☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי

ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14886

גיב א שמייכעל » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:55 pm

· #483610
ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי
מ'האט שוין אסאך מאל ארויפגעברענגט בילדער פון זיינע ציטאטן און דברי גאונות ופקחות אויף אינטערנעט און סמארטפאונ'ס, און איך מיין אז ער פארדינט זיך שוין אן אייגענער אשכול פאר זיך.
אין די אשכול איז ער שוין אביסעל בארעדט געווארן אבער איך וויל אויסברייטערן די נושא.
ווער איז ער? מה טיבו?
וואס וויל ער מיט זיינע קוריאזע, מאדנע סטיטמענטס אויף די מענטשען מיט סמארטפאונס?
וועלכע קליענטעל באדינט ער?
ווען האט ער זיך דערקלערט אלס סאמע שפיץ פיקוח און די אינטערנעט מערכה, אז ער מיז יעדע שטיק צייט לאזן פאלן א.ג. פסקים -וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן- איבער די מענטשען מיט סמארטפאונס?
חוץ די טרויעריג בארימטע שונד-בלעטל 'השמיענו את קולך' איז דא נאך איינער וואס הערט איהם אויס??

אויב איינער האט מער דעטאלן ביטע ארויפקומען.

גיב א שמייכעל » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:58 pm

· #483611
צווי פון זיינע שטיקער חכמה
📎 Moskowitz.jpg 📎 29CC4140-46CC-4ED5-AB5F-63DDF86FDC30.jpeg

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:20 am

· #483622
א לייק פאר די קעפל

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:14 am

· #483640
גיב א שמייכעל
צווי פון זיינע שטיקער חכמה

גיב א שמייכל: איך קען נאר זאגן אזויפיהל אויף זיינע..."פסקים"...און אויף איהם אליינס אלס ערנסטער מענטש..."לאל" לאל. שברים תרועה לאל, לאל, לאל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:18 am

· #483642
ס'איז נאר אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע גדולים וקדושים וטהורים וועלכע קומען ארויס מיט אלערליי מאדנע אזויגערופענע ..."פסקים"...קומען נישט ארויס מיט א פסק דין אז ערליכע אידן טארן נישט (לשיטתם) גיין נעמען געלט צו אזעלכע הייזער און פון אזעלכע מענטשן וועלכע האבן סמארטפאונס און אנדערע טמא'נע כלים, רחמנא ליצלן ...!

מאנטריאל » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:52 am

· #483700
די פראבלעם איז נאר אז ער פארקויפט זיך אלס מורא'דיגער חכם ופיקח, ער הייסט דאך און אויפגעקלערטער אביסל, דאס איז דער חורבן,
לכאורה דאס איז א וועג וויאזוי ער באדעקט זיינע שמוץ ווייל ווי מער ער האקט אויף אינטערנעט ווייזט ער פאר יעדן איינעם ווי פרום ער איז.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 4:29 pm

· #487343
וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.
📎 Moskowitz.jpg

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 5:38 pm

· #487345
שמעקעדיג
וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.


די פרעיגסט ווהאטס ווראנג ווהיט הים?
איך פרעיג ווהאטס רייגהט ווהיט הים?
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין נערמאלע ווארט ארויסקימען פון זיין פתח פתוח.

chosen people » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 3:02 am

· #487370
איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א בחור וואס איז אריינגעגאנגען אין ישיבה, און ער האט דעמאלט געעפענט זיין ישיבה אור תורה. ער האט געהאלטן א בין הזמנים דרשה פאר אלע בחורים נישט נאר פאר זיין ישיבה, האט ער דארט געזאגט בתוך הדברים אז א בחור דארף מתפלל זיין אז זיין ראיה זאל זיין שוואך אז ער זאל דארפן האבן גלעזער צו זעהן, אזוי אז ווען ער גייט אין גאס זאל ער עס קענען אויסטוהן די גלעזער כדי נישט צו זעהן קיין ראיות אסורות. דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס איך בין געווען אינטערסירט צו הערן זיינע השקפות.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:17 am

· #487388
טשאוזן פיעפל: א משוגע'נער און א היפאקריט. מיט א מייק...!

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 13, 2022 4:02 am

· #502023
נישט סתם. די פראבלעם איז אז איינער דאהי איז געווען זיין שוואנץ פאר עטליכע יאר געלופטערט שיינע שיעורים און נאכדעם האט ער אנגעהויבן אליינס געבן שיעורים און די נושא פון סעלף קאנפידענס און נאכדעם האט דאס שוין באקומען א שיינע פראפעשענל נאמען מיט גרעפיקס און היינט האלט דאס שוין אויף א שטאפל ווייטער אז אויב מען איז עלידזשעבל וועט אפילו די רעגירונג עס צאלן און אלעס איז געבויט אויף די ראסטיגע פונדומענט פון.......

הקטן » מאנטאג יוני 13, 2022 7:36 am

· #502029
דוד שריפטליך
נישט סתם. די פראבלעם איז אז איינער דאהי איז געווען זיין שוואנץ פאר עטליכע יאר געלופטערט שיינע שיעורים און נאכדעם האט ער אנגעהויבן אליינס געבן שיעורים און די נושא פון סעלף קאנפידענס און נאכדעם האט דאס שוין באקומען א שיינע פראפעשענל נאמען מיט גרעפיקס און היינט האלט דאס שוין אויף א שטאפל ווייטער אז אויב מען איז עלידזשעבל וועט אפילו די רעגירונג עס צאלן און אלעס איז געבויט אויף די ראסטיגע פונדומענט פון.......
זענען זיינע שיעורים אויף סעלף קאנפידענס, אויף עדיקשען און אויף אנדערע נושאים און תורת הנפש גוט צי נישט?

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 21, 2022 1:13 am

· #502645
קענסטיך שוין פארשטעלן יענקי שטיינמץ האט שיעורים ער רופט עס ............

שמן למאור » מיטוואך יולי 6, 2022 5:41 pm

· #503748
לעצטע וואך אין די גליון השמעיני את קולך (די השומרים גליון)
📎 Screenshot_20220706-174354_Gallery.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 6, 2022 6:03 pm

· #503751
נישט נארמאל דער

פערינא » מיטוואך יולי 6, 2022 6:53 pm

· #503752
נישט נארמאל אדער נישט נארמאל גוט. וואס ער זאגט וועגן קדיש.

מי אני » מיטוואך יולי 6, 2022 7:03 pm

· #503754
אין כלל פון דאס וואס ווערט גע'פסק'נט ביו"ד סימן שמה סעיף ה גייט עס זיכער נישט אריין. צום מערסטענסט קען ער דאס פרובירן אריינשטופן פריער אין רמ"א בסימן שמ סעיף ה לגבי די הלכה וואו אנדערע שאינם קרוביו שטייען דארט בשעת יציאת נשמה של איש וואס בדרך כלל חייבין לקרוע "אבל רגיל לעשות עבירה (אפילו לתיאבון, ש"ך שם ס"ק ח) אין מתאבלין עליו" ע"ש.

אויב וואלט ער געוואלט ארויסברענגען חומר הענין ובענין קדיש וואלט ער געדארפט זאגן פונקט פארקערט. והיינו, ווייל שפעטער בסימן שעו סעיף ד זאגט דער רמ"א "ונהגו שאין אומרים קדיש ותפלה רק י"א חדשים כדי שלא יעשו אביהם ואמם רשעים, כי משפט רשע י"ב חדש" ע"ש. און דער פתחי תשובה דארט בס"ק ט ברענגט צו פונעם ס' חומות ירושלים (סימן רנז) "דמי שיודע באביו ואמו שהיו רשעים מאותם שנידונים י"ב חודש ראוי ומחוייב שיאמר קדיש י"ב חודש" ע"ש. דארף דאס קינד, לשיטתו, זאגן פאר נאך לענגער און נאך מער קדישים ווי א צווייטער...

אחוץ טאמער געבט מען אים די פּרינציפּ פון טשעריטי אז וואס ער מיינט צו זאגן איז אז איינער מיט א סמאַרטפוין איז עלול דאס מוחל צו זיין פאר זיין קינד.

צקון לחש » מיטוואך יולי 6, 2022 9:08 pm

· #503759
שמעקעדיג
נישט נארמאל דער
גוט אז ער באגראבט זיך אליין

לעקיש בעער » מיטוואך יולי 6, 2022 11:43 pm

· #503770
אני חושב כדאי להעמיד בא' הקובצים בירור הלכה בענין לומר קדיש אחר אביו אם היה לו סמארטפאן
לכ' לענ"ד זה העצה הכי מועיל להשתיק כל המשגעים כמותו (והסוברים שהתורה מיוסד על הרגשים של מאסקאויטש)

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יולי 7, 2022 12:30 am

· #503775
📎 Screenshot_20220706-174354_Gallery.jpg טויש דעם בעל המאמר, און ס'איז אקוראטע עתידות אויף די רבנים..

"ס'וועט קומען א צייט וואס רבנים וועלן זיין אזוי אין דער ערד, אז זיי וועלן פסק'נען פאר קינדער וואס די עלטערן האבן א סמארטפאון נישט צו זאגן קדיש. ווארטס נאר צו!"

דוד שריפטליך » פרייטאג יולי 8, 2022 3:07 am

· #503866
שומר הפתח גן עדן/גיהנום
איך האב געזען א פרישע קריאזע סטעטמענט פון ר' יצחק אלעזר אויך אין דעם שינדבלאט השמיעני את קולך ווי עס איז ציטירט דארט א היפאקריטישע הנחה אז די אידן מיט די ווייסע בערד מיט סמארטפון'ס וועלן נישט ארויסגיין פון גיהנום
איז אמאל געווען א מעשה אין שטאט אומאן אין אוקראינה פאר עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה זענען אנגעקומען אהין חסידישע בחורים פון פולין און אזוי ווי עס האט אויסגעבראכן די מלחמה האבן זיי געמוזט בלייבן דארט האבן זיי נישט געהאט ווי צו גיין זענען זיי געבליבן שלאפן אין בית מדרש און זיי פלעגן זיך דרייען דארט אין הויף וואס דארט איז אויך געווען א מקוה טהרה פאר נשים פלעג דער שמש שרייען אויף זיי און ער האט געזאגט עטץ וועטס נישט ארויסגיין פון גיהנום האבן זיי אים געענטפערט דאנקען גאט אז מען האט דיר נישט געשטעלט צו זיין שומר הפתח פון גיהנום

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יולי 8, 2022 12:45 pm

· #503883
די ווערטער פון מיסטער מאסקאוויטש זענען וואנזיניג פאר זיך אחוץ גאס עקסטרעמיזם.

אזעלכע נארישע ווערטער ווי סוועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט פסקנען, אדער אז סאיז דא רבנים וואס טוען דורך צו א פרוי מיט א סמארטפאון איז נאמן אויף כשרות זענען נישט נאר ווילד עקסטרעם נאר אויך נאריש גערעדט, סווייזט אז ער אנערקענט נישט אין זיין אייגענע דעה און זעהט זיך נישט פאר א תורה אויטאריטעט נאכוואס ער שיסט לאזונגען ווי א קינד אן קיין ארגומענטן אחוץ דאס אז סוועלן זיין רבנים און מגייט פסקנען.

סאיז אזויווי רבי זלמן לייב פיליפ זאל זאגן אז סוועט נאך קומען א צייט וואס מוועט דן זיין אויף פרידזשידערס צו מען מעג עס נוצן אין שבת.

מי אני » פרייטאג יולי 8, 2022 12:59 pm

· #503884
זופ מיט מאנדלען
די ווערטער פון מיסטער מאסקאוויטש זענען וואנזיניג פאר זיך אחוץ גאר עקסטרעמיזם.

אזעלכע נארישע ווערטער ווי ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט פסק'ענען, אדער אז ס'איז דא רבנים וואס טוען דורך צי א פרוי מיט א סמארטפאון איז נאמן אויף כשרות, זענען נישט נאר ווילד עקסטרעם נאר אויך נאריש גערעדט. ס'ווייזט אז ער אנערקענט נישט אין זיין אייגענע דעה און זעהט זיך נישט פאר א תורה אויטאריטעט נאך וואס ער שיסט לאזונגען ווי א קינד אן קיין ארגומענטן אחוץ דאס אז ס'וועלן זיין רבנים און מ'גייט פסקנען.
און עס קומט אויס אז מיין פריערדיגע אנטווארט דערויף איז א case in point פון בּרענדאליני׳ס געזעץ.
תוהו ובוהו
📎 Screenshot_20220706-174354_Gallery.jpgScreenshot_20220706-174354_Gallery.jpg טויש דעם בעל המאמר, און ס'איז אקוראטע עתידות אויף די רבנים..

"ס'וועט קומען א צייט וואס רבנים וועלן זיין אזוי אין דער ערד, אז זיי וועלן פסק'נען פאר קינדער וואס די עלטערן האבן א סמארטפאון נישט צו זאגן קדיש. ווארטס נאר צו!"
און דאס האט שוין יא א מקור ועפ"י הסמיכות בסוף סוטה מט: אודות מה יקרה בעקבות משיחא:
בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו

פרנס החודש » פרייטאג יולי 8, 2022 1:45 pm

· #503886
Re: ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי
צקון לחש
שמעקעדיג
נישט נארמאל דער
גוט אז ער באגראבט זיך אליין
דער חזון איש און ר׳ חיים קאניעווסקי און פיל אנדערע האבן כסדר ארויסגעגעבן מאדנע פסקים און עס האט זיי גארנישט באגראבן. עס זעט אויס דאס מאדנע פסקים אזוי לאנג ווי עס גייט מיט public sentiment איז נישט קיין פראבלעם

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 12:22 am

· #504057
דוד שריפטליך
קענסטיך שוין פארשטעלן יענקי שטיינמץ האט שיעורים ער רופט עס פראדאקטיוו קורס איך געדענק אז אנהייב ווען עס האט באקומען דעם אפיציעלן נאמען איז ארויסגעפארן א דזשאוק אז שאול יצחק ראבינאוויטש זאל זיין פארנאנדערגעשיידט איז א פראדוקט פון פראדאקטיוו..........(!) ............

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 12:27 am

· #504058
הקטן
דוד שריפטליך
נישט סתם. די פראבלעם איז אז איינער דאהי איז געווען זיין שוואנץ פאר עטליכע יאר געלופטערט שיינע שיעורים און נאכדעם האט ער אנגעהויבן אליינס געבן שיעורים און די נושא פון סעלף קאנפידענס און נאכדעם האט דאס שוין באקומען א שיינע פראפעשענל נאמען מיט גרעפיקס און היינט האלט דאס שוין אויף א שטאפל ווייטער אז אויב מען איז עלידזשעבל וועט אפילו די רעגירונג עס צאלן און אלעס איז געבויט אויף די ראסטיגע פונדומענט פון.......
זענען זיינע שיעורים אויף סעלף קאנפידענס, אויף עדיקשען און אויף אנדערע נושאים און תורת הנפש גוט צי נישט?
איך ווייס נישט אויב דו ווילסט קענסטו זיך אויפסיינען עס הייסט פראדאקטיוו קורס אנגעפירט דורך יעקב שטיינמץ פון מאנרא

דוד שריפטליך » דינסטאג אפריל 25, 2023 1:22 am

· #504064
מאנטריאל
די פראבלעם איז נאר אז ער פארקויפט זיך אלס מורא'דיגער חכם ופיקח, ער הייסט דאך און אויפגעקלערטער אביסל, דאס איז דער חורבן,
לכאורה דאס איז א וועג וויאזוי ער באדעקט זיינע שמוץ ווייל ווי מער ער האקט אויף אינטערנעט ווייזט ער פאר יעדן איינעם ווי פרום ער איז.
מיט וואס באשטייט זיין אויפגעקלערטקייט זיי מסביר ביטע?