☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14563

אשכול אן א טיטל #14563

234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14563
בלאט: 1 2 3 4 5

מארמאראשער » דינסטאג אפריל 20, 2021 6:44 pm

· #470877
הרב שיף
איך האב געהאט א מיינונג אויף דעם איד.

אבער עס טוישט זיך נאך וואס מען האט דא געברענגט משמו אז מען דארף אויסראטען כלל ישראל. איז דאס אמת? האט איינער א דרשה ווי ער זאגט עס?

אלעס חוץ מזה בין איך דורש לשבח הגם וואס איך האלט אז ער האט אפגעלערנט געוויסע זאכען כפשוטו ממש, דלא כמו שניתנה תורה לחכמי הדור.
קיינמאל געזאגט! שקר וכזב! איך האב אלע זיינע אנטי ציונות ספרים און דרשות געליינט און געהערט, ניטאמאל ענדליך צו דעם דערמאנט ערגעץ אלס צוגעגאנגען מיט א נעימות און רואיקייט מיט ר זעלטענע אהבת ישראל, יסכר פי דוברות על צדיק זצוק"ל

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

דורש אמת » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:45 pm

· #470890
ר משה בער מקטני אמנה היה, זיין אמונה האט געהאנגען אויף א האר, אויף שפינוועבעכץ, דערפאר האט אים דערשראקן דער פאקט אז סאיז דא אויף דער וועלט פרייע אידן , אז סאיז דא כופרים אז סאיז דא ציונים , אז מדינת ישראל עקזיסטירט , א ליבעראלע אידישע מדינה , אז ליובאוויטשע בחורים דרייען זיך אין וויליאמסבורג (ווי ער שרייבט אין זיין חיבור יוסיף ישועה) , ער האט כסדר געשפירט אז סלויערט א סכנה אויף אידישקייט , אז גאט גייט באנקראָט און נאר ווייניג וועלן בלייבן אין אייבערשטנס מיליטער. אים האט אויסגעקוקט אז דער איינציגסטער ענטפער איז שנאה! דאס וועט ראטעווען די אמונה , און ער איז געווען ברוגז אויפן בעל התניא און חזון איש וואס פסקנען אז מיר דארפן מקרב זיין די פרייע מיט עבותות אהבה. ער האט געהאט א חלום אויפצושטעלן א טאליבאנישע סעקטע (ווי קרית יואל) , ער האט שוין אפילו אפגעדרוקט א קונטרס פון תקנות פארן שטעטל.
צו אוממענטשליכע רוצחים האט ער געהאט מער סימפאטיע און דרך ארץ ווי צו אמעריקאנע ליבעראלן.
איינער וואס האט זיך ניט ליב קען ניט ליב האבן א צווייטן. אז מע האט ניט קיין הנאות עולם הזה קען מען ניט פארגינען ווען א צווייטער האט יא אז מען איז שלעכט צו זיך אליין איז מען שלעכט צו אנדערע. דערפאר איז דא א מצווה פון אהבת עצמו. אז מע פראוועט תעניתים און מע פייניגט זיך, פייניגט מען אנדערע, סע ברענגט צו כעס און שינאה. דער ייטב לב האט טאקע פרובירט זאגן אז דאס רופט זיך עבירה לשמה… אבער ווי מיר ווייסן איז דער ענין פון עבירה לשמה שייך נאר לגבי מצוות שבין אדם למקום.
און דאס איז דער חילוק למשל צווישן אמרי חיים פון וויזניץ און דער סאטמארער רב וד”ל.
דער חוזה פון לובלין האט געזאגט: א פרומער מרה שחורהניק וואס פאסט תעניתים איז ערגער ווי א צבועק וואס לאזט זיך וואוילגיין און דערציילט פאר אנדערע אז ער פאסט. פארוואס? דער צווייטער נארט בלויז אנדערע דער ערשטער פאפּט זיך אליינס אויך!
דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט: א נאר האב איך פיינט, אז איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט און איך וועל זען א פרומער נאר אנקומען, און 13 וועגענער גן עדן, שלעפן זיך נאך הינטער אים, וועל איך אים נאכלויפן און שרייען: א נאר בלייבט א נאר און איך בין דיר גארנישט מקנא!
משה בער פלעגט צו זאגן מע זאל ניט צופיל מורא האבן פון לשון הרע. פארפרומקייט און קנאות איז געווען ביי אים וויכטיגער.
פיק ענד טשוז?…
און אויב שוין יא פארוואס אויסקלויבן דווקא די נעגאטיווע מצוות?

התורה נעשית לו סם המוות!
The devil can quote scripture for his purpose!

תרומה » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:16 pm

· #470893
ער פלעגט עסן הארטע ברויט געטונקן אין טיי

Arh123 » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:00 am

· #470908
מ'רעדט מ'רעדט און מ'דערעדט ניט! זיי שטייען אין די גאסען צוזאמען מיט די אראבער און שרייען צוזאמען מיט זיי: פרי פרי פאליסטיין! און אויך האלטען זיי שילדען מיט דעם לאזונג! און זאגען קלאהר אז מ' מיינט נישט חלקים פון פאליסטיין נאר די גאנצע מן הים ועד הירדן! אלץ בהשפעת ובהדרכת מורם משה בער!

פרעג איך א שאלת תם: וואס מיינט דאס דער שרעקליכער ווארט? ווי אזוי פארשטייט דאס דער איירפאישער גוי אפילו נישט קיין אראבער?

דאס מיינט רח"ל א שואה אויף 6 מיליאן שונאי ישראל נאך א האליקאסט רח"ל! ווייל אויב נישט ווי אזוי קען מען מאכען פאליסטיין פרי?

און קומען נאך חכמים און ווילען דערציילען מעשיות פון א כלומרשטע הצלה וואס זיי ווילען דא אויפטאהן!

זאל איינער פון זיי דאס מיר מסביר זיין!

וועק אפ אנד סמעל דע קאפי!

לשם שמים האט ער גימיינט מיט דעם גאנצען הארצען צו שרייען פארען נאצי אבער מיט אן אמת פון טיפען ווארימען אידישען פייערדיגען הארצען: ס'זאל זיין בהצלחה רבה איך בין א איד און איך בין מיט דיר עלה והצלח טו פרי פאליסטיין די גאנצע!

לעני"ד נישט דאס וויל ג-ט און אויב איימיצער מיינט אז ג-ט וויל דאס און אזא ג-ט דינט ער? סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:07 am

· #470909
Arh123
סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!

[emoji4]

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

Arh123 » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:11 am

· #470910
Arh123
מ'רעדט מ'רעדט און מ'דערעדט ניט! זיי שטייען אין די גאסען צוזאמען מיט די אראבער און שרייען צוזאמען מיט זיי: פרי פרי פאליסטיין! און אויך האלטען זיי שילדען מיט דעם לאזונג! און זאגען קלאהר אז מ' מיינט נישט חלקים פון פאליסטיין נאר די גאנצע מן הים ועד הירדן! אלץ בהשפעת ובהדרכת מורם משה בער!

פרעג איך א שאלת תם: וואס מיינט דאס דער שרעקליכער ווארט? ווי אזוי פארשטייט דאס דער איירפאישער גוי אפילו נישט קיין אראבער?

דאס מיינט רח"ל א שואה אויף 6 מיליאן שונאי ישראל נאך א האליקאסט רח"ל! ווייל אויב נישט ווי אזוי קען מען מאכען פאליסטיין פרי?

און קומען נאך חכמים און ווילען דערציילען מעשיות פון א כלומרשטע הצלה וואס זיי ווילען דא אויפטאהן!

זאל איינער פון זיי דאס מיר מסביר זיין!

וועק אפ אנד סמעל דע קאפי!

לשם שמים האט ער גימיינט מיט דעם גאנצען הארצען צו שרייען פארען נאצי אבער מיט אן אמת פון טיפען ווארימען אידישען פייערדיגען הארצען: ס'זאל זיין בהצלחה רבה איך בין א איד און איך בין מיט דיר עלה והצלח טו פרי פאליסטיין די גאנצע!

לעני"ד נישט דאס וויל ג-ט און אויב איימיצער מיינט אז ג-ט וויל דאס און אזא ג-ט דינט ער? סארי ראנג אדרעסס! אזא מין ג-ט עקזעסטירט נישט! ראנג אדרעסס! דעטס מיי האמבעל אפיניען!

סארי, פארגעסען צוציגעבען! אז מ'האט טאקע אפ גירעדט מיט דיע וואס וועלען מאכען דעם ד'זאב אז זיי וועלען ברוב רחמיהם וחסדיהם איבער לאזען אפאר הונדערט כרעים אשר לא כרעו לבעל הציונות אט דיע וואס וועלען אויף הענגען דעם פאליסטינער פאן אויף די הייזער און אנטאהן אויף זייער הייליג אידיש הארץ זייער שאאל אזוי ווי מ'זעהט אין די בילדער

cictim » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:28 am

· #470921
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=47141&start=125#p2722440">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2722440</a>
פייר פאוני פראוד

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:49 am

· #470923
[ציטאט אראפגענומען]

געווען געשריבן דורכן בעל המעשה חיים שלמה בערגער אין אין זיין "לעניית דעתי" קאלום אין מאמענט.

דורש אמת » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:24 am

· #470932
זופ מיט מאנדלען
[ציטאט אראפגענומען]

געווען געשריבן דורכן בעל המעשה חיים שלמה בערגער אין אין זיין "לעניית דעתי" קאלום אין מאמענט.
אפשר האט ער געטראפן א ביכל חידושים אבער א גאנצע וואנט אנגעשטאפט מיט חידושים? לא דובים ולא יער. פוסטע הבלים.

Sent from my iPad using Tapatalk

יואלי וואלפסאן » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:08 pm

· #470955
📎 fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:18 pm

· #470971
די ארגינאלע מעשה פון חיים שלמה בערגער גייט נישט אז ער האט געזען די חידושי תורה, נאר אז רבי משה בער האט געהאט א שרפה ווי זיין גאנצע הויז האט אפגעברענט, חיים שלמה בערגער האט אים געטראפן ביי א שמחה און פרובירט אים צו בארואיגן, האט משה בער בעק גענטפערט אז אויף אלעס קען ער זיך טרייסטן חוץ אויף די חידושי תורה וואס ער האט געשריבן [לפי דבריו...] בכל מקצועות התורה, דאן איז פארגעקומען אט דעם שמועס וואס @אנאנים האט פריער דערמאנט.

קען זיין סאיז צוויי מעשיות אבער מיטן זעלבן תוכן.

תרומה » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:45 pm

· #470975
יואלי וואלפסאן
📎 fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg

לדעתי גייט די מאמענט זייער קריטיקירט ווערן, פאר'ן לייגן דעם פארענט דעקל [הגם א בילד פון היטלער איז די זעלבע זאך]

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:59 pm

· #470979
אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?

תרומה » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:04 pm

· #470980
זופ מיט מאנדלען
אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?

כ'האב געמיינט די מאמענט, אז זיי זענען אומשטאנד צו לייגן אויפ'ן דעקל סיי וועלכע פרצוף, איז באמת נישט קיין נפק''מ וואס. אבער דאך, איז משה בער עפעס וואס וועט 'לפי ראות דעתי' שטעכן פאר גאר אסאך, אז ס'איז אויפ'ן דעקל

Arh123 » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:54 am

· #471050
זופ מיט מאנדלען
אפשר ביסטו מסביר און קורצע ווערטער וואס א איד וואס האט אין ערגסטן פאל געמאכט א שטיקל חילול השם האט מיטן ארכי מערדער היטלער וואס האט פארשניטן צווישן זעקס און צוועלעף מיליאן אידישע לעבנס?

ער איז גיגאנגען צו די היינטיגע נאצים און זיי גיזאגט אז זיי זיינען גירעכט! און געשריען און גיהאלטען שילדען "פרי פרי פאליסטיין" וואס דאס מיינט בפשטות "נאך א שואה" רח"ל. אפשר וועט מען איבער לאזען (נאך א גרויסער ספק) הונדערט פופציג משוגעים!

חיים'ס ישיבה » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:01 am

· #471062
הספד פונעם וואודרידזשער רב על הרב רבי משה בער בעק זצ"ל
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31453655">https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655</a>

אמת וצדק » פרייטאג אפריל 23, 2021 11:09 am

· #471169
חיים'ס ישיבה
הספד פונעם וואודרידזשער רב על הרב רבי משה בער בעק זצ"ל
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31453655">https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655</a>
א שיינע הספד. דער רב איז מחלק צווישען זיין קנאות מיט די עצם גברא, ער לויבט אים אויס אז ער האט זוכה געווען צום מידת ההשתוות וואס איז א דרגא העכער פון ענווה, און אלע רדיפות קעגן אים האט נישט קיין סאך אויסגעמאכט ביי אים. ער לייגט צו צום סוף פונעם הספד אז רבי משה בער איז אנגעקומען קיין אמעריקא שוין נאכן סטראוק פון סאטמאר רב, שאפראנ׳ער רב האט שוין נישט געלעבט און קראסנא רב איז שוין געווען שוואך וכו׳ אזוי ארום האט ער נישט צוגעזען ווי אזוי די גדולי ישראל האבן זיך מתייחס צום מדינה פונדערווייטענס, נאר איז געבליבען מיט די דרך פון די ירושלימער קנאים פון וועם ער האט מקבל געווען א שטייגער ווי רבי עמרם בלוי.

נאך לייגט דער רב צו אז היות רבי משה בער איז נישט אויפגעוואקסען אין די סביבה פון קנאים נאר איז אנגעקומען אהין פון וויזשניץ האט ער דאס מקבל געווען מיט א ״ריבוי האורות״ און דאס גענומען גאר ווייט.

אבער דער רב חזר׳ט אלס איבער דאס ווארט פונעם שינאווא רב ״אל תהי בז לכל אדם״ - זיי נישט מבטל די ״גאנצע״ מענטש, נאר ענדערש די חלקים וואס די ביסט מחולק מיט, רבי משה בער איז געווען א קאך פון א איד אנגעפילט מיט יראת שמים און גדלות בתורה, און געשריבען ספרים אויף יסודות פון א אידישע שטוב (געבויט אויפן עת לעשות פון רבי הלל קאלאמייער), א ספר אויף קדושת שבת, ועוד וואס די ספרים קען יעדער קוקן.

דורש אמת » פרייטאג אפריל 23, 2021 5:43 pm

· #471188
אמת וצדק

די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).

גדלות בתורה? זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא היא. וואלט הילל געזאגט אויף אים גדול בתורה?
ואהבת לרעך כמוך. אהבת האדם. לא תשנא את אחיך. הלבנת פנים. לשון הרע. הוצאת שם רע. דרכיה דרכי נועם. ועשית הישר והטוב. מה הוא רחום אף אתה רחום. כל הכועס כאילו עע”ז. עם חכם ונבון.
א ספר תורה וואס פעלט איין אות איז א פסולער ס״ת.

א קאך פון א איד ? מיצוות וואס קומט מיט א קאך, האט מסביר געווען דער ווילנער גאון, דארף מען חושש זיין, קומט פונעם יצה”ר. נאר ווען מע בארואיגט זיך דעמאלטס קען מען נוצן דעם שכל = יצר טוב ווי דער אבן עזרא איז מסביר אז שכל איז דער מלאך צווישן גאט און דעם מענטש.
רבי הילל האט זיך אמאל אזוי צופייערט אין א דרשה קעגן שייטלען אזש ער איז אריינגעלאפן אין ווייבער שיל און אנגעהויבן אראפשלעפן שייטלען פון באלעבאטישע פרויען….
פארגעסן אז מענטשליכקייט קדמה לתורה
הקנאות הדתית .
היא מכה הכתובה בתורה! (הגאון הצדיק משטעפאנעשט)

Sent from my iPad using Tapatalk

אמת וצדק » פרייטאג אפריל 23, 2021 6:59 pm

· #471191
כבוד רבי דורש אמת, איך פארשטיי אז די האסט דיין אייגענע וועג אין יהדות וואס איז גאר ווייט פון די וועג פון רבי משה בער, און נישט נאר די נאר רוב כלל ישראל האלט אז ער האט זיך טועה געווען אין געוויסע ענינים ווי זיך גיין טרעפן מיט די פרעזידענט פון איראן, אבער ווי נעמסטו אז ער האט בעצם ״פיינט געהאט״ אידן וואס זענען נישט געגאנגען אויף זיין וועג? וואודרידזשער רב זאגט אינעם הספד אז בעצם האט ער געהאט אין זיך די מידה פון אהבת ישראל, נאר היות ער איז געווען אזא גרויסע קנאי האט מען דאס נישט ארויסגעזען.
גדולי ישראל האבן שוין געזאגט אז כלל ישראל דארף א רבי הלל קאלאמייער און מען דארף אויך א רבי הערשלע ליסקער (בחינת שפרה ופועה), א סאטמאר רב מיט א בעלזא רב, יש כמה דרכים לפני השם, און דאס זאג איך אויף רבי משה בער באופן כללי בנוגע זיין השקפה אויף יהדות, חינוך, ציונות ועוד, משא״כ אין פרטים האלט טאקע רוב כלל ישראל אז ער האט זיך טועה געווען ואין הלכה כמותו.

תוהו ובוהו » פרייטאג אפריל 23, 2021 7:35 pm

· #471196
אמת וצדק
גדולי ישראל האבן שוין געזאגט אז כלל ישראל דארף א רבי הלל קאלאמייער און מען דארף אויך א רבי הערשלע ליסקער (בחינת שפרה ופועה), א סאטמאר רב מיט א בעלזא רב

אויב אזוי דארפן מיר אויך א 'דורש אמת' און אן 'אמת וצדק'

#והאמת שאין אמת אחת או שתים

דורש אמת » זונטאג אפריל 25, 2021 12:25 am

· #471218
תוהו ובוהו
אמת וצדק
גדולי ישראל האבן שוין געזאגט אז כלל ישראל דארף א רבי הלל קאלאמייער און מען דארף אויך א רבי הערשלע ליסקער (בחינת שפרה ופועה), א סאטמאר רב מיט א בעלזא רב

אויב אזוי דארפן מיר אויך א 'דורש אמת' און אן 'אמת וצדק'

#והאמת שאין אמת אחת או שתים

אויף אזא אופן ווערט א תוהו ובוהו…

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 25, 2021 12:28 am

· #471219
מיין אפשאצונג (ווער ביניך דען?) אויף הרב משה בער בעק ע"ה איז, אז הגם ער איז געווען אן ערליכער איד און איידעלער מענטש בטבע, האט ער געגרייזט ביי צוויי הויפט פונקטן אין זיין לעבן. די ערשטע איז ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין די כת מורדים אין וויזניץ. ער האט געוואלט זיין פרומער פון זיין רבי'ן. די צווייטע איז געווען ווען ער האט זיך געהאלזט און געקושט מיט דעם ארכי-טעראריסט,שונא ישראל און מערדער אכמאדינעזשאד, ימ"ש. וואס לויט עטליכע גענעאלאגיסטן שטאמט ער פון אידן...!

אויף איהם קענמען זאגן וואס די משנה אין פרקי אבות רופט אן..."יצא שכרו בהפסידו"...די גוטע נקודות אין זיין לעבן זענען אפגעווישט געווארן דורך זיינע נישט ריכטיגע מעשים...!

זופ מיט מאנדלען » זונטאג אפריל 25, 2021 9:53 am

· #471282
חיים שלמה בערגער מאכט א סופער ארבעט אינעם וואכעדיגן "מאמענט" ער שניידט אוועק אלע פובליצירטע קאנטרעווערסיעס און בויט אויף א הערליכער פערזענליכקייט, אנדערש ווי אסאך וואס לייגן אים דא אראפ ווי א מענטש כולו גבורה און דין דעקט ער אויף די ווייכע פאטערליכע זייט פונעם מענטש, קען זיין ער זאגט נישט דעם פולן אמת אבער אלס מקור ראשון פארלאז איך מיר אויף אים מער ווי אויף אנאנימע ניקס.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 25, 2021 12:13 pm

· #471294
זופ מיט מאנדלען: דו ביסט טיילווייז גערעכט. אבער אזוי ווי איך האב געשריבן אז ער איז בטבעו געווען אן איידעלער מענטש. אבער זיינע מעשים האבן נישט געטויגט. דער איינציגער לימוד זכות דא איז אז ער האט געגרייזט...!

עפעס ליגט מיר אין זיכרון א מאמר..."האדם נשפט לפי מעשיו"...!

די גויים האבן א שפריכווארט. אז דער וועג צום גיהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות. ד.מ. אז אויב א מענטש בויעט זיך נאר אויף זיינע גוטע כוונות און זיינע מעשים זענען נישט גוט קומט ער אן אין גהינום...!

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 25, 2021 3:06 pm

· #471323
berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען: דו ביסט טיילווייז גערעכט. אבער אזוי ווי איך האב געשריבן אז ער איז בטבעו געווען אן איידעלער מענטש. אבער זיינע מעשים האבן נישט געטויגט. דער איינציגער לימוד זכות דא איז אז ער האט געגרייזט...!

עפעס ליגט מיר אין זיכרון א מאמר..."האדם נשפט לפי מעשיו"...!

די גויים האבן א שפריכווארט. אז דער וועג צום גיהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות. ד.מ. אז אויב א מענטש בויעט זיך נאר אויף זיינע גוטע כוונות און זיינע מעשים זענען נישט גוט קומט ער אן אין גהינום...!
און איך האב נישט געכאפט אז די גאנצע שמועס איז צו ער גייט אין גיהנום...
גיהנום?! גיהנום גייט ער זיכער אפפלאקערן פאר אלע עוונות!

די שמועס איז נאר איבער זיין פערזענליכקייט צו איז ער געווען א גאט פארכטיגע איד וואס איז געגאנגען אין פייער פאר גאט'ס ווילן (ווי ער האט עס געזעהן..) ווי אל באגדאדי בדורו, (און אין גיהנום גייט ער נאך אלס פונקט ווי באגדאדי איז געגאנגען.. 'קאז דעטס די וועי איט ווארקס')

צו איז ער געווען א שלעכטער מענטש וואס האט ליעב געהאט פיינט צוהאבן מענטשן און גענוצט גאט פאר א שטעקן.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

דורש אמת » זונטאג אפריל 25, 2021 8:10 pm

· #471353
צי איז עס א סתירה? בעל התניא זאגט אז ניט

גראדע ביי אונזער העלד , מיין איך, ער איז געווען א איידעלער א גוטער נאר דער פחד פאר די כלומרשטע אמונה וואס מדארף ראטעווען, דער דאזיגער ציל, האט געהייליגט אלע מיטלען און פון אונטערן באוואוסטזיין (סאבקאנטשעסלי) די נאטירליכע קינאה שנאה וואס אסקעטן (סגפנים)האבן, ווי דערמאנט אויבן. דער פחד פון גיהינום און די שרעק ניט ח״ו צו פארלירן דאס גן עדן, די השקפות וואס ער האט זיך אנגעזאפט ביי זיינע רביס, מורי דרך, זיין נאענטע געזעלשאפט, דאס אלעס האט אים צוגעברענגט צו אנכאפן זיך פעסט אין די עקסטרעמיסטישע מקורות און שיטות און צו באזייטיגן די מער הומאניטארע טעקסטן אין דער אידישער מסורה. דאס פרומקייט אויף יענעמס חשבון, די איבערגעטריבענע רוחניות, צו טרעפן איסורים און עבירות אויף יעדן ריר אויף יעדן בלינק מיט די אויגן. ווי רבי חיים ישעיה הכהן דער ראחובער רב בשעתו. (א טעיפ רעקארדער טאר מען אפילו , ניט האבן אין שטוב. מע טאר למשל , ניט דערמאנען דאס ווארט ׳בויך׳…). דאס מסירות נפש, ניט נאר דאס אייגענע נפש נאר אויך יענעמס, און דערפאר דארף מען מתפלל זיין פארן חורבן פון מדינת ישראל.
.
פארן באשאף פונם מענטש רופט מען אויס אין הימל צי מזאל זיין ארעם אדער רייך , א טיפש אדער א חכם, שטארק אדער שוואך א. א. וו. אבער צדיק צי רשע , דאס לאזט מען איבער צום מענטשנס בחירה. און אך און וויי פארן טיפש וואס נעמט זיך אונטער צו זיין א צדיק, ער ארבעט שטארק צו פאלגן דעם אייבערשטנס באפעל פון ‘תהא טיפש’, זאלסט זיין א טיפש! און דערפאר זינקט ער אין טיפשות מער און מער מיט א קאך און א ברען… (תפארת שלמה).

א טראגישער פיגור וואס מיר אלע קענען זיך נעמען א מוסר השכל וואס סקען ארויסקומען פון פארפרומטער מרה שחורה, וויאזוי מווערט פארווארפן פון ביידע וועלטן. ניט נהנה געווען פון דער וועלט און ניט געדענקט צום גוטן נאכן טויט.
ווי רבא פלעגט זאגן פאר די תלמידים , אל תירתו תרתי גיהינום, גיט אכטונג ניט צו ירשענען צוויי מאל גיהנום איינמאל אויף די וועלט און איינמאל אויף יענע וועלט.

אויף אזא אופן קען מען גורם זיין אן עליה פאר זיין געליטענע נשמה און זיין זכר וועט זיין צו ברכה.
יהי זכרו ברוך.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 25, 2021 9:11 pm

· #471369
הרב קוק האט דאך עס אבער נישט געמיינט ערנסט. 😂 😂 😂
<a class="postlink" href="https://youtu.be/tpz8PMcRJSY">https://youtu.be/tpz8PMcRJSY</a>

אמת וצדק » זונטאג אפריל 25, 2021 9:53 pm

· #471373
[ציטאט אראפגענומען]
גוט געזאגט, און וואודרידזשער רב זאגט טאקע דאס זעלבע אויף הרב קוק, און ער לייגט נישט צו די פאר אותיות סוף פון זיין נאמען.

אנטוישטער יונגערמאן » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:20 am

· #471429
א גאנץ לעבן האט ער מלחמה געהאלטן קעגן מדינת ישראל און וואונדער איבער וואונדער ער האט אויסגעלאזט זיין לעצטן אטעם פונקט אינצווישן פון יום העצמאות (המוקדם) און ה אייר!
א סימן מן השמים, ניט אזוי?
מיט די קינדער און אייניקלעך האט ער ניט אלעמאל מצליח געווען. א בחור וואס איז געווען דער גרעסטער מתמיד אין ישיבה האט מען אים אנגעטראגן פאר זיין טאכטער ער האט אבער געהאלטן אז אזא בחור קען באקומען א בעסער מיידל. מע האט אים אנגעטראגן צוויי אנדערע בחורים איינער דוד שעיה ג. א גוטער לערנער דער צווייטער ה. א יתום וואס האט ניט ממש געפילט א טעם אין תורה ער האט אבער געלערנט בחברותא מיטן גרויסן מתמיד דוד שעיה האט ניט מסכים געווען צום עקסטרעמען צניעותדיגן לבוש דערפאר האט ער אויסגעקליבן דעם אנדערן. דער איידעם האט געארבעט אין א האר סאלאן (?) און איז שוואכער געווארן אין פרומקייט, דאס ווייבל איז פון אים אנטלאפן מיט די קינדער אין א ערב שבת
יארן שפעטער איז דער עלצטער זון אנטלאפן צום טאטן וואס איז געווארן א פלעינער איד. היינט איז ה. א ראביי
ר משה בער האט פארבאטן זיין טאכטער צו רעדן מיטן זון. אפילו יארן שפעטער ווען דער צווייטער זון פלעגט צו טעלעפאנירן זיין ברודער האט די מאמע פרובירט אויפצוכאפן דעם קול פונעם בן סורר דורכן טעלעפאן מיט א חלשות, אבער זי האט ניט געוואגט עובר צו זיין אויפן טאטנס אנווייזונגען…
וויפיל הארטקייט דארף מען האבן דאס צו קענען טוהן צו די אייגענע קינדער און אייניקלעך. משה בער פלעגט טאקע צו זאגן אין זיינע דרשות מענטשן מיינען אז מדארף האבן רחמנות אבער ניין ווען די תורה הייסט רחמנות האבן דארף מען צו האבן רחמנות און ווען די תורה הייסט זיין אן אכזר דארף מען צו זיין אן אכזר. דאס איז א פונדאמענטאליסטישע צוגאנג צו יידישקייט. וואס מקען אפשר טרעפן רמזים דערצו ביי געוויסע פון די חזל אבער די אנגענומענע מיינונג אין חזל רמבם און רוב חכמי ישראל איז בפירוש ניט אזוי.
פרויען אייניקלעך פון ר משה בער שפאצירן זיך היינט מיט אויפגעדעקטע האר אין גאס און פאסמאקעווען זיך מיט עבירות וואס ער האט נעבעך קיינמאל ניט טועם געווען און וועט שוין קיינמאל ניט שפירן.

ער האט געענטפערט יעדן בחור מיט רעספעקט ווי כאילו יענער וואלט געווען א איש מכובד.
איינער פון זיינע שטארקע תלמידים האט אוועקגעווארפן חלקים פונעם רבינס געדאנקען מע האט אויך געזאגט אויף אים אז ער האט דיעות זרות, איינמאל ביי א שמחה איז דער תלמיד צוגעגאנגען רעדן מיט אים ער האט אבער מורא געהאט צו רעדן מיט אן אפיקורס האט ער זיך געמאכט כאילו ער זעט ניט און הערט ניט…
איינער פון זיינע מענטשן האט זיך געטויפט צו איסלאם מיט זיין גאנצע משפחה און זיך אוועקגעצויגן צו איינע פון די אראבישע מדינות.
איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.

משה בערס דרך האט קראנק געמאכט זיינע קינדער און דערצויגענע פיזיש און גייסטיש.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am

· #471432
אנטוישטער יונגערמאן:ייש"כ. דו האסט עס גוט ארויס. עטליכע נקודות. ערשטנס. דאס אז זיינע קינדער און אייניקלעך זענען נישט קיין נארמאטיווע (אנדערש פון נארמאל) ערליכע, בעל בתי'שע אידן איז בכלל נישט קיין חידוש. ער האט דאך (סוכ"ס) נישט געפיהרט קיין נארמאלע אידישע שטוב. ווער רעדט נאך פון חינוך...!

די צווייטע ערנסטע גרייז וואס ער איז באגאנגען אין זיין לעבן איז געווען וואס ער האטציך געהאלזט און געקושט מיט א געפערליכן שונא ישראל און ארכי-מערדער. דאס האט גארנישט צו טון מיט זיין קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און ציונות...!

א מוסטער פון אן אמת'דיגן קנאי עפ"י תורה איז געווען הרה"ק מ'סאטמאר הדברי יואל, זי"ע. ס'איז נישטא אין דעם דור נאך אזא קנאי אקעגן ציונות ווי ער. אבער ער האטציך געהיטן אז ס'זאלל קיינמאל נישט אויסקומען אפי' למראית עין אז ער האט איין ליניע מיט די אראבישע רוצחים, ח"ו. אויך האט ער אנגעזאגט פאר זיינע תלמידים וחסידים קיינמאל נישט צו טון קיין ווילדע אדער טעראריסטישע שטיק. נאר א יעדער ריר איז געווען געוואויגן און געמאסטן עפ"י תורה...!

דורש אמת » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:07 am

· #471434
צווישן זיינע משפחה מיטגלידער זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!

Sent from my iPad using Tapatalk

היכי דמי » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:11 am

· #471435
איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.
[/quote]

איך האב מיר פונקט לעצטענס אנגעשטויסן אין א אלטע ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די געשיכטע, עס איז מיר אינטערעסאנט איצט צו הערן פון דיר אז יענער איז גאר געווען א משה בער בעק חסיד

רימון » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:22 am

· #471438
דורש אמת
צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!

Sent from my iPad using Tapatalk

אין איינער פון זיינע ספרים האט ער א שמועס אויף דער טענה פון מענטשן אז די קינדער פון קנאים פאלן אוועק. זיין שמועס איז צי ס'איז ריכטיג אז מ'דארף באלאנגען אין א קהלה און טאמער נישט ליידט מען מיט די קינדער. ער ענטפערט אז מענטשן אין די קהלה האבן אויך קינדער וואס פאלן אוועק ווי אויך אז אין גרויס טייל קומט עס פון מאלעסטעישאן.

הוגה » מאנטאג אפריל 26, 2021 12:00 pm

· #471441
אנטוישטער יונגערמאן
איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.

ביזט זיכער מיט וואס דו זאגסט? איך האב מערערע מאל געהערט אז יענער איז געווען א ריבניצער תושב. אלענפאלס, יענער איז געווען under the influence, און אזעלכע האבן זיך געדרייט אין ריבניץ לרחצה. ובכלל האלט איך אז ס'נישט אין פלאץ צו צונעמען זיינע family dynamics דא. מיין טאטע האט אויך אזאנע, וממילא מיינט עס שוין אז ער איז נישט אן עובד ה'? לאמיר ארויסלאזן זיין פריוואטע לעבן און זיך באנעמען צו זיין פובליק פיגור'שאפט.

.

אישתישבי » מאנטאג אפריל 26, 2021 12:06 pm

· #471443
הוגה

אנטשולדיגט? אידן שעפען חיזוק פין זיינע דורכפעלער, און דו זאגסט עס איז נישט דער פלאץ?

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 26, 2021 2:07 pm

· #471462
רימון
דורש אמת
צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!

Sent from my iPad using Tapatalk

אין איינער פון זיינע ספרים האט ער א שמועס אויף דער טענה פון מענטשן אז די קינדער פון קנאים פאלן אוועק. זיין שמועס איז צי ס'איז ריכטיג אז מ'דארף באלאנגען אין א קהלה און טאמער נישט ליידט מען מיט די קינדער. ער ענטפערט אז מענטשן אין די קהלה האבן אויך קינדער וואס פאלן אוועק ווי אויך אז אין גרויס טייל קומט עס פון מאלעסטעישאן.
העלפן דעם אייבערשטען מיט פשרות?!

אפשר וויל גאט דו זאלסט טוהן וואס דו דארפסט און זיך נישט זארגן מיט וויפיל קנאים ער וועט איבערבלייבן...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:18 pm

· #471470
דורש אמת
צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!

Sent from my iPad using Tapatalk

דורש אמת: ד.מ. לויט ר' משה בער אז איעדער וואוילער יונגערמאן האט א טאטן וואס טויג נישט. און א יעדער אפגעפארענער און צופארענער האט א טאטן א צדיק.

מיין קשיא איז פארוואס ער האט נישט געטראפן עפעס א מער נארמאלע אימרה. אין פלא יועץ. אורחות צדיקים אדער מסילת ישרים. איך רעד שוין נישט פון די גמ' וואו ס'שטייט וויאזוי אן ערליכער איד דארף מחנך זיין זיינע קינדער...!

זיכער. אז די קינדער זעהען אז דער טאטע/זיידע איז אזוי פאררוקט אז ער גייט זיך קושן און האלזן מיט איינעם פון די גרעסטע רוצחים און שונאי ישראל אינ'ם היינטיגן דור. און ער אדער זיינע תלמידים גייען צו א דייטשן עמלקי זיך באקלאגן און מקטרג זיין אויף אידן. (ביבי נתניהו) וואס זאללן זיי זאגן. זיי ווערן אינגאנצן צומישט. זיי זעהען דעם טאטע/זיידע טון למעשה על דבר המותר, אסור. און על דבר האסור, מותר....!

דורש אמת » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:22 pm

· #471471
אישתישבי
הוגה
אנטוישטער יונגערמאן
איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.

ביזט זיכער מיט וואס דו זאגסט? איך האב מערערע מאל געהערט אז יענער איז געווען א ריבניצער תושב. אלענפאלס, יענער איז געווען under the influence, און אזעלכע האבן זיך געדרייט אין ריבניץ לרחצה. ובכלל האלט איך אז ס&#39;נישט אין פלאץ צו צונעמען זיינע family dynamics דא. מיין טאטע האט אויך אזאנע, וממילא מיינט עס שוין אז ער איז נישט אן עובד ה&#39;? לאמיר ארויסלאזן זיין פריוואטע לעבן און זיך באנעמען צו זיין פובליק פיגור&#39;שאפט.

.

אנטשולדיגט? אידן שעפען חיזוק פין זיינע דורכפעלער, און דו זאגסט עס איז נישט דער פלאץ?
פארשטייט זיך אז סע איז ניט קיין סתירה צו עבודת ה׳ , סע פרעגט אבער אפ די לעכערליכע קנאישע טענה אז נאר אזוי קען מען ראטעווען די קינדער

Sent from my iPad using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:36 pm

· #471473
דורש אמת: דו זאגסט אז דער צופארענע בריאה וואס האט געשטאכן זיין ווייב אין קאפ אינמיטן איהר שלאף איז געווען א ריבניצער מקורב. נישט ר' משה בער'ס א מקורב. יא. ס'קען זיין. כ'ווייס נישט, ב"ה. אבער דאס טוט בכלל נישט רעפלעקטירן אויפ'ן רבי'ן אליינס. ער. (דער ריבניצער רבי) איז כאטש געווען א נארמאלער מענטש. א שטארקער עובד ה' און זיין אהבת ישראל האט געברענט אין איהם.משא"כ ר' משה בער האט דאך אפגעטוהן מעשים אשר לא ייעשו. און זיין גאנץ התנהגות איז געווען אויף א פאררוקטן שטייגער. מה שאין דעת האדם סובלת...!

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:40 pm

· #471474
נטורי קרתא איז נאכאלס צומאל א פארס פאר גוד. עס דערציהט אירע נאכפאלגער נישט נאכצוגיין די עסטעבלישמענט, אפילו אונזערע אייגענע, און האבן א חוצפה צו שרייען אמאל אז די פני הדור איז כפני הכלב. אין א וועלט ווי עס געפינען זיך אזוי ווייניג לויטערע גלויביגער במחשבה ובמעשה וואס זענען נישט תוכם כברם, זענען די נטורי קרתא מיטגלידער אמאל נויטיג.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:07 pm

· #471484
טאמבל סאוס: איך האלט אויך אז דער עצם רעיון פון די נטורי קרתא כשהוא לעצמו איז נישט קיין שלעכטע זאך. ס'איז גוט אז די ערליכע אידן פיהרן א דיאלאג מיט די אראבישע און איראנער פיהרערס. אויך ווען זיי זענען געגאנגען רעדן צו דעם ארכי שונא ישראל פארראקהאן (ימ"ש) ער האט זיי לכה"פ אויפגענומען בדרך כבוד. זיכער האבן זיי א רעכט צו זייער מיינונג. מיין טענה צו זיי איז פארוואס זיי האלזון און קושן זיך מיט אזא פארשוין ווי אכמאדינעדזשאד. וועלכער סטראשעט א יעדן שני וחמישי אז ער גייט ח"ו ווארפן אן אטאם באמבע אויף ארץ ישראל, היל"ת. וואס ס'איז נאך ערגער פון דעם איז זיי גייען צו א דייטשן רעגירונגס מענטש וואס זיין טאטע אדער זיידע איז זיכער געווען א נאצי סימפאטיקער און זיי באקלאגן זיך אויף א צווייטן איד (ביבי נתניהו). דאס איז נאך פילפאכיג ערגער ווי גיין צו די פאלעסטינער אדער איראנער...!

און ווער שמועסט נאך ווען אכמאדינעזשאד ,ימ"ש האט פאררופן די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ. און די מעמבערס פון די נטורי קרתא זענען געגאנגען אהין. ווען זיי וואלטן זיך לכה"פ אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די אנוועזנדע אז זיי האבן פארלוירן נאנטע קרובים דורך די נאציס, וואלט זיך אפשר געלוינט זייער נסיעה. אבער זיי האבן גארנישט געזאגט. ומדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!

אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:14 pm

· #471487
ווען זיי רעדן מיט 'אכמעדינידזשאד' וואס איז סך הכל א פאפוט אין 'אייטאלא כאמעיני'ס האנט האסטו א פראבלעם, אבער ווען זיי רעדן צו דעם ימ''ש'ניק 'פאראקאן' מיט דעם ביסטו מסודר?!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:32 pm

· #471493
אלע צוזאמען: דו האסט נישט מדייק געווען אין מיינע ווערטער. איך האב (בפירוש) געזאגט אז מיט רעדן, אפילו צו אכמעדיניזשאד האביך נישט קיין טענות. נאר דאס האלזן און קושן זיך. צו וואס פעלט דאס אויס...?!

דרך אגב. דער הייליגער איד הרב משה בער בעק ע"ה. ווען א אידישע פרוי גייט אדורך זיינע ד' אמות איז ער געלאפן אין מקוה. (דער פרומער וואס ר'איז געווען). וכי עלתה על דעת פון א פשוט'ן איד זיך צו האלזן און קושן מיט א טמא'נעם גוי... וויפיהל מאל איז ער געלאפן אין מקוה נאכדעם...לאל...!

כרם זית » מאנטאג אפריל 26, 2021 9:37 pm

· #471522
@אנאנים דאס האב איך פינקט היינט געזאגט: אויב ביי רמב"ב פארשטייסטו אפצוטיילן די מענטש פון זיינע שיטות. דאן וואס זענען ליובאוויטשער רבי, הרב קוק, חכם עובדיה וכו׳, אנדערש?

שושן פורים » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:55 pm

· #471533
berlbalaguleh

.....און ווער שמועסט נאך ווען אכמאדינעזשאד ,ימ"ש האט פאררופן די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ. און די מעמבערס פון די נטורי קרתא זענען געגאנגען אהין. ווען זיי וואלטן זיך לכה"פ אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די אנוועזנדע אז זיי האבן פארלוירן נאנטע קרובים דורך די נאציס, וואלט זיך אפשר געלוינט זייער נסיעה. אבער זיי האבן גארנישט געזאגט. ומדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!

ערעב בערל, סתם מכחיש זיין שמש בצהריים?

אהרן כהן פון נטורי קרתא וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי דעם קאנפערענס האט קלאר ארויסגעברענגט אז די האלאקאוסט איז זיכער געשעהן נאר האט פארדאמט מדינת ישראל פארן עס נוצן צו בארעכטיגן די אומרעכטן קעגן די פאלעסטינער (לשיטתו).

ביים וויזיט נאכדעם ביי אכמאדינעזשאדן שר"י האבן זיי ווידער אמאל קלארגעשטעלט אז די האלאקאוסט איז געשעהן אן קיין שום ספק און ווידער פארדאמט די ציונים פארן עס נוצן פאר זיך.

זע א באריכט פון דעמאלטס אויף די ישראל'ישע Ynet פון ידיעות אחרונות איבער די באזוך און די חרם אויף זיי פונעם דעמאלטסדיגן רב הראשי הרב מצגר.

שוין לאנג זיך געוואונדערט, סתם פאר די נייגעריגקייט, וויפיל פון די חברים דא אין שטיבל נעמען כאטש די מינימאלע מיה פון מאכן א פשוטע גוגל סוירטש בעפארן שיסן פאקטן, אפילו זאכן וואס יעדער ווייסט עניוועי

ארי נוהם » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:52 pm

· #471541
דורש אמת
די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).
Sent from my iPad using Tapatalk

ווייס איך נאר נישט, פארוואס אויפן וועג פון האקן אויף בעק (מיט גוטע פונקטן), מוזטו אויך אויסלויבן דעם מנוול ומשוקץ ומתועב הערץ האמבערג, א שייגאץ וואס איז געווען אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט וואו ער האט נאר באזוכט זינט זיין גלענצנדן 'אמרי שפר'.

דו מאכסט מיר שפירן, אז נאר ווען עס קומט צום רעכטן עקסטרעמיזם - כר' הלל קאלאמייער ורמ"ב בעק - זעסטו די בילד ווי עס דארף צו זיין, אבער ווען עס קומט צום לינקן עקסטרעמיזם זינגסטו א נייעם ניגון.

גענוג צו לייענען די וויקי בלעטל אויף הערץ האמבערג, זיך צו דערוויסן אז מ'רעדט פון די נידעריגסטע שבנידעריגסטע וואס כלל ישראל האט געזען. א רודף ומשטין, א צענזור ומוסר, אן אויסגעשפיגענער און זעלבסט האסנדער, מיט א מאנטל פון אמת - פונקט ווי ר' משה בער בעק זעלבסט - וואס האט אים אבער נישט געמאכט באליבט ביי קיין איינעם, אזש דער יעב"ץ - א שטיקל עקסטרעמיסט פאר זיך - מוז אים קרוינען בלשונו: "איש אשר לנבלותו אין קצה, ושמו הירץ הומבורג, הוא החל לקטרג ולהוציא שם רע על ישראל באוזני הממשלה... חייבים אנו להגיד כי לא קם עוד נבל כמוהו בתוכם כהומבורג, מדבר תועה ונבלה כמוהו."

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:15 am

· #471544
שושן פורים: דו קומסט יעצט אויך, אזוי ווי אייביג, פונ'ם ..."לינקן פעלד""... אזוי צו זאגן...! די הויפט פארדאמונג פון די אידישע וועלט (אויף די נטורי קרתא) איז דאס האלזן און קושן זיך מיט א פארשוין וואס איז אין דעם היינטיגן דור דער פאראללעל צו היטלער, ימש"ו. און דאס שטיין אין סאלידאריטעט מיט אזעלכע מערדערס און באטריגערס ווי יאסיר אראפאט און זיין באנדע...!

אויב מ'גייט שוין יא מיט די לאגיק פון הפוך על הפוך, ווילל איך דיך פרעגן א קשיא. פארוואס, ווען די נטורי קרתא מעמבערס זענען געפארן צו די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ האט סאטמאר (ביידע. סיי די ארונים און סיי די זאלונים. נישט די בני יואל.) געשריגן מכל עץ רענן אויף די העכסטע טענער אז זיי מיט נטורי קרתא זענען נישט איינס און די זעלבע. זיי האבן גארנישט קיין שייכות מיט די גרופ...!

אדרבה...! ווער קען עס פארענטפערן...?! מיט א לאגישן תירוץ...!

שושן פורים » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:25 am

· #471545
berlbalaguleh
שושן פורים: דו קומסט יעצט אויך, אזוי ווי אייביג, פונ'ם ..."לינקן פעלד""... אזוי צו זאגן...! די הויפט פארדאמונג פון די אידישע וועלט (אויף די נטורי קרתא) איז דאס האלזן און קושן זיך מיט א פארשוין וואס איז אין דעם היינטיגן דור דער פאראללעל צו היטלער, ימש"ו. און דאס שטיין אין סאלידאריטעט מיט אזעלכע מערדערס און באטריגערס ווי יאסיר אראפאט און זיין באנדע...!

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, האסט געזאגט א סטעיטמענט אז נטורי קרתא מיטגלידער האבן זיך נישט אנגערופן אז די האלאקאוסט האט באמת פאסירט נאר זענען געזיצן שטיל. האסט אפילו מוסיף געווען אז ווען זיי זאגן אז עס איז קלאר יא געווען וואלט זיך אפשר געלוינט זייער נסיעה.. האב איך דיר אויפגעוויזן אז זיי זענען נישט געזעצן שטיל, נאר געזאגט אז די האלאקאוסט האט באמת פאסירט אבער די ציונים האבן נישט די בעלות דערויף (כלשונם). זאגסטו אז איך פאשע אינעם "לינקן פעלד". אויב די פאקטן ליגן נאר אין די יעניגע פעלד וויל איך נישט זיין ערגעץ אנדערש.

שושן פורים » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:44 am

· #471547
און פארוואס די סאטמארע פראקציעס האבן זיי פארדאמט? פשוט הוא, שיטת נטורי קרתא איז נישט שיטת סאטמאר, די סאטמארע שיטה אקצעפטירט נישט נטורי קרתא'ס אקטן. און היות רוב מענטשן אין די וועלט זענען געפערליך אויבערפלעכליך, די פאקטן אינטערעסירט מענטשן ווי די האגל פונעם לעצטן יובל, און מענטשן ווילן נישט וויסן וואס נטורי קרתא מיטגלידער האבן באמת געטון ביי יענעם טרויעריגן קאנפערענץ, נאר מען האקט זיך קאפ אין וואנט און מען שרייט אז אידן זענען געפארן קיין איראן לייקענען דעם האלאקאוסט, און צודערצו מאכט מען א גזירה שוה פון אנטי ציוני צו אנטי ציוני, מען מישט עס גוט אויס, מען באקט עס פאר א שעה אויף דריי פופציג פערנהייט, און עס קומט ארויס א געבעקס מיטן אויפשריפט "סאטמאר לייקענט דעם האלאקאוסט", אוודאי האט עס סאטמאר געדארפט פארדאמען.

די אקט פון פארן אויף איראן איז לדעתי ,ולדעת רוב בית ישראל, ואפילו לדעת רוב הקנאים א אומדערהערטע פארשעמטע זאך, צו איז דאס אז ביי א קאנפערענץ ווי מען קווענקלט אינעם שואה האט א איד בכלל נישט וואס צו זוכן דארט, צו איז דאס ווייל מען טרעפט זיך נישט מיט א פערזאן וואס סטראשעט צו באמבאדירן א פלאץ ווי דיינע ברודער און שוועסטער וואוינען, ועוד סיבות. לדעת נטורי קרתא איז נאכאלץ דא א חיוב צו גיין חנפן'ען און איבערבעטן דעם שגץ און זיי קענען דיר אנווייזן ווי אין די תורה מען זעהט קלאר אז מען מוז זיך טאקע אויפפירן אט אזוי.

ר' משה בער ע"ה האט געהאט רעכט צו טאן דאס זייניגע ווייל לויט איהם איז עס געווען בלי שום ספק נישט נאר א מצוה נאר א חיוב, כלל ישראל האט געהאט די רעכט צו ברויזן און מוחה זיין אויף איהם ווייל לויט זיי/אונז איז עס א געפערליכע עבירה, אומרעכט, און חילול השם.

אבער דאס איז אלעס ווילאנג מען האלט זיך צו די פאקטן, אדער ווי @berlbalaguleh רופט עס "פאשענען אין לינקע פעלדער". ומכלל הן אתה שומע לאו.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:24 am

· #471550
שושן פורים: איכ'ל דיר ענטפערן על ראשון ראשון. דער פאקט אז זייערע מעמבערס האבן גערעדט אקעגן די האלאקאוסט לייקענונג איז לויבנסווערט. איך האב דאס נישט געוואוסט ווען איך האב ארויסגעזאגט מיין מיינונג. פארקערט. איך האב דאך געשריבן אז די עצם געדאנק פון זייער שיטה איז א גוטע זאך. אז איין גרופע פון די אידן האט א דיאלאג מיט די אויסגעשפראכענסטע שונאי ישראל. און זיי האבן א רעכט דערצו. מיין טענה איז פארוואס זיי דרוקן אויס סאלידאריטעט מיט די מעשי רציחה און טעראר פון די איראנער און די פאלעסטינער. און די עיקר. פארוואס זיי קושן און האלזן זיך מיט די גרעסטע רוצחים פון זייערע ברידערס...! און אזא אפגעהיטענער, געהויבענער איד און ירא שמים ווי הרב בעק האלזט און קושט זיך מיט א טמא'נעם גוי, א רוצח...!

לגבי דעם פאקט וואס סאטמאר האט אזוי הויעך און שטארק אויסגעשריגן קבל עולם ומלואו אז זיי מיט נטורי קרתא זענען נישט איינס איז זייער פשוט. ווייל אין די גאנצע וועלט ווייסט מען אז סאטמאר איז זייער פעסט אקעגן מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ בכלל. און אקעגן ציוניזם. ממילא ציעט די וועלט א פאראללעל צווישן סאטמאר און נטורי קרתא. און סאטמאר שווייגט. עכ"פ ביז יעצט. ווייל סאטמאר איז קיינמאל פריער נישט ארויסגעקומען מיט אן אויפקלערונג איבער דעם פונדאמענטאלן חילוק פון זייער שיטה און די פון די נטורי קרתא.

נאר ס'איז דא א טיעפערע און פראקטישע כונה אין זייער פארדאמונג פון די נט"ק'ס פארן צו די האלקאוסט קאנפערענץ און די דערקלערונג אז זיי האבן גארנישט מיט די נטורי קרתא. נאר איך וועלל עס נישט ארויסשרייבן דא ברבים...!
בלאט: 1 2 3 4 5