מיליאנערהרב גאנצל, אנטשולדיגט, אבער אין מיין אפיניען גייסטו אביסל מיטן קאפ אין וואנט אריין, קוקסט שוין כמעט אויס ווי א זאלי...
פאר מהר''א באדערט נישט אז רז''ל קומט קיין קרית יואל פירן רעביסטעווע, שבתים, מסיבות, קידוש השם'ס, ער האט נישט קיין פראבלעם אז ער האט אייגענע מוסדות, פארקערט ער דארף נישט זיינע קינדער אין זיין מוסד, ער דארף נישט ער זאל אים קומען באזוכן, פארקערט, ער וויל דווקא נישט ער זאל קומען צו אים... אז דו ווילסט דו קענסט האלטן אז מהר''א איז א שגץ, א טעראריסט, א בעל גאווה, א וויזניצער, א זאלי, קענסט אים שעלטן, אראפרייסן... נאר איין זאך: שטער נישט. זיין טאטע אינאיינעם מיט רוב שטאט האבן אים געשטעלט פאר מרא דאתרא, און ס'דא פליכטן וואס איז אלע דורות געווען אנגענומען אלס די אחריות פון די מרא דאתרא אין דעם איז נכלל די קדושת העיר, וואס מהר''א האט אלע יארן לוחם געווען און געטון מה שביכלתו צו האלטן די שטאט אפגעהיטן כידוע (יש דורשין לשבח ויש דורשין לגנאי), און ווי אויך די חופה וקידושין, און מהר''א פארלאנגט איין זאך שטער נישט. שטער נישט די הנהגה. שטער נישט די אנעקסעישאן, שטער נישט די וואסער פייפליין, שטיץ נישט יונייטעד מאנרא, שטיץ נישט דאס נישט אננעמען די סאטמארע זמן, מאך נישט ליצנות פון יעדע תקנה וכו' וכו', וזהו.
מהר''א האט נישט קיין פראבלעם אז דו קומסט ארויף ווי א מלך צום בית החיים פון א עקסטערע אריינגאנג, מהר''א האט נישט קיין פראבלעם אז דו בויעסט שענערע און גרעסערע בנינים ווי אים (ער האט אפילו מסכים געווען אויפן דיעל צו געבן די בעסטע לאט אין שטאט פאר א נייע ביהמ''ד, ביז עטליכע פון די הנהלה האבן באשלאסן אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו געבן פאר איינעם וואס האט דיך גערודפ'ט און געשטערט און געצאפט דאס בלוט אלע יארן צו געבן א ביהמ''ד אויף א גאלדענעם טאץ, אבער מהר''א פאר זיך האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם) אדרבה, יעדע איד וואס וויל זיך פירן כדרך רביהק זי''ע איז מער ווי וועלקאם זיך צו פילן באקוועם אין שטאט. נאר איין זאך: שטער נישט. זיי ביזי מיט דיך. בוי דיך אויף.
אבער דאס פייטן ארויסקומען שעות מסדר קידושין זיין דאס וואלט א בעל מדות נישט געטון