☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'

שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'

304 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15269
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ייעעקקבב » מיטוואך מאי 11, 2022 10:35 am

· #499879
און צום צענטען מאל
די א“ג אויף עטרת מ“צ איז בכלל נישט דומה צי די א“ג איסור אויף עטרת מייזעלס
דאס איז ברור כשמש אז א קהילה שנתפרדו האט גארנישט מיט די מרא דאתר און אפי' די ארונים זענען נישט מחולק אויף דעם
נאר זייער טענה ביי עטרת מ“צ איז געווען אז בני יואל איז נתפרדו באיסור
משא“כ קהילות מהרי“י איז נישט דא קיין הו“א אז אונז האבען עפעס מיט די א“ג מרא דאתרא'שאפט פין מהר“א
און איינער וואס ניצט ר' געצל'ס א“ג איסור פין עטרת מ“צ אויף עטרת מייזעלס איז סתם א לץ

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך מאי 11, 2022 1:13 pm

· #499892
צוריק צום ענין,

חסידי מהר"א האבן זיך פארגעשטעלט אז נאך די קראקאדיל טרערן פון רז"ל מ'זאל נישט דאווענען אין ארונישע ביהמ"ד וועט זיין א הרווחה, עס וועט זיין שיטערע מנינים און מער פלאץ אין די מקוואות,

דערווייל כי הוא זה נישט, די זאליס דאווענען ווייטער ווי ביז יעצט, זיצן ביי לחיים'ס מיט זייערע פריינט די ארונים, אלעס כאילו לא הי',

נאכמער, געזען די וואך 2 נגידים און אנפירערס ביי רז"ל וואס האבן קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין ארונישע ביהמ"ד, זענען געקומען דאווענען כדי צו זען מיט די אייגענע אויגן פארוואס די זאליס קלעבן צו די בתי מדרשים ווי בינען צו האניג,

א באקאנטער פאנדרעיזער פאר א זאלי מוסד אין וומסב"ג וואס קומט אייביג אין די ארונישע ביהמ"ד נאך געלט זאגענדיג אז זיין קלייענטעל דאווענט דא, איז נאך איין טאג צוריקגעקומען ווייל עס האט זיך גארנישט געטוישט,

און די ארונים נעמען אויף זייערע חברים בסבר פנים יפות, מ'העלפט זיי חתונה מאכן די קינדער, מ' אט זיי געגעבן קמחא דפיסחא און אלעס וואס זיי דארפן,

אבער דא אין קאווע שטיבל זענען זיי די טעראריסטן און לוזערס.

איין זאך איז אמת, זייער PR אויף סאושעל מידיא איז בעסער.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 11, 2022 7:12 pm

· #499899
א חסיד פון ווילנא: נאכמער. איך בין אמאל געווען א גאסט אין קרית יואל אויף א שבת (סטאק אין טרעפיק. ואכמ"ל). כ'האב געדאוונט אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען פון די הויפט אנפיהרערס/פארפיהרערס פון די בני יואל. אקעגן מהר"א שליט"א. איך האב מיך געווינדערט פארוואס ער קומט אהין דאווענען לכתחילה. נאר דער עולם האט זיך באצויגן צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. אבער מהר"א וסייעתו זענען טעראריסטן. דאס טוט מיר וויי.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:37 am

· #499922
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: נאכמער. איך בין אמאל געווען א גאסט אין קרית יואל אויף א שבת (סטאק אין טרעפיק. ואכמ"ל). כ'האב געדאוונט אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען פון די הויפט אנפיהרערס/פארפיהרערס פון די בני יואל. אקעגן מהר"א שליט"א. איך האב מיך געווינדערט פארוואס ער קומט אהין דאווענען לכתחילה. נאר דער עולם האט זיך באצויגן צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. אבער מהר"א וסייעתו זענען טעראריסטן. דאס טוט מיר וויי.
אז ער האט געצאלט געלט צו בויען די שול, פארוואס זאל ער נישט דאווענען דארט? אינטערעסירט דיך ווער ס'צאלט פאר די אלע שולן אין קר"י.

באמת איז אזוי אין אלע סאטמערע שולן פון ביידע צדדים, ווי איך בין נאר געווען, נעמט מען שיין אויף (כמעט) יעדער וואס וויל דארט דאווענען אדער לערנען. איך קען ארונים וואס ווילן דוקא דאווענען אין זלונישע שולן און ווייסע ווערסע, מחמת איזה סיבה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:09 am

· #499924
שמעון וואלף: נו, לאמיר זעהן אן ארוני וואס גייט דאווענען צו די בני יואל. ווי שיין יאסל וואלדמאן וועט איהם אויפנעמען. זיכער מכבד זיין מיט ששי. אדער מיט שייגעץ ארויס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2022 7:53 am

· #499926
מען זאגט אז די אהרונים זענען טעראריסטן? איך מיין אז רוב מענטשן פון ביידע צדדים זענען בכלל נישט אינטרעסירט אין די גאנצע מחלוקת, עס איז ליידער נאר די פאר ראשי הקהלה וועמען מען באשולדיגט, איך וועל נישט מפרט זיין בשמותם וידוע הוא, אבער כאמור רוב מענטשן זענען נארמאלע מענטשן און זוכן נישט די חזיריי, לעט עלאון פון זיי אנרופן טעראריסטן.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:07 am

· #499939
@רביה"ק זי"ע האט מיר לעצטנס געזאגט א שיינע געדאנק,
ער האט עומד געווען אויף די חילוק פון מהר"א מיט מהרז"ל:

מהרז"ל פארקויפט "גארנישט" בשב ואל תעשה,
און מהר"א פארקויפט "גארנישט" בקום ועשה,

שטארקע דיבורים!

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מאי 12, 2022 11:41 am

· #499947
[ציטאט אראפגענומען]
אינטרעסאנט, שמעקעדיג שרייבט "ביידע" צדדים, און דו ענטפערסט נאר פון די ארונים?

פון די שבעה דברים בגולם זענען דער וואס ענטפערט שלא מן הענין.

yatzmachp » זונטאג מאי 15, 2022 5:28 am

· #500052
ארויפגעברענגט כדי גאנצל און מיליאנער זאלן אנפילן נאך א פאר פעידזשעס.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 16, 2022 1:02 pm

· #500183
[ציטאט אראפגענומען]
איך וויל אריינגגיין פירן טיש אין ראדני, איך גלייב אז רז"ל וואס וויל לעבן בשלום וועט מיך נישט שטערן

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 16, 2022 1:05 pm

· #500184
yatzmachp
ארויפגעברענגט כדי גאנצל און מיליאנער זאלן אנפילן נאך א פאר פעידזשעס.

אינטערסאנט האסט זיכער אפגעציילט ווער עס שרייבט די מערסטע דא, נישט טשאדעלע, יעקקקוב נאר גאנצל און מיליאנער

מיליאנער » מאנטאג מאי 16, 2022 1:43 pm

· #500185
איך האף אז דו מיינסט זיך נישט אנצונעמען פאר מיין כבוד, ווייל איך האב אמת'דיג הנאה געהאט פון דעי זאץ.

איך האב פשוט הנאה ווען די זאליס ווייזן ארויס זייער בלינדע שנאה צו די ארוינים.. דעי יאצמאך איז בכלל נישט די ערשטער, כ'געדענק נישט ווער נאך ס'האט דא לעצטנס געוויזן פיקחות אז מיליאנער פילט אן פעידשעס, וואס איך דארף ניטאמאל מסביר זיין די לעכערליכקייט פון אנכאפן איין צד פון א דיסקוסיע און זיי אנרופן 'פעידזש אנפולערס' (וואס חוץ מזה איז עס בכלל נישט אמת, אבער אפילו אויב באטעם ליין וועט זיך ארויסשטעלן אז איך רעד יא די מערסטע איז עס נאך אלס לעגענדארע נאנסענס נעמענדיג אין באטראכט אז אין היסטאריע פון קאווע שטיבל האב איך נאכנישט קיינמאל געפירט א דעבאטע מיט מיר אליינס, און אין 96 פראצענט פון די צייט האב איך בלויז פארענטפערט אטאקעס פון די זאליס.).

אינטרעסאנט איז אויך אז די זעלבע חברה רעגן זיך ווען מ'זאגט אז 'אידן' זענען די וואס טוען נישט אן קיין מאסקעס, און דעמאלטס שרייען זיי ''ס'איז סתם אנטיסעמיטיזם! קוק וויפיל גוים האבן אויך נישט אן קיין מאסקעס''! אבער ווען ס'קומט צו זייער פריוואטע שונא 'די ארויני' אה! כאכא מיליאנער פילט אן פעידזשעס....

ווי געזאגט איך האב צוויי מאל נישט קיין פראבלעם דערמיט, והא ראי' איך בין נאך דא, איך בין אויך באקאנט מיט די בלינדע פארמאכטע שנאה קעגן די ארויני, און איך ענדשוי עס...

signout » פרייטאג מאי 27, 2022 11:27 am

· #501074
signout
ס'דא א ריקארדינג פין א עקסטרעם שארפע דרשה פין מהרז''ל מוצש''ק ווי ער האט אפעלירט ביי זיינע אינגעלייט זאלען אויפהערן דאווענען אין קעסקעיד שוהל, פארשטייט זיך ס'האט אנגעמאכט א גרויסע שטורם אפילו ביי חסידי מהרז''ל
מהרז''לס אייניקלעך ביים גיין נאך געלט אין מהר''א שוהלען, ס'האט זיך גארנישט געטויטש זיין מהרז''ל'ס דרשה, מהרז''לס מענטשן דאווענען ווייטער אין אלע מהר''א'ס שוהלען מער ווייניגער
📎 photo_2022-05-27_09-25-48.jpg

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג מאי 27, 2022 11:36 am

· #501075
signout
signout
ס'דא א ריקארדינג פין א עקסטרעם שארפע דרשה פין מהרז''ל מוצש''ק ווי ער האט אפעלירט ביי זיינע אינגעלייט זאלען אויפהערן דאווענען אין קעסקעיד שוהל, פארשטייט זיך ס'האט אנגעמאכט א גרויסע שטורם אפילו ביי חסידי מהרז''ל
מהרז''לס אייניקלעך ביים גיין נאך געלט אין מהר''א שוהלען, ס'האט זיך גארנישט געטויטש זיין מהרז''ל'ס דרשה, מהרז''לס מענטשן דאווענען ווייטער אין אלע מהר''א'ס שוהלען מער ווייניגער
ער האט דען געזאגט אז מ' טאר נישט גיין נאך געלט? זיי האבן נישט געדאווענט דארט

לשיטתם אז געלט מעג (דארף) מען נעמען פון ווער עס געט

ברענג ארויס לשבחם פון חסידי מהר"א אז מ' האט זיי נישט ארויסגעווארפן ווי הינט, אזוי ווי עס קומט זיך זיי

מחצה''ק » פרייטאג מאי 27, 2022 12:21 pm

· #501079
א חסיד פון ווילנא

פארוואס קימט זיך עס זיי?
גיי הער אמאל אויס דעם ראצפערט'ע רב פון ב''פ צי סקימט זיך צי נישט
איך האב אמאל געהערט פון עם אז ער איז דורך א שואה

signout » זונטאג מאי 29, 2022 10:40 pm

· #501179
signout
א ליסטע פאר תלמידי וחסידי סאטמאר פון די 60 ארויני על חרבך שוהלן ווי מ׳טאר נישט אריינטרעטן ע״פ הוראות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א

קרית יואל 20 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד אבני צדק,
ביהמ״ד ישמח משה, ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד בית ברוך,
ביהמ״ד אהל פיגא,
ביהמ״ד רב טוב,
ביהמ״ד בית שמואל בנימין,
ביהמ״ד דברי חיים,
ביהמ״ד בית דוב,
ביהמ״ד בית מרדכי,
ביהמ״ד קול אליהו,
ביהמ״ד קדושת יו״ט,
ביהמ״ד עטרת זקנים,
ביהמ״ד מהרש״א,
ביהמ״ד בית שמואל (בלומינגראוו),
ביהמ״ד ויואל משה, ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד קוועיקער היל,
ביהמ״ד בית אלעזר

וויליאמסבורג 12 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד בנין בראך,
ביהמ״ד בנין געלבשטיין,
ביהמ״ד בית מנחם צבי,
ביהמ״ד ישמח משה,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד סאוט 8,
ביהמ״ד ויואל משה,
ביהמ״ד אור ישראל אלימלך,
ביהמ״ד בית נחום דוב,
ביהמ״ד עצי חיים סיגוט

בארא פארק 9 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד 10 עוו,
ביהמ״ד 15 עוו,
ביהמ״ד 18 עוו,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד קדושת יו״ט,
ביהמ״ד תפלה למשה,
ביהמ״ד 36 סטריט

מאנסי 3 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ישמח משה,
ביהמ״ד שכונת רעמסען

לאנדאן 4 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ויואל משה,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד ברך משה

בני ברק 3 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול בשיכון,
ביהמ״ד זכרון מאיר,
ביהמ״ד רחוב רמב״ם

בית שמש 2 בתי מדרשים:
ביהמ״ד רחוב אהל יהושע,
ביהמ״ד שכונת רמת אברהם
 
שאר מקומות:

ביהמ״ד הגדול מאנטריאל

ביהמ״ד הגדול לעיקוואד

ביהמ״ד הגדול אנטווערפן

ביהמ״ד הגדול מאנטשעסטער

ביהמ״ד הגדול ירושלים

ביהמ״ד לינדען

ביהמ״ד אלעד

אויב וועט אויספעלן וועלן מיר אפדעיטן די ליסט יעדע חודש פין זייערע פרישע בתי מדרשים
ועל אנ''ש להזהר
די קאמפיין גייט געהעריג אן, חסידי מהרז''ל ווילן זייער ציבור זאל אויפהערן דאווענען ביי מהר''א (א שאד די ארבעט לענ''ד)
📎 photo_2022-05-29_13-46-54.jpg

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:03 am

· #501189
מהר''א האט אייביג געזאגט אז מ'זאל דאווענען אין די אייגענע בתי מדרשים, און ער איז טאקע געווען די ערשטער עס צו פארלאנגען פון זיין ציבור, אבער ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'זאל נישט דאווענען אין די 'אנדערע סאטמאר'. קיינמאל האט ער נישט געזאגט אז אונזערע יסודות איז אנדערש ווי זייערע, אפילו ביי די דרשה וואס דו ברענגסט נאך א קליין שטיקל, שמועסט ער אויס קלאר אז די פראבלעם איז ווען עס איז א געמיש פון אלע סארט קרייזן און קולטורן. ס'איז אייביג געווען א דבר פשוט אז מ'מיינט נישט דא די זאלישע בתי מדרשים נאר די פרעמדע קרייזן וואס האבן א גענצליך אנדערע השקפה פון סאטמאר.

מהרז''ל איז אבער אויפגעקומען מיט א באמבע אז מ'טאר גאר נישט דאווענען אין א ארוינישע בית מדרש, מכלומר'שט ווייל ער האט עפעס שרעקליך אנדערע יסודות ווי די ארוינים....

און די חסידים פייפן זיך אריין! ממש ווי אין בני ברק!

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2022 12:14 am

· #501192
מיליאנער

די ברך משה פלעגט אויך זאגן מ'זאל לערנען נאר אין די אייגענע בתי מדרשים און ער פלעגט זאגן אז די בעל דבר"י האט עס אויך פארלאנגט

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2022 12:15 am

· #501193
[ציטאט אראפגענומען]
דארט איז דא א שול מיט אנדערע השקפות און מהר"א לאזט נישט אהין גיין

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:15 am

· #501194
[ציטאט אראפגענומען]
אפפפס... מ'האט געזאגט די ווארט בני ברק...

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:18 am

· #501195
שמעון וואלף
מיליאנער
מהר''א האט אייביג געזאגט אז מ'זאל דאווענען אין די אייגענע בתי מדרשים, און ער איז טאקע געווען די ערשטער עס צו פארלאנגען פון זיין ציבור, אבער ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'זאל נישט דאווענען אין די 'אנדערע סאטמאר'. קיינמאל האט ער נישט געזאגט אז אונזערע יסודות איז אנדערש ווי זייערע, אפילו ביי די דרשה וואס דו ברענגסט נאך א קליין שטיקל, שמועסט ער אויס קלאר אז די פראבלעם איז ווען עס איז א געמיש פון אלע סארט קרייזן און קולטורן. ס'איז אייביג געווען א דבר פשוט אז מ'מיינט נישט דא די זאלישע בתי מדרשים נאר די פרעמדע קרייזן וואס האבן א גענצליך אנדערע השקפה פון סאטמאר.

מהרז''ל איז אבער אויפגעקומען מיט א באמבע אז מ'טאר גאר נישט דאווענען אין א ארוינישע בית מדרש, מכלומר'שט ווייל ער האט עפעס שרעקליך אנדערע יסודות ווי די ארוינים....

און די חסידים פייפן זיך אריין! ממש ווי אין בני ברק!
די ברך משה פלעגט אויך זאגן מ'זאל לערנען נאר אין די אייגענע בתי מדרשים און ער פלעגט זאגן אז די בעל דבר"י האט עס אויך פארלאנגט
רז''ל האט אבער זייער קלאר געזאגט וואס ליגט אינטער זיין פארלאנג צו דאווענען אין די אייגענע בתי מדרשים און וועם ער מיינט דא.. און דאס איז פארוואס די ארוינים האלטן זיך אינטער דערמיט.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2022 12:25 am

· #501197
יא יא,
אבער די סיבה פארוואס ארונים האלטן זיך אינטער איז ווייל טיף טיף באדערט זיי אז מ'עקספאזט זייער טעראר. יא, ס'געווען א נער'ישע שריט פון מרז"ל אז ער אליין זאל עס פארדאמען אבער למעשה איז געווארן א גרויס געשפרעך דערפון און די ארונים האבן געטראפן ערגעץ ווי זיך אנצוכאפן זיך מחזק זיין.

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:34 am

· #501198
הייסט די ארוינים האט געבאדערט רז''ל'ס דרשה? פליז! קוק איבער די אשכול זיי מוחל.

די ארוינים האבן גאר זיך געדארפט מחזק זיין נאך די דרשה... קאם אן מען...

signout » מאנטאג מאי 30, 2022 11:47 am

· #501234
[ציטאט אראפגענומען]
הערט אויס די גאנצע דרשה וועט איר זעהן ווי איר מאכט אייך אליין צונער ווען איר ברענגט די שטיקל פונעם הערליכע דרשה

רבינו שליט"א האט געזאגט מען זאל דאווענען אין אינזערע בתי מדרשים וויבאלד די קלענערע שוהלן איז אויף א קלענערע ניווא ווי די קהל'ישע בתי מדרשים

אין די וואס ווילן זיין אין די מחנה אלקים זאלן דאווענען אין די קהל'ישע בתי מדרשים

אגב די דרשה איז מלא תוכן עס וועט אייך נישט שאטן דאס אויסהערן עס.
קפ

בייגעלייגט א בילד פין די דרשה ביי די אסיפה פאר תושבי בארא פארק אין די פאלאס
📎 photo_2022-05-27_13-47-46.jpg 📎 photo_2022-05-27_13-47-42.jpg 📎 photo_2022-05-27_13-47-36.jpg

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 30, 2022 1:41 pm

· #501243
מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא
signout
signout
ס'דא א ריקארדינג פין א עקסטרעם שארפע דרשה פין מהרז''ל מוצש''ק ווי ער האט אפעלירט ביי זיינע אינגעלייט זאלען אויפהערן דאווענען אין קעסקעיד שוהל, פארשטייט זיך ס'האט אנגעמאכט א גרויסע שטורם אפילו ביי חסידי מהרז''ל
מהרז''לס אייניקלעך ביים גיין נאך געלט אין מהר''א שוהלען, ס'האט זיך גארנישט געטויטש זיין מהרז''ל'ס דרשה, מהרז''לס מענטשן דאווענען ווייטער אין אלע מהר''א'ס שוהלען מער ווייניגער
ער האט דען געזאגט אז מ' טאר נישט גיין נאך געלט? זיי האבן נישט געדאווענט דארט

לשיטתם אז געלט מעג (דארף) מען נעמען פון ווער עס געט

ברענג ארויס לשבחם פון חסידי מהר"א אז מ' האט זיי נישט ארויסגעווארפן ווי הינט, אזוי ווי עס קומט זיך זיי
פארוואס קימט זיך עס זיי? ווייל אז יענער פרובירט דיך צו אונטערהאקן, און רעדט אויף דיר קום נישט צו יענעם בעטן געלט, נוץ נישט יענעמס גוט הארץ ווען עס איז צו דיין עטווענעזש
גיי הער אמאל אויס דעם ראצפערט'ע רב פון ב''פ צי סקימט זיך צי נישט וואס דארף איך אים אויסהערן, ער איז נישט מיין מורה דרך
איך האב אמאל געהערט פון עם אז ער איז דורך א שואה
איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט (אפשר אז מ' האט אים נישט געלאזט עולה זיין ביים זיידן פאר די בר מצוה, אדער נישט געלאזט זיין זיידן קומען צו די ברמצוה?)

געהערט פון אים האסטו זיכער נישט

מחצה''ק » מאנטאג מאי 30, 2022 7:04 pm

· #501286
א חסיד פון ווילנא
געהערט פון אים האסטו זיכער נישט[/color]
איך האב געהערט מפה קדשו אז ער איז דורך א וועלט מלחמה אין אנטווערפן קענסט עם פרעגן

מחצה''ק » מאנטאג מאי 30, 2022 7:06 pm

· #501287
רעב יוד מיסט נישט געבן געלט אבער פארוואס ווארפן ווי הונט???

מחצה''ק » מאנטאג מאי 30, 2022 7:16 pm

· #501288
איך האב הנאה יעדע מאל עקסטער
📎 aroinem.jpg 📎 zalis.jpg

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 8:20 pm

· #501294
מחצה''ק
איך האב הנאה יעדע מאל עקסטער
באמת איז אלעס איין מענטש...

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 8:38 pm

· #501297
[ציטאט אראפגענומען]
אקעי, יעצט לאמיך שרייבן מיט מיין דריטע ניק.

די ייעעקקבב פעסווארד האביך פארגעסן.

די שמעון וואלף ניק איז פאר 130 am

ייעעקקבב » מאנטאג מאי 30, 2022 9:29 pm

· #501300
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]
אקעי, יעצט לאמיך שרייבן מיט מיין דריטע ניק.

די ייעעקקבב פעסווארד האביך פארגעסן.
😳 😈

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 31, 2022 12:04 pm

· #501321
מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא
געהערט פון אים האסטו זיכער נישט[/color]
איך האב געהערט מפה קדשו אז ער איז דורך א וועלט מלחמה אין אנטווערפן קענסט עם פרעגן

ווער האט אים גערודפ'ט אין אנטווערפן? און פארוואס?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 31, 2022 12:15 pm

· #501324
מחצה''ק
רעב יוד מיסט נישט געבן געלט אבער פארוואס ווארפן ווי הונט???
די האלסט אז ווען עס איז פארקערט די מעשה וואלט מען געלאזט קינדער אדער חסידי מהר"א גיין נאך געלט אין די זאלי שילן?

רז"ל עפענט א פי האתון קעגין א קהילה און זייער מנהיג, פול מיט שנאה און שקר מיט רשעות, און ער קומט נאך געלט צו יענעם?

בד"וו, עס איז דא א קר"י איד וואס פאר פרנסה גייט ער נאך געלט פאר כולל בוקר מהר"א, יעדער קען אים, ער זאגט "כולל בוקר" בעיני ראיתי אפאר יאר צוריק ווי מ' האט אים ארויסגעווארפן פון ליע גארדנ'ס, עקספעקסטו אז מ' זאל יעצט ווען יענער האט אויסגעריפן א מלחמה קעגין דיר, זאלסט אים לאזן גיין נאך געלט?

און געדענק, אלעס זאג איך נאר וואס עס וואלט געדארפט זיין, במציאות לאזט מען זיי גיין נאך געלט בכבוד גדול

מחצה''ק » דינסטאג מאי 31, 2022 4:35 pm

· #501338
ווייל לי גארדענס יודן זענען צעדרייט מיינט נישט אז ענק דארפן אויך זיין.

מחצה''ק » דינסטאג מאי 31, 2022 4:35 pm

· #501339
א חסיד פון ווילנא
מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא
געהערט פון אים האסטו זיכער נישט[/color]
איך האב געהערט מפה קדשו אז ער איז דורך א וועלט מלחמה אין אנטווערפן קענסט עם פרעגן

ווער האט אים גערודפ'ט אין אנטווערפן? און פארוואס?
ביי די מלחמה מיט זיין טאטע

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 31, 2022 4:46 pm

· #501340
מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא
מחצה''ק
א חסיד פון ווילנא
געהערט פון אים האסטו זיכער נישט[/color]
איך האב געהערט מפה קדשו אז ער איז דורך א וועלט מלחמה אין אנטווערפן קענסט עם פרעגן

ווער האט אים גערודפ'ט אין אנטווערפן? און פארוואס?
ביי די מלחמה מיט זיין טאטע
ווער האט מלחמה געהאלטן מיט זיין טאטע, די זאליס?

וואס האט עס מיט די ארונים?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 31, 2022 4:47 pm

· #501341
מחצה''ק
ווייל לי גארדענס יודן זענען צעדרייט מיינט נישט אז ענק דארפן אויך זיין
דו גיבסט הדרכה? במציאות ווארפן זיי נישט ארויס קיינעם, אבער אזוי דארף מען טון פאר איינעם וואס זוכט דיך צו באגראבן.

קעיס קלאוזד.

מחצה''ק » דינסטאג מאי 31, 2022 5:01 pm

· #501342
א חסיד פון ווילנא

ווער האט מלחמה געהאלטן מיט זיין טאטע, די זאליס?

וואס האט עס מיט די ארונים?
איך ווייס נישט ווער ס'איז געווען אבער קינדער דארפן נישט ליידן וועגן זייערע עלטערן ס'איז זייער פשוט

קעיס קלאוזד...

מיליאנער » דאנערשטאג יוני 30, 2022 10:23 pm

· #503363
📎 a4b7346e1cd3465bae9533b7289105d3.jpg די קרית יואלע זאליס גייען ווייטער אן מיט די משוגעת, ארויפברענגנדיג שמייכלעך אויף די ארוינים'ס פנימ'ער.

שטיינזאלץ » פרייטאג יולי 1, 2022 10:51 am

· #503377
ס'זעהט שוין באלד אויס ווי די שוואנצאנעס ניגון וואס מען מוז זינגן ביי יעדע חופה, פון היינט און ווייטער גייט דאס דארפן שטיין אויף יעדע זאלי צעטל.

סבא דבהתא » פרייטאג יולי 1, 2022 11:05 am

· #503378
די פראבלעם איז אז רוב זאליס האבן מער פיינט אהרנ'ן ווי זיי האבן ליעב זאליקה סא סאיז שווער זיי צאמברענגען אין איין ביהמ"ד נאר אויב מאיז זיי מסביר אז מיט דעם שטעכט מען די ארונים.
פון די אנדערע זייט אויב דעיע חברה ווילן באמת האבן א הצלחה זאלן זיי זיכער מאכן אז די אטמאספערע אין דעם שוהל איז לחץ פריי, דוגמת ביהמ"ד קראלי ווילי בשנים קדמוניות (איי ווי עס בענקט....)

מיליאנער » פרייטאג יולי 1, 2022 11:43 am

· #503380
נאך דיין ערשטע פאראגראף, איז באמת שווער צו זען א הצלחה אויף סיי וועלכע וועג.

מ'קען נישט בויען א סוקסעספולע קהילה ווען מ'האט נישט גארנישט אליינס וואס צו פארקויפן.

קרח'ס קהילה איז אויך אנהייב געווען סוקסעספול, זיי האבן אפילו געהאט די בית דין מיט די זקנים, אבער אז ס'איז געווען געבויעט בלויז אויף העיט זענען זיי אלע אנגעקומען אין דער ערד!

מחצה''ק » פרייטאג יולי 1, 2022 2:00 pm

· #503392
זיי זענען אנגעקומען אין די ערד ווייל זיי האבן געקריגט מיט משה רבינו אויף א זאך וואס ער האט געטון בשליחות פונעם אויבערשטן, גארנישט מיט העיט. פון פסוק זעט מען אז די פרשה דרייט זיך ארום קנאה און פאלשע חשבונות.

מיליאנער » פרייטאג יולי 1, 2022 2:25 pm

· #503394
סאו דו מיינסט צו זאגן אז אין אמת'ן קען מען יא מצליח זיין אפילו אויב די גאנצע קהילה איז בלויז געבויעט אויף העיט און אנטי? ביטע קלאר עס אויס.

מחצה''ק » פרייטאג יולי 1, 2022 3:14 pm

· #503396
טריי עס אויס, איך ווייס נישט. אבער פון קרח ברענג נישט קיין ראי'.

מיליאנער » פרייטאג יולי 1, 2022 3:52 pm

· #503399
מ'האלט שוין נאכן טרייען, אונז האמיר דא לייוו די אויסגעלאשענע זאליס אין וויליאמסבורג און די חרוב'ע זאליס אין מאנרא. מ'זעט קלאר אז מ'קען זיך נישט בויען בלויז אויף העיט.

דאנט ווארי, איך קען די מעשה פון קרח.

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 10:00 pm

· #507292
כלל ישראל שטייט מיט א איינגעהאלטענע אטעם ערווארטנדיג מיט שפאנונג די פרישע 'על חרבך תחי' דרשה, נאכדעם וואס שוין ווידער איז געגאנגען קולות בשעת רז''ל'ס באזוך אין בית החיים נעכטן.

סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 10:12 pm

· #507294
מיליאנער
כלל ישראל שטייט מיט א איינגעהאלטענע אטעם ערווארטנדיג מיט שפאנונג די פרישע 'על חרבך תחי' דרשה, נאכדעם וואס שוין ווידער איז געגאנגען קולות בשעת רז''ל'ס באזוך אין בית החיים נעכטן.
איך בין דארט געווען קיינער האט קוים אנגעזעהן אז ער איז דארט עס איז געווען זייער שטיל נאר ווען ער איז א דורך צווישן די מצבות וואו עס איז שמאל איז אראפ געפאלן א מצבה האט מען געהעקט שרייען הצלה

מיליאנער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 10:14 pm

· #507295
סאדאם חוסעין
מיליאנער
כלל ישראל שטייט מיט א איינגעהאלטענע אטעם ערווארטנדיג מיט שפאנונג די פרישע 'על חרבך תחי' דרשה, נאכדעם וואס שוין ווידער איז געגאנגען קולות בשעת רז''ל'ס באזוך אין בית החיים נעכטן.
איך בין דארט געווען קיינער האט קוים אנגעזעהן אז ער איז דארט עס איז געווען זייער שטיל נאר ווען ער איז א דורך צווישן די מצבות וואו עס איז שמאל איז אראפ געפאלן א מצבה האט מען געהעקט שרייען הצלה
ס'דא קליפס. ס'גייט קולות וברקים.

סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:50 pm

· #507311
לייג ארויף די קליפ ווייל איך בין דארט געווען און עס איז געווען
שטיל
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7