יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1577
יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל
עס כאפט א פחד ווען מען זעט וואס די הייפעלע סעלף העטיניג אידן האבן געטיען די לעצטע צוויי וואכען, זיי האבען גענימען א מעשה אינגאנצן ארויסגענימען פינעם אמת און עס צושמירט אזוי אז די מידיא איז כסדר ביזי איז אידן זענענן מאלעסטערעס אידן שטיצען מאלעסטערעס און אז אידן אביוזען זייערע קינדער,
עס איז נישט באבוב וואס עס איז יעצט זיער קרבן, באבוב איז נאר א קליינע דיטעל און די מעשה, עס איז יעדער איינציגער איד בכל מקום שהוא ווערט באשולדיגט און אלעם ערעגסטען אלעס כדי צו באזעטיגען זייער קראנקע ליידיגע באלי העכער זייער אקסעל,
אויף קיין שום עטענישע גרופע וואלט זיך די מידיא נישט ערלויבט צו שרייבען אזוי בכללוית אז זיי זענענן מאלעסטערס און קרימינאלען, יעדער און אמעריקע ווייסט ווי עס איז דא די מערסטע דראגס, יעדער און אמעריקע ווי עס איז דא די מערסטע סינגעל פערענט'ס און די סיבה דערפאר ווייסט אויך יעדער איינער, וועט זיך איינער דערוואגען עס ארויסצוזאגען אדער אפילו טראכטען הויך? ניין! ווייל קיינער וויל זיך נישט טרעפען צווישען שאראפאן'ס ווייסע ציינער,
ווי איז אונזער שאראפאן?? איך רעד שוין נישט פון נ"ר זיינע עלטערע מיידליך און בחורים און שטוב איז עדות אויף זיין סוקסעס,
און רעד פון די פאר העלפערס און נאכשלעפער און איך וויל קיינעם נישט אנריפען ביים נאמען, אבער הכזונה יעשה אחותינו? דמינו הפקר?
פארוואס האבן די יעניגע נישט די מינעמאלסטע חיוב צו בעקען זייערע ווערטער? ווען נישט די פאר צייגיינער וואלט עס די מידיא געטיען?
רבותי עס איז צייט פאר א טויש!!
איך קען מיך אנסובסקרייבן? איך בין נישט אויף טרייעל.
אויב ביסטע א יוד ביסטע אויף טרייעל, די ווערסט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער,
מעגליך אז דו וועסט זיין איינע פון די הינדערטער וואס וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג, און די ליסטע איז זייער לאנג,
געדענק! ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס, אויב גייסטע מיט א קאפעל און פיאות ביסטע און כלל פון די אלע אידן, און חזקה אל אנטיסעמעטיזעם שאינו חוזרת ריקם, עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע.
פריינדליךאויב ביסטע א יוד ביסטע אויף טרייעל, די ווערסט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער,
מעגליך אז דו וועסט זיין איינע פון די הינדערטער וואס וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג, און די ליסטע איז זייער לאנג,
געדענק! ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס, אויב גייסטע מיט א קאפעל און פיאות ביסטע און כלל פון די אלע אידן, און חזקה אל אנטיסעמעטיזעם שאינו חוזרת ריקם, עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע.
דורך וועם ווער איך אפגעשאצט אלס מאלעסטער?
דורך וועם ווער איך דעבאטירט אלס מאלעסטער?
דורך וועם ווער איך באשטעטיגט אלס מאלעסטער?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן פיזיש אטאקירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן נאכגעשריגן ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען א דזשאב צו וועלכע ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען העלפ צו וואס ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט געהאט פראבלעמען אנצוקומען אין שפיטאל ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האבן געהאט פראבלעמען אנצוקומען צו די גאווערמענט אין סיי וועלכע אפטיילנוג ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, דו מאכסט סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, ווי כאילו עס הערשט א שרעקליכע אנטיסעמיטיזם און "מיליאנע" גויים האלטן אז "אלע" אידן זענען מאלעסטערס, און אז עס א "נייע עפאכע" ווי עס זענען דא ניי לעגאלע און סיסטעמאטישע באציאונגען צו אידן. הער אויף מיט די שטותים, ביטע.
דיין טעות איז, אז דו טראכסט אז די סארט אידן וואס קענענן וויקפידיע דורוך און א דורוך אדער עצכ"ח, און זיי טראכטען בעפאר זיי באשטעטיגען אז דער חת"ס איז גערעכט { נישט אז עפעס איז ראנג דערמיט}, די זענענן נישט א חלק קעגן וועם די מידיא העצט די לעצטע צוויי וואכען און דער גוי קויפט עס אפ פאר גוט געלט, אסעמעלירטע אידן און דייטשלאנד {נישט אז עס איז דא א פארגלייך} האבען אויך אזוי געטראכט און די מציאות איז געווען אנדערש,
צו זאגען אז די שמוץ און האס וואס וואס מען זעט קעגן אידן לעצטענס און די מידיא האט נישט קיין עפעקט דארף מען זיין זייער נאיוו אדער בייסיג, נאיוו ביסטע נישט האסט ברוך השם א קעפעל אויף דיין פלייצע,
אמאל האט מען זיך געשעמט פונעם גוי ווייל מען איז געווען דיפרענט. און היינט שעמט מען זיך ווייל אפאר משיגאים טרייען אינץ צו מאכען פאפעלער דורך שמיץ
פריינדליך, יעצט דרייסטו שוין באמת א קאפ.
איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
פריינדליךאיך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען.
אבער ווי קומט דאס צו וואס דו האסט פריער געשריבן אז יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל און ווערט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געשריבן אז הינדערטער וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געזאגט אז ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געזאגט אז עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע?
וואס ווילסטו דא מיט די אלע שרעקעדיגע גוזמאות פורחות באויר?
יידלפריינדליךאיך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען.
האלטען מיר שוין ערגעץ ווייל מיר ביידע אגריען אז עס האט א השפעה, דערפאר בין איך גערעכט מיט מיין קעפעל אז יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל ווייל די מידיא אינאיינם מיט די נאכשלעפער פון אידענטום באשמיצען אלע אידן נישט נאר די דיטעליס וואס איז יעצט און קוועשען
און מיר דיסאגריען וואס עס די עצה דערצו איז, דו זאגסט אז די עצה איז אז מען זאל אויפהערן שיצן שמוציאנען, איך זאג אז מען האט שוין לאנג אויפגעהערט
דא האב איך געפרעגט לאגישע שאלות איבער די מעשה וואס איז יעצט אויפן סדר היום און מען קען עס דעבאטירען ווער עס איז גערעכט, אבער צו זאגען אז איינער שטיצט מאלעסטערעס בדרך כלל? ווי און ווען האסטע געזען אזוינס??
ניין, מיר דיסעגריען אויף די עקסטענט פונעם השפעה.
דאס איז נישט אמת, ווייל דאס איז הלכה בידוע אז עשיו שונא ליעקב, וואו און ווען אימער האבן יודישע קינדער אלס געליטן פון די אומות העולם און - ליידער - אויך פון אייגענע פלייש.
די פראבלעם היינטצוטאג'ס: 1) חוצפה יסגי איז מקוים במלוא המובן המילה, יונגע ראצערס האבן נישט דאס מינדעסטע פראבלעם זיך צו עפענען דאס פיסק און אן א פרעכע בושה אריינגעבן מסירות קעגן זייערע אייגענע ברודער. 911 איז זייער גרינג צו רופן... 2) חורבן האינטערנעט יא! דאס איז איינע פון די גרויסע צוהעלפער. מיט די היינטיגע טויזענטער סייט'ס, בלאג'ס, פארום'ס, סאשעל נעטווארקינג, איז א גארנישט אנצוקומען צו יעדן, צו ווערוןם פאפולער, צוציען נאכפאלגער, און אויך שעפן חיזוק.
יידלניין, מיר דיסעגריען אויף די עקסטענט פונעם השפעה.
דהיינו? ביסט מודה אז יעדער איד ווערט באשמיצט, נאר דו האלסט אז עס האט נישט קיין השפעה?
אדער דו האלטס אז דער גוי וואס זעט כסדר 24/7 די אלע נייעס ווייסט מבחין צו זיין בין דם לדם?
ענטפער מיר אויף די זעקס פראגעס:
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן פיזיש אטאקירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן נאכגעשריגן ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען א דזשאב צו וועלכע ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען העלפ צו וואס ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט געהאט פראבלעמען אנצוקומען אין שפיטאל ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האבן געהאט פראבלעמען אנצוקומען צו די גאווערמענט אין סיי וועלכע אפטיילנוג ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
בעסער געזאגט, אנשטאט זיך טענה'ן, לאמיך דיך אנרופן ביים נאמען: דו ביסט א
סענסאזאציעליסט.
ענטפער מיר קודם אויף די איין איינציגע שאלה, האסט געשריבען:
יידלאיך קען מיך אנסובסקרייבן? איך בין נישט אויף טרייעל.
ווי אזוי האסטע עס באוויזען? ביסט דאך לכאורה א איד?! גייסט דאך מיט א קאפעל און פיאות?! ווי אזוי האסטע באוויזען זיך אויסצוקרויזען פון אלע נעגאטיווע נייעס אזאש אז ווען דער גוי זעט אז אידן זענענן מאלעסטערעס ווייסט ער דיר צו עקסלאדען פינעם כלל?
++
איינער האקט אריין
איך און נאך טויזענטע אידן זענען נישט אויף טרייעל בלויז ווייל די מידיא רעפארט אז א רעגעסטרירטע אפענדער איז געגאנגען אינמיטן די נאכט אין א קינדער באנק. פיריאד. הער אויף מיט אומזינסטע סאנזאציעס.
אויב וויל איך דיר איבערצייגען אז דו ביסט נישט גערעכט, דארף איך אהערברענגן לינקס צו די אלע נייעס באריכטען אויף אויפווייזען מיט קוואטס אז די מעשה און די מידיא איז גרעסער פון איין איינציגע פאל?
מסתם אז ווען איך וועל עס טיען וועסט אנקימען צום דעד-ענד און מודה זיין, אבער פקח עניך וראה האסט גענוג פארשטאנד אליינס אלעס צו טרעפן, און אויב ווילסטע זיך נאכדעם ווייטער פאפען, איז עס דיינע רעכטן וואס השי"ת האט דיר באשאנקען.
פון "איז גרעסער פון איין איינציג פאל" צו די סענזאציע וואס דו מאכסט איז א גאר ווייטע מהלך. איך דארף נאר זאלסט מיר ווייזן איין נייעס סייט ווי עס שטייט אדער עס ווערט אימפלייד אז "אלע אידן זענען מאלעסטערס" און איך בייג מיר דעם קאפ צו דיר.
יידלפריינדליךאיך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען
ידל זאגט זייער גיט אין זייער אמת'דיק.
אז מיר ועלען מוחל זיין אין זיך אינטערווישען פין "אינטען", וועט תיקף אויפהערען צי שטינקען.
עס איז שוין הכסטע צייט מיר זאלען אליין מקיים זיין דעם הודה ולא בוש.
פריינדליך און מיר דיסאגריען וואס עס די עצה דערצו איז, דו זאגסט אז די עצה איז אז מען זאל אויפהערן שיצן שמוציאנען, איך זאג אז מען האט שוין לאנג אויפגעהערט
דא האב איך געפרעגט לאגישע שאלות איבער די מעשה וואס איז יעצט אויפן סדר היום און מען קען עס דעבאטירען ווער עס איז גערעכט, אבער צו זאגען אז איינער שטיצט מאלעסטערעס בדרך כלל?
ווי און ווען האסטע געזען אזוינס??
בא ידען נארמאלען אידען איז עס אזוי קלאר ווי טאג וואס עס האט פאסירט אין באבאוו.
אין טאקע נאר דערפאר וואס די ווילסט זיך איינרעדען אז מיר קענען מכחיש זיין, טאקע דערפאר אין אבסאלוטלי נאר דערפאר, גליבט עס קיינער נישט אין דערפאר גראבט די מידיע נאך אין
נאך ווייל מיר זיינען "אין דינייעל"א דזיי סימפסאן איז אויך נישט קאנוויקטעט פאר מערדער אעפ"כ קען נאר שוטה גלויבען אז א דזיי סימפסאן איז אינעסענט.
אויפ ענגלישאיז דא גיט ווארט וואס בריינגט עס זייער קלאר ארויס:
If it looks like chicken, and it smells like chicken, and it tastes like chicken…
guess what guys?
It’s probably a real chickenמ'דארף עפענען א BOXING MATCH אשכול!
דאס וואס מיר באשמוצן זיך ווייזט אז א גרויסער פראצענט פון אונזערע אידן זעען אנגעווייטוגט און האבן פיינט די אייגענע קאמיונעטי, מיר האבן זיך אליין פיינט, עס איז נישטא קיין אונטערעס, מ'שפירט נישט אז מ'איז דא מיטן גיטן ווילן, די בענעפיטן אין די קאמיונעטי זענען שוואך, מ'קען באשטיין אז עס זאל בטל ווערן, וועם גייט עס אן, זאל עס אונטערגיין
דאס איז ווארשיינליך שטענדיג געווען דער מענטאליטעט פון אונזער פאלק, נאך אין די צייטן פון תנ"ך (זעט אין די פסיקים אין ישעי' און ירמיהו), אידן האבן שטענדיג געשפיגן אינעם אייגענעם טאפ, ארויף געקוקט דעם ארומיגן גוי, און געהאט א שוואכע אונטערעס אין די אייגענע פאלק וואס מאכט אים צופיל באגרעניצוגן,
וופיל אידן קענסטע וואס באשמיצען אידן?
בען הירש אויב ער הייסט א איד, נחום רז"ב אויב ער הייסט א מענטש, ווער נאך?
פריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
יידלפריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
פריינדליךיידלפריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
און וואס טוסטו אויב דו פרובירסט נומער 3 אפאר מאל און עס ארבעט זיך נישט אויס? טראכט אריין - קיין איין מענטש גייט נישט אוועקמופן פון א געגנט בלויז ווייל דו ווילסט! וויאזוי גייסטו אים מאכן "זיך אפטראגן פון געגנט"?
טראכט אריין, עס איז גרינגער זיך אפצופעקלען פון א געגענט ווי צו גיין זיצען אפילו נאר פאר איין יאר אדער ווי צו הייסען א ר.ס.ע.
דערפאר איז די זאך זייער פשוט, אויב איז יענער גרייט צו קאפערירען און פאלגען וואס מען זאגט אים, קען ער זיך איינשפארען אז ער זאל זיך שוין דארפן טרעפן פנים אל פנים מיטען DA אויב וויל ער נישט פאלגען וועט עס סיי ווי נעלם ווערען פון די געגענט וויל דער די DA וועט אים אוועק טראגען מיט כבוד,
סאיז נישט נוגע אז צי סהאט פאסירט סעקסאלע אביוז צי נישט, אויב וואלט די מעשה יא געווען אמת וואלט דאך אויך יעדע איד געווען אויף טויט טרייעל רח"ל לשיטתך. איז היינט איז נישט געווען אמת, מארגן און נעכטען איז יא אמת.
סא וואס האט דאס צי טאן מיט אונדז? דאס איז די גוי'ס פראבלעם אז ער מאכט איינס פין אונדז אלע. אין מיר זענען דאס גורם מיטן זיין א נאנטע פארמאכטע סאסייטי.
אין דרך אגב דאס איז די חינך וואס מיר געבען פאר אונזערע קינדער, גוים הרגנן, גנבנן, זענען שלעכט. בשעת ווען סאיז נאר א פאר פראצענט.
קוק דער פראצענט ביי אידן און דער פראצענט ביי גוים (נישט מיט נ.ר. אויגן)
פריינדליךיידלפריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
אין וועלכע געגענט גייסטו עם שיקן? און יענער געגענט איז אידיש בלוט הפקר?
אויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
לעמילאויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
מ'וואלט אים איינגעזעצט בבית המשמר. בימי הראשונים באשכנז וואלט מען אים מעגליך אפגעהאקט די הענט.
פריינדליךטראכט אריין, עס איז גרינגער זיך אפצופעקלען פון א געגענט ווי צו גיין זיצען אפילו נאר פאר איין יאר אדער ווי צו הייסען א ר.ס.ע.
דערפאר איז די זאך זייער פשוט, אויב איז יענער גרייט צו קאפערירען און פאלגען וואס מען זאגט אים, קען ער זיך איינשפארען אז ער זאל זיך שוין דארפן טרעפן פנים אל פנים מיטען DA אויב וויל ער נישט פאלגען וועט עס סיי ווי נעלם ווערען פון די געגענט וויל דער די DA וועט אים אוועק טראגען מיט כבוד,
מה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן אז ער איז אויף טעראפי און מער וועט עס נישט פאסירן. און וואס מיינסטו איז געשען? גארנישט. ס'האט ווייטער פאסירט. איינמאל און נאכאמאל. עד שבא מי שבא און זיך געלייגט אין חרם דורכן אנקלאגן דעם אינגערמאן. און דערנאך, ווען דער אינגערמאן איז געגאנגען זיצן האט מען געמאכט א "פדיון שבויים" קאמפיין פאר אים.
דער צווייטער אינגערמאן איז נאך איצט אויף די פריי, און ס'איז נישט קיין שאלה "אויב" ס'גייט נאכאמאל פאסירן א חזר'יי, נאר ווען. שומו שמים.
איך וויל דיר פרעגן: וואס טוסטו אויב חזר-בחור דינן איז אן אנגעזעהענער איד מיט א זילבערנע שטריכן און זיין האר און א גרויסע נדיב פאר די קהלה? וואס טוסטו אויב ער איז א מלמד אין די לאקאלע תלמוד תורה? וואס טוסטו אויב ער איז די שמש הקהילה? אויב ער איז דעם רב'ס זון?
יידללעמילאויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
מ'וואלט אים איינגעזעצט בבית המשמר. בימי הראשונים באשכנז וואלט מען אים מעגליך אפגעהאקט די הענט.
ידידי הרב אשר לעווין האט געהאט לעצטענס א הערליכע ארטיקל אין די שטערן, ווי ער האט הערליך אראפגעלייגט אז פארוואס אין די תורה איז נישטא די עונש פון תפיסה? עס איז נישט ווייל דער אייבערשטער איז נישט אזוי קלוג ווי אמעריקע דעס אויסצוטרעפן, נאר ווייל דער אייבערשטער ווייסט אז לייגן א איד אין תפיסה מיינט חרוב מאכן דעם איד, חרוב מאכען די משפחה, חרוב מאכען זיין פרנסה, וכו', פאר דעם איז נישטא אין די תורה די עונש פון תפיסה, עיין שם ותמצא נחת.
זייער שיינע תורות וכבוד ידידך הרב לעווין במקומו מונח, ס'איז אבער קלאר אז ס'איז אלץ געווען א תפיסה. וואו דען האט מען געהאלטן דעם מקושש עצים?
פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
דבילהדו רשע איינער, און וועלכע געגענט גייסטו עם שיקן? און יענער געגענט איז אידיש בלוט הפקר?
1}עס איז קען די תקנות דא צו רעדן מיט אזוינע טיטלען צו א צווייטען רעד ווי א מענטש כדי מען זאל רעדן צו דיר געהעריג
יידלמה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן................
השי"ת ישמרנו אז איך זאל קייינמאל נישט דארפן זיין אינוואלווד און אזלעכע ענינים, איך האלט אבער אז עס איז נישט אזוי שווער אנצורופן דעם DA און איבערגעבן די מעשה, מעגליך אז דו האסט א פוינט אז עס איז שווערער ווי מען מיינט, איך טראכט אבער אז מען קען זיך גענוג פארהארטעווען און טוען וואס איז ריכטיג און זיך נישט צו טוען מאכן פון די פרעשור.
לעמילפאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
פריינדליךיידלמה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן................
השי"ת ישמרנו אז איך זאל קייינמעל נישט דארפן זיין אינוואלווד און אזלעכע ענינעם, איך האלט אבער אז עס איז נישט אזוי שווער אנצוריפען דעם DA און איבערגעבן די מעשה, מעגליך אז די האסט א פוינט אז עס איז שווערער ווי מען מיינט, איך טראכט אבער אז מען קען זיך גענוג פארהארטעווען און טיען וואס איז ריכטיג און זיך נישט צוטיען מאכען פון די פרעשעור,
אבער פארגעס נישט אז די רגע דו גייסט צום DA גייט די מעשה אויטאמאטיש צו די מידיא און דו וועסט זיין די גורם אז יעדער איד זאל שטיין אויף טרייעל.
פארוואס האסטע געגבן א לייק פאר א תגובה וואס האט מיר געריפען רשע? האלסט באמת אז איך פארדין די טיטעל?
יידללעמילפאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
לעמיליידללעמילפאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
לכאורה אפילו דעמאלטס אויך.
פריינדליךפארוואס האסטע געגבן א לייק פאר א תגובה וואס האט מיר געריפען רשע? האלסט באמת אז איך פארדין די טיטעל?
חלילה, איך האב געלייקט די צווייטע העלפט פון דעם תגובה. ומסור אני מודעה אז איך בין בשום אופן נישט מסכים צו דעם טיטל רשע, איך האלט אז דו האסט עס נאר געזאגט משום נאאיוויטעט און נישט משום רשעות.
יידללעמיליידללעמילפאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
לכאורה אפילו דעמאלטס אויך.
איך מיין דו האסט א טעות
יידלאבער פארגעס נישט אז די רגע דו גייסט צום DA גייט די מעשה אויטאמאטיש צו די מידיא און דו וועסט זיין די גורם אז יעדער איד זאל שטיין אויף טרייעל.
די פארשטייסט נישט די חילוק??
יעצט איז די נייעס אז עס איז דא א מאלעסטער און יעדער זיכט אים צו פערטעקטן מען גייט נישט צו די פאליס, בלא בלא בלא,
דעמלאטס וועט זיין די נייעס אז מען האט איבערגעגעבן א איינצעלער מענטש פאר די יוסטיץ סיסטעם ווייל ער האט געטשעפעט קינדער,
פריינדליךיידלאבער פארגעס נישט אז די רגע דו גייסט צום DA גייט די מעשה אויטאמאטיש צו די מידיא און דו וועסט זיין די גורם אז יעדער איד זאל שטיין אויף טרייעל.
די פארשטייסט נישט די חילוק??
יעצט איז די נייעס אז עס איז דא א מאלעסטער און יעדער זיכט אים צו פערטעקטן מען גייט נישט צו די פאליס, בלא בלא בלא,
דעמלאטס וועט זיין די נייעס אז מען האט איבערגעגעבן א איינצעלער מענטש פאר די יוסטיץ סיסטעם ווייל ער האט געטשעפעט קינדער,
דו פארשטייסט נישט די חילוק? יעצט איז טאקע אזוי געווען, מ'האט נישט געוואלט גיין צו די פאליס און נאר צוליב פרעשור האט מען נאך 40(!) שעה גערופן פאליס.
דעמאלטס וועט מען דאך האבן געגאנגען צו די פאליס וועט טאקע זיין גוט.
איך וועל דיר נישט ענטפערען דא ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין א דאפעלטע אשכול, מען האט שוין און צימעס אלעס אויסגעשמיעסט,
דארט האב איך געפרעגט עטליכע מאל ספיקות איבער די מעשה ווייל איך האב עס באמת געוואלט פארשטיין, און חוץ איבערשרייבען נחום רז"ב'ס דרשה האט קיינער גארנישט געענפערט, אז די ווייסט יא פרטים קענסטע עס דארט ענטפערען,
די מידיא גייט דאך אדעתא דהכי אז עפעס האט מעגליך יא פאסירט. אויב ווען די מידיא רעפארט א שמוציגע מעשה אויף א איד זענען אלע אידן אויף טרייעל, וואס גייט זיין אנדערש ווען דו גייסט רעפארטן דעם הייפאטעטישן חזיר?