☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

282 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15127
בלאט: 1 2 3 4 5 6

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:42 am

· #557075
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מען דארף געדענקען אז קאוראולעישען איז נישט קאוזעישען.
דאס אז צוויי מעשיות געשעהן איין נאך די אנדערע מיינט נאך נישט אז איינס האט גורם געוועהן די אנדערע.
און ס׳קען זיין נאך סיבות פארוואס דאס איז געשעהן.

נאך א נקודה, אין א פאל וואס דער מאבד עצמו לדעת שטארבט נישט גלייך, ווי למשל הענגן וואס ס׳נעמט בערך פיר מינוט ביזן פארלירן קאנשעס, נעמט מען אן אז ער האט חרטה געהאט און דערפאר האט ער נישט קיין דין פון א מאבד.

די וואס האבן געשריבען אז די רבנים זענען היפעקריטען ווייל דא ווערן זיי ״נייס גייז״ און מען קען נישט פארשעמען א משפחה בשעת׳ן באשמוצען ר׳ שמואל ניימאן, מרת. בולגרייא וכו׳ האבן נאך אלץ א גוטע פוינט, ווייל אונזערע סיסטעם רבנים זענען שוין אויפגעקומען מיט א היתר וואס בכל מקרה וועט מען דילן מיט א מאבד ווי א געהעריגע מת, ושמו כבוד המשפחה, ביי ארויסווארפן א קינד פון די מוסד איז נישטא קיין כבוד המשפחה, פשוטו של מקרא, סמארטפאון טעראר, זכו וכו איז כבוד המשפחה נישט נוגע, נאר ביי א מאבד וואס איז קלאר אקעיגן א שולחן ערוך דא באדערט זיי כבוד המשפחה…

און ניין איך האב נישט קיין שום אינטערעס צי פארשעמען די משפחה פון א מאבד, איך וויל נאר ארויסברענגען די היפאקרעסי.

סקעפטיקער » מאנטאג אפריל 1, 2024 1:28 pm

· #557100
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
לאכעדיג #
מען איז קיינעם נישט דן דא, אבער דאס אז די טאטע האט נישט געקענט זעהן זיין קינד איז געווען א עוולה גדולה, און די פרייז וואס מען האט באצאלט דערפאר איז זייער ווייטאגליך.

א טאטע בלייבט א טאטע "אלעמאל"!

נישט קיין חילוק ווער ס'איז גערעכט, מאכט נישט אויס.
מען קען נישט און מען טאר נישט נוצן קינדער פאר א שטעקן.

האפענטליך וועט די שוידערליכע מעשה ברענגען שטארקע אויפוואכונג איבער די ברענעדיגע נושא ביים היימישן ציבור מיט גוטע און געוואונטשענע רעזולטאטן.

איך האב אלס געמיינט אז דו ביסט דוגל אין די שיטה פון צוויי זייטן?

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2024 1:58 pm

· #557111
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אוהב ספרים #
ווי פונקטליך האט זיך דער בחור געהאנגען אין זיין שלאף צימער? אויף די טשילאר? די קלאזעט טיר? א הענגער? אין ביה"כ אויף א שאוער ראד? ווי פינקטליך?

אויף זיין ספרים שאפע. בארוהיגט דיין נייגעריגקייט יעצט? :אומגלויבליך:

אוהב ספרים » מאנטאג אפריל 1, 2024 2:24 pm

· #557113
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
ur missing the point, continue to gossip!

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2024 2:41 pm

· #557115
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איך מיסס שוין גארנישט. איך בין נאר מהדק דיין פוינט. חבל..

משה זעקעל » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:02 pm

· #557120
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
חקרן #
איך האב דאס נישט געזאגט.

איך האב געזאגט אז, "יעדע מטבע האט צוויי זייטן".

דאס אז דו הערסט נישט יעצט די אנדערע זייט, מיינט נישט אז עס איז נישטא קיין צווייטע זייט. ס'מיינט בסך-הכל, אז זיי פארשטייען אז יעצט איז נישט די צייט צו וואשן די שמוציגע וועש אינדרויסן.

דעטס איט!
די פראגע איז פארוואס די מאמע האט אפגעמאכט אז די קינד געהער צו איר מער ווי צו די טאטע

משה זעקעל » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:03 pm

· #557121
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
נישט דא קיין סיבה אין דער וועלט עס צו בארעכטיגען

אוהב ספרים » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:14 pm

· #557124
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אפילו די נושא פון וויזיטעישען קען האבן 2 צדדים, פארדעם איז דא אזא זאך ווי סופערווייזד וויזיטעישען, אבער קיין שום וויזיטיעשען האט לכאורה נישט קיין שום רעכט. אבער נישט אייביג מוז דאס זיין וועגען סתם רשעות פון די צווייטע צד.

לדוגמא, איין צד האלט זיך נישט צו די ענין פון צאלען וואס מען האט אפגעשמועסט, ניצט דאס די צווייטע צד ווי א שטעקן [נישט אז דאס איז ריכטיג לגבי דעם קינד, אבער עס הערט זיך מער].
ב. איין צד האט צוטוען מיט די נערווען, ממש א משוגענער, און מען וויל נישט דאס קינד זאל דאס זעהן, וכנ"ל.

עכ"פ יעדע מעשה האט יענער געזאגט האט 3 זייטען, זיינ'ס, איהר, און די אמת.

[דיסקלעימער: אלעס איז גערעדט באופן כללי, אהן וויסען די אמת'ע פרטים לגבי די ספעציפישע מעשה, וואס ציהט זיך שוין א שיינע פאר יאר].

אפטימיסטיש » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:41 pm

· #557126
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
משה זעקעל #
[ציטאט אראפגענומען]

לאכעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:49 pm

· #557132
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
סקעפטיקער #
איך האב אלס געמיינט אז דו ביסט דוגל אין די שיטה פון צוויי זייטן?
ריכטיג. און ווי איך האב שוין עטליכע מאהל ארויסגעברענגט דא אויף ק"ש אז ווען א פריוואטע מחלוקה צווישן יחידים רינט ארויס צו די גאס נעמט זיך די אלגעמיינע עולם אן פאר די זייט וואס מאכט א בעסערע פראפאגאנדע אויף סאשעל מידיע און איז אפילו נישט אינטערעסירט צו הערן נאך א זייט.

און ביי די מעשה איז די זעלבע, רובם ככולם האבן דא נישט געהערט ביידע צדדים, ואני הקטן בכלל.

דא קומט די אבער. א קינד וואס וויל זעהן זיין טאטע טאר מען עס נישט צוריקהאלטן פון אים, און וויבאלד דא האט איין צד דאס געטאן און צוריקגעהאלטן א קינד פון א טאטע געב איך גערעכט פאר די אנדערע צד צו זיין אנגעווייטאגט אויף די עוולה גדולה.

וואס די עצם מחלוקה איז געווען און ווער ס'איז גערעכט ווייס איך נישט.

אבער יא, א יעדע מחלוקה האט צוויי זייטן!

קורקלענד » מאנטאג אפריל 1, 2024 4:15 pm

· #557138
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
יעדע מחלוקה האט צוויי זייטן און צומאל זענען ביידע נישט גערעכט. אין די פאל ליגט א התחייבות פון די צד וואס די גאס ווייסט נישט צו זיין אזוי גוט און זיך לאזן הערן. זינט ס'איז א סטארי וואס אפעקטירט אונז אלע. און דאס אז יענע צד לאזט זיך נישט הערן לייגט א גרויסע קוועסשן מארק אויף די גאנצע זאך.

די שאלה איז אויך וואס קען געטוהן ווערן אז ס'זאל בעסער ווערן. חוץ פון שומפן און שעלטן און בלעימען. וואס פראדוקטיוו פעלט אויס צו זעהן א פארבעסערונג אין אונזער געזעלשאפט?

צקון לחש » מאנטאג אפריל 1, 2024 5:46 pm

· #557153
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
טאמבל סאס #
איך בין נאר מהדק די חבל..
😈

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 7:27 pm

· #557161
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אוהב ספרים #
אפילו די נושא פון וויזיטעישען קען האבן 2 צדדים, פארדעם איז דא אזא זאך ווי סופערווייזד וויזיטעישען, אבער קיין שום וויזיטיעשען האט לכאורה נישט קיין שום רעכט. אבער נישט אייביג מוז דאס זיין וועגען סתם רשעות פון די צווייטע צד.

לדוגמא, איין צד האלט זיך נישט צו די ענין פון צאלען וואס מען האט אפגעשמועסט, ניצט דאס די צווייטע צד ווי א שטעקן [נישט אז דאס איז ריכטיג לגבי דעם קינד, אבער עס הערט זיך מער].
ב. איין צד האט צוטוען מיט די נערווען, ממש א משוגענער, און מען וויל נישט דאס קינד זאל דאס זעהן, וכנ"ל.

עכ"פ יעדע מעשה האט יענער געזאגט האט 3 זייטען, זיינ'ס, איהר, און די אמת.

[דיסקלעימער: אלעס איז גערעדט באופן כללי, אהן וויסען די אמת'ע פרטים לגבי די ספעציפישע מעשה, וואס ציהט זיך שוין א שיינע פאר יאר].
ווייל דער טאטע איז א משוגענער טאר ער נישט האבן סופערווייזד וויזיטעישען?

עניוועי, בנידן דידן ווייס איך אז די טאטע האט נישט געצאלט קיין טשיילד סאפפארט, איז דאס א תירוץ נישט צי געבן וויזיטעישען? כ׳מיין אז נישט.
אבער מיין פוינט איז אז דא איז יא דא צוויי צדדים.
פונקט ווי ביי 99% פון מעכבי גיטין איז דא צוויי צדדים.
מען הערט כמעט נישט אז א מאן זאגט איך געב נישט קיין גט זאל דיין האר ווייס ווערן, אלעמאל (כמעט) שלאגט מען זיך אויף קאסטעדי, וויזיטעישען אדער געלט, איעדע מחלוקת האט צוויי צדדים.
ס׳עקלט מיר ווי דער בעל מחלוקת יונתן שווארץ שרייט אז ס׳נישטא קיין צוויי צדדים, אינטערעסאנט אז פאר יונתן׳ען איז קיינמאל בייגעפאלן אז אין זיינע מחלוקת׳ער איז נישטא קיין צוויי צדדים.

היום » מאנטאג אפריל 1, 2024 8:24 pm

· #557181
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
"ס'עקלט דיר!!!"
"בעל מחלוקת???"

אזוי צו באשמיצן? פארוואס?
דו האלסט אנדערש? אפשר זאגסטו וואס דו האלטסט?
ס"ה שרייבסטו און שרייבסטו, איין מאל און נאכאמאל, אז ס'מוז זיין צוויי צדדים, יא? אזוי?
איך בין שוין אפשר גרייט צו גלייבן אז ס'קען זיין, אבער וואס? זאג עפעס?

און וואס עקעלט דיר יונתן? מיינסט ער ווייסט נישט אז ס'איז דא וואס האלטן אנדערש? זיכער! ער זאגט עס אליין...
אבער די וואס האלטן יא פון אפשיידן קינדער פון זייער עלטערן, פאר סיי וועלכע סיבה טובה, זענען גורם גאר שווערע תוצאות פאר די אלע קינדער, וואס וועגן זייער איגא קענען זיי נישט אדער ווילן זיי נישט טראכטן פון דעם.

דו האלסט אנדערש?
אז וואס?
מען דארף יא אפטיילן?
ס'איז נישט גורם לאנג טערם דעמעדזש?
פאר געוויסע סיבות קען מען יא?

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 1, 2024 8:27 pm

· #557184
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
קורקלענד #
יעדע מחלוקה האט צוויי זייטן און צומאל זענען ביידע נישט גערעכט. אין די פאל ליגט א התחייבות פון די צד וואס די גאס ווייסט נישט צו זיין אזוי גוט און זיך לאזן הערן. זינט ס'איז א סטארי וואס אפעקטירט אונז אלע. און דאס אז יענע צד לאזט זיך נישט הערן לייגט א גרויסע קוועסשן מארק אויף די גאנצע זאך.

די שאלה איז אויך וואס קען געטוהן ווערן אז ס'זאל בעסער ווערן. חוץ פון שומפן און שעלטן און בלעימען. וואס פראדוקטיוו פעלט אויס צו זעהן א פארבעסערונג אין אונזער געזעלשאפט?
מרגלא בפומיה דמורינו הרה"ק מיארמע שליט"א: ביי יעדע שלום-בית קעיס זענען ביידע שולדיג!

סיי דאס ווייב און סיי די שוויגער....

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:06 pm

· #557208
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
Wow wow
דער עולם איז שווער געטריגערט געווארען.
יא ס׳דא צוויי צדדים ביי 99% מחלוקות, און איך זאג נישט אז ס׳געבט רעכט אוועק צינעמען וויזיטעישען.

און לגבי יונתן, ער רעדט ווי דער ליבעראל וואס זאגט קענט ווי אלל ג׳אסט ליוו אין פיעס?, ניין ברידער דא איז דער עולם המעשה. אידיאלאגיע און תיקון עולם איז נישט נוגע ווייל מיר לעבן אויסדריקלעך נישט אין א פערפעקט וועלט.

יא, דאס קינד איז א קעזשועלטי נעבעך, און עס איז נאך אלץ דא צוויי צדדים אין די מחלוקת.
יא ס׳עקלט ווי ער טאנצט די ליבעראלע מה יפית.

היום » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:15 pm

· #557210
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
וואס איז ליבעראל צו זאגן אז מען דארף ארויסלאזן די קינדער פון עלטערנ'ס נקמה פייטס?

הייסט עס אז ע"פ תורה אדער להבדיל די קאנסערוועטיוו וועג איז צו דוקא יא נוצן די קינדער אלץ א שטעקן אין א פייט צווישן זייערע עלטערן אדער צווישן "עסקנים"?

איז עס ליבעראל צו אויסלערנען דער עולם צו פיייטן ווי מענטשן?
צו האבן גבולות ווען א קאפל פארשטייט זיך נישט צווישן זיך?

ע"פ תורה מעג מען יא אלעס נוצן אין א פייט צווישן מאן און ווייב?

פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט דא...

לאכעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:19 pm

· #557211
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
קהל'ס נער #
יא ס׳דא צוויי צדדים ביי 99% מחלוקות.
די שרייבסט אז ביי 99% מחלוקת איז דא צוויי צדדים.

דו האלטסט באמת אז ס'איז דא 1% מחלוקת וואס ס'איז נאר דא איין צד? אויב יא, פון וועלעכע 1% רעדסטו?

אדער האסטו פשוט נישט געקענט מודה זיין אויף 100% אז ס'איז אייביג דא צוויי צדדים...

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:31 pm

· #557213
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היום #
וואס איז ליבעראל צו זאגן אז מען דארף ארויסלאזן די קינדער פון עלטערנ'ס נקמה פייטס?

הייסט עס אז ע"פ תורה אדער להבדיל די קאנסערוועטיוו וועג איז צו דוקא יא נוצן די קינדער אלץ א שטעקן אין א פייט צווישן זייערע עלטערן אדער צווישן "עסקנים"?

איז עס ליבעראל צו אויסלערנען דער עולם צו פיייטן ווי מענטשן?
צו האבן גבולות ווען א קאפל פארשטייט זיך נישט צווישן זיך?

ע"פ תורה מעג מען יא אלעס נוצן אין א פייט צווישן מאן און ווייב?

פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט דא...
יא, דער וואס האט נישט געגעבען קיין וויזיטעישען האט א צד ווייל זי האט נישט באקומען קיין טשיילד סופפארט.
זאל מען ניצן קינדער אלץ שטעקן? ניין! אבער דער טאטע וואס געט נישט קיין טשיילד סופפארט איז פונקט אזוי שילדיג אין דעים וואס ער האט נישט קיין וויזיטעישען און אין די אלע השלכות.

יא די ליבעראלע קרומע וועג איז צו הייסן דער מאמע געבן וויזיטעישען בשעת זי באקומט נישט טשיילד סופפארט.

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 1, 2024 11:32 pm

· #557214
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
לאכעדיג #
קהל'ס נער #
יא ס׳דא צוויי צדדים ביי 99% מחלוקות.
די שרייבסט אז ביי 99% מחלוקת איז דא צוויי צדדים.

דו האלטסט באמת אז ס'איז דא 1% מחלוקת וואס ס'איז נאר דא איין צד? אויב יא, פון וועלעכע 1% רעדסטו?

אדער האסטו פשוט נישט געקענט מודה זיין אויף 100% אז ס'איז אייביג דא צוויי צדדים...
איך זאג 99 ווייל די גייסט מיר זאגן אז ביי דיין עלטער באבעס פעטער איז יא געוועהן איין צד און פארשטייט זיך איך קען נישט יעדע מעשה אויפן וועלט און איך קען דיר נישט אפפרעגן.

היום » דינסטאג אפריל 2, 2024 2:43 am

· #557234
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
קהל'ס נער #
היום #
וואס איז ליבעראל צו זאגן אז מען דארף ארויסלאזן די קינדער פון עלטערנ'ס נקמה פייטס?

הייסט עס אז ע"פ תורה אדער להבדיל די קאנסערוועטיוו וועג איז צו דוקא יא נוצן די קינדער אלץ א שטעקן אין א פייט צווישן זייערע עלטערן אדער צווישן "עסקנים"?

איז עס ליבעראל צו אויסלערנען דער עולם צו פיייטן ווי מענטשן?
צו האבן גבולות ווען א קאפל פארשטייט זיך נישט צווישן זיך?

ע"פ תורה מעג מען יא אלעס נוצן אין א פייט צווישן מאן און ווייב?

פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט דא...
יא, דער וואס האט נישט געגעבען קיין וויזיטעישען האט א צד ווייל זי האט נישט באקומען קיין טשיילד סופפארט.
זאל מען ניצן קינדער אלץ שטעקן? ניין! אבער דער טאטע וואס געט נישט קיין טשיילד סופפארט איז פונקט אזוי שילדיג אין דעים וואס ער האט נישט קיין וויזיטעישען און אין די אלע השלכות.

יא די ליבעראלע קרומע וועג איז צו הייסן דער מאמע געבן וויזיטעישען בשעת זי באקומט נישט טשיילד סופפארט.
אזוי?
און אפשר אויב דער טאטע צאלט נישט סופפארט זאל דער מאמע אדער גאר ״עסקנים״ נעמען א גראבן שטעקן און אנפראקן די קינדער?
אפשר זאל זי לכבוד דעם נישט לאזן די קינדער שלאפן אויף זייער בעטן נאר אויף די ערד, פאר אפאר נעכט?

דאס פארשטייסטו אז עס האט נישט קיין שייכות, און פארוואס שלאגן אדער שעדיגן די קינדער דא? יא?

איז אזוי קענסטו קומען צום שכל אז די קינדער׳ס קשר מיט זייער עכטע טאטע און זייער עכטע מאמע, איז גאר וויכטיג פאר זייער וואולזיין, און פאר זייער ״לעבען״ סופארט.
און אויב איינער פון די עלטערן דרייט אן דיירעקט אדער בעקיפון צו אפטיילן די קינדער פון די אנדערע טאטע/מאמע איז מזיק די קינדער בידיים.
יא די זעלבע קינד וואס ער/זי שרייט אז זיי ווילן עהם נאר פראטעקטן, ווערן שווער געשעדיקט דורך זיי אליינס!

ב.ד.וו.
דאס אז א קינד דארף א פרעזענדליכן שטארקער קשר מיט ביידע פון זיינע עלטערן, איז בכלל נישט נאר פאר ילדי גרושים, דיינע קינדער ביי דיר אינדערהיים דארפן עס פונקט אזוי האבן צו זייער געזונטער אויפברענגונג…
(די חילוק איז נאר, אז בני גירושים זענען פשוט מער סענסיטיוו בד״כ, ממילא קען עס מער און שטערקער עפעקטירן ווען עס פעלט).

היום » דינסטאג אפריל 2, 2024 2:57 am

· #557235
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איי וועסטו שרייען יענער מוז דאך באצאלן?
וויאזוי וועט זי בייקומען איר געלט?

פרעג איך דיר, אמת׳דיג, אויב למשל, דיין חבר משה איז דיר שילדיג געלט, לאמיר אפילו זאגן 20-30 אלפים, און ער באצאלט נישט, דרייט זיך ארויס, מאכט זיך נישט וויסענדיג, וכו׳.
וואלסטו אמאל געטראכט פון גיין אוועקכאפן זיינע קליינע קינדער פון עהם? נעמען צו א פלאץ וואס ער קען זיי נישט טרעפן? זעהן?
אדער אפשר נאר אינטערדרייען און זיי פארציילן שרעקעדיגע מעשיות אדער זיי אנסטראשענען אז זיינע קליינע זאלן נישט וועלן רעדן צו עהם? מורה האבן פון עהם? אליינס אנטלויפן פון עהם?

נו? וואס זאגסטו? א גראדער מהלך צו צוריק זעהן דיין געלט?

איך הער נישט?
עפעס ביסטו נישט אזוי מסכים מיט אזא מהלך!
ס׳גייט דיר עפעס נישט אזוי אריין אין קאפ!…
ווייל עס איז אכזריות! יא?
ווייל עס הארגעט אפ די קינדער! יא?
ווייל וואס האבן זיי געזונדיקט דא! יא?
יא!…

איי… אבער… געלט…

איז וואס איז דא אנדערש? ווייל?…
אויב עפעס איז עס נאר נאך ערגער דא, ווייל מילא ווען א פרעמדער קומט מיך שעדיגן, נו, איז ער א שלעכטער…
אבער דא איז עס דאך מיין טאטע/מאמע וואס וואלט געדארפט זיין דא פאר מיין טובה וועגן און זי/ער מאכט מיר אזוי שלעכט?…

והבן!

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 2, 2024 5:43 am

· #557242
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
קענען מיר אלע מסכים זיין אז עס נישטא קיין בארעכטיגונג אין דער וועלט אפצוהאלטן א קינד פון זען זיינע עלטערן? (חוץ אויב ער /זי איז ממש מסוכן)
אויף דעם אקט איז נישט דא קיין צוויי צדדים. קיין שום קאנטעקסט און פרישע דעטאלן וועלן נישט בארעכטיגן אזא אכזריות'דיגע זאך. צו אנאליזירן די פריוואטע מחלוקת צווישן די טאטע און מאמע קען מען עפענען א ספעציעלע אשכול

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 2, 2024 7:00 am

· #557243
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
די נקודה איז, אז נישט אייביג איז נישט לאזען זעהן די קינדער בשורש סתם הארצלאזע רשעות, אמאל איז דא אמת'דיגע סיבה [קען זיין עס מאכט נאך נישט די אקט ריכטיג, אבער לכה"פ איז דא עפעס פארשטענדליך, נאך א צד, נישט סתם רשעות].

אבער נישט צו צאלען דמי מזונות, געווענליך קומט פון הוילע רשעות.

[איך קען איינעם וואס וויל נישט געבען קיין גט כמעט 10 יאר, ווייל אויב איך קען איר נישט האבן זאל קיינער נישט קענען. און ער צאלט אויכעט נישט קיין דמי מזונות, זאלען זיינע קינדער אויסגיין פאר הונגער, ער קימערט זיך גאר ווייניג, אבער זי איז די רשענטע]

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 2, 2024 8:59 am

· #557249
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
סאו די אקט איז נישט ריכטיג.ס'איז אן אכזריות'דיגע אקט. וואס פאר א געפילן שטופט יענעם דאס צו טון איז נישט רעלעווענט צו ס'איז רשעות אדער נקמה אדער זעלבסט בארעכטיגונג וכו'

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 2, 2024 9:34 am

· #557251
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אוהב ספרים #
נישט צו צאלן דמי מזונות, געווענליך קומט פון הוילע רשעות.

אדער פון נישט האבן גענוג געלט.

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 2, 2024 9:35 am

· #557252
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
שמעקעדיג #
אוהב ספרים #
נישט צו צאלן דמי מזונות, געווענליך קומט פון הוילע רשעות.

אדער פון נישט האבן גענוג געלט.
דעמאלטס באצאלט מען א חלק, נישט באצאלען גארנישט פאר עטליכע יאר ווייזט אויף עפעס אנדערש

צפת » דינסטאג אפריל 2, 2024 10:05 am

· #557253
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
דא איז די שאלת המיליון:

מעג מען אפהאלטן א גט, צוליב דעם וואס די מאמע וויל נישט לאזן די קינדער זען די טאטע?

צד א': א טאטע דארף טון וואס ער קען נאר, אז זיינע קינדער זאלן קענען זען, סיי די טאטע און סיי די מאמע. אויב קען מען איר סטראשען דורך א גט, אז זי וועט נישט באקומען קיין גט ביז זי איז מסכים דערצו, אויב איז דאס די איינציגסטע וועג, זאל מען דאס טון. די קינדער מוזן זען די טאטע.

צד ב': א גט טאר מען בשום-אופן נישט אפהאלטן. דאס איז אכזריות'דיג. אויב זי לאזט נישט די טאטע זען די קינדער, טא בעעד, קודם גיב א גט און נאכדעם פראביר צו טון וואס דו קענסט נאר אין די וועלט, אז דו זאלסט קענען זען די קינדער. סטראשע נישט מיט אזא האקעלע זאך ווי א גט.

וואס זאגט איר?

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 2, 2024 10:25 am

· #557256
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
די שאלה איז אייביג ווי ערווענט פריער וואס קומט קודם, און בדרך כלל וועט יעדער צד זאגען ווי ער האלט

צד הבעל, איך געב שוין א גט אבער לאז זעהן די קינדער. איך באצאהל שוין וכו'.
צד האשה, איך לאז זעהן די קינדער אבער געב א גט, אדער באצאהל דמי מזונות.

די מציאות ווייזט, אז רוב פעמים איז דער בעל קודם מעכב די גט, אדער די דמי מזונות [פארשטייטס פשוט אז לפעמים יכול להיות להיפוך].

איש מרדכי » דינסטאג אפריל 2, 2024 10:45 am

· #557260
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
[ציטאט אראפגענומען]
100%, איך האב א קרוב א פרוי וואס איז שוין אן עגונה פאר 10 יאר בערך, די מאן ווארט ביז זי וועט שוין נישט זיין ראוי לילד
(איך האף ער וועט נישט מחמיר זיין אין ווארטן ביז זי ווערט עלטער ווי די פרוי אין ארץ ישראל וואס איז לעצטענס געהאלפן געווארן)

היימלינד » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:24 am

· #557267
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היום #
"ס'עקלט דיר!!!"
"בעל מחלוקת???"

יא! א גרויסע בעל מחלוקת! דו קענסט איהם פערזענליך? איך יא, פאר אסאך יארן!
עניוואן וואס האט אמאל געהאנדעלט מיט איהם ביזנעס אדער אפילו עסקנות וועט דיר זאגן די זעלבע.

איך גיי נישט מאריך בפרטיות ווייל איך מיין א ס'איז אקעגן די תקנות, אבער איך האב הנאה אז איינער האט זיך אנגערופען, וויסן זאלט איר אז די אלע מעשים טובים זענען א שלייער פאר אלע מעשים מגונים, איך נעם נישט אוועק קיין שום קרעדיט פון עפעס וואס ער האט יא אויפגעטוען, אבער! one cannot be a cover up for the other

איך וויל נישט אוועקנעמען פון בעלי חסדים, איז ביטע נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, אבער זייער אסאך מאל ווען איינער האט א urge צו העלפן אנדערע אויף א עקסטרעמע אופן, קומט עס פון עפעס...

היום » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:51 am

· #557274
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היימלינד #
היום #
"ס'עקלט דיר!!!"
"בעל מחלוקת???"
יא! א גרויסע בעל מחלוקת! דו קענסט איהם פערזענליך ? איך יא פאר אסאך יארען
עניוואן וואס האט אמאל געהאנדעלט מיט איהם ביזנעס אדער אפילו עסקנות וועט דיר זאגען די זעלבע.
איך גיי נישט מאריך בפרטיות ווייל איך מיין א ס'איז אקעגען די תקנות, אבער איך האב הנאה אז איינער האט זיך אנגערופען, וויסען זאלט איר אז די אלע מעשים טובים זענען א שלייער פאר אלע מעשים מגונים, איך נעם נישט אוועק קיין שום קרעדיט פון עפעס וואס ער האט יא אויפגעטוען, אבער ! one cannot be a cover up for the other

איך וויל נישט אוועק נעמען פון בעלי חסדים, איז ביטע נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, אבער זייער אסאך מאל ווען איינער האט א urge צו העלפען אנדערע אויף א עקסטרעמע אופן, קומט עס פון עפעס...

איך קען עהם גוט, ב״ה.
נישט נאר ער, נאר די ארום און ארום אויך…
איך וויל נישט מפרט זיין דא, כמובן.

איך קען יא זאגן אזוי סאך ״די האקסט און קאפ״.

אמת קיין מענטש איז נישט פערפעקט.
יעדער איז בארעכטיקט צו זיין אייגענע סטייל ווי אזוי צו דיעלן מיט מענטשען.
אויך קען מען זאגן אז ער האט ליב אטטענטשען. אפשר אפילו גאר שטארק.

אויך קען מען אליינס פארשטיין אז יעדער זאך וואס מען טיט, איז דא אזעלעכע פון די אנדערע זייט, וואס האלטן אנדערש, אדער האבן געטיען אנדערש ביז יעצט.
למשל אויף דעם נושא אליינס, גייען זיין און זענען שוין דא מענטשען וואס שרייען ווי ״יונתן שווארץ איז א חיה״ און ״מישט זיך אין זאכן וואס ער קען נישט״ ״טאר נישט״, וכו׳ וכו׳ - בשעת ווען די סיבה פארוואס זיי שרייען איז ווייל זיי זענען פון די אנדערע זייט, און טיען פונקט דאס וואס ער פארפירט קעגן דעם…

אזוי אויך ביי יעדער נושא…

אבער פון דא ביזן מכנה אלץ ״בעל מחלוקת״ ״מעשים מגונים״ ״אלעס איז נאר א שלייער״????

דאס איז סתם באשמיצט!!!!!

היימלינד » דינסטאג אפריל 2, 2024 12:04 pm

· #557276
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היום #

אבער פון דא ביזן מכנה אלץ ״בעל מחלוקת״ ״מעשים מגונים״ ״אלעס איז נאר א שלייער״????

דאס איז סתם באשמיצט!!!!!
Nope
איך רעד נישט פון די נושא אדער וואס ער טוט פאר שידוכים, גיטין - אדרבא תבוא עליו ברכה אפילו אויב עס העלפט אפילו נאר איין איד און אפילו אויב מיינט ער כבוד עצמו, נישט קיין חילור, העלפען א אידן איז אלעמאל גוט.
איך רעד פון די מענטש
עס איז ווייט פון סתם באשמיצען

your intitled to your opinion but you are not entitled to hush me up without knowing the facts

היום » דינסטאג אפריל 2, 2024 12:06 pm

· #557277
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
היימלינד #
היום #
"ס'עקלט דיר!!!"
"בעל מחלוקת???"
יא! א גרויסע בעל מחלוקת! דו קענסט איהם פערזענליך ? איך יא פאר אסאך יארען
עניוואן וואס האט אמאל געהאנדעלט מיט איהם ביזנעס אדער אפילו עסקנות וועט דיר זאגען די זעלבע.
איך גיי נישט מאריך בפרטיות ווייל איך מיין א ס'איז אקעגען די תקנות, אבער איך האב הנאה אז איינער האט זיך אנגערופען, וויסען זאלט איר אז די אלע מעשים טובים זענען א שלייער פאר אלע מעשים מגונים, איך נעם נישט אוועק קיין שום קרעדיט פון עפעס וואס ער האט יא אויפגעטוען, אבער ! one cannot be a cover up for the other

איך וויל נישט אוועק נעמען פון בעלי חסדים, איז ביטע נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, אבער זייער אסאך מאל ווען איינער האט א urge צו העלפען אנדערע אויף א עקסטרעמע אופן, קומט עס פון עפעס...
די ביסט אווער אז די שרייבסט דא ״פאטשקעוויל סטייל״…
אנשטאטס רעדן פון א נושא, אטאקירסטו דעם מענטש דיירעקט…
און נאך אויף א אופן וואס מען קען נישט ענפערן, ווייל סאיז כאילו זאכן אינטערן טיש וואס מען קען נישט פארציילן… אבער די שרייבסט עס ווי א פאקט…

אויב די האסט עפעס צו פארציילן, זאג!
אויב די האלטסט אנדערש פון עפעס וואס ער זאגט, קום אריין קלאר.

אבער סתם האקן אויף א מענטש, עהם אנרופן מיט טיטלעך?
בסטעמפלען אלץ איינער וואס באהאלט עפעס?

איך וועל דיר זאגן קלאר - אזא סטייל איז מיר עקעלדיג - סשמעקט פון בעלי מחלוקת…

היימלינד » דינסטאג אפריל 2, 2024 12:13 pm

· #557279
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
פאשקעוויל סטייל האב איך געזעהן אין דיין שרייבן, נישט אין מיינס.

איך האב געשריבן פריער אז איך קען נישט שרייבן פרטים מפני תקנת המקום.

בעל מחלוקת האב איך נישט געשריבן נאר צוגעשטימט, מעשים מגונים, יא.

איך האב דיר נישט אטאקירט, נאר געבעטן אז דו זאלסט מיר נישט ענטפערן פאר דו ווייסט.

ענינטינג עלס?

אינטערסאנטער » מיטוואך אפריל 3, 2024 9:20 pm

· #557552
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
קהל'ס נער #
היום #
וואס איז ליבעראל צו זאגן אז מען דארף ארויסלאזן די קינדער פון עלטערנ'ס נקמה פייטס?

הייסט עס אז ע"פ תורה אדער להבדיל די קאנסערוועטיוו וועג איז צו דוקא יא נוצן די קינדער אלץ א שטעקן אין א פייט צווישן זייערע עלטערן אדער צווישן "עסקנים"?

איז עס ליבעראל צו אויסלערנען דער עולם צו פיייטן ווי מענטשן?
צו האבן גבולות ווען א קאפל פארשטייט זיך נישט צווישן זיך?

ע"פ תורה מעג מען יא אלעס נוצן אין א פייט צווישן מאן און ווייב?

פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט דא...
יא, דער וואס האט נישט געגעבען קיין וויזיטעישען האט א צד ווייל זי האט נישט באקומען קיין טשיילד סופפארט.
זאל מען ניצן קינדער אלץ שטעקן? ניין! אבער דער טאטע וואס געט נישט קיין טשיילד סופפארט איז פונקט אזוי שילדיג אין דעים וואס ער האט נישט קיין וויזיטעישען און אין די אלע השלכות.

יא די ליבעראלע קרומע וועג איז צו הייסן דער מאמע געבן וויזיטעישען בשעת זי באקומט נישט טשיילד סופפארט.
איך הייב אן צו טראכטן אז די ליבעראלע וועג איז די מהלך. אויב נאך די פשוט'ע נערמאלע פארשטענדליכע ווערטער פון יונתן קענסטו נאך קומען שרייען אויף אים ליבעראלער וכו'. זינלאז אן קיין שום נערמאלע הסבר, מיין איך אז איך סוויטש אריבער צו די ליבעראלן.

סארא ווערטער די שרייבסט דא.

היום » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 2:30 am

· #557616
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אינטערסאנטער #

עס איז דא אזא שפראך ביי אונז אין וויליאמסבורג,
״נע, ער איז א לינקער״
אויף יודיש טייטש, מיינט עס צוזאגן, ער זאגט גוט, איך קען עהם נישט אפפרעגן, אבער איך האלט עס נישט ביים אננעמען, ווייל…(איך האלט נישט דערביי…/ מיר קומט אויס בעסער די אנדערע וועג… /איך האב א שיטה…, בקיצור. פול אין די בלענק), איך קען עס אבער נישט אזוי זאגן, ממילא לאמיר סטעמפלען יענעם פאר א ״לינקער/ליבעראלער/ ציוני/ שגץ, וכדומה…
און יעצט קען איך שוין ווייטער אנגיין ווי ביז יעצט, ווייל יעדער ווייסט דאך אז יענער איז א_____
ושלום עלי נפשי….

מנחם מנדל » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:09 am

· #558137
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
אומבאשטעטיגטע באריכטן איבער א פרישע פאל און ב"פ מיט א אינג קינד רח"ל ה"י.

פייג צווייג » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:12 am

· #558139
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
דו נעמסט אויך די אינפארמאציע פון יענע פאררוקטע וואטצעפ גרופע?..

מנחם מנדל » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:14 am

· #558140
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
ניין פון אפאר פאריקטע.

פייג צווייג » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:43 am

· #558151
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איינער איז צוזאמענגעפאלן. גארנישט מיט זעלבסטמארד.

אקטיווע שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:49 am

· #558155
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מסתם פשוט א יונג קינד צוזאמגעפאלן און געשטארבן...

פייג צווייג » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:54 am

· #558157
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
איינער קען אריינקומען קלאהר וואס האט פאסירט? יעצט הער איך טאקע עפעס געמישטע באריכטן

היכי דמי » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:02 am

· #558162
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מנחם מנדל #
אומבאשטעטיגטע באריכטן איבער א פרישע פאל און ב"פ מיט א אינג קינד רח"ל ה"י.

ליידער ליידער. א שרעקליכע מעשה. א אינגע בחור׳ל געענדיגט זיין לעבן. ווער ווייסט וואספארא פיין ער איז דורך

בשמחה » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:06 am

· #558163
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
מ'דארף נישט גלייבען יעדע וואטסעפפ שמויגער...

לאמיר האפן אויפן בעסטן!

פייג צווייג » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:18 am

· #558170
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
יעצט געהערט קראנט אז ס׳איז ליידער געווען זעלבסטמארד.

מנחם מנדל » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:19 am

· #558171
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
בשמחה #
מ'דארף נישט גלייבען יעדע וואטסעפפ שמויגער...

לאמיר האפן אויפן בעסטן!
און נישט יעדע שמויגער דאהי ברויך לייקענען און שטיפן אונטער די פורהאנג יעדע סוסייד פאל, יא לעטס פעיס איט איטס עי סיריעס אישא, וואס איז די פאוינט פון א קאווער אפ אויף יעדע מעשה, אז איינער וויל לעבן פארמאכטערהייט און א עולם השקר אייוועלט איז די ריכטיגע פלאץ פאר אייך.

לאכעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:20 am

· #558172
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
פייג צווייג #
יעצט געהערט קראנט אז ס׳איז ליידער געווען זעלבסטמארד.
קום אריין מיט דעטאלן ביטע.

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:21 am

· #558173
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
פייג צווייג #
יעצט געהערט קראנטע קוואל אז יס איז ליידער געווען סעלבסטמארד.
השם ירחם

אויב יא קראנט, דאן קום אריין מיט דזענעראל פרטים,
ווי איז עס געווען?
ווי אלט?
איז דא א צעטל?

***געב אכטונג, זיי נישט מגלה דיטעילס וואס קען איידענטיפייען…!!!

פייג צווייג » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:22 am

· #558174
Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
א ערשטע הילף בעאמטער
📎 IMG_0672.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6