☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

282 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15127
בלאט: 1 2 3 4 5 6

פאריעריגע שניי » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:36 pm

· #556537
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
Crazy story the mother and father fight around they didn't let the father come to the bar mitzvah the younger daughter walk in his room and she saw him
he hung himself.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:40 pm

· #556540
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
ווען האט ער בר מצוה געהאט?

אקטיווע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:49 pm

· #556544
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
ס׳איז צייט זיך צו לערנען חתונה האבן..

קליינע צדיק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:52 pm

· #556545
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אוי טאטע
השם ירחם

עמרם » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:08 pm

· #556555
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
😥😥😥
ברוך דיין האמת

מנחם מנדל » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:09 pm

· #556556
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אייוועלט איז שטיל....

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:13 pm

· #556558
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מנחם מנדל #
אייוועלט איז שטיל....
געוואלדיגע עוולה נישט צו רעדן ברבים איבער סואסייד און רעיפ!!
פון וואו זאלן אינגע יונגלעך און מיידלעך וויסן פון וואס זיך צו באהיטן??

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:15 pm

· #556560
אין דורכשניט גיבט עס 132 זעלבסטמארדן פער טאג, אבער דאך שטעכט עס יעדעס מאל מ'הערט א מעשה מיט איינצעלהייטן.

די קעפעלע » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:21 pm

· #556564
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר ברענגסטו די לינק?

מנחם מנדל » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:22 pm

· #556565
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
נישטא קיין שום שמץ פון א רמז איבער די נייעס.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:23 pm

· #556566
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

היום » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:24 pm

· #556568
Re:
ברוך שפינוזה #
אין דורכשניט גיבט עס 132 זעלבסטמארדן פער טאג, אבער דאך שטעכט עס יעדעס מאל מ'הערט א מעשה מיט איינצעלהייטן.
ווי איז דער דורכשניט?
אמעריקא? ניו יארק? וויליאמסבורג?

סבא דבהתא » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:25 pm

· #556569
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אינטערעסאנט זיי האבן אים נאכנישט געמעקט

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:26 pm

· #556570
היום #
ברוך שפינוזה #
אין דורכשניט גיבט עס 132 זעלבסטמארדן פער טאג, אבער דאך שטעכט עס יעדעס מאל מ'הערט א מעשה מיט איינצעלהייטן.
ווי איז דער דורכשניט?
אמעריקא? ניו יארק? וויליאמסבורג?
פאראייניגטע שטאטן

מנחם מנדל » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:40 pm

· #556576
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
סבא דבהתא #
אינטערעסאנט זיי האבן אים נאכנישט געמעקט
געמעקט

חתן בחור » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:46 pm

· #556579
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
וואס איז פשט פון דאבשינער רבי פאוסט און פארוואס האט מען אים געמעקט?

סבא דבהתא » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:48 pm

· #556581
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
חתן בחור #
וואס איז פשט פון דאבשינער רבי פאוסט און פארוואס האט מען אים געמעקט?
ווייל סהייבט זיך יעצט אן א גאנצע שלעגעריי ווער פון די עלטערן איז געווען די אביוזער ממילא זאגט ער וואס ער זאגט

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:50 pm

· #556584
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
וואס זאגט די דאבשינער רבי ?

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:52 pm

· #556586
חתן בחור #
וואס איז פשט פון דאבשינער רבי פאוסט און פארוואס האט מען אים געמעקט?
ער וויל מרמז זיין אז ער האט אינסייד אינפארמאציע, והא ראיה אז ער רעדט נישט.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:54 pm

· #556588
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אפילו א רמז קל פון סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע וועט גורם זיין א חסימה (און האט שוין גורם געווען).
מנהל

צקון לחש » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:55 pm

· #556589
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מילא ער לעבט נישט, איך מיין וואספארא לעבן האט אים בכלל אפגעווארט במחנינו, אבער ווי שרעקליך האט ער נעבעך געליטן אז ער האט דאס געקענט טוהן 😢 😢 😢

חתן בחור » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:57 pm

· #556592
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
סבא דבהתא #
חתן בחור #
וואס איז פשט פון דאבשינער רבי פאוסט און פארוואס האט מען אים געמעקט?
ווייל סהייבט זיך יעצט אן א גאנצע שלעגעריי ווער פון די עלטערן איז געווען די אביוזער ממילא זאגט ער וואס ער זאגט
ער זאגט דאך נישט גארנישט.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:57 pm

· #556593
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
צקון לחש #
וואספארא לעבן האט אים בכלל אפגעווארט במחנינו.
שטארקע דיבורים.

די ארגענעזאציע לב לילד טוט אסאך אויף אין די הינזיכט אבער ס'איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין.

חתן בחור » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:59 pm

· #556594
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
צקון לחש #
מילא ער לעבט נישט, איך מיין וואספארא לעבן האט אים בכלל אפגעווארט במחנינו, אבער ווי שרעקליך האט ער נעבעך געליטן אז ער האט דאס געקענט טוהן 😢 😢 😢
ס׳ווייזט אויף א שרעקליכע פארלוירענקייט. מ׳קען עס נישט באגרייפן.

פאריעריגע שניי » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:59 pm

· #556596
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
חתן בחור #
וואס איז פשט פון דאבשינער רבי פאוסט און פארוואס האט מען אים געמעקט?
וואס די פאוסט?

מנחם מנדל » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:05 pm

· #556599
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

kolal1 » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:06 pm

· #556600
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אפילו א רמז קל פון סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע וועט גורם זיין א חסימה (און האט שוין גורם געווען).
מנהל

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:09 pm

· #556602
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
.

מנחם מנדל » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:11 pm

· #556604
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אפילו א רמז קל פון סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע וועט גורם זיין א חסימה (און האט שוין גורם געווען).
מנהל

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:14 pm

· #556606
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
יונתן שווארץ וואס פירט טאקע לעצטנס א מערכה מיט געגטע עלטערן וואס נוצן די קינדער פאר א שטעקן האט יעצט געפאסט אויף סטאטוס די ווערטער "והמשכיל בעת ההיא ידום..."

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:16 pm

· #556608
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
.

די קעפעלע » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:33 pm

· #556613
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אפילו א רמז קל פון סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע וועט גורם זיין א חסימה (און האט שוין גורם געווען).
מנהל

היכי דמי » פרייטאג מערץ 29, 2024 1:17 am

· #556644
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]

די ווינטער מיין איך. אפשר כסלו.

דאס איז א אומבאשרייבליכע טראגעדיע.

חתן בחור » פרייטאג מערץ 29, 2024 1:18 am

· #556646
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]

יא, און ס׳איז נישט דאס גרינגסטע וועג פון גיין ל״ע, ס׳נעמט אפאר מינוט. 🤯

זאקן » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:01 am

· #556654
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
ליידער פאסירט דאס יעדע שטיק צייט אין נאך אפאר טעג רעדט שוין קיינער נישט פון דעם, אזעלכע מעשות אין טאקע אויף די אופן האט שוין פאסירט אסאך מאל אבער מען טאר נישט רעדן פון דעם.

איך בין מסכים אז מזאל נישט רעדן פון א מעשה וויבאלד די משפחה האט נישט קיין גרויסע כבוד פון עס, אבער פון די טאפיק אין וואס מקען טוהן אז עס זאל נישט געשעהן נאכאמאל איז זיכער אז מדארף רעדן.

אויב די עולם געדעקנט איז געווען אסאך טראגעדיעס מיט עלעקטריק בייקס, מענטשן האבן פארפירט אז די רבנים דארפן עפעס טוהן וועגן דעם, למעשה האבן זיי גארנישט געטוהן ביז איין טאג האט איינער אריינגעקראכט אין איינער פון די רבנים אין וויליאמסבורג וואס איז איינגעשטעלט אין איינע פון די שטערקסטע בתי דינים וואס ר׳ בערל גלייכט ״זייער״ שטארק, פארשטייצך מ׳האט גלייך געהאט א מיטינג וואס מ׳זאל טוהן, און זיי האבן מחליט געווען אז אזוי ווי מ׳האט נאך קרעדיט אין פרינט אט גייט מען גלייך מאכן א גרויסע קול קורא, די נעקסטע טאג האט זיך די שטאט אויף געוועקט מיט ריזיגע צעטלעך אז פון היינט אין ווייטער איז עלעקטער בייקס שטרענג פארבאטן, פארשטייצך יעדער האט עס גלייך ארויס געווארפן אין מ׳האט קוים געקענט וואקן אויף די גאס וועגן איבעראל איז געווען פיל מיט ארויס געווארפענע בייקס,

ווילאנג עפעס גייט נישט געשעהן מיט איינער פון די גרויסע חברה אין וויליאמסבורג גייט מען נישט מעגן רעדן פון עס, אויב עפעס גייט ח״ו געשעהן מיט איינער פון די חברה (אדער מיט זייערע קינדער) גייט מען אויף הענגען קול קורא׳ס אז פון היינט אין ווייטער טאר קיינער נישט זיך נעמען סואסייד אין די הייליגע שטאט וויליאמסבורג, פארשטייצך אז מיט דעם איז די פראבלעם געסאלווד.

צומישט און צוחישט » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 am

· #556656
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איז עס ליידער נארמאל אויך ביי אזא אינגע עידזש?
כ'מיין, וואו קומט צו אזא אינגע בחור'ל אזוינע השגות?

צומישט און צוחישט » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 am

· #556658
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
קודם כל יענע מעשה האט געזאלט האבן פאסירט אין ישיבה שוין דאכט זיך מיר, דא רעדט מען פון א חדר- בר מצווה בחור
און גראדע האב איך געהערט אז ס'דאן געווען א בלויזע רומער די גאנצע זאך.

זאקן » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 am

· #556659
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
יא עס האט שוין פאסירט אין די פעסט אין אזא אינגע עידזש, די השגות קומט פון פעין

געלעכטער » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:10 am

· #556660
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
די מעשה איז געווען אין א ישיבה אין בארא פארק וואס איז שוין היינט פארמאכט.

זאקן » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:18 am

· #556663
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
א רומער איז עס נישט געווען ווייל מיין ברודער האט געלערנט אין יענע ישיבה ווען ס׳איז געווען די מעשה, אמאל ווען די זיידע פון די נפטר האט אליינס געזאגט אז א גוי האט אים געהארגט נאר די פאליס וויל אים נישט ארעסטירן ווייל זיי זענען אנטיסמיטען האט מען אים נאך געגלייבט, היינט גלייב מען שוין נישט, יעדער ווייסט די אמת אין איין מינוט

זאקן » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:21 am

· #556664
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
געלעכטער #
[ציטאט אראפגענומען]
די מעשה איז געווען אין א ישיבה אין בארא פארק וואס איז שוין היינט פארמאכט.
יאפ, ס׳האט זיך פארמאכט אביסל שפעטער

פייג צווייג » פרייטאג מערץ 29, 2024 2:21 am

· #556665
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
עפעס געדענק איך אפאר יאר צוריק איז אויך געווען, א בחור וואס האט זיך געהאנגען ביי שאוער פארהאנג. עפעס אזוי

שלמה המלך » פרייטאג מערץ 29, 2024 3:55 am

· #556673
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איך וויל נישט אטאאקירן דעם מנהל ווייל באלד וועל איך אויך כאפן צוויי פראסקעס.

אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט - ווען מעג מען? ווען טאר מען נישט?

איך בין א גרויסע חסיד פון רחמנות האבן אויף א צווייטן איד און נישט אויספאקן יענעמס שאנדע ברבים, אבער דא האלט מען אין איין רעדן אזעלעכע שמועס'ן

אויף וועם מעג מען? אויף וועם נישט?

איך מיין די הנהלה דארף אוועקשטעלן געהעריגע שטאטוטען - אז נישט קיקט עס עפעס אויס ווי היפיקריטיע....

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 29, 2024 5:11 am

· #556675
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מנחם מנדל #
ער זאגט דאך אזוי גוט
בן-פורת
תכלית. וואו איז די פלאץ צו רעדן איבער תכלית, עצות און געדאנקן אויף למעשה ווי אזוי צו העלפן די משפחות, די קינדער, פון געשען אזעלכע געפערליכע אביוז. צו דארף מען אן אנדער אשכול איבער דעם?

אויפריכטיג » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:27 am

· #556687
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
דרך אגב: געהערט פון א גרויסע עסקן און מחנך וואס טוט אין דער נושא אז די סטאטיסטישע ציפער פון זעלבסמארד (דאר רעכענט אויך אריין שטארבן פון אווערדאוז.) אין די חרדיש’ע געמיינדע אין אמעריקא שטייט ביי די אומגלויבליכע צאל פון 40/50 א יאר.. אני כשלעצמי קען נישט גלייבן אז די מגיפה איז אזוי גרויס.. אבער כך שמעתי ממקורות נאמנים. רח’’ל

אבי דער עיקר איז אז דזעל פאות מיט א הארטע שיינע קאפל רייצט אן אנשי דלא מעלי...

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:31 am

· #556688
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
א שוידער! :אומגלויבליך:

היום » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:40 am

· #556690
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
זאקן #
יא עס האט שוין פאסירט אין די פעסט אין אזא אינגע עידזש, די השגות קומט פון פעין

צו זיין אביסל מער ספעסיפיק,
די החלטה קומט פון די ווייטאגפולער הכרה פונם קינד/ בחור אז ער איז איבעריג אויף דער וועלט, און כל זמן וואס ער איז דא איז ער גורם פראבלעמען, און ווען ער וועט נישט זיין דא וועט די וועלט זיין בעסער…

עס הייבט זיך אן פון אויסטייטשן - אין זיין מוח - מיט אזא הסבר, די זאכן וואס געשעהן ארום עהם אדער מיט עהם, ביז עס קריכט אריין טיפער און טיפער און קומט אן לידי מעשה… ל״ע.

פראביר צו זיך קאנעקטען א רגע מיט די הרגשה, פון אזא איינער וואס גייט עס ליידער טיען, און דרייט זיך ארום משוכנע אז ער האט שוין נישט קיין בעסערע תועלת דא, און די וועלט וועט שוין אט אט זיין א בעסערע אהן עהם…
ס׳רייסט שטיקער…

יעצט, זעה די וויכטיקייט פון א גוט ווארט און שמייכל פאר מענטשען ארום דיר, נישט נאר יונגע, קען זיין אמאל אזעלעכע וואס זעהן אויס ווי פעסטע טאטעס, אדער אפילו עלטערע…
די קענסט נישט וויסן מיט וועלעכע אוםזיכערע מחשבות זיי האב אין זייער קאפ אויף זיך אליין…
מאך זיי פילן אז זיי האבן א וויכטיגע פלאץ אויף דער וועלט, און אדרבה מיר דארף דיר דא האבן, ווייל די געבסט אונז צו, די העלפסט אונז דא ארויס, מיט דיר איז אונז בע
סער…


ויה״ר שלא ישמע עוד…

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:47 am

· #556691
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אויפריכטיג #
דרך אגב: געהערט פון א גרויסע עסקן און מחנך וואס טוט אין דער נושא אז די סטאטיסטישע ציפער פון זעלבסמארד אין די חרדיש’ע געמיינדע אין אמעריקא שטייט ביי די אומגלויבליכע צאל פון 40/50 א יאר.. אני כשלעצמי קען נישט גלייבן אז די מגיפה איז אזוי גרויס.. אבער כך שמעתי ממקורות נאמנים. רח’’ל

אבי דער עיקר איז אז דזעל פאות מיט א הארטע שיינע קאפל רייצט אן אנשי דלא מעלי...
פופציג קרבנות א יאר הערט זיך אביסל גוזמא׳דיג, ד.מ. איין סואסייד פער וואך.
אבער ס׳איז זיכער מען פון וויפיל די גאס רעדט.
ס׳כאפט א פחד, פאר 8 יאר צוריק איז געוועהן אין מאנסי א 14 יעריגע בחור די זעלבע זאך, אוי באשעפער.

בא גד » פרייטאג מערץ 29, 2024 10:00 am

· #556694
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
שלמה המלך #
איך וויל נישט אטאאקירן דעם מנהל ווייל באלד וועל איך אויך כאפן צוויי פראסקעס.

אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט - ווען מעג מען? ווען טאר מען נישט?

איך בין א גרויסע חסיד פון רחמנות האבן אויף א צווייטן איד און נישט אויספאקן יענעמס שאנדע ברבים, אבער דא האלט מען אין איין רעדן אזעלעכע שמועס'ן

אויף וועם מעג מען? אויף וועם נישט?

איך מיין די הנהלה דארף אוועקשטעלן געהעריגע שטאטוטען - אז נישט קיקט עס עפעס אויס ווי היפיקריטיע....
עכטע פראבלעמען, עכטע רשעות טאר מען נישט רעדן און אויסשרייען כדי מען זאל זיך לערנען וואס נישט צו טון

אבער בארעדן יחידים וועגן געלט סיכסוכים דאס מעג מען אפילו שקרים וכזבים
יא
היפעקריטיע
אבער סאיז די זעלבע יסוד
עס הערשט אין אונזער מחנה א פרייע האנט ווען סקומט צו רשעות און אכזריות
איינער פרעסט אויף דעם צווייטן מיט קאלטבלוטיגקייט
אבער אך און וויי ווען מען רעדט פון דעם אפן

און ווער איז דער עכטער פארדינער?
בתי דינים פון גיטין בתי דינים פון דיני ממונות זיי שטופן דעם באן פון רשעות
ווייל אזוי מאכן זיי שווערע געלטער

אבער מען טאר נישט רעדן
נאר בארעדן מעג מען
אבער רעדן נישט
כסדום וכעלעם היינו

האניג » פרייטאג מערץ 29, 2024 10:33 am

· #556696
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איך שפאציר אריין אין צומער, און דאס אטעם שטעלט זיך מיר אפ. דאס הארץ קלאפט העפטיג, און איך פרוביר צו טרעפן א שנעלע לעזונג, בעפאר די אומשולדיג מיידלע וועט אריינקומען און זען דאס שוידערליך בילד ווי איר ברודער איז נעבעך אזוי טראגיש פארשניטן געווארן. א בילד וואס וועט איר באגלייטן א גאנץ לעבן.

מיט כח כאפ איך אן דעם זייגער אויפ'ן וואנט, און איך הייב עס אן צוריקצודרייען. איך שלעפ דעם הענטל מיט מיין גאנצע ענערגיע און אט באווייז איך צוריקצוריקן דעם זייגער מיט א טייערע 15 מינוט.

איך זע ווי א יונג בחור'ל זיצט אויפ'ן בעט, און זיינע אויגן זענען פארלאשן. עס קוקט נישט אויס ווי איך האב זיין לעבן צוריקגעברענגט. ער איז אנידערגעשלאגן און צוקלאפט אויף שטיקלעך. ער שפירט ווי דאס לעבן איז קיין לעבן נישט. ער אטעמט טאקע, אבער פארוואס? ער שפירט ווי ער איז גארנישט ווערד, און קיינער האט אים נישט ליב. ער מאכט נישט אויס פאר קיינעם, ער איז אן איבריג שטיקל בשר, וואס ליידט און ליידט אן קיין אפשטעל.

מיין הארץ איז אפען און איך לויף צו אים צו. איך דערצייל אים ווי גוט ער איז, און ווי שטארק איך האב ליב צו רעדן מיט אים. איך זאג אז ער קוקט אויס ווי א קלוג בחור וואס פארשטייט אן עסק, איך ווייז אים אינטערעסע און איך מאך אים שפירן נוצפול.

איך נעם אים ארום און איך שריי כמעט: מוישי! (נאמען רענדאמלי געשאסן) ס'גייט מיר אן וועגן דיר! מוישי! ס'איז דא טויזענטער אידן וואס קעירן זייער שטארק וועגן דיין וואוילזיין! דו ביסט א מענטש ווי אונז אלע, און מיר ווילן דיין גוטס!
מוישי מוישי! דו גייסט נאך האבן א גוט לעבן, איך זאג דיר צו אז ס'איז דא ליכטיגקייט ביי די ענדע פונעם טונעל! נישט איבעראל איז פינסטער און נישט אויף אייביג וועלן די ליידן אנגיין.

דו ווייסט מוישי? איך וויל דיר עפעס זאגן. ס'איז ליידער דא טויזענטער אומשולדיגע קינדערלעך וואס לעבן נעבעך אין אזעלכע אומשטענדן. ווען איך בין זעלבסט געווען א קינד, בין איך אויפגעוואקסן מיט א מאנסטער אינדערהיים. אוי איז געווען ביטערע יארן. אבער פון די מינוט וואס מיין ברודער האט זיך געעפענט פאר מיר, און איך פאר אים, האט זיך אלעס געטוישט. מיר האבן דאן באגריפן אז די פראבלעם איז נישט ביי אונז!

מוישי! דו ביסט א נערמאלע געזונטע בחור וואס פעלט דיר ברוך השם גארנישט! דו ביסט נישט שולדיג אין דיין מצב, ס'איז נישט דיין פראבלעם! ס'איז א מגיפה! פילע קינדערליך אין וויליאמסבורג און אין אלע געגענטער גייען נעבעך שלאפן מיט טרערעלעך און ווייסן נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די פלוס פון אומבאקאטע געפילן.
היינט ווייסט מען אבער מער, און ס'זענען דא גוטע אידן וואס קענען גענצליך טוישן דיין מצב פון טינקל צו לעכטיג.

קום מוישי, איך וועל דיר ברענגען צו א מומחה, א קלוגע איד וואס פארשטייט דיר. דו וועסט קענען רעדן צו אים, און דערציילן אלעס וואס דרוקט דיר.

מוישי! מוישי! טו עס נישט!!! ס'וועט נאך זיין גוט, איך בעט דיר! פליז!!! מוישי!!!!!!

---

מוישי, רייס איין דארט אויבן אין הימל, אז די שרעקליכע גזירה זאל שוין קומען צו א סוף.

[געשריבן רוי, פון הארץ ארויס, איך קען מיך נישט צוזאמקלויבן, איך האף אז די ווערטער שטימען. איך קען נישט דעם בחור און איך ווייס נישט ווער די משפחה איז. אבער ס'רייסט ביים הארץ. ס'איז ביטער ווי א גאל, מער פון דעם קען איך יעצט נישט טראכטן]
בלאט: 1 2 3 4 5 6