☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א

150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14889
בלאט: 1 2 3

יעקב מעקסוועל » זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:20 pm

· #484348
צפור בודד
פון א קליפ וואס פארט ארום.

איז דאס וואר? ביי אייוועלט אויך?

ניין, נישט אמת. עס איז געהעריג דא דארט ריפארטס.
עס איז דא גענוג פראבלעמען, לאמיר נישט סתם צולייגן נאך.

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 1:03 am

· #484366
פארווע חסיד
איז די צעטל אמת?

שמעקט צו זיין פאלש. ר' שאול קומט נישט מיט קיין סאך אורחים פאר וועם מ'דארף צושטעלן בתי מדרשים.

צפור בודד » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 2:18 am

· #484369
פארווע חסיד
איז די צעטל אמת?

ס'איז דער צעטל וואס בעלז האט ארויסגעגעבן ווען דער גערער רבי איז געקומען געטוישט אז ס'זאל אויסצוזען ווי פאר ר' שאול.

סמבטיון » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 12:49 pm

· #484394
זיכער פאלטש

חכמת שלמה » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 11:58 am

· #484511
וואס איז דארט למעשה? - דער אמעריקאנער עולם שטעלט זיך למעשה צו? - מען קומט צו תפילות וכדו'? - אדער זיי שטייען ווייט פון ר' שאול (מחמת האונס)?

סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 12:01 pm

· #484512
ער האט א ריזן עולם אין אמעריקע. און אסאך וואס זענען נאך נישט ארויס בגלוי גייען יעצט מאכן די דרייסטע שריט. איך פיהל בעד פאר גער, אבער עס איז א פארלוירענע קריג.

חכמת שלמה » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 12:47 pm

· #484519
איך פרעג צי דער עולם איז זיך למעשה משתתף, אדער מען האט מורא?

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 1:07 pm

· #484526
גור לייגט שרעקליכע לחץ אויף ר' יעקב ראטה פון מפואר אז ער זאל נישט אויפנעמען רבי שאול...

לך לך » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 2:38 pm

· #484542
חכמת שלמה
איך פרעג צי דער עולם איז זיך למעשה משתתף, אדער מען האט מורא?

ביזדערווייל ווי ער גייט האט ער א שיינע מספר באגלייטער

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:03 pm

· #484600
ניו יארק איז אין א פרייליכע שטימונג מיטן גרויסן גאסט
א רחמנות פארן ינוקא פון סאדיגורא בני ברק די אייבערשטער וועט אים זיכער נישט פארלאזן

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:04 pm

· #484601
די גרויסע גאסט האט שוין באזוכט ביי האדמורי"ם מרחמיסטריווקא - באבוב - קאסוב שליט"א און ערווארטעט אנצוקומען צו נאך היינט נאכט

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:08 pm

· #484603
קבלת קהל צימער
📎 IMG_20211102_190715_614.jpg

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:39 pm

· #484612
די סוקסעס איז העכער אלע ערווארטונגען.

נאך לאנגע וואכן פון לחץ ביי אלע אדמורים ורבנים, דיינים ומוצי"ם, משלחת'ן פון שיינע אידן, ווי דער רב החדש פון חסידי גור און דער ראש ישיבה וואס זענען אליין ארומגעגאנען פון רב צו רבי אז קיינער זאל נישט אויפנעמען דעם אותו האיש, איז רבי שאול געווארן אויפגענומען ביי יעדעם מיט גרויס הערצה, און איז נאך ניטאמאל אנגעקומען איבעראל, אבער דעם ערשטן קאמף האט ער שוין געווינען. קאסוב, רחמסטריווקא, באבוב, באבוב 45, עס קומט נאך סקולען, מונקאטש, מהר"יי מסאטמאר ועוד.

אין א פאזיטיווע שריט האבן 25 משפחות וואס שיקן אין גערע מיידל סקול אפגעמאכט אנצופייפן די טעראר און יא גיין צום ראש ישיבה דורכאויס דעם גאנצן ביקור, און אויב ווארפט מען אפילו נאר איינעם, וועלן אלע אינאיינעם ארויסנעמען זייערע קינדער פון גערע מיידל סקול. אזוי וועלן זיי נישט קענען ווארפן נאר איינעם צוויי, אדער יעדער אדער קיינער.

אויסער דעם זעט זיך אן זקני אנ"ש, געציילטע עלטערע אידן וואס זענען יא געבליבן ביים דעת טראץ די בלבול המוחות וואס די קעפ זענען אריבער אין די לעצטע צוויי יאר.

די הויכע טעג זענען דא.

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:52 pm

· #484615
סגעדענקט זיך נישט אזעלכע טעג ווען רוב יהדות החרדית זאל מיטהאלטן יעדע דעטאל פון א מנהיג וואס קומט צו פארן פון ארץ ישראל
ער האט זיך איינגעקויפט א געוואלדיגע הערצה ביי אלע שיכטן און קרייזן אז מ'קען שוין באלד שרייבן אויף אים רשכבה"ג....
שבת איז ערווארטעט א ריזן ציבור לאמיר האפן די וועטער וועט מיטשפילן

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:54 pm

· #484616
אין געציילטע מינוט קומט די גרויסע גאסט אן צום שבע ברכות לבת הנגיד ר' ישראל שמעון בריקמאן אין קראסנא זאל אין בארא פארק

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:14 pm

· #484617
השבת נועם הנשמות

תושבי העיר בארא פארק גרייטן זיך מיטצוהאלטן א שבת וואס איז שוין לאנג נישט געווען אדער גאר קיינמאל ווען די גרויסע שר התורה מנהיג לאלפים כ"ק מרן ראש ישיבת גור שליט"א וועט פראווענען א שבת אין שטאט צום ערשטן מאל זייטן אנעמען די הנהגה אלץ מנהיג רוחני פון אלפי חסידי גור

עס ווערט ערווארטעט א צאמלויף פון טויזענטע אידן וואס וועלן קומען זיך משתתף זיין להתבשם מאורו הטהור

אין די געסער פון בארא פארק פילט מען שוין א יום טוב שטימונג ווען עס ווערט אויפגעבויט די גרויסע שאטער צו קענען אריינעמען די ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט
ווי חסידים ואנשי מעשה טרעפן זיך צאם איז גלייך די מדובר פונעם גרויסן " מסע הקודש " קינד און קייט זענען פארנומען מיט די הכנות צום גרויסן שבת וואס קיינער וויל נישט פארפאסן

צוביסלעך הייבן אן ארויסקומען די פרטי וסדר השבת
איידער קבלת שבת וועט מען הערן א דרשה פון הגאון רבי דניאל חיים שליט"א ראש ישיבת פני מנחם ווי ער וועט אנווארעמען די ציבור לקראת השבת המרומם

זה השולחן אשר לפני השם
איינע פון די הויכפונקטן שבת וועט געוויס זיין די עריכת השולחן ליל שבת וואס וועט זיך אנהייבן 10:00

חדו השתא בהאי שעתא דביה רעוה דרעוין
שלש סעודות וועט זיך אנהייבן 6:15 ווי דערביי וועט מען הערן דברי התעוררות פון רבינו שליט"א

עדת חסידי גור ציילן שוין די שעות צום לעכטיגן שבת ווי מ'וועט זיך אנשעפען פונעם ריינעם קוואל השפעות טובות

לקראת שבת לכו ונלכה

yn.NY » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:16 pm

· #484618
"א בליק" קומט אריין גאר שטארק!

📎 Screenshot 2021-11-02 211521.png

(קוקט אויס זיי טרייען אויסצונוצען די מצב לטובתם...)

טמיר » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:19 pm

· #484620
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
וויזוי ארבעט באבוב און גור צוזאמען? זיי זענען דאך תרתי דסתרי?

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:22 pm

· #484621
סקומט זיך זיי די כבוד אז זיי דערשרעקן זיך נישט

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:31 pm

· #484622
טמיר
וויזוי ארבעט באבוב און גור צוזאמען? זיי זענען דאך תרתי דסתרי?

ווילאנג מ'פארגעסט פון סדיגורא... אבער ער גייט אויך האבן א ריזן עולם דעם שבת.

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:57 pm

· #484625
חס ושלום צו רעדן אזוי

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:04 pm

· #484626
בעל דרשן
לדעתי צום ינוקא וועלן קימען א באנטש אלטע חזירים וואס ווילן זיך אנזעטיגען פין דעם באחנטער יונגעלע, משא"כ צום ראש ישיבה וועלן קימען יודען וואס דארשטן צו זעהן אזא גאון אין אדם גדול

האהאהאהא קוק ווער עס רעדט פון באחיינטע יונגעלע... דו באחיינטער באבובער בחור.

אויסגעהאלטן » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 12:54 am

· #484642
א שטיקל באריכט פון עמינענס היינט נאכט: איך בין נישט געווען א גאנצע צייט אבער געהערט אז ס'איז געווען פיינע דרשות - ר' דניאל אלתר האט געגעבן א פייערדיגע דרשה: לא בשוקי האיש ירצה... נישט דער וואס האט די כח איז די אמת נאר די אמת איז אייביג באהאלטן און דערנידערט אבער אז מ'זוכט די אמת טרעפט מען עס, הרב פויגל האט גערעדט אז גער איז און גייט יעצט אדורך א שווערע תקופה און מ'טאר זיך נישט לאזן פאלן נאר מ'דארף געדענקען וואס גער איז, אויך האט ער גערעדט צו די פרויען אין ענגליש אז מ'דארף רעדן אידיש , צום סוף האט ר' שאול נאכגעזאגט א ווארט אז ווען ס'איז א מצב פון זיך טוישן דארף מען זעהן זיך צו טוישן גוט און נישט חלילה פארקערט, כ'מיין אז ער האט אויך גערעדט אנהייב אבער כ'האב נישט געהערט די דרשה
ווען די עולם האט געכאפט שיריים האט ער א גאנצע צייט געוויזן אז ס'איז אלץ שטותים און נארישקייטן
ס'איז געווען א געשאצטע בערך 350-300 גורער היטן (=קאפלעך) און א גרויסע פרעמדע עולם און אסאך אסאך ב"פ בחורים
די עולם האט אויסגעזעהן זייער בשמחה און ענטוזיאסטיש
נ.ב. ס'איז געווען אסאך סעקיוריטי על כל צרה שלא תבוא

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:12 am

· #484660
באמעריקא מבקרים השבוע שני אדמורי סאדיגער. אחד הינוקה והשני 'שסידר' את גער-גיר.

סמיילי » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 2:17 pm

· #484678
איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

ייעעקקבב » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 3:16 pm

· #484686
עס איז דא א וועג מיטציהאלטען די פרטי הנסיעה אויף אימעיל אדער טעקסט?

yn.NY » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 6:10 pm

· #484691
סמיילי
איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

די עולם גייט נאר אין פייער פאר איהם, צוליב די גור'ע פאליטיק 😲 ...

איך מאך נישט ח"ו אוועק דעם איד - וועלכער איז א גאון בתורה ועבודה - אבער כבר הימליצו חז"ל "כמה יוסף איכא בשוקא". קומט ער ווען אהער אן זיין "בעגראוינד", קוקט נישט קיינער אויף זיין זייט.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 7:12 pm

· #484697
אי"ה מארגען [דאנערשטאג] גייט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור אין שיינערס שוהל אין מאנסי אום 4:00 נאכמיטאג.
שמעו ותחי נפשכם !!!

היכי דמי » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 7:39 pm

· #484699
yn.NY
סמיילי
איך מיין עס זאל אויפגעבען אויף גור עולם, און ווערען א רבי פאר די טויזענטער סתם עמך אידן, ער וועט נאך איינפאקען גורער רבי אזוי.
די עולם גייט פיייער פאר אים

די עולם גייט נאר אין פייער פאר איהם, צוליב די גור'ע פאליטיק 😲 ...

איך מאך נישט ח"ו אוועק דעם איד - וועלכער איז א גאון בתורה ועבודה - אבער כבר הימליצו חז"ל "כמה יוסף איכא בשוקא". קומט ער ווען אהער אן זיין "בעגראוינד", קוקט נישט קיינער אויף זיין זייט.

נישט אזוי זיכער.
למעשה האט ער א גאר שטארקע חן וואס מען זעהט זעלטן. דער רעדט דאך אזוי געשמאק און שיין אז עס איז ממש א טעם גן עדן אים צו הערן.

נאר וואס דען, ווען נישט די גורע טעראר וואלט נישט זיין נסיעה געווען אזוי אינטרעסאנט און ווייניגער מענטשן וואלטן עס מיטגעהאלטן, גור האט אים געמאכט א געלונגענע PR.

אבער ער פאר זיך וועט נאך זיין א וועלטס רבי.

בעל דרשן » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:02 pm

· #484704
די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:21 pm

· #484706
.
📎 Screenshot_20211103-212018_WhatsApp.jpg

טמיר » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:15 pm

· #484712
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
בעל דרשן
די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצימאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:56 pm

· #484719
איינער זאגט מיר אז ער האט נישט געקענט באשליסן ווי ער זאל גיין פרייטיג צונאכטס צום טיש, צו ר’ שאול אדער סאדיגורא, למעשה האט ער זיך בארעכנט אז ער וועט גיין ענדערש צו סאדיגורא ווייל ביידע וועלן דאך קומען א פאר יאר ארום נאכאמאל, ביי ר’ שאול וועט ער ווייטער קענען הערן תורה און חסידות, אבער צו סאדיגורע רבי וועט שוין נישט זיין אינטערסאנט צו גיין ווייל ער וועט שוין נישט זיין אזוי קיוט......

בן נון » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:44 pm

· #484723
טמיר
בעל דרשן
די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצימאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש

ר’ יעקב שלמה מואזאסון?

טמיר » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:55 pm

· #484725
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
בן נון

יאפ!!
א גאון וחכם עצום מיט אזא ענוות חן אז עס איז א געשמאק צי זיין אין זיינע ד' אמות. כ'מיין ער איז ווערט אן עקסטערע אשכול, אבער וואס זאל ער טון אז ער הייסט נישט אלטר טווערסקי האלבערשטאם

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 5:54 am

· #484733
טמיר
בעל דרשן
די גאנצע מצב ארום רבי שאול יעצט איז נאר צוליב אים האט ווייניג מיט די פאליטיק אין גור, רבי שאול איז א איד וואס וואלט ער געווען אין פריעדיגע צייטן וואלט ער אויך געווען א יש.
ער איז א גאון אדיר גאון הגאונים און א צדיק נשגב אלע מעלות וואס א ערליכע איד דארף האבן, ס'שיינט ריינקייט און הייליגקייט פון זיין צורה

הממ, נישט אוועקצומאכן ר' שאול, עס זענען דא נאך יודן מיט אזאלכע מדריכות און מעלות און כמעט קיינער /ווייניג ווייסן פון זיי.

לדוגמא טאקע א גורער פון ר' שאולס לאגער, כמיין א מגי"ש אדער עפעס אין טשעבין. איינער קען מיך דערמאנען זיין נאמען? כ'מיין ער קען זיך פארמעסטן מיט ר"ש

אמת, עס זענען דא אסאך וואס זענען גרויס און גוט, און ס'איז טאקע א ווייטאג אז זיי זענען נישט במקום הראוי להם.

למעשה רעדט מען אבער פון די וואס האבן עס בדרך לא דרך אריינגעמאכט אין די סירקל פון רבנים / אדמורי"ם.

אגרות צפון » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 7:49 am

· #484734
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט נישט געבראכן פארוואס געט ער נישט אין bmg?

בעל דרשן » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 10:25 am

· #484743
רבי דניאל איז אויך א גאון אדיר

בעל דרשן » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 10:27 am

· #484744
וואס איז פשט אז נאר רבי דניאל איז אריבער צום ברידער
די אנדערע ברידערס זענען געבליבן אין גור נדל"ן ?

סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 10:33 am

· #484745
דו שיינסט צו זיין ר' שאולס ווארטסזאגער, אדרבה , זיי דו עס מסביר בטוב טעם ודעת

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 12:24 pm

· #484759
אז מ׳רעדט שוין פון דניאל׳ן בין איך אביסל צומישט, ווער איז דער ראש ישיבה, ר׳ שאול אדער ר׳ דניאל?

תרמב » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 12:35 pm

· #484760
לכאורה איז ר' דניאל ראש ישיבה ביי ר' שאול אין ישיבה, און ר' שאול נוצט די טיטל ראש ישיבה ווייל ער פלעגט זיין ראש ישיבה אין גור, איך שפעקוליר נאר, איך ווייס נישט אויף זיכער.

בעל דרשן » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 1:03 pm

· #484763
רבי דניאל איז ראש ישיבה אין ישיבה קטנה פני מנחם וואס שטייט אינטער די נשיאות פון זיין ברידער רבי שאול
די נאמען פאר רבי שאול איז ראש ישיבה ווייל רבי שמעבע ....

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 6:48 pm

· #484780
האלטען מיר דא יעצט נאכן באזיך פון די ראש ישיבה ביי אונז אין מאנסי אין שיינער'ס שול, וויל איך אביסל ארויס ברעינגען מיין איבערלעיבעניש.

די עולם גייט צידרייט פאר עים, ער מאכט נישט קיין רבי'שע שטיק, ער איז זייער ציגעלאזען, ער האט געזאגט א שיינע פשט'ל אין הלכות צדקה וואס ווער ס'האט ציגעלייגט אביסל קאפ האט פארשטאנען, א סענס אוו הומער פעילט עים נישט, פארגינט עטענטשען/כבוד פאר יעדע רבי'לע וואס איז געקימען, ס'איז געוועין א ענערג'י, קאנעקשען, פאזעטיוועטי, hope, פרישקייט, שמחה, חיות.
כ'האב געזעין אז נישט אלע רעבעס זענען לאזערס, ס'נאך דא רבי'ס מיט תוכן.
כ'בין געווארען ר' שאול'ס א פע"ן, ער איז נישט נאך עפעס א רבי, ער איז א כלל ישראל רבי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:45 pm

· #484790
קהל'ס נער

די מעסעדזש פארט ארום אויף וואטסעפפ. כ'האב עס געזען נאך פאר איך האב דא אריינגעוואנדערט...

yn.NY » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:46 pm

· #484792

דיינע שורות פארן שוין ארום לייוו, אפילו אויף אייוועלט:

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=50618&p=3117963#p3117963">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p3117963</a>

(גייט מן הסתם געמעקט ווערן דארט'ן)

yn.NY » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:48 pm

· #484793

אופפס...!

שוין געמעקט! (נאכאמזל כ'האב אנגעיאגט צו כאפן א סקרינשאט)

📎 Screenshot 2021-11-04 214722.png

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 11:17 pm

· #484799
➡️
שמעקעדיג
קהל'ס נער
האלטען מיר דא יעצט נאכן באזיך פון די ראש ישיבה ביי אונז אין מאנסי אין שיינער'ס שול, וויל איך אביסל ארויס ברעינגען מיין איבערלעיבעניש.

די עולם גייט צידרייט פאר עים, ער מאכט נישט קיין רבי'שע שטיק, ער איז זייער ציגעלאזען, ער האט געזאגט א שיינע פשט'ל אין הלכות צדקה וואס ווער ס'האט ציגעלייגט אביסל קאפ האט פארשטאנען, א סענס אוו הומער פעילט עים נישט, פארגינט עטענטשען/כבוד פאר יעדע רבי'לע וואס איז געקימען, ס'איז געוועין א ענערג'י, קאנעקשען, פאזעטיוועטי, hope, פרישקייט, שמחה, חיות.
כ'האב געזעין אז נישט אלע רעבעס זענען לאזערס, ס'נאך דא רבי'ס מיט תוכן.
כ'בין געווארען ר' שאול'ס א פע"ן, ער איז נישט נאך עפעס א רבי, ער איז א כלל ישראל רבי.

די מעסעדזש פארט ארום אויף וואטסעפפ. כ'האב עס געזען נאך פאר איך האב דא אריינגעוואנדערט...

שקר וכזב

קוק אויף די צייט ווען איך האב געפאוסט אין ווען האסט עס געזעין ערגעץ אנדערש, וועסטו זעין אז מיינס איז פריער, אדרבה פאוסט א סקרינשאט פון די מעסעדזש מיט די צייט וואס האסט עס באקומען.

ס'איז מיר גראדע א קאמפלימענט אז מען גנב'ט מיינע כתבים, אזויווי ס'ווערט געברעינגט אין משלי קהל'ס "ווען ווייסטו אז די ביסט א גיטע שרייבער, ווען מען גנב'ט דיינע ווערק".

אדרבה זאל @תוהו ובוהו מיט אלע ספעלינג מבינים מעיד זיין אז ס'האט אלע מיינע יוניק ספעלינג.

#הגנבת_וגם_ירשת

ולגנב אמר: איך בין אוקעי אז מען קאפיט מיינע מאמרים, אבער בתנאי אז מען געט קרעדיט פאר קהל'ס נער פון קאווע שטיבל.

(וויאזוי שרייבט קרן שמואל ישעי': אויב מ'קאפיט אן רשות איז עס בשכירות פון הינדרעט דאלאר א טאג)

תוהו ובוהו » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 12:57 am

· #484804
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
קהל'ס נער
אדרבה זאל @תוהו ובוהו מיט אלע ספעלינג מבינים מעיד זיין אז ס'האט אלע מיינע יוניק ספעלינג.

[emoji3][emoji3][emoji3]

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 1:00 am

· #484805
קהל'ס נער

שקר וכזב

קוק אויף די צייט ווען איך האב געפאוסט אין ווען האסט עס געזעין ערגעץ אנדערש, וועסטו זעין אז מיינס איז פריער, אדרבה פאוסט א סקרינשאט פון די מעסעדזש מיט די צייט וואס האסט עס באקומען.

יא יא, דאס וואס איך זאג! איך גיב דיר דעם קרעדיט! בבחי' טרם יקראו ואני אענה... איך מיין האסט מיר נישט פארשטאנען ריכטיג.
בלאט: 1 2 3