☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה

אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15205

פאר'ן דאווענען » זונטאג מערץ 20, 2022 7:47 pm

· #496740
אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
לעצטנס האב איך געהאט א וויכוח מיט א חבר מיינע א גאר חשובע אינגערמאן אויף צוויי נושאים, איין נושא איז געווען, מיין חבר האט זיך לעצטנס גענומען לערנען תניא און אנדערע חב"ד ספרים, און איין טאג טרעפט ער מיר און ער איז מיר מסביר אז די תורה איז עצמותו יתברך, אורייתא וקודשא בריך היא וישראל חד הוא, און ווען א איד לערנט תורה איז ער דבוק אין די חכמה פינעם אייבערשטען וואס דאס איז די גרעסטע דביקות וואס איז נאר דא, ווייל די אייבערשטער מיט די תורה איז ממש איינס וכו', (דאכט זיך אז אזוי איז די תניא מסביר אין פרק ה'), און ער האט זיך אריין געקאכט אין דעם ווי נאר א חסידישע איד וואס גייט אין מקוה יעדען טאג קען קאכן.

און איך געב איהם א זאג, ר' איד, די תורה איז נאר א געוויסע צמצום פון די אייבערשטער אבער אין די אייבערשטער אליינס האבן מיר נישט קיין שום השגה.
ער האט מיך אנגעקוקט ווי פון די לבנה, ווי קענסטו זאגן אזא זאך? ס'גייט אריין בגדר כפירה צו זאגן אז די תורה איז נישט ממש איינס מיט די אייבערשטער. און איך זאג איהם צוריק, דו ביזט דער כופר ווייל די ביזט מצמצם די אייבערשטער און זאגסט אז ער איז איינס מיט די תורה, און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט, און יעדער האט געברענגט ראיות אז ער איז גערעכט כדרכה של תורה.

(איך האב געברענגט כמה ראיות אז איך בין גערעכט, אבער איך וויל נישט דא אזוי ווייט אריינגיין אין די נושא, אבער כ'וועל שרייבן צוויי ראיות וואס זענען שיין און אינטערעסאנט, 1) די אלטע רבי האט געזאגט, נישט די וועלט, נישט יענע וועלט, נאר די באשעפער אליינס!,
(ר' יואלי ראטה האט א שיינע ניגון אויף דעם). 2) כ'האב אמאל געהערט בשם איינע פון די בעלזע רבי'ס, אז ער האט הנאה פון ליל ניטל, ווייל מ'קען בלייבן מיט די דבקות פון מעריב אן דארפן אראפגיין צו די תורה! ודו"ק כי עמוק הוא.)

האבן מיר דא ממש א שיינע דוגמא פון די כלל, אז לויט מיר וואס ער גלייבט אין איז ממש כפירה, און וואס איך בין כופר לשיטתו איז ממש אמונה!
נאר פארשטייט זיך אז לויט איהם איז ממש פארקערט, אז וואס איך גלייב אין איז כפירה, און וואס איך בין כופר איז אמונה.
נאר אזוי גייט עס אלעמאל זיין און דאס איז די עמקות פונעם ווארט.

איז עפען איך אן אשכול ווי דער עולם וועט קענען שרייבן זאכן וואס לפי עניות דעתם גייען אריין אין איינע פון די צוויי גדרים.
געווענטליך גייט עס צוזאמען, און אויך איז עס אלעמאל זיך אויך מתהפך כנ"ל.

אמונה וואס איז כפירה.
כפירה וואס איז אמונה.

תן לחכם ויחכם עוד!

ברוינשטיין » זונטאג מערץ 20, 2022 8:33 pm

· #496743
Re: אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
ס'איז דא א שטארקע וויכוח אויב ג-ט קען באשאפן עפעס וואס ער קען נישט צוברעכן, בעצם איז דאס א פאראדאקסישע קשיא וויבאלד אויב ער קען דאס נישט צוברעכן איז ער נישט קיין כל יכול, ווידער אויב קען ער דאס יא צוברעכן דאַן מיינט דאס אז ער קען נישט באשאפן עפעס וואס ער קען נישט צוברעכן.

רוב מענטשן בפרט די וועלכע טוען נישט געווענליך אין די חקירה זאכן, וועלן ענטפערן אז גאט קען נישט באשאפן אזאנס וואס ער קען נישט צוברעכן, אבער לדעתי איז דאס כפירה, איי וועסטו צוריק ארויסשלעפן דיין קשיא אז אויב ער קען דאס באשאפן און אויך צוברעכן קומט אויס אז ער קען דאס נישט באשאפן וויבאלד אויב ער קען דאס צוברעכן האט ער נישט באשאפן עפעס וואס ער קען נישט צוברעכן.

אויף דעם וועל איך ענטפערן אז מיר פארשטייען נישט וויאזוי, אבער גאט איז פיל העכער, שטארקער און קלוגער ווי אונזערע פארעדאקסן.

דאס איז א קלאסישער דוגמה פון *אמונה וואס איז כפירה* מיט וואס דער עולם דרייט זיך ארום.

מצפצף » זונטאג מערץ 20, 2022 8:56 pm

· #496744
ברוינשטיין

אין מורה און אין ספר העיקרים שטייט אז נישט.

ברוינשטיין » זונטאג מערץ 20, 2022 8:58 pm

· #496745
Re: אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
עס שטייט אז גאט קען דאס נישט באשאפן? א גרויסע וואונדער!

מצפצף » זונטאג מערץ 20, 2022 9:00 pm

· #496746
I guess זיי האבן נישט געטוהן אין חקירה......

מי אני » זונטאג מערץ 20, 2022 9:16 pm

· #496747
די ״כפירה שהיא אמונה פאר איינעם און גאר פארקערט פאר א צווייטן״ דערמאנט אביסל און רירט אָן אויף וואס איך האב אראפגעברענגט דא מהראי״ה. ער האט אויך סתם אזוי געזאגט באורות האמונה:
יש כפירה שהיא כהודאה, והודאה שהיא ככפירה. כיצד: מודה אדם שהתורה היא מן השמים, אבל אותם השמים מצטיירים אצלו בצורות כל-כך משונות, עד שלא נשאר בה מן האמונה האמיתית מאומה. וכפירה שהיא כהודאה כיצד: כופר אדם בתורה מן השמים, אבל כפירתו מיוסדת רק על אותה הקליטה שקלט מן הציור של צורת השמים אשר במוחות המלאים מחשבות הבל ותוהו, והוא אומר, התורה יש לה מקור יותר נעלה מזה, ומתחיל למצא יסודה מגדולת רוח האדם, מעומק המוסר ורום החכמה שלו. אף-על-פי שעדיין לא הגיע בזה למרכז האמת, מכל-מקום כפירה זו כהודאה היא חשובה, והיא הולכת ומתקרבת להודאת אמונת אומן. ודור תהפוכות כזה, הוא נדרש גם-כן למעליותא. ותורה מן השמים משל הוא על כל כללי ופרטי האמונות, ביחש של מאמר המבטאי שלהן אל תמציתן הפנימי, שהוא העיקר המבוקש באמונה.

איך פארשטיי אז דאס איז נישט בעצם נושא האשכול.

***

אין מיינע ארטיקלען און אין דעם אשכול דערויף האב איך אראפגעברענגט באריכות ווי די ראשונים האבן געהאלטן אז הקב״ה קען נישט טוהן וואס איז לאגיש אוממעגליך וסתירה מיניה וביה ממש [כדוגמת א סקווער סירקעל, באשאפן א פארמאכטע טרייענגעל וואס אירע אינעווייניג ענגעלס זענען צוזאמען נישט 180⁰, וכדומה]. בתורת חב״ד האבן זיי טאקע נישט אזוי געהאלטן און געהאלטן פון נמנע הנמנעות לגביו ית׳.

כרם זית » זונטאג מערץ 20, 2022 9:37 pm

· #496750
Re: אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
@פאר'ן דאווענען לויט ווי דו זאגס'ט האט דער רמב''ם אויך מצמצם געווען גט, ווען ער זאגט אז ער איז שכל פשוטה. אפילו שכל פשוטה איז העכער אונזער שכל, איז עס נאך אלס מגדיר און מצמצם געווען.

און לכאורה כלפי הנבראים מוז זיין א צומצום.

היסטאריע » זונטאג מערץ 20, 2022 11:59 pm

· #496756
איז עפען איך אן אשכול ווי דער עולם וועט קענען שרייבן זאכן וואס לפי עניות דעתם גייען אריין אין איינע פון די צוויי גדרים.
געווענטליך גייט עס צוזאמען, און אויך איז עס אלעמאל זיך אויך מתהפך כנ"ל.

איך קלער אז דיין מחלוקת מיט דיין חבר איז א חזרה פין דער מחלוקת אין תניא וואס ער ברענגט דער שיטת הגר"א, וואס לויט ביידע איז דער אנדערע א כופר. אויב איז צמצום שלא כפשוטו איז דיין חבר גערעכט, ווידער די ביסט דער בעל הצמצום, דער גר"א'ניק.

לשם יחוד » מאנטאג מערץ 21, 2022 12:41 am

· #496758
מי אני
די ״כפירה שהיא אמונה פאר איינעם און גאר פארקערט פאר א צווייטן״ דערמאנט אביסל און רירט אָן אויף וואס איך האב אראפגעברענגט דא מהראי״ה. ער האט אויך סתם אזוי געזאגט באורות האמונה:
יש כפירה שהיא כהודאה, והודאה שהיא ככפירה. כיצד: מודה אדם שהתורה היא מן השמים, אבל אותם השמים מצטיירים אצלו בצורות כל-כך משונות, עד שלא נשאר בה מן האמונה האמיתית מאומה. וכפירה שהיא כהודאה כיצד: כופר אדם בתורה מן השמים, אבל כפירתו מיוסדת רק על אותה הקליטה שקלט מן הציור של צורת השמים אשר במוחות המלאים מחשבות הבל ותוהו, והוא אומר, התורה יש לה מקור יותר נעלה מזה, ומתחיל למצא יסודה מגדולת רוח האדם, מעומק המוסר ורום החכמה שלו. אף-על-פי שעדיין לא הגיע בזה למרכז האמת, מכל-מקום כפירה זו כהודאה היא חשובה, והיא הולכת ומתקרבת להודאת אמונת אומן. ודור תהפוכות כזה, הוא נדרש גם-כן למעליותא. ותורה מן השמים משל הוא על כל כללי ופרטי האמונות, ביחש של מאמר המבטאי שלהן אל תמציתן הפנימי, שהוא העיקר המבוקש באמונה.

איך פארשטיי אז דאס איז נישט בעצם נושא האשכול.

***

אין מיינע ארטיקלען און אין דעם אשכול דערויף האב איך אראפגעברענגט באריכות ווי די ראשונים האבן געהאלטן אז הקב״ה קען נישט טוהן וואס איז לאגיש אוממעגליך וסתירה מיניה וביה ממש [כדוגמת א סקווער סירקעל, באשאפן א פארמאכטע טרייענגעל וואס אירע אינעווייניג ענגעלס זענען צוזאמען נישט 180⁰, וכדומה]. בתורת חב״ד האבן זיי טאקע נישט אזוי געהאלטן און געהאלטן פון נמנע הנמנעות לגביו ית׳.

און וואס איז מיט ׳מקום הארון אינו מן המדה׳? דאס קען ער יא באשאפן?

מצפצף » מאנטאג מערץ 21, 2022 1:22 am

· #496761
לשם יחוד

זייט ווען האט דער רמב"ם א פראבלעם מיט אגדות חז"ל?
ער וועט זאגן אז עס איז נישט כפשוטו.

מי אני » מאנטאג מערץ 21, 2022 8:14 am

· #496763
חוץ מזה אז ווי ערווענט האט דער רמב״ם נישט אזא פראבלעם מיט אגדות חז״ל, איז דארט אין מו״נ ח״ג פט״ו דערמאנט ער טאקע אז ס׳איז בעצם נישט קלאר וואס און וואו די גדר פון ״נמנע״ איז ע״ש. לגבי דעם ספעציפישן פאל פון ״מקום ארון אינו מן המדה״ קען מען לכאורה זאגן אז עס איז סתם אזוי ל״ד מן הנמנעות - מ׳קען עס זיך לכאורה מצייר זיין בשכל, ועיין לדוגמא בעיקרים מאמר א פכ״ב.

היסטאריע » מאנטאג מערץ 21, 2022 9:59 am

· #496764
מרפסן איגרי, דער אייבערשטער קען מאכן זיין ידיעה זאל נישט סותר זיין בחירה, אבער אנדערע סעלעקטיווע נמנעות דאס קען ער נישט. זעהט אויס ווי א יסוד וואס מען ניצט ווען מען וויל.

מי אני » מאנטאג מערץ 21, 2022 12:56 pm

· #496774
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/496773">viewtopic.php?p=496773#p496773</a><!-- l -->

היסטאריע » מאנטאג מערץ 21, 2022 2:34 pm

· #496779
בקיצור, זיין ידיעה איז נישט אונזער ידיעה, זיין יכולת איז נישט אונזער יכולת, ממילא? דינען מיר עפעס וואס איז למעלה מהשגתינו לגמרי.

דער פראבלעם מיט דעם איז, אז דער הכרח אז ער איז בכלל דא פאלט אוועק. ווייל דער הכרח מוז דאך יא זיין בכלל השגתינו, און דער הכרח מכח השגה קען נישט מכריח זיין א מהות למעלה מההשגה.

ברוינשטיין » מאנטאג מערץ 21, 2022 2:58 pm

· #496782
Re: אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
היסטאריע
בקיצור, זיין ידיעה איז נישט אונזער ידיעה, זיין יכולת איז נישט אונזער יכולת, ממילא? דינען מיר עפעס וואס איז למעלה מהשגתינו לגמרי.

דער פראבלעם מיט דעם איז, אז דער הכרח אז ער איז בכלל דא פאלט אוועק. ווייל דער הכרח מוז דאך יא זיין בכלל השגתינו, און דער הכרח מכח השגה קען נישט מכריח זיין א מהות למעלה מההשגה.
אטע טאקע פארדעם גלויב איך נאר מיט אמונה פשיטא...

פאר'ן דאווענען » מאנטאג מערץ 21, 2022 3:04 pm

· #496783
כרם זית
@פאר'ן דאווענען לויט ווי דו זאגס'ט האט דער רמב''ם אויך מצמצם געווען גט, ווען ער זאגט אז ער איז שכל פשוטה. אפילו שכל פשוטה איז העכער אונזער שכל, איז עס נאך אלס מגדיר און מצמצם געווען.

און לכאורה כלפי הנבראים מוז זיין א צומצום.

אוודאי בין איך מסכים אז כלפי די נבראים איז דא א צמצום, נאר עס איז נאר כלפי אונז, אבער אין די אייבערשטער אליינס דהיינו מצדו איז נישטא קיין צמצום.

כרם זית » מאנטאג מערץ 21, 2022 3:17 pm

· #496785
Re: אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה
היסטאריע
בקיצור, זיין ידיעה איז נישט אונזער ידיעה, זיין יכולת איז נישט אונזער יכולת, ממילא? דינען מיר עפעס וואס איז למעלה מהשגתינו לגמרי.

דער פראבלעם מיט דעם איז, אז דער הכרח אז ער איז בכלל דא פאלט אוועק. ווייל דער הכרח מוז דאך יא זיין בכלל השגתינו, און דער הכרח מכח השגה קען נישט מכריח זיין א מהות למעלה מההשגה.

@היסטאריע. דער חזון איש אין 'אמונה ובטחון' פרעגט אן ענדליכע קשיא און ער ענטפערט א שיינע תירוץ, וז''ל:

כתב הר"מ פ"א מה' יסה"ת ה"א: יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע שיש שם מצוי ראשון, והוא ממציא כל הנמצא; וכל הנמצאים משמיים וארץ ומה שביניהם, לא נמצאו אלא מאמיתת הימצאו, עכ"ל. יסוד זה אמנם השכל מחייבו, כי לא מצויר בשכל מציאות בלא הויה, ואם הוא נמצא – על כרחו היה לו זמן שהומצא, ובהכרח שהיה לו ממציא. אבל הדמיון העולם לפניו כמישור [...] ויש מבעלי דמיון השואלים: מה נרויח אם נסכים שיש להעולם ממציא, אחרי שהננו מוכרחים להסכים שבורא עולם נמצא ואין עת להתחלתו, ומציאותו נצחית – והרי הדרא קושיא לדוכתה: איך אפשר לנמצא בלא הויה? אבל אין לדמיון בינה. כי כל נמצא שיש לו מדה וקצב, אורך ורוחב ושטח, אנו מציירים בדעתנו העדרו, וכל הנמצאים בסוג הזה בהכרח שיש עת למציאותם, ויש להם התחלה; וכל שיש לו התחלה, יש לו הויה; וכל שיש לו הויה, יש לו מהוה. אבל יש נמצאים שאין להם לא  מדה ולא שטח, והם נמצאים בחיוב ולא יצויר בהם העדר, והן המושכלות, כמו: ב' פעמים ב' הם ד', וכמו המושכל שהאלכסון עודף על האורך, וכיוצא בהן מן המושכלות, שאין למושכל מושגים ממושגי גוף, ואין עת למציאותן ולא נולדו מעולם ולא ימותו לעולם, ואין מציאותן נרגשות רק בנשמה שניתן לאדם להבין ולהשכיל. ונמצא כזה הוא מציאותו ית', ממציא כל הנמצאים.

פאר'ן דאווענען » מאנטאג מערץ 21, 2022 3:21 pm

· #496786
היסטאריע
איז עפען איך אן אשכול ווי דער עולם וועט קענען שרייבן זאכן וואס לפי עניות דעתם גייען אריין אין איינע פון די צוויי גדרים.
געווענטליך גייט עס צוזאמען, און אויך איז עס אלעמאל זיך אויך מתהפך כנ"ל.

איך קלער אז דיין מחלוקת מיט דיין חבר איז א חזרה פין דער מחלוקת אין תניא וואס ער ברענגט דער שיטת הגר"א, וואס לויט ביידע איז דער אנדערע א כופר. אויב איז צמצום שלא כפשוטו איז דיין חבר גערעכט, ווידער די ביסט דער בעל הצמצום, דער גר"א'ניק.

להבהרת הענין מיין וויכוח מיט מיין חבר איז נאר געווען לפי תורת חב"ד, וויאזוי מ'פארשטייט עס אין חב"ד וויל ער האט געטענה'ט אזוי אפי' ע"פ חסידות, און אויף דעם האב איך געזאגט אז לפי חסידות איז ער א כופר. אבער אוודאי נישט אלע האבן אזוי געלערנט די זאך ווי אנדערע האבן געברענגט דא פון ראשונים.

דרך אגב, ווי ווערט געברענגט אין תניא די מחלוקת?
אזוי אויך אפשר ביזטו טאקע מסביר די מחלוקת צו צמצום כפשוטו אדער נישט, אז מ'קוקט אריין אין נפש החיים זעט עס אויס ווי זיי האבן געלענט די זעלבע ווי די חסידים, איך קען נישט כאפן די חילוק.

מצפצף » מאנטאג מערץ 21, 2022 4:13 pm

· #496788
כמדומה לי אז דער נפש החיים האט נישט אָנגענומען ווי דער גאון אין דער נושא.

עובדיה » מאנטאג מערץ 21, 2022 11:42 pm

· #496823
מי אני
חוץ מזה אז ווי ערווענט האט דער רמב״ם נישט אזא פראבלעם מיט אגדות חז״ל, איז דארט אין מו״נ ח״ג פט״ו דערמאנט ער טאקע אז ס׳איז בעצם נישט קלאר וואס און וואו די גדר פון ״נמנע״ איז ע״ש. לגבי דעם ספעציפישן פאל פון ״מקום ארון אינו מן המדה״ קען מען לכאורה זאגן אז עס איז סתם אזוי ל״ד מן הנמנעות - מ׳קען עס זיך לכאורה מצייר זיין בשכל, ועיין לדוגמא בעיקרים מאמר א פכ״ב.

דער רס"ג אין ספר אמונות ודעות סוף מאמר שני ווען ער רעכנט אויס די נמנעות זאגט ער "ולא שהוא מכניס את העולם בתוך טבעת בעוד שאינו מיצר את זה ולא מרחיב את זה" וואס דאס איז לכאו' דומה צו מקום ארון אינו מן המדה.

מי אני » דינסטאג מערץ 22, 2022 7:26 am

· #496828
ל״ד. דארטן ביי די רס״ג איז עס אויף אמאל די צוויי הפכים און עפעס מוז זיך בייגן פאר מיינע אויגן - אדער דאס זאל ווערן קלענער אדער דאס זאל ווערן גרעסער. דא זעהט מען בעצם נישט אז עפעס האט זיך געטוישט אין סייז - עס איז נאר ווען מען מעסט פון איין זייט פונעם ארון ביז די וואנט זעהט מען אז עס איז דא א גאנצע 10 אמות נאך אלס. און ווען צוויי מענטשן מעסטן פון ביידע זייטן אויף אמאל איז עס מער דומה לכאורה צום מעשה אין סוטה יד. לגבי קבר משרע״ה עם הרומיים (ועיין במהרש״א שם דנשאר רוחני שאין לו גדר במקום ע״ש, וה״ה והענין בהארון וכמש״כ המהרש״א בב״ב צט. ע״ש). והא ראיה אז איך שטעל זיך פאָר (מצייר בשכלי…) אז ווען דו האסט געלערענט די ״מקום ארון אינו מן המדה״ צי געהערט די מעשה אין חדר וועגן קבר משה עם הרומיים האסטו דיך מסתמא דאס געקענט בעצם פאָרשטעלן און מצייר זיין בהשכל. משא״כ ווען מ׳זאגט ״מעיילי פולא בקופא דמחטא״ און עס זאל ארבעטן אָן גרעסער מאכן אדער קלענער מאכן, קען מען זיך עס בשו״א נישט מצייר זיין בשכל.

דאס זעלבע איז לגבי אלע נסים בגדר מקום וואס אונז טרעפן: עומדים צפופים ומשתחווים רווחים ‏(דער רמב״ם אין פי׳ המשניות דארט אין אבות פ״ה מ״ה איז דאס טאקע מפרש אלס ״לא היו לוחצים זה את זה לרוב מוראם וישובם במקום ההוא״ ע״ש און רש״י איז מפרש ביומא כא. אז ״המקום היה מרחיב״ ע״ש), ארץ הצבי אא״וו. אין אנדערע ווערטער, די נסים פון מקום זענען נישט אזוי ווייט הפכיים ״בו בעת״ ווי משלו של הרס״ג (עס האט ווייניגער קאמפּלעקסיטי צו זעהן די סתירה בתוכו וכנ״ל).

‏אויף אוצר החכמה זעה איך א לענגערע שמועס אין דעם טאקע.

עובדיה » דינסטאג מערץ 22, 2022 10:22 am

· #496833
איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אזוי, דו לערענסט אפ מקום ארון אינו מן המידה אז ווען מ'האט גערעכנט פון איין זייט האט מען עס געזעהן אויף די אנדערע זייט אזוי ווי ביי קבר משה רבינו, אבער די פשוט פשט איז אז ס'האט במציאות נישט פארנומען קיין פלאץ און ס'איז טאקע געווען 10 אמות פון ביידע זייטן. די זעלבע ביי די כרובים וואס די כנפים האבן אויפגענומען די גאנצע 20 אמות און די כרובים האבן נישט תופס מקום געווען כמבואר בגמ' ב"ב צט. איז לכאו' פשט אז מ'האט געזעהן ווי די כנפים שטייען איין לעבן צווייטן אהן קיין פלאץ צווישען זיי און דאך האט מען געזעהן כרובים אינדערמיט, וואס דאס איז לכאו' די זעלבע חידוש ווי פילא בקופא דמחטא.

יאסל ראקאווער » דינסטאג מערץ 22, 2022 10:58 am

· #496834
פארוואס מיז זיין די גאלד און האלץ איז פשוט פשט אבער די אינו מן המידה קען מען נישט פארשטיין. אפשר די גאלד און האלץ איז נישט צו פארשטיין און די אינו מן המידה איז פשוט פשט?

וואס איז פשוט פשט? אפשר enhanced 3D אדער א 4th Dimension, עין פה

מי אני » דינסטאג מערץ 22, 2022 12:05 pm

· #496837
עובדיה
איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אזוי, דו לערענסט אפ מקום ארון אינו מן המידה אז ווען מ'האט גערעכנט פון איין זייט האט מען עס געזעהן אויף די אנדערע זייט אזוי ווי ביי קבר משה רבינו, אבער די פשוט פשט איז אז ס'האט במציאות נישט פארנומען קיין פלאץ און ס'איז טאקע געווען 10 אמות פון ביידע זייטן. די זעלבע ביי די כרובים וואס די כנפים האבן אויפגענומען די גאנצע 20 אמות און די כרובים האבן נישט תופס מקום געווען כמבואר בגמ' ב"ב צט. איז לכאו' פשט אז מ'האט געזעהן ווי די כנפים שטייען איין לעבן צווייטן אהן קיין פלאץ צווישען זיי און דאך האט מען געזעהן כרובים אינדערמיט, וואס דאס איז לכאו' די זעלבע חידוש ווי פילא בקופא דמחטא.

פון די לשון הברייתא ״יש לו עשר אמות לכל רוח״ איז לכאורה יא משמע אז עס איז מער דומה צום מעשה של קבר משרע״ה (וואס דאן, ווי איך פארשטיי, ביסטו אויך מודה אז נסתלק קושייתך). והיינו, פונדרויסן ווען איך מעסט דעם היכל איז עס 20 (וואס דאן, פון יענע פּערספּעקטיוו וואו איך זעה דעם גאנצן היכל, קען איך לכאורה נישט מעסטן פונקטליך וויפיל פונקטליך איז פאר יעדעס זאך). דערנאך ווען איך מעסט פון איין זייט ארון עד הכותל זעה איך 10 און פון די אנדערע פונקט אזוי. נו, וואו איז די איבעריגע פון די ארון (או כרובים) גופא? במושכל ראשון טראכט מען אז ערגעץ מעסט איך נישט גוט. אבער ווען מ׳מעסט דאס אויפאמאל, והיינו צוויי מענטשן ביינאזאם, איז דאס שוין דומה למעשה קבר משרע״ה. ובפרט דכמו שציינתי אז להמהרש״א זענען זיי ביידע מכח דאס זעלבע געדאנק אז רוחני אינו תופס מקום. ולכאורה ה״ה בהכרובים. אין אנדערע ווערטער, די זעלבע תירוץ ווי אויפ׳ן קשיא פון ״וואו איז טאקע פיזיש דעמאלטס געווען די קבר של משרע״ה?״ איך פארשטיי אז אפשר לחלק אז קבר משרע״ה קען מען ניטאמאל פיזיש אָנרירן משא״כ הארון והכרובים. אבל לגבי זייער פיזישע מקומות וואס זיי נעמען אויף לכאורה שווין הן.

נו, איך בין עס מדמה צו מעשה קבר של משרע״ה, וואס דאן איז דאס כמו שנראה מדבריך עפעס וואס מ׳קען זיך מצייר זיין און נישט קיין לאגישע סתירה, און דו ביסט דאס מדמה צו המעייל פילא בקופא דמחטא וואס איז שוין יא א לאגישע סתירה וואס מ׳קען זיך נישט מצייר זיין. נו, איז דאס שוין אויך נכלל אין דעם אלגעמיינעם מבוכה/מחלוקת שציינתי לעיל מהמו״נ אין וואס פונקטליך איז נכלל בגדר זה של ״לאגישע סתירה מיניה וביה״…
יאסל ראקאווער
פארוואס מיז זיין די גאלד און האלץ איז פשוט פשט אבער די אינו מן המידה קען מען נישט פארשטיין. אפשר די גאלד און האלץ איז נישט צו פארשטיין און די אינו מן המידה איז פשוט פשט?

וואס איז פשוט פשט? אפשר enhanced 3D אדער א 4th Dimension, עין פה

דארטן אויף אוצר החכמה שציינתי וויל טאקע איינער מדמה זיין די געדאנק פון דאס אז א דבר רוחני איז נישט תופס מקום מכח דעם אז עס איז אינסופיות/אינפיניט וכמו די סינגולעריטי פון א שווארצע לאך, וואס דאן איז טאקע (אפשר) נישט געהעריג שולט דערויף ענין ״מקום״.

עובדיה » דינסטאג מערץ 22, 2022 12:34 pm

· #496842
לויט די מהרש"א אז קבר משה רבינו איז נישט תופס מקום איז עס לכאו' טאקע דומה צו מקום ארון, אבער פשוט פשט פארשטיי איך עס אז ס'איז געווען אזא אחיזת עינים, לקיים מה שנא' ולא ידע איש את קבורתו וואס מיינט פשטות אז ס'האט א מקום נאר מקען נישט וויסן ווי.

יאסל ראקאווער » דינסטאג מערץ 22, 2022 8:10 pm

· #496863
עובדיה
לויט די מהרש"א אז קבר משה רבינו איז נישט תופס מקום איז עס לכאו' טאקע דומה צו מקום ארון, אבער פשוט פשט פארשטיי איך עס אז ס'איז געווען אזא אחיזת עינים, לקיים מה שנא' ולא ידע איש את קבורתו וואס מיינט פשטות אז ס'האט א מקום נאר מקען נישט וויסן ווי.

לאמיר זיין אמת'דיג מיט זיך אליין. אינו מן המידה איז נישט מעטעפאריש, כאילו אן אחיזת ענינים. אויב גייט מען דרייען מעטעפאריש לאמיר שוין ניצען די מעטעפאריש תירוץ אלץ א everyday joker קארד.

עובדיה » דינסטאג מערץ 22, 2022 8:24 pm

· #496866
גערעכט. איך האב עס טאקע נישט געשריבן אויף די גמ' פון מקום ארון אינו מן המידה נאר אויף די גמ' סוטה פון קבר משה רבינו אז "העומדים למעלה נדמה להם למטה והעומדים למטה נדמה להם למעלה" וואס דאס איז יא משמע עפעס אן אחיזת עינים.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 26, 2022 9:29 pm

· #497036
יאסל ראקאווער
עובדיה
לויט די מהרש"א אז קבר משה רבינו איז נישט תופס מקום איז עס לכאו' טאקע דומה צו מקום ארון, אבער פשוט פשט פארשטיי איך עס אז ס'איז געווען אזא אחיזת עינים, לקיים מה שנא' ולא ידע איש את קבורתו וואס מיינט פשטות אז ס'האט א מקום נאר מקען נישט וויסן ווי.

לאמיר זיין אמת'דיג מיט זיך אליין. אינו מן המידה איז נישט מעטעפאריש, כאילו אן אחיזת ענינים. אויב גייט מען דרייען מעטעפאריש לאמיר שוין ניצען די מעטעפאריש תירוץ אלץ א everyday joker קארד.

יאסל ראקאווער: ס'מוז נישט דוקא זיין אן אחיזת עיניים. ס'קען זיין א (פיזיא)לאגיש/געאגראפישער ענטפער. מ'זעהט א סאך מאל (אפילו ביי בילדינגס אין שטאט) אז דו מיינסט אז ס'איז אויף איין פלאטץ. ווען דו קומסט אן דארט זעהט עס אויס ווי ס'איז אויף אנ'אנדער פלאטץ.

פאר'ן דאווענען » דינסטאג אפריל 5, 2022 1:10 pm

· #497593
די מאמר פון @ונבנתה העיר אין דעם אשכול גייט אריין אין כפירה וואס איז אמונה

(ייש"כ @מי אני פארן עס ארויפברענגן)