וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14915
ר' שמעון גרין האט א פרישן שמועס איבער די נושא:
Rabbi Shimon Gruen
Vayishlach - How obligated is a wife to make her husband happy?
TorahAnytime Links
Video <a class="postlink" href="https://MyTAT.me/v168272">https://MyTAT.me/v168272</a>
Audio <a class="postlink" href="https://MyTAT.me/a168272">https://MyTAT.me/a168272</a>
Dial In (718)-298-2077
Press 9168272#
ישר כח פאר די לינק
📎 3178.jpg
Re:
תרמב #
איך האב געהערט א מעשה אויף איד וואס פלעגט רייכערן אסאך וואס האט זייער געוואלט טוישן זיין ווייבס לבוש פון א שייטל צו א שפיצל, האט ער געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב אז ער וועט אויפהערן רייכערן און זי וועט אנטון א שפיצל, נאך א שטיק צייט זעהט זי אז ער רייכערט שוין ווייטער, האט זי אים פארגעהאלטן דערויף האט ער געענטפערט קענסט צוריק טוישן אז דו ווילסט.......
איז דאס ווייל ער האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטען פון ראכערען, צו ווייל זיין דמיון אז זיין אשה וועט זיין מער עטרעקטיוו מיט א הוילע שייטעל איז אויך אוועק מיט די רויעך...
כלל גדול בחיים די וואס קוקען נישט אויף אנדערע פרויען (מענער) הייזער קארען תפילין בייטלעך לעבען א חיים טובים ,"יענעם" אינטערסירט זיי נישט.
וואס ער האט נישט דארף ער נישט אין וואס ער דארף האט ער אין איז גליקליך ביז גאר.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
ישר בעיניו #
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג?
@שר בעיניו i feel you
איך האב געפרעגט א ענדליכע שאלה און די אשכול, די עולם איז אריינגעקומען גאנץ קלאר.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16804&start=184Re:
עובדיה #
דער אגרות משה אה"ע ח"ד סימן ל"ב פסק'נט אז א מאן קען נישט צריקהאלטן זיין פרוי פון גיין א שייטל ווייל דאס האט נישט מיט עם, און ער קען איר נישט צווינגען אנצונעמען זיינע חומרות. אבער פון די אנדערע זייט אויב וויל ער זי זאל זיך נישט שערן די האר איז זי יא מחוייב צו טוהן רצון בעלה ווייל דאס האט יא מיט דער מאן, און לכאו' איז די זעלבע ווען ער וויל זי זאל גיין מיט א שייטל.
דערמאנסט מיר די מעשה וואס איך האב געהערט אלס קינד: א מענטש איז דורכגעגאנגען די גאס בשעת דער לעקטער איז געווען גרין און ער זעהט א קאר קומט צו פארן. ער רעגט זיך אויף (בארעכטיגט) היתכן דו ביזט נישט גערעכט מר. דרייווער דו טארסט נישט יעצט פארן! פאר דיר איז די ליכט רויט
אבער אויב פאר׳עקשנ׳ט ער זיך אז ער איז גערעכט און גייט ווייטער אינמיטן גאס, וואס וועט געשעהן: ער קען בלייבן גערעכט און איבערגעטראטן
נישט קיין חילוק וואספארא ראיות דו ברענגסט אז דער מאן איז גערעכט, וועט ער צאלן א טייערע פרייז אויב ער צווינגט איר צו טון וואס זי וויל נישט (ס׳דא אסך וועגן פון צווינגען. כסדר קריטיקירן ביז יענער געבט זיך אונטער אדער סיי וועלכע אנדערע אופן) ווי דו צווינגסט ארויף דיין רצון אויף יענעם האט גרויסע קאנסעקווענצן
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
איך קען איינעם וואס איז א "מורכב". זיין טאטע איז אמאל געווען א פארברענטער אגוד'יסט. ער האט פאר זיין זון געגעבן א נאמען נאך א גרויסן אגודיסט'ישן פיהרער. נאר היינט איז ער א גרויסער קנאי. זיין ווייב/רעבעצין פלעגט גיין א נארמאל שייטל מיט א היטל. איין טאג האט איהם אנגעכאפט א נערוו. (אפשר לפי פקודת רבו) און ער האט געצווינגען זיין ווייב אן צו טון א שפיצל. זי האט אויסגעזעהן ווי א מאנקי אין דעם שפיצל. נאר זי האט נישט געהאט קיין ברירה.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
א געוויסע ראש ישיבה וואס זיין אשת נעוריו גייט מיט א שפיצעל אין שווארצע זאקען האט געמאכט א מבצע ווי בעיוטופאל א שפיצעל איז אין האט מרחיב הדיבור געוועהן בהנושא פונקטליך פארוואס דוקא א שפיצעל איז אזוי ציעדיק אין ראמאנטיש אז איך ווינדער זיך ווי אזוי א פרוי קען גיין מיט א שפיצעל אויף די גאס סאיז ממש א פחד נורא , נאר איך בין דן לכף זכות אז נישט אלע כאפען ממילא איז נישט אזוי געפערליך .
אבער נאך די דרשה האב איך נאר געוואלט מיין ווייב זאל אנטהון א שפיצעל סי האט נעבעך נישט געווסט וואס פאר א רוח איז אריין אין איר מאן ליטעל דיד שי קנוי אז איך האב געהערט עפעס א דרשה למעשה האט זיך עס נאכאמזל נישט אויסגעארבייט שי סטאד היא גראינט
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
וואס קען זי טוהן די מאן זאל טוישן די לבוש ???
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
וואס האט ער געטון מיט די איבריגע סחורה? ער האט דאך אפגעשניטן דעם הויעכן הוט.
מפני מעשה שהיה: א הוט סוחר האט אמאל באשטעלט 50 ביבער הוטן ביי א הוטמאכער. דער הוטן מאכער האט איינגעזעהן אינמיטן די ארבעט אז ער איז שארט מיט סחורה. וואס טוט מען?. ער האט זיך אן עצה געגעבן. ער האט אפגעשניטן פון א יעדן הוט א פאר אינטשעס. און ער האט איינגערעדט פאר'ן סוחר אז דאס איז די נייע (סאטמאר'ע) סטייל. אזוי ארום האט ער געהאט געניג סחורה פאר דעם ארדער.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
איך וויל מוסיף זיין מיינע זיבן אגורות. מען זאגט עס נישט אויס פאר אונזערע פרויען, אבער זיי האבן אויך רעכטן ע''פ שו''ע! אז דו ווילסט טוישן דיין ווייבס לבוש צו אנ'אנדערע לבוש, אפי' אויב עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן להלכה, קען זי רעפאנדן מיט א מאוס עלי דיין בארד און פיאות און די וועסט דיך מוזן אפשערן! עס איז 100 פראצענט מותר ע''פ שו''ע זיך צו שערן בארד און פיאות! מיינע אויבערלענדישע זיידעס האבן דען אלע געהאט פיאות? ודי בזה
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
אויב בעט זי דיר צו טוישן פון א הויעכן הוט צו א פלאטשיקס פון איין טאג אויפן צווייטן, דעיס פארשטייעסטע אז סאיז שווער, איא?
פארשטיי אויך אז סאיז איר שווער צו טוישן, איינמאל די פארשטייסט איר ביזטע שוין א פערטל וועג אדורך.
יעצט, אחוץ בעטן און קאמיניקעיטן ווי צוויי נארמאלע עדאלטס קענסטע גארנישט טון, אויב לייגטסטע אביסל צו סאך פארס און פרעשור, די דרך העולם איז אז די וועסט זיך טרעפן מיט א שייטל אן א העט און אן א ווייב...
סאיז דא אפאר וועגן וויאזוי די קענסט עס געבן גרעסערע שאנסן, אויב דו וועסט זיך טוישן, יכול להיות סוועט איר אויך זיין גרינגער, וזה רק נאכן אדורך שמועסן און ענק ביידע זענען גריייט צו גיין אויף די דשורני, אויב צו האלט נישט ביי גארנישט, יכול להיות העסט בלייבן קרח מכאן ומכאן, אבער סאיז נישט קיין כלל.
שנית, וואס טוסטו צו איר אז זי זאל זיין גרייט מקריב צו זיין א טשענדש און לבוש פאר דיר?
אויב עס באשטייט סך הכל פון אויס הערן איינמאל א טאג וויאזוי איר טאג איז געווען און צוגרייטן די ליכט ערב שבת און אנשטעלן די שבת זייגער און וואשן די פלאר.. הממ.. שוואכע שאנסן
די וועסט דארפן עסקלעיטן דיין קאנעקשן און ליבע צו הויכע שטאפלען אז זי זאל זיין גרייט מיט צו גיין מיט די טשענדש מיט דיר אפילו זי האט נישט אזוי געוואלט מעיקרא.
(וויאזוי דאס צו טון איז שוין א גרעסערע לענגערע שמועס און פארלאנגט אן אשכול פאר זיך)
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
גראדע איז דא א חילוק צווישן א מאן טוישן הוט ווס. א פרוי טוישן קאפ צודעק,
ס'דא גענוג און נאך פרויען וואס טוישן זיך, דער וועגן א קבלה, דער וועגן א חולה וכו', ס'דא אסאך.
ממילא איז עס נישט אזוי שווער.
מה שאין כן מענער,
ווער טוישט הוט נאך די חתונה?
כ'רעד נישט אז מ'טוישט גלייך נאך די חתונה, כ'רעד סתם איין טאג אויפן צווייטן, דער האצעך פארפלאטשיגט...
ס'נישט דא.

ווען איינער קאמיוניקעיט מיט זיין ווייב און ער רעדט זיך א דורך און פארגלייכט זיך איז דאך נישט דא קיין פראבלעם. די פראבלעם איז מיט די משוגעים און עקסטרעמיסטן וואס ער פארלאנגט א ראדיקאלן טויש אין לבוש ביי זיין ווייב ווייל ס'האט איהם אנגעכאפט א נערוו. אדער ווייל זיין רבי האט געזאגט.
געוויינליך די מענטשן זענען זייער סעלפיש. ער פארלאנגט און פאדערט א טויש בי זיין ווייב. נאר ער אליין טוישט זיך גארנישט. ער בלייבט מיט זיינע שלעכטע געוואוינהייטן.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
טראץ וואס עס איז נישט קיין אפטע ערשיינונג, איז עס אבער העכסט נארמאל אז מענער זאלן טוישן די הוט פון איין טאג אויף די אנדערע בבחינת מעלין בקודש. א שטייגער פון שטאפן הוט צו ביבער הוט (הויעך אדער פלאטשיג) אדער קראך הוט צו הויכע ביבער. ס'געשעט און קיינער קוקט עס נישט אן פאני.
אויך זענען דא א שיינע צאל מענטשן וואס זענען מיסודו סאטמאר וואס טראנספערירן צו א קראך הוט לויט וויאזוי די שטוב דעוועלאפט זיך.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
ישר בעיניו #
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג?
די תירוץ איז זייער סימפל, א פרוי איז נישט קיין object, זי איז א מענטש פונקט ווי דיר און מיר. אויב דו ווילסט עס just פאר דיין הנאה וועט דיר עס נישט זאט מאכן.

ווייסעכניש #

וואס גייט דיך אן וויאזוי זי גייט אין גאס?
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
@סוף טוב הכל טוב ווייל עס איז זייער א נארמאלע זאך אז עס זאל פאר א מענטש אינטערעסירן וויאזוי "זיין" ווייב גייט אנגעטאן אין פירט זיך אויף, אין דאס גייט אויף ביידע וועגן סיי מיט די אינגערמאן וואס וויל זיין ווייב זאל טראגן א שפיצל אין געבן א פרומע רבי'שע אימפרעסיע, אין סיי דער אינגערמאן וואס וויל אז זיין פרוי זאל אויסזעהן אהערגעשטעלט.
פארשטייסט עס באמת נישט?

איך וואלט רעקאמענדירט פאר דער עולם צו וואטשן די סעריע פון שיעורים פון מארק גאנגער, A tale of two brains.

Visionary #

מנחם מנדל #
@סוף טוב הכל טוב ווייל עס איז זייער א נארמאלע זאך אז עס זאל פאר א מענטש אינטערעסירן וויאזוי "זיין" ווייב גייט אנגעטאן אין פירט זיך אויף, אין דאס גייט אויף ביידע וועגן סיי מיט די אינגערמאן וואס וויל זיין ווייב זאל טראגן א שפיצל אין געבן א פרומע רבי'שע אימפרעסיע, אין סיי דער אינגערמאן וואס וויל אז זיין פרוי זאל אויסזעהן אהערגעשטעלט.
פארשטייסט עס באמת נישט?
זייער אסאך מאל ווען די מאן וויל געבן א געוויסע אימפרעשאן מיט זיין ווייב וויל ער באמת אסאך מער וויפיל ער בעט יעצט און עס האט נישט קיין גבולים (און באמת וויל ער זאכן וואס זי גייט עס נישט קענען טון)
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
אסאך מאל וויל דער מאן זיין "בעטער העלף" זאל אים זיין ציעדיג, אן אנדערע מאל וויל ער נעבעך זי זאל אימפרעסן (מנהל) אנדערע. עס איז הימל און ערד, שני הפכיים בנושא אחד, בבחינת הפך קערה על פיה.
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
דאס געשעהט געוויינליך ביי מענשטן וועלכע זענען כמו בעלי תשובה. נישט ממש. נאר זיי ווערן "פרומער".
איך קען איינעם וואס זיין טאטע איז געווען א הייסער אגוד'יסט אין זיינע יונגע יארן. ער האט אפילו געגעבן פאר זיין זון א נאמען נאך אן אגודיסט'ישן מנהיג. נאר היינט איז ער פון די סאטמאר'ע (שטארקע) קנאים. ער איז אין איין שיטה מיט די מעשים פון די נטורי קרתא. זיין ווייב איז געגאנגען נארמאל מיט א הוט אויפ'ן שייטל. איין טאג האט איהם אנגעכאפט די משוגעת און ער האט געהייסן זיין ווייב אז זי זאל אנטון א שפיצל. ער איז געבליבן דער זעלבער ליידיגייער.
Re: Re:
בונה של טוב #
עובדיה #
דער אגרות משה אה"ע ח"ד סימן ל"ב פסק'נט אז א מאן קען נישט צריקהאלטן זיין פרוי פון גיין א שייטל ווייל דאס האט נישט מיט עם, און ער קען איר נישט צווינגען אנצונעמען זיינע חומרות. אבער פון די אנדערע זייט אויב וויל ער זי זאל זיך נישט שערן די האר איז זי יא מחוייב צו טוהן רצון בעלה ווייל דאס האט יא מיט דער מאן, און לכאו' איז די זעלבע ווען ער וויל זי זאל גיין מיט א שייטל.
דערמאנסט מיר די מעשה וואס איך האב געהערט אלס קינד: א מענטש איז דורכגעגאנגען די גאס בשעת דער לעקטער איז געווען גרין און ער זעהט א קאר קומט צו פארן. ער רעגט זיך אויף (בארעכטיגט) היתכן דו ביזט נישט גערעכט מר. דרייווער דו טארסט נישט יעצט פארן! פאר דיר איז די ליכט רויט
אבער אויב פאר׳עקשנ׳ט ער זיך אז ער איז גערעכט און גייט ווייטער אינמיטן גאס, וואס וועט געשעהן: ער קען בלייבן גערעכט און איבערגעטראטן
נישט קיין חילוק וואספארא ראיות דו ברענגסט אז דער מאן איז גערעכט, וועט ער צאלן א טייערע פרייז אויב ער צווינגט איר צו טון וואס זי וויל נישט (ס׳דא אסך וועגן פון צווינגען. כסדר קריטיקירן ביז יענער געבט זיך אונטער אדער סיי וועלכע אנדערע אופן) ווי דו צווינגסט ארויף דיין רצון אויף יענעם האט גרויסע קאנסעקווענצן
און היברעיש זאגט מען: תיהיה חכם, ואל תיהיה צודק...
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
א גוט יאר #
גראדע איז דא א חילוק צווישן א מאן טוישן הוט ווס. א פרוי טוישן קאפ צודעק,
ס'דא גענוג און נאך פרויען וואס טוישן זיך, דער וועגן א קבלה, דער וועגן א חולה וכו', ס'דא אסאך.
ממילא איז עס נישט אזוי שווער.
מה שאין כן מענער,
ווער טוישט הוט נאך די חתונה?
כ'רעד נישט אז מ'טוישט גלייך נאך די חתונה, כ'רעד סתם איין טאג אויפן צווייטן, דער האצעך פארפלאטשיגט...
ס'נישט דא.
טוישן צו א "העכערע" לעוועל

מחונך #

קענסט אזא איינם?
Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
נו? האסט מצליח געווען?