הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15184
קריינא דאיגרתא: פוטין איז גארישט קיין צודרייטער. ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל. און ויאזוי דאס צו דערגרייכן. איי, טויזנטער מענטשן וועללן שטארבן אויפ'ן וועג. אלס געבוירענער ק.ג.ב. אגענט און קאמוניסט בארירט דאס איהם זייער ווייניג. ער מאכט מיט דעם נאך דעם צורר כל היהודים היטלער, ימ"ש. ער וויל צוביסלעך איינשלינגען נאך און נאך טעריטאריע. נאר דער איינציגער חילוק איז אז פוטין איז בפירוש נישט קיין שונא ישראל. אדרבה. ער העלפט און שטיצט אידישקייט אויף א גרויסן פארנעם. נאר זיין סטראטעגיע איז ענליך צו די פון היטלער, ימ"ש. ווען מ'קוקט צוריק אויף די געשעענישן וועלכע האבן געפיהרט צו די צווייטע וועלט מלחמה זעהט מען אז אויב ענגלאנד און פראנקרייך, די צוויי גרויסמאכטן פון יענע צייט וואלטן זיך אקעגנגעשטעלט דעם צורר ישראל, ימ"ש וואלט אפשר די וועלט מלחמה פארמיטן געווארן.
די פראבלעם איז אז די גרעסטע וועלטמאכט, אמעריקע האט זייער א שוואכן פיהרער. און אייראפע אליין איז אויך נישט גרייט זיך איינצורייסן מיט רוסלאנד. אמת אז די רוסישע מיליטער כאפט געזונטע קלעפ אין אוקראינע. אבער ווען פוטין זאלל באשליסן צו גיין בכל הכח, קען ער צובלאזן גאנץ אוקריינע אין זייער א קורצע צייט...!.
ער האט שוין היינט תשובה געטון, ביים היינטיגע שיעור
קריינא דאיגרתאליפאער האט שוין היינט תשובה געטון, ביים היינטיגע שיעור
וואס האט ער געזאגט?
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3410591#p3410591">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p3410591</a>
איך בין טאקע געווען שאקט ווען איך האב עס געהערט פון אזא נארמאלע קליגער יוד נאכדערצו מיט אזא passion
דער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?
אין דער ערשטער דרשה טענה'ט ער, אויף וואס בעהט מען נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך אויב נישט אויף דעם.
מצד שני פארט ארום א וואס נאט פין קלויזענבורגער זי"ע וואס זאגט פין דברי חיים אז די אומות העולם וועלען צורייסן דער רוס אויף פיצלעך.
berlbalagulehקריינא דאיגרתא: פוטין איז גארישט קיין צודרייטער. ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל. און ויאזוי דאס צו דערגרייכן. איי, טויזנטער מענטשן וועללן שטארבן אויפ'ן וועג. אלס געבוירענער ק.ג.ב. אגענט און קאמוניסט בארירט דאס איהם זייער ווייניג. ער מאכט מיט דעם נאך דעם צורר כל היהודים היטלער, ימ"ש. ער וויל צוביסלעך איינשלינגען נאך און נאך טעריטאריע. נאר דער איינציגער חילוק איז אז פוטין איז בפירוש נישט קיין שונא ישראל. אדרבה. ער העלפט און שטיצט אידישקייט אויף א גרויסן פארנעם. נאר זיין סטראטעגיע איז ענליך צו די פון היטלער, ימ"ש. ווען מ'קוקט צוריק אויף די געשעענישן וועלכע האבן געפיהרט צו די צווייטע וועלט מלחמה זעהט מען אז אויב ענגלאנד און פראנקרייך, די צוויי גרויסמאכטן פון יענע צייט וואלטן זיך אקעגנגעשטעלט דעם צורר ישראל, ימ"ש וואלט אפשר די וועלט מלחמה פארמיטן געווארן.
די פראבלעם איז אז די גרעסטע וועלטמאכט, אמעריקע האט זייער א שוואכן פיהרער. און אייראפע אליין איז אויך נישט גרייט זיך איינצורייסן מיט רוסלאנד. אמת אז די רוסישע מיליטער כאפט געזונטע קלעפ אין אוקראינע. אבער ווען פוטין זאלל באשליסן צו גיין בכל הכח, קען ער צובלאזן גאנץ אוקריינע אין זייער א קורצע צייט...!.
זייער שיין אבער וואס זיכט דאס אין די אשכול?
ס'איז עים געלונגען, למעשה רעדט מען פון עים, ער איז געוועין פאפולער פאר 5 יאר ציריק, היינט איז ער בכלל נישט אזוי באקאנט ווי אמאל, מילא דארף ער זאגן צידרייטע זאכן, ווי די מאמר החכם: נישט קיין חילוק צי די זאגסט א גיטע זאך צי א שלעכטע זאך, די עיקר איז אז מען רעדט וועיגען מיר.....
הוגהדער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?
כאילו די רוסן האבן נישט גע'הרג'ט פאר הונדערטע יארן אידן. סיי אונטערן צאר און סיי ביי סטאלין.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
הוגהדער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?
אויבנאויף זאגסטו א גלייכע סברא, אבער יש לעיין בזה. ווייל די תורה באפעלט דאך זכור את אשר עשה לך עמלק, און מען האט אויסגעפירט די מצוה יארן שפעטער.די ביאור איז לכאורה, אז פינקט ווי ביי אונז אידן ווערט אונזער מסורה איבערגעגעבן אויף א שטארקע פארנעם, און ישראל אף ע''פ דחטא ישראל. די זעלבע ביי די אומות, אע''פ דנראים כטובים חוטאים הם, וחסד לאומים חטאת.
אודאי איז עס נישט נוגע דא ווייל אין אקראינע וואוינען אידן אויך.
אז מלערענט נביא איז זעכיר דא אזא זאך וואו א עונש פאר א אומה,צוקלאפען די מאראל פון די אומה אויב די אומה נוצט זייערע כוחות און אינטרעסען פאר שלעכטס,די קירכעס און אוקריינע זענען פיל מיט שלעכטס,די פאלק איז גארנישט אזוי אויסצוקישען.
כאב געזעען אמאל א באשרייבונג פון איינעם וואס האטסיך געדרייט און די עטנישע דייטשע און אוקריינע געגנטער פאר א לאנגע צייט, ער טעהנעט אז זיי לעבען און אטעמען אנטסימוטיוזים.
זיי זענען נאך פרימיטיוו און זיי גייען נאך און קירכע און מפיקוויט ווייטער שנאה און אכזריות.
און אוקריינע איז אנטיסימיטוזים געווען א חלק פון די די ענ עי פון די פאלק,דארטען זענען געווען בעיקר די המון עם וואס האבען באגאסען די בלוט פון אונזערע זיידעס.
ווער סהאט אפילו נאר אביסעל געליינט וואס די נאטור פון דיע אומה איז,וויאזוי זיי האבען רעגירט ביי באבי יאר, וויאזוי זיי האבען געשפרינגען פאר שמחה ווען מהאט געשאסען און צושפלינדערט קינדער און פארענט פון די עלטערען ווייסט אז רחמנות אויף זיי איז נישט און פלאץ,
זיי וועלען נישט טאנצען מיט אונזערע פענער ווען מרייסט פון אונז.
די פראבלעם פון נאציוזים איז אמת, די רעגירונג האט גראדע אריינגעלייגט כוחות און דעם אבער די פראבלעם איז אקטיוו און סוואקסט,
די פרייד פון אוקריינע אינטרעסירט מיר זייער ווייניג.
פארשטייטסיך אז פוטין איז א דענזשער פאר די וועלט,און א מלחמה איז א דענזשער, וואו אוכט זענען דא אומשולדיגע מענשטען וואס ווערען געהארגעט און אונז זענען אלע מתפלל בשלומה של מלכות,
און סאיז גאר שרעקעדיג צו צוזעען אז מענטשהייט בכלל און איראפא בפרט האט שוין פארגעסען וואס פאר א חורבן אונז ברענגען אויף זיך דורך זיך שלאגען פאר טערעטארי און פאוער,
אונז האבען אלע געמיינט אז דאס איז אזאך וואס געהערט צו די פארגאנגענהייט, און מענטשהייט האט שוין עוואלווד פון דעם, אבער ליידער פאטשט די מציאות און פנים, די מענשט האט ווייטער דעם באהאלטענע חיה און ווען דער חיה גייט ארויס פון זיין פאסטקע זעמיר זאל גאט שומר ומציל זיין.
קענסט דרייען מיט די פינגער וויפיל די ווילסט. מיין gut און מיין געדערים זאגט מיר אז רב רייזמאן מיט דיר רעדן ווערטער וואס ס'איז אינו מן היושב און אזוינע וועג פון טראכטען וועט אונז צוריק טראגען צו די dark ages. אפשר איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר ענק. רח"ל.
איי עמלק? תיקו. וואס די זעסט אין נביא איז אפשר געווען נארמאל דעמאלס. מ'קען נישט גיין קעגען די conscious מיט האלבע ראיות פון נביא. די נביא שטערט דיר? וועל איך דיר געבן א לימוד אז ס'איז נאר בזמן שיד ישראל שולט על האומות און בזמן בית שני און ווייטער איז עס בטול געווארן.
אבער ס'איז זיכער נישטא קיין הוראה לדורות צו וועלן זען נקמה און די איר אייניקלעך פון א לאנג טויטע רשע. ק"ו בן בין של ק"ו אז די נוקם'ס זיידע'ס זענען די זעלבע רוצחים אויף די "עמלק וואגשאל".
וואסארא שווארץ יאר זענען די עלטער זיידע פויערן פון אוקריינא ערגער ווי די עלטער זיידע רוסישע קאנטעניסטען, צארישע פראגראמען און סיבורישע גולאגן? וויאזוי צוטיילט מען די לאגיק? ווייסעך נישט.
יאסל ראקאווערקענסט דרייען מיט די פינגער וויפיל די ווילסט. מיין gut און מיין געדערים זאגט מיר אז רב רייזמאן מיט דיר רעדן שטותים.
איי עמלק? תיקו. וואס די זעסט און נביא איז אפשר געווען נארמאל דעמאלס. מ'קען נישט גיין קעגען די conscious מיט האלבע ראיות פון נביא. די נביא שטערט דיר? וועל איך דיר געבן א לימוד אז ס'איז נאר בזמן שיד ישראל שולט על האומות און בזמן בית שני און ווייטער איז עס בטול געווארן.
אבער ס'איז זיכער נישטא קיין הוראה לדורות צו וועלן זען נקמה און די איר אייניקלעך פון א לאנג טויטע רשע. ק"ו בן בין של ק"ו אז די נוקם'ס זיידע'ס זענען די זעלבע רוצחים אויף די "עמלק וואגשאל".
וואסארא שווארץ יאר זענען די עלטער זיידע פויערן פון אוקריינא ערגער ווי די עלטער זיידע רוסישע קאנטעניסטען, צארישע פראגראמען און סיבורישע גולאגן? וויאזוי צוטיילט מען די לאגיק? ווייסעך נישט.
ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.
בנוגע עמלק האט שוין
@מי אני דא צוגעברענגט דעם אבני נזר אז די גאנצע שנאה און נקמה איז נאר באוחזים מעשי אבותיהם. די זעלבע זאך שטייט אין חזון איש יורה דעה סימן קנ"ז אות ה' וז"ל:
ולא יניח ה' נין ונכד לעמלק הייינו בעושה מעשה עמלק, וכדאמרו ע"ז י: בקרא ולא יהיה שריד לבית עשיו בעושה מעשה עשיו.
ווען איינער איז נישט א אייניקעל פין עמלק אבער טוט מעשה עמלק?
שיינע אבני נזר און חזון איש, און איך וויל אויך אזוי האלטען, אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת? נעה.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
אספקלריה
ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.
איך קען אסאך אסאך אידן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאה אויף כל מי שבשם ישראל לא יכונה, און כ'האלט נישט חלילה אז ס'קומט זיי טויט שטראף.., און ס'קומט אויך נישט קיין טויט שטראף פארן אוקראינער בחור'ל וואס זייגט אנטיסעמיטיזם ממעי אימו, ס'קומט פשוט פון א פארפוילטע חינוך און מ'דארף אוודאי טוהן וואס מ'קען צו טוישן די חינוך.
יעצט סתם זייטיגע חומר למחשבה: לויט דיין לאגיק זענען זיי גערעכט מיט זייער שנאה, ווייל ''אויב גייסטו אריינפאלן אין א קרעטשמע אין ב''פ (קאווע שטיבל רופן זיי עס) און הערן ווי זיי האבן הנאה אז אוקראינע קינדער און ערוואקסענע ווערן צופליקט וועסטו ווייטער האבן סימפאטיע צום דזשיד?''
היסטאריעווען איינער איז נישט א אייניקעל פין עמלק אבער טוט מעשה עמלק?
שיינע אבני נזר און חזון איש, און איך וויל אויך אזוי האלטען, אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת? נעה.
ווי איך פארשטיי מיינט מען נישט ממש מעשה עמלק ווייל דעמאלטס איז ער דאך אליין א פרישע עמלק, נאר ער גייט בדרכיו ווי דער אבני נזר שרייבט דארט לגבי עמלקים "שגלוי וידוע לפני הקב"ה ששנאתם טמונה בלבם". למשל אין אוקריינע וואלט עס געמיינט א וויסטער אנטיסעמיט כאטש וואס ער אליין האט נישט געהארגעט קיין אידן איז מען שוין פוקד אויף עם עון אבותיו.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
צו קלארשטעלן: איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען מעג זיך נישט אנעמען אויף די אוקריינער. איך האב נאר געווילט מעורר זיין איבער די לאגיק פון תמחה את זכר עמלק, טאקע ווייל די סברא פשיטא איז בנים לא ימתו על אבות.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
יעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז תמחה את זכר עמלק איז כאילו א נבואה אז זיי וועלן קיינמאל גוט ווערן.
תוהו ובוהואספקלריה
ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.
איך קען אסאך אסאך אידן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאה אויף כל מי שבשם ישראל לא יכונה, און כ'האלט נישט חלילה אז ס'קומט זיי טויט שטראף.., און ס'קומט אויך נישט קיין טויט שטראף פארן אוקראינער בחור'ל וואס זייגט אנטיסעמיטיזם ממעי אימו, ס'קומט פשוט פון א פארפוילטע חינוך און מ'דארף אוודאי טוהן וואס מ'קען צו טוישן די חינוך.
יעצט סתם זייטיגע חומר למחשבה: לויט דיין לאגיק זענען זיי גערעכט מיט זייער שנאה, ווייל ''אויב גייסטו אריינפאלן אין א קרעטשמע אין ב''פ (קאווע שטיבל רופן זיי עס) און הערן ווי זיי האבן הנאה אז אוקראינע קינדער און ערוואקסענע ווערן צופליקט וועסטו ווייטער האבן סימפאטיע צום דזשיד?''
@תוהו ובוהואיך פארשטיי נישט וואס דיין נקודה איז,
איך האב עפעס געזאגט אז שנאה איז מחייב טויט שטראף?
געזאגט האב איך עז פאלאוס,
אויב זייערע זיידעס האבען נישט סתם פיינט געהאט נאר זיי האבען זיך אויפגעפירט צו מיינע זיידעס מיטען גרעסטען מאס רשעות,
און זיין אייניקעל איז אוחז באותו שיטה און האלט אז זיין זיידע האט גוט געטוהן, און ווען ער קען וועין וואלט ער עס אוכט געטוהן,דענסמאל שטעלט זיך מיר אביסעל אפ די רחמנות אויף דיינע אזויגערופענע אומשולדיגע אוקריינע בחורלעך.סרייסט מיר ביים הארץ און סקראנקט מיך דיין צוגלייכען יודען וואס בלוטיגען און זענען דן וועגען זייערע זיידעס פארגאסענע בלוט,
און די גלייכסט דאס צו צו די אנגעפיקיוויטע רשעותדיגע שנאה וואס די חברה האבען צו אונז.
דיין תגובה געט מיר א שטופ צו לערענען מער מיט מיין קינדער וועגען די היסטאריע פון אנטיסימיטיזעם.
די נערישע איינרעדינעש וואס די ליבאראלען יודען האבען געהאט פאר די שואה אז די געשולטע דייטשע פאלק גייט נישט רצחענען נפשות.
אבער זיין פאונט איז אויך גילטיג, אויב איז דא א שנאה וואס איז מחייב מיתה, האט ער אויך א רעכט צו ווינטשן א איד דער טויט, ווייל ער האט אויך א שנאה צום גוי.
און דער אמת איז, אז קיין שום שנאה גייט נישט אוועק מיט שנאה, ממילא איז פשוט אז פאר אונז איז דער אמת'ער תירוץ אז מחיית עמלק איז נישט בפועל היינט, און אמאהל איז עס געווען וויכטיג, משום איזה טעם. אדער אזוי ווי דער שבע אומות, טאקע ווייל זיי האבן געדינט עבודה זרה מיט מעשה אכזריות דורך מקריב זיין מענטשן, אדער אין נאמען פין רעליגיע געטוהן מעשה אכזריות, האט דער אויבערשטער געהייסן אויסראטן.
איז ממילא ווען הרב מנשה ניצט רעליגיע מסביר צו זיין, און מעורר זיין שנאה אויף אנדערע בני אדם, איז עס היפוך דרך התורה, און טאקע דער נקום לעינינו, דער נקמה איז, אז זיי ווערען גוטע גוים, און טוהן זאכען פארקערט פין זייערע זיידעס. די זיידעס דרייען זיך איבער אין קבר, ווייל אין אוקריינא איז דא א איד פאר פרעזידענט. דאס איז נקמה. און רב מנשה איז דער ממשיך צו די רשעים ל"ע.
כרם זיתיעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז תמחה את זכר עמלק איז כאילו א נבואה אז זיי וועלן קיינמאל גוט ווערן.
דאס צו קוואַליפייען איז ווי כ׳האב
דא געזאגט איז דאס געדאנק איבער רוע מזגם בעצם. און דאס איז נישט דייקא קעגן בחירה ווי איך האב
דא געשריבן.
היסטאריעאבער זיין פאונט איז אויך גילטיג, אויב איז דא א שנאה וואס איז מחייב מיתה, האט ער אויך א רעכט צו ווינטשן א איד דער טויט, ווייל ער האט אויך א שנאה צום גוי.
און דער אמת איז, אז קיין שום שנאה גייט נישט אוועק מיט שנאה, ממילא איז פשוט אז פאר אונז איז דער אמת'ער תירוץ אז מחיית עמלק איז נישט בפועל היינט, און אמאהל איז עס געווען וויכטיג, משום איזה טעם. אדער אזוי ווי דער שבע אומות, טאקע ווייל זיי האבן געדינט עבודה זרה מיט מעשה אכזריות דורך מקריב זיין מענטשן, אדער אין נאמען פין רעליגיע געטוהן מעשה אכזריות, האט דער אויבערשטער געהייסן אויסראטן.
איז ממילא ווען הרב מנשה ניצט רעליגיע מסביר צו זיין, און מעורר זיין שנאה אויף אנדערע בני אדם, איז עס היפוך דרך התורה, און טאקע דער נקום לעינינו, דער נקמה איז, אז זיי ווערען גוטע גוים, און טוהן זאכען פארקערט פין זייערע זיידעס. די זיידעס דרייען זיך איבער אין קבר, ווייל אין אוקריינא איז דא א איד פאר פרעזידענט. דאס איז נקמה. און רב מנשה איז דער ממשיך צו די רשעים ל"ע.
ווינטשען טויט אלץ נקמה און הארגענען למעשה איז ביי דיר די זעלבע הייסטעס?
און קיינער רעדט נישט פון קיין שנאה,
מרעדט דא צו סאיז דא מקום פאר נקמה ביי אייניקלעך און א פאלק פון רוצחים,וואס האבען גערצחט מיינע זיידעס,פעטערס און מאמעס,מענטשען פרעסער, בעבי שפאלטער,וואס בשיטה האלטען זיי אז די זיידע איז געווען גערעכט.
און איך הארגע זיי נישט,אבער גאט האט אויף זיי געשיקט און אנגעהיצט א רוצח,
און סך הכל מטרייט צו טראכטען צו דיע וואס ווערען געפראקט זענען אזוי אומשולדיג.
ווערען אונז יעצט אוקריינע רוצחים?
גיוו מי עי ברעיק!
ווערען אונז רוצחים מיט ווינטשן יענעם דער טויט?
אוודאי נישט.
אבער איז עס א געפערליכער מדה?
אוודאי יא.
און דער מדה איז אזוי וויכטיג, אז לויט דער רמב"ם איז עס פין די יסודות הדת.
ווען אונז האבן געהערט אז ביי ניין עלעווען האבן אראבער דא שטילערהייט סעלעברעיטעט דער קידוש אללא, וויאזוי האבען אונז געפילט? שטיקעל אומבאקוועם? געהאלטען אז אלע אראבער זענען רוצחים?
האסטו נישט אליין געזאגט פריער אז אוחזין מעשה אבותיהם איז גענוג צו געבן רעכט אויף מיתה? און ווען אוחזין מעשה דתם, דורך זיין א שמחים בשמחתם ומצערים בצרתן, האט דער רבי זי"ע געהאלטען אז עס איז קרוב צו אפיקורסות.
דו"ק מינה ומינה, אז נישט האבן עמפאטיע צו דער מין האנושי איז א מדה מגונה מאוד.
איינער דינגט זיך צו מדארף האבען א עמפיטי מיט מין אנושי?
אונז רעדן פון א אומה וואס זענען מוחזק ברציחת מין אנושי הנקרא יהודי, און זיי האבען מאנאמטען פון מין אנושיים וואס האבען געהארגעט אונזער מין אנושי.
און אונז פרעגען צו ברויך איך רחמנות האבען אויף אייניקלעך פון מין אנושי שרוצחים ממין אנושי שאני בתוכם, שנראה מתוך מעשיהם שמעריצים הרציחה של מין אנושי של אבותיהם.
וואו קומט רחמנות אויף מין אנושי אריין.
און איך רעד נישט פון אונז הארגענען, און איך רעד אפילו נישט פון זיך פרייען ברציחתם.
איך רעד נאר צו סאיז דא א מקום צוזאגען אז ״די אומה הנקרא אוקריינע״ כאפט יעצט צוריק פאר זייער נאטור און קולטור.
אספקלריה
...איך רעד נאר צו סאיז דא א מקום צוזאגען אז ״די אומה הנקרא אוקריינע״ כאפט יעצט צוריק פאר זייער נאטור און קולטור.
ס'איז די נאטור גאר? וועלכע אומה אין די היסטאריע האט נישט א רעקארד פון שנאה, רציחה ביז גענעסייד? דאס איז די נאטור פון זיין א בעל חי. אין די (אומ)ריכטיגע מצבים האבן מיר אלע די פאטענציעל צו זיין דער אגרעסאר. די היילונג דערקעגן איז אריינלייגן די עבודה קשה צו נידערען און אויסרייסן פון זיך די רעטאריק פון שנאה, נקמה און פאלשע גלויבונגן אין נאטורליכע עטנישע און ראסע אונטערשיידן און דרגות. יעדע גענעסייד אין היסטאריע איז געקומען אויסגעבעט מיט א בארעכטיגונג צו די שנאה געפרעדיגט ביי די רייזמאן פון זייער שבט, אומה און גלויבונג.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
יאסל ראקאווערקענסט דרייען מיט די פינגער וויפיל די ווילסט. מיין gut און מיין געדערים זאגט מיר אז רב רייזמאן מיט דיר רעדן ווערטער וואס ס'איז אינו מן היושב און אזוינע וועג פון טראכטען וועט אונז צוריק טראגען צו די dark ages. אפשר איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר ענק. רח"ל.
איי עמלק? תיקו. וואס די זעסט אין נביא איז אפשר געווען נארמאל דעמאלס. מ'קען נישט גיין קעגען די conscious מיט האלבע ראיות פון נביא. די נביא שטערט דיר? וועל איך דיר געבן א לימוד אז ס'איז נאר בזמן שיד ישראל שולט על האומות און בזמן בית שני און ווייטער איז עס בטול געווארן.
אבער ס'איז זיכער נישטא קיין הוראה לדורות צו וועלן זען נקמה און די איר אייניקלעך פון א לאנג טויטע רשע. ק"ו בן בין של ק"ו אז די נוקם'ס זיידע'ס זענען די זעלבע רוצחים אויף די "עמלק וואגשאל".
וואסארא שווארץ יאר זענען די עלטער זיידע פויערן פון אוקריינא ערגער ווי די עלטער זיידע רוסישע קאנטעניסטען, צארישע פראגראמען און סיבורישע גולאגן? וויאזוי צוטיילט מען די לאגיק? ווייסעך נישט.
דיינע ווערטער דערמאנן מיך פון די מאדערנע דייטשע הויך בארימטע פארגעשריטענע אידישע זשורנאליסטן פון הונדערט-הונדערט דרייסיג יאר צוריק וואס האבן אויך געהאלטן אז שנאה פונעם גוי צום איד איז א זאך פון די dark ages. ביז די מערסטע פארגעשריטענסטע, מאדערנע גוים האבן אונז געלערנט אנדערש... זעהט אויס אכציג יאר איז שוין צו א לאנגע צייט צו געדענקען, איבערהויפט פאר די וואס זענען שוין א דריטע פערטע דור פון די וואס האבן זיך געלערענט אויף זייער אייגענע הויט און פלייש אז אנטיסעמיזם איז קיינמאל נישט אפגעטוהן געווארן און ס'לעבט מיט אינז כסדר. וכמו שכותב @אספקלריה "זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב"
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
וואסטו געזאגט אז אלס אן אמעריקאנער אין א לאנד ווי די סטאטוע פון ענדרו זשעקסאן, קריסטאפאר קאלומבאוס, און קאפעדערעד גענעראלן און פענער (די אמעריקאנער כאמעלניצקיס קעגן די נאטיוו- און אפריקען-אמעריקאנער) שטייען נאך און פלאטערן נאך מיט א פראכט מיינט אז דו זאלסט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר זייערע רציחות און אכזריות?
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
יואלישוואסטו געזאגט אז אלס אן אמעריקאנער אין א לאנד ווי די סטאטוע פון ענדרו זשעקסאן, קריסטאפאר קאלומבאוס, און קאפעדערעד גענעראלן און פענער (די אמעריקאנער כאמעלניצקיס קעגן די נאטיוו- און אפריקען-אמעריקאנער) שטייען נאך און פלאטערן נאך מיט א פראכט מיינט אז דו זאלסט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר זייערע רציחות און אכזריות?
האלסטו טאקע אזוי אז ענדרו דזשעקסן, קריסטאפער קאלאמבאוס און אנדערע קאנפעדערעט גענעראלן גייען אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די מזרח/מערב יוראפעישע חאמילנעצקיס און היטלערס ודומיהן?? אז דו טוסט זיי און מיך מדמה זיין איינס צום צווייטן???
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלעריואלישוואסטו געזאגט אז אלס אן אמעריקאנער אין א לאנד ווי די סטאטוע פון ענדרו זשעקסאן, קריסטאפאר קאלומבאוס, און קאפעדערעד גענעראלן און פענער (די אמעריקאנער כאמעלניצקיס קעגן די נאטיוו- און אפריקען-אמעריקאנער) שטייען נאך און פלאטערן נאך מיט א פראכט מיינט אז דו זאלסט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר זייערע רציחות און אכזריות?
האלסטו טאקע אזוי אז ענדרו דזשעקסן, קריסטאפער קאלאמבאוס און אנדערע קאנפעדערעט גענעראלן גייען אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די מזרח/מערב יוראפעישע חאמילנעצקיס און היטלערס ודומיהן?? אז דו טוסט זיי און מיך מדמה זיין איינס צום צווייטן???
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
וואס איז דיין קרייטעריע פאר רציחה קעגן א פאלק ווי דער רוצח פארדינט נאכאלס א סטאטוע ברחוב העיר און קיינער זאל דיר חלילה נישט מעגן באשולדיגן אין גלייכגילטיקייט אדער גאר שטיצע פאר די היסטארישע מעשי רציחה? דו האלטסט זיך פאר א שונא פון נאטיוו-אמעריקאנער?
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
יואלישדער גאלדענער אדלעריואלישוואסטו געזאגט אז אלס אן אמעריקאנער אין א לאנד ווי די סטאטוע פון ענדרו זשעקסאן, קריסטאפאר קאלומבאוס, און קאפעדערעד גענעראלן און פענער (די אמעריקאנער כאמעלניצקיס קעגן די נאטיוו- און אפריקען-אמעריקאנער) שטייען נאך און פלאטערן נאך מיט א פראכט מיינט אז דו זאלסט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר זייערע רציחות און אכזריות?

דו האלטס טאקע אז אומזיסטיגע בלינדע שנאה און ראסן רייניגונג ווי די מזרח/מעריב יוראפעישע קאטאליקן און פראטעסטאנטן, די מארטין לוטערס, און זייערע נאכפאלגערס די נאציס, זענען די זעלבע ווי די אמעריקאנער העלדן אדער קאנפעדערעסי גענעראלן??? Are you for real??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
מיר האלטן אינמיטן א שמועס פון כאמעלנעצקי, א נאציאנאלע היראו און די פאנדינג פאטער פון אוקריינע, באקאנט פאר זיין בלוטיגע אויפשטאנד קעגן די פולישע מלוכה. ס'איז נישט אויפריכטיג צו פארדרייען די שמועס צו אנדערע פיגורן (היטלער גאר, פאר וועם א סטאטוע עקזיסטירט מסתם נישט אין אוקריינא אדער סיי ווי).
אלזא נאכאמאל:
פארוואס איז ענדרו זשאקסאן'ס סטאטוע בארעכטיגט צו שטיין מיט שטאלץ אן דעם וואס דיין שטיצע פאר עס זאל דיך מאכן שולדיג אין גלייכגילטיג פאר זיין בלינדע שנאה און מעשה רציחה קעגן אן אומה?
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
איך פארשטיי נישט די אַמפעריי, לאמיר זאגן אז עס זענען פארהאן דארט אסאך אנטיסעמיטן, אבער אויב דו זיגלסט אָפּ א לאנד אלץ אנטיסעמיטן דאַן ביסטו שוין דער ראַסיסט, אלזא קענען זיי שוין האבן א טענה אויף דיר, דו קענסט טאַנצן מיט זיי (לויט דיך) אויף איין טיש, ענק טראגן ביידע ענליכע טיטלען !
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
יואלישדער גאלדענער אדלעריואלישוואסטו געזאגט אז אלס אן אמעריקאנער אין א לאנד ווי די סטאטוע פון ענדרו זשעקסאן, קריסטאפאר קאלומבאוס, און קאפעדערעד גענעראלן און פענער (די אמעריקאנער כאמעלניצקיס קעגן די נאטיוו- און אפריקען-אמעריקאנער) שטייען נאך און פלאטערן נאך מיט א פראכט מיינט אז דו זאלסט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר זייערע רציחות און אכזריות?
האלסטו טאקע אזוי אז ענדרו דזשעקסן, קריסטאפער קאלאמבאוס און אנדערע קאנפעדערעט גענעראלן גייען אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די מזרח/מערב יוראפעישע חאמילנעצקיס און היטלערס ודומיהן?? אז דו טוסט זיי און מיך מדמה זיין איינס צום צווייטן???
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
וואס איז דיין קרייטעריע פאר רציחה קעגן א פאלק ווי דער רוצח פארדינט נאכאלס א סטאטוע ברחוב העיר און קיינער זאל דיר חלילה נישט מעגן באשולדיגן אין גלייכגילטיקייט אדער גאר שטיצע פאר די היסטארישע מעשי רציחה? דו האלטסט זיך פאר א שונא פון נאטיוו-אמעריקאנער?
דארט ווי איין לאנד האלט מלחמה מיט א צווייטן לאנד איינצונעמען שטחים און אויפן וועג אנצוקומען צום ציל שלאגן זיך ביידע זייטן אהין און צוריק אזויווי ס'אייביג געווען, די אטומאנישער עמפייער, די ענגלישע, פראנצויזישע קאלאניס וכו' וכו' וואס האט זיך כסדר געטוישט דורך מלחמות און דאס איז אויך געווען אין אמעריקע ווי שבטים וואס זענען דא געווען שוין פון פריער ווי למשל די טשעראקיס, אדער די אנדערע נעיטיוו אמעריקענס, און די פריש געקומענע קלאניסטן וואס האבן געפירט מלחמות און כסדר אויסגעהרג'ט די פריערעדיגע איז דאס געווען דרך העולם פונעם אמאל, ווי יעדער האט געוואלט אנהאלטן זייניקס. איך געב עס נישט גערעכט אבער דאס איז געווען די וועלט בימים ההם.
אבער די רשעים ארורים וואס האבן פון שטענדיג אן אנגעדרייט און אנגעמאכט פאגראמען, השמדות, רציחות און שטענדיגע אומזיסטיגע פיינטשאפט און פאלשע בלוט בילבולים, האלאקאסטן, און אומזיסטיגע בלוט פארגיסונג פון מיליאנען אומשילדיגע אידן פאר איבער צוויי טוזענט יאר געצילט קעגן איין אידישן פאלק וואס שטערט קיינעם נישט, וואס וויל לעבן גוט מיט אלע פעלקער און מדינות צווישן וועם זיי געפונען זיך. האלסטו טאקע אויפן זעלבן לעוועל ווי די אמעריקאנער און קאנפעדערעסי העלדן???? Realy??? נעה מאכסט א דזשאוק!! ווילסט מיך סתם אנדרייען.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
הייסט דיין ענטפער איז אז עדרו זשאקסאן האט פשוט געהאט א נארמאלע מלחמה בשעת כאמעלנעצקי'ס מלחמה איז געווען נישט נארמאל? הא גופא קשיא. מיט וואס איז די כאמעלנעצקי רעוועלוציע כמעט פיר הונדערט יאר צוריק געווען ווייניגער "דרך העולם?"
בדרך אגב
איז געוועהן אזעלכע וואס האבן געזאגט, אז פארדעם איז געוועהן גירוש שפאניע, היות די אידן זענען געווען דארט שטארק אינוואלווד אין די מלוכה. און דער אויבערשטער האט נישט געוואלט די אידן זאלען האבן די מינדעסטע שייכות מיט דער גענעסייד וואס שפאניע האט געטוהן צו די אינדיאנער אמעריקאנער שבטים.
יואלישהייסט דיין ענטפער איז אז עדרו זשאקסאן האט פשוט געהאט א נארמאלע מלחמה בשעת כאמעלנעצקי'ס מלחמה איז געווען נישט נארמאל? הא גופא קשיא. מיט וואס איז די כאמעלנעצקי רעוועלוציע כמעט פיר הונדערט יאר צוריק געווען ווייניגער "דרך העולם?"
איך מיין זיין ענטפער איז, אז ווען גוים שלאגען זיך צווישן זיך איז עס א מלחמה, אבער דא איז עס געוועהן קעגן אונז אידן, ממילא איז אנדרעש.
איי די שווארצע? זי זענען געשאלטען פין גאט אליין.
היסטאריעיואלישהייסט דיין ענטפער איז אז עדרו זשאקסאן האט פשוט געהאט א נארמאלע מלחמה בשעת כאמעלנעצקי'ס מלחמה איז געווען נישט נארמאל? הא גופא קשיא. מיט וואס איז די כאמעלנעצקי רעוועלוציע כמעט פיר הונדערט יאר צוריק געווען ווייניגער "דרך העולם?"
איך מיין זיין ענטפער איז, אז ווען גוים שלאגען זיך צווישן זיך איז עס א מלחמה, אבער דא איז עס געוועהן קעגן אונז אידן, ממילא איז אנדרעש.
איי די שווארצע? זי זענען געשאלטען פין גאט אליין.
כאמעלנעצקי'ס מלחמה איז געווען א רעוועלוציאנארישע אויפשטאנד פון די אונטערדרוקטע באפעלקערונג קעגן א מלוכה. די באפעלקערונג וואס איז אויפגעשטיינען קעגן זייער אונטערדרוקער זענען געווען מער אונטערדרוקט פון די באפעקלערונג אין די 13 קאלאניעס אין אמעריקע אונטער די בריטישע קעניג. ס'איז געווען מער מלחמה על "דרך העולם" פון פיל אנעדערע "בארעכטיגעטע" מלחמה לויט אונזערע געשיכטע ביכער. דער ש"ך איז בארעכטיגט צו זיינע טרויעריגע איכהס אבער די מלחמה ווי אידן זענען אויך געמארדעט געווארן (ווייל די אידישע ארענדארס זענען געזעהן געווארן אלס די זשאנדארן פאר די אונטערדרוקערס וועלכע האבן געשינדן די הויט פון די פויערן) איז געווען א קליינע דרך אגב אין די מענטשליכע פארלוסט פון די ברייטע מלחמה: פיר מיליאן מענטשן (!) לויט געוויסע שאצונגן. יא, אידן האבן געליטן צרות און זענען געמארדעט געווארן, אבער דאס איז נישט געווען א
מלחמה קעגן אידן צום ערשט.
די trail of tears איז דוקא נישט געווען קיין מלחמה בכלל. דאס איז געווען לכולא עלמא א געצילטע גירוש פון א פאלק, מיט טויזענטער טויטע, דורך אן אמעריקאנער פרעזידענט ענדרו זשאקסאן, באגלייט מיט העסליכע געבעלס-סטיל העצע קעגן די savages וועלכע זענען נישט קריסטליך. איז גירוש ספרד אויך געווען בלויז א מלחמה על "דרך העולם?"
מיט מיינע פראגעס וויל איך סך הכל צייגן אז טרייבעליזם טרייבט צו ברייטע inconsistencies ווען ס'קומט צו צייגן א הארץ צו human suffering. יענעם'ס צער איז ממש גארנישט און גאר פארשטענדליך אלס בלויז די דרך העולם. מאך נישט קיין רעש און מאך אונז נישט טראגן די שולד געפיל פאר צרות וואס דיין פאלק האט געליטן הונדערט פוציג יאר צוריק. מיר קענען אפי' דודלן אינעם 21סט יאר הונדערט אן היימישע אפ-עד וועלכע דערקלערט אז מיר ווילן
דוקא נישט לאזן א טרער פאר א פאלק בשעת זי איז אונטער א קאלט בלוטיגע אטאקע, מיר קענען נישט פארשטיין די צער פון קיין שום פאלק'ס היסטארישע קאלמונטעס. אבער
אונזער פאלק'ס צרות פון פיר הונדערט יאר צוריק, א קליינע חלק פון צרות צווישן מערערע צרות פאר אנדערע אין די זעלבע צייט, מוז דוקא ליגן front and center אויפן באוויסטזיין פון די גאנצע וועלט. און אן אוקריינער וועלכער emphasized עס נישט דוקא וויאזוי איך שפיר איז איז א וויסטער אנטעסעמיט אין נידון למיתה און פארלירט יעדע מענטליכע רעכט פאר סימפאטיע.
כ'גיי נישט אריין וואס איז יא אדער נישט ריכטיג. כ'זאג בלויז אז ס'איז inconsistent און self-centric. און מ'ערווארט גאר מיט אזא סעלפיש עדיטוד אז יעדער פאלק זאל זיצן מיט אונז אויף דער ערד און טרויערן פאר אונז. ווען וועלן מיר אויך טרויערן מיט און פאר אנדערע?
פאר די טוסט פארלאנגען מען זאל טרויערען פאר אנדערע, זאל מען אויפהערן זאגן אז גוים זענען ווי בהמות. מען ברויך צילען קעגן רשעים, אידן אין גוים.
סאיז נישט אזוי פשוט די מעשה מיט חעלמענצקי
די משכילים האבען עפעס געהאט א פראבלעם מיט די ווערזשען פונעם יון מצולה,און מיט די נומערען.
זיי האבען זיך געוואלט זאגען אז טויף דיך אדער כהארגע דיך איז נאר געווען און די דארק עידזשעס,זיי האבען אוכט זיך געטהענעט איבער די נומערען.
און סאיז לאו דווקא אז זיי זענען גערעכט
די יון מצולה און די ש״ך האבען געשריבען און יענעם דור.
ווערסאוס דיע ווערזשעין וואס די שרייבסט איז קריעטעידט געווארען שפעטער.
עפעס זאגט ער.
📎 IMG-20220310-WA0062.jpg
עס איז דא נאך טענות אויף אוקריינא, אז עס איז נישט באמת געוועהן אזוי פריי און דעמאקראטיש. זעלענסקי זעלבסט האט איינגעזעצט דער וואס איז געלאפען אקעגען אים. און בכלל אויב זיי האבען געוויסט אז רוסלאנד איז א סכנה, האבען זיי געמעגט אויפבויען א בעסערע מיליטער. זיי זענען אזוי קאראפטירט אז זיי האבען זיך קוים גערירט פאראויס.
Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!
היסטאריעעס איז דא נאך טענות אויף אוקריינא, אז עס איז נישט באמת געוועהן אזוי פריי און דעמאקראטיש. זעלענסקי זעלבסט האט איינגעזעצט דער וואס איז געלאפען אקעגען אים. און בכלל אויב זיי האבען געוויסט אז רוסלאנד איז א סכנה, האבען זיי געמעגט אויפבויען א בעסערע מיליטער. זיי זענען אזוי קאראפטירט אז זיי האבען זיך קוים גערירט פאראויס.
רעב איד, זיי האבן אויפגעבויעט א מיליטער פון גארנישט אין די לעצטע 8 יאר!
געוויסע האבן געשאצט אז אין 2014 האבן זיי געהאט בלויז בערך 5 טויזנט קאמפס פעאיגע סאלדאטן!!!
זעלינסקי האט געטוען אן אומגלויבליכע ארבייט, כ'ווייס נישט וועלכע דורכפאל דו זעסט דא, אבער קיינער (אריינגערעכנט די אמעריקאנער מיליטערישע אנאליסטן) האט נישט פאראויסגעשאצט אז עס וועט נעמען מער ווי א וואך פאר קיעוו צו פאלן.
אמעריקאנער מיליטערישע אנאליסטן מיינסטו CNN, NBC מיט פאקס ניוז?? און ביי די וועי די סיבה פארוואס ס'שלעפט זיך אזוי קען אויך זיין צוליב סאבאטאזש מצד די אוקריינער און נישט צוליב זייער מעכטיגער מיליטער און צוליב די שווערע בלאטעס אין וואס די רוסישע מיליטער האט זיך אנגעשטויסן.
מיט מיליטערישע אנאליסטן מיין איך געוועזענע פענטאגאן באאמטע, וועלכע האבן געארבייט אין / מיט אוקריינא.
אלעס "קען" זיין.
אבער ווי זעט ער אז זעלענסקי האט זיך נישט אנגעגרייט?
היסטאריעעס איז דא נאך טענות אויף אוקריינא, אז עס איז נישט באמת געוועהן אזוי פריי און דעמאקראטיש. זעלענסקי זעלבסט האט איינגעזעצט דער וואס איז געלאפען אקעגען אים. און בכלל אויב זיי האבען געוויסט אז רוסלאנד איז א סכנה, האבען זיי געמעגט אויפבויען א בעסערע מיליטער. זיי זענען אזוי קאראפטירט אז זיי האבען זיך קוים גערירט פאראויס.
רוסלאנד איז מער קארופטירט און ווייניגער דעמאקראטיש ווי אוקריינע, מיין פריינט!
זאל זיין, רוסלאנד איז ערגער, אבער אוקריינא איז נישט אזא צדיק אז מען זאל אריין שיקען טרופען צו טוהן ווער ווייסט וואס זיי צו ראטעווען.
און טאקע ווי מען האט געזעהן, אז דער מערב האט געזאגט פאר זעלענסקי זאל הייבן הענט, און הייבן פיס און אנטלויפן. דער גאנצער מלחמה איז שטיקעל נוצלאז, וואס פראטעקטַ מען דא אין אוקריינא? א קאראפציע?
אוקריינא איז נישט גרייט, גרייט וואלט געמיינט אז רוסלאנד זאל טראכטען צוויי מאל פאר זיי גייען אריין. זיי זאלען האבן א לופט כח אז זיי קענען באמבאדירן די רוסן אז זיי זאלען נישט חלומ'ן פין גיין ווייטער. נישט אז רוסלאנד זיצט א וואך ווי גולמים אויף א אפענע ראוד, פערציג מייל לאנג, און דער איינציגסטער סיבה זיי זענען נישט געווארען אנולירט איז ווייל אוקריינא האט נישט קיין עראפלאנען און א מאכט זאל זיך מיט זיי שלאגן ַ
דער ערשטער זאך אין אזא מדינה איז א מיליטער, אזוי ווי ארץ ישראל.
אמת אז אוקריינע מוטשעט זיך פאר יארן מיט קארופציע, שריים פון איר סאוויטישע און רוסישע פארבינדונגן. אין די זעלבע צייט האט אוקריינא גענומען פיל שריט פאראויס, אויפן פארלאנג פון איירופער און אמעריקער רעגירונגן, צו אויסרייניגן קארופציע. אוקריינע זיכט זיך צו דערווייטערן פון רוסלאנד און פוטין און איר קארופציע און אנטי דעמאקראטישע אנשואונגן. ועל זה יצא הקצף של פוטין וועלכער איז אנטשלאסן איר צו אונטערטעניגן און פארשקלאפן אונטער זיין קארופטירטער סיסטעם. ווען אוקריינע וואלט נישט געהאט קיין חשק, מחשבות זרות און און ראיות אסורות צו די מערב וועלט, עקענאמישע און דעמאקראטישע טרוימען פון די EU און מיליטערישע פראטעקציע פון נאטא, ווען די אוקריינער באפעלקערונג וואלט נישט ארונטערגעווארפן דאס דאנמאלסדיגער קארופטירטער פרעזידענט וועלכער האט געארבייט מיט פוטין צו אפהאלטן די מארש קיין איירופע אין 2014, וואלטן מיר נישט געהאט היינט א פוטין אינוואזיע. מיר האבן אויף איין זייט א באפעלקערונג וועלכע דראפעט זיך אויף גראדע ווענט פאר צענדליגע יארן צו געווינען דעמאקראטיע און עהרליכקייט אין גאווערענמענט, און אויף די אנדערע זייט האבן מיר דעם אוטוקראט אדער גאר דיקטאטור פוטין וועלכער שלעפט אוקריינע כסדר צוריק צו קארופציע וואס דינט אים. ס'איז קאפויער צו פארווארפן אוקריינע פאר די קארופציע וואס פוטין לאזט איר נישט זיך באפרייען פון. דאס גאנצע רעזשים טויש אין קיעוו וואס פוטין זיכט איז צו צוריקשטעלן קארופציע און עס קאנטראלירן, און צו אפווארפן די באפעלקערונג'ס רצון.
משל למה הדבר דומה, א גענג וועלכע פארכאפט פרויען און מיט צוואנג פארשקלאפט זיי פאר זונות פון וואס די גענג ווערט רייך. ווען די פרויען זיכן צו אנטלויפן צו פרייהייט, פארשפרייט די גענג פראפאגאנדא אז די פרויען זענען זיך אויך ווערט דאס געלט. זיי האבן א טונקעלע פארגאנגענהייט. זיי שטעלן אן א פנים פון נרדפים אבער טאג איין טאג אויס האבן זיי פארפלייצט די גאסן און אנגערייצט אומשולדיגע מענער, צובראכן שטובער און פארשפרייט קרענק. און דער עולם גולם באמבעלט נאך די גענג'ס פראפאגאנדא.
אוקריינע איז קלאסיפיצירט דורך דעמאקראסי אינדעקס רעפארטס אלס א געמישטע רעזשים וועלכע גייט אונטער א טויש, און שטייט שוין פיל בעסער פון מערערע געוועזענע סאוויטישע לענדער אין די ראיאן.
ווי אן
ארטיקל אין די וואשינגטאן פאוסט ענדיגט איר פעקט טשעקינג:
Ukraine is a flawed democracy — though one with aspirations to improve its standing
if it is allowed to break free of Russian meddling in its affairs.
פון ר' ברוך יהודה קליין.
📎 נפול תפול - פוטין תפול.pdf
אביסל אוקריינישע היסטאריע
<a class="postlink" href="https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=37342&st=&pgnum=30">https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=30</a>