מפיל קינדשבת אחיםדאס וואס ר׳ דוד לעיב האט פארציילט אז ער האט זיי געשיקט געלט פאר זיינע מורדים באהאלטערנהייט דאס האט אים גרויס געמאכט! דאס איז די מעסטער!!!
אפשר האט ר'
משה בער געשיקט געלט באהאלטענערהייט פארן אמרי חיים און קיינער ווייסט נישט דערפון?
מיין מעסטער איז וויאזוי א איד דאווענט, לערנט, עסט, און דינט דעם באשעפער. מידות, שיטות און השקפות זענען זייטיגע בענעפיטן.
וואס גייט מיך אן וואס ער האט געטוהן
באהאלטערנעהייט??? איך האלט נאכנישט ביי זיינע באהאלטענע מעשים.... איך האלט נאך אינמיטן די
אפענע מעשים.
לייקענסט איינע פון די פאקטן:
1)די אמרי חיים האט אים אריינגענומען ביי זיך אין ישיבה כאטש ער איז נישט געוועהן קיין וויזניצער אפשטאמיגער?
2)ער האט דארט געלערנט פאר בערך זיבן יאר אין ישיבה. קיינמאל נישט באצאלט קיין שכר לימוד!
3)ער איז אינמיטן געווארן מעהר און מעהר עקסטרעים און ער האט אנגעפירט א מערכה אין שיכון וויזשניץ קעגן די ראש ישיבה וואס האט אים אריינגעלאזט
4)וויזניצער ישיבה איז געוועהן די שענסטע און חשובסטע ישיבה אויף די וועלט פאר א שיינע פאר יאהרן. און משה בער דרעק האט עס חרוב געמאכט
5)ער האט ברבים פארשעמעט א חשובע רב, ראש ישיבה, בנשק און אים קיינמאל ברבים איבערגעבעטן נאר פארקערט געזאגט מ׳טאר נישט דאווענען מיט זיין מנין!!!!
יעצט די פאקטן איבער די אמרי חיים:
לייקענסט איינע פון די פאקטן.
1)די אמרי חיים האט אין זיין לעבן נישט בארעדט קיין שום פרומע איד. נישט קיין חילוק צי ער איז געוועהן א מזרחיסט אדער א נטורי קרתא’ניק
ער האט יעדען רעספעקטירט
2)ער איז אין זיין לעבן נישט געוועהן קיין כפוי טובה פאר קיינעם. אז איינער האט אים אריינגעלאזט אמאל צו אים אין שטוב. אדער געפירט מיט זיין אויטא/קאר האט ער יענעם מכיר טובה געווועהן א גאנץ לעבן.
3)ער האט געשיקט באהאלטערנהייט געלט פאר די מורדים אפילו זיי האבן זיך נישט איבערגעבעטן מיט אים און גורם געוועהן צער...
און ווייל דו זאגסט אז “אפשר” האט משה בער אויך געשיקט געלט פאר די אמרי חיים. מיינט גארנישט. די וועלט ארבעט נישט מיט קיין אפשר.
אז ער האט געשריגן יאהרן אפען און געשריבן אין זיין ספר אז מ׳טאר חלילה נישט דאווענען אין וויזניץ פארוואס זאל איך גלייבן אז בגלוי איז ער א צדיק?
די אמרי חיים האט קיינמאל נישט בארעדט קיינעם. באוואוסט אלץ א “גאון אין מידות” ממילא גלייב איך די מעשיות פון ר׳ דוד לעיב און ר׳ מנחם אליעזר אז באהאלטערנעהייט האט ער געשיקט געלט פאר זיינע גרעסטע שונאים. אבער אויב א מענטש איז א חי׳ רעה און כפוי טובה אזויווי משה בער אפענערהייט פארוואס זאל איך גלייבן אז באהאלטערנהייט איז ער צדיק פונקטליך? זיי מסביר?
אפשר איז קים דשאונג אן באהאלטערנעהייט א צדיק?????