היסטאריער' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן. .
ר' יענקל אריה איז א פוסטער בעל גאווה, קיין טראפ תורה קען ער נישט, ס'קומט ארויס 5 זייטן דברי תורה יעדע וואך אבער קיין 3 מינוט רעקארדירונג איז נישטא פון אים. ער איז א ע"ה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. א בעל מחלוקת וואס האט זיך נאכנישט געבויגן פאר קיינעם אויף דער וועלט. אנגעדרייט מחלוקת מאז היתה גור לגוי, נאך אין צייטן פון זיין טאטן כידוע. און ביז היינט ליידט מען פון זיינע זינלאזע קריגערייען וואס ענדיגן זיך נישט. יעדן טאג מיט א צווייטן. איין טאג איז עס דגל, איין טאג מאיר פרוש, נעכטן שטיינמאן, מארגן בעלזא, און היינט ר' שאול.
ער האט נישט קיין טראפ כאריזמא, קיין משהו מידות, קיין טראפ חן, קיין טראפ אמת, קיין טראפ יראת שמים. אלעס איז אני ואפסי. אויב איך קען נאר בקיאות זאל קיינער נישט קענען קיין עיון. אויב איך וויל רעכטס זאל זיך קיינער נישט דערוואגן צו זאגן אנדערש. אויב יגדיל תורה וויל נישט איבערשרייבן די ת"ת אויף מיין נאמען, וועל איך עפענען א נייע. אויב איינער וועט גיין צו מיין קאזין זאל ער פליען פון די מוסדות. קיינער זאל נישט גיין צו זיינע שמחות, מאן און ווייב זאלן זיך גט'ן, טאטעס מיט קינדער זאלן זיך רייסן, אבי קיינער זאל נישט צוטרעטן מיין כבוד.
לגבי ווער ס'איז מער ר' שאול אדער דער פני מנחם וויל איך נישט אריינרעדן, ביידע גאונים אדירים, מתמידים, און ענווים, דלא כר' יענקל אלתר וואס האט קיין איינס נישט. לגבי ר' שאול און זיין ברודער פעלט ניטאמאל אויס צו רעדן, איר קענט נישט קיין איינס פון זיי. ר' שאול איז א מתמיד עצום וואס די וועלט האט ווייניג, ער לערנט 18 שעה א טאג בלי הפסק, ער ליגט אין לערנען. ר' דניאל איז א בעסערע בעל דרשן, מער מסודר ביים רעדן און פליסיגער אין בקיאות - מער ענליך צום טאטן, אבער אין התמדה אדער אין גאונות שטייגט ר' שאול איבער פי כמה. בפרט אז מ'רעדט פון ענווה אדער פון כאריזמע, מידות אדער חן.
יעצט לגבי דאס זיך מכניע זיין. הגאון ר' שאול איז געווען נכנע אלע יארן און איז געווען גרייט ווייטער זיך מכניע צו זיין כאטש די טעראר פון אוועקנעמען זיין ישיבה וכו' וואס קיינער האט נאכנישט געטון אין גור אויסער יענקל אלתר.
ער האט פארלאנגט איין תנאי:
מ'זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן פון גער אן זיין רשות און צוריקנעמען בערלינער! מחללי שבת ווארפט מען נישט ארויס, אפיקורסים קענען בלייבן, אבער איינער וואס רופט דעם רבי'נס שלוחים און הנהלת המוסדות צו דין תורה ער מוז פליען פון גער. דאס האט ער פארלאנגט. ער איז געזעצן זונטאג בראשית, א טאג נאך שמחת תורה תש"פ מיט זיינע ברודערס, ר' יעקב מאיר און ר' איצ'ע דוד, און מ'האט דאס באשטימט אלס הויפט תנאי. אבער ר' יענקל אלתר האט זיך נישט געקענט צושטעלן צו דעם... זיינע מחוצפים וואס דערוואגן זיך צו רופן מנהלי המוסדות צו דין תורה מוזן פליען פון דארט, און צוליב דעם האט ער זיך נישט מכניע געווען.
דאס הייסט זיך נישט מכניע זיין? צו וועמען? צו אן אפגאט וואס האלט נישט ביי גארנישט? קיין אידישקייט, קיין יראת שמים, קיין שבת, קיין תורה, גארנישט גארנישט. נאר איך און נאכאמאל איך. דאס מיינט זיך נישט מכניע זיין? ר' שאול האט נישט פארלאנגט קיין כבוד, פאזיציע, געלט גארנישט. נאר מען זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן וואס זייערע דורות וועלן בלייבן הפקר. אבער גער האט געזאגט ניין. אונז ווארפן ארויס בערלינער און אלע זיינע אייניקלעך זאלן בלייבן אויפן גאס. קיין מחוצף צום עגל זאל ער נישט זיין.