מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1140119?utm_source=twitter&utm_medium=robot&s=09">https://www.bhol.co.il/news/1140119?utm ... robot&s=09</a>
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.
איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?

איך האב נעכטן (דינסטאג) אינדערפריה געהאט אן אינטרעסאנטע מעשה. איך לייג אריין דעם שליסל אין די איגנישן פון מיין באס. און ס'סטארט נישט. האביך גערופן חברים. ווען דער מעמבער איז ארויסגעקומען (אן עלטערער איד, זז"ג) זאגט ער צו מיר אז איך זאלל זאגן..."בזכות ר' ישעיה בר' משה"... און די באס וועט סטארטן. ער האטציך ממש געבעטן ביי מיר. איך האב געזאגט... אבער די באס האט נאכאלץ נישט געסטארט...! רבותיי לאכטץ נישט. די מעשה גייט נאך ווייטער. איך האב גערופן א מעקעניק. ער האט מיר געטוישט די (3) גרויסע, טראק בעטעריס און די באס האט ב"ה געסטארט.
איך בין געווען אזוי שטארק צוטראגן (א סאך מיטגעמאכט ביז חברים זענען געקומען. און נאכדעם דער מעקעניק). אז ביים סוף טאג האביך פארגעסן די העדלייטס פון באס ברענען. ווען איך בין געקומען היינט אינדערפריה און כ'האב געזעהן די העדלייטס אנגעצינדן (ס'האט געברענט א גאנצע נאכט), האביך מתפלל געווען אז די באס זאלל (נאך) סטארטן.
והך קאווע. איך לייג אריין די שליסל אין די איגנישן, און די באס האט ב"ה געסטארט
א לעקציע צו לערנען פון דעם. אז דער זכות פון א צדיק העלפט אייביג. אמאל שוין אויף די מינוט. אמאל אויף שפעטער. בטוח שאין תפילתו וזכותו של צדיק חוזרת ריקם...
ווייל עפ"י דרך הטבע וואלט מיין באס היינט נישט געדארפט צו סטארטן...! זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן...!...!
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
אפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]
אישתישביhttps://www.bhol.co.il/news/1140119?utm_source=twitter&utm_medium=robot&s=09
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.
איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?
ס׳זייער שרעקעדיג צו גיין שלאפן ווען ס׳נישט זיכער אז מ׳גייט אויפשטיין......
דאס איז א שיינער תירוץ.
על דרך וואס דער רמ"א זאגט אויף דער מחבר יתגבר כארי זאגט דער רמ"א ובשכבו ידע לפני מי הוא שוכב. ווייל מען קען נישט גיין שלאפן ווי א סוס און אויפשטיין ווי א לייב. ממילא אויב פעלט אין דער ובקומך, איז א ראי' אז עס פעלט אין ובשכבך.
אבער דאך איז שווער, א קליין מיידל קען נישט די אלע חשבונות...
אישתישבי
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.
איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?
וואו אזוי דען וואלט געדארפט שטיין אז דאס שלאפן איז אים געגאנגען שלאפן???
פאליטיקאנטאפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]
פאליטיקאנט: כאטש די (3) זענען גרויסע בעטעריס. אבער אז אלע העדלייטס און אונטערשטע לייטס זאללן ברענען א גאנצע נאכט, איז (כמעט) נישט מעגליך עפ"י דרך הטבע...! בזכות ר' ישעי' בר' משה...!
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
אישתישביhttps://www.bhol.co.il/news/1140119?utm_source=twitter&utm_medium=robot&s=09
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.
איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט
אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט
אישתישבי
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.
איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן א פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?
דאס איז כמעט אזא גוטע מעשה ווי די מעשה מיט דער איד וועליכע פלעגט שכור ווערען איעדען טאג. און עס האט גארנישט געהאלפען אזוי ווי ער פלעגט אויפשטיין אינדערפרי פלעגט ער שכור'ן אן אויפהער.
האט מען בודק געוועהן די מזוזות און געטראפען אז ביי למען תזכרו איז געשטאנען למען תשכרו.
נ.ב. פאר די וועליכע ווייסען (נאך) נישט... אין מזוזות שטייט נישט די פרשה פון ציצית
פאלאצ'ינטאדאס איז כמעט אזא גוטע מעשה ווי די מעשה מיט דער איד וועליכע פלעגט שכור ווערען איעדען טאג. און עס האט גארנישט געהאלפען אזוי ווי ער פלעגט אויפשטיין אינדערפרי פלעגט ער שכור'ן אן אויפהער.
האט מען בודק געוועהן די מזוזות און געטראפען אז ביי למען תזכרו איז געשטאנען למען תשכרו
אויף אלע אידן געזאגט אזא פראבלעים. איך לויף שוין בודק זיין די מזוזות אין מיין הויז...!
ווען מ'פינטלט מיט א שין שמאלית וואלט ער דאך געדארפט פארדינען א סאך געלט.
איך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!
אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
אויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
און אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
אגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדעינק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צי זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'וןענד זיך וויפיל חסידים ער האט.
די הענט פין רר"א זענען יא פארברענט געווארען. נאר ער האט נישט געקענט לייגן תפילין, האט ער באקומען נייע הענט.
קהל'ס נעראגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדענק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צו זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'ווענדט זיך וויפיל חסידים ער האט.
איך האב געהערט די מעשה אביסעל אנדערש. אז זיין ראש ישיבה האט איהם געהייסן אז ער זאהל זיך שוין אריבער ציען צו א ווייטע שטאט. ווייל אויב ער גייט בלייבן לעבן וועלען יענע רעבעס חסידים איהם הרג'נען נאר אז די מעשה זאל שטימען.
berlbalagulehאיך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!
אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
פון זליחוב איז געגאנגען קיין פינסק, א שיינע אפגרעיד. מיינסט אפשר ער איז געפלויגן פון פינסק בשן ועין, אבער דאס צוליב די חרם אויף חסידות און א מעשה מיט א מסור.
אויב די דאקטאר האט געזאגט ס׳שאדט איז ער דאך א מקלקל. מילא נישט קיין קשיא וויל כשם שמצווה לומר דבר הנשמע וכו.
די מעשה גופא איז א שטיקל אנאכראניזם. אין רבי לוי יצחק׳ס צייטן זענען נאכנישט געווען אזוינע גראבע משכילים.
קהל'ס נעראון אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
די מעשה גייט אז ער האט זיך פארברענט די האנט, און עס איז
יא פארברענט געווארן
די נעקסטע טאג האט ר"ר אלימלך זיך אנגעריפן, "מיילעך האט נישט קיין האנט צו לייגן תפילין" איז געשען א נס, און עס איז ארויסגעוואקסן א נייע האנט, וואס די הויט דערפון איז געווען גלאט ווי א נייע געבוירענע קינד
berlbalagulehאויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
רבי בערל. ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשען.
דער גערער מלחמת אחים מאכט אויך נישט קיין סענס - פונקט ווי פוטין להבדיל, מאכט נישט קיין סענס, מכמה טעמים! אבער ס'איז עכט געשען. ס'געשעט יעצט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז גערע רבי האט אפילו חסידים. אדער אז אונז האב מיר מורא אים צו פארדאמען בפומבי. אבער ער האט יא חסידים און אונז ציטער מער. פארוואס האט ער מערדערישע חסידים? ווייל מיליאנען מענטשען ארום די וועלט זענען co-dependens! ס'איז א מחלה וואס פיסכאלאגען זענען זייער פאמיליער מיט. דער מחלה איז די foundation וואס אלע קאלט ליעדערס בויען זיך אויף. אן קיין codpendents איז נישט דא קיין סעקס קאלטס און ס'איז נישט דא להבדיל קיין בני ברק וויזניץ אדער גער אדער א קאלט וואס ב'גייט mass suicide. לכאורה אויך נישט סקווער וכו'.
אויב די האלטסט אז רבי ברוכעל איז געווען א קדוש וואס האט נישט ארויס געזאגט קיין ליגענט פון די מויל קען זיין אז זיין מחותן איז געווען א co-dependent.
אבער ער האט די בעל שם טוב זיכער נישט געזען יענע נאכט בהקיץ. נישט נאר ער האט אים נישט געזען לכאורה האט ער נישט פרובירט לצנות מאכן פון א איד וואס האט געטון אזוינע גרויסע מצוות פון פדיון שבויים און אים זאגן אז ער ווארט אויף די בעל שם טוב. פארשטייט זיך דאס assumed אז ער איז נישט א פארדארבענע אינגאטש געווען להבדיל ווי די פינטא רח"ל וואס זאגט פשוט און פראסט פאר זיינע gullible codependents אז ער האט רוח הקודש. (בדידי הוה עבדא, וואס ער האט פרובירט מיך צו זאגן אז ער זעעט עפעס סודות און ער קען מיר העלפן -פארשטייט זיך נאכדעם וואס זיינע codependent puppets האבן געארבעט אויף מיר א לאנגע צייט ווי הייליגע ער איז. פעך). אפשר האט ער געחלומט אז ער זעעט די בעל שם און ער האט געווארט די חלום זאל געשען און ער האט פאר די מחותן מרמז געווען אז ער האט געווארט צו שפירן אז די בעל שם איז מסכים.
נאר וואס דען, לאמיר נעמן א טריט צוריק. וואס הייסט אז רבי ברוך האט געגעבן זיין זון. איז עס געווען א פאסיגע שידוך נאר די אפהאלט איז געווען די פרעמדע ווילדע דיפערענץ צווישען א רבי און עפעס א פראסטאק. אדער באמת איז עס געווען א ווילדע שידוך ווי די חתן כלה זענען געווען פרעמד ווי דער איז צו מיר.. און מ'האט סתם פארכאפט זיין זון און אים פארצווייגט מיט א פראסטאק'ס טאכטער להבדיל וויאזוי מ'זעט היינט די רשעים די רבנים אסאך ווי די שידוך איז לויט די סטאטוס, נישט ווי ס'פאסיג פאר די קינדער.
האלט א רגע!. די מעשה פארציילסטו מיט אזא גלייכגילטיקייט אז מ'קען ברעכן. די מעסעדזש פון די מעשה איז אז באמת א צדיק 1. מעג 2. טאקע האט! - געמאכט סתם שידוכים לויט די מצוות פון די קינד'ס טאטע.
די תורה פארציילט אז ס'איז געווען מענטשן וואס פלעגן געבן זייער קינדער צו א עבודה זרה מולך. דאס הייסט ס'איז געווען מענטשען וואס האבן זיך געהאלטן אזא בעלים אויף זייער קינדער אז ער האט פארשטאנען ער האט א רעכט זיי מקריב צו זיין. די תורה פארדאמט עס. רבי ברוכעל האט די עבודה זרה געטון? ער האט געטיילט זיינע קינדער?
איז טאקע דאס געשען? אויב יא אפשר איז די חתן נאכנישט געווען גרייט צו זיין דער טאטע'ס וויקטים. אםם, האט ער סיי די חתן און סיי די מחותן פארדרייט א קאפ מיט א ליגענט אז די בעל שם טוב הייסט?
בקיצור, די מעשה קען זיין איז יא געשען. איך האף אז נישט. אויב יא איז דא אסאך וועגן עס צו פארענטפערן.
1. ער איז געווען schizophrenic
2. ער איז געווען א שרעקליכע manipulator
3. די קינדער זענען געווען צוויי חולה נפש און די מחותנים האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק
4. וכו' וכו'
וואס מאכט אבער זיכער נישט קיין סענס איז אז מ'פארציילט אזא מעשה גלייכגילטיק און 2022 אן טראכטען און sub consciously זאגט מען פאר די קינדער אז..
1. א טאטע מאכט חתונה זיין זון און די וועלט אריין איז אויקיי?
2. רבי ברוכעל האט ג'פינטאוד די אייגענע זון מיט די מחותן אז ער זעעט די בעל שם? וויי איז אונז אז ער איז פאררעכנט פאר א צדיק ביי אונז. ס'איז גארנישט דא זיך צו לערנען פון אים. פארקערט, לויפט ווי מ'לויפט פון פינטא.
3. די בעל שם האט זיך פארשפעטיגט כאילו. וואס ס'איז געווען טראפיק?
4. די בעל שם האט מצער געווען א כלה. רחמנה ליצלון.
5. וכו' וכו'
וויי וואס איז געשען מיט אונז! מ'האט מיר פארלוירן די מחשבה.
מ'קען עס נאר איבער פארציילן מיט א גלייכגילטיקייט ווייל א גרויסע חסידישע עולם זענען ליידער ערענסט געשלאגן מיט codependency למחצה לשליש ולרביע און מ'האט די שכל surrendered צו חסיד'ישע רבי'ס און מעשות. פון אזא קענסער וואקסט א גערע קאלט פירער.
מ'דארף אנטלויפן רבותי פון די קרענק ווילאנג די טויער איז אפן און פאר אונז פארליר מיר די קינדער צו אזוינע שטיפת המוחות.
אפאר הערות.
קודם ווי יאסל זאגט, מאכט די מעשה זייער אסאך סענס, שטעל דיך פאר די גרויסע רבי ר' ברוך'ל (וואס איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס בדורו) וואס יעדער האלט אז ער פליט אין די הימלען און טרעפט זיך מיט מלאכים יענע מינוט, איז זיך משדך מיט א פשוטע פויער,
נא וועגן די רבי האט זיך פארשלעפט, און נאכדערצו ווייל ער ווארט אויפן בעל שם טוב, ווער וואלט נישט געגלייבט? אפילו היינט וואלטן אסאך חסידים געגלייבט אזעלכע זאכן אויף זייערע רבי'ס, אודאי האט די פויערישע מחותן געגלייבט, האט ער דען געליינט קאווע שטיבל? זיכער וואלט ער נישט אנטלאפן וועגן דעם,
די מעשה מאכט אסאך סענס לדעתי, און מסתמא האט די זוהן זיינע טאקע געווען יענץ פויגל אזוי אז עס איז געווען ענבי הגפן בענבי הגפן, אזוי אז די שידוך איז בעצם געווען א גוטע מעטש,
איי פארוואס האט ער זיך פארזוימט? גוטע שאלה, אפשר האט ער געהאט מחשבת חרטה, און האט צום סוף געמוזט אויסטראכטן א מעשה וועגן די בעש"ט, נישט צו פארשעמען א כלה וכו', אדער אפשר גאר האט ער טאקע געווארט אויפן בעש"ט, אבער די עצם מעשה מאכט אסאך סענס.
אפילו די מעשה מיט די לימוד זכות מאכט אויך סענס,
יא ער איז געווען א שטארקע מוכיח, אבער צו גאט האט ער מלמד זכות געווען, קען זיין אז יענע איד האט ער טאקע אריינגעגעבן מנה אחת אפים, אבער פארן באשעפער האט ער געוויזן די מידת האמת.
בערל: קענסט עפענען א אשכול פון "מעשיות וואס געפעלט מיר נישט" אבער די מעשיות מאכן סענס,
-----
יעצט לאמיך גיין צו א צווייטע הייקעלע נושא,
קהל'ס נאר האט פריער געברענגט די מעשה פון ר"ר אלימלך וואס האט זיך פארברענט די האנט,
און יאסל ברענגט דא אז ער האט זיכער נישט געזען די בעש"ט,
און דא פארשטיי איך נישט, יא, מען איז נישט מחויב צו גלייבן יעדע מעשה, אבער צו דען דארף מען לייקענען "יעדע" מעשה?
דער פותח האשכול ברענגט א מאדנע מעשה אן קיין געהעריגע מקור, און די מעשה שטימט אפילו נישט, דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם עס אוועקצומאכן,
אבער דא פארט מען שוין צו א ווייטע פלאץ, לאמיר אביסל אויסקלארן,
אין יציאת מצרים גלייבסטו דאך יא! אין קריעת ים סוף אויך (איך האף אזוי), נו, מאכט עס דען סענס? אזוי אויך אלע מעשיות פון די תורה, איבערדרייען סדום, די מבול, מן פון הימל, מאכן די אלע זאכן סענס? ניין, און דאך גלייבט מען אז די באשעפער האט משנה געווען די טבע,
יא, עס איז אמת אז די דעת הרמב"ם במורה נבוכים איז אז מען דארף דאך פראבירן עס אפצולערנען ווי מער על דרך השכל, און וועגן דעם האלט ער טאקע אז די גאנצע מעשה פון בלעם מיט די אייזל וואס האט גערעדט איז בלויז א משל, אבער די טענה פון די רמב"ן אויף דעם איז, אויב גלייבסטו ממילא אז די באשעפער קען אלעס טוישן אין א רגע, און קריעת ים סוף לערנסטו יא כפשוטו אז עס איז געווען א נס, דאן פארוואס ביים אייזל קענסטו נישט אויך זאגן אז עס איז כפשוטו,
יעצט עס מיינט נישט אז מען דארף יעצט גלייבן יעדע שטות וואס איינער פארקויפט, און מען מוז נישט אפקויפן אלע מנחם מנדל מעשיות פאר גוט געלט בלויז ווייל איינער האט געזוכט צו רייטן אויף אונזער גלויביגע חוש, אבער דאס מיינט אויך נישט אז מען מוז יעצט אויסמעקן כל התורה כלו, אויב עס מאכט נישט קיין סענס,
יעצט מען קען גרינג זאגן אז רוב רובם פון די אלע מעשה'לעך זענען בלויזע פאנטאזיעס, און בפרט אויב עס האט א שוואכע מקור, אויב זאלן אלע מאשקע מעשיות זיין אמת, דאן איז דא מער מאשקעס ווי עס איז געווען אידן בכלל,
נאר וואס דען, א מעשה מיט א מקור מוסמך וואס מאכט יא אביסל סענס, מוז מען נישט גלייך אפלייקענען,
למשל, די מעשה מיט די פארברענען די האנט, האט לויט וואס איך געדענק שטארקע מקורות, און צדיקים מדור הקודם האבן עס פארציילט, דאך איז עס מיר שווער צו גלייבן, ווייל עס הערט צו זייער מאדנע, און איז צו א גרויסע נס אז עס זאל זיך בכלל קענען הערן אמת אז בימינו אלה זאל די באשעפער מאכן אזעלכע נסים, אזא מעשה וואלט געדארפט צו ווערן באשריבן אין אלע צייטונגען בימיהם, מען קען גרינג זאגן אז עס איז א פאבריקאציע פון עפעס א בעל דמיון וואס האט עס פארציילט, און די צדיקים האבן עס נאכפארציילט מיט א תמימות גלייבענדיג די מעשה,
אבער ווען מען גייט צו א מעשה אז די בעש"ט האט זיך באוויזן צו ר"ר ברוכ'ל, קען זיך עס גאנץ גרינג לייגן אויפן שכל, די גמרא ברענגט אסאך מעשיות ווי תנאים ואמוראים וואס האבן געהאט גלוי אליהו, פארוואס זאל זיך אפשטעלן אזעלכע זאכן? איך בין אפילו בכוח צו הערן אז היינטיגע אויסגעהארעוועטע צדיקים, ווי למשל די אמשינאווע רבי זאל האבן גלוי אליהו, נישט אז איך זאג אז ער האט, אבער עס קען זיין, פארוואס נישט? קפיצת הדרך, השבעת שמות, די אלע זאכן קענען זיין אמת, פארוואס נישט?
נישט צו לאנג צוריק האבן אונז געהאט דא א ריבניצער, וואס האט טאקע נישט מחיה מתים געווען יעדן טאג, אדער געמאכט נייע הענט, אבער האט געהאט אפענע אויגן, און עס איז דא אסאך עדות אויף אפענע זאכן, אזוי אויך זאגט מען אויפן באבא סאלי, און אויף ר' ישעיה'לע קערעסטירער, ועוד.
איך סאונד אפשר ווי א בעל דמיון און א גאליבל מענטש וואס גלייבט אלעס, אבער ניין, נישט אז איך גלייב אלעס, איך לייקן פשוט נישט אלעס, עס איז קלאר געווען אמאל זאכן וואס איז געווען ממש שלא כדרך הטבע, און אפילו שפעטער, אדער גאר היינט איז דא זאכן וואס צדיקים האבן א כוח דערין וואס מיז נישט אלעמאל מאכן סענס.
איך זאג אז ער האט נישט געזען די בעל שם טוב נישט ווייל איך גלייב נישט אז ער האט נישט געקענט מאכן א סעלצער זיס מיט מעדזשיק און אויסקוקען ווי קאוק. נאר ווייל ס'איז נישט מעגליך צו האבן זיסע קאוק סעלצער. אדער איז עס סעלצער אדער איז עס קאוק. אז ער מאכט סעלצער זיס און איז משנה די מראה צו מראה קאוק, איז עס שוין נישט סעלצער. קענסט עס ריפען די מעדזשיק קאוק. אבער סעלצער איז עס נישט מער.
יעצט ווען איינער זאגט דיר אז א צדיק האט געמאכט פון פלייש סעלצער וועט אפילו א מאמין שמייכלען. אפשר האט ער האט געמאכט די פלייש פארשווינדען און ער האט געברענגט וואסער מיט באבעלס בדרך נס. אבער פלייש קען נישט ווערן סעלצער ווייל וואסער איז CO2 און פלייש האט נישט די חומר דערפאר. וכו'
די בעש"ט איז שוין געווען טויט. מילא אז ער זעעט עפעס פון די בעל שם איז עס נישט זיין גוף. אפשר זיין נשמה (whatever it means). אבער מיט א נשמה שמועסט מען נישט און א נשמה פארשפעטיגט נישט. בקיצור ס'איז אפילו נישט שייך צו זאגן די ווערטער ער האט געזען די בעל שם בהקיץ. ס'איז פשוט poetry וואס מיינט עפעס אנדערש.
קאוק וואס מ'ריפט סעלצער איז אפשר א זכר לדבר אז מרעדט פון מעדזשיק קאוק. און סעלצער וואס מ'רופט פלייש איז הוידעל בוידעל און די בעשט בהקיץ איז הודל בוידעל אויך. איך ווייס אפילו נישט וואס ס'מיינט. ער האט אים אויפגעגראבן? די בעש"ט איז ארויף און הימעל לעבעדיג און ער שווימט צו די צדיקים? זאגט זיך אפילו נישט ווייל נאר 12 מענטשען און אונזער טראדיציע זענען ארויף לעבעדיג (whatever it means) משה, אליהו, בתיא, וכו'
דארף מען אפדעיטעטען וויקיפעדיע און צו לייגען די בעש"ט?
די גמרא פארציילט אין מסכת כתובות דף קג. אז רבינו הקדוש (הראשון) פלעגט קומען נאך זיין פטירה יעדע פרייטאג צונאכטס צו די הויז פון זיין רעביצין,
איין מאל האט א שכנ'טע פונקט געקלאפט אויפן טיר בשעת רבי האט זיך געפינען אין די הויז, האט א דינסט געזאגט, זיי שטיל ווייל רבי געפינט זיך דא,
זייט דעמאלט איז ער שוין מער נישט געקומען אז מען זאל נישט זאגן, ער קומט יא און אנדערע צדיקים קומען נישט, איז א סימן אז זיי זענען נישט אזעלכע גרויסע צדיקים,
עד כאן וואס די גמרא פארציילט,
אודאי מיינט עס נישט אז די גוף וואס מען האט באגראבען איז ארויסגעקראכן פון קבר, עס מיינט די נשמה (whatever it means)
איך בין אויך נישט קיין נביא אדער קיין משנה ברורה צו וויסן פינקטליך וואס עס מיינט, אבער עפעס אזא מושג איז דא.
שוין, אז מ'פארשטייט וואס ס'מיינט דארף מען זיך נישט דינגען אויב ס'געשען. ווייל מ'פארשטייט אמיטאמאל וואס דאס איז און לערנען דארף מען נישט די מעשה. קען מען עס אזוי מסביר זיין ווי די בבא בתרא רבה בר חנה. פשוט פשט poetry און רמזים.
אבער די תורה מוז מען לערנען. און א אייזעל קען נישט רעדן. ער קען מאכן קולות. מילא מוז מען זאגן אז ויפתח השם פי האתון איז נישט פשוט פשט. וואס, ער האט באקומען דעת? א בת קול איז ארויס געקומען פון זיין מויל און ס'האט אויסגעקוקט ווי ער רעדט? זיין לעפצען האבן זיך געשאקעלט? א צונג האט געמאכט צורת אותיות און ס'האט גערעדט? ס'הערט זיך ווי פלייש איז געווארן וואסער. ס'איז פשוט א משל אדער א חלום וכו'
וכיוון שנפתח שערי חלומות, שערי חלומות לא ננעלי. (אוקיי נישט עכט א שער מיט א שלאס, ס'איז א מליצה..)
דער פסוק על פי פשוטו מיינט אז עס איז געשען א נס און די אייזל האט גערעדט פשוטו כמשמעו, עס שטייט אפילו וואס ער האט געזאגט, ויאמר וכו'.
די משנה זאגט אין אבות פרק ה' משנה ו' אז איינע פון די זאכן וואס איז באשאפן געווארן ערב שבת בית השמשות איז די "פי האתון" כדי אז די אייזל זאל קענען רעדן (נישט פארמישן מיטן פי האתון פון מהר"א)
דאס איז די לשון פונעם ברטנורא שם:
פי האתון - בין השמשות נגזר עליה שתדבר עם בלעם
סאו עס זעט שטארק אויס, אז חכמינו ז"ל האבן עס אפגעלערנט כפשוטו ממש.
עצי שטים יאסל ראקאוועראיך זאג אז ער האט נישט געזען די בעל שם טוב נישט ווייל איך גלייב נישט אז ער האט נישט געקענט מאכן א סעלצער זיס מיט מעדזשיק און אויסקוקען ווי קאוק. נאר ווייל ס'איז נישט מעגליך צו האבן זיסע קאוק סעלצער. אדער איז עס סעלצער אדער איז עס קאוק. אז ער מאכט סעלצער זיס און איז משנה די מראה צו מראה קאוק, איז עס שוין נישט סעלצער. קענסט עס ריפען די מעדזשיק קאוק. אבער סעלצער איז עס נישט מער.
יעצט ווען איינער זאגט דיר אז א צדיק האט געמאכט פון פלייש סעלצער וועט אפילו א מאמין שמייכלען. אפשר האט ער האט געמאכט די פלייש פארשווינדען און ער האט געברענגט וואסער מיט באבעלס בדרך נס. אבער פלייש קען נישט ווערן סעלצער ווייל וואסער איז CO2 און פלייש האט נישט די חומר דערפאר. וכו'
די בעש"ט איז שוין געווען טויט. מילא אז ער זעעט עפעס פון די בעל שם איז עס נישט זיין גוף. אפשר זיין נשמה (whatever it means). אבער מיט א נשמה שמועסט מען נישט און א נשמה פארשפעטיגט נישט. בקיצור ס'איז אפילו נישט שייך צו זאגן די ווערטער ער האט געזען די בעל שם בהקיץ. ס'איז פשוט poetry וואס מיינט עפעס אנדערש.
קאוק וואס מ'ריפט סעלצער איז אפשר א זכר לדבר אז מרעדט פון מעדזשיק קאוק. און סעלצער וואס מ'רופט פלייש איז הוידעל בוידעל און די בעשט בהקיץ איז הודל בוידעל אויך. איך ווייס אפילו נישט וואס ס'מיינט. ער האט אים אויפגעגראבן? די בעש"ט איז ארויף און הימעל לעבעדיג און ער שווימט צו די צדיקים? זאגט זיך אפילו נישט ווייל נאר 12 מענטשען און אונזער טראדיציע זענען ארויף לעבעדיג (whatever it means) משה, אליהו, בתיא, וכו'
דארף מען אפדעיטעטען וויקיפעדיע און צו לייגען די בעש"ט?
די גמרא פארציילט אין מסכת כתובות דף קג. אז רבינו הקדוש (הראשון) פלעגט קומען נאך זיין פטירה יעדע פרייטאג צונאכטס צו די הויז פון זיין רעביצין,
איין מאל האט א שכונ'טע פינקט געקלאפט אויפן טיר בשעת רבי האט זיך געפינען אין די הויז, האט א דינסט געזאגט, זיי שטיל ווייל רבי געפינט זיך דא,
זייט דעמאלט איז ער שוין מער נישט געקומען אז מען זאל נישט זאגן, ער קומט יא און אנדערע צדיקים קומען נישט, איז א סימן אז זיי זענען נישט אזעליכע גרויסע צדיקים
עד כאן וואס די גמרא פארציילט,
אודאי מיינט עס נישט אז די גוף וואס מען האט באגראבען איז ארויסגעקראכן פון קבר, עס מיינט די נשמה (whatever it means)
איך בין אויך נישט קיין נביא אדער קיין משנה ברורה צו וויסן פינקטליך וואס עס מיינט, אבער עפעס אזא מישג איז דא
אפאר הערות:
1). אגב, לגבי וואס איך האב
דא אראפגעברענגט פונעם עיקרים בענין הנשמה לאחר המיתה, שרייבט ער דארט בפל״ג:
וכבר הפליגו רבותינו ז"ל בזה במקומות רבים עד שאמרו על רבינו הקדוש כל בי שמשי הוה אתי לביתיה ומקדש, להורות שאף אחר המות ישתוקקו נפשות הצדיקים לעשות המצות שהורגלו בעשיתן בהיותן בחיים, עד שרבינו הקדוש היה בא לביתו בכל לילי שבת לקדש, וזה הענין נמצא לקצת החסידים אבל לא יעבור שנים עשר חדש, כמו שאמרו לאחר שנים עשר חדש נשמה עולה ואינה יורדת.
2). לגבי די געדאנק אז א דבר רוחני (נשמה אין אונזער קאנטעקסט) איז נישט תלוי בזמן וממילא איז נישט שייך אַן איחור דערויף, קען מען פארענטפערן אז וואס עס באדייט דא איז אז פונעם מבט פונעם אדם החומרי, וואס איז יא נתון תחת ממשלת הזמן, האט ער דאס נאר ״זוכה געווען צו זעהן/שפירען/וואס אימער בהתגלות״ נאר דעמאלטס;
ער האט (גורם געווען דאס) פארשפעטיגט מחמת מדריגותיו צי וואס וואס זענען נאכנישט געווען ברום המעלה דערפאר דעמאלטס.
פארשטייט זיך אז מ׳קען לכאורה נוצן אקאם׳ס רעיזאר צו מחזק זיין @יאסל ראקאווער׳ס אפטייטש אין די מעשה…
3). לגבי דאס פראבלעם איבער טוישן פון סעלצער צו פלייש בדרך נס אלס חילוקם בחומרותם, רירט דאס שוין לכאורה צו צו די באקאנטע דעבאטע פון
טרענסאָבּסטענשיעישאן אין נוצרות. עס איז נישט אזוי פשוט אז דאס איז פון די
נמנעות [געבן א צווייטע צורה פאר די חומר וכו׳].
כמובן אז זאגן אז דאס איז אינגאנצן פלייש און אינגאנצן סעלצער ביינאזאם איז שוין יא א פראבלעם, און מ׳דארף שוין צוקומען צו די חילוקים בחומר וצורה אין וואס זיי זענען דן.
4). לגבי די מעשה פונעם נועם אלימלך און זיין האנט איז דא דערין סתם אזוי א הלכה׳דיגע פראבלעם פון זיך אליינס מזיק זיין, ועיין בתוס׳ ב״ק צא: ד״ה אלא וברמב״ם הל׳ חובל ומזיק (פ״ה ה״א) ובאגרות משה (חו״מ ח״א סימן קג). ועיין באשכול
זו.
נאכן זיכן אביסל די מקור פון די מעשה פון ר"ר אלימלך מיט די פארברענען די האנט, האב איך געטראפן דא אין ספר שפע חיים, פון די חומש רש"י שעורים פונעם קלויזענבוירגער רב ז"ל שנת תשמ"א,
ער ברענגט עס בשם נאסוידער רב ז"ל
📎 20220524_171739.jpg📎 20220524_171752.jpg
עצי שטים קהל'ס נעראון אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
די מעשה גייט אז ער האט זיך פארברענט די האנט, און עס איז
יא פארברענט געווארן
די נעקסטע טאג האט ר"ר אלימלך זיך אנגעריפן, "מיילעך האט נישט קיין האנט צו לייגן תפילין" איז געשען א נס, און עס איז ארויסגעוואקסן א נייע האנט, וואס די הויט דערפון איז געווען גלאט ווי א נייע געבוירענע קינד
און מיט די נייע האנט האט ער שוין נישט געטון וואס ער האט געטון צו זיין מאמע ווען ער איז נאך געווען א ניי געבוירן קינד.
רבותיי: איך האב א בריק צו פארקויפן. זי גייט פון ברוקלין קיין דאונטאון מאנהעטן. נישט ווייט פון דעם אמאליגן (חרוב געווארענעם) ווארלד טרעיד סענטער.
איך פרעג א קשיא. פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?!
יאסל ראקאווער berlbalagulehאויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
רבי בערל. ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשען.
דער גערער מלחמת אחים מאכט אויך נישט קיין סענס - פונקט ווי פוטין להבדיל, מאכט נישט קיין סענס, מכמה טעמים! אבער ס'איז עכט געשען. ס'געשעט יעצט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז גערע רבי האט אפילו חסידים. אדער אז אונז האב מיר מורא אים צו פארדאמען בפומבי. אבער ער האט יא חסידים און אונז ציטער מער. פארוואס האט ער מערדערישע חסידים? ווייל מיליאנען מענטשען ארום די וועלט זענען co-dependens! ס'איז א מחלה וואס פיסכאלאגען זענען זייער פאמיליער מיט. דער מחלה איז די foundation וואס אלע קאלט ליעדערס בויען זיך אויף. אן קיין codpendents איז נישט דא קיין סעקס קאלטס און ס'איז נישט דא להבדיל קיין בני ברק וויזניץ אדער גער אדער א קאלט וואס ב'גייט mass suicide. לכאורה אויך נישט סקווער וכו'.
אויב די האלטסט אז רבי ברוכעל איז געווען א קדוש וואס האט נישט ארויס געזאגט קיין ליגענט פון די מויל קען זיין אז זיין מחותן איז געווען א co-dependent.
אבער ער האט די בעל שם טוב זיכער נישט געזען יענע נאכט בהקיץ. נישט נאר ער האט אים נישט געזען לכאורה האט ער נישט פרובירט לצנות מאכן פון א איד וואס האט געטון אזוינע גרויסע מצוות פון פדיון שבויים און אים זאגן אז ער ווארט אויף די בעל שם טוב. פארשטייט זיך דאס assumed אז ער איז נישט א פארדארבענע אינגאטש געווען להבדיל ווי די פינטא רח"ל וואס זאגט פשוט און פראסט פאר זיינע gullible codependents אז ער האט רוח הקודש. (בדידי הוה עבדא, וואס ער האט פרובירט מיך צו זאגן אז ער זעעט עפעס סודות און ער קען מיר העלפן -פארשטייט זיך נאכדעם וואס זיינע codependent puppets האבן געארבעט אויף מיר א לאנגע צייט ווי הייליגע ער איז. פעך). אפשר האט ער געחלומט אז ער זעעט די בעל שם און ער האט געווארט די חלום זאל געשען און ער האט פאר די מחותן מרמז געווען אז ער האט געווארט צו שפירן אז די בעל שם איז מסכים.
נאר וואס דען, לאמיר נעמן א טריט צוריק. וואס הייסט אז רבי ברוך האט געגעבן זיין זון. איז עס געווען א פאסיגע שידוך נאר די אפהאלט איז געווען די פרעמדע ווילדע דיפערענץ צווישען א רבי און עפעס א פראסטאק. אדער באמת איז עס געווען א ווילדע שידוך ווי די חתן כלה זענען געווען פרעמד ווי דער איז צו מיר.. און מ'האט סתם פארכאפט זיין זון און אים פארצווייגט מיט א פראסטאק'ס טאכטער להבדיל וויאזוי מ'זעט היינט די רשעים די רבנים אסאך ווי די שידוך איז לויט די סטאטוס, נישט ווי ס'פאסיג פאר די קינדער.
האלט א רגע!. די מעשה פארציילסטו מיט אזא גלייכגילטיקייט אז מ'קען ברעכן. די מעסעדזש פון די מעשה איז אז באמת א צדיק 1. מעג 2. טאקע האט! - געמאכט סתם שידוכים לויט די מצוות פון די קינד'ס טאטע.
די תורה פארציילט אז ס'איז געווען מענטשן וואס פלעגן געבן זייער קינדער צו א עבודה זרה מולך. דאס הייסט ס'איז געווען מענטשען וואס האבן זיך געהאלטן אזא בעלים אויף זייער קינדער אז ער האט פארשטאנען ער האט א רעכט זיי מקריב צו זיין. די תורה פארדאמט עס. רבי ברוכעל האט די עבודה זרה געטון? ער האט געטיילט זיינע קינדער?
איז טאקע דאס געשען? אויב יא אפשר איז די חתן נאכנישט געווען גרייט צו זיין דער טאטע'ס וויקטים. אםם, האט ער סיי די חתן און סיי די מחותן פארדרייט א קאפ מיט א ליגענט אז די בעל שם טוב הייסט?
בקיצור, די מעשה קען זיין איז יא געשען. איך האף אז נישט. אויב יא איז דא אסאך וועגן עס צו פארענטפערן.
1. ער איז געווען schizophrenic
2. ער איז געווען א שרעקליכע manipulator
3. די קינדער זענען געווען צוויי חולה נפש און די מחותנים האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק
4. וכו' וכו'
וואס מאכט אבער זיכער נישט קיין סענס איז אז מ'פארציילט אזא מעשה גלייכגילטיק און 2022 אן טראכטען און sub consciously זאגט מען פאר די קינדער אז..
1. א טאטע מאכט חתונה זיין זון און די וועלט אריין איז אויקיי?
2. רבי ברוכעל האט ג'פינטאוד די אייגענע זון מיט די מחותן אז ער זעעט די בעל שם? וויי איז אונז אז ער איז פאררעכנט פאר א צדיק ביי אונז. ס'איז גארנישט דא זיך צו לערנען פון אים. פארקערט, לויפט ווי מ'לויפט פון פינטא.
3. די בעל שם האט זיך פארשפעטיגט כאילו. וואס ס'איז געווען טראפיק?
4. די בעל שם האט מצער געווען א כלה. רחמנה ליצלון.
5. וכו' וכו'
וויי וואס איז געשען מיט אונז! מ'האט מיר פארלוירן די מחשבה.
מ'קען עס נאר איבער פארציילן מיט א גלייכגילטיקייט ווייל א גרויסע חסידישע עולם זענען ליידער ערענסט געשלאגן מיט codependency למחצה לשליש ולרביע און מ'האט די שכל surrendered צו חסיד'ישע רבי'ס און מעשות. פון אזא קענסער וואקסט א גערע קאלט פירער.
מ'דארף אנטלויפן רבותי פון די קרענק ווילאנג די טויער איז אפן און פאר אונז פארליר מיר די קינדער צו אזוינע שטיפת המוחות.
2. רבי ברוכעל האט ג'פינטאוד די אייגענע זון מיט די מחותן אז ער זעעט די בעל שם? 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
איך האב געהערט פון ר' שלמה יענקל געלבמאן ז"ל די מעשה אביסל אנדערש
ער איז געווען א שטארקע "בעל בכי" כידוע, דהיינו מיט א גרויסן באכל, איז ער געגאנגען בודק זיין די מזוזות, האט מען געטראפן, אז אנשטאט עס זאל שטיין ואכלת ושבעת, שטייט צוויי מאל ואכלת ואכלת...
עצי שטיםאיך האב געהערט פון ר' שלמה יענקל געלבמאן ז"ל די מעשה אביסל אנדערש
ער איז געווען א שטארקע "בעל בכי" כידוע, דהיינו מיט א גרויסן באכל, איז ער געגאנגען בודק זיין די מזוזות, האט מען געטראפן, אז אנשטאט עס זאל שטיין ואכלת ושבעת, שטייט צוויי מאל ואכלת ואכלת...
איך גיי זאגן פאר מיין סופר זאל שרייבן צוויי מאל מאודך אין מיינע מזוזות 😂 😂 😂 😂
און אז מען רעדט שוין פון תפילין און מעשיות וואס מאכט נישט קיין סענס.
https://www.bhol.co.il/news/733591
צוויי פין זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן און עס האט געפעלט דער ווארט 'בבניך' פון וכל בכור אדם בבניך תפדה.
איי איז וואס? מיינט עס אז ער ברויך יעצט אויסלייזן יענעמ'ס זוהן?
berlbalaguleh איך פרעג א קשיא. פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?!
ווייל אונז זענען נישט ראוי
אזוי ווי עס איז נישט דא קיין עכטע דיבוקים
דער שפלות הדור
היסטאריעאון אז מען רעדט שוין פין תפילין און מעשה'ס וואס מאכט נישט קיין סענס.
https://www.bhol.co.il/news/733591
צוויי פין זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן און עס האט געפועלט דער ווארט בבניך פין וכל בכור אדם בבניך תפדה.
איי איז וואס? מיינט עס אז ער ברויך יעצט אויסלייזן יענעמס זוהן?
איז גאט אזא שלעכטער און הרג'עט קינדער וויל אין די תפילין/מזוזה איז דא א טעות?
עפרה לפומי
עצי שטיםנאכן זיכן אביסל די מקור פון די מעשה פון ר"ר אלימלך מיט די פארברענען די האנט, האב איך געטראפן דא אין ספר שפע חיים, פון די חומש רש"י שעורים פונעם קלויזענבוירגער רב ז"ל שנת תשמ"א,
ער ברענגט עס בשם נאסוידער רב ז"ל
זיכנדיג אביסל מער, האב איך געטראפן אין עבודת עבודה שיחות קודש חלק ג', ווי די טאהשע רבין ז"ל ברענגט @קהל'ס נאר נוסח פון די מעשה, אז אדרבה די פייער האט נישט שולט געווען אין אים מרוב קדישתו
צו פארענטפערן די סתירה, מוז מען מדחיק זיין אז עס איז געווען צוויי אנדערע מעשיות, און די מעשה אז עס האט זיך יא פארברענט איז געווען אין די אינגערע יארן וואס דאן איז ער נאכנישט געווען אויף די מדריגה אז די פייער זאל נישט שולט זיין, (הגם אז עס איז געשען א נס גלוי פאר אים אז די האנט איז צירוקגעוואקסן!!!)
אבער שפעטער אין די עלטערע יארן איז ער אנגעקומען צו אזא מדריגה אז די פייער האט שוין נישט שולט געווען אויף אים.... 😛
📎 20220525_122856.jpg
berlbalaguleh עצי שטים קהל'ס נעראון אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
די מעשה גייט אז ער האט זיך פארברענט די האנט, און עס איז
יא פארברענט געווארן
די נעקסטע טאג האט ר"ר אלימלך זיך אנגעריפן, "מיילעך האט נישט קיין האנט צו לייגן תפילין" איז געשען א נס, און עס איז ארויסגעוואקסן א נייע האנט, וואס די הויט דערפון איז געווען גלאט ווי א נייע געבוירענע קינד
און מיט די נייע האנט האט ער שוין נישט געטון וואס ער האט געטון צו זיין מאמע ווען ער איז נאך געווען א ניי געבוירן קינד.
רבותיי: איך האב א בריק צו פארקויפן. זי גייט פון ברוקלין קיין דאונטאון מאנהעטן. נישט ווייט פון דעם אמאליגן (חרוב געווארענעם) ווארלד טרעיד סענטער.
איך פרעג א קשיא. פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?!
בערל, די גלייבסט אז די ים סוף האט זיך געשפאלטן? משה רבינו האט אראפגעברענגט לוחות פון הימל? א שטיין האט געגעבן וואסער פאר פערציג יאר אין מדבר?
איך פרעג א קשיא, פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?
היסטאריע מרדכי מרדכי berlbalaguleh איך פרעג א קשיא. פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?!
ווייל אונז זענען נישט ראוי
אזוי ווי עס איז נישט דא קיין עכטע דיבוקים
דער שפלות הדור
אוי איז דא עכטע דיבוקים
אבער די צדיקים פארטרייבן זיי נישט
עצי שיטים: ווייל די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס שטייען אין די תורה. ווען ס'זאל שטיין אין די תורה אז ר' אלימלך מ'ליזענסק האט זיך בכיוון פארברענט זיין הענט. און ס'איז צוריקגעוואקסן א נייע הענט, וואלט איך עס געגלייבט. אנישט איז דאס פאנטאזיעס וואס מענטשן האבן אויסגעטראכט. איינער האט געזאגט. ס'האט זיך שיער פארברענט. דער צווייטער האט ארויסגעלאזט די ווארט שיער. און נאך א בעסערער בעל מספר האט געזאגט אז ס'איז איהם געוואקסן א נייע הענט. דמיונות...!
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
עצי שטים יאסל ראקאווערשוין, אז מ'פארשטייט וואס ס'מיינט דארף מען זיך נישט דינגען אויב ס'געשען. ווייל מ'פארשטייט אמיטאמאל וואס דאס איז און לערנען דארף מען נישט די מעשה.
אבער די תורה מוז מען לערנען. און א אייזעל קען נישט רעדן. ער קען מאכן קולות. מילא מוז מען זאגן אז ויפתח השם פי האתון איז נישט פשוט פשט. וואס, ער האט באקומען דעת? א בת קול איז ארויס געקומען פון זיין מויל און ס'האט אויסגעקוקט ווי ער רעדט? זיין לעפצען האבן זיך געשאקעלט? א צונג האט געמאכט צורת אותיות? ס'האט זיך ווי פלייש איז געווארן וואסער.
די פסוק על פי פשיטו מיינט אז עס איז געשען א נס און די אייזל האט גערעדט פשיטו כמשמעו, עס שטייט אפילו וואס ער האט געזאגט, ויאמר וכ'
די משנה זאגט אין אבות פרק ה' משנה ו' אז איינע פון די זאכן וואס איז באשאפן געווארן ערב שבת בית השמשות איז די "פי האתון" כדי אז די אייזל זאל קענען רעדן (נישט פארמישן מיטן פי האתון פון מהר"א)
דאס איז די לשון פונעם ברטנורה שם:
פי האתון - בין השמשות נגזר עליה שתדבר עם בלעם
סאו עס זעט שטארק אויס, אז חכמינו ז"ל האבן עס אפגעלערנט כפשיטו ממש
אין בכלל ס'איז געווען א משפחה פון אייזלען וואס זיי האבען זיך עוואלוואד צי די לעוועל צו קענען רעדען [emoji848]
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
נאך א מעשה
ר' אורי מסטרעליסק האט אמאל געטרונקען א טיי, אנשטאט פון אריינלייגען דעם ציקער האט ער עס געהאלטען אין זיין האנט.
דערנאך האבן די חסידים פארזיכט דעם ציקער און פעך ס'טעיסט ווי שווייס [-ערד]
האט דער הייליגער צדיק מסביר געוועהן אז ווער ס'איז מזוכך אזוי ווי אדה"ר פארן חטא קען ניצען אלע חושים פאר אלעס. זעהן מיט די מויל, שמעקען מיט די אויער, הערען מיט די אויגן, און טועם זיין מיט די האנט. וכדו'.
נישטא קיין שום מקור אין חז"ל אז אדה"ר פארן חטא האט געהאט אזא מין טבע.
שטעל זיך פאר יעדע אבר קען טוהן וואס די ראש הגויה קען... אויב געבסטו איינעם א טאַפ אויפן פלייצע...
עמער לאזן דעם פלאץ פאר די גדולים ווי הרב @טאמבל סאס ווייטער ציען דעם גאלדענע קייט 😃
---
נ.ב. אין אישי האב איך באקומען נאך א חלק פון די מעשה:
בפסוק כתיב 'אין שלום בעצמי מפני חטאתי', שהטעם שאין שלום בין האיברים, וא"א לראות ע"י הבטן וכדו', הוא מפני חטאתי. והרבי אמר על עצמו שלא חטא.
?Hi, I enjoy your lomdus. is this the same person? how does it go together
שעפטאלנאך א מעשה
ר' אורי מסטרעליסק האט אמאל געטרונקען א טיי, אנשטאט פון אריינלייגען דעם ציקער האט ער עס געהאלטען אין זיין האנט.
דערנאך האבן די חסידים פארזיכט דעם ציקער און פעך ס'טעיסט ווי שווייס [-ערד]
האט דער הייליגער צדיק מסביר געוועהן אז ווער ס'איז מזוכך אזוי ווי אדה"ר פארן חטא קען ניצען אלע חושים פאר אלעס. זעהן מיט די מויל, שמעקען מיט די אויער, הערען מיט די אויגן, און טועם זיין מיט די האנט. וכדו'.
נישטא קיין שום מקור אין חז"ל אז אדה"ר פארן חטא האט געהאט אזא מין טבע.
שטעל זיך פאר יעדע אבר קען טוהן וואס די ראש הגויה קען... אויב געבסטו איינעם א טאַפ אויפן פלייצע...
עמער לאזן דעם פלאץ פאר די גדולים ווי הרב @טאמבל סאס ווייטער ציען דעם גאלדענע קייט 😃
אַה. די מעשׂה מאַכט טאַקע נישט קיין סענס, ווייל ס'איז נישטאָ קיין שום מקוֹר אין חז"ל אַז אדה"ר פאַרן חטא האָט געהאַט אַזאַ טבע. שאַך מאַט! און וואָס איז מיט יוֹסף הצדיק ביי וועמען ס'האָט געשפּריצט סחוֹרה פון אַלע צען פינגער? דערויף איז דאָך יאָ דאָ א מקוֹר אין חז"ל.
איצט פאַרשטיי איך שוין פון וואַנעט ס'קומט דער ענגלישער אידיאָם: "Have someone eating out of your hand