אשכול אן א טיטל #14563
234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14563
מפיל קינדשבת אחיםווייל חוץ קללות מיין איך האב איך פאר יעדען געגעבן צו פארשטיין מיט לאגיק !
😂 😂 😂 😂 😂
די button פון די סמייליס ארבעט ביי מיר אויך.
אבער קיין געהעריגע ענטפער האסטו נישט דערווייל... חוץ אז משה בער איז געוווהן גאר א באהאלטענער צדיק!!!! א ל”ו צדיק, בשעת אפענערהייט האט ער געשימפט אויף ממש גאנץ כלל ישראל!!!
א באהאלטענער צדיק גאר!? און דו ביסט נאך דער וואס לייגט די סמייליס???
🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄
מה בכךוואס איז די אבסעסיע מיט אידישע ליכט ... ???
פרעג משה בער דרעק נישט מיר.
די איינציגסטע ריינע כשרע אויסגאבע פאר יאהרן לאנג. קיינמאל נישט געשריבן קיין לשה״ר און פאליטיק.
און ניטאמאל דאס איז אים גוט געוועהן! גארנישט!
און מ׳שרייבט נאך אויף אים קדוש דא אויף קאווע שטיבל...
שבת אחיםמה בכךוואס איז די אבסעסיע מיט אידישע ליכט ... ???
פרעג משה בער דרעק נישט מיר.
די איינציגסטע ריינע כשרע אויסגאבע פאר יאהרן לאנג. קיינמאל נישט געשריבן קיין לשה״ר און פאליטיק.
און ניטאמאל דאס איז אים גוט געוועהן! גארנישט!
און מ׳שרייבט נאך אויף אים קדוש דא אויף קאווע שטיבל...
מ'שרייבט קדוש אויף יאשקע פאנדרעק אויך
זיי נישט בייז וואס איך גיי יעצט זאגן.
אבער לאמיר צונעמען די זאך.
יאשקע. הגם איך האב זייער פיינט רוב קריסטן. היינטיגע און אמאל, ווייל איך האלט זיי זענען פאלשע מענטשען. (חוץ אזעלכע מענטשען ווי די היינטיגע פויפסט. און Cornel West וואס זענען יא ערליכע מענטשען פערצופאל).
איך קען פארשטיין פארוואס ביליאנען מענטשען שרייען קדוש אויף יאשקע. אפילו איך האלט נישט פון אים.
א מענטש וואס האט געזאגט מ׳דארף יעדעם ליב האבן און מ׳טאר זיך נישט שלאגן מיט קיינעם. Turning the other cheek. ליב האבן דיין נעיבעאר. וכו׳ דאס איז געוועהן revolutionary אין יענע צייטן און געטוישט די וועלט אויף אייביג...!
אבער וואס איז די גרויסקייט מיט משה בער בעק? אז ער האט יעדען אוועקגעמאכט? ממש יעדען איינעם!!! דאס כאפ איך נאכנישט...
גיי פארצייל די מעשה מיט יאשקע פאר עני מענטש אין די וועלט און נאכדעם פארצייל די מעשה מיט משה בער בעק וועט דיר יעדער נארמאלע מענטש זאגן אז משה בער איז געוועהן א עקעלדיגע מענטש אן קיין שום מענטשליכקייט און יאשקע אויב סאיז אמת וואס זיי זאגן איז געוועהן א גאלדענע מענטש!
איך זאג נישט אז יאשקע איז א קדוש ח״ו . איך זאג איך קען פארשטיין פארוואס די קריסטן האלטן אז ער איז א קדוש. אבער כקען נאכאלץ
נישט פארשטיין פארוואס מענטשען זאלן שרייען אויף משה בער קדוש? זיין מחמיר אין יעדע זאך און אוועקמאכן יעדען ערליכע איד. און יעדער דרך פון א צווייטן. מיינט נאכנישט קדוש. דאס מיינט עקסטרעים- טאליבאן... דאס מיינט עס.
ווען ער איז פאר זיך א ערליכע איד און א גרויסע מקפיד און מחמיר פאר זיך אליינס מילא. אבער שרייען מ׳טאר נישט דאווענען אין בעלזא און אין וויזניץ???
א מוראדיגע קדוש ביי די סאטמורים!!!
דאס הייסט ביי זיי א קדוש!!! א מחרחר ריב! א איד וואס האט יעדען אוועקגעמאכט! א איד וואס האט באשייגעצט מענטשען ברבים וואס האבן גוטס געטוהן פאר אים!!! א מוראדיגע קדוש.... האהאא
פארדעם האב איך א פראבלעם מיט סאטמארער רב. הגם איך האלט אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש אין געוויסע זאכן.
אבער וויבאלד ער איז געוועהן א טאליבאן ווען סאיז געקומען צו ציונות און מאדערנעטי און בכלל נישט געטראכט פראקטיש, און נישט געקוקט די ריינע הלכות אן אריינמישן השקפות.
און ער האט זיי אויסגעלערנט אז ווען ס׳קומט צו דעם דארף מען גיין גראד אין וואנט אריין אן טראכטן... מיט עפעס א פשעטעל פון חדש אסור מן התורה. א מאמר חז״ל וואס רעדט פון מעהל דאכצעך (אינטערסאנט די רמב״ם האט פארגעסן דאס צו צולייגן צו די תרי”ג מצות)
ממילא אז טאמער א איד איז א מחוצף, א כפוי טובה, א מחרחר ריב, א מבטל תורה אויב האט ער עס געטוהן פארן רביןס שיטה איז עס בארעכטיגט און ער איז גאר א קדוש!
ער האט יעדן אוועקגעמאכט. יעדען איינעם אריינגערעכענט זיין אייגענע ברודער וואס האט זיך צוזאמען מיט אים באהאלטן אלץ קינד פון די נאציס.
און זיין ברודער איז געוועהן א גאון עצום, א חשובע רב, א חשובע פערזענליכקייט. אבער ער האט יעדען באשמוצט. ער איז געוועהן פויפסטליכער פונעם פויפסט אליינס!!!
מ׳ווערט נישט קיין קדוש אויב מ׳האט נישט די בעסיק כללים פון מענטשליכקייט. אפילו מ׳מיינט די רבינס שיטה. סאיז דא א קאוד פון עטיקס.
שטעל אייך פאר. אז איינער נעמט אריין א אורח פאר יאהרן לאנג יעדע שבת, און געט אים צו עסען און איז אים מקרב. איין טאג ווערט ער מוראדיג פרום. ווערט געוואר אז דער בעל מכניס אורח טראגט מיט די עירוב. און די נעקסטע פאר וואכן רייצט ער אן שטילערהייט אלע קינדער קעגן דעם אייגענעם טאטן. און די נעקסטע שבת דרייט דער אורח מיט די הילף
פון די קינדער איבער די גאנצע הויז און מאכט יללות אז דער בעלהבאס איז אפענע מחלל שבת!!!
דאס האט משה בער געטוהן און ביי ענק איז עס קדוש וועגן די שיטה?
הער איך שוין אלעס...
ווער וואלט געוואלט משה בער בעק זאל זיין. זיין רבי אין חדר, זאל אויפהייבן די הענט...!
ער וואלט מסתם ערליך מקיים געוועהן דעם פסוק “חושך שבטו שונא בנו”
ער וואלט גענומען אזא שטעקן און יעדען אנגעהאקט די ביינער אזויווי די אראבער טוהן צו זייערע קינדער עד היום הזה.
מסתמא פארן עסען gum און דרייווען א שגץ-בייק וואלט ער פארשטיינערט די קינדער...
חדש אסור מן התורה! דער מענטש האט נישט געוואוסט ווי איין און ווי אויס. און ווען מ׳שטעלט זיך אפ א רגע און מטראכט מיט לאגיק.
ער איז געוועהן א קלאסישע אונגארישע סאטמארער בהמה אן קיין טראפ שכל. קיין חכמה אין זיינע ספרים וועט מען נישט טרעפן.
געשריבן 75 טריפנע ביכער אנגעפיהלט מיט האס, גיפט, טפשות און רשעות.
עליו הכתוב אומר פרו״ם פול רשעות ווייניג מצוות!
יעדער איינער האט זיין רויטע ליניע, וואס נאך דעם קען ער שוין נישט אויסהאלטן די גאנצע מענטש. ביי געוויסע מענטשן איז עס האלדזן מיט אכמאדינעדזשאד, ביי א צווייטן איז עס רעדן אויף דער וואס האט געבויט זיין ישיבה מיט דיין קערפער, און ביי א דריטן איז עס חילול שבת. כשם שאין פרצופיהן שוות וכו'.
מען קען אוועקמאכן יעדעם, אוודאי איז דא קריטיק אויף ר' משה בער, און קריטיק איז וויכטיג פאר די שלימות פין א מענטש, אבער שבת, די זאגסט נישט קריטיק, די רעדסט אויף אים איבערגעטריבן.
איז נישט מיט רעכט צו זאגן אז ער איז געוועהן א מענטש וואס האבענדיג א שיטה, זאל זיין א שיטה פין קנאות, איז געגאנגען מיט מסירות נפש מיט זיין שיטה עד הסוף??
אוודאי איז עס א מעלה.
איז ער געגאנגען מיט נעגאטיווע מהלכים? אוודאי יא!! איז עס דער דרך וואס איך וויל מיינע קינדער זאלען גיין? אוודאי נישט!!! איז פארדעם ר' משה בער א טאליבאן? אוודאי נישט.
אבער דער וואס מאכט אש און פראך פין ר' משה בער נאר צוליב דעם ווייל ער האט געמאכט אש און פראך פין יעדער, איז א צומישטער בריאה, נעבעך.
שבת אחיםער וואלט מסתם ערליך מקיים געוועהן דעם פסוק “חושך שבטו שונא בנו”
ער וואלט גענומען אזא שטעקן און יעדען אנגעהאקט די ביינער אזויווי די אראבער טוהן צו זייערע קינדער עד היום הזה.
עליו הכתוב אומר פרו״ם פול רשעות ווייניג מצוות!
ער האט פאקטיש נישט געטון צו זיינע קינדער וואס דער ישועות משה האט געטון צו זיין אייגן זון...
לויט דיר איז דער ישועות משה א שטיק דרעק, ווייל אז ס'נישטא קיין מענשליכקייט איז נישטא אידישקייט.
מפיל קינדשבת אחיםער וואלט מסתם ערליך מקיים געוועהן דעם פסוק “חושך שבטו שונא בנו”
ער וואלט גענומען אזא שטעקן און יעדען אנגעהאקט די ביינער אזויווי די אראבער טוהן צו זייערע קינדער עד היום הזה.
עליו הכתוב אומר פרו״ם פול רשעות ווייניג מצוות!
ער האט פאקטיש נישט געטון צו זיינע קינדער וואס דער ישועות משה האט געטון צו זיין אייגן זון...
לויט דיר איז דער ישועות משה א שטיק דרעק, ווייל אז ס'נישטא קיין מענשליכקייט איז נישטא אידישקייט.
דער ישועות משה האט עס געטון צוליב שלום בית. וואס וואלסטו מקריב געווען פאר שלום בית?
שבת, ביטע לייען דורך די פאלגענדע תגובה רואיג און שטאט.
1. אויפוואקסן אויף א פלאץ, באקומען אלעס דארט, און דערנאך אפמאכן אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פסל'ט נאך נישט קיין מענטש.
איך קען מערערע וואולע מענטשן וואס האבן דאס געטוהן (און איך האב א חשש אז "שבת אחים" האט עס געטוהן צו זיינע עלטערן וכו' 😂 )
2. דאס אז "וויזניץ" און די "אמרי חיים" זענען פארמישט דא, מאכט עס נאכנישט ערגער (עכ"פ אין די אויגן פון נישט וויזניצע..)
3. די וועג "וויאזוי" דאס איז צוגעגאנגען, אין דעם ליגט אסאך.. ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א גאסן יונג, און פשוט געווארפן זאכן אויפן ישועות משה וכדומה.
צו גלייבן און אננעמען יעדע מעשה וואס וויזניצע חסידים פארציילן אויף אים, איז לדעתי נישט ריכטיג.
4. אין זיין פערזענליכען לעבן איז ער געווען א זעלטענער בעל מידות (לויט "מיין אפשאצונג" 😂 😂 ).
איך שטעל מיך פאר וואס וואס וואלט געווען ווען ר’משה בער וואלט נישט געטוהן דעם איינע עבירה פון זיך מתחצף זיין פאר די וויזניצע רביים, וואלט לכאורה שבת אחים פארקוקט אויף אלע איבריגע, ער וואלט פארקוקט אויף זיך טרעפן מיט אכמאדיניזשאד און פארן אווקמאכן די אידישע ליכט וכדומה, ווייל אמער, ער אידעך געווען א תלמיד פון די אמרי חיים, פון די לעצטע תלמידי בעל שם!
א קורצער ווייס דאקומענטרי איבער די נטורי קרתא אין לאנדאן, וואו משה בער בעק'ס זון איז דער ראש המדברים.
נטורי קרתא אין לאנדאןפאר אונז איז די נטורי קרתא אזויווי חאמאס איז פאר געוויינלעכע מוסלעמענער.
מען איז זיי סובל, עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.
עקסטרעם איז קיינמאל נישט גוט, און אוודאי איז ר' משה בער נישט אונזער ראל מאדעל, אבער ער איז מוז דא זיין כדי אונז פשוט צו דערמאנען ווי דער שביל הזהב איז.
והדברים ארוכים ועתיקין.
אישתישבי עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.
👍 👍 👍
און טאקע דערפאר האט מען זיי אזוי פיינט... מ׳האט פשוט א קאמפלעקס מיט זיי, פון איין זייט וויל מען זיי ווי זיי אבער פון די אנדערע זייט וויל מען לעבן באקוועם, די כעס און האס וואס מ׳האט קעגן זיי איז בעצם א כעס קעגן זיך אליינס. וזה לך האות אז דווקא די אויפגעקלערטע, וואס זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך, זענען די וואס נעמען זיך אן פאר ר׳ משה בער...
אישתישביפאר אונז איז די נטורי קרתא אזויווי חאמאס איז פאר געוויינלעכע מוסלעמענער.
מען איז זיי סובל, עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.
עקסטרעם איז קיינמאל נישט גוט, און אוודאי איז ר' משה בער נישט אונזער ראל מאדעל, אבער ער איז מוז דא זיין כדי אונז פשוט צו דערמאנען ווי דער שביל הזהב איז.
והדברים ארוכים ועתיקין.
״פאר אונז״ מיינט וועם מהאט אויפגעצויגען מיט די צומישטע שיטה- נעקסט טיים זאג קלאר-
איך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!
והדברים ארוכים ועתיקין.
רביה''ק זי''עאישתישבי עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז זיי זענען די אמת'ע אידן, און ווען מען וואלט געהאט כח וואלטן אונז געוועהן אזוי ווי זיי.
👍 👍 👍
וזה לך האות אז דווקא די אויפגעקלערטע, וואס זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך, זענען די וואס נעמען זיך אן פאר ר׳ משה בער...
פארצייל נישט אלעס.. 😂 😂
פאר אינטערסאנטקייט בין איך דא מעתיק א שטיקעל פון א צייטונג וואס מעלדט זיין פטירה:
הרב משה דוב בעק זצ"ל אב"ד בית יהודי
מאנסי - פרייטאג צופרי איז נפטר געווארן הרב משה בער בעק זצ"ל מנהיג נטורי קרתא אין אמעריקא און רב פון ביהמ"ד בית יהודי אין מאנסי. הרב משה בער זצ"ל איז געווען באוויסט מיט זיין שארפע צוגאנג צו ציונות, אננעמענדיג די מהלך פון נטורי קרתא מיסודו פון הגה"צ רבי עמרם בלוי זצ"ל.
רבי משה בער איז געבוירן געווארן אין בודאפעסט אין יאר תרצ"ד. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער וויזניצער ישיבה אין בני ברק בצל הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע. ער איז געווען א איידעם ביי רבי וועלוועל אייזנבאך זצ"ל, וועלכער איז געווען א דמות דיוקן פון א פארצייטישע איד אין ירושלים.
כאטש וואס זיין ספעציפישע מהלך איז נישט געווען אנגענומען ביים יהדות החרדית, איז אסאך באקאנט איבער זיינע גרויסע כוחות הנפש און מסירת נפש פאר זיין אידישקייט. זיין התמדה אלס בחור איז געווען אומגלויבליך, ער איז געזיצן און געלערנט זיבן יאר אין ישיבה, און משך פון דער צייט קיינמאל נישט ארויס אויפן גאס אונטערן זון שיין. אלע יארן פלעגט ער פאסטן משבת לשבת און זיך געפירט מיט א שטארקער פרישות. ער איז געגאנגען אנגעטון מיטן ירושלימ'ער לבוש, און געלעבט אין ארעמקייט בדחקות.
שפעטער האט ער זיך באזעצט אין מאנסי און אנגעפירט מיטן ביהמ"ד בית יהודי. עס איז באוויסט אז הרה"ק מריבניץ זי"ע האט זיך שטארק נוהג כבוד געווען אין אים. זיין ברודער איז געווען הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי בעק זצ"ל רב פון מעלבארן, אויסטראליע וועלכער איז נישט לאנג צוריק אוועק, ביום ה' תמוז תשע"ח.
און נאך איינס...:
ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה, איבער די פטירה פון הגה"צ ר' משה בער בעק זצ"ל אבד"ק בית יהודי, וועלכער איז נפטר געווארן דעם פרייטאג אינדערפרי אין עלטער פון 87 יאר. דער רב איז יארן לאנג געווען דער מנהיג פון נטורי קרתא, און אסאך געשתדל'ט לטובת שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט, די לעצטע צוויי יאר איז ער ליידער געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד, און דעם פרייטאג פארטאגס איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא. די לוויה איז פארגעקומען פרייטאג פארמיטאג פון זיין בית המדרש "בית יהודי" אין מאנסי מיט די באטייליגונג פון פילע אידן וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון.
איתןדער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק
דער וויזניצע רבי זצוקל האט דאס געזאגט ווען ר' משה בער עה האט געשאלטן די אגודה רבנים
די ווארט פאסט גראדע זייער פאר א וויזניצע רבי
ווען האט די נפטר זצ"ל געשאלטן די רבני אגודה??
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!
דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!
סמבטיוןאיך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!
והדברים ארוכים ועתיקין.
ח"ו וח"ו צו זאגען אז יעדער סאטמארער וויל אז די מדינה זאל חרוב ווערען על כל תושביה ח"ו! איך בין ווייט פון א סאטמארער ב"ה אבער איך קען זיי און כמעט קיינער אחוץ פון א פאר עקסטרעמע ווילען אזא מין נאצישע זאך!!! אוודאי איז דא א סאך נארישקייט ביי די סאטמארע אבער נישט עד כדי כך!
ישתקעו הדברים ולא ייאמרו! מען טאר נישט רעדען קיין לשון הרע און אוודאי נישט מוציא זיין א שם רע אויף א עדה אידן!
גיב א שמייכעל@ליב צו וויסן...
פארן זיך האלזען מיט אכמידיניזשאר ימ"ש איז אויך א חלק פון די שיטה פון 'האלטען עפעס אמתדיג'???
אראפפארען צו א קאנפרענץ אין טעהעראן וואס איז געשטעלט צו לייקענען דעם האלאקאוסט איז אויך א זאך 'וואס מ'זעהט אין תנ"ך'???
ווייזען שטיצע פאר אן מוסלאמעינישע אייטאלע וואס וויל אפווישען 'גאנץ ארץ ישראל' -נישט קיין חילוק תל אביב צו מאה שערים- איז אויך עפעס 'וואס תנ"ך סופאר"ט'???
ווען עשו איז געקומען הרגענען יעקב איז יעקב אקעגן געקומען בדורן און געזאגט אדוני עשו עבדך יעקב, אויף דעם איז די שיטה פון נטורי קרתא באזירט.
יעצט זאג אז יעקב איז געגאנגען מיטן פלאן פון מלחמה אויב ס'וועט זיך אויספעהלן, טאר מען דאך נישט מלחמה האלטן מיט די גוים בזמן הזה.
קענסט עגריען מיט זיין שיטה אדער נישט (איך גראדע נישט) אבער אז ער ווייסט פונקטליך פון ווי אין די תורה ער נעמט זיין דרך איז די קשיא אויף די אנדערע, פון ווי נעמען זיי זייער שיטה אז נישט נאר מען זאל נישט נאר מען טאר נישט.
ווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.
מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט; פתחו שערים ויבא גוי צדיק!!!
די אפיציעלע טענה פון די "נטורי קרתא" ווען זיי זענען געגאנגען באזוכן די טעראריסטן איז געווען אז זיי זענען אהינגעגאנגען אין ראם פון א דיפלאמאטישע פדיון שבוים אקציע, ווען די כוחות און איראן האבן צוגעזאגט געוויסע באגנאדינגען פאר איינגעשפארטע אידן [מעגליך איזראעלישע] בתנאי אז חסידישע אידן קומען אריבער און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט קיין בלויזע אנטיסעמיטן.
אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו.
איתןווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.
מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט.....
קומט נישט צו צו די יללות וואס איז פארגעגאנגען ווען דיין רבי, מאיר כהנא איז אנגקומען אויף יענע וועלט.
עם כל הכבוד האט רבי משה בער נישט געקראצט קיין איד און זיין לעבן בעת ווען רב כהנא האט בלוט פון צענדליגע אידן אויף זיינע הענט.
berlbalagulehמיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!
דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!
ער האט זיך געהאלטן אין סאטמאר ביז די מעשה פון די קאשויער פלייש, ער איז געפלויגן דעמאלץ פארן ארויסקומען מיט א ספר ווי ער באשולדיגט די סאטמארע בית דין בראש פונעם ברך משה אין מאכיל זיין נבלות וטרפות.
מעגליך אז פון א קנאישן ספעקטרום וואלטן זיי יא מיטגעשטאנען מיט אים, [לשיטתם אז סאיז געווען א דיפלאמאטישע עסקנות, נישט סתם א פראפעגאנדע באזוך.]
איתן וואס נאך גייט פאר אויף יענע וועלט איך בין זייער נייגעריג, וואס טוט די גאנצע פמליא של מעלה בשעת די אייבירשטער שמועסט זיך דורך מיט סקווירא רבי?
זופ מיט מאנדלעןאיתןווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.
מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט....
קומט נישט צו צו די יללות וואס איז פארגעגאנגען ווען דיין רבי, מאיר כהנא איז אנגקומען אויף יענע וועלט.
עם כל הכבוד האט רבי משה בער נישט געקראצט קיין איד און זיין לעבן בעת ווען רב כהנא האט בלוט פון צענדליגע אידן אויף זיינע הענט.
ווער האט אזוי געזאגט? אזוי האלטסטו מיט'ן סאטמארע שיטה, אבער 'אלע' וואס האלטן נישט פונעם שיטה, האלטן 'גענוי' פארקערט
איתן: דער זעלביגער וואס האט אייך סומך געווען צו קומען מיט לעבדיגע באריכטן פון הימל לויט אייער געשמאק האט מיר אזוי געזאגט...
אגב רוב מענטשן וואס האלטן נישט פון די סאטמארע שיטה האלטן פונקט ווי מיר און נאך ערגער אנבאלאנגט רב כהנא אויסער א טייל עקסטרעמיסטן און טעראריסטן.
ר משה בער מקטני אמנה היה, זיין אמונה האט געהאנגען אויף א האר, אויף שפינוועבעכץ, דערפאר האט אים דערשראקן דער פאקט אז סאיז דא אויף דער וועלט פרייע אידן , אז סאיז דא כופרים אז סאיז דא ציונים , אז מדינת ישראל עקזיסטירט , א ליבעראלע אידישע מדינה , אז ליובאוויטשע בחורים דרייען זיך אין וויליאמסבורג (ווי ער שרייבט אין זיין חיבור יוסיף ישועה) , ער האט כסדר געשפירט אז סלויערט א סכנה אויף אידישקייט , אז גאט גייט באנקראָט און נאר ווייניג וועלן בלייבן אין אייבערשטנס מיליטער. אים האט אויסגעקוקט אז דער איינציגסטער ענטפער איז שנאה! דאס וועט ראטעווען די אמונה , און ער איז געווען ברוגז אויפן חזון איש וואס פסקנט אז מיר דארפן מקרב זיין די פרייע מיט עבותות אהבה. ער האט געהאט א חלום אויפצושטעלן א טאליבאנישע סעקטע (ווי קרית יואל) , ער האט שוין אפילו אפגעדרוקט א קונטרס פון תקנות פארן שטעטל.
צו אוממענטשליכע רוצחים האט ער געהאט מער סימפאטיע און דרך ארץ ווי צו אמעריקאנע ליבעראלן.
איינער וואס האט זיך ניט ליב קען ניט ליב האבן א צווייטן. אז מע האט ניט קיין הנאות עולם הזה קען מען ניט פארגינען ווען א צווייטער האט יא אז מען איז שלעכט צו זיך אליין איז מען שלעכט צו אנדערע. דערפאר איז דא א מצווה פון אהבת עצמו. אז מע פראוועט תעניתים און מע פייניגט זיך, פייניגט מען אנדערע, סע ברענגט צו כעס און שינאה.
און דאס איז דער חילוק למשל צווישן אמרי חיים פון וויזניץ און דער סאטמארער רב וד”ל.
דער חוזה פון לובלין האט געזאגט: א פרומער מרה שחורהניק וואס פאסט תעניתים איז ערגער ווי א צבועק וואס לאזט זיך וואוילגיין און דערציילט פאר אנדערע אז ער פאסט. פארוואס? דער צווייטער נארט בלויז אנדערע דער ערשטער פאפּט זיך אליינס אויך!
דער הייליגער ראפשיצער האט געזאגט: א נאר האב איך פיינט, אז איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט און איך וועל זען א פרומער נאר אנקומען, און 13 וועגענער גן עדן, שלעפן זיך נאך הינטער אים, וועל איך אים נאכלויפן און שרייען: א נאר בלייבט א נאר און איך בין דיר גארנישט מקנא!
משה בער פלעגט צו זאגן מע זאל ניט צופיל מורא האבן פון לשון הרע. פארפרומקייט און קנאות איז געווען ביי אים וויכטיגער.
פיק ענד טשוז?…
און אויב שוין יא
, פארוואס אויסקלויבן דווקא די נעגאטיווע מצוות?
התורה נעשית לו סם המוות!
The devil can cite scripture for his purpose
Sent from my iPad using Tapatalk
די דריי מידות וואס א יוד האט, ביישנים רחמנים גומלי חסדים, קיינע פון די סימנים איז ניטא ביי די נטורי קרתא
איתןווער ס'האט אויערן, קען הערן די שטורעם וואס האט זיך אפגעטון ווען משה בער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט.
מיליאנע נשמות האבן געשטורעמט: גיי דיר צו אלע רוחות....
מיינונגען און שיטות קען מען דיסקוסירן, חזיונות ברויך ווערן אויסגעטשעקט ווי אמשנעלסטן, דער פאטער פון קרית גת האט אויך געזעהן זאכן און געהערט קולות.
איינער האט בכלל איבערגענימען ר' משה בער'ן? אדער קען זיין ס'נאך נישט ארויסגעוואקסן די פערפעקטע קרימע געוויקס וואס קען איהם ממלא מקום זיין אלס נשיא פון די ריזיגע ארגענעזאציע 'נתורי קרתא'?!?
ווי קען מען אריינשיקען רעזומעי'ס פאר די פאזיציע?
גיב א שמייכעלאיינער האט בכלל איבערגענימען ר' משה בער'ן? אדער קען זיין ס'נאך נישט ארויסגעוואקסן די פערפעקטע קרימע געוויקס וואס קען איהם ממלא מקום זיין אלס נשיא פון די ריזיגע ארגענעזאציע 'נתורי קרתא'?!?
ווי קען מען אריינשיקען רעזומעי'ס פאר די פאזיציע?
קודם, די ניקס וואס בא'שבחים'ען עהם דא, זיי זענען גאנץ פיינע קאנדידאטן...
זופ מיט מאנדלעןberlbalaguleh
ער האט זיך געהאלטן אין סאטמאר ביז די מעשה פון די קאשויער פלייש, ער איז געפלויגן דעמאלץ פארן ארויסקומען מיט א ספר ווי ער באשולדיגט די סאטמארע בית דין בראש פונעם ברך משה אין מאכיל זיין נבלות וטרפות.
שערי חמלה פרשה
דער קונטרס האט ער גערופן 'לא תטע לך אשירה'
און דער ברך משה האט עס גערופן יענס יאר כ"ו אב 'אשירה דמשה' און איהם שטארק אראפ געריסן זאגענדיג אז די כותים און די פרושים בימי המשנה זענען געווען פרומער ווי חכמינו ז"ל, און טאקע אטא דאס האט זיי געמאכט ארגער ווי די צדוקים און בייתוסים, וכו'.
ואין כוחי להאריך בנידון.
און ר' אהרן האט דעמאלס געזאגט עפרא לפומיה אויף דער קאשויער רב ַ
אישתישביאון ר' אהרן האט דעמאלס געזאגט עפרא לפומיה אויף דער קאשויער רב ַ
און דער קאשער רב האט זיך אריינגעמישט אין יענעמס ביזנעס, ביז ער האט צוזאמען מיט מאנסי רעבי געשיקט די אייגענע אייניקלעך אהין...
איך האב מחליט געוועהן מעהר נישט צו שרייבן דא וועגן וויזניץ. די מרידה משה בער בעק וכו׳
כמיין כהאב שוין אלעס געזאגט וואס כהאב צוזאגן. און ווער ס׳וויל וויסן די אמת האט עס שוין געהערט. און איך מיין ק״ש האט שוין געהאט גענוג פון דעם.
קען זיין אז איך וועל איין טאג שרייבן א בוך וועגן די די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער און ווער ס׳וועט עס ליינען אפגעזעהן צי זיי זענען פריי אדער פרום, אידן אדער גוים. וועלן פארשטיין זייער גרויסקייט.
איך שטודיר שוין פערזענליכקייטן פון גרויסע מענטשען אין היסטאריע פאר א לאנגע צייט. פון אלע קולטורן, ראסע, רעליגיעס פון די לעצטע צוויי טויזנט יאהר און וואס עלטער איך ווער. און וואס מעהר איך האב שטודירט די גרעסטע מענטשען. בין איך אנגעקומען אז די אהבת ישראל מיט די אמרי חיים זענען געוועהן גאר גרויסע מענטשען מיט מוראדיגע מידות און מענשטליכקייט וואס איז כמעט נישט געוועהן אזאנס אין היסטאריע נישט ביי די אידן און נישט ביי די גוים...
אבער איין זאך האב איך יא געוואלט זאגן פארן מאכן א אשר יצר.
איך האב געפרעגט מיין פאטער צי איך בין גערעכט מיט משה בער. איך האב אים אראפגעלייגט די גאנצע זאך וואס איך האב דא געשריבן. ער איז געוועהן ביי די מרידה א יונגע בחור טאקע, אבער גענוג צו געדענקן אלעס. מיין פאטער האט נישט געוואלט רעדן אויף משה בער. און מיר געזאגט אז ס׳פעלט נישט אויס אים יעצט צו בארעדן אפילו געוויסע גייען אים מאכן פאר א קדוש.
אבער דאך האב איך אים געפרעגט בין איך גערעכט אז משה בער האט אנגערייצט די גאנצע מרידה? האט ער מיר געפרעגט “סאיז דא איינער וואס לייקענט דאס?”
בקיצור כהאב אים אפאר מאל געמוטשעט זאל מיר זאגן וואס ער האלט
ביז ער האט מיר געזאגט
קוק אהער. דאס איז זיכער אז משה בער האט א גוטע קאפ. און קען מסתם אסאך לערנען. און ער האט געמיינט די אייבישטער מיט אלע זיינע משוגעתן אינאיינעם.
אבער, איך וועל דיר מסביר זיין די חילוק צווישן משה בער און די אמרי חיים
די אמרי חיים איז קיינמאל נישט געוועהן עקסטרעים מיט גארנישט. ער איז נישט געוועהן קיין גרויסער מחמיר אויף גארנישט. נאר אויף איין פלאץ.
ווען סאיז געקומען צו יענעם, צו א צווייטע מענטש, יענעמס כבוד, שלום. דעמאלטס איז ער געווארן ממש עקסטרעים. בארעדן א צווייטן איד איז געוועהן ביי אים די ערגסטע עבירה. ביי לשון הרע איז ער געווארן עקסטרעים. ביי א מכבד זיין א צווייטע רב וואס איז געקומען צו זיין שמחה דעמאלטס איז ער געווארן עקסטערעים. אפצוהיטן אויף יעדעמס כבוד דעמאלטס איז ער געווארן עקסטרעים, ביי אהבת ישראל איז ער געוועהן עקסטרעים און משה בער איז געוועהן פונקט פארקערט.
זייטס אלע געזונט.
גוטע קאפ!? בכלל נישט זיכער
"מסתם" געקענט אסאך לערנען, אדער יא אבער נישט בחזקת עם הארץ עד שיוודע לך אז ער איז א ת"ח נישטא קיין שום סיבה צו גלייבן אז ער האט געקענט אסאך לערנען, פין לערנען אפאר יאר אין ישיבה בהתמדה קען מען נאך זיין א פיינער ע"ה
berlbalagulehמיין שאלה איז: פארוואס האט ער זיך נישט געהאלטן אין סאטמאר...?! ר'איז דאך געווען א קנאי (קנאקאי) און סאטמאר איז דאך געבויעט אויף קנאות...?!
דער תירוץ איז זייער פשוט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געבויעט זיין קנאות אויף אידעאלאגיע. א שיטה. נישט אויף ווייאלענס. משא"כ די נטורי חרתא און די בארעלעך האבן געהאלטן אז האלזן זיך און קושן מיט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועלכע האבן בלוטיגע הענט פון הרג'נען אידן איז אין ארדענונג. און .."הרב"... משה בער דר*ק ע"ה זכותו יגון עלינו, זייענדיג א בעל מחלוקת האט געהעצט דעם עולם צו ..."מעשים"...האט נישט געפונען זיין ארט אין סאטמאר...!
איך מיין ס'נישט קיין גוזמא צו זאגן אז רוב סאטמאר האלטן זיך נישט אין סאטמאר. שווערע טויזענטע משפחות וואס זייערע זיידעס האבן געלערענט אין סענז סטריט האבן נישט היינט קיין שייכות מיט די צוויי גרויסע סאטמארע פארטייען, למחצה, לשליש ורבוע.
צפור בודדא קורצער ווייס דאקומענטרי איבער די נטורי קרתא אין לאנדאן, וואו משה בער בעק'ס זון איז דער ראש המדברים.
נטורי קרתא אין לאנדאן
האט איינער באמערקט ווי כמעט אלע פון די סארט פילמס פון די שפלים ווערן פילמירט דורך ווייבער? גראדע קוקט דער זכר בעק איר גאנץ פיין אריין אין די אויגן.
ווייס פילם בלעים איך נישט. אויף דער נארישער קורצער שטיקל וואס זאגט נישט גארנישט און מיינט נישט גארנישט האבען 39 מענטשען געמאכט פרנסה! און פארשטייט זיך זיי אלע האבען מענעדשערס און זייערע מענעדשערס האבען אויך מענעדשערס אזוי אז פאטענציאלי האבען עטליכע הונטערט געהאט אויף צו לייזן פון די שפלים.
סמבטיוןאיך האב אזוי הנאה פון אישתישבי'ס תגובה, איך טענה דאס שוין לאנג, בעצם האט יעדע סאטמערע יוד, פיינט בתכלית השנאה , יעדע יוד וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער וואס האט ליב אונזער הייליג לאנד, און וואלט פריי אפגעאטעמט ווען די מדינה גייט אונטער מיט אלע אירע איינוואוינער ה"י, נאר וואס דען? נישט יעדער האט די כח צו פארן קיין איראן פערזענליך זיך טרעפן מיט דעם חסיד אומת העולם אכמאנדינזשאד, שטארקע ווערטער!
והדברים ארוכים ועתיקין.
עס איז נישט קלאר פין וואס די רעדסט. אויב באציסט זיך צום סאטמארער שיטה, איז באקאנט די ווערטער פונעם דברי יואל אז מען קען נישט מתפלל זיין אז די ציונים זאלן זיגן, אבער אויך נישט אז די אראבער זאלן ווייל עס וועט פירן צי רציחה.
אויב מיינסטו די מציאות ווי אזוי סאטמארע חסידים באציען זיך צי די מדינה איז עס זיכער נישט אמת.
Sent from my SM-G975U using Tapatalk
זופ מיט מאנדלעןדי אפיציעלע טענה פון די "נטורי קרתא" ווען זיי זענען געגאנגען באזוכן די טעראריסטן איז געווען אז זיי זענען אהינגעגאנגען אין ראם פון א דיפלאמאטישע פדיון שבוים אקציע, ווען די כוחות און איראן האבן צוגעזאגט געוויסע באגנאדינגען פאר איינגעשפארטע אידן [מעגליך איזראעלישע] בתנאי אז חסידישע אידן קומען אריבער און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט קיין בלויזע אנטיסעמיטן.
אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו.
זיי ניצן אסאך דעם אויסרייד (קען גאר זיין מיט רעכט) אז מיטן זיך באטייליגן ביי די פאליסטינער פראטעסטן מאכן זיי יודן בעסער אויסקומען אין די אויגן פין די וועלט.
Sent from my SM-G975U using Tapatalk
כ׳פארשטיי נישט די אבער, פארוואס נישט ״און״? ער איז געווען משוגע און עס געמיינט ערנסט, דאס אז ער האט עס נעבעך געמיינט ערנסט מאכט איהם נישט ווייניגער משוגע. נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס, אן ערנסטע משוגענער איז נישט נאר אויך א משוגענער, ס׳איז אסאך ערגער.
ווי גייט די באקאנטע מעשה אז איד איז געקומען צו זיין רבי און שרייעט מיין זוהן איז משוגע געווארן ער שרייעט און שאקלט זיך ביים דאווענען, ס’איז געפערליך, זאגט אים די רבי וואס איז די פראבלעם איך טוה עס אויכעט, ענטפערט דער איד, יא רבי, אבער מיין זוהן מיינט עס אמתדיג!
איך האב געהאט א מיינונג אויף דעם איד.
אבער עס טוישט זיך נאך וואס מען האט דא געברענגט משמו אז מען דארף אויסראטען כלל ישראל. איז דאס אמת? האט איינער א דרשה ווי ער זאגט עס?
אלעס חוץ מזה בין איך דורש לשבח הגם וואס איך האלט אז ער האט אפגעלערנט געוויסע זאכען כפשוטו ממש, דלא כמו שניתנה תורה לחכמי הדור.
תרמבווי גייט די באקאנטע מעשה אז איד איז געקומען צו זיין רבי און שרייעט מיין זוהן איז משוגע געווארן ער שרייעט און שאקלט זיך ביים דאווענען, ס’איז געפערליך, זאגט אים די רבי וואס איז די פראבלעם איך טוה עס אויכעט, ענטפערט דער איד, יא רבי, אבער מיין זוהן מיינט עס אמתדיג!
איך האב געהערט די גירסא אביסל אנדערש (די מכוון איז אפשר דער זעלבער) ״דער רבי טוט עס כאטש פאר פרנסה...״