטע הפקירות,

און די זאך איז אז ווען איינער טוט עס אדורך, געבט ער טאקע נישט,

רבותי, שב ואל תעשה עדיף, ווילאנג איר ווייסט נישט זיכער וואס גייט פאר דאן גיבט נישט!

און נאך איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר אליינס זעהן וואס די ווארהייט איז.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:19 am

· #31410
ווייסטו וואס, אז דו בעטסט אזוי, גיימער זיך נאכפרעגען, מאכן אביסל ריסוירטש.
אויפן ערשטן בליק איז די אמעריקען פידיאטריקס אסאסיעשען זייער דערפאר, זענען זיי אויך איז די זעלבע קאנספיראציע?

שרגא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:52 am

· #31429
שפירא, אזוינע שרעקליכע קאנספיראציע נארישקייטן אז כ'וועל עס ענדערש איגנארירן.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 10:10 am

· #31482
שרגא
שפירא, אזוינע שרעקליכע קאנספיראציע נארישקייטן אז כ'וועל עס ענדערש איגנארירן.

וויאזוי ווייסטו אז עס איז נארישקייטן?
דו איגנארירסט עס ווייל דו קענסט נישט אויפווייזן אז עס איז נארישקייטן, ממילא איז גרינגער עס צו איגנארירן.

לאדיך אפ » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 10:42 am

· #31488
דעטס די פוינט. א קאנספיראציע וואס מקען נישט אויפווייזן אדער אפפרעגן איז גארנישט ווערט. כקען אויך מאכן קאנספיראציעס פון דא ביז טאהש, אלל איי ניד איז א גוטע דמיון און אפאר סתירותדיגע טשארטס.

קלאר » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 11:13 am

· #31499
די גרינגעסטע וועג צו צייגן
איז ווען מען לערנט זיך ח''ו אויף די אייגענע הויט
באטראכט אייערע קינדער בעפאר זיי ווערן צושטאכען אין נאכדעם
אויב קומט ער אפ אן גארנישט (אדער אויב 'די' זעהסט נישט גארנישט) דאנק דעם אויבערשטן
אויב האט ער נאר איבלען אדער אנדערע שוואכקייטן אפאר טאג אין נאכדעם גייט ער/זי גענוי צום אלטען ביזטו גרינג אפגעקומען
אויב ח''ו עס שאד ערגערע סייד עפעקטס (וואס יעדע דר' זאגט אז עס קען געשעהן) זאלסטו - פארשטייט זיך - זאגען אז עס האט גארינשט מיט שאטס, ווייל עס איז א קאנספיראציע

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:21 pm

· #31520
לאדיך אפ
דעטס די פוינט. א קאנספיראציע וואס מקען נישט אויפווייזן אדער אפפרעגן איז גארנישט ווערט.

אויפווייזען אז עס איז פראבלעמאטיש דאס איז זייער גרינג,
אויפווייזען עז מען מיז עס האבען אין אז ס'ראטעוועט די מענטשהייט, דאס איז זייער שווער, ווייל שקר, ווען מען קריכט אריין אין מען גריבעלט אביסעל זעהט מען אז די גאנצע זאך שטייט אויף הינער פיס,

לאדיך אפ
כקען אויך מאכן קאנספיראציעס פון דא ביז טאהש, אלל איי ניד איז א גוטע דמיון און אפאר סתירותדיגע טשארטס.


כ'ווייס נישט צי וואס די צילסט, די זאך איז זייער פשוט, ווען איינער קומט ארויס מיט א פראדוקט אין פארקויפט אז דא גייט טוהן דאס אין דאס, אין יעדער זאל עס נעמען, דארף ער דאס אויפווייזען קלאר, אין טאמער קען ער נישט דאן איז עס גארנישט ווערד,

נאכדערצי ווען ס'איז א אפענער פאקט אז וואקסינען מאכט אסאך חורבנות, די סייד עפעקטס דערפין קענען זיין שרעקליך אין זיי מאכען נישט קיין סוד דערפין זיי שרייבען עס אליינס אין די צעטעל (insert) וואס קומט מיטען וואקסין,

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:45 pm

· #31523
האסט שוין אמאל געזען א מעדיקעישען וואס האט נישט קיין סייד עפעקטס? אפילו אספירין האט סייד עפעקטס.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:29 pm

· #31535
אבער אספירין העלפט חאטש אויף עפעס,

יידל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:22 pm

· #31576
פראפעסער שפירא, איך וואלט שוין געווארן משוכנע, אבער עס איז פערצופאל וואס כ'בין געוואויר געווארן אז דו האלטסט אויך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך א סיקרעט סאסייעטי און אז מ'האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה. זעענדיג אז דו האסט א שטריך און דיר צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, ווייס איך שוין נישט צו איך קען זיך פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט דא און איך וועל אליינס מוזן מברר זיין. דערווייל, ביז איך בין מברר, פארלאז איך מיך אויף די קאנצענזוס.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:34 pm

· #31581
צי מען האט געלאנדעט אויף די לבנה צי נישט ווייס איך נישט, אבער וואס כ'ווייס איז אז ס'דא וואס האלטען אז ס'דא ספיקות אין די גאנצע זאך, אין אזוי ווי כ'בין נישט דארט געווען ווייס איך נישט,

די ביסט יא דארט געווען אז די ביסט אזוי זיכער אז יא ?

אין לגבי מברר זיין, זיכער זאלסטע אליינס מברר זיין, פארוואס עפעס זאלסטע מיר גלייבן? דו ווייסט דאך אפילו נישט ווער איך בין, דאס וויל איך טאקע, אז מענטשן זאלען אליינס טראכטן, נישט גלייבן בלינדערהייט ווי א בלינדע קאטשקע,

יידל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:36 pm

· #31582
פראפעסאר שפירא
צי מען האט געלאנדעט אויף די לבנה צי נישט ווייס איך נישט, אבער וואס כ'ווייס איז אז ס'דא וואס האלטען אז ס'דא ספיקות אין די גאנצע זאך, אין אזוי ווי כ'בין נישט דארט געווען ווייס איך נישט,

די ביסט יא דארט געווען אז די ביסט אזוי זיכער אז יא ?

ביסט אזוי זיכער אז יעצט אויפן מינוט איז נישטא קיין רוה-ואינו-נראה מאנקי אין דיין שטוב אויפן בענקל נעקסט צו דיר?
איך בין זיכער מיט א הסתברות'דיגע מאס זיכערקייט. איך וואלט נישט געוועט 10,000 דאלער דערויף אבער 500 דאלער יא.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:41 pm

· #31585
יא אבער דיין גאנצע זיכערקייט שטאמט נאר פין דעם ווייל "יעדער" זאגט, צי ס'איז אמת צי נישט, כ'ווייס נישט, טוה עס אדורעך אין טוה דורעך אלע צדדים פין ביידע זייטען אין נאכדעם קענסטע זאגען צי וואס די ביסט נוטה,

יידל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 5:00 pm

· #31587
פראפעסאר שפירא
יא אבער דיין גאנצע זיכערקייט שטאמט נאר פין דעם ווייל "יעדער" זאגט, צי ס'איז אמת צי נישט, כ'ווייס נישט, טוה עס אדורעך אין טוה דורעך אלע צדדים פין ביידע זייטען אין נאכדעם קענסטע זאגען צי וואס די ביסט נוטה,

נישט ווייל "יעדער" זאגט, נאר ווייל 99 פראצענט פראפעסיאנאלן זאגן.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 5:07 pm

· #31588
כ'ווייס נישט, איך האב נישט גערעדט מיט די פראפעסיאנאלען,(אין די אויך נישט) אין ס'זייער שווער צי זאגען פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער מ'וועט זאגען אז ס'געווען א שפיל דאן ווייסען דערפין נאר א ענגע צאל מענטשען אין טאמער זיי שפילען עס גוט קענען זיי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער ס'איז א שפיל דאן איז עס א פראפעיאנאלע שפיל געווען פארגעגרייט צי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען,

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 5:57 pm

· #31599
דרך אגב, איז די אטאקע אויף סעפט. 11 אויך דורכגעפירט געווארן דורך א גרופע אמעריקאנע פראפעסיאנאלע שפילער.

טעלעפאן » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 10:13 pm

· #31608
הער פראפעסאר, קענסטו אפשר אהערלינקן וואו מען קען לייענען מער איבער אייערע (האלב אמת׳ע) קאנספיראציעס?

וויאזוי איך קוק עס אן דארף מען יעדן שאט שוקל זיין צו עס איז ווערד און צו מען קען עס באקומען אויף אן אנדערן אופן. דאס אז די וואקסינען פאבריצירער - צוזאמען מיט אלע אנדערע קאמפאניס פון מעדעצינען וכדו׳ (און ווער נישט...?) - ווילן מאכן געלט איז נישט קיין נייעס. איך גלייב אבער נישט אז עס גייט טיפער פון דעם.

מיין מאמע פארציילט מיר אלץ וואס זי האט מיטגעהאלטן אסאך שווערע קרענק - טשיקן פאקס פאר א משל - וואס זענען אוועקגעגאנגען מיט וואקסינען. יעצט, איך ווייס נישט צו דער טשארט וואס הרב פראפעסאר האט אראפגעברענגט איז אמת צו נישט אבער עכ״פ איז עס געשעהן בערך די זעלבע צייט ״פערצופאל״. איך קען פרעגן מיין מאמע איבער נאך אנדערע קרענק.

אגב, דר. ווערצבערגער פון ק״י וואס איז שטארק נישט בייעסד און נעמט אן ריכטיגע קריטיק איבער דאקטארישן סיסטעם טענה׳ט חי וקיים אז שאטס איז די וויכטיגסטע זאך וואס מען קען געבן פאר די קינדער. (ס׳איז יא דא געוויסע וואס ער ערלויבט נישט צו נעמען בפרט ביים חרדישן ציבור.)

טעלעפאן » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 10:25 pm

· #31610
פראפעסאר שפירא
כ'ווייס נישט, איך האב נישט גערעדט מיט די פראפעסיאנאלען,(אין די אויך נישט) אין ס'זייער שווער צי זאגען פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער מ'וועט זאגען אז ס'געווען א שפיל דאן ווייסען דערפין נאר א ענגע צאל מענטשען אין טאמער זיי שפילען עס גוט קענען זיי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען, ווייל טאמער ס'איז א שפיל דאן איז עס א פראפעיאנאלע שפיל געווען פארגעגרייט צי פארנארען אויך פראפעסיאנאלען,



וויאזוי קען זיין אז ״קיינער״ קומט נישט ארויף מיטן שאקירענדן אויפדעקונג אז ער איז געווען א חלק פון דעם ״לבנה שאו״ שפיל? נאכמער, די נאסא מענטשן וואס האבן דאן געארבעט דארט, זאל איינער קומען זאגן אז מ׳האט קיינמאל נישט געשאסן קיין אפאלא, לא דובים ולא יער

איך האב גערעדט צו איין אזא קאנספיראציע ליבהאבער וואס גלייבן אז א געהיימע גרופע פירט אן די וועלט. האט ער גע׳טענה׳ט אז ראן פאול גייט נישט אנקומען אין ערגעץ ווייל ער וויל זיי פייטן און ער האלט קעגן די גרופע׳ס שיטה. נו, ויהי היום און ראן פאול איז געווען זייער הויעך אין די אנקעטעס (ווי יעדער רעפובליקאנער קאנדידאט) איז דאס אויך געווען חלק פון די קאנספיראציע?

נאכאמאל, ווי אויבנדערמאנט אין מיין פריערדיגן תגובה, כ׳גיי מיר נישט אריינשטעקן מיין קאפ אין זאמד און זאגן אז אלעס פארט כשורה. זיכער איז דא קארופציע. צו אין די FDA, אא״וו, אבער אז בדרך כלל שטעלט זיך ארויס אז וואס זיי רעקאמענדירן איז ריכטיג פאר די באפעלקערונג נעמט מען עס אן.

כ׳מיין, מיט די אלע קאנספיראציעס אז די רעגירונג (אדער די געהיימע גרופע אונטער די רעגירונג) וויל באשרינקן די אלוועלטליכע באפעלקערונג, העכערט זיך דער דורכשניטליכער לעבנס-צייט יעדעס יאר... אדאנק די נייע מעדעצינען. וועסטו יעצט טענה׳ן אז אן די שעדליכע וואקסינען וכדו׳ וואלטן מיר געלעבט נאך לענגער...? נו קוקט אויס אז דער רבוש״ע וויל דאס נישט...

די אלע וואס איך קען וואס היטן זיך אזוי נישט צו עסן קיין אומגעזונטע עסן אויף אן עקסטרעמן אופן ענדיגן פונקט ווי אנדערע... אפשר נאך ערגער

וואס איז פשט? עולם כמנהגו נוהג, פארלאז דיך אויפן אויבערשטן ער שטעלט אונז אלע אין פלאץ

יידל » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:18 pm

· #264427
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
זאל איך שרייבן עפעס אין רעאקציע?

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 7, 2015 12:35 am

· #264479
פאר ווער עס האט ספיקות איבער די לעבענס וויכטיגקייט פין וואקסינעס און וויל אביסל דורך טוהן די נושא דורך הערען ביידע זייטן לייג איך אהער אפאר לינק'ס פון PBS

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=wqbH40Y9XJw">https://www.youtube.com/watch?v=wqbH40Y9XJw</a>

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=VPOrnU3ImxI">https://www.youtube.com/watch?v=VPOrnU3ImxI</a>

<a class="postlink" href="http://www.pbs.org/specials/depth-vaccines/">http://www.pbs.org/specials/depth-vaccines/</a>

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 7, 2015 1:50 am

· #264495
[ציטאט אראפגענומען]


רבי שמואל וזוגתו תחי' זענען שטייטצעך בארעכטיגט צו זייער מיינונג אבער דאס איז א זאך וואס איז קלאר נישט זייער פעלד ,
פרובירן זאלסטי נאר צו זאגן פאר ר' שמואל אז די הארכסט דעת תורה/השקפה/פסק הלכה פון א חשוב'ער עסקן/רעדנער/פרוי/רעבעצין/מנהל/ת וואס שרייבט א קאלום אין איינס פון די אידישע אויסגאבעס, וד''ל

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:15 am

· #264503
אנאנים, ווען איינער וויל נישט הערען קענסטע רעדען צם דופן, ווי האט יענער געזאגט,
I MADE UP MY MIND DONT CONFUSE ME WITH FACTS !
רוב פרו וואקסינען האבען בכלל נישט אנגעהויבען צי אדורך טאהן די נושא, זיי גלייבען נעבעך באמונה שלימה און א פאר גוים וואס זענען דאקימענטירטע ליגנער,

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:21 am

· #264505
[ציטאט אראפגענומען]



וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז ווען די פרובירסט דורך צי טוהן די נושא עד שידך יד כהה מגעת זאלסטו נישט לייגן קיין שום געוויכט וואס דער אדמו''ר אדער יענער ראש ישיבה האלט ווייל עס איז נישט מעלה ומוריד כלל

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:53 am

· #264509
[ציטאט אראפגענומען]


אויב איז ריכטיג וואס דער שמריה ממזר זאגט [?] , דאן זאגט רב קמינצקי אסאך אסאך מער פון שב ואל תעשה עדיף


When reached by phone, both Kamenetzkys confirmed their belief that vaccinations, not the diseases they prevent, are harmful.

“There is a doctor in Chicago who doesn’t vaccinate any of his patients and they have no problem at all,” said the rabbi. “I see vaccinations as the problem. It’s a hoax. Even the Salk vaccine [against polio] is a hoax. It is just big business.”


<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2014/09/how-haredi-rabbis-ignorance-of-science-could-sicken-and-even-kill-thousands-of-people-789.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... e-789.html</a>

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 7, 2015 3:48 am

· #264517
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים - איך האב שטארק הנאה געהאט פון אלעס וואס דו האסט געשריבען און דעם אשכול , איך האב נאר אן אנדער מיינונג איבער דעם נושא , אלענספאלס, יאך אנטשולדיג זעך פארן נישט זיין געניג נזהר בכבוד חברים בפרט יעצט און די ימי הספירה וואס מדארף ספעציעל זיין מער נזהר כמבואר בחז''ל , איך האב פאר קיין איין רגע גארנישט געמיינט פערזענליך ח''ו, ביטע אנטשולדיגן

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אפריל 7, 2015 3:55 am

· #264519
ס'איז א קאמפליצירטע נושא זיך צי טענה'ן איבער וואקסינען, ווייל ביי די וואקסין גלויביגע איז עס אזוי ווי א רעליגיע, יעדע ראיה אז ס'נישט אזוי פויגעלדיג ווי זייער בלינדע גלויבינג רעגט זיי אויף עד דכדוכה של נפש,

מיט מיין תמימות האב איך אמאל געמיינט אז ווען מען ברעגט ראיות צי שטארקען די צד אז וואקסינען איז שעדליך וועט דאס העלפען צי אפשוואכען די אופאזיציע, שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, נישט קיין בערען און נישט קיין וואלד, ווען מען ברענגט ראיות רעגט עס זיי נאך מער אויף, און זיי הייבען אן פין פריש מיט ליידיגע לאזונגען אן שום אינהאלט,

ס'איז אזוי ווי מען וויל אויפווייזען פאר א טאליבאנער אז מוחמאד איז געווען א שיכור און א גייסטיש אומסטאבילער, קענסט רעדען צום דופן עקומה, און אמאל דאס אויכנישט,

נאר וואס דען ס'דא אסאך וואס זענען נישט אזוי פאנאטיש פארגלייבט, און פאר זיי איז גוט צי ליינען אז וואקסינס איז נישט אזוי פויגלדיג, כדי שלא ימות כמו שמת פלוני....

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אפריל 7, 2015 4:47 am

· #264528
כ'האף אז די האסט נישט קיין הוה אמונה אז איך גיי מיר טענה'ן מיט דיר.....
טאמער די ביסט אנטשלאסען צי גלייבען אין וואקסינען, דאן גלייב דערין, ס'נאר א שאד אויף דיינע קינדער וואס די שטעכסט זיי צאם מיט כל צרי וכל זב,
א בחינה פין מעביר זרעו למולך.... וועגען עפעס א ווילדע אמונה טפילה פון בארפיסיגע מדבר לויפער,

שמערל » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:15 am

· #264546
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
א שאד אז יידל האט נישט גלייך געענטפערט, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שטיקל קינדערישע קריגעריי, הגם מיטן פראפעסאר איז באמת נישט דא וואס צו טענה'ן, קוקט דער משזשאר יא אויס ווי א שטיקל לייטישער אינגערמאן, און אויב ווייסט ער נאכנישט דעם פראבלעם פון ענעקאדל עווידענס איז ער נאכנישט אינגאנצן אפגעפרעגט, מען קען אים שיין אויפקלערן דעם חילוק, ועוד וויפיל מען זאל נאר אוועקמאכן ענעקאדל איז נאכאלטס אין לדיין אלא מה שעיניו רואות, הכל פנים למיחש מיהו בעי, און אפילו דער גרעסטער דאקטאר אויב וועט ער אבזעווירן א מאדנער קאערשיינונג, וועט ער זיין פארזיכטיג און עס מער שטודירן, הגם ער וועט נישט ציען קיין פאקטן געבויעט אויב דעם.

איז די ענעקדאטן וואס די ברענגסט פון דיינע קוזינס אז זיי זענען געווארן ל"ע אוטיסטיש פון דעם, ברויכסטו וויסן אז דאס איז א זאך וואס מען שטודירט שוין יארן לאנג, און קיין שום סטאדי האט דאס נאכנישט געקענט באשטעטיגן, במילא וועט א רעכדענקיגער מענטש מיזן אננעמען אז אויב קען דאס נישט ווערן איבערצייגט נאך אזויפיל יארן פארשן מיז זיין אז עס איז נישט אמת, און די אינצידענטן וואס די ברענגסט זענען א צופאל אדער אביסל איבערגעטריבן.

לגבי די מעשה פון מאמפס, וואס די האסט געברענגט, משם ראיה אז די פארשטייסט נישט בעיסיקס פון וואקסינאציעס, רוב וואקסינאציעס זענען נישט הינדערט פראצענט עפעקטיוו, למשל מאמפס נאך צוויי שאטס איז עפעקטיוו צווישן 66 און 95 פראצענט, ד. ה. אז טייל וואקסינירטע מענטשן האבן נאכאלטס א 66 פראצענטיגער שאנס פון עס איבערכאפן, דער מיינונג פון די סייענטיסטן פארוואס מען געט עס איז פשוט ווייל עס רעדיצירט נאכאלטס די שאנסן פון עס באקומען, און צווייטנ'ס והוא העיקר, וויבאלד דער וואקסין העלפט נאך ביי 88 פראצענט, קומט אויס אז יעדע זשענערישאן פאלט די נאמבער מיט פרישע 88 פראצענט. למשל אויב וועט מען וואקסינירן א סאסייעטי פון א מילאן מענטשן, פאלט די נאמבער פון פאטענשאל אנשטעקערס פון א מיליאן צו בלויז צווי הינדערט טויזענט, קומט אויס דער טשאנס צו עקטשועל ווערן אנגעשטעקט פונעם ווירוס איז באמת פיל נידריגער ווי 12 פראצענט, און אין יעדער דור פאלט פראצענט אנשטעקערס מיט פרישע 88 פראצענט. און דאס איז די טעם פארוואס אין אמעריקע איז כמעט שוין נישטא קיין מאמפס פעלער, ווייל עס זענען שוין נישטא קיין מענטשן וואס קענען עס איבערגעבן.
(מיינע נאמבערס זענען צו סימפעלפייד, באט איי האופ יו געט די פוינט.)
אויב גייט אלעס ווי געפלאנט קומט אויס אז נאך אפאר דורות פאלט די צאל אנשטעקערס צו זירא, און דאמאלטס ווערט דער ווירוס עקסטינקט, קען מען שוין אויפהערן צו געבן די וואקסין, פונקט ווי די סמאל פאקס ווירוס וואס מען האט שוין יארן צוריק אינגאנצן אויסגעראטן אדאנק וואקסינאציעס, און מען געט שוין היינט נישט קיין ואקסינען פארדעם.

יעצט אויב קומט א חכם וואס האט "דורכגעטון די נושא" און נעמט נישט קיין ואקסינען אויף מאמפס למשל און פונקט ער פארט קיין לאנדאן און פיקט אויף די ווירוס, דאן פאלן מיר צוריק צו די ערשטע פאזע, און די טשאנסן אז יענער זאל עס פארשפרייטן אין די קאמיונעטי איז היפש הויעך, קודם וועט ער זיכער אנשטעקן דערמיט זיין גאנצע אומוואקסינירטע פאמיליע, דערנאך שטעקן זיי אן אין חדר די אלע האלב וואקסינירטע קינדער וואס האבן עס נאכנישט גענומען צוויי מאל, אדער גאר פארגאסן צו נעמען, און נאכדעם האבן מיר א גרויסע צאל אנשטעקערס וואס העכערען די טשאנסן אז אפילו די וואקסינירטע זאלן עס איבערכאפן, ווייל ווי געזאגט העלפט נאר דער וואקסין ביי בערך 88 פראצענט, און צום סוף לאכט נאך דער אומוואקסינירטער חכם פון די דאקטורים אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן.

די נקודה אז ווירוסן קענען אדורך גיין מיוטאציע און זיך טוישן אז ואקסינען זאלן נישט ארבעטן קעגן זיי, איז ביי רוב ווירוסן נישט אמת, און אפילו אויב יא, איז עס נאכאלטס שלא מן הענין, ווייל ווי געזאגט אויב נעמט יעדער וואקסינען ווערט די ווירוס אינגאנצן אויסגעראטן, און קען מער נישט עוואלוון, ותן לחכם ויחכם עוד.

נאך א נקודה, די אלע קאנספיראציע שיטות אז די וואקסינען האבן גארנישט געהאלפן ווייל עס איז ממילא שוין געפאלן, זענען געפערליך פארדרייט, זיי וועלן אויסשטעלן די נאמבערס אויפן טשארט עס צו מאכן אויסקוקן מינדערוויכטיג, ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.

יידל » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:46 pm

· #264564
נאך א מזל כ'האב נישט גלייך געענטפערט!

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 7:04 pm

· #264638
נאר איין קליין הוספה, די וואס גיבן נישט וואקסינס האבן "בדרך כלל" דאס דורך געטוהן, און די אנדערע "בדרך כלל" האבן דאס מחליט געווען, והבן.

שמערל » דינסטאג אפריל 7, 2015 8:01 pm

· #264644
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
די הוספה גופא האסטו מחליט געווען אדער דורכגעטוהן? והבן.

בכלל למאי נפקא מינה ווער האט וואס, ווילסט מען זאל ווייטער רעדן פונעם קאמענעצקיער רעבעצין, אדער האסטו עפעס צוצולייגן לעצם הענין?

מור וקציעה » מאנטאג אפריל 13, 2015 2:02 am

· #265565
ענדליך טוט איינער צו דער זאך , דאס איז די מערסטע ווירקזאמע מיטל וואס איעדע דעמאקראטיע האט פולע רעכט זיך צו באנוצן

<a class="postlink" href="http://www.smh.com.au/federal-politics/political-news/abbott-government-withdraws-childcare-payments-for-antivaccination-parents-20150412-1mj837.html">http://www.smh.com.au/federal-politics/ ... mj837.html</a>

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 3:46 pm

· #265665
שמערל


ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.


מען האט דאך געברענגט טשארטס, נו ווייז אויף.

שמערל » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:07 pm

· #265673
געוואלדיג
שמערל


ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.


מען האט דאך געברענגט טשארטס, נו ווייז אויף.

ליין ביטע איבער וואס כ'האב געשריבן.
עס איז נישט שייך צו פירן א וויכוח אזוי אז ווילאנג איך בין זיך נישט מטפל מיט יעדע בלאג, איז יענער נישט אפגעפרעגט.

בכלל איך האב נישט גערעדט צו דיר, זעט אויס צו וועם איך האב גערעדט איז שוין אלעס פארענטפערט.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm

· #265674
נו אפשר ביטע רעד יא צו מיר.

שמערל » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:20 pm

· #265677
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
פון וואס ווילסטו רעדן, פונעם וועטער? אדער האסטו עפעס מוסיף צו זיין דא אינעם שמועס, פון דיין פריערדיגע תגובה האט משמע געווען אז די ביסט בלויז אינטרעסירט אין שיסן אנאליזן ווער האט יא /נישט דורכגעטוהן די נושא.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:25 pm

· #265679
פרעג אפ די טשארטס, א דאנק.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:15 pm

· #271398
נאך א סיבה צו בלייבן אין די ארץ הטמאה.

שבת אחים » פרייטאג מאי 1, 2015 2:25 am

· #271591
ביל מאַהר אין א אינטערוויו מיט ראבערט פ. קענעדי איבער די וואַקסין אישו
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Xo4PLqjsHSs">https://youtu.be/Xo4PLqjsHSs</a>

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 11, 2015 3:38 pm

· #274076
קלאר
מעג מען געבן שאטס פאר קינדער?


ניין מען מוז!

געוואלדיג » מאנטאג מאי 11, 2015 4:31 pm

· #274100
ציבעלע, האסט דורך געטוהן אלע סיי עפעקטס פאר דו האסט געשריבן אז מען מוז, אדער פשוט ווייל דיין דאקטער וואס באקומט געלט פאר יעדע שאט וואס ער גיבט האט דיר אזוי געזאגט?
בלאט: 1 2