ארי נוהםא שיינעם דאנק ארי נוהם פאר דיין לייבן- ברום און שארפער פארוואורף. אויף דעם האב איך טאקע געווארט.דורש אמתדי מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).
Sent from my iPad using Tapatalk
ווייס איך נאר נישט, פארוואס אויפן וועג פון האקן אויף בעק (מיט גוטע פונקטן), מוזטו אויך אויסלויבן דעם מנוול ומשוקץ ומתועב הערץ האמבערג, א שייגאץ וואס איז געווען אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט וואו ער האט נאר באזוכט זינט זיין גלענצנדן 'אמרי שפר'.
דו מאכסט מיר שפירן, אז נאר ווען עס קומט צום רעכטן עקסטרעמיזם - כר' הלל קאלאמייער ורמ"ב בעק - זעסטו די בילד ווי עס דארף צו זיין, אבער ווען עס קומט צום לינקן עקסטרעמיזם זינגסטו א נייעם ניגון.
גענוג צו לייענען די וויקי בלעטל אויף הערץ האמבערג, זיך צו דערוויסן אז מ'רעדט פון די נידעריגסטע שבנידעריגסטע וואס כלל ישראל האט געזען. א רודף ומשטין, א צענזור ומוסר, אן אויסגעשפיגענער און זעלבסט האסנדער, מיט א מאנטל פון אמת - פונקט ווי ר' משה בער בעק זעלבסט - וואס האט אים אבער נישט געמאכט באליבט ביי קיין איינעם, אזש דער יעב"ץ - א שטיקל עקסטרעמיסט פאר זיך - מוז אים קרוינען בלשונו: "איש אשר לנבלותו אין קצה, ושמו הירץ הומבורג, הוא החל לקטרג ולהוציא שם רע על ישראל באוזני הממשלה... חייבים אנו להגיד כי לא קם עוד נבל כמוהו בתוכם כהומבורג, מדבר תועה ונבלה כמוהו."
1. הערץ האמבערג איז געווען גאר א רעספעקטירטער מענטש. ניט געווארן אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט און ניטאמאל פון איינס. אפילו די שארפע מתנגדים זיינע האבן אים שפעטער געשטיצט ארויסצוגעבן דעם אמרי שפר.
2. דער ״עקסטרעמיסט״ יעבץ האט ניט געקענט רעדן וועגן האמבערג ווייל אין תקלו ווען דער יעבץ = רבי יעקב עמדין איז נפטר געווארן איז האמבערג נאכניט געווען אויף דער מאפע…
3. דער יעבץ וועם וויקיפעדיע ציטירט איז רבי זאב יעבץ דער פירער פון מיזרחי אין ווילנע
4. דיין מחאה האט געשפעטיגט מיט א 14 יאר. אין 2006 האט רחל מאנעקין אויפגעוויזן די פאלשקייט פון די באשולדיגונגען!
5. די מענטשן וואס האבן אמונת חכמים וואלטן אפשר ניט געדארפט ווארטן אויף מאנעקינען, זעענדיג דעם כבוד וואס אזעלכע מענטשן ווי רמבמן, רבי מרדכי באנעט, און בעל שם פון מיכלשטאט טיילן אים צו.
די וועלף (דער ווינער היסטאריקער גרשון וואלף ; זאב יעבץ) און דער ברומענדיגער לייב ( ארי נוהם אין קאווע שטיבל) האבן פרובירט צו פארצוקן דעם הערש ( הערץ האמבערג)… סאיז זיי טאקע געלונגען פאר א וויילע אבער ווי אלעמאל דער אמת שווימט צום סוף ארויף ווי אויל אויף וואסער… די מאמע רחל (רחל מאנעקין) האט זיך אנגענומען פארן באשיצער פון אירע קינדער…
דער נאמען הערץ האמבערג וועט פאר אייביג לייכטן אין דער אידישער היסטאריע ווי א מענטש וואס האט מקדיש געווען זיינע יארן און זיינע גרויסע טאלאנטן פארן פארבעסערונג פונעם חינוך סיסטעם.
נאך אים האבן ממשיך געווען רבי יוסף פערל (רבי מאירל פרעמישלאנערס א געוועזענער חסיד) רבי יצחק בער לעווינזאן (ריבל) רבי לייזער צווייפל (שלום על ישראל) אברהם בער גאטלאבער ( אבג) און אנדערע. אלע די פיר זענען אויפגעוואקסן אלץ חסידים. דער לעצטער איז שוין אפילו געווען א שטיקל רבי אלץ יונגערמאן. דער דריטער איז אפילו געבליבן א חסיד און האט געגרינדעט די השכלהדיגע פראקציע וואס פארטיידיגט חסידיזם. די אידישע וועלט האט זיך געטוישט ניט צום דערקענען. אוי ווי נעמט מען היינט אזעלכע אמתע קעמפער צו פארבעסערן דעם חרדישן געטא!
Sent from my iPad using Tapatalk