☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14889
בלאט: 1 2 3

בעל דרשן » זונטאג אקטאבער 24, 2021 7:42 pm

· #483797
מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
צהלי ורוני יושבת הגולה הנה ימים באים !!!!!

התרגשות עצומה בהיכלות התורה והחסידות באמריקה הרחוקה, לקראת מסע הקודש של אחד מגדולי מנהיגי הדור מרן רבינו ראש הישיבה מגור שליט"א בשבוע הבא, לחזק ולרומם את קהל עדת מרעיתו, תושבי חו"ל היקרים, אשר זוכים לביקור חיזוק היסטורי

ימים רוחניים מלאי התעלות בתורה, יראה ועבודה, מצפים לידידינו תושבי אמריקה בשבועות הקרובים

רבינו שליט"א יהיה בין היתר בלאס אנג'לס, שיקאגו, ליקווד, וכמובן גולת הכותרת בבארא פארק, שם ישבות בשב"ק תולדות הבעל"ט בהשתתפות אלפי תושבי העיר ובפרט אלפי חסידי גור מאמעריקא

כי גדול בקרבך קדוש ישראל

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:06 pm

· #483804
ס'איז מיר אין לויף פון שבת אויסגעקומען צו קוקן אויף עטליכע בילדער וואו מ'זעהט דעם גערער רבי שליט"א. ער זעהט אויס ווי גלייך ער וואלט אראפגעשלינגען א זויערן פיקל. ספעציעל זייט ר' שאול איז געגאנגען מאכן שבת פאר זיך...! מ'דארף איהם זען צו געבן עפעס מעדעצין פאר מאגן ברענונג...!

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:09 pm

· #483812
אויב דער שילדיגער דא איז א זויערעפיקל, האב איך א פשוט'ע עצה, ער זאל עסן עפל מיט האניג.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:44 pm

· #483818
berlbalaguleh
ס'איז מיר אין לויף פון שבת אויסגעקומען צו קוקן אויף עטליכע בילדער וואו מ'זעהט דעם גערער רבי שליט"א. ער זעהט אויס ווי גלייך ער וואלט אראפגעשלינגען א זויערן פיקל. ספעציעל זייט ר' שאול איז געגאנגען מאכן שבת פאר זיך...! מ'דארף איהם זען צו געבן עפעס מעדעצין פאר מאגן ברענונג...!

נאכדעם וואס צענדליגער גור'ע אינגעלייט האבן זיך פארהערט גאנץ ש"ס, האט זיין פנים צוריק אויפגעלאכטן, יעצט קוקט שוין אויס ווי ער האט אראפגעשלינגען א אספירין קענדי.

Nanach » זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:16 pm

· #483826
בעל דרשן
צהלי ורוני יושבת הגולה הנה ימים

רבינו שליט"א יהיה בין היתר בלאס אנג'לס, שיקאגו, ליקווד, וכמובן גולת הכותרת בבארא פארק, שם ישבות בשב"ק תולדות הבעל"ט בהשתתפות אלפי תושבי העיר ובפרט אלפי חסידי גור מאמעריקא

כי גדול בקרבך קדוש ישראל

איז מעגליך ביטע א פונקטליכע באריכט? וואס איז די סדר פון די מסע?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:44 am

· #483838
נאנאך: דו פארלאנגסט צופיהל: מ'ווילל דאך נישט אז די אינשי דלא מעלי (אנשי רביה"ק שליט"א) זאללן וויסן דעם פונקטליכן סדר היום...!

חקרן » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:30 am

· #483844
732.844.9146

שמעו ותחי נפשכם.

אמת וצדק » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:41 am

· #483846
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
חקרן
732.844.9146

שמעו ותחי נפשכם.
ס׳איז אמת ?

בעל דרשן » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:55 am

· #483851
שבת תולדות גייט זיין אין בארא פארק ס'ווערט ערווארטעט א ריזן ציבור

מורינו ורבנו » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:47 pm

· #483937
וואס דארף איך טון?
היינט זענען אנגעקומען צו מיר צוויי אידן, חסידי גור, איינעם פון זיי קען איך און א צווייטער קען איך נישט, אבער ער האט זיך פארגעשטעלט, ער איז א גאנץ וויכטיגער און חשוב'ער מענטש אין גור. זיי האבן גערעדט מיט גרויס דרך-ארץ און איידלקייט, זיי האבן מיר ערקלערט אז אויב איך וועל גיין צו ר' שאול, וועל איך זיך פארטשעפענען מיט גאנץ גור, זיי וועלן האבן א לינקער בליק אויף מיר, ס'וועט מיר שאדן פינאנציעל און אויך מיט כבוד וכדו' און דער ענין וועט מיר אלעמאל באגלייטן.

למען האמת, איך האלט זיך עטוואס נאנט צו ר' שאול, ווען איך בין אין ארץ-ישראל גיי איך אריבער צו אים און איך שמועס דורך פארשידענע פרטים מיט אים. איך האב א רעקארדירונג וואו איך שמועס דורך פארשידענע זאכן מיט אים - צווישן אנדערע איבער די מחלוקת, וואו ער איז מיר מסביר זיין זייט. אמאל שיק איך אים א פאקס און ער ענטפערט צוריק, מיר האבן נאנטשאפט און איך וואלט זיכער געגאנגען.

איך האב זיי געפרעגט וואס עס ברענט זיי אזוי שטארק. הויבן זיי מיר אן מסביר זיין, אז ר' שאול שטיצט דאס האבן טעכנעלאגיע און ער איז א סכנה פארן דור, ווי אויך פארן ענין פון אמונת חכמים, ס'איז א מלחמת קודש וכו' וכו'... זיי האבן מיר אויך מרמז געווען, אז שטיצן ר' שאול מיינט, אז איך שיק א מעסעדזש פארן יונגן דור, בוגד צו זיין אין די אייגענע רבי'ס וכדו', און אז איך אליין וויל נישט אז דאס זאל פאסירן מיט מיר וכו'. זיי האבן מיר אויך געגעבן אנצוהערן אז גור וועט דאס נישט פארגעסן וכו'.

איך פארשטיי אז איר וועט מיר זאגן אז איך זאל זיך נישט דערשרעקן. אבער אין אמת'ן גערעדט, וואס דארף איך טון? - זיי סטראשען דאך. דארף איך זיך מפקיר זיין, נאר אים צו מכבד זיין, אדער זאל איך זיך מאכן כאילו איך ווייס נישט, און זיך פארענטפערן פאר ר' שאול אז דער טעראר האט מיר נישט געלאזט גיין, און איך האלט אז ער וועט מיר פארשטיין?

וויפיל איז דער גדר, מפקיר צו זיין אלעס, אבי זיך נישט צו דערשרעקן?

דער דאס » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:06 pm

· #483941
שיקט אים א פאקס, און שמועסט דורך אלע פרטים.

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:11 pm

· #483942
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
ווילסט דמיונ'ען אין דיין נאמען? גאו אהעד..
אבער דמיון נישט אין יענעמס נאמען.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:43 pm

· #483943
תוהו ובוהו
ווילסט דמיונ'ען אין דיין נאמען? גאו אהעד..
אבער דמיון נישט אין יענעמס נאמען.

דהיינו?

שמעון וואלף » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:18 am

· #483962
מורינו ורבנו
היינט זענען אנגעקומען צו מיר צוויי אידן, חסידי גור, איינעם פון זיי קען איך און א צווייטער קען איך נישט, אבער ער האט זיך פארגעשטעלט, ער איז א גאנץ וויכטיגער און חשוב'ער מענטש אין גור. זיי האבן גערעדט מיט גרויס דרך-ארץ און איידלקייט, זיי האבן מיר ערקלערט אז אויב איך וועל גיין צו ר' שאול, וועל איך זיך פארטשעפענען מיט גאנץ גור, זיי וועלן האבן א לינקער בליק אויף מיר, ס'וועט מיר שאדן פינאנציעל און אויך מיט כבוד וכדו' און דער ענין וועט מיר אלעמאל באגלייטן.

למען האמת, איך האלט זיך עטוואס נאנט צו ר' שאול, ווען איך בין אין ארץ-ישראל גיי איך אריבער צו אים און איך שמועס דורך פארשידענע פרטים מיט אים. איך האב א רעקארדירונג וואו איך שמועס דורך פארשידענע זאכן מיט אים - צווישן אנדערע איבער די מחלוקת, וואו ער איז מיר מסביר זיין זייט. אמאל שיק איך אים א פאקס און ער ענטפערט צוריק, מיר האבן נאנטשאפט און איך וואלט זיכער געגאנגען.

איך האב זיי געפרעגט וואס עס ברענט זיי אזוי שטארק. הויבן זיי מיר אן מסביר זיין, אז ר' שאול שטיצט דאס האבן טעכנעלאגיע און ער איז א סכנה פארן דור, ווי אויך פארן ענין פון אמונת חכמים, ס'איז א מלחמת קודש וכו' וכו'... זיי האבן מיר אויך מרמז געווען, אז שטיצן ר' שאול מיינט, אז איך שיק א מעסעדזש פארן יונגן דור, בוגד צו זיין אין די אייגענע רבי'ס וכדו', און אז איך אליין וויל נישט אז דאס זאל פאסירן מיט מיר וכו'. זיי האבן מיר אויך געגעבן אנצוהערן אז גור וועט דאס נישט פארגעסן וכו'.

איך פארשטיי אז איר וועט מיר זאגן אז איך זאל זיך נישט דערשרעקן. אבער אין אמת'ן גערעדט, וואס דארף איך טון? - זיי סטראשען דאך. דארף איך זיך מפקיר זיין, נאר אים צו מכבד זיין, אדער זאל איך זיך מאכן כאילו איך ווייס נישט, און זיך פארענטפערן פאר ר' שאול אז דער טעראר האט מיר נישט געלאזט גיין, און איך האלט אז ער וועט מיר פארשטיין?

וויפיל איז דער גדר, מפקיר צו זיין אלעס, אבי זיך נישט צו דערשרעקן?

מאך א פאליס רעפארט און נעם ארויס א ריסטרענינג ארדער

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:23 am

· #483964
מורינו ורבינו: וואס טוט זיך מיט דעם פסוק ..."לא תגורו"...אויב דו האלטסט אז ס'איז וויכטיג צו גיין צו ר' שאול, דארפסטו ארויסווייזן אז דו דערשרעקסט זיך נישט פאר זייערע סטראשונגען. פארקערט. דער דרך פון..."אפיזמענט"...ארבעט קיינמאל נישט. דאס האט מען געזעהן פאר די 2'טע וועלט מלחמה ווען דער ענגלישער פרעמיער טשעמבערלעין האט זיך געבויגן פאר היטלער, ימ"ש. און ער האט זיך איינגערעדט אז דאס וועט ברענגען שלום. דערווייל איז געשעהן פונקט די פארקערטע. ס'האט געברענגט צו מלחמה...!

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:52 am

· #483982
פארוואס האסטו (בדמיונך) זיי נישט געזאגט אז דו ביסט אין א ראש? ספעציעל אז מען דארף נאך אפדעיטן דעם עולם אינם תמ''ל אשכול.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:26 am

· #483985
איך אויך: דיינע ווערטער זענען אריינגעקומען שלא כסדרן. זיי מסביר וואס דו ווילסט. אדער האק א טשייניק...!

מיין טראלל אלארם האטציך שטארק צופיפן...!

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:53 am

· #483987
ר' בערעלינו, אמאל האסטו געליטן פון לאו סעלף עסטים און בטעות געמיינט אז קיינער איז נישט אינטרעסירט אין דיינע שרייבעכצער. אבער יעצט איז גאר פארקערט, ביסט שוין א גאנצע מעשה בעל הבית און טיילסט דעות.

סאו, נעם איין א טשיל פיל און געדענק עס איז דא א דרך הממוצע.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 12:09 pm

· #483988
איך אויך
פארוואס האסטו (בדמיונך) זיי נישט געזאגט אז דו ביסט אין א ראש? ספעציעל אז מען דארף נאך אפדעיטן דעם עולם אינם תמ''ל אשכול.

בעל דרשן » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:54 pm

· #483999
‏מסע "עוז לתורה" ארה"ב ● חשוון תשפ"ב ● עדכון
1. רבינו ראש הישיבה שליט"א ימריא בע"ה לארה"ב ביום ב'.
2. אל רבינו יצטרפו במסעו מנכ"ל המוסדות הרב ישראל צישנסקי, הגבאי הרב יחזקאל הלפרין ומקורבו הרב ישראל לוין.
‏3. בשבת פ' תולדות ישבות בע"ה רבינו בבורו פארק. לשם כך נשכר אולם רחב ידיים שבו יתקיימו התפילות והטיש בסעודה שלישית.

4. מטרת המסע: ביסוס המוסדות והפצת תורה. לאור זאת צפויים להתקיים מספר שיעורים וארועים עם נגידים.

5. לא מתוכננות במסע זה פגישות עם אדמו"רים כלל.
‏6. יתכן ובמהלך המסע יפקוד רבינו גם את לוס אנג'לס וזאת לאור בקשות המגיעות משם לקיום דינר למייסדי המוסדות. יתכן גם שהחזרה תהיה דרך אנגליה, אם כי הדבר אינו מסוכם עדיין.
‏תפילתנו, תפילת כל בני הקהילה תומכיה ואוהדיה הרבים, כי מסע הקודש להצלחת המוסדות והקהילה ישיג את מטרותיו - לביסוס ולהרחבת מוסדות הקודש העומדים תחת נשיאותו והכוונתו של רבינו ראש הישיבה שליט"א, ולהפצת אור תורתו של רבינו שליט"א בקרב קהלים נוספים.

ערבי נחל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:29 pm

· #484022
ווען גייט ער זיין אין מאנסי?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:40 am

· #484045
בעל דרשן
‏
5. לא מתוכננות במסע זה פגישות עם אדמו"רים כלל.
‏

קוקט אויס די גור'ע האבן געטומלט אזויווי ביים בעלזע באזיך האט ר' שאול געזאגט, קענסטיך האלטן מיט אלע רבי'ס ס'מיר גוט אזוי, ועוד חזון למועד.
ער קומט דא צו שאפן געלט און וויל ס'זאל זיין א סוקסעס. זייער קליג צו אויסקראסן די גאנצע באזיכן סומאטוכע און עס לאזן פאר א צווייטע געלעגענהייט.

שמעי' » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:29 am

· #484047
ס'נישט מסתבר אז ער קומט פאר געלט, ער האט דאך נארוואס געענדיגט מאכן א סוקסעספול קאמפעין.

חוץ אויב די סטראגעטיסטן האבן מחליט געווען אז מ'דארף אריינכאפן ווי לאנג ער האט נאך די מאמענטים אלץ נרדף[emoji2369]

בעל דרשן » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 7:58 am

· #484048
זיי בויען א נייע שול בויען פרישע מוסדות איבער ארץ ישראל ס'קאסט גרויסע געלטער
די באזוכן רבי'ס וואס פעלט עס אויס ווען א פלאמבער פון ארץ ישראל קומט קיין אמעריקא באזוכט ער אלע פלאמבערס אין אמעריקא ? ער טוט זייער קלוג

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:00 am

· #484052
שמעי'
ס'נישט מסתבר אז ער קומט פאר געלט, ער האט דאך נארוואס געענדיגט מאכן א סוקסעספול קאמפעין.

חוץ אויב די סטראטעגיסטן האבן מחליט געווען אז מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ער האט נאך די מאמענטום אלץ נרדף.

שמעי': נישט ביי מיר. ביי מיר האבן זיי נישט דעם סטאטוס פון נרדפים. ווייל זיי און זייער מנהיג האבן גאנץ גוט געוואוסט מתחילה אין וואס זיי לאזן זיך אריין. ס'זעהט אויס אז זיי האבן מחליט געווען אז ס'לוינט זיך צו כאפן די קלעפ...! ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט אן פאר א מענטש גיי נישט צו צום עלעקטריזיר'טן צוים ווייל דו קענסט (ח"ו) געהרג'עט ווערן. און אויב ער גייט יא. איז ער זיך אליינס שולדיג...!

בעל דרשן » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:56 am

· #484147
התרגשות ודריכות שיא בקהילות גור בארה"ב בפרט ובקהילות החרדיות בכלל לקראת ביקורו של מרן ראש הישיבה מגור הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א במשך ימי השבוע הבא, אשר יבקר בבארא פארק ובליקווד אצל חסידיו הרבים.

יצויין, כי זו נסיעתו הראשונה לחו"ל של ראש הישיבה, מאז תחילת ימי הנהגתו בראשית שנת תש"פ, לפני מעט יותר משנתיים.

בשבת פרשת תולדות ישהה ראש הישיבה בבארא פארק, שם יערוך את מעמדי הטישים בליל שבת ובסעודת רעוא דרעוין בהשתתפות אלפי חסידים, תלמידים ואוהדים.

בשבת הבאה יציינו דבר נוסף בחסידות, מלאות עשרים ושמונה שנים מאז פרשת תולדות תשנ"ד בה שהה בארה"ב אביו של ראש הישיבה, כ"ק מרן הרבי הפני מנחם מגור זצוק"ל, בביקורו ההיסטורי בארה"ב, כשנה וחצי לאחר תחילת ימי הנהגתו כאדמו"ר מגור, הביקור הבלתי נשכח שהותיר רושם רב על החסידים עד היום.

מעט מן הפרטי המסע נחשפים אט אט, כשיציאתו המתוכננת של ראש הישיבה מארה"ק מיועדת להיות ברצות ה' בליל יום ג' הבעל"ט בכחצות הליל.

ביום ג' תתקיים שמחת השבע ברכות לבתו של העסקן והנגיד הרב ישראל שמעון בריקמן, מראשי קהילת גור בארה"ב, בהשתתפות ראש הישיבה ומאות החסידים.

בשבת קודש ישהה ראש הישיבה במרכז בארא פארק, ויערוך את שולחנותיו הטהורים בהשתתפות אלפים רבים בליל שבת קודש ובסעודת רעוא דרעוין.

באחד מן הימים יגיע ראש הישיבה לביקור מיוחד בליקווד, שם יש לו חסידים רבים ושני בתי חסידים שבהנהגתו.

בימי הביקור יערוך ראש הישיבה מעמדי הוקרה לנדיבי העם מחזיקי התורה בהשתתפות דינרים מיוחדים להחזקת מוסדות התורה והחסידות בארה"ק.

במשך כל ימי הביקור עתידים להיות שעות רבות של קבלות קהל לקהל האלפים שוחרי פתחו של ראש הישיבה, אשר כמנהגו ישיב לשואליו דבר ועצה נבונה ונכונה, ויברכם לפקודת ישועה ורחמים.

דבר מעניין נוסף שראוי לציון, הוא שראש הישיבה חרג ממנהגי האדמו"רים הנוסעים לחו"ל שנוסעים בלווי רבים מקהל חסידיהם, וביקש והפציר ואף קבע, כי מלבד המשלחת המצומצמת שכוללת את הגבאים ומנהלי המוסדות, כל החסידים ישארו בארה"ק ויתמידו כהרגלם בתורה ובעבודה, ובכך ימנע ביטול תורה, קבע ראש הישיבה.

הצפי לחזרת ראש הישיבה לארה"ק הוא ביום ג' לסדר ויצא יעקב - יציאת הצדיק מן העיר עושה רושם... הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה, אשר יחזור לארה"ק לאחר ימי מסע הקודש וימי ההתעלות שבוודאי יותירו חותם עמוק ורושם רב על קהל החסידים וקהילות החרדים בארה"ב.

*צהלי ורוני כי גדול בקרבך קדוש ישראל, ויהי נועם ה' א' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו ומעשי ידינו כוננהו, ובברכת הצלחה גדולה ורבה*

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 6:53 am

· #484150
מורינו ורבנו
היינט זענען אנגעקומען צו מיר צוויי אידן, חסידי גור, איינעם פון זיי קען איך און א צווייטער קען איך נישט, אבער ער האט זיך פארגעשטעלט, ער איז א גאנץ וויכטיגער און חשוב'ער מענטש אין גור. זיי האבן גערעדט מיט גרויס דרך-ארץ און איידלקייט, זיי האבן מיר ערקלערט אז אויב איך וועל גיין צו ר' שאול, וועל איך זיך פארטשעפענען מיט גאנץ גור, זיי וועלן האבן א לינקער בליק אויף מיר, ס'וועט מיר שאדן פינאנציעל און אויך מיט כבוד וכדו' און דער ענין וועט מיר אלעמאל באגלייטן.

איך וואלט גענומען די געלעגנהייט און זיי מסביר געווען אז טעראר האט קיינמאל נישט געארבעט אין אזעלכע פעלער, אדרבה וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ, גיב א קוק ביי סיי וועלכע חסידות וואס מען האט גע'רודפ'ט, די חסידות זענען נאר געוואקסן דורך דעם, גיב א קוק בני יואל אין ק"י, קוק באבוב-45, קוק יעצט הילקרעסט לעבן סקווירא, א.א.וו. למעשה איז דאס יומען נעטשור אז רדיפות פאראייניגן גאר די קהלות, און שפעטער האבן די רודפים ביטער חרטה, סיי ברוחניות פאר'ן רודפ'ן אנדערע אידן און סיי בגשמיות אז עס האט אויפגעטון פונקט דאס פארקערטע ווי די מטרה, גענוי ווי די מצריים האבן פרובירט צו באזיגן און געשלאגן דעם פראש... אלזא החכם עיניו בראשו, זיי זאלן צוריקגיין קיין גור און אנהייבן נאכאמאל לערנען ש"ס און אזוי זאלן זיי זיך בויען, ווייל צוריק גייט א קאזע, ר' שאול אלתר איז "היער טו סטעי" טאקע צוליב זייערע ביז-איצטיגע רדיפות, און פאר זייער אייגענע טובה, אויב ווילן זיי נישט אז ער זאל וואקסן דאפעלט בקרוב, זאלן זיי אפשטעלן די רדיפות באצייטענס.

מונטסורי » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 9:46 am

· #484165
berlbalaguleh
שמעי'
ס'נישט מסתבר אז ער קומט פאר געלט, ער האט דאך נארוואס געענדיגט מאכן א סוקסעספול קאמפעין.

חוץ אויב די סטראטעגיסטן האבן מחליט געווען אז מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ער האט נאך די מאמענטום אלץ נרדף.

שמעי': נישט ביי מיר. ביי מיר האבן זיי נישט דעם סטאטוס פון נרדפים. ווייל זיי און זייער מנהיג האבן גאנץ גוט געוואוסט מתחילה אין וואס זיי לאזן זיך אריין. ס'זעהט אויס אז זיי האבן מחליט געווען אז ס'לוינט זיך צו כאפן די קלעפ...! ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט אן פאר א מענטש גיי נישט צו צום עלעקטריזיר'טן צוים ווייל דו קענסט (ח"ו) געהרג'עט ווערן. און אויב ער גייט יא. איז ער זיך אליינס שולדיג...!

לפענ״ד איז דאס בכלל נישט גלייך און גראדע וויקטים בלעימינג. די צוים האט דאך נישט קיין בחירה, דער מענטש וואס גייט צו ברויך אבאכט צו געבן. גור ווידעראום, איז בוחר צו רודפ׳ן, דאס אז ר׳ שאול ווייסט פון פאראויס אז גור מאכט נישט געווענליך די בעסטע בחירה מאכט אים נאכנישט אויס נרדף.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 10:38 am

· #484167
מונטסורי: אבער ר' שאול האט אויך א בחירה. און ווען ער האט געמאכט די בחירה פון ארויס גיין אקעגן דעם רבי'ן (עכ"פ אזוי טייטשן עס אויס די חסידים פון רבי'ן) האט ער גאנץ גוט געוואוסט וואס די קאנסעקווענצן וועללן זיין (איזהו חכם הרואה את הנולד). ס'איז פונקט אזוי ווי א מאטעמאטישע פארמולא. למשל 2X2=4. דאס איז א פשיטא...!

מונטסורי » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:07 am

· #484169
ר׳ שאול האט בלויז אוועקשפאצירט, ער קלעימט נישט קיינע בנינים אדער סיי וואס.

משל למה הדבר דומה? איינער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א משוגענע לענדלארד וואס ״לאזט״ אים נישט זיך אוועקציען פון זיין דירה. דער טענענט ווייסט בידיעה גמור אז אויב צייט ער זיך צו אנאנדערע דירה וועט אים דער משוגענער לענדלארד רודפ׳ן עד חרמה, ער ווייסט אבער אויך אז ער מעג שטיין אויף זיינע רעכטע און זיך ציען צו א גרעסערע דירה, און אזוי טוט ער. ווי ערווארטעט, הייבט דער משוגענער לענדלארד אן א קייט פון רדיפות און השמצות אקעגן דעם אלטען טענענט.

איז דער משוגענער לענדלארד דען נישט קיין רודף? איז דער טענענט דען נישט קיין נרדף?

לפענ״ד איז דער גור׳ער רבי דער משוגענער לענדלארד

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:19 am

· #484172
מונטסורי: דו האסט געברענגט זייער א גוטן און צוגעפאסטן משל. איך דארף דא מאכן א שטיקל הבהרה. איך מיין בכלל נישט צו בארעכטיגן וואס דער העיליגער רבי טוט. איך האב נאר ארויסגעהויבן די נקודה אז ס'איז געווען מובן מאליו מתחילה אז ס'גייט זיין טעראר אויף ר' שאול...!

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:49 am

· #484175
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
כמונטסורי ועוד: נישט אז אין גור האט ער געלעבט א חיים טובים.... די לעצטע צוואנציג יאר איז עם נישט אזוי זיס געווען, און די רדיפות האבן זיך נאר פארערגערט.

פארשטייט זיך אז אונז דארפן נישט צוקומען צו דעם (און אפי' אויב ער האט געהאט כבוד מלכים אין גור, מעג ער נאכאלס ארויס פון דארט) ווייל יעדער - חוץ א עבד - האט די רעכט צו טוען וואס ער וויל פאר זיך. עס איז נאר לסבר את האוזן פאר די וואס האלטן אז איינער וואס ווערט געבוירן אין א גאראדז איז אויטאמאטיש א קאר און דארף פארבלייבן דארט פאר די רעשט פון זיין לעבן.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:01 pm

· #484178
פאליטיקאנט: נאכדעים זאלל דער הייליגער רעבע קומען און טיילן שיריים פון זיינע הייליגע הענט ומפה קדשו. א ביסל פארטרוקנטע חלה וועלכע איז נאך געבליבן פון זיין (הייליגן) זונ'ס חתונה. און אביסל אלטע הערינג וואס מ'קען דערויף זאגן .."מה שמועה שמע ובא"... ווייל די הערינג הערט זיך אין גאנצן ביהמ"ד...!".

בעל דרשן » מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:16 pm

· #484228
קומען גרויסע לעכטיגע טעג אין אמעריקא

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:38 pm

· #484229
טערעסאנט, מיין רבי האט געזאגט ביי שלש סעודות אז עס קומען לאנגע ווינטער נעכט.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:07 am

· #484237
שמעקעדיג: יא. אבער מיין רבי. אדער זיינע שליחים . אין דעם מכתב עת קודש..."דער בלאט"...שי' עמו"ש. תמ"ל עוז ותעצומות...עביגוא"צ בב"או"א...אז אויף די הייליגע נסיעה קיין סיגוט צו ארץ אבותינו, זענען געווען לעכטיגע טעג...!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:29 am

· #484241
*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*

*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*

*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*

אספקלריה » זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:41 am

· #484250
איך מיין אז אזא תורה ריז ווי ר' שאול באלאנגט נישט אין די בילדער מאגאזינען. פארקערט, זיי וועלן איהם א טובה טוהן אז זיי לייגן איהם נישט אריין.
זאלן זיי טאקע נאר אריינלייגען די מעכטיגע פארטיי פירער און זייערע געפאלישטע מאגעזינען,
ס'איז נעבעך דא אזאנע וואס האבן נישט וואס צו פארקויפן נאר זייער פנים, ס'איז גארנישט דא מער ווי דעם,

צו קענען ר' שאול אלתר איז דא אנדערע וועגן, ס'גיסט זיך פון איהם תורה וחסידות אויף א פארנעם וואס מ'האט שוין יארען נישט געזען.
מ'קען ליינען תורה וחסידות פון איהם און אויסהערן זיינע שיעורים,

די חסידישע וועלט פון רבי'ס האט בכלל גאר ווייניג בעלי כשרונות, און אפילו דיע פאר וואס זענען שוין יא בעלי כשרונות, זענען גאר שוואכע כאראקטערס מילד גערעדט,
אזא כח ווי ר' שאול האט די חסיד'ישע וועלט שוין לאנג נישט געזען, א ריז אין תורה, א שטיק פייער פאר די אמת, ער זאגט זאכן כמות שהוא.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:08 am

· #484252
האסט א נקודה.

תוהו ובוהו » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:34 pm

· #484294
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
שאולדיספריםפאקער
*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*

*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*

*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...

והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]

Nanach » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:36 pm

· #484295
תוהו ובוהו
שאולדיספריםפאקער
*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*

*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*

*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...

והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]

לאמיר עס פארעכטן, מיר גייען נישט דולדען קיין טעראר!!!

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:41 pm

· #484296
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
תוהו ובוהו
שאולדיספריםפאקער
*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*

*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*

*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...

והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]
נישט קויפן איז ממש פארקערט ווי טעראר!
באיקאטירן הייסט אז דו געבסט דיין מיינונג בדרך נחת, דו גייסט נישט יענעם צווינגען מיט געוואלד אדער טעראריזירן, נאר יענעם איבערצייגן אז עס 'לוינט עם' צו טון וואס דו פארשטייסט (מחמת געלט, אדער כבוד).

תוהו ובוהו » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:45 pm

· #484297
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
פאליטיקאנט
נישט קויפן איז ממש פארקערט ווי טעראר!
באיקאטירן הייסט אז דו געבסט דיין מיינונג בדרך נחת, דו גייסט נישט יענעם צווינגען מיט געוואלד אדער טעראריזירן, נאר יענעם איבערצייגן אז עס 'לוינט עם' צו טון וואס דו פארשטייסט (מחמת געלט, אדער כבוד).
רוב זאכן וואס מיר רופן אן 'טעראר' איז נישט פיזיש צווינגען, נאר מאכן אז ס'זאל זיך יענעם נישט לוינען צו טוהן פארקערט ווי איך וויל..

בכל אופן, ס'איז אוודאי נישט די זעלבע און ס'איז געווען א ווערטל, ותנוח דעתכם.

בעל דרשן » זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:12 pm

· #484301
עס ווערט יעצט געמאלדן אז

דער ראש ישיבת פני מנחם הגאון רבי דניאל אלתר שליט״א. קומט צוגיין מיטן פמליא של מרן הגר״ש מגור שליט״א

בעל דרשן » זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:13 pm

· #484302
אומבאשטעטיגטע באריכטן קומען אריין אז צום גרויסן היסטארישן שבת אין בארא פארק גייט ווערן אויפגעשטעלט א גרויסע שאטער צו קענען אקאמאדירן די טויזענטע משתתפים וואס זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען

צפור בודד » זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:29 pm

· #484306
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
פון א קליפ וואס פארט ארום.

איז דאס וואר? ביי אייוועלט אויך?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

בעל דרשן » זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:42 pm

· #484316
עס גייט בעז״ה געבויט ווערן *א ריזן שאַטער ענקית* לרגל דעם היסטארישן באזוך פון מרן הגר״ש מגור שליט״א.

אויף א ריזן שטח, איבער 15,000 סקווער פיס אויף 18 צווישן 52 און 53. (שטח הרב אייזנבערגער שליט"א)

קעגן איבער ת"ת יגדיל תורה, וואו מרן הגר״ש שליט"א וועט באזוכן דורכאויס די ימי הביקור.

בעל דרשן » זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:42 pm

· #484317
בעלזא
📎 IMG_20211031_163726_569.jpg

פארווע חסיד » זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:57 pm

· #484318
איז די צעטל אמת?

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:07 pm

· #484346
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
משלחת הגוראים ברגעים אלו בדרכם ל770 כדי לשכנע האדמו"ר מלובביץ לא להיפגש עם ראש הישיבה......
בלאט: 1 2 3