פריינדליך איך האב עטליכע ספיקות וואס איך וויל פארשטיין,
זעט נישט אויס ווי ספיקות. אבער דאך וועל איך קלאר מאכן על הסדר.
פריינדליך אבער לאמיר קודם אראפשטעלן וואס עס זענען יעצט די באקאנטע פאקטן:
הגם ס'זעט נישט אויס ווי די פאקטען אינטערעסירן דיר, וועל איך דאך לתועלת הציבור קלאר מאכן וואס מיר ווייסן, סיי פון ארגינעלע ידיעות און סיי פון וואס די נייעס אגענטורן באריכטען.
פריינדליך 1) דער אינגערמאן האט קיינעם נישט מאלעסטעט אין באנג,
די סברא זאגט אז א אינגערמאן וואס איז אויף די סעקס אפענדער רעדזשיסטרי און ער שלעפט זיך 5 אזייגער פארטאגס צום אנדערן עק קעמפ (קוק אויפ'ן סעטעלייט בילד) און דערנאך דרייט ער זיך 13 מינוט אין די באנק טוט ער דארט עפעס אויסער זאגן תהלים.
פריינדליך 2) ער האט מעגליך געקיצלט די פיס פון דריי קינדער,
מעגליך? איך בין דיין מקור. די קינדער זאגן אז ער "האט" געקיצעלט די "פיס" פון עטליכע קינדער.
פריינדליך 3) די פאליציי האט אים נישט אויפגעפיקט פאר מאלעסטעישאן, 4) מען האט אים נישט אנגעקלאגט פאר מאלעסטעישאן,
דאס האט מיט וויפיהל די קעמפ ערלויבט פאר קינדער צו פארציילן פאר די פאליציי. נישט מיט וואס ער האט געטוהן!
פריינדליך 5) כאטש אז ער איז א ר.ס.ע. אויף פראבעישאן, דאך איז ער אויף די פריי,
ער איז שוין נישט אויף פראבעישען עטליכע יאר.
פריינדליך 6) אלע עווידענס וואס איז יעצט באוואוסט פאר די פובליק זאגט אז ער האט נישט געהאט קיין שום שעדליכע באציאונגען מיט די קינדער,
נישט דא קיין עווידענס אז ער האט "נישט" געהאט. די איינציגע עווידענס וואס די פאליס האבן איז ווידיאו וואס ווייזט עים אינעווייניג. נאך עווידענס איז דא פון די עדות'שאפט פון די קינדער אז ער האט זיי געקיצעלט. איבער דעם איז דא קאמאן סענס וואס איך (און אפשר דו אויך) פארשטייען וואס א רעגיסטרירטע סעקס אפענדער זוכט 5 פארטאגס ביי נארוואס בר מצוה געהאטע שלאפעדיגע בחורים.
פריינדליך 7) די פרעסע, א דאנק שלומכן יסגא, טוט באשמוצן חסיד'ישע אידן אלץ מאלעסטערס, 8) די פרעסע, א דאנק שלומכן יסגא, האט שוין איבער א וואך פיקטשערס פון חסיד'ישע אידן, און צייגט אן אז זיי זענען נחשד אויף אביוזען קינדער, 9) דער חילול השם מסוף העולם ועד סופו א דאנק שלומכן יסגא איז אין לשער, יעדער איד ווערט פארשעמט און איז נחשד,
יידל
יידל
פריינדליך 10) יעדער פארשטייט פארוואס די פרעסע דארף כסדר איבערזאגן אז דער אינגערמאן איז א ר.ס.ע. ווייל אן די דיטעיל וואלט די מעשה נישט געווען אינטערסאנט, ווייל מאמענטאל איז נישט דא קיין שום עווידענעס אז ער האט מאלעסטעט,
ווען דו נעמסט ווען אליין די אלע פרטים פון די מעשה אין אכט וואלסטו אפשר אויך געקומען צו בעסערע מסקנות.
פריינדליך יעצט לאמיר זען ווי אזוי שלומכן יסגא וואלט געקענט האנדלען אחריות'דיג און זיך איבערצייגן בעפאר צו די מעשה איז אמת, בעפאר ער מאכט א חילול השם מסוף העולם ועד סופו, א זאך אויף וואס ס'איז זייער שווער תשובה צו טון,
1) ער וואלט זיכער געמאכט אז יעדער פון די הנהלה, רבי און דער דיין ווייסן פון די מעשה,
2) ער וואלט זיכער געמאכט אז די הנהלה ווייסט אז מענטשן אין די גאס ווייסען דערפון, אזוי וועלן זיי וויסן אז זיי וועלן עס נישט קענען פארדעקן אלמלא עפעס וואלט באמת געשען,
3) ער וואלט געגאנגען צו צוויי דריי עלטערן און דערציילט, כדי זיך צו דאבעל-פראטעקטן אז די מעשה ווערט נישט פארשוויגן בעפאר מען פארשט עס גרונטליך אויס,
4) דערנאך אויב ער זעט אז די מוסד טוט גארנישט אויסצופארשן די זאך וואלט ער גענומען הילף און געגאנגען צי די DA אפיס, זיי וואלטן עס זיכער גלייך גענומען אין די הענט אריין און געמאכט סדר, (אזוי זיי טוען טאקע יעצט, אבער עס זעט נישט אויס אז זיי קומען ערגעץ אן ווייל קיין מעשה זעט אויס איז נישט דא)
האסט פארגעסן די לעצטע און וויכטיגסטע פרט. נאכדעם אלעם וועט מר. פריינדליך זיכער אליין צוהעלפן פאר מר. שלומכן יסגא צו ווערן אנגענומען אין די
וויטנעס פראטעקשען פראגראם פון די עף.בי.איי.
פריינדליך דא קום איך יעצט מיט מיין ספק: 1) האט דער פותח האשכול שלומכן יסגא ריכטיג געהאנדלט?
ווייסטו בכלל די פרטים וואס שלומכן יסגא ווייסט?
פריינדליך 2) פארשטייט יעדער טאקע זיין פרייד מיט וואס ער בארימט זיך אז ער איז געווען דער ערשטער עס צו דערציילן?
הצלת נפשות איז ביי דיר נישט א מצוה? ביי מיר יא! איז מאלעסטעישען בכלל ביי דיר אן עוולה? כאטש אזוי גרויס ווי ארויסשרייבען ר.ס.א. אן ראשי תיבות?
פריינדליך 3) וואלט איר אויך אזוי געהאנדלט? אדער איר וואלט קודם זיכער געמאכט די פרטים?
ווי אויבן דערמאנט, ווייסטו נישט די פרטים וואס שלומכן יסגא ווייסט.
פריינדליך 4) ווער פון אייך וויל זיך טיילן מיט אים די גרויסע מצווה און האבן אויף אויף זיך די חילול השם פון אלע צייטונגען?
יידל
פריינדליך איך בארעכטיג נישט קיינעם און איך באשולדיג נישט קיינעם. איך וויל פלעין פארשטיין עז ווי ספיעק, וואס עס איז די גרויסע שמחה דא מיטן זיין דער וואס האט פארשעמט יעדן איד מיט א מעשה וואס איז נאך נישט באשטעטיגט און מעגליך אז עס איז נישט ווי דערציילט?!
איך וועל ענדיגן מיט נאך איין ציטאט פון דעם חכם "יידל".
יידלבעסער געזאגט, אנשטאט זיך טענה'ן, לאמיך דיך אנרופן ביים נאמען: דו ביסט א
סענסאזאציעליסט.