די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
282 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15127
די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אין
די אשכול זענען מיר אריינגעפארן אין גאר א וויכטיגע טאפיק, אבער כדי שלא לפארדריי את האשכול מאך דערפון א נייע געהענגעל.
ובכן, לעצטנס (אדער קען אפילו זיין אז ס'איז אלעמאל געווען אזוי נאר מען האט עס באהאלטן) הערט מען ליידער זייער אסאך סוסיידס אין אונזער קאמיוניטי, אונז זעמיר צוגעוואוינט אז סוסייד געהערט צו די מוסולמעינער אדער עפעס א דיפרעסטע גוי טאנצט פון בריק, אבער אין אונזער קאמיוניטי מאן דכר שמיה, די מציאות אבער פראסקעט ליידער אין פרצוף, איז די אשכול געווידמעט צי דערגיין די יסוד פון די פראבלעים און זיכן א לייזונג.
קהל'ס נערפארשטייט זיך
ס'דא א פלאץ ווי מען אדרעסירט פראבלעמען און דארט טאקע דארף מען רעדן פון דעם אבער מען דארף נישט אויספראקן קיין מענטשן, למשל אזוי, ברשות........ מורי ורבותי אונזער קאמיוניטי האט א ערנסטע פראבלעים, און די לעצטע יאר איז געווען כך וכך סוסיידס, בקיצור מען זיכט א לעזונג.
אבער סתם נעמען א יחיד אלץ קרבן איז נישט יושר.
איך בין טוטאלי מיט דיר אז מען דארף אדרעסירן די סוסייד פראבלעם אין אונזער קאמיוניטי, אונז האבן שוין גמ"חן פאר אויב איינער האט פארגעסען פעמפערס פאר זיין בעיבי אין א ראש חודש וואס געפאלט אויף ניטל, אבער דא גארנישט, פארוואס ווייל ס'איז גרינגער צי האבן א גמ"ח ווי צי אדרעסירן ערנסטע פראבלעמען.
יעצט וועט איינער זאגן קריינא דאיגרתא איהי ליהוי פרונקא, העל איך געיבן מיינע צוויי סענס, נישט אויסשליסן איינעם פין געזעלשאפט פארן זינד פין האבן א טשופ, שערן די בארד, צי אנדערע נארישקייטן.....
אונז ווייס מיר דאך או חברותא או מיתותא, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
דער גאלדענער אדלערberlbalagulehקהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. בדרך כלל. אבער א מענטש גייט נישט גלייך נאכדעים וואס עפעס א בהמה זאגט איהם אז ער איז א שייגעץ ווייל ער האט א טשופ און ער דזשאמפט אראפ פון דאך. נאר אויב איינער איז שוין ממילא דיפרעס'ד, קען ער קומען צו דעם, ח"ו.
ומעשה שהיה. איינער א יונגערמאן וועלכער האט גענימען א סאך מעדיצינען, האט מיר פארציילט 2 מאל אז ער האט א רייכן ברודער. און ער האט ארויסגעשלפט געלט פון זיין ברודער מיט סטראשען אז ער גייט זיך (ח"ו) הרג'נען. ער האט זיך טאקע געקויפט א (שיין) הויז. אבער צום סוף האט ער (ל"ע) געטון די מעשה. ס'זענען געווען א סאך סיבות צו דעם. די נקודה איז אז רובא דרובא פון די וועלכע טוען די מעשה (זעלבסטמארד) זענען דיפרעסס'ד...!
נו, פיר אויס ר' בערל? פארוואס זענען זיי דיפרעסד?? קיינער ווערט נישט געבוירן דיפרעסד! און דיפרעסד וואס ברענגט סואיסייד איז נישט סתם דיפרעסד, נאר אסאך מער פון דעם. ווען א מענטש מאכט אפ צוטוהן אזא זאך ווי זיך ענדיגן, קומט עס פון גאר אסאך פעין וואס דער מענטש קען מער נישט אויסהאלטן און זוכט דעם וועג ארויס.
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
@קהל'ס נער; ייש"כ פאר'ן עפענען א פרישן אשכול וועגן דעם ענין. וועגן דעם וויכטיגן ענין!
רוב מענטשן קוקן עס אן פאר א טעגליכע סטאטיסטיק, פונקט ווי מ'קוקט אן ווי בחורים און מיידלעך דרייען זיך אין די גאסן, און ישיבות און מיידלעך שולעס וועהלן זיך וועם יא און וועם נישט אריינצונעמען. אדער ווי נאך א פארפאלק האט זיך ג'געט. מ'גיבט א קרעכטס און מ'שרייבט נאך צו בד"ה און מ'גייט ווייטער. אנדערע מיט אביסעל מער סענסיוויטעט וועלן אפילו פרובירן צו משער זיין פון וואס דאס קומט און פארוואס ס' געשעהן אבער ביז'ן נעקסטן ליל ששי טשולענט וועלן זיי דאס שוין האבן לאנג פארגעסן, א גרעבץ און געגאנגן ווייטער, נעקסט...
שטעלטס ענק אפ פון ענקער טאג טעגליכן געיעג און טראכטס פאר צוויי מינוט, וואס געשעהט ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, צו א קינד, צו אן ערוואקסענער, וויפיל שבעה מדורי גיהנם אזא איינער איז שוין דורך אין זיין לעבן, ער/זי האט שוין אלעס פרובירט, און אפגעמאכט אז אין רפואה למכתו/ה און אפגעמאכט אז דאס איז די לעצטע זאך וואס קען אפשטילן די יסורים!
די מענטשן וואס טוען דאס, זענען בעלי נפש, מענטשן מיט מענטשליכע געברויכן, מיט עמאציאנאלע געברויכן פינקט ווי אלע אנדערע וואס נעמען זיך נישט דאס לעבן. זיי זענען גייסטיש קראנק פונקט ווי די, וואס זענען פיזיש קראנק. ווילן און ווארטן אז איינער זאל זיי וואלידירן, מכבד זיין, אנערקענען זייער שווערע ווייטאגן וואס זיי מאכן דורך אויף א טאג טעגליכן פארנעם! פונקט ווי מ'גייט מבקר חולה זיין פיזישע קראנקע און מ'טוט אלעס זיי צו ראטעווען , ברויך מען טוהן אלעס אבער ממש אלעס צו ראטעווען אט די אומשולדיגע זיסע נשמה'לך. טוהן מיר דען אלעס זיי צו ראטעווען?!?!
שטעלטס ענק פאר, פון יעדן אזא איינעם וואס האט זיך גענומען דאס לעבן האט ווען געקענט חתונה האבן און אויפשטעלן דורות ישרים מבורכים! במלוא מובן המלה, זיסע לעכטיגע אידן, זיסע קינדערלעך און אייניקלעך גאנצעטע דורות, אידישע דורות עד אין סוף! און וואלט ווען געקענט צוגעבן אזויפיל צו סאסייעטי. שוין די העכסטע צייט מ'זאל טוהן מער דערוועגן און דורך דעם אנשפארן צער און עגמת נפש פאר זיי און זייערע משפחות. געדענקטס זיי האבן אויך געפילן, טאטעס, מאמעס, ברידער און שוועסטערס!
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
די ציפערן וועט מען קיינמאל פינקטליך וויסן, ווייל עס ווערט פארדעקט און באהאלטן, אבער יא די חברה וועלכע טוען אין דעם נושא טענה'ען אז די נומערן זענען ליידער אומגעהויער הויך.
איין נקודה וואס באדערט מיך שטארק איז דאס אז מלמדים, משגיחים, מנהלים וכדו', נוצן דאס אלץ אַן אָפּשרעק מיטל אנקעגען פארלאזן סיסטעם\יודישקייט\סוסייעטי וכו',
זיי זענען אלץ פארנומען וויאזוי מען קוקט אויס אויב מ'פארלאזט סוסייעטי, ספעציעל זענען זיי פארנומען שילדערן אז ביים ענדע באגייט מען זעלבסט מארד.
יא, זיי זענען גערעכט אז א גרויסע פראצענט פון די וועלכע גייען אראפ פון דרך קומען ליידער אָן צו זעלבסטמארד, אבער פארוואס? איז דאס נישט א געוויקס פונעם סיסטעם? איז דאס נישט צוליב וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן? יא, ביסט גערעכט אז ער איז אראפ פון וועג און געווארן צעפראסקעט און צעשאקלט, זאגסט אמת! אבער מיין שאלה איז 'פארוואס'? פארוואס נעמט מען זיך דאס לעבן אויב מען הויבט אָן גליטשן? צודען ווייזט דאס אויף גוטע סימפטאמען פון אינזער סיסטעם?
אגב ווערט די נקודה אביסל ארויסגעברענגט אויף unorthodox ווען משה גיבט פאר אסתי א ביקס... (פאר ווער עס געדענקט נאך)
(איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש די רעדע דא, לכאורה רעדט מען דא פון מענטשן אין די סיסטעם וועלכע באגייען זעלבסטמארד, אבער כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן)
אזוי צו אזוי זאל מען שוין מער נישט דארפן עפענען אזאלכע אשכולות, אמן!
ליידער פאר די וואס ווייסן איז עס שוין גארנישט אזוי עקסקלוסיוו צו אט''ד חברה. ליידער פאסירט עס מער און מער צווישן אונזער קרייז ביי נישט אט''ד אויך. אפי' אין טאַפּ ישיבות ביי וואוילע בחורים מאכט זיך אפטער ווי אמאל אז בחורים פרובירן און צומאל געלונגען עס. השם ישמרנו. פארשטייט זיך אז ווען ס'פאסירט מיט אט''ד איז עס געווענליך נישט קיין סוד היינט צוטאגס. אבער אין אנדערע פעלער איז עס טאפ סיקרעט.
צי זענען אט"ד צי נישט איז נישט אזא חילוק, למעשה זענען זיי פירות פון אינזער חינוך/סיסטעם, דאס אז יענער איז געגאנגען אט"ד איז נישט קיין סיבה צי זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, גיין אט"ד איז א חלק פון די פראבלעים ס'נישט קיין סיבה פארוואס אינז זאל מיר זיך ארויסדרייען פון זיכן א לעיזונג.
ס'קען אבער יא זיין אז די סיבה פארוואס א אט"ד באגייט די שריט איז אנדערש פארוואס א נאנ-אט"ד טיט עס.
משל למה הדבר דומה, איינער איז אין תפיסה, ווייל ער האט גערעדט קעגען סטאלין, פאר לייף, אין די גולאג ביי די רוסישע און טראכט פון א אנטלויף פלאן. זאגט אים זיין חבר לוינט זיך נישט צו טראכטען פון אנטלויפן רוב חברה וואס אנטלויפן פרירען צום טויט.
איין טאג קומט אריין די פרעדיגער און הייבט אן מסביר זיין ווי גוט די גולאג איז. והא ראיה אז ווער ס'אנטלויפט פון די גולאג איז צוקאלישט פאר לייף מיט טראומא, און א גרויס חלק ליידער פרירט אויף די וועג ארויס ווען זיי אנטלויפן.
רודף'ן, בולי'ונג, איז גאר שטארק שכיח ביי אונזערע בחורים, סיי פין אנדערע בחורים סיי פין משגיחים. מען רעדט נישט דערפין, און אפילו אויב יא איז עס אויף א וועג פין רודף'ן די וואס רודף'ן. אונז האבן נישט קיין ערפארונג אין דעם, און עס מאכט חרבנות אין גרויסען. עד כדי כך אז מען ווייסט אפילו נישט צו פרעגן איינער וואס ליידט צו עס קומט פין רדיפות.
דער ענין דארף א תיקון גדול.
די אמת איז אז ס'איז שווער ווי וויסען די נומבערען, רוב פעלער זענען טאפ סיקרעט וואס ווער אין וויאזוי עס פאסירט. איך האלט נישט ס'איז א חסרון וויל מ'וויל היטען אויפען כבוד המשפחה, אבער דאס מאכט אויך אז מ'זאל נישט קענען אדרעסירען די נושא ווי עס דארף צו זיין.
מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
אלס ווייל מען לערנט נישט לימודי חול........אשפ''ג
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
היסטאריעמען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
אז א מענטש זאל קענען שרייבן אזעלכע שוידערליכע שטותים והבלי הבלים...
דאס איז א חלק פין דיין קליין קעפיקייט, ווייל דו לערנסט נישט קיין לימודי חול (און אויך נישט לימודי קודש) , און עס שאפט א צמצום המוחין...
השם ירחם פין דיין צמצום.
היסטאריעמען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
צי ס'האט מיט לימודי חול, שטארק מסתבר אז נישט.
אבער די אנדערע חלק איז לויטער אמת, מענטשען מיינען ס'דא "נערמאלע" משפחות, און ס'דא נישט נערמאלע משפחות וןאס ביי זיי איז דא אט"ד, סוסייד, קענסער, גיטין, וכו'
מיין ראש ישיבה פלעיגט זיי ריפן "חברה שטארבער'ס" אז מענטשן מיינען אז פינקט ווי ס'דא חברה הצלה און חברה קנין ספרים איז דא א חברה שטארבער'ס ואני אלך לחיים ולשלום.
בקיצור אין פערפעשענעל שפראך הייסט עס דינייעל, אדער ווי מען זאגט ביי די ציונים: לי זה לא יקרה.
קלארשטעלונג: אזוי ווי ס'זייער א וויכטיגע subject, און איך וויל נישט ס'זאל פארן צי פערזעינליכע אטאקעס, (אזוי ווי אינז האמיר געהאט ביי די כוזרי אשכול), זאל מען נישט אטאקירן איינעם אפילו מען האלט אז ער רעדט שטותים, מען קען מסביר זיין אויף א נערמאלע שפראך אז ער איז נישט גערעכט, היות איך בין נישט קיין שריפטשטעלער קען איך טאקע נישט מעקען, אבער לטובת הכלל ביטע נישט פאר'חזר'ן די אשכול.
נאך אן אשכול אין די נושא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11609">viewtopic.php?f=25&t=11609</a><!-- l -->
קורקלענדאלס ווייל מען לערנט נישט לימודי חול........אשפ''ג
קורקלענד: דו מעגסט מיר געבן קוויטלעך. די 21'ער. ווייל איך בין א בעל רוח הקודש (אויסער א בעל עגלה). ווען איך האב געליינט היסטאריע'ס תגובה, האביך געטראכט אז ס'וועט זיין איינער וואס וועט נאך זאגן אז די סואיסייד'ס (ל"ע) קומען פון נישט לערנען לימודי חול...!
קהל'ס נער: ייש"כ פאר שרייבן דיין תגובה מיט גרויסע ווערטער . פאר די אלטע מענטשן אז זיי זאללן קענען בעסער און גרינגער ליינען .
די מענטשן וועלכע לאזן זיך אראפ צו פערזענליכע אטאקעס און רופן א צווייטן נעמען, האבן ממילא א פראבלעים. איך גלייב נישט אז דאס קען פיהרן צו סואיסייד. ענדערש צו האמיסייד, (ח"ו).
איך האף אז דו ביסט נישט ברויגז איבער מיין (א ביסל) סארקאסטישן טאן. ערשטנס ס'איז דאך . אדר א' . צווייטנס. דער רבי זי"ע (ר' נחמן מ'ברסלב) האט געזאגט אז..."מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד"...! ער האט געזאגט נאך א סאך זאכן. הלואי זאלל מיר קענען אלעס מקיים זיין.
ערנסט גערעדט. אויב איינער א בריאה איז אזא אוממענטש. אזוי ווי ס'האטציך ליידער ארויסגעוויזן אין יענעם אנדער'ן אשכול. איז דא אן עצה. זיך ווענדן צו די הנהלה. און זיי וועלן שוין (האפנטליך) טון וואס מ'דארף...יענעם משלח זיין פון קאווע שטיבל...!
קהל'ס נערהיסטאריעמען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
צי ס'האט מיט לימודי חול, שטארק מסתבר אז נישט.
אבער די אנדערע חלק איז לויטער אמת, מענטשען מיינען ס'דא "נערמאלע" משפחות, און ס'דא נישט נערמאלע משפחות וןאס ביי זיי איז דא אט"ד, סוסייד, קענסער, גיטין, וכו'
מיין ראש ישיבה פלעיגט זיי ריפן "חברה שטארבער'ס" אז מענטשן מיינען אז פינקט ווי ס'דא חברה הצלה און חברה קנין ספרים איז דא א חברה שטארבער'ס ואני אלך לחיים ולשלום.
בקיצור אין פערפעשענעל שפראך הייסט עס דינייעל, אדער ווי מען זאגט ביי די ציונים: לי זה לא יקרה.
איך האב הנאה, אז די האסט פארשטאנען.
איך האב נאר געשריבן דער פרט פין לימודי חול, ווייל איך האב געוואלט אויפוועקן אפאר פארשלאפענע מוחות וואס שפרינגען אויף ווי א קאץ נאך א מייזעל, ווען זיי זעהן דער ווארט לימודי חול
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".
אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?
היסטאריעמען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.
ווען איך הער אז אין די משפחה איז דא א סועסייד ווייס איך אז אדער די טאטע אדער די מאמע איז א שמאק און ער פייניגט די קינדער.
אדער סתם נישט געגעבן דעם נידס פאר דעם קינד.
אדער וואס דאס איז זיכער אז א פרייליכע הויז איז עס זייער נישט.
ממילא וויל איך נישט נעמען א קינד פון דעם משפּחה, זיי ליידן פון דעפרעסיע זיכער, פון אזא הויז איז די טשענסעס אז מען זאל נישט ליידן פון עפעס מענטאלי איז שוואך.
אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
אז איינער פארט אפ מיינט עס אויך אז די פאמיליע האט נישט מדקדק געווען אין הלכה?
א בחור קען זיין אין די בעסטע פאמיליע און זיין די גליגליכסטע אויפ'ן וועלט, אבער דערנאך זיך אנטרעפן מיט שוועריגקייטן אין ישיבה, אדער סתם אזוי מיט שלעכטע חברים און גאר שנעל פאלן צו דראגס / פארברעכן > דעפרעסיע > סועסייד.
יא, מאנכע וועלן זאגן אז בשעת מעשה 18-20 יאר צוריק זענען די עלטערן נישט געווען ערליך.
פאליטיקאנטאויף וועלכע וועלט לעבסטו?
אז איינער פארט אפ מיינט עס אויך אז די פאמיליע האט נישט מדקדק געווען אין הלכה?
א בחור קען זיין אין די בעסטע פאמיליע און זיין די גליגליכסטע אויפ'ן וועלט, אבער דערנאך זיך אנטרעפן מיט שוועריגקייטן אין ישיבה, אדער סתם אזוי מיט שלעכטע חברים און גאר שנעל פאלן צו דראגס / פארברעכן > דעפרעסיע > סועסייד.
קיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
"קיינער"?
דו ווייסט?
אוודאי קען א צודרייטע משגיח מנהל אנמאכן דאס ערגסטע.
א טאטע מאמע אויך.
און אמאהל קען זיין איינער וואס איז אהן א סיבה.
פונקט ווי אמאהל איז דא איינער פין א שוואכע שטוב, א שוואכע ישיבה וואס וואקסט אויס א גאון, און מען זאגט הייליגע נשמה, איז דא פארקערט.
מאנטריאלקיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
דאס איז פראפאגאנדע וואס מען געבט איבער ביי אונז.
"קיינער וואס איז נישט שומר תורה ומצוות איז צופרידן"
"מען גייט נאר א.ט.ד. אויב מען איז אדורך טראומא א.ד.ג."
ס'איז ממש אומפארשטענדליך ווי קלוגע מענטשן בלעבלען סתם נאך.
פארוואס זאל מען ווילן זיין ווי די סביבה?
א מענטש איז נישט געבוירן מיט די טבע צו conformen. ס'איז א learned behavior.
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
@בת קול האסט א פינטל ביסט אפילו גערעכט, מענטשן האבן נישט ליב צו זיין די זעלבע, אין-קארצן מען האט פיינט א סיסטעם, טאקע פארדעם זענען מיר דא אויף קאווע שטיבל, אבער די וועלכע פארן אפ האבן יא געווענליך מענטאל פראבלעמען אדער א שווערע יוגנט.
ביסט גערעכט אז ס'וואלט געדארפט צו זיין נארמאל אז זיבעציג פראצענט מענטשן זאלן פארלאזן די וועג, די פאקט איז אבער נישט אזוי, סיבות קען מען שפעקולירן...
זיצט זיך דוד המלך איינזאם אין די טיפענישן פון מדבר זיף, ער שפירט זיך עלענד ווי א שטיין, ער איז איז גאנצן פארלאזט. זיין פרוי מיכל איז פארהאלטן פון אים דורך איר פאטער שאול, וועלכער ערלויבט איר נישט צו האבן די מינדסטן פארקער מיט אים. ער קען נישט אהיים גיין ווייל די געהיים-אגענטן פון שאול לאקערן אויף אים מיט טויזענט אפענע אויגן. ער איז געצווינגן ארום צו וואנדערן אין די וויסטענישן - אין די געפארפולע מדבריות פון לאנד יהודה. ער אנטלויפט נאכאנאנד פון איין ארט צום צווייטן אויסזארג פאר זיין לעבן, דאס מינדסטע שאקל פון א בלעטל מאכט זיין הארץ איינגיין פאר שרעק, די געשרייען פון די ווילדע אויסגעהונגערטע שאקאלן אין די שפעטע נאכט שטונדן, ערלויבן אים נישט צו פארמאכן קיין אויג פאר קיין רגע. די פארפאלגונגן פון שאול און זיין ארמיי ווערן שטערקער און שטארקער, דאס טויט-צוואנגן קלאמערן זיך שוין שטייף ארום זיין האַלדז. ער איז באוויסטזיניג אז אויב פאלט ער אריין אין די הענט פון די אגענטן פון שאול, גייט ער אויף קיין שום פאל נישט ארויס קיין לעבעדיגער.
דארט אין זיף ליידט דוד פון הונגער און דיזענטעריע, ווען דער באשעפער שיקט אים אונטער א נערונגישער גרעזל וואס זאל אים עטוואס דערקוויקן דאס הארץ און אים דערהאלטן ביים לעבן, זינגט ער בלויז אפ נאך א לויב געזאנג צו לויבן זיין הייליגן נאמען.
עס האט אמאל זיך געמאכט - אז א אויסגעפאשעטער מאן פון די שטאט מעון מיטן נאמען נבל הכרמלי, וועלכער איז געווען באוויסט אלס גאר א פארמעגליכער מאן, זיין פארמעגן איז געשאצט געווארן צו דריי טויזענט שעף און טויזענט ציגן. ער האט אפגעראכטן א פייערונג צו פייערן דאס חאלאקע פון זיינע טויזענטער שאף, און די אויסגעהונגערטע קנעכט פון דוד וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין יענעם געגענט האבן זיך באוויזן צו אים, און זיי האבן אים געבעטן אז ער זאל מיט זיין גענאדע זיי פארזארגן מיט עפעס עסנווארג זיך צו שטילן זייער הונגער... נישט בלויז האט ער זיי קאטעגאריש אפגעווארפן,, נאר ער האט זיי נאך אויך צוגעווארפן פרעכע זידלערייען און באליידיגונגען קעגן דוד... דאס האט שוין גאר שטארק ארויסגענומען דוד פון די געשיר. ווילסט נישט געבן? פיין, גיב נישט! אבער וואס דאס די זידלערייען? דוד האט זיך געגרייט ארפצווישן דעם געמיינעם נבל פון די מאפע און אויסמעקן זיין געבורטשיין אויף שטנדיג. נאר אין די לעצטע מינוט האט די ווייב פון נבל די קליגע אביגיל, באוויזן אפצוהאלטן דוד פון פארגיסן בלוט. נבל איז עטליכע טעג שפעטער געשטארבן פון א מאסיווע בלוט שטורץ, און דוד האט דאן געהייראט אביגיל...
זינט דואג האדומי האט אויפן באפעל פון שאול אויסגעמארדעט די גאנצע שטאט נוב, ווייל ער האט זיי פארדעכטיגט מיטן געבן שפייז פאר דוד, האבן די איינוואוינער פון יהודה געציטערט צו העלפן פאר דוד אין זיינע לייט, סיי מיט עסן און סיי מיט אנדערע סארט הומאניטאריע הילף. אין רעזולטאט איז דוד געווען גענצליך איזאלאירט און אפגעהאקט פון די רעשט פון יהודה...
דאס צושטאנד פאר דוד איז שוין געווען אזוי הילפלאז, אזש ער שוין ערענסט געטראכט צו נעמען דאס לייכטסטע וועג ארויס נישט מער געדאכט... מיטאמאל איז ער אינספירירט געווארן פונעם הייליגן גייסט... גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא... אפילו ווען דו מיינסט אז דו ביזט אזוי עלענד אזש דו געפונסט דיך שוין אין די שאטן פון טויט - לא אירא פארכט דיך נישט! פארוואס? ווייל דו ביזט ווירקליך נישט עלענד... כי אתה עמדי... דער באשעפער איז שטענדיג מיט מיר. דאס האט אריינגעבלאזן אין דוד א נייעם גייסט און א שטוף קראפט נישט אויפצוגעבן... ס' האט טאקע נישט גענומען לאנג ביז שאול איז געפאלן אין קאמף מיט די פלשתים אויף די הויכן פון די גלבע בערג, און דוד איז אויפגעהויבן געווארן פון די זאמדן און מיסטן און געקרוינט געווארן קעניג אויף כלל ישראל...
מענטשן באגייען זעלבסטמארד אין אלגעמיין צוליב גייסטישע קראנקהייטן וועלכע פלאגן זיי, א שטייגער ווי דעפּרעסיע, בייפּאָולער דיסאָרדער, אָטיזאַם ספּעקטרום דיסאָרדערס, און נאך... זיי זענען ווירקליך א גרויס רחמנות. ס'איז אבער אויך פארהאן געזונטע מענטשן וואס באגייען זעלבסטמארד. די פראגע פארוואס? מענטשן פלאגן זיך מיט אלערליי פראבלעמען אין לעבן, און זיי נעמען נישט דאס לייכסטע וועג ארויס – זעלבסטמארד! נאר ווען יא? ווען מ'שפירט זיך איינזאם און עלענד. איז אזוי, א איד וואס לעבט מיטן באשעפער שפירט זיך קיינמאל נישט עלענד... כי אתה עמדי... נאר וואזשע דען? ס'טרעפט זיך געוויסע פעלער וואס די סיטואַציע איז אזוי שווארץ אזש מ'פארגעסט פון דעם כי אתה עמדי...
וואס מיר קענען טאן צו דעם איז, ווען מ'שפירט אדער מ'ווייסט אז א חבר גייט דורך א שווער פעקל, מאכט זיכער אז ער שפירט זיך נישט איינזאם און עלענד. פארברענגט מיט אים, שפאצירט מיט אים, גייט ארויס עסן מיט אים, מאכט זיכער צו רעדן צו אים וואס מער... די דיסקוסיע זאָל נישט זיין וועגן דעם פּראָבלעם... נאר איבער אלעם און גארנישט, דער ציל איז אז ער זאל זיך נישט שפירן עלענד... דאס וועט אים ווארשיינליך אפראטעווען פון באקומען פייגל אין מוח און חלילה נעמען דאס לייכטסטע וועג ארויס....
.
היסטאריע
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".
אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?
אפשר נעמט זיך דאס פין לימודי חול
זעה
can-the-risk-for-suicide-be-inheritedResearch has shown that there is a genetic component to suicide
Genetic research, including studies involving twins, has revealed that many psychiatric conditions, including having suicidal tendencies, are influenced by genetics.
איך ווייס נישט וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג, אבער איך ווייס יא אז נחום האט שוין פּלענטי אין די עבר אנגעלייגט טויט פעלער אויף זעלבסטמארד און ס'איז געווען שקר וכוזב, אויב איז נחום אייער איינציגסטע פיס זיך אנצוכאפן אויף איז א שאד אפי' צו חושש זיין.
הקטןהיסטאריע
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".
אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?
אפשר נעמט זיך דאס פין לימודי חול
זעה
can-the-risk-for-suicide-be-inheritedResearch has shown that there is a genetic component to suicide
Genetic research, including studies involving twins, has revealed that many psychiatric conditions, including having suicidal tendencies, are influenced by genetics.
מורא'דיג. יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט. אונז גלייבען אין סייענס. און פארדעם וועלען אסאך נישט וועלען דור ישרים, ווייל אלעס ווענדט זיך אין סייענס. איך ווארט נאך אויף דער סייענס אז יעדעס אינדערפרי איז געזונט צו טרונקען א גלעזל משקה און עסן א פין שטיקעל לקח, און אז עסען א סאה טשולענט און קישקע און קוגל דאנערשטאג פרייטאג שבת ברענגט אריכות ימים.
קורקלענדאיך ווייס נישט וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג, אבער איך ווייס יא אז נחום האט שוין פּלענטי אין די עבר אנגעלייגט טויט פעלער אויף זעלבסטמארד און ס'איז געווען שקר וכוזב, אויב איז נחום אייער איינציגסטע פיס זיך אנצוכאפן אויף איז א שאד אפי' צו חושש זיין.
קורקלענד: דא עקא. דאס איז די צרה. אדער פראבלעם. אזא אזא בריה שפילה ונבזה ווי נחום קען ארויסווארפן באשולדיגונגען וואס זענען אזוי ווי רוסישע רולעט. אויב ס'געלונגט איז גוט. און אויב נישט איז אויך גארנישט. קיינער האלט איהם נישט פאראנטווארטליך פאר ארויסווארפן אומבאגרינדעטע באשולדיגונגען אויף א מענטש. און דורכדעם איהם חרוב מאכן און זיין גאנצע משפחה. ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז יענער מענטש איז אומשולדיג, גייט נישט דער מנוול און פארענטפערט זיך. אדער אנטשולדיגט זיך. נאר ער לאכט זיך אויס און גייט ווייטער...!
די מעשה פון וויליאמסבורג קומט בכלל נישט פון נחום, עס איז באוואוסט אויף דו גאס ליידער
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היסטאריעמען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
אין די אלגעמיינע גאס איז אויך אייביג געווען א שטארקע סטיגמע אויף די נושא, עס איז נאטירלעך און עס האט נישט מיט לימודי חול, עס ווערט בעסער ביי זיי ווייל מען ארבעט דערויף, אריינגערעכנט אין חינוך טאקע אויך, און דאס איז זיכער אמת אז חינוך אויף די נושא, פריפערעבלי ביי לימודי קודש, קען אסאך העלפן.
וואס יא, זאגן אז יעדער, אדער רוב מענטשן וואס שטארבן פלוצלינג איז סואסייד, קומט יא פון שטאקיגע קליינקעפיקייט און טפשות, (די מעשה אין וומסב''ג ווארשיינליך אריינגערעכנט).
היכי דמידי מעשה פון וויליאמסבורג קומט בכלל נישט פון נחום, עס איז באוואוסט אויף דו גאס ליידער
די רעדסט דער מעשה וואס איז אפיציעל געשעהן מיט א סקיד וואס איז אראפ געפאלן?
וואס יא, זאגן אז יעדער, אדער רוב מענטשן וואס שטארבן פלוצלינג איז סואסייד, קומט יא פון שטאקיגע קליינקעפיקייט און טפשות, (די מ ➡️ עשה אין וומסב''ג ווארשיינליך אריינגערעכנט
ווער זאגט אזוי
געווען ליידער נאך אזא קעיס די וואך אין די קאמיוניטי.
היכי דמיגעווען ליידער נאך אזא קעיס די וואך אין די קאמיוניטי.
היכי דמי?
בת קול מאנטריאלקיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
דאס איז פראפאגאנדע וואס מען געבט איבער ביי אונז.
"קיינער וואס איז נישט שומר תורה ומצוות איז צופרידן"
"מען גייט נאר א.ט.ד. אויב מען איז אדורך טראומא א.ד.ג."
ס'איז ממש אומפארשטענדליך ווי קלוגע מענטשן בלעבלען סתם נאך.
פארוואס זאל מען ווילן זיין ווי די סביבה?
א מענטש איז נישט געבוירן מיט די טבע צו conformen. ס'איז א learned behavior.
Rebellious is a mental disorder! It comes from pain usually !
סיי ביי אידן און להבדיל גוים , און יא די ליבעראליזם וואס הערשט אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס האט מיט מענטעל דיסארדערס!
סאיז א מציאות, אפילו עס איז דא מיליאנען גוים וואס זענען אויף dope און זענען רעבעליעס.
אקעי, אבער פאר דו ווילסט איך זאל דיך פאלגען ברויכסטו מיר זאגן וועם דו פאלגסט?
אה, דיין נאמען זאגט שוין אלעס. ס'גוט.
moneyminded
Rebellious is a mental disorder! It comes from pain usually !
סיי ביי אידן און להבדיל גוים, און יא די ליבעראליזם וואס הערשט אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס האט מיט מענטעל דיסארדערס!
סאיז א מציאות, אפילו עס איז דא מיליאנען גוים וואס זענען אויף dope און זענען רעבעליעס.
זיי וויסן דאס obedience איז א פיל מער געפערליכע מענטל דיסארדער מיט געפערליכע קאנסעקווענצן.
א פרישע קרבן ה״י.
ר
א איד פון מאנסי. געלייגט אין הר שלום אין מאנסי.
היכי דמיא פרישע קרבן ה״י.
ר
א איד פון מאנסי. געלייגט אין הר שלום אין מאנסי.
וויאזוי?
@דער גאלדענער אדלער שרייבט:
...שטעלטס ענק פאר, פון יעדן אזא איינעם וואס האט זיך גענומען דאס לעבן האט ווען געקענט "חתונה האבן" און "אויפשטעלן דורות" ישרים מבורכים! במלוא מובן המלה, "(דורות פון) זיסע לעכטיגע אידן," "זיסע קינדערלעך" און "אייניקלעך" "גאנצעטע דורות", "אידישע דורות" "עד אין סוף!" און וואלט ווען געקענט ",צוגעבן אזויפיל צו סאסייעטי". שוין די העכסטע צייט מ'זאל טוהן מער דערוועגן און דורך דעם אנשפארן צער און עגמת נפש פאר זיי און זייערע משפחות. געדענקטס זיי האבן אויך געפילן, טאטעס, מאמעס, ברידער און שוועסטערס!
אפשר דארף מען רעדן וועגן די וויקטימס לעבן נישט זייער "דורות", "אייניקלעך" און "סוסייעטי". אפשר רעדן פון די הערליכע לעבן ער וואלט געקענט enjoyen וועט געבן א פתח פאר א ערענסטע דיסקוסיע.
@יוסל ראקאווער; דאס האב איך טאקע געשריבן קודם.
"די מענטשן וואס טוען דאס, זענען בעלי נפש, מענטשן מיט מענטשליכע געברויכן, מיט עמאציאנאלע געברויכן פונקט ווי אלע אנדערע וואס נעמען זיך נישט דאס לעבן. זיי זענען גייסטיש קראנק פונקט ווי די וואס זענען פיזיש קראנק, ווילן און ווארטן אז איינער זאל זיי וואלידירן, מכבד זיין, אנערקענען זייער שווערע ווייטאגן וואס זיי מאכן דורך אויף א טאג טעגליכן פארנעם! פונקט ווי מ'גייט מבקר חולה זיין פיזישע קראנקע און מ'טוט אלעס זיי צו ראטעווען, ברויך מען טוהן אלעס אבער ממש אלעס צו ראטעווען אט די אומשולדיגע זיסע נשמה'לעך. טוהען מיר דען אלעס זיי צו ראטעווען?!?!"
תכלית וואס איז די עצה? עפענען א ארגנעזאציע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די לעבן? שטעלט'ס ענק פאר מוועט זען צעטלעך: ר' איד, א מינוט פאר איר באגייט דעם שוידערליכע אקט קומט אריין צו אונז און אפיס, מיר וועלן דיר אויסהערן, מיר וועלן דיר געבן א אויבן אן, איך מיין קאם אן
כוואליעסתכלית וואס איז די עצה? עפענען א ארגנעזאציע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די לעבן? שטעלט'ס ענק פאר מוועט זען צעטלעך: ר' איד, א מינוט פאר איר באגייט דעם שוידערליכע אקט קומט אריין צו אונז און אפיס, מיר וועלן דיר אויסהערן, מיר וועלן דיר געבן א אויבן אן, איך מיין קאם אן
פונקט אזוי.
סואסייד קומט (לכאורה) ווען א מענטש זעיט זיך אין א צרה אן קיין שום וועג ארויס, ברויך מען אדווערטייזן, ערעב יוד פאר איר טיט א אומצוריקדרייבארע שריט קימט אהער מיר וועלן אייך ווייזן אז ס'דא א וועג ארויס פון דיין פראבלעם, מענטשן באגייען סואסייד צוליב חובות, דעפרעסיע און ענקזייעטי, פון די אלע זאכן איז דא א וועג ארויס מען דארף עס נאר קלאר מאכן פארן נידון.
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מען זאל אנהייבן איינצושפארן פעדאפילן. ביז א קורצע צייט וועלן די ציפערן פון מיסטריעזע טויטפעלער דראסטיש פאלן.
כוואליעסתכלית וואס איז די עצה? עפענען א ארגנעזאציע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די לעבן? שטעלט'ס ענק פאר מוועט זען צעטלעך: ר' איד, א מינוט פאר איר באגייט דעם שוידערליכע אקט קומט אריין צו אונז און אפיס, מיר וועלן דיר אויסהערן, מיר וועלן דיר געבן א אויבן אן, איך מיין קאם אן
סועסייד געשענט נישט פון איין מינוט צום צווייטן.
די סטיגמע איבער מענטל העלט געבט צו צו די איינזאמקייט פאר די וואס ליידן.
ביי די פרויען איז דא אן ארגענעזאציע חזקינו וואס האט כל מיני support פאר די וואס ליידן אויף מענטל העלט פראבלעמען.
עס האט זיך אויך לעצטנס געעפנט א 24 שעה האטליין פון ביקור חולים וואס מען קען רופן סיי ווען. אויך אים שבת.
זייער נומבער איז 718-715-4499.
מען דארף דאס ווי מער פארשפרייטן, עס זאל זיין גרינג ביי די האנט.
עס האט זיך לעצטנס געעפנט א מענער אפטיילונג ביי חזקינו. מען קען זיי שיקן אן אימעיל צו זיין א חלק אויף
mhchizuck@gmail.com.
חזקינו האט אויך חיזוק, עצות, און הדרכה, פאר משפחה פון געליטענע.
אלץ מער prevention וועט האפענטליך אויפטוהן א געוואלד.
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
שמועות איבער א פרישע פאל און וויליאמסבורג היינט רח"ל ה"י.
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
13 y/o
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
געגעטע עלטערן וואס לויט די שמועות האבן זיי זיך געקריגט