☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב

שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב

361 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1436
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:56 pm

· #35660
qwerty
איך טרעף נישט קיין קנעפל צי "דיליט'ען" א דאפעלטע פאסט

קענסט נישט דיליטען דריק אויף רעדאגיר אין מעק עס אויס

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:29 pm

· #35678
chasid
qwerty
[ציטאט אראפגענומען]

איר האט ניט ריכטיג פארשטאנען

ח.ד.ב.'ס איז דער נאמען פין א טאטע פין א קינד אין דעם בילדינג.

עס איז נישט קיין נאמען פין קיין וויקטים ח"ו.

איבערהויבט אז עס איז בלויז א ר"ת

און טאמער איז איינער אזא אינסיידער אז ער קען אלע טויזענטער באבאווער חסידים פינקלעך ווער זיי זיינען בלויז פין א ר"ת איז אים דאך אסאך גרינער צו האבען א ליסטע פין אלע נעמען פין די בחרים אין קעמפ פין בר מצוה עלטער. וואס אלע ווייסען אלע זייערע נעמען, אפילו אן א ר"ת.

כ'מיין אז איר האט נישט פארשטאנען, מ'רעדט פונעם אימעיל שיקער וואס זיין נאמען שטייט קלאר ארויס כאטש ער בעט אז נישט

אויב וועגען דעם נאמען פון אימייל שרייבער:

קען מען עס אפשר פארשטיין אזוי:

ווען די מעשה איז אמת וואלט ער זיכער ניט מפרסם געווען דעם נאמען פון דעם שרייבער.

אבער א שקרן דארף מען אויך 'ציליב טאון' און אים אויך פראטעקטען? ? ?

דא איז אבער ניט סתם א פראסטער ליגנער נאר דער אימייל שטעלט פאר (ע"ד ווי) א אונטער-געשיקטער פון באבאב קעמפ וואס פראבירט אפנארען די גאנצע וועלט אין א פאל וואס שטעלט מיט זיך פאר, איינע פין די גרעסטע סכנות פאר אלע אידישע קינדער פין דער גאנצער וועלט - קיין נ"מ פין וועלכע קרייזען.

אין אמעריקע זאגט מען אז יעדער האט "פרידאם אף ספיטש" צי זאגען וואס נאר ער וויל אבער דאס בארעכטיגט ניט קיינעם אריינצוגיין אי א געפאקטען צימער פיל מיט מענטשען אין אנפאנגען צי שרייען "פייער", "פייער", "פייער", ווייל ער איז דערמיט גורם סכנות נפשות.

יודעי דבר ווייסן אז די גרעסטער געפאר וואס דראוט אינדז איז נישט די מאלעסטערס אליין נאר די וואס "קאוועראן אפ" פאר זיי, (מכמה טעמים), און אזוי ארום לאזען זיי דעם "קענסער" ר"ל ווייטער וואקסען ווייל זיי דערלאזען ניט אז מען זאל עס ארויס שניידען אז עס זאל זיך ניט פארשפרייטען ווייטער ח"ו.

אזא איינם וואס שטעלט פאר דאס גרעסטע סכנה דורך "קאווער אפ", אזא איינעם איז "אחת דתו", און אוואדע דארף מען זיין נאמען ניט פראטעקטען, מכ"ש וקו"ח אז מען פראטעקט ניט דעם נאמען פין דעם מאלעסטער אליין - און ווער עס פראטעקט זיי, איז פיל ערגער ווי דער מאלעסטער אליין.

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:34 pm

· #35737
שמואל הלוי
ארעסטירט האט מען אים נישט, דאס דארף לכאורה זיין די גרעסטע ראיה אז ער האט נישט מאלעסטעט.

כל זמן אז מען ערלויבט ניט אז די טאטעס פין די קינדער זאלען לאזען די קינדער עדות זאגען, קען מען דערווייל ניט ארעסטירן דעם פעדאפייל אין אנשטאט דעם קלערן די אינוועסטיגייטארס אז עס איז אפשר פאסיקער צי ארעסטירען די אלע וואס זיינען א חלק פון דעם קאווער-אפ - צוליב אבסטארקשען אף דזאסטיס.

כללו של דבר - ווען די מאלסטינג איז אמת נעמט עס אסאך צייט, נאר ווען עס קומט אן זייער שווער, אז די קרבנות זאלען עדות זאגען, ווייל עס איז דא א שטארקער לחץ אנטקעגען דעם עדות זאגען.

די גרעסטע ראי' אס עס איז אלעס אמת איז אז די אינוועסטיגיישאן איז נישט פארמאכט אין גייט ווייטער אן בכל התוקף.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:43 pm

· #35740
qwerty
שמואל הלוי
ארעסטירט האט מען אים נישט, דאס דארף לכאורה זיין די גרעסטע ראיה אז ער האט נישט מאלעסטעט.

כל זמן אז מען ערלויבט ניט אז די טאטעס פין די קינדער זאלען לאזען די קינדער עדות זאגען, קען מען דערווייל ניט ארעסטירן דעם פעדאפייל אין אנשטאט דעם קלערן די אינוועסטיגייטארס אז עס איז אפשר פאסיקער צי ארעסטירען די אלע וואס זיינען א חלק פון דעם קאווער-אפ - צוליב אבסטארקשען אף דזאסטיס.

מ'ערלויבט נישט??? ווייסט פאר א פאקט?
כללו של דבר - ווען די מאלסטינג איז אמת נעמט עס אסאך צייט, נאר ווען עס קומט אן זייער שווער, אז די קרבנות זאלען עדות זאגען, ווייל עס איז דא א שטארקער לחץ אנטקעגען דעם עדות זאגען.

כ'ווייס נישט, אבער איף מיין אז אויב איז ער א רעגעסטרירטער וואלט מען אים גלייך ארעסטירט!
די גרעסטע ראי' אס עס איז אלעס אמת איז אז די אינוועסטיגיישאנ איז נישט פארמאכט אין גייט ווייטער אן בכל התוקף.

שוואכע ראי'! (לענ"ד)

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:47 pm

· #35746
כללו של דבר: qwerty איז דא מיט אן אגענדע.
כללו של דבר: qwerty וויל זייער שטארק אז ס'זאל אמת זיין.
כללו של דבר: qwerty איז איבערצייגט קליפ און קלאר אז ס'איז געווען מאלעסטינג בשעת די חוקרים און די פאליציי זענען נאך נישט אזוי זיכער ווי qwerty.

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:59 pm

· #35759
qwerty
שמואל הלוי
ארעסטירט האט מען אים נישט, דאס דארף לכאורה זיין די גרעסטע ראיה אז ער האט נישט מאלעסטעט.

כל זמן אז מען ערלויבט ניט אז די טאטעס פין די קינדער זאלען לאזען די קינדער עדות זאגען, קען מען דערווייל ניט ארעסטירן דעם פעדאפייל אין אנשטאט דעם קלערן די אינוועסטיגייטארס אז עס איז אפשר פאסיקער צי ארעסטירען די אלע וואס זיינען א חלק פון דעם קאווער-אפ - צוליב אבסטארקשען אף דזאסטיס.

כללו של דבר - ווען די מאלסטינג איז אמת נעמט עס אסאך צייט, נאר ווען עס קומט אן זייער שווער, אז די קרבנות זאלען עדות זאגען, ווייל עס איז דא א שטארקער לחץ אנטקעגען דעם עדות זאגען.

די גרעסטע ראי' אס עס איז אלעס אמת איז אז די אינוועסטיגיישאנ איז נישט פארמאכט אין גייט ווייטער אן בכל התוקף.

בקיצור וואס דו זאגסט איז, אז אויב אין קאווע שטיבל איז געשטאנען אז ער איז שולדיג, דעמאלס איז ער זיכער שולדיג. איי די לעגאלע עקספערטן און אינוועסטיגעיטערס האבן נישט געטראפן קיין שום באווייז אדער באשולדיגונג... איז א קשיא אויף א מעשה, אבער די אינגערמאן איז ווייטער אחת דתו להמית, און נישט נאר מען מעג, נאר מען "מוז" איהם באזינגן אין די גאסן... שיין דערלעבט!

ווער געדענקט נאך די השתלשלות השקר?
אנפאנג האט געהייסן אז מהאט נישט גערופן קיין פאליציי.
נאכדעם האט געהייסן אז מהאט פארמעקט די ווידיאוס.
יעצט שרייט ער אז מען לאזט נישט די קינדער עדות זאגן.
און מען פירט נאך אויס מיט באמבאסטישקייט, אז די "גרעסטע ראיה" אז "אלעס" איז אמת וויבאלד די אינוועסטיגעשאן גייט נאך אן... אדרבה זיי מסביר, וואס איז די ראי'? אויב עפעס איז א ראי' אז "אפשר" איז יא "עפעס עפעס" פארגעקומען...

און אפשר דארפן מיר חסידישע אידן נישט זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט. אפשר קענען מיר אויסווארטן איהם צו באשמיצן, ביז דער גוי - פאליציי וכדומה - וועט קלארשטעלן זיין שולד?

און דאס וואס די אינגערמאן האט שוין א רעקארד פון די פארגאנגענהייט, איז לדעתי זייער נישט פאסענד אהערצוברענגן. מען רעדט נישט פון מעשה וואס ער האט געטוהן נעכטן, א וואך, א חודש, אדער א גאנצע יאר צוריק. מען רעדט פון גאנצע צען יאר צוריק!! און זייט דעמאלס האט ער ב"ה א ריינע רעקארד. (ובפרט ווען יענע איינצעלנע פאל איז בכלל נישט געווען מיט קיין אינגל, ממילא איז עס בכלל נישט קיין באווייז אויף אהער)
זענען מיר אלע דא אזעלכע גרויסע צדיקים (איך רעד נישט פון מאלעסטעישן)? שיין וועלן מיר אויסקוקן ווען מ'זאל דא אויסשמועסן אלע אונזערע מצוות און עבירות, וואס מיר האבן געטוהן אין די לעצטע צען יאר, אנגעפאנגן פון אונזער בר מצוה און ווייטער.... וד"ל

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:38 pm

· #35783
שעפטל זאגט אז כ'ווייס נישט, אבער איף מיין אז אויב איז ער א רעגעסטרירטער וואלט מען אים גלייך ארעסטירט!

שעפטל,
די וועלט איז נישט ערשט היינט באשאפען געווארען

אלע ווייסען די חוקי המדינה אז א קינד קען מען ניט אויספרעגען לויט דעם געזעץ סיידען די עלטערען גיבען רשות און אלע ווייסען די חוקי המדינה אז אפילו ווען מען ווייס זיכער אז איינער איז מוחזק צי זיין א פעדאפייל קען מען עם ניט ארעסטירן סיידען די עלטערען פין דעם קינד און דער קינד אליין אויכעט זיינען אלע ביידע מסקים צי דעם עדות זאגען

שעפטל,
מיר זיינען אלע זיכער אז דאס וואס עס באדערט דיר אזוי שטארק, אז עס אי דא אפילו א הוה אמינא אז עס איז אמת, איז זיכער נישט דערפאר ווייל באבאוו קעמפ האט דיר געשיקט אז די זאלסט זיי פארענטפערען דא, און קיינער איז דיך ניט חושד אז די ביזט אפשר א קרב מיטן בל דבר אליין

שעפטל,
האט זיכער נישט קיין שום אדזענדע פארוואס ער מיינט אז אן א שיעור אינוועסטעגייטערס ארבעטן אין דעם קייס יומם לילה בלי הפסק און בכל התוקף אפילו ביז צי די מענוט יעצט להבל ולריק

אין שעפטל, האט ניט קיין שום אדזענדא, צי מיינען אז אלע אינוועסטעגייטערס ארבעטען אלע להבל ולריק - ווייל באמת האט גאר קיין שום זאך בכלל, קיינמאל, גארנישט געטראפען און אלע אינוועסטיגייטערס "האבען אדזענדא" צי פארנעמען זיך מער ווי א וואך צייט להבל ולריק?

שעפטל, דברי חכמים בנחת נשמעים.

קיינער דארף קיינעם ניט אטאקירען אז ער האט אן אדזענדע.

איך מסביר געווען מיין שטעלונג בטוב טעם ודעת פשוט על פי שכל און אויב די האסט ראיות אויף פארקערט קענסטו זאגען -

אדרבה -

אבער: אז די איינציקע טענה דיינע איז, "אדזענדע", באווייזט דו דורך די טענה אז קיין בעסערע און קיין שטארקערע קושיא האסטו נישט ווייל מיצד "ע"פ שכל" ביזט דו מסכים אז איך בין גערעכט

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:15 pm

· #35809

שעפטל האט געפרעגט צו דו ווייסט פאר א פאקט אז מ'לאזט נישט די עלטערן ערלויבן די קינדער צו רעדן. און ווארט אויף אן ענטפער. און ווי איך האב געהערט און מיינעך איינער האט עס דא געשריבן אז די פאליציי האט געזעהן די ווידיא וואס וואלט געווען גאנץ א גוטע עווידענס און זיי האבן אים נאכאלץ נישט ארעסטירט.
qwerty
שעפטל,
מיר זיינען אלע זיכער אז דאס וואס עס באדערט דיר אזוי שטארק, אז עס אי דא אפילו א הוה אמינא אז עס איז אמת, איז זיכער נישט דערפאר ווייל באבאוו קעמפ האט דיר געשיקט אז די זאלסט זיי פארענטפערען דא, און קיינער איז דיך ניט חושד אז די ביזט אפשר א קרב מיטן בל דבר אליין

מיך באדערט נישט אויב ס'איז אמת (עכט וואלט מיר עס יא געבאדערט אבער איבער גאר א אנדערע אישו נישט וואס דו מיינסט) מיר באדערט נאר אז מ'קען קומען מענטשן און אויספראקן אנדערע אידן און מוסדות מיט זאכן וואס זענען נאכנישט קאנפירמט. ובפרט איך האב געהערט (אונז הער מיר אלע און געוויסע ליינען אויך) אז באבוב ארבייט מיט מיט די אינוועסטיגעיטארס צום פולסטן.
איך האב מיט באבוב ווי דו מיט טשעחוב (ווי איך שרייב שוין דא וועגן מיין שיכות מיט באבוב וואס איז די חילוק פון די דף היומי און די באבוב'ע דין תורה?‎) און גאנץ א גוטע ספין אז איך בין א קרוב מיטן בעל דבר, נאך שיין אז דו האסט מיך נישט באטיטעלט אלס'ן בעל דבר אליין...
qwerty
שעפטל,
האט זיכער נישט קיין שום אדזענדע פארוואס ער מיינט אז אן א שיעור אינוועסטעגייטערס ארבעטן אין דעם קייס יומם לילה בלי הפסק און בכל התוקף אפילו ביז צי די מענוט יעצט להבל ולריק

אין שעפטל, האט ניט קיין שום אדזענדא, צי מיינען אז אלע אינוועסטעגייטערס ארבעטען אלע להבל ולריק - ווייל באמת האט גאר קיין שום זאך בכלל, קיינמאל, גארנישט געטראפען און אלע אינוועסטיגייטערס "האבען אדזענדא" צי פארנעמען זיך מער ווי א וואך צייט להבל ולריק?

ניין! שעפטל האט קיין אגענדע דיך איבערצוצייגן אז אלעס איז לא דובים ולא יער, שעפטל ברענגט נאר ארויס די אנדערע זייט פון די מטבע אז ס'מיז נאכנישט זיין אמת ווייל דער און דער פארקויפט אזוי. יא! מ'אינוועסטעגירט בלי הפסק בכל תוקף יומם ולילה, און ווען ס'וועט פערטיג ווערן וועלן מיר אלע וויסן דעם אמת (חוץ טאמער געוויסע וועלן שרייבן אז מ'האט זיי אינטערגעקויפט אד"ג)
qwerty
שעפטל, דברי חכמים בנחת נשמעים.

קיינער דארף קיינעם ניט אטאקירען אז ער האט אן אדזענדע.

אפילו שעפטל האלט זיך נישט פאר קיין חכם, דאך רעדט ער בנחת, און האט נאך קיינעם נישט דא אטאקירט! און נישט געטייטעלט אויף איינעם אז ער האט אגענדעס! (מישט מיך מסתמה אויף מיט איינעם, און פארוואס איך האב זוכה געווען צו דעם לאנגן מגילה ווייס איך נאכנישט)
qwerty
איך מסביר געווען מיין שטעלונג בטוב טעם ודעת פשוט על פי שכל און אויב די האסט ראיות אויף פארקערט קענסטו זאגען -

אדרבה -

אבער: אז די איינציקע טענה דיינע איז, "אדזענדע", באווייזט דו דורך די טענה אז קיין בעסערע און קיין שטארקערע קושיא האסטו נישט ווייל מיצד "ע"פ שכל" ביזט דו מסכים אז איך בין גערעכט

איך האב נאר אויך ארויסגעברענגט מיין שטעלונג בטוב טעם ודעת, איך וואלט עס אויך אנגערופן פשוט על פי שכל וויבאלד קיינער האט נאך קיין געהעריגע ראיות אויף פארקערט! אויב האלטסטו אז ווילאנג מ'האט נאכנישט געפראווט אז ס'איז נישט אמת דעמאלטס איז עס אמת, דעמאלטס איז עס אנדערע נושא אינגאנצן.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:21 pm

· #35814
שמואל הלוי
כללו של דבר: qwerty איז דא מיט אן אגענדע.
כללו של דבר: qwerty וויל זייער שטארק אז ס'זאל אמת זיין.
כללו של דבר: qwerty איז איבערצייגט קליפ און קלאר אז ס'איז געווען מאלעסטינג בשעת די חוקרים און די פאליציי זענען נאך נישט אזוי זיכער ווי qwerty.

qwerty איז אויך אזא מין לחש וואס מ'טייפט ווען מ'איז זייער באורד, גלייך פארן טייפן asdf...

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:25 pm

· #35815
וואס גייט דא פאר?

מען לאזט ארויס אויף א מענטש שמועות אז מען האט אים ארעסטירט, בשעת עס איז שקר
מען זאגט מיט א פולן מויל אז יענער האט מאלעסטערט, בשעת עס איז אונטער פראגע צייכן

און מען טענה'ט נאך, אז מען מעג עס טון... יענער איז זיכער שולדיג...

קען מיר איינער מסביר זיין 'מיט שכל' (אזוי ווי יענער רופט עס)?

קורץ און שארף » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:34 pm

· #35820
די גאנצע שמועס דא איז שוין געווארן צו קאמפליצירט.

אנפאנג איז עס געפארן א מחיה. ('קורץ און שארף'..) עס זענען אונטרגעקראכן פארשידענע ניקים מיט לאנגע תגובות און פלפולים של הבל וואס אונטרעסירט קיינעם.

פליז שרייבטס נאר זאכליכע, קורצע תגובות, און צום ענין. טענקס.

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:48 pm

· #35830
מורינו הרב
וואס גייט דא פאר?

מען לאזט ארויס אויף א מענטש שמועות אז מען האט אים ארעסטירט, בשעת עס איז שקר
מען זאגט מיט א פולן מויל אז יענער האט מאלעסטערט, בשעת עס איז אונטער פראגע צייכן

און מען טענה'ט נאך, אז מען מעג עס טון... יענער איז זיכער שולדיג...

קען מיר איינער מסביר זיין 'מיט שכל' (אזוי ווי יענער רופט עס)?

ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, איז עס, ליידער, נישט דאס ערשטע מאל דא אין קאווע שטיבל, וואס גוטהארציגע אידן האבן געעפענט אשכולות, מיט גאר רעש'יגע קעפלעך ווי, "שרעקליכע מעשה...", "שרעקליכע קאווער אפ...", און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער.

מיט דעם אלעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי יענע אשכולות, אז די מעשה, בילד אד"ג, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, האט מען נישט געשפירט קיין אחריות עס צו פארשליסן און פארמעקן, כאטש די בזיונות, הלבנת פנים, לשון הרע, ניבול פה, והוצאת שם רע, וואס קומט ארויס פון אזעלכע אשכולות.

דאס זעלביגע מיט דעם אשכול...
א פרישער ניק, וועלכע האט זיך ספעציעל איינגעשריבן דא אין שטיבל יענעם נאכט, האט געמאכט א ויצעקו, "מאסיווער קאווער אפ..." ווי ער האט געשילדערט מכלומר'שטע ערשט-האנטיגע אינפארמאציע. צווישן אנדערע לגיונות האט יענער היסטעריש געשריבן: מ'האט מאלעסטעט נישט איין נישט צוויי נישט דריי קינדער (די פונקטליכע סכום האלט נאך אינמיטן שטייגן). ס'דא קלארע ווידיאוס פון אינעווייניג אין די שטובער וויאזוי די מעשה נבלה ווערט אפגעטוהן. די מנהל מאכט א קאווער אפ און ער דארף פליען.....

במציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז "גאנצע אמת" האט ער זיכער נישט געשריבן...

וואס דארף מען מער ווי דעם, אז מען האט שוין "עטליכע מאל" רעדאגירט זיינע ווערטער און שרייענדע קעפל. - אבער ליידער איז דאס נישט גענוג סיבה אז מען זאל אויסמעקן אזא אשכול, וועלכע איז געעפענט געווארן דורך איינער וואס האט קלאר נישט געזאגט "גאנצע אמת". און פאר די "אידן פריינד" ווי נחום וכת דיליה איז אזא צווייפלהאפטע באריכט מער ווי גענוג צו מאכן דערפן א טומל....

------------
קורץ און שארף:
דער מייסד האשכול, שלומכון יסגא, האט געעפענט די אשכול מיט א לאנגע טוץ פון דמיונות...

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:53 pm

· #35833
דמיונות? - א שיינע נאמען געגעבן.

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:56 pm

· #35835
מורינו הרב
דמיונות? - א שיינע נאמען געגעבן.

ווען איינער האט פייגלעך - אדער אן אגענדע - אין קאפ, ווען ער הערט איינער איז אריין אין א שטוב מיט קינדער, זעהט ער באלד ווי יענער קיצעלט די קינדער צווישן די פיס.
וואס איז דאס? נישט דמיונות?

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:00 pm

· #35837
שמיטה,
איך וואלט זייער גאוואלט זען צי די וועסט נעמען דעם אומשולדין רעדזיסטערד אפענדער י.א. וכיו"ב אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער.

פארוואס זאלסטו עם ניט לאזען מיט דיינע קינדער אליין אן קיין שום השגחה?

פארוואס ניט?

דער אמאליקער פעדאפייל איז דאך שוין זיכער היינט א צדיק גמור ממש איז פארוואס ווילסטו עם ניט טראסטען אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער מיט דיינע אייגענע פיצלעך קינדער אן קיין שום השגחה? 🙄

לגופו של ענין בנוגע די טענות וואס די שרייבסט:

מיין שטעלונג איז נישט אז י.א. איז שולדיק צי נישט אין מיין טענה איז נישט בנוגע כמה וכמה פרטים וואס דו שרייבסט דאס כאילו זיי זענען "שקרים" וואס מען האט חושד געווען בכשרים דעם קעמפ און די שרייבסט דאס אלץ כאילו עס איז יעצט א פאקט אז די אלע פריערדיקע טענות זענען באשטעטיגט אז עס איז נישט קיין ריכטיגע טענה - ווען דו בריינגסט ניט קיין באווייז אז ד אלע וואס האבען לכתחילה געהאט די אלע טענות אויפן קעמפ הלטען זיך ווייטער ביי די זעלבע טענות אין קיינער האט דערווייל ניט צוריק געצייגען קיינע אלטע טענות עכ"פ ברובם - מערניט אז "טו לעט יו סייוו פייס" האט מען זיי געגעבען אזוי ווי א כלומר'שן "פתח חרטא" און מיר מאכען זיך אלע "כלא ידע" אז "איצא האבען זי יע אנגעפאנגען צי קואפארירען

דאס אויבען געשריבעע איז אלץ מער ניט ווי א מאמר המסגר - ווייל איך דינג זיך נישט בנוגע צי דעם אלעם אויבען דערמאנטן

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:00 pm

· #35838
מיין טענה איז בעיקר נאר איין נקודה וואס פין דעם קומען ארויס אסאך פרטים:

מיין טענה איז מער ניט בעיקר, היתכן אז באבאוו קעמפ אין די גאנצע קהילה און אפילו דער רבי אליין אויכעט (נאר דאס וועט מען שוין זען ר"ח) אדרעסירען ניט די פילע שאלות וואס מענטשען האבען א רעכט צי וויסען פינקטלעך וואס איז די שטעלונג פון אלע פאראנטווארליכע מענטשען אין באבאוו בקשר מיט די גאנצע פרשא?

זאלען זיי זאגען וואס זיי ווילען אין זיי קענען אפילו ארוסגעבען א סטייטמענט אז קיין זאך האט ניט געטראפען - לייקענען שטיין און ביין, איז אלעס א קיי

אבער מיין טענה איז אז זיי טארען נישט טאן דאס וואס זיי האבען געטאן ביז איצט אין דאס איז אז זיי קענען זיך ניט מאכען "כלא ידע" אז עס איז נישט דא אפילו וועגען וואס צי ריידען אין אויפקלערען דעם עולם די אפישעל באבאוו ווערסיאן" פון די פרשה און ענטפערען אוף אלע שאלות

כל זמן זיי טיען עס נישט באווייזט דאס אז זיי האבען וואס צי באהאלטען. ווייל נאר א שקרן דארף מורא האבען צי עפענען דאס מויל ווייל ער האט מורא אז מען קען עם כאפען בא א ליגענט אבער דער וואס רעדט נאר דעם אמת האט נישט קיין טעם פארוואס צי אנטלויפען און מורא צי הבען צי ענטפערן אף אלע שאלות קלאר אן אפען.

איך זאג נאכאמאל אז מיין שטעלונג איז נישט צי באשולדיקן באבאוו אדער דעם קעמפ.

איך זאג נאר אז כל זמן מען גייט און ווייטער מיט די שיטא צי איגנארירען דעם גאנצען אידישען באפעלקערונג וואס האט שאלות וועגען דעם - איז כל זמן זיי בלייבען שטום איז עס א "רעד הערינג" אויף זייער קאפ 😳

אין אז מען רדט שון וועגען "די קאפ" וועל איך שוין איבער זאגען א מאמר העולם דערין

די וועלט זאגט אז ווען א פיש שטינקט - שטניקט עס פין קאפ

וועלען מיר שוין מיזען ווארטען ביז ר"ח, צי זען אין הערען צי די קאפ פין באבאוו וועט די פרשה אדער אדרעסירען אפען אין קלאר אדער וועט דאס "ווייט-וואשען" אדר ער וועט דאס איגנארירען ד.ה. מאכען זיך "כלא ידע" כאילו ווי עס איז כלומר'שט אפילו נישט דא וועגען וואס צי רעדען - פינקט ווי בנוגע דעם פאראיאריגען שניי
[

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:11 pm

· #35845
בקיצור שטיקער נ.ר.

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:23 pm

· #35857
נחום חלש'ט אז באבוב זאל רעספאנדן צו זיינע ווערטער...

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:47 pm

· #35867
עס איז אפילו "א בפרש'ער נ.ר." אויך!
שעפטל
בקיצור שטיקער נ.ר.

די וועלט זאגט וויץ אז ווען מען זאל פרעגען בא א ליטווישען ישיבה בחור: פין וואנענט איז בא דיר די ראי' אז עס איז דא א ג-ט אויף דער וועלט? ענטפערט ער אז ער האט ראי' פין רמב"ם "עס איז דאך בפרש'ער ( שטיק) רמב"ם - אין די ערשטע הלכה פין רמב"ם 😂

ווייזט אויס אז ווען ניט דער רמב"ם וואלט ער טאקע געהאט ערענסטע ספקות און וואלט נאך ניט געווען אזוי זיכער צי עס איז טאקע אזוי צי נישט און ווער רעדט נאך אז אויפן רמב"ם איז דאך בא זיי דער מנהג אז מען פרעגן א קשי' און ווער ווייסט צי ער וועט זוכה זיין צי פארענטפערען דעם שווערען רמב"ם 😂

נחזור לענייננו

אויף צי וויסען אז די ערד איז רונד דארף מען אויף דעם נישט קיין ראי' פין נ.ר.

עס גייט מיט א פארקערטן סדר

עס זיינען דא "די פאקטס אף לייף" אין ווייל די מציאות איז אזוי דערפאר שטייט עס אזוי דא אין דארט אין אין אלע ספרים אויך, אין עס איז אפילו "א בפרש'ער נ.ר." אויך!

בקיצר קבל את האמת ממי שאמרו אין עס קיין נ"מ צי ער הייסט נ.ר. אדער צי ער הייסט באבאווער רבי - אויב עס איז אמת זיינען זיי ביידע גערעכט און טאמער איז ער א הטועה בדבר משנה חוזר - קיין נ"מ נישט, ווי גרויס צי ווי קליין איינער איז

דאס איז די גאנצע מעלה פין דעם פארום.

שלומכן יסגא » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:51 pm

· #35868
שמיטה טייערע
די ביסט גלייך ארויסגעקומען ווי א סקעפטיק אויף די מעשה. און וואס די האסט געמיינט איז נ.ר.׳ס דמיונות שטעלט זיך ארויס ווי א פאקט וואס פילע פרעסע באריכטען רעדן דערפון און באשטעטיגן עס, טייל אנצייכענענדיג אז ס׳איז ארויסגערינען דורך מיין באריכט.
יעצט הער זיך איין, איך פיר נישט קיין מערכה מיט קיינעם. איך האב מקיים געוועהן מצוה הבאה לידך אך תחמיצנה. איך האב געוויסט אז עס קאכט זיך א קאווער אפ - און איך האב מחליט געוועהן צו ראטעווען נפשות.
תודה לא-ל אז מיין באריכט האט גורם געוועהן אז ס׳זאל טאקע -דערווייל- נישט זיין קיין קאווער אפ.
אגב, איך האב נאר איין מאל רעדאגירט מיין הודעה גלייך נאכן שרייבן. די איבעריגע האט א אחראי געטוהן.

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:57 pm

· #35870
שלומכון, וואספארא חילוק אויב עס איז פאקטן אדער דמיונות?

לשטיתך, אויב עס קען זיין אמת, אפילו עס איז נישט אמת, איז עס דאך שוין א פאקט... י.א. יוכיח - וואס א חילוק אויב ער האט יא געטאן אדער נישט, ער איז דאך סיי ווי א.............. נו, זאל שוין זיין....

נו, וואס א חילוק אויב מען האט יא געוואלט מאכן א קאווער אפ אדער נישט? מען וואלט ווען געקענט מאכן א קאווער אפ, נו, זאל שוין זיין אז מען האט בפועל געמאכט.

איין מינוט, דו האסט דאך געראטעוועט דעם קאווער אפ... אה, שיער פארגעסן...

ברוין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:04 pm

· #35872
שלוציכן קווירי וואויל איז דיר און דיין חלק פארן ברעכן די נייעס און אנהאלטן די ליגענט עד הסוף כאטש די פאליציי האבן זיך אוועקגעדרייט פונעם קעיס מיט א שמייכל. אויב ביסטו נישט נחום וועסטו כאטש זיצן אין איין גן עדן מיט אים און שמרי' און זיך פאטשן דאס בייכל.

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:25 pm

· #35880
שלומכן יסגא
שמיטה טייערע
די ביסט גלייך ארויסגעקומען ווי א סקעפטיק אויף די מעשה. און וואס די האסט געמיינט איז נ.ר.׳ס דמיונות שטעלט זיך ארויס ווי א פאקט וואס פילע פרעסע באריכטען רעדן דערפון און באשטעטיגן עס, טייל אנצייכענענדיג אז ס׳איז ארויסגערינען דורך מיין באריכט.
יעצט הער זיך איין, איך פיר נישט קיין מערכה מיט קיינעם. איך האב מקיים געוועהן מצוה הבאה לידך אך תחמיצנה. איך האב געוויסט אז עס קאכט זיך א קאווער אפ - און איך האב מחליט געוועהן צו ראטעווען נפשות.
תודה לא-ל אז מיין באריכט האט גורם געוועהן אז ס׳זאל טאקע -דערווייל- נישט זיין קיין קאווער אפ.
אגב, איך האב נאר איין מאל רעדאגירט מיין הודעה גלייך נאכן שרייבן. די איבעריגע האט א אחראי געטוהן.

שלומכן יסגא, טייערער, איך ווייס ניט צי אפילו די אליינס, שאצט אפ, וואס פארא גרויסער נס דער באשעפער האט אדירך געפירט דירך דיר.

מגלגלים זכות ע"י זכאי וזכות הרבים תלוי בך.

איך ווארט נאך אויף אן ענטפער פין דיר אויף וואס איך האב דיך געפרעגט, אז וויבאלד די ביסט געווען דער ערשטער, האסט די דאך גיטע קאנעשענס צי די אינסייד אינפארמיישאן איז פארוואוס טיסט די אינדז נישט אפדייטען ?

ווער נישט נתפעל פין די אלע ליצני הדור ווי "ברוין" און ווי "מורינו הרב" מען זעט גלייך פין זייער שרייבען אז זיי האבען גאנישט וואס צי זאגען "מיט שכל" אין די ליצני הדור מיינען נאך, אז בלויז מיט זייערע פראסטע ביליגע אפלאכען, מיינען זיי אז דאס קען צונישט מאכען די פאקטען - ווי מען זאגט אויף ענגליש "דאנט קאנפיוז מי וויט די פאקטס ביקאז איי אלרעדי מייד אפ מיי מיינד - ד.ה. - זיי מיר ניט מבללל מיט די פאקטען ווייל איך האב שוין פון לאנג שיין באשלאסען וואס מיין שיטא איז

ברוין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:58 pm

· #35893
איך פארשטיי די ווייטאג און ס'איז באמת א ווייטאג. קומט א איד און קאכט אויף א קאשע וואס איז געבויט אויף דינע ליפט שטריכן אן קיין בעיס. ס'איז אים נאך געלונגען און די דרויסענדיגע מידיע האט עס אויפגעכאט און סאיז מקיום געווארן די מכם ובכם די קוטשמעדיגע נחום'לעך האבן זיך שוין געפריידט אז ענדליך איז ווידער דא א מעשה און ס'איז ששון אין שטאט. נאך מער. מלויפט צו די פאליציי ס'איז דאך ממש דאס וואס מווארט שוין צענדליגע יארן פון די אלטע אזיאטעשי מארמאראשיע אידן. און דא פלוצלינג טראך"" די פאליציי וואקן אוועק אן קיין פיפס. וויאזוי פלעט ממ ענדיגן זיינע דערציילונגען אזא צייט. כא כא כא

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:02 pm

· #35897
נחום זיי מיר מסביר וואס הייסט דו פרעגסט קשיות און מ'דארף דיר ענפערן, ביסט עפעס די אפוטרופוס פון כלל ישראל אז דו דארפסט אלעס פארשטיין? זייט ווען דארף יעדע מוסד אפגעבן דין וחשבון פאר נחום ראזענבערג אויף אלעם וואס גייט פאר?

qwerty » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:47 pm

· #35941
אברעמעל
נחום זיי מיר מסביר וואס הייסט דו פרעגסט קשיות און מ'דארף דיר ענפערן, ביסט עפעס די אפוטרופוס פון כלל ישראל אז דו דארפסט אלעס פארשטיין? זייט ווען דארף יעדע מוסד אפגעבן דין וחשבון פאר נחום ראזענבערג אויף אלעם וואס גייט פאר?

איך דארף נישט פארענטפערן נ.ר. איך בין ניט זיין אפוטרופוס.

אבער ווער עס איז היינט צו טאג אזא גרויסער נאר אז ער מיינט אז ער קען זיין אזא גרויסער מחוצף, צי די גאנצע וועלט, אין ער דארף קיינעם ניט ענטפערען זאל ער וויסען אז היינט לעבען מיר אין אן אנדער וועלט וואס טאנצט מער ניט נאך די די אלטע, אויסגעשפילטע, קאמאניסטישע מחוצפים וואס מיינען אז זיי קענען פירען די גאנצע עדה כצאן לטבח און אלע וועלען זיי נאכטאנצען און אלע וועלען דאס אראפשלינגען און עס ועט אראפ גיין שא שטיל ווי דער אלטער פארעץ וועט הייסען....

קענען זיי זיך אפלערנען פין גרעסערע אימפעריעס פין זיי וואס זיינען געווען פינקט אזאלכע גרויסע מחוצפים, אז זיי האבען געמיינט אז זייער עמפיריע אי אזוי גרויס אין אזוי שטארק אז זיי זיינען "אינווינסעבעל" אין "אנטאטשעבאל" -

פען סטייט יוכיח - articles.philly.com/2012-07-30/business/32924302_1_sandusky-victim-jerry-sandusky-pennsylvania-manufacturers-association-insurance

אין אדרבה זאלען זיי ווייטער איגנארירען מיט זייערע אלטער פוסטער גאוה אין מיר וועלען זיי אלעמען וויזיטען מיט סאנדאסקי ציזאמען אין מאכען א מינין אין פירען טיש מיט אלע רבי'ס ציזאמען וואס זיצען שוין לאנג אין חד גדי' נאך פין פריער - נאר צוליב זייערע "אראגאנס" ווייל זיי האבען געמיינט אז זיי זיינען "אינווינסעבעל"

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:23 pm

· #36037
qwerty
שמיטה,
איך וואלט זייער גאוואלט זען צי די וועסט נעמען דעם אומשולדין רעדזיסטערד אפענדער י.א. וכיו"ב אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער.

פארוואס זאלסטו עם ניט לאזען מיט דיינע קינדער אליין אן קיין שום השגחה?

פארוואס ניט?

דער אמאליקער פעדאפייל איז דאך שוין זיכער היינט א צדיק גמור ממש איז פארוואס ווילסטו עם ניט טראסטען אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער מיט דיינע אייגענע פיצלעך קינדער אן קיין שום השגחה?[/b

לאמיר מסביר זיין מיט א משל - ראובן בעט פון שמעון ער זאל איהם בארגן 5 טויזענט דאלער. שמעון אנטשולדיגט זיך און ער זאגט איהם אפ. די סיבה פארוואס ער האט איהם נישט געבארגט איז געווען אלס פראטעקשן, ווייל עטליכע יאר פארדעם האט שמעון יא געטוהן די טובה און געבארגט, אבער ראובן האט איהם אביסל ארום געשלעפט מיט די פעימענטס, ממילא האט ער מורא געהאט נאכאמאל איינצושטעלן.
אצינדער, איז דא סיי וואספארא רעכט צו גיין באזינגן ראובן אין די גאסן אלס גנב וגזלן? זיכער אז נישט!

הנמשל - אלס פראטעקשן וואלט איך נישט גענומען איינעם מיט א שלעכטע היסטאריע אלס בעיבי סיטער. אבער פון דעם טריט ביז ארום גיין צען יאר שפעטער און פארשעמן אין די גאסן, איז זייער א ווייטע און אומאויסגעהאלטענע שפאן.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:58 am

· #36086
qwerty
שמיטה,
איך וואלט זייער גאוואלט זען צי די וועסט נעמען דעם אומשולדין רעדזיסטערד אפענדער י.א. וכיו"ב אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער.

פארוואס זאלסטו עם ניט לאזען מיט דיינע קינדער אליין אן קיין שום השגחה?

פארוואס ניט?

דער אמאליקער פעדאפייל איז דאך שוין זיכער היינט א צדיק גמור ממש איז פארוואס ווילסטו עם ניט טראסטען אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער מיט דיינע אייגענע פיצלעך קינדער אן קיין שום השגחה? 🙄

[/b][/color]

סא, ווייל דו וואלסט אים נישט גענומען אלס בעיבי סיטער, מעג מען אים שוין גיין בארעדן אין די גאנצע שטאט.

אן עקל פון א מענטש!

קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:40 am

· #36145
א פרעסער איז אייביג ביזי מיט עסן, מ'גייט אויף וועקעישען אדער אויפן עראפלאן פארעט ער זיך אייביג מיט עסן.
א הכנות יוד איז ביזי מיט הכנות, סיי וואו ער קומט מוז ער גראד וויסן וואו איז די בית הכבוד
נחום ר. איז ביזי מיט מאלעסטינג, דאס איז ואס ער זעט און אטעמט. ער זעט א יונגערמאן, זעט ער ווי ס'רינט זרע. ער זעט א מלמד, שמעקט ער ווי יענער האט געטאטשט קינדער.
ס'האט נישט מיט רעאליטי.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:41 am

· #36146
אינעם היינטיגן "בלאט" איז דא עפעס א מזל-טוב עד פון אלע ארבייטארער פון גאלדאן טעיסט, מיט די שם המפורש אויך צווישן זיי.

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:33 pm

· #36211
שמיטה
qwerty
שמיטה,
איך וואלט זייער גאוואלט זען צי די וועסט נעמען דעם אומשולדין רעדזיסטערד אפענדער י.א. וכיו"ב אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער.

פארוואס זאלסטו עם ניט לאזען מיט דיינע קינדער אליין אן קיין שום השגחה?

פארוואס ניט?

דער אמאליקער פעדאפייל איז דאך שוין זיכער היינט א צדיק גמור ממש איז פארוואס ווילסטו עם ניט טראסטען אז ער זאל זיין דיין בייבי סיטער מיט דיינע אייגענע פיצלעך קינדער אן קיין שום השגחה?[/b

לאמיר מסביר זיין מיט א משל - ראובן בעט פון שמעון ער זאל איהם בארגן 5 טויזענט דאלער. שמעון אנטשולדיגט זיך און ער זאגט איהם אפ. די סיבה פארוואס ער האט איהם נישט געבארגט איז געווען אלס פראטעקשן, ווייל עטליכע יאר פארדעם האט שמעון יא געטוהן די טובה און געבארגט, אבער ראובן האט איהם אביסל ארום געשלעפט מיט די פעימענטס, ממילא האט ער מורא געהאט נאכאמאל איינצושטעלן.
אצינדער, איז דא סיי וואספארא רעכט צו גיין באזינגן ראובן אין די גאסן אלס גנב וגזלן? זיכער אז נישט!

הנמשל - אלס פראטעקשן וואלט איך נישט גענומען איינעם מיט א שלעכטע היסטאריע אלס בעיבי סיטער. אבער פון דעם טריט ביז ארום גיין צען יאר שפעטער און פארשעמן אין די גאסן, איז זייער א ווייטע און אומאויסגעהאלטענע שפאן.

ווען איינער זאגט א זאך וואס איז אינגאנצען נישט ציגעפאסט איז דאס א באווייז בא וואס ער האלט טאקע, גאר טיף אין הארצען, בנפשו פנימה.

אויף ענגליש ריפט מען אזא סארט, נישט ריכטיגען גליטש פין ווערטער א "פראדיען סליפ", ד.ה. אז ניט ווילענדיק האט דער מענטש מגלה געווען וואס ער האלט טאקע באמת כאטש אז ער וויל זיך נישט מודה זיין אז סאיז אמת.

די אליין (אדער באבאוו אדער דער בעל דבר אליין, אויב זיי האבען דיך אינטערגעשיקט, זיי צי פארענטפערען) קענסט נישט זאגן אז דעם משל וואס די האסט אויסגעקליבען איז בא דיר אין הארצען, נישט פינקטלעך ציגעפאסט לויט דיין מיינונג.

אין דיין משל דאכט זיך דיך אז דער משל מיטן נמשל זיינען גלייך אויף גלייך!

די ווילסט פארגלייכען א קאנוויקטעד רייפיסט וואס האט אליין מסכים געווען אז מען זאל אים מסרס זיין, (דורך קעמיקעל קאסטריישען), וויל ער ווייסט אליין אז לולי זאת וועט ער רייפין ווייטער - אין בא דיר איז ער פינקט אזיי "אומשולדיק" ווי א צווייטער אין דיין משל פין א ערלעכער נארמאלער מענטש וואס וואס האט הערלעך געבארגט ה' אלפים אין ער האט הערלעך באצאלט אין זיין איינציקער חט איז אז מיט צען יאר צוריק האט ער אביסל פארשפעטיגט, נישט געווען אזוי פינקטלעך, באצייטענס, מיט א פאר פיימענטס? 🙄

איצט פארשטייט מען שוין פארוואס "זיי" גייען אן ווייטער מיטן קאווער-אפ אז ראש קהילת באבאוו ציזאמען מי די וואס פארענטפערען זיך פאר זיי האלטען טאקע באמת טיף אין הארצען אז פין א רייפיסט, וואס טיט רייפין אינדזערע אייגענע היימישע פיצלעך קינדער דארף מען דרויף נישט מאכען קיין גרויסען צימעס ווייל עס איז בלויז ווי א "לייט פיימענט" אין מען טאר פאר אזא קלייניקייט, קיינעם נישט פארשעמען ח"ו

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:28 pm

· #36227
דער באבאווער לאיער האט שוין אנגעפאנגען צי זינגן א נייעם ניגו
לשקר אין רגליים

ווי לאנג קען מען טרייען אפנארען די גאנצע וועלט אז מיר זיינען טאקע אזי נאיוו צי מיינען אז קיין זאך האט נישט געטראפען?

עס זעט אויס אז ער האט זיך שוין געכאפט אין אז ער פארשטייט שוין אז דער עולם וועט אזעלכעע פאלשע סחורה נישט קויפען האט דער אפיציעלער לאיער וואס איז באצאלט פין באבאוו אנגעפאנגען צי זינגען א פרישען ליד.

מיט צוויי טעג צוריק האט ער געזאגט צי די מידיע YNN אז דער דער באבאווער קעמפ האט נישט די מינדעסטעם טעם פארוואס זיי זאלען אפילו חושד זיין אז אין קעמפ האט געטראפען עטלעכע רייפס אדער עטלעכע מאלעסטינגס

But according to Scharf, they don’t have any information that leads to them to believe kids were actually molested.
<a class="postlink" href="http://hudsonvalley.ynn.com/content/top_stories/595243/police-investigate-alleged-sex-abuse-at-religious-camp/">http://hudsonvalley.ynn.com/content/top ... ious-camp/</a>
Updated 08/14/2012 07:54 PM

דאס האט דער באבאווער לאיער שארף, געזאגט צי YNN מיט צוויי טעג צעריק.

אבער נעכטען האט ער שוין אנגעפאנגען צי שפילען "דע game" מיט א נייעם ניגון פאר די CBS מידיע זאגענדיק אז "מיר קענען נישט זיין זיכער אז ער האט ניט גערייפט אדער מאלעסטעד די קעמפערס

...... The school said it is checking for any evidence of inappropriate physical contact.
“It’s certainly something we can’t rule out
according to Scharf

<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2012/08/15/sources-registered-sex-offender-sneaks-into-catskills-sleep-away-camp/">http://newyork.cbslocal.com/2012/08/15/ ... away-camp/</a>
August 15, 2012 5:57 PM

אבער צי זאגען אז ער הט זיי בלויז "געקיצלט די פיס" (אין נישט געקיצלט ערגעץ אנדערש) דאס פארשטייט אפיל א ליגענער אז אזא נארישען ליגן וועט קיינער נישט נלויבען אין פין אזא ליגען וועט זיך דער עולם בלויז קאטשן זיך פין געלעכטער.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:42 pm

· #36229
בקיצור צוריק צום אלטן. ווי איך קוק עס אן, רוב עולם האלט אז ס'איז נישט דא קיין קאווער-אפ, יעדער קאפערירט מיט די פאליציי און אינוועסטיגעיטערס, דער א.ג. בעל דבר אליינס האט זעכער געמאכט מיט זיין היסאריע (אפילו ס'איז גאר א צווייטע גענדער אויף וואס זיינע פראבלעמען זענען געווען) אז די אנסטאנצן קוקן מער אריין דערין. אבער רוב עולם איז קאנווינסט אז קיין מעשה נבלה איז "נישט" געווען, און מ'האפט אז ס'וועט זיך נישט ארויסשטעלן אנדערשט

שטייט אבער א איד וואס זיין גאנצע אגענדע די לעצטע פאר יאר איז פשוט אויפצוווייזן פארן עולם אז 90% מלמדים זענען חזרים. 75% מענטשן אין ביהמ"ד זענען חשוד. 66% עולם איז אויף דראגס און סאו אן ענד אן. יעדעס מאל וואס קומט עפעס ארויף א מעשה צו ס'איז אמת צו נישט קודם מאכט ער א מצב דערפון און האט נישט קיין שום פראבלעם צו שרייבן קיין נעמען -צולייגענדיג אז אויב ס'איז נישט אמת וועט ער עס אראפנעמען! עטס הערטס??? איינער קען אים אנקאלן מיט ליגענט, און אנשמירן איינעם מיט א גוט שטיקל לשון הרע, קודם קויפט ער עס, דערנאך וועט ער אדער פרובירן צו טרעפן עפעס שלעכטס אויף אים אדער סתם אראפנעמען נאכן אפ'שחט'ן א מענטש מיט זיין משפחה-

למעשה יעצט האט אים ס'מזל צושפילט, קודם האט ער א גוטע מעשה וואס ס'וועט זעכער אנקומען צו די מידיא, און אזוי אויפווייזן אז יעדער ממש יעדער איז שילדיג און די גאנצע שטאט דארף פליען. ווי ס'קוקט מיר אויס וועט לויט אים זיין איין איינציג מנהל אויף אלע אינגלעך מיט אלע מיידלעך פון די גאנצע אידנטום איבער די גארע וועלט, ער אליינס. ווייל קיין צווייטן קען מען פשוט נישט טראסטן, דעם מיט יונגלעך און דעם מיט מיידלעך.

לענינינו, ס'איז געבליבן אפאר שרייבערלעך און גאסיפערס איבער די שטאט וואס קויפן נאך אפ אלע זיינע ליגיונות, און ביי זיי איז "גילטי אנטיל פראווען אינעסענט!" ביי זיי ווילאנג מ'וועט זיי נישט ווייזן די ווידיא (זיי קענען באשטיין צו זעהן... און האפן אז זיי וועלן גאר זעהן עפעס גוטס בדרך היתר...) און ווילאנג זיי וועלן נישט דורכליינען די אינוועסטיגעישאן ריפארט, איז די מעשה "הונדערט פראצענט אמת" און ביז דעמאלטס מאכט יעדער קאווער-אפס און מ'לייקענט, באבוב שיקט, די רבי מיז רעדן, מנהל דארף פליען. און אינגערמאן וואס גייט פאר העלפ דארף יעצט באשמיצט ווערן אויפן ערגסטן.

סוב טאטעל, רוב עולם האפט אז ס'איז נישט אמת, און קויפט נישט אפ יעדע קאנספיראציע. א קליין פראצענט האט געקויפט די מעשה נאך פאר ס'איז אפילו געשעהן... און ווילן עס שוין ווייטער פליפן. זיי זיכן נאר קונים...

שמיטה » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:33 pm

· #36249
qwerty
לשקר אין רגליים

ווי לאנג קען מען טרייען אפנארען די גאנצע וועלט אז מיר זיינען טאקע אזי נאיוו צי מיינען אז קיין זאך האט נישט געטראפען?

עס זעט אויס אז ער האט זיך שוין געכאפט אין אז ער פארשטייט שוין אז דער עולם וועט אזעלכעע פאלשע סחורה נישט קויפען האט דער אפיציעלער לאיער וואס איז באצאלט פין באבאוו אנגעפאנגען צי זינגען א פרישען ליד.

מיט צוויי טעג צוריק האט ער געזאגט צי די מידיע YNN אז דער דער באבאווער קעמפ האט נישט די מינדעסטעם טעם פארוואס זיי זאלען אפילו חושד זיין אז אין קעמפ האט געטראפען עטלעכע רייפס אדער עטלעכע מאלעסטינגס

But according to Scharf, they don’t have any information that leads to them to believe kids were actually molested.
<a class="postlink" href="http://hudsonvalley.ynn.com/content/top_stories/595243/police-investigate-alleged-sex-abuse-at-religious-camp/">http://hudsonvalley.ynn.com/content/top ... ious-camp/</a>
Updated 08/14/2012 07:54 PM

דאס האט דער באבאווער לאיער שארף, געזאגט צי YNN מיט צוויי טעג צעריק.

אבער נעכטען האט ער שוין אנגעפאנגען צי שפילען "דע game" מיט א נייעם ניגון פאר די CBS מידיע זאגענדיק אז "מיר קענען נישט זיין זיכער אז ער האט ניט גערייפט אדער מאלעסטעד די קעמפערס

...... The school said it is checking for any evidence of inappropriate physical contact.
“It’s certainly something we can’t rule out
according to Scharf

<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2012/08/15/sources-registered-sex-offender-sneaks-into-catskills-sleep-away-camp/">http://newyork.cbslocal.com/2012/08/15/ ... away-camp/</a>
August 15, 2012 5:57 PM

אבער צי זאגען אז ער הט זיי בלויז "געקיצלט די פיס" (אין נישט געקיצלט ערגעץ אנדערש) דאס פארשטייט אפיל א ליגענער אז אזא נארישען ליגן וועט קיינער נישט נלויבען אין פין אזא ליגען וועט זיך דער עולם בלויז קאטשן זיך פין געלעכטער.

אז דו מאכסט שוין יא א עסק פון מיסטער שארף'ס ווערטער, איז כדאי צו ציטירן נאך א ציטאט פון זיינע ווערטער, וואס מאלן גוט אראפ ווי אזוי אזא באבע מעשה ווערט באשאפן:
“Unfortunately, the rumor mill always gets out of control when you start adding up certain pieces and the fact that there was a report to a local prosecutor and a state police investigation, word can spread like wildfire and wildfire is often spread out of control,” said Scharf.

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:48 pm

· #36256
לאמיר קלאר מאכן די פאקטן ס'איז נישט קיין ספק וואס יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי טיהן. די שאלה איז אויב ער האט מצליח געווען איידער מען האט איהם פארטריבן

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:12 pm

· #36267
שמיטה
qwerty

אז דו מאכסט שוין יא א עסק פון מיסטער שארף'ס ווערטער, איז כדאי צו ציטירן נאך א ציטאט פון זיינע ווערטער, וואס מאלן גוט אראפ ווי אזוי אזא באבע מעשה ווערט באשאפן:
“Unfortunately, the rumor mill always gets out of control when you start adding up certain pieces and the fact that there was a report to a local prosecutor and a state police investigation, word can spread like wildfire and wildfire is often spread out of control,” said Scharf.

אפשר ווילסטו אויך בריינגען א ראי' אז דער מאלעסטער איז אימשילדיג, והראי' אז ער הט דאך אליין געזאגט אף זיך אליין אז ער איז אימשיליג?

סהדי שקרי - אאוגרייהו זילי - יעדער דיפענס אטורני קריגט באצאלט פין דעם וואס צאלט עם, וואס דאס איז בתנאי אז ער זאל נישט זאגען דעם אמת נאר אדרבה מטה זיין את הדין לזכותו פין דעם דיפענדענט אפילו ווען די גאנצע וועלט ווייס דעם אמת אעפ"כ שעמט זיך נישט קיין לויער צי פארטיידיקען לזכותו פין דעם איינעם וואס ער אליין ווייס אז ער איז באמת גילטי.

במילה: ווען א דיפענס אטארני זינגט א לידל, אז ער איז שוין מרמז, אז עס איז א גיטער "ספק" (עכ"פ), צי דער מאלעסטער איז גילטי - איז דאס טאקע א באווייז.

אבער אז דער לאער רעדט לטובת די אינטערעסען פין דעם וואס צאלט עם, איז וואס איז די ראי'?

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:31 pm

· #36277
qwerty; קאווע שטיבל איז גענוג גרויס, פארוואס שרייבט איר בלויז אין דעם אשכול?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:32 pm

· #36278
real jew
לאמיר קלאר מאכן די פאקטן ס'איז נישט קיין ספק וואס יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי טיהן. די שאלה איז אויב ער האט מצליח געווען איידער מען האט איהם פארטריבן

הא??????????????????????????????????????? פון ווי ווייסטו אזוי וואס ער האט געוואלט?? ברענג פרוף. אין זיין היסטארי האט דעס נאכנישט געוויזן (אויב דענק איך גוט)

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:50 pm

· #36285
שעפטל
real jew
לאמיר קלאר מאכן די פאקטן ס'איז נישט קיין ספק וואס יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי טיהן. די שאלה איז אויב ער האט מצליח געווען איידער מען האט איהם פארטריבן

הא??????????????????????????????????????? פון ווי ווייסטו אזוי וואס ער האט געוואלט?? ברענג פרוף. אין זיין היסטארי האט דעס נאכנישט געוויזן (אויב דענק איך גוט)

וואס דען האט יואל אבערלאנדער געזיכט אין א אינגל'ס שלאף צימער 5:00 פארטאג'ס???

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:04 pm

· #36293
real jew
שעפטל
real jew
לאמיר קלאר מאכן די פאקטן ס'איז נישט קיין ספק וואס יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי טיהן. די שאלה איז אויב ער האט מצליח געווען איידער מען האט איהם פארטריבן

הא??????????????????????????????????????? פון ווי ווייסטו אזוי וואס ער האט געוואלט?? ברענג פרוף. אין זיין היסטארי האט דעס נאכנישט געוויזן (אויב דענק איך גוט)

וואס דען האט יואל אבערלאנדער געזיכט אין א אינגל'ס שלאף צימער 5:00 פארטאג'ס???

אה דעס איז דיין פראוו??? ער האט געזיכט א בית כסא!!! זיין היסטארי האט נישט געוויזן אז ער זיכט א אינגל

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:31 pm

· #36305
שעפטל
real jew
שעפטל
real jew
לאמיר קלאר מאכן די פאקטן ס'איז נישט קיין ספק וואס יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי טיהן. די שאלה איז אויב ער האט מצליח געווען איידער מען האט איהם פארטריבן

הא??????????????????????????????????????? פון ווי ווייסטו אזוי וואס ער האט געוואלט?? ברענג פרוף. אין זיין היסטארי האט דעס נאכנישט געוויזן (אויב דענק איך גוט)

וואס דען האט יואל אבערלאנדער געזיכט אין א אינגל'ס שלאף צימער 5:00 פארטאג'ס???

אה דעס איז דיין פראוו??? ער האט געזיכט א בית כסא!!! זיין היסטארי האט נישט געוויזן אז ער זיכט א אינגל

ער האט געזיכט א בית כסא???
📎 Untitled.jpg

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:49 pm

· #36310
שמואל הלוי
qwerty; קאווע שטיבל איז גענוג גרויס, פארוואס שרייבט איר בלויז אין דעם אשכול?

ווען כהאב אזויפיל צייט ווי די, וואלט עס אפשר געווען א גיטע שאלה אבער ווען די צייט איז באגרעניצט מיז מען האבען פרייארעטיס.

די כללית'דיקע פרשה איז נוגע נישט נאר אין דעם פאל נאר עס איז נוגע אין פק"נ פין אלע היימישע קינדער פין אלע קרייזען אין דער גאנצער וועלט.

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:10 pm

· #36318
Sullivan County, NY - Camp Shalva Lawyer: No Abuse Confirmed At This Time

לינק

בתוך דבריו שרייבט ער:
“The only information that we can confirm is that an incident of trespass occurred.”

די שכר אויבן אין הימל פונעם פותח האשכול,מיט אלע זיינע מיטהעלפערס איז אין לשער!

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:11 pm

· #36321
כ'מיין מ'קען שוין אראפנעמען די אלע 'לייקס' וואס שלומכון יסגי האט באקומען פארן עפענען דעם אשכול.

הלואי עס איז דא א דיסלייק קנעפל....

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:17 pm

· #36327
קורץ און שארף; נישט אלעס דרייט זיך ארום די לייק אדער די דיסלייק קנעפל, ס'קוקט אויס ווי דו ליידסט אויף לייק סינדראמע.

Yiddish » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:21 pm

· #36329
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/111892/2012/08/16/sullivan-county-ny-camp-shalva-lawyer-no-abuse-confirmed-at-this-time">http://www.vosizneias.com/111892/2012/0 ... -this-time</a>

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:25 pm

· #36336
שמואל הלוי
קורץ און שארף; נישט אלעס דרייט זיך ארום די לייק אדער די דיסלייק קנעפל, ס'קוקט אויס ווי דו ליידסט אויף לייק סינדראמע.

די סיבה איז גאנץ פשוט. זעהנדיג די באריכט אין וואס איז נייעס, האב איך געוואלט גיבן א קוק וואס דער שלומכון יסגי שרייבט ביים פתיחת האשכול. און דאן האב איך באמערקט די אלע לייקס דארטן. און כ'בין זיכער אז די אלע בעלי הלייקס וואלטן נישט געלייקט היינט.

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:26 pm

· #36337
איך פארשטיי נישט, סאיז קלאר אז יואל אבערלאנדער האט פראבירט צי מאלעסטען קינדער. טאמער האט מען איהם פארטריבן נאך איידער ס'איז איהם געלינגען טאר מען נישט פארציילען אדער רעדן וועגין איהם.

chasid » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:35 pm

· #36342
ס'קומט זיך א מעדאל פאר קאווע שטיבל! א קורצע צייט פונעם עפענונג, און אונז האמער שוין, א פארשטייער פון נטורי קרתא, א פארשטייער פון לב טהור, און א פארשטייער פון נחום ר.

דער רב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:30 pm

· #36388
אין VIN שטייט:

The Sullivan County District Attorney’s office has confirmed to VIN News that they are investigating the incident.

אייב עס האט גארניט געטראפען וואלט דער קייס געווען כלאסד. די פאליס האלט אז עס האט יע עפעס געטראפען ושלא כדעת אלע אונזערע חכמים וואס זאגען אז עס איז גארנישט געשען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8