☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15184
בלאט: 1 2

בן עיר » זונטאג אפריל 3, 2022 9:53 am

· #497400
יואליש
אספקלריה

...איך רעד נאר צו סאיז דא א מקום צוזאגען אז ״די אומה הנקרא אוקריינע״ כאפט יעצט צוריק פאר זייער נאטור און קולטור.


ס'איז די נאטור גאר? וועלכע אומה אין די היסטאריע האט נישט א רעקארד פון שנאה, רציחה ביז גענעסייד? דאס איז די נאטור פון זיין א בעל חי. אין די (אומ)ריכטיגע מצבים האבן מיר אלע די פאטענציעל צו זיין דער אגרעסאר. די היילונג דערקעגן איז אריינלייגן די עבודה קשה צו נידערען און אויסרייסן פון זיך די רעטאריק פון שנאה, נקמה און פאלשע גלויבונגן אין נאטורליכע עטנישע און ראסע אונטערשיידן און דרגות. יעדע גענעסייד אין היסטאריע איז געקומען אויסגעבעט מיט א בארעכטיגונג צו די שנאה געפרעדיגט ביי די רייזמאן פון זייער שבט, אומה און גלויבונג.

דיין תגובה דערמאנט מיר פון א יערות דבש וואס שרייבט אז מזאל טאקע נישט האלטן קיין שנאה קעגן אנדערע אפילו אויף המן טייטש ער עד דלא ידע בין ארור המן וכו אז מזאל זיך אויפפירן גוט אפי' צו המן
📎 Capture.JPG
בלאט: 1 2