☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14915
בלאט: 1 2

ישר בעיניו » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:27 pm

· #485374
וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג?

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:29 pm

· #485375
דו זאג מיר פארוואס דו ביסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ישר בעיניו » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:42 pm

· #485376
ישר בעיניו
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג

איז דא אסאך וואס האבן די פראבלעם? וואס איז די guidence ווען יא ווען נישט

געדאנקן » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:51 pm

· #485379
און אויב דיין ווייב וויל אז דו זאלסט טוישן דיין הוט אדער אנטון א קורצע רעקל...

און יא סאיז דא אסאך וואס ווילן, איינעם האב איך מיטגעהאלטן אז ער האט פון א העט געמאכט א ברייטע בענד און אזוי ווייטער און היינט גייט זי א לאנגע שייטל מיט גאר א דינע בענד.

עובדיה » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:10 pm

· #485380
דער אגרות משה אה"ע ח"ד סימן ל"ב פסק'נט אז א מאן קען נישט צריקהאלטן זיין פרוי פון גיין א שייטל ווייל דאס האט נישט מיט עם, און ער קען איר נישט צווינגען אנצונעמען זיינע חומרות. אבער פון די אנדערע זייט אויב וויל ער זי זאל זיך נישט שערן די האר איז זי יא מחוייב צו טוהן רצון בעלה ווייל דאס האט יא מיט דער מאן, און לכאו' איז די זעלבע ווען ער וויל זי זאל גיין מיט א שייטל.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:12 pm

· #485383
ניין מען קען נישט צווינגען א ספאוס ווי אזוי זיך אנציטין, אבער אז די ווילסט יענעם טוישן גיי מיט שכל און ליבע, מיט כוח וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען, און ס'קען אויך בעקפייערן.

ישר בעיניו » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:20 pm

· #485384
קהל'ס נער
ניין מען קען נישט צווינגען א ספאוס ווי אזוי זיך אנציטין, אבער אז די ווילסט יענעם טוישן גיי מיט שכל און ליבע, מיט כוח וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען, און ס'קען אויך בעקפייערן.

וואס הייסט מיט שכל און ליבע?

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:35 pm

· #485386
די פארקערטע פון אָן שכל און ליבע

פרימארגען » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:55 pm

· #485387
יא, די פרוי האט די רעכט זיך אנציטוהן ווי זי וויל אבער נישט קומען דערנאך מיט קיין טענות אז…

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:11 pm

· #485389
ישר בעיניו
קהל'ס נער
ניין מען קען נישט צווינגען א ספאוס ווי אזוי זיך אנציטין, אבער אז די ווילסט יענעם טוישן גיי מיט שכל און ליבע, מיט כוח וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען, און ס'קען אויך בעקפייערן.

וואס הייסט מיט שכל און ליבע?



דעיס איז א לאנגע נושא וואס איך קען נישט שרייבן על רגל אחת אין איין תגובה, כ'וועל בלי"נ אויף זיכן ביכער איבער דעים, דער עולם איז מכובד מיך ארויס צי העלפן.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:12 pm

· #485390
מאטי
די פארקערטע פון אָן שכל און ליבע


ער פרעיגט דוקא זייער א גיטע קשיא, פאר מער ליין איין תגובה ארויף.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:33 pm

· #485394
בת קול
דו זאגן מיר פארוואס דו בוסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ער’ (?) בת קול: די דאזיגע סטעיטמינט הערן מיר שוין פון דיר איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו...

נאר מיר וואלטען געוואלט הערן א ביאור פונעם בת קול וואס דאס מיינט "איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה" ???

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 9:25 pm

· #485397
די עצם קעפל פון די אשכול, ווייזט אויף די נישט געזונטע משפחה דיינעמיקס וואס איז ליידער דא ביי אונז. מען טוט זאכן וואס מען "דארף" פאר יענעם, אונזער משפחה "דארף" אזוי טון...

אין א געזונטע רילעישינשיפ איז נישטא אזא זאך איינער זאל מחליט זיין וואס א צווייטער עדאלט זאל טון וואס אנבאלאנגט צו זיין/איר פערזענליכע געפיראכץ. יעדער האט אן אייגענע בחירה וויאזוי זיך צו פירן, חוץ אויב מען איז זיך מחייב פאר א צווייטן צו טון עפעס, דארף מען איינהאלטן די אפמאך מיט יענעם.

אויב למעשה ווילסטו זי זאל זיך יא טוישן פאר דיר, קענסטו איר גערן בעטן, אבער געדענק עס איז סך הכל א טובה וואס דו בעטסט איר. און נאר ווען דו געדענקסט דאס, איז דא א מעגליכקייט זי זאל עס ווילן טון. און פארגעס נישט אז דאס איז בכלל נישט קיין גרינגע טובה צו טון, זי וועט ווערן אנגעקוקט גאר אנדערש אין אירע סאושעל סירקעלס. עס איז שטארק מעגליך אויב דו טוסט וואס דו קענסט איר צופרידנצושטעלן, דו ביסט דא פאר איר ווען זי דארף עפעס, און זי פילט ווי דו האסט איר באמת ליב, וועט זי זיין גרייט צו טון א שווערע זאך פאר דיר.

אויך קען זיין א געדאנק איר צו בעטן זי זאל זיך נאר אזוי אנטון אינדערהיים וכדומה, דאס קען זיכער זיין אסאך גרינגער צו טון. ווייס איך נאר נישט צו דאס איז וואס דו זוכסט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:46 pm

· #485404
קהל'ס נער
ישר בעיניו
קהל'ס נער
ניין מען קען נישט צווינגען א ספאוס ווי אזוי זיך אנציטין, אבער אז די ווילסט יענעם טוישן גיי מיט שכל און ליבע, מיט כוח וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען, און ס'קען אויך בעקפייערן.

וואס הייסט מיט שכל און ליבע?



דעיס איז א לאנגע נושא וואס איך קען נישט שרייבן על רגל אחת אין איין תגובה, כ'וועל בלי"נ אויף זיכן ביכער איבער דעים, דער עולם איז מכובד מיך ארויס צי העלפן.


שוין כ'זעי אז אויב וועל איך עס נישט יעצט שרייבן וועל איך עס קיינמאל נישט שרייבן סא...

והנה, ליבע אויב פארשטייסטו נישט וואס איז ליבע, איז א גרויסע פראבלעים (ליידער אין אונזער קאמיוניטי זענען אסאל געשלאגן אין דעים, מאנכע באשילדיגן היטלער, אזוי צי אזוי איז עס א גרויסע פראבלעים ביי אונזער קאמיוניטי).

לאמיר ערשט זעין וואס ליבע איז נישט.

תאווה. מען קען האבן תאוות אויף א שונא, ווען איינער רעיפט איינעם איז קלאר אז ער האט איר נישט ליב, ווען יא וואלט ער עס נישט געטין.

ראמאנטיקע. אין די אלגעמיינע גאס רופט מען "מען פאלט אריין אין ליבע" דאס איז נישט תאווה, דאס איז א ליבשאפט געבויט אויף חיצונות, למשל גלייך נאכן חתונה ווען מען איז נאך עקסייטעד מיט א נייע ווייב, אדער מען גייט אויף א דעיט אדער אויף וועקעישען, הצד השווה שבהן מען האט א גוד טיים און ס'דא א נקבה צי דיין זייט.

געלט כבוד יחוס וכו'. כ'מיין אז דאס דארף מען נישט מסביר זיין, אבער ס'ליידער דא מענטשן וואס מיינען אז דאס איז ליבע.

אז מען ווייסט שוין וואס ס'איז נישט, שטעלט זיך די פראגע, וואס איז עס יא?

דאס איז א געפיל פון א מענטש צי א צווייטע (לאו דוקא מאן און ווייב), נישט געבויעט אויף גארנישט און אן קיין תנאים, מען קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז ריין רגש, אן קיין הסברים אן קיין חיצוניות, דעיס איז זייער א געשמאקע זאך סיי צי געיבן און סיי צי באקימען, ווען איינער קימט אן צי דעים זעיט ער אז ס'איז נישטא קיין בעסערע זאך אויפן וועלט ווי דעים.

וויל דאך יעדער וויסן וויאזוי קומט מען אן צי דעים.

מ'דארף ארבעטען אויף דעים שלא על מנת אז מען וועט עפעס ציריק באקימען דערפאר, מען פרובירט יענעם צי פרייליך מאכן, מחזק זיין, געיבן עטענטשן, געיבן קאמפלימענטן (זייער א שטארקע כלי), מיטפילן מיט יענעמ'ס שמחה און מיט יענעמ'ס צער, זיך נאכפרעיגן אויפן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי איז אדורך, און אויך אויפן פעזענליכען לעיבן, קויפן מתנות (ס'דארף נישט זיין טייער, די נקודה איז אז די האסט יענעם אינזין געהאט), אפשרייבן שיינע בריוון מיט געפיל ווערטער, שמועסן געשמאק (מענטשן כאפן נישט אז סתם שמועסן מיט די ווייב איז זייער א וויכטיגע זאך), ארויס העלפן ווען יענער איז אין א פראבלעים, האגן יענעם אדער סתם אזוי געיבן די הענט מיט א ווארימע קוועטש אדער א באקוועמע קלאפ אין ריקן, און פארשטייט זיך שמייכלן צי יענעם.

כמים פנים אל פנים, גייט יענער דיך ציריק ליב האבן, דעיס געשעיט נישט איבער נאכט אבער ס'נעמט אויכט נישט צי לאנג, ווען יענער האט דיך ליב האסטו עים ציריק לי כגלגל החוזר.

מען דארף אבער אכטונג געיבן ס'זאל נישט ווערן קיין קא-דעפענדענסי, (עוד חזון אויף די נושא, די נקודה איז אז עס קען ווערן א אנגעהאנגענקייט אנטשטאט ליבע, וואס דאס איז זייער נישט קיין גיטע זאך, אויב דעיס געשעיט וועסטו פילן אז עפעס איז ווראנג מיט דיין רילעישענשיפ, און מיר וועלן דעמאלטס ווייטער רעדן).

מען דארף אויך האבן שכל נישט צי זיין קיין פעיגער, און איבער ציען די שטריק, פון אנפאנג גייט מען קליינע בעבי סטעפס, און ווי מער די ליבע דעוועלאפט זיך קען מען טין מער געוואגטע זאכן אן זיין קיין פעיגער.

לענינינו, ווען מאן אין ווייב זענען אין ליבע וועלן זיי ווילן ציפרידן שטעלן איינער די אנדערע, זי וועט זיך וועלן אנטין וויאזוי די האסט ליב, און זי וועט דיך ווילן צופרידן שטעלן אין בעט און בכלל א גאנצע טאג צי מיט קאכן גיטע עסן, פירן די שטיב און סיי וואס ס'פעילט אויס.

אבער מען דארף ניצן די שכל, אסאך מאל וויל דיין ווייב דיך ציפרידן שטעלן אבער זי טיט עס נישט, למשל לבוש וועט זי נישט וועלן טוישן צוליב פעיר פרעשור, איז קודם דארפסטו זיין אפען מיט איר און זאגן וואס די ווילסט (נישט אייביג ווייסט זי וואס די ווילסט, די מימרא "ווען די וואלסט מיך באמת ליב געהאט וואלסטו געוויסט וואס איך וויל" איז טיפשות, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז אהבה זאל ברעניגען רוח הקודש).

נאכדעים קענסטו עס געיבן א ווארף אריין פון צייט צי צייט, אן פייניגען, זייער אסאך מאל וועט די אהבה גובר זיין אויף די פיער פרעשור.

און צומאל טאקע נישט, און אז די האסט איר ליב רודף איר נישט פאר דעים ס'נישט ווערט צי פארלירן די ליבשאפט פאר דעים, דא קען מען ניצען עצה'ס אזוי ווי @יעקב מעקסוועל זאגט אז מען זאל אנהייבן נאר אינדערהיים אזוי וועט זי זיך צעביסלעך ציגוואוינען און פילן באקוועם מיט דעים, אויב איז עס מיט מצווה עניינים זאל מען ריפן א נערמאלע כלה טיטשער זאל מסביר זיין די ווייב אז די אלע חומרות זענען טאקע נאר חומרות, און זענען נישט געמאכט פארן המון עם, פון דא און ווייטער קען מען טרעפן א עצה אויף כמעט יעדע זאך, אויב נישט איעדע.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:08 pm

· #485407
שמחהלע קאפשטיק
בת קול
דו זאגן מיר פארוואס דו בוסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ער’ (?) בת קול: די דאזיגע סטעיטמינט הערן מיר שוין פון דיר איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו...

נאר מיר וואלטען געוואלט הערן א ביאור פונעם בת קול וואס דאס מיינט "איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה" ???

שוין, האסטו געטראפן א שטיקל תנא דבי אליהו און דו ווילסט עס ארויפצווינגען אויף די גאנצע וועלט, זאג נאר, דו ווייסט וואס נאך שטייט אין תנא דבי אליהו אדער האסטו נאר טשעריפיקד וואס ס׳דיר געפאלן? איז פונקט ווי די פארשטייסט אז דו מעגסט טשעריפיקן מדרשים כאוות נפשך מעגסטו אויך פארשטיין אז בת קול מעג טשעריפיקן מדרשים כאוות נפשה.

Blindspot » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:24 pm

· #485410
My opinion is absolute not she is not a slave and since after the fact that you married off in a certain way therefor whoever wants to change something if it doesn't effect your partner then go ahead but if its effecting your partner then youll need permission in order to have a healthy relationship

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:37 pm

· #485413
לגבי די עצם שאלה פונעם אשכול עפענער (און ס׳איז אויך נוגע צו אנדערע אשכולות וואס קומען ארויף יעדעס מאל וואס ס׳דא צופיל ניקים וואס לעכצן אנגענומען צו ווערן אין מאחורי און בלית ברירה פירקלען זיי אן אין מלפני, ביודעים צו בלא יודעים) וויל איך נאר צולייגן א ווארט וואס כ׳האב אמאל געהערט (קען זיין פון יחיאל יעקובזון? נע, כ׳געדענק שוין נישט), האט ער געזאגט, וואס איז די חילוק צווישן א דיין און א שלום בית מאכער? די פליכט פון א דיין איז צו דערגיין ווער איז גערעכט (וואס יעדע שותף ״דארף״ צו טוהן ״על פי תורה״ כלומפרשט), די פליכט פון א שלום בית מאכער איז צו מאכן שלום. ודפח״ח. (און ניין, איך גיי מיך נישט נאכמאל ארויסלאזן אויף א רענט קעגן די היימישע שלום בית מאכער וואס זענען פארנומען מאניפולירן מיט טשעריפיקד מאמרי חז״ל אנשטאט פרובירן צו פארשטיין רויע מענטשליכע געפילן ווייל כ׳האב עס שוין איינמאל געטוהן און ס׳פעלט נישט אויס איבערצו׳חזר׳ן.)

moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:39 am

· #485428
Re: דארף זיך מיין ווייב צושטעלן וויאזוי איך וויל בנוגע לבוש?
געדאנקן
און אויב דיין ווייב וויל אז דו זאלסט טוישן דיין הוט אדער אנטון א קורצע רעקל...

און יא סאיז דא אסאך וואס ווילן, איינעם האב איך מיטגעהאלטן אז ער האט פון א העט געמאכט א ברייטע בענד און אזוי ווייטער און היינט גייט זי א לאנגע שייטל מיט גאר א דינע בענד.

איך קען עטליכע אינגעלייט וואס די פרויען האבן פארלאנגט פון די מענער צו טוישן צו פיאות אויף די אויער, קורצע רעקל, טוישן צו א קראך הוט אדער א הויכע ביבער הוט פון א פלאטשיגע, שניידן די בארד, וואס די אינגעלייט האבן בכלל נישט געוואלט, אלע פון וואס איך רעדט האבן זיך צום סוף געטוישט, עס האט גענומען אפאר יאר ביי אלע פון זיי פון וואס איך קען. סאו יא, די וועלט איז א קלארע
2 way street

בת קול » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:24 am

· #485434
שמחהלע קאפשטיק
בת קול
דו זאגן מיר פארוואס דו בוסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ער’ (?) בת קול: די דאזיגע סטעיטמינט הערן מיר שוין פון דיר איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו...

נאר מיר וואלטען געוואלט הערן א ביאור פונעם בת קול וואס דאס מיינט "איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה" ???


עס מיינט א נאיווע פרוי וואס מיינט זי דארף זיך לאזן אביוזן.
די אלע זאכן זענען געשריבן געווארן אין א זמן וואס איז געווען פיל מיט אינפלואינס פון די דרויסענעדע וועלט אז מענער זענען מושל איבער פרויען.
דו מיינסט באמת אז די פריערדיגע פוסקים האבן נישט גע'פסק'נט לויט וואס איז געווען נארמאל אין זייער דור?

moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:39 am

· #485438
די פאקט איז אז כהיום יום זענען מענער די מושל איבער פרויען אפילו אין די גוי'שע וועלט, מושל מיינט נישט שלאגן מיט א סטראפ, נאר די מציאות ביי א נארמאלע רילעשענשיפ א זכר מיט א פרוי, איז די פרוי וואס פארלאזט זיך און פיעלט סעיף אונטערן שאטן פון די מאן. נישט קיין חילוק ווי משוגע די וועלט איז, האט א פרוי אנדערע נאטורן וואס די באשעפער האט אזוי באשאפן די בריאה זייט ששת ימי בראשית, און א פרוי קוקט ארויף אויף איר מאן און דארף די מאן זיך אנצולענען צו פילן זיכער. די מאן איז נאך אלס דער וואס מען בעט צו טוישן די באלב און קריכן אויף א לייטער, וכולי וכולי.

בת קול » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:40 am

· #485439
שוין לאנג נישט א פאקט.

moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:48 am

· #485441
וויפיל פרויען קענסטו אין קאנסטראקשען? ווי אפט זעסטו פרויען טון קאנסטראקשען?
בכלל ערענסטע פיינענשעל פארצווייגטע ביזנעס אין די וועלט, וויפיל זענען פרויען?
די פאקט איז אז די סטאסטיקס ווייזן אז סאיז גאר ווייניג, דאס זאגט זייער אסאך אז מענער זענען א אנדערע נאטור וואס א פרוי איז נישט.

בת קול » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:00 am

· #485443
Um
גראדע ארבייט איך אין קאנסטראקשן. בוסט סתם באזעצט אין אלטע סטעריאטייפס.
(און לאממיר זאגן עס איז דא געוויסע ארבייט וואס סיי מענער און פרויען זענען ווייניגער אין דעם פעלד, מאכט עס נאך נישט אז די מענער זאלן זיין מושל.)

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:01 am

· #485444
ס׳איז אינטערעסאנט ווי יעדער זעהט די זעלבע זאך אבער דאך זעהט יעדער עפעס אנדערש, א חסידישע פרוי וואס איז געווארן זייער מאדערן, כ׳רעד א בחינה פון אפען-ארטעדאקס צו שוואכער, האט מיר אמאל געזאגט אז איינס פון די perks פאר א פרוי פון זיין מאדערן איז אז ביי זיי, אזויווי אין די אלגעמיינע וועלט, איז די פרוי די מושל אין די רילעישנשיפ. זי טענה׳ט אז ס׳לוינט זיך נישט פאר א מאן צו גיין לינקס פאר דעם סיבה, פארקערט, זאלן אלע מענער ווערן חרדים און אלע פרויען זאלן ווערן מאדערן אזוי וועט זיין בעסער פאר יעדן. 😂 😂 😂

ס׳איז נאר ביי חרדים (אקעי, לכאורה אויך ביי די אמיש) וואס א מאן קען זיצן ביים טיש איבער זיינע זאכן און דאס ווייב דערלאנגט איהם א קאווע מיט א ברייטן שמייכל צווישן פעמפערן דאס קינד און אריינווארפן א לאוד אין וואש מאשין, אין די אלגעמיינע וועלט וואלט אזא מאן געכאפט איבערן קאפ פאר׳ן איגנארירן די שטוב ווירטשאפט און מעגליך אויך געדארפט שלאפן ביינאכט אויפ׳ן קאוטש (גיי זיי מסביר א חסידיש איד וואס דאס מיינט). 😃 😃

moneyminded » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:06 am

· #485446
בת קול
Um
גראדע ארבייט איך אין קאנסטראקשן. בוסט סתם באזעצט אין אלטע סטעריאטייפס.
(און לאממיר זאגן עס איז דא געוויסע ארבייט וואס סיי מענער און פרויען זענען ווייניגער אין דעם פעלד, מאכט עס נאך נישט אז די מענער זאלן זיין מושל.)

עס ליגט דיר אין קאפ עפעס אז מושל מיינט א נעגאטיווע שלעכטע זאך.
מושל מיינט אז די מאן איז דער שטארקער מענטש אין די רעלישענשיפ און פירט די פיינענשעלס געווענליך וכדומה,
וואס ליגט דיר אין קאפ, וואס דארף צו מיינען מושל? אז די מאן רעיפט די ווייב און געט איר מלקות?

פתחון פה » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:46 am

· #485448
די ענטפער אויף דיין שאלה ליגט ביי ר' שמואל ניימאן.
און נאך א נקודה, א שייטל איז נישט קיין לבוש.

ישר בעיניו » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 4:33 am

· #485450
ווי קען מען עס זעהן?
וואס ווילסטו ארויסברענגען מיט דעם אז א שייטל איז נישט קיין לבוש?

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 4:41 am

· #485451
בת קול
שמחהלע קאפשטיק
בת קול
דו זאגן מיר פארוואס דו בוסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ער’ (?) בת קול: די דאזיגע סטעיטמינט הערן מיר שוין פון דיר איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו...

נאר מיר וואלטען געוואלט הערן א ביאור פונעם בת קול וואס דאס מיינט "איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה" ???


עס מיינט א נאיווע פרוי וואס מיינט זי דארף זיך לאזן אביוזן.
די אלע זאכן זענען געשריבן געווארן אין א זמן וואס איז געווען פיל מיט אינפלואינס פון די דרויסענעדע וועלט אז מענער זענען מושל איבער פרויען.
דו מיינסטרים באמת אז די פריערדיגע פוסקים האבן נישט געפסק'נט לויט וואס איז געווען נערמאל אין זייער דור?

ועוד יש לומר, אז דאס מיינט אז דער מאן און די פרוי האבן זיך זייער שטארק ליעב און זי איז גרייט מיט די גאנצע הארץ צו טוהן וואס דער מאן באגערט. און דער מאן האט אויך ליעב די פרוי און פארלאנגט נישט זאכן וואס זי האט נישט ליעב....

נאכדעם וואס כ’האב דאס געשריבען האב איך זיך דערמאנט פון די גמרא [נדרים ס"ו] פון די מעשה פון בבא בן בוטא וואס דארטען איז יא מוכח כדברי הבת קול
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://hebrewbooks.org/shas.aspx%3Fmesechta%3D16%26daf%3D66b%26format%3Dtext&ved=2ahUKEwims-21xZL0AhVjSTABHQhKDgsQFnoECBUQAQ&usg=AOvVaw26leagFL4_XfO6mkg5v20O">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... O6mkg5v20O</a>

ליב צו וויסן » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 6:23 am

· #485452
ישר בעיניו
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג


זי איז נישט דיין דינסט... צווינגען צו טוהן אנדערש ווי מען האט זיך אויסגענומען איז נישט גערעכט.

האסט אלע רעכטן צו בעטן, אויסשמועסן, מסביר זיין, אבער לשיטתי ענדיגט זיך עס ביי דעם.

בת קול » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 7:44 am

· #485457
שמחהלע קאפשטיק
בת קול
שמחהלע קאפשטיק
בת קול
דו זאגן מיר פארוואס דו בוסט נישט גערעכט.

זי איז נישט דיין אביעקט. זי איז א מענטש מיט אן אייגענעם ווילן.
וואס געבסטו גענצליך אוועק פון זיך פאר איר וועגן, אז זי זאל פילן אז זי וויל דאס טוהן פאר דיר?

ער’ (?) בת קול: די דאזיגע סטעיטמינט הערן מיר שוין פון דיר איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו...

נאר מיר וואלטען געוואלט הערן א ביאור פונעם בת קול וואס דאס מיינט "איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה" ???


עס מיינט א נאיווע פרוי וואס מיינט זי דארף זיך לאזן אביוזן.
די אלע זאכן זענען געשריבן געווארן אין א זמן וואס איז געווען פיל מיט אינפלואינס פון די דרויסענעדע וועלט אז מענער זענען מושל איבער פרויען.
דו מיינסטרים באמת אז די פריערדיגע פוסקים האבן נישט געפסק'נט לויט וואס איז געווען נערמאל אין זייער דור?

ועוד יש לומר, אז דאס מיינט אז דער מאן און די פרוי האבן זיך זייער שטארק ליעב און זי איז גרייט מיט די גאנצע הארץ צו טוהן וואס דער מאן באגערט. און דער מאן האט אויך ליעב די פרוי און פארלאנגט נישט זאכן וואס זי האט נישט ליעב....

נאכדעם וואס כ’האב דאס געשריבען האב איך זיך דערמאנט פון די גמרא [נדרים ס"ו] פון די מעשה פון בבא בן בוטא וואס דארטען איז יא מוכח כדברי הבת קול
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://hebrewbooks.org/shas.aspx%3Fmesechta%3D16%26daf%3D66b%26format%3Dtext&ved=2ahUKEwims-21xZL0AhVjSTABHQhKDgsQFnoECBUQAQ&usg=AOvVaw26leagFL4_XfO6mkg5v20O">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... O6mkg5v20O</a>



אהא א שיינע פשט. איז פארוואס איז נישט די נעקסטע פסוק איזהו איש כשר העושה רצון בעלית?
צוליב אלט מאדישע קאנטראל פריקס וואס האבן חתונה געהאט ביי די 40 מיט 12 יעריגע מיידלעך.

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 8:41 am

· #485460
למעשה האב איך אביסל צוריק געצויגן פון מיין פשט נאכדעם וואס איך האב געזעהן די גמרא אין נדרים. וכמ"ד משגיחין בבת קול,

אבער גיב א קוק ווי למשל לגבי וואס עס ווערט געברענגט אין רמב"ם וויפיל א מאן דארף לאזן זיין פרוי ארויסגיין אין גאס, דאס איז געווען בימים ההם
היינט מיינעך אז די פרויען דרייען זיך מער אינדרויסען ווי די מענער.... איז נישט שייך די הלכה
דאס זעלבע איז לגבי עושה רצון בעלה גייט לויט די היינטיגע נארמע.

אייער שפייז » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 9:13 am

· #485464
@ליב צי וויסן, דו מיינסט צו זאגן וואס "זיינע און אירע עלטערן" האבן זיך אויסגענומען?
איך גלייב נישט מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער וויל זיין ווייב זאל זיך צודעקן.

ליב צו וויסן » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 11:15 am

· #485485
דו ביסט שטארק גערעכט מיט די פאוינט.

אבער מיט וואספארא רעכט מעג מען צווינגען איינעם צו טוהן נגד רצונה ווען זי איז קיינמאל נישט איינגעגאנגען דערויף?

אויב ער האלט ער עס נישט אויס, זאל ער זיך גט'ן, און ווילאנג ער טראגט עס יא דורך קען ער פרובירן בדרכי נועם, אבער לכאורה ענדיגט זיך עס ביי דעם.

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:51 pm

· #485496
רביה''ק זי''ע
(און ס׳איז אויך נוגע צו אנדערע אשכולות וואס קומען ארויף יעדעס מאל וואס ס׳דא צופיל ניקים וואס לעכצן אנגענומען צו ווערן אין מאחורי און בלית ברירה פירקלען זיי אן אין מלפני, ביודעים צו בלא יודעים)


איך האלט שוין ביי איבער 200 תגובות און מען געט מיך נישט קיין עקסעס צום מאחורי.
זאג מיך נישט אז ס'איז נישט זאכליך, ווייל כ'האב איבער הונדערט מער לייקס ווי תגובות.

מה יעשה "הנער" שלא יחטא?

אגב, מיין משגיח פלעגט זאגן א פשט בדרך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אזוי: מה יעשה הבן? שלא יחטא!

Nanach » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:59 pm

· #485499
איך קען מיר אידענטיפייען מיט דיר, כאטש איך קום נישט צו צי דיינע קנעכלען אין לייקס, אבער דאך ווען איך האב געבעטן עקסעס האב איך ניטאמאל באקומען א ריספאנס.
עס וואלט מיר נישט אזוי געברענט צו באקומען צוטריט ווען נישט וואס יעדע דריטע תגובה קומט א מאחורי אלערט אדער א רעפרענס וכדומה.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:00 pm

· #485500
טעות

החוקר » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:19 pm

· #485502
ישר בעיניו

וואס הייסט מיט שכל און ליבע?

אז דו פרעגסט איז א סימן אז דו נוצט נישט קיין איינס. עכ"פ נישט אין די די נושא.

החוקר » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 4:02 pm

· #485533
אייער שפייז
@ליב צי וויסן, דו מיינסט צו זאגן וואס "זיינע און אירע עלטערן" האבן זיך אויסגענומען?
איך גלייב נישט מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער וויל זיין ווייב זאל זיך צודעקן.

דאס מאכט עס אויטאמאטיש איר אחריות צו פארעכטן?

אז ער שפירט אז ער איז געווארן אריינגעצווינגען אין דעם שידוך, קען ער זיך גט'ן.

מאנטריאל » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 4:20 pm

· #485534
ענדערש טויש דעם קעפל און פרעג צו וויאזוי קען מען מאכן טוישן דעם ווייב'ס לבוש נאכדערצו ווען עס איז זיי שווער.

פתחון פה » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:24 am

· #485591
ישר בעיניו
ווי קען מען עס זעהן?
וואס ווילסטו ארויסברענגען מיט דעם אז א שייטל איז נישט קיין לבוש?

א פרוי דארף גיין מיט די (האר) שייטל אין שטוב אזוי ווי דער מאן האט ליב, און אינדרויסן אזוי די הלכה פארלאנגט לגבי כיסוי הראש פון נשים נשואות.

כגפן פוריה » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:05 am

· #485594
ווי איך פארשטיי איז דא צוויי נקודות:

א) די חלק אז די שואל זאגט אז לעצטענס האט אים עס אנגעהויבן ברענען, וויל איך אים פרעגן האט עס אים נישט געברענט ביז יעצט? ס'קען זיין יעצט ממש פילט ער ווי ס'פלאצט, אבער בפשטות האט ער שוין געוואלט דאס פון אנפאנג, נאר ווי ס'גייט ביי אונז פרעגט מען אונז נישט קיין סאך פארן שידוך, און ס'איז painful אז דו דארפסט לעבן אויף א standard וואס דו האסט נישט געוואלט.

ב)איך וויל דיר פרעגן א שאלה, דו האלטסט ס'גייט זיך אפשטעלן ביים שייטל? זיכער אז נישט. די תאווה ברענט מער און מער, אין עס ווערט נישט אזוי שנעל satisfied. סאו אויב דיין ווייב איז נישט דעי טייפ און זי וואלט יא געבליבן אויפ'ן וועג וואס זי איז געווען ביז יעצט, דאן גייט זיך עס נישט ענדיגן דא, און דאס גייט זיין א struggle פאר לייף. סאו איך וואלט דיך גע'עצה'ט אדער גט זיך, אדער לערן דיך ווי אזוי צו זיין צופרידן.

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:03 am

· #485596
כגפן פוריה

ב)איך וויל דיר פרעגן א שאלה, דו האלסט ס'גייט זיך אפשטעלן ביים שייטל? זיכער אז נישט. די תאווה ברענט מער און מער, און עס ווערט נישט אזוי שנעל satisfied. סאו אויב דיין ווייב איז נישט דעי טייפ און זי וואלט יא געבליבן אויפ'ן וועג וואס זי איז געווען ביז יעצט, דאן גייט זיך עס נישט ענדיגן דא און דאס גייט זיין א struggle פאר לייף. סאו איך וואלט דיך גע'עצה'ט אדער גט זיך, אדער לערן זיך ווי אזוי צו זיין צופרידן.


די אדער אלעס אדער גארנישט מענטעליטי ווערט שוין געברעינגט אין א אלטע ספר, (די בעל מחבר האט אייניקלעך וואס לערנען אין בני ברק), אזוי ווערט געברעינגט אין משלי ממוכן: וכל זה איננו שווה לי.

דעיס קומט פון א געמיש פון גאווה מיט יאוש, ס'איז אזוי ווי כ'וועל זאגן: קיין ביליאנער וועל איך מילא קיינמאל נישט ווערן, מילא גיי איך אפילו נישט גיין ארבעטען, איך זעץ מיך אריין אין כולל זאל קופת עזרה צאלן מיין רענט.

פארוואס זאל איך נישט ארבעטען אין ווערן א שיינע בעל בית, אפילו כ'גיי נישט ווערן קיין ביליאנער?
פארוואס זאל זיין ווייב נישט אויסזעין ווי א שיינע אשה כשרה, אפילו זי גייט קיינמאל נישט אויסזעין ווי א פארנסטאר?

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:11 am

· #485597
עיין בשל"ה הק' פרשה זו ויצא מ"ד.
כ'וועל שפעטער פראבירן צו ברענגען א קאפי.

אין קורצן, מ'קען נישט הייסן פרויען טוהן זאכן, מ'דארף זיי מפתה זיין פארדעם. ראי' מיעקב אבינו.

ישר בעיניו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:18 am

· #485599
איך זה אז דעי קהל'ס נער איז גארנישט אזא נער

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:28 am

· #485600
ישר בעיניו
איך זה אז דעי קהל'ס נער איז גארנישט אזא נער


און אז דער ישר בעיניו איז גארנישט אזא ישר.

ג'אסט קידינג 😂 😂

בת קול » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 12:26 pm

· #485614
שמחהלע קאפשטיק
למעשה האב איך אביסל צוריק געצויגן פון מיין פשט נאכדעם וואס איך האב געזעהן די גמרא אין נדרים. וכמ"ד משגיחין בבת קול,

אבער גיב א קוק ווי למשל לגבי וואס עס ווערט געברענגט אין רמב"ם וויפיל א מאן דארף לאזן זיין פרוי ארויסגיין אין גאס, דאס איז געווען בימים ההם
היינט מיינעך אז די פרויען דרייען זיך מער אינדרויסען ווי די מענער.... איז נישט שייך די הלכה
דאס זעלבע איז לגבי עושה רצון בעלה גייט לויט די היינטיגע נארמע.


דאס אז די מאן האט געדארפט "לאזן", זאגט אויך אסאך.

ישר בעיניו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:53 pm

· #485670
קהל'ס נער
ישר בעיניו
איך זה אז דעי קהל'ס נער איז גארנישט אזא נער


און אז דער ישר בעיניו איז גארנישט אזא ישר.

ג'אסט קידינג 😂 😂

ישר "בעיניו"

מאן דאמר » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:10 am

· #485720
איך קלער אז פאר אונז קען מיר פראבירן פארענטפערן דעים שאלת השואל, ברויך ערשט אביסל צונעמען די פראגע, און אריין קלערן אין די היסטאריע אונטער די פאקטן אויף וואס די פראגע איז באזירט

וועל איך אנהייבן מיט א מעשה (וואס איז מעגליך וואָר)
א איד האט אנגעפרעגט ביי הרב שטיינמן זצ״ל, צו עס איז באמת דא אן אינטערשייד צווישן א שווארצע יארמולקע, און א בלויע, למאי נ״מ? מ׳האט זיין זון אהיים געשיקט פון חדר ווייל ער איז געקומען מיט א בלויע יארמולקע, און זיי לאזן אים נישט צוריק נאר מיט א שווארצע, וויל דער איד וויסן אויב דער ראש ישיבה האלט אז ס׳איז דא א חילוק בכלל. האט אים רב שטיינמן געענפערט, ״גערעכט! ס׳איז טאקע נישטא קיין אינטערשייד, און פארדעים טאקע זעה איך נישט פארוואס דיין זוהן קען נישט גיין מיט א שווארצע יארמולקע אין חדר״

לעניננו, ערשט ברויך מען פארשטיין, וואס איז א נפק״מ פון א הוילע שייטל צו א שייטל מיט א הוט, כולי עלמא מודה אז א מענטש פון באנגלאדעש וואס קומט מארגן אויף א טור אין ויליאמסבורג וועט נישט זעהן די חילוק, דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא קיין חילוק, עס איז א ריזיגע חילוק, פונקט ווי די חילוק פון א געפלאכטענע עטרה צו א געקעסטעל׳טע, אבער פארוואס פארשטייט עס נאר א א איד, א חסיד׳שער, און נאר פון וויליאמסבורג? (טריי סטעיט וכו׳)

צווייטענס, לאמיר זאגן אז מיר פארשטייען אז ס׳איז דא א חילוק, איז די שאלה נישט צו א מאן האט א רעכט צו בעטן/פארלאנגען פאר א פרוי צו טוישן א לבוש אדער ווײַס ווערסאַ, ווייל רעכטן זענען רעלאטיוו, מברויך פארשטיין ערשט די רעכטן סיסטעם אויף וואס דו פראגע איז געבויט אויף, צום ביישפיעל היינט ווייסט יערער איינער אין אמעריקא אז פרויען האבן א רעכט צו שטומען ביי אן עלעקשאן, פאר הונדערט יאר צוריק איז דאס קיינעם נישט איינגעפאלן, ווייל די רעכט סיסטעם קען זיך טוישן, דו גאנצע זאך פון רעכטן איז פונקט ווי די הוט אויפן שייטעל, א מענטש פון באנגלאדעש וועט נישט פארשטיין רעכטן די זעלבע וועג ווי א מענטש אין טריי סטעיט, און א איד אין וויליאמסבורג האלט אז א פרוי האט נישט קיין רעכט צו פירן אן אויטא בשעת א איד פון א צוואנציק גאסן ארויפציר האלט אז יא וכו׳

דריטענס, ווער זאגט אז די עצה איז אז דו פרוי זאל זיך בייטן דעים לבוש, פילייכט איז פשוט גרינגער אז דער מאן זאל טוישן דאס וואס ער וויל? ד״מ אז אויב דער מענטש פון באנגלאדעש זעהט נישט קיין חילוק פון א הוט אויפן שייטל אדער א בלויזע שייטל, אפשר הייב דו אן טראכטן ווי דער מענטש אין באנגלאדעש וועט דיך נישט באדערן דעים הוט, צו איז רעכטפארטעג דאס צו זאגן פאר א מענטש?

איך ברויך גיין כאפן שחרית און נאכער לויפן אין דזשאַבּ, שמועסט עס איבער און איך האף ממשיך צו זיין אין אווענט בעז״ה

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:40 am

· #485722
ער’ מאן דאמר: פארגעס נאר נישט צו עסן פת שחרית...

תרמב » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:41 pm

· #485736
איך האב געהערט א מעשה אויף איד וואס פלעגט רייכערן אסאך וואס האט זייער געוואלט טוישן זיין ווייבס לבוש פון א שייטל צו א שפיצל, האט ער געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב אז ער וועט אויפהערן רייכערן און זי וועט אנטון א שפיצל, נאך א שטיק צייט זעהט זי אז ער רייכערט שוין ווייטער, האט זי אים פארגעהאלטן דערויף האט ער געענטפערט קענסט צוריק טוישן אז דו ווילסט.......
בלאט: 1 2