☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14208
בלאט: 1 2

שעפטאל » פרייטאג מאי 19, 2023 3:39 pm

· #525313
כ'פלאץ פאר קנאה! אונז האבן קוים איינ'ס און יוסף האט געהאט 11 😈 😈 😈


---

כ'האב אפשר נישט מסביר געוועהן, די מעשה גייט אז אזוי האט געוועהן ביי אדה"ר.
ביי מתן תורה איז אויך געווארן ווי פארן חטא און ס'ווערט נישט דערמאנט קיין מוק פון דעם.
(רואין את הנשמע איז נישט קיין ראי'. ווייל 1. ס'האט געוועהן דוקא דעם דבר ה'. 2. ס'איז געוועהן נאר בשעת מתן תורה אליין, און נישט ביזן עי"ן גימ"ל למ"ד)]
--

יואב אליין איז דא!!!
כ'האב גראדע פונקט יעצט ארויסג'פרינט אסאך אלטע יואב אשכולות (ביי שמייכל) לכבוד שבת קודש! שכח!!! ס'סחורה'ט א מחיה פון דיינע הענט 😂

יואב » פרייטאג מאי 19, 2023 4:00 pm

· #525315
שעפטאל
כ'פלאץ פאר קנאה! אונז האבן קוים איינ'ס און יוסף האט געהאט 11 😈 😈 😈


---

כ'האב אפשר נישט מסביר געוועהן, די מעשה גייט אז אזוי האט געוועהן ביי אדה"ר.
ביי מתן תורה איז אויך געווארן ווי פארן חטא און ס'ווערט נישט דערמאנט קיין מוק פון דעם.
(רואין את הנשמע איז נישט קיין ראי'. ווייל 1. ס'האט געוועהן דוקא דעם דבר ה'. 2. ס'איז געוועהן נאר בשעת מתן תורה אליין, און נישט ביזן עי"ן גימ"ל למ"ד)]
--

יואב אליין איז דא!!!
כ'האב גראדע פונקט יעצט ארויסג'פרינט אסאך אלטע יואב אשכולות (ביי שמייכל) לכבוד שבת קודש! שכח!!! ס'סחורה'ט א מחיה פון דיינע הענט 😂
כ'האָב גראַדע געקלערט פון לאָזן אין שוואונג א רעסייקלונג פּראָגראַם, רעפורבישן אַלטע אַרטיקלען, אַרויסשניידן איבריגע ווערטער, אַביסל צופּוצן, אַראָפּנעמען, צולייגן, פאַרריכטן טעותים, אא"וו. למעשׂה האָב איך דערזען אַז ס'איז שוין גרינגער צו פּראָדוצירן פרישע אשכּוֹלוֹת אויפסניי און לאָזן די אַלטע שימלען. לעט דעם רעסט אין פּיעס.

אלע צוזאמען » פרייטאג מאי 19, 2023 4:11 pm

· #525317
יואב
כ'האָב גראַדע געקלערט פון לאָזן אין שוואונג א רעסייקלונג פּראָגראַם, רעפורבישן אַלטע אַרטיקלען, אַרויסשניידן איבריגע ווערטער, אַביסל צופּוצן, אַראָפּנעמען, צולייגן, פאַרריכטן טעותים, אא"וו. למעשׂה האָב איך דערזען אַז ס'איז שוין גרינגער צו פּראָדוצירן פרישע אשכּוֹלוֹת אויפסניי און לאָזן די אַלטע שימלען. לעט דעם רעסט אין פּיעס.
ניין ניין ניין פליז, פריש צירוק אויף די אלטע סחורה.

שעפטאל » פרייטאג מאי 19, 2023 4:30 pm

· #525319
רבותי! ביטע שענקט יואב'ס "פּראָדוצירן-רעפורבישן אשכּוֹלוֹת" תגובה אסאך ליקס, ס'דאך די וועג פון בעהטן שיין 😃

@יואב הייבט צוריק אהן משפיע דורך אלע איברים
ס'סחורה וועט איבערגיסן אלע גדרים
ומאלה הארץ דעה, שחוק, אילים ופרים

[אילים ופרים?!!! גארנישט. סתם געזיכט א גראם]

יואב » פרייטאג מאי 19, 2023 4:45 pm

· #525321
שעפטאל
רבותי! ביטע שענקט יואב'ס "פּראָדוצירן-רעפורבישן אשכּוֹלוֹת" תגובה אסאך ליקס, ס'דאך די וועג פון בעהטן שיין 😃

@יואב הייבט צוריק אהן משפיע דורך אלע איברים
ס'סחורה וועט איבערגיסן אלע גדרים
ומאלה הארץ דעה, שחוק, אילים ופרים

[אילים ופרים?!!! גארנישט. סתם געזיכט א גראם]
לייקס לבטלה. כ'לאָז מיך נישט משחד זיין פון לייקס. ס'געפינט זיך אָבער פרישע וואַרע אין די פּייפּס, לויט א באַריכט.

צומישט און צוחישט » פרייטאג מאי 19, 2023 5:09 pm

· #525324
יואב
שעפטאל
רבותי! ביטע שענקט יואב'ס "פּראָדוצירן-רעפורבישן אשכּוֹלוֹת" תגובה אסאך ליקס, ס'דאך די וועג פון בעהטן שיין 😃

@יואב הייבט צוריק אהן משפיע דורך אלע איברים
ס'סחורה וועט איבערגיסן אלע גדרים
ומאלה הארץ דעה, שחוק, אילים ופרים

[אילים ופרים?!!! גארנישט. סתם געזיכט א גראם]
לייקס לבטלה. כ'לאָז מיך נישט משחד זיין פון לייקס. ס'געפינט זיך אָבער פרישע וואַרע אין די פּייפּס, לויט א באַריכט.
איך בין שוין איגאנצן צומישט,וואס איז הארבער סחורה לבטלה אדער לייקס לבטלה,,,
אגב ווער ס'האט זיך אפגערעדט אז נאר ביי יוסף'ן האט עס געקענט גיין פון די פינגערס,עי' ביו"ד סי' קפ"ה אז אין פאל זי ווערט טמא בשעת מעשה דארף מען זיך שטעלן אויף די אצבעות און ווארטן אויף מיתת האבר,ויש לחקור אויב ס'איז סתם א סגולה אויף מיתת האבר אדער אפשר איז נאך שיין צו סחורה'נען פון די אצבעות היינט צוטאגס אויך,, (באלד העט מען שוין אריינשליידערן דעם אומשילדיגן אשכול אין מאחורי, אוואו איך האב דערווייל נישט קיין עקסעס,,)

טמיר » פרייטאג מאי 19, 2023 5:12 pm

· #525325
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
ס'קומט גוטע צייטן, יואב איז דא צוריק פול פארס.

איך מאך שוין עקסערסייז מיט די דייעפרעם און עבדעמען צי פארטראגן די קוילערן זיך.

ווי ביזטו געווען ביז יעצט? אין א הייל, ביז ביידען האט געקלערט קאוויד אויס מגיפה?

שערי יושר » פרייטאג מאי 19, 2023 5:16 pm

· #525326
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
וואס מיינט מאכן סענס?
אויב רעכנט מען 'סענס' לויט סייענס מאכט רוב מעשיות אין תנ"ך נישט קיין סענס. אויב מיינט עס וואס דער מענטש פילט ער קען גלייבן אפילו מער פון דרך הטבע, איז נישטא קיין קיין גבול ווי מער גלויביג אין א געוויסע מענטש און גזע קען ער גלייבן מער.

לגבי די מעשה פון בערל, אויב גלייב איך אז ער האט טאקע געקענט זעהן די בעש"ט זי"ע גלייב איך דעי מעשה. חוץ אויב איך האלט אז דער בעש"ט וואלט נישט געשפעטיגט צי א חתונה פון ר' ברוךל'ס זוהן, אדער קען איך האלטן עס מאכט נישט קיין סענס ווייל ר' ברוכל וואלט זיך נישט משדך געווען מיט א איש פשוט.

שעפטאל » פרייטאג מאי 19, 2023 5:19 pm

· #525327
@טמיר: ער זאגט קלאר די סיבה:
ס'געפינט זיך פרישע ווארע אין די (זיינע) פּייפּ'ס

טמיר » פרייטאג מאי 19, 2023 5:31 pm

· #525334
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
שעפטאל
@טמיר: ער זאגט קלאר די סיבה:
ס'געפינט זיך פרישע ווארע אין די (זיינע) פּייפּ'ס
דאס איז נאר די סיבה, נישט די מסובב
ודוק

גאלדמאן » פרייטאג מאי 19, 2023 5:38 pm

· #525336
berlbalaguleh
פאליטיקאנט
אפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]
פאליטיקאנט: כאטש די (3) זענען גרויסע בעטעריס. אבער אז אלע העדלייטס און אונטערשטע לייטס זאללן ברענען א גאנצע נאכט, איז (כמעט) נישט מעגליך עפ"י דרך הטבע...! בזכות ר' ישעי' בר' משה...!
שוין געווען בעטעריס יענע יארן בחייו פונעם צדיק...?

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 5:57 pm

· #525338
פאליטיקאנט
אפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]
רעד נישט קיין אפיקורסות. הרג'ע נישט אוועק די סגולה...לאל.

ערנסט גערעדט. עולם כמנהגו נוהג. און אלטע אויסגעניצטע בעטעריס וועלכע קענען שוין נישט האלטן קיין עלעקטריק טשארדש וועללן נישט סטארטן. נייע בעטעריס יא. ספעציעל די גרויסע, טראק בעטעריס. נאכדערצו 3 שטיק. א סגולה איז א שיינע זאך צו צו לייגן.

ועוד. ווען מ'גייט פאר אן אינספעקשן מיט די באס איז די ערשטע זאך צינדט דער אינספעקטאר אן אלע לייטס און די היטער און פענס אן די איגנישן. דאס האט מיר אין אנהייב געמאכט נערוועז. ס'הייסט ער לויפט אפ מיין בעטערי און די באס וועט נישט סטארטן. נאר דאס איז א חלק פון דעם טעסט. צו זעהן אויב די בעטערי האט געניג רעזערוו. אויב ס'טארט נישט מוז מען קויפן נייע בעטעריס...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 6:03 pm

· #525339
פאלאצ'ינטא
אישתישבי
א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן א פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?
דאס איז כמעט אזא גוטע מעשה ווי די מעשה מיט דער איד וועליכע פלעגט שכור ווערען איעדען טאג. און עס האט גארנישט געהאלפען אזוי ווי ער פלעגט אויפשטיין אינדערפרי פלעגט ער שכור'ן אן אויפהער.

האט מען בודק געוועהן די מזוזות און געטראפען אז ביי למען תזכרו איז געשטאנען למען תשכרו.
פאלאצ'ינטא: הלואי אויף מיר געזאגט אזא טעות. אזוי ווי טעוויע (דער מילכיגער) פלעגט זאגן. זאלל מיר די אייבישטער באשטראפן מיט דעם און נישט אויסהיילן...לאל

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 6:25 pm

· #525343
קהל'ס נער
און אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
אגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדעינק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צי זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'וןענד זיך וויפיל חסידים ער האט.
קהל'ס נער: איך האב געהערט א ביסל אן אנדער'ן נוסח... אז זיין ראש ישיבה האט איהם (פאר דעם באזארגטן איד) געזאגט אז ס'ווענדט זיך אויב די חסידים האבן געהערט אדער נישט...!

נאר ס'דא אן אנדערע מעשה. ווען מ'האט פארציילט פאר הרה"צ ר' יאנקעלע מ'פשעוארסק זצ"ל אז ר' לייזער וואלף פון קרעטשינוף האט אנגעפילט א האלבן בית החיים. (ר'האט פארשאלטן מענטשן) האטציך ר' יאנקעלע אנגערופן...דאמאלס איז ער דאך א מאסן מערדער...!

יואב » פרייטאג מאי 19, 2023 6:39 pm

· #525345
שערי יושר
וואס מיינט מאכן סענס?
אויב רעכנט מען 'סענס' לויט סייענס מאכט רוב מעשיות אין תנ"ך נישט קיין סענס. אויב מיינט עס וואס דער מענטש פילט ער קען גלייבן אפילו מער פון דרך הטבע, איז נישטא קיין קיין גבול ווי מער גלויביג אין א געוויסע מענטש און גזע קען ער גלייבן מער.
תנ"ך מיינסטו לכאורה מיטן פּירוש וואָס מ'האָט געלערנט אין חדר.

עפּעס קען מאַכן סענס און פאָרט נישט זיין סייענטיפיש, און ווייטער קען עפּעס זיין סייענטיפיש און פאָרט נישט מאַכן קיין סענס. ס'איז אויך ווערט צו נעמען אין באַטראַכט אַז נישט יעדעס אויסדוכטעניש מוז זיין א ליגן פאַר יעדן איינעם. דער סכיזאָפרעניקער גופא, א שטייגער, שפּירט אַז די האַלוצינאַציעס זיינע זענען עכט. ווייטער, אויב עפּעס ווילד פּאַסירט ווירקליך צו עמיצן, קען עס שטאַרק מאַכן סענס פאַר יענעם, אָבער מיט רעכט זיך נישט לייגן אויפן שׂכל ביי א צווייטן. דאַן קען עפּעס מאַכן סענס און נישט האָבן מיטן מוסר השׂכּל גאָרנישט. טרעפן $730 אין אַן אָראָנזשן קאָנווערט ביים פענצטער מאַכט סך מער סענס צו מיר ווי עמיצער זעט מיט די אויערן. כ'ווייס נאָר נישט וויאַזוי דער ר' מיילעך בידערמאַן עקזיט קומט דאָ אַריין.

פּערזענליך בין איך א שטאַרקער מאמין אין סיפּורי צדיקים. כ'האַלט נאָר אַז דערציילער פון מעשׂיות לאָזן אָפט אויס וויכטיגע דעטאַלן כּדי צו קריגן מער קליקס, גענוי ווי די מידיא. נעמט טאַקע די דאָזיגע מעשׂה פון הייליגן סטרעליסקער אַלס א פּאַסיגער ביישפּיל. עסן צוקער דורך אַנדערע פּלעצער פון מויל מאַכט קלאָר סענס, אויב וואָלט דער בעל־מספּר אויך דערציילט אַז דער סטרעליסקער האָט מעגליך געליטן פון טייפּ־וואָן דיאַביטיס, און ער האָט געניצט אינסולין־אינדזשעקשאָנס.

ווילסט הערן וויאַזוי אדם הראשון האָט סייענטיפיקלי גענומען קאַפעין און טיילענאָל אָן זיך עפענען ס'מויל? סופּאָזיטאָריס. דאַן איז פאַראַן parenteral nutrition וואָס מיידט אינגאַנצן אויס דעם פאַרדיי־טראַקט. כ'מיין אַז יעדעס קינד האָט שוין געהערט פון עסן אינטראַוועניש.

אפשר אויב מ'וועט מתּיר זיין דאָס טעקסטן צו טשעט־זשי־פּי־טי, וועלן זיין ווייניגער ציניקער וועלכע לאַכן אָפּ פון סיפּורי צדיקים.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 7:20 pm

· #525350
יואב: ווי האט איינער א בארימטער מענטש אין וואשינגטאן אמאל געזאגט...אפילו א מענשט וועלכער איז פאראנויד האט אויך שונאים...!

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:59 pm

· #525370
ס'דא אמאל מעשיות וואס מ'ליינט אלץ קינד און ס'שטימט אזוי גוט, מ'ליינט עס איבער נאכאמאל צעהן יאר שפעטער און מ'וואונדערט זיך וואסערע שוטה דער בעקער פונעם מעשה איז געוועהן ווייל ס'הייבט פשוט נישט אן צו מאכן קיין סענס. אזא פאל איז מיר אויסגעקומען היינט ווען כ'האב אויפגעהויבן א קינדער ביכל וואס דערציילט די מעשה פונעם חפץ חיים וואו די קינדער פלעגן אנפילן די עמערס פונעם וואסערשעפער אז ס'זאל ווערן אייז איבערנאכט און דער חפץ חיים פלעגט יעדע נאכט גיין עס אויסגיסן מיט גרויס מסירות נפש, מיטאמאל כאפ איך מיך אז דער וואסערשעפער האט דאך געהאט אזא פשוט'ע עצה, פשוט אהיימנעמען די עמערס יעדע נאכט 😂 😂 😂 זעהט אויס ווי סתם א חעלמע מעשה וואס איינער האט ארויפגעקלעבט אויפ'ן חפץ חיים...

שערי יושר » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:12 pm

· #525373
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
און וואס איז אויב עס מאכט יא סענס? שטעלט עס די שאנסן מער ס'זאל זיין אמת?

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:20 pm

· #525375
ניין, ס'שטארק מעגליך אז די מעשה איז אמת ווייל דער חפץ חיים האט געהאט שכל ווי א חעלמער און אנשטאט לאזן דעם וואסערשעפער אליין כאפן וואס גייט פאר און אהיימנעמען זיינע ארבעטסגעצייג פאר א גוט יאר איז ער געלאפן יעדע נאכט אין דער שניי, אלעס איז מעגליך, די שאלה איז נאר וואסערע אפפעקט אזעלכע סארט מעשיות האבן אויף אונזער געדאנקענגאנג subconsciously.

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:22 pm

· #525376
ומרגלא בפומיה פון הרה"ק מ'יארמא שליט"א אז מ'פרעגט נישט קשיות אויף א מעשה...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 21, 2023 8:42 am

· #525445
איך האב געהאט א רבי וועליכע האט דערציילט אז ווען דער ישמח משה פלעגט זאגען די שירה, אז ישיר שבת שירה האבען אלע וועליכע זענען דארט גשטאנען זיך אופגעהובן די בעקיטשעס אז עס זאל נישט נאס ווערען.

איי דער ים האט זיך אויסגערוקענט???

הרב שיף » זונטאג מאי 21, 2023 10:38 am

· #525450
זיי האבען געמיינט אז זיי זענען נחשון בן עמינדב.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 21, 2023 11:19 am

· #525451
.

צקון לחש » זונטאג מאי 21, 2023 11:27 am

· #525453
יואב
און וואָס איז מיט יוֹסף הצדיק ביי וועמען ס'האָט געשפּריצט סחוֹרה פון אַלע צען פינגער? דערויף איז דאָך יאָ דאָ א מקוֹר אין חז"ל.
שמעתי אז פשט אין דעם קען זיין אז ער האט ארום גענומען זיין קשת מיט זיינע צוויי הענט און די חצים זענען ארויס פון צווישן די פינגער.

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 21, 2023 11:48 am

· #525455
צקון לחש
שמעתי אז פשט אין דעם קען זיין אז ער האט ארום גענומען זיין קשת מיט זיינע צוויי הענט און די חצים זענען ארויס פון צווישן די פינגער.
📎 Screenshot_20230521-164129.png

איך הער.. » זונטאג מאי 21, 2023 1:07 pm

· #525463
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
וואס הייסט דאס נישט מאכן סענס? צי מיר מאכט נישט קיין סענס אלס פינעם ריבנעצער ביז אדם הראשון, אז איינער רעדט צי א שלאנג וועגען עסן פון א בוים וואס מאכט קליג דאס מאכט סענס צי איינעם?

נאר וואס דען? צימאל דארף מען גלייבען אז א צדיק האט א העכערע כוח למעלה מהשגתני וואס דארף נישט מאכן קיין סענס, אין צימאל איז עס סתם חלומות פון א שרייבער מיט א ריזן כוח הדמיון וואס דעמאלס קימט סענס בכלל נישט אריין.

צקון לחש » זונטאג מאי 21, 2023 2:19 pm

· #525490
איך הער..
צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין

איך הער.. » זונטאג מאי 21, 2023 3:08 pm

· #525497
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
צקון לחש
איך הער..
צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין
דאס דארפסטי שוין אליין מחליט זיין וואס איז פיקציע און וואס נישט.

צקון לחש » זונטאג מאי 21, 2023 3:55 pm

· #525504
איך הער..
צקון לחש
איך הער..
צימאל דארף מען גלייבען
אדער קען מען זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון פיקציע אפילו אהן גלייבן דערין
דאס דארפסטי שוין אליין מחליט זיין וואס איז פיקציע און וואס נישט.
איך האב מיך באצויגן צו דאס וואס דו דערמאנסט די "צורך" פון גלייבן, אז מ'קען ערפילן דעם צורך מיט אנדערע וועגן

צוויי » זונטאג מערץ 3, 2024 8:38 pm

· #552571
Re:
מרדכי מרדכי #
היסטאריע
און אז מען רעדט שוין פין תפילין און מעשה'ס וואס מאכט נישט קיין סענס.

https://www.bhol.co.il/news/733591

צוויי פין זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן און עס האט געפועלט דער ווארט בבניך פין וכל בכור אדם בבניך תפדה.

איי איז וואס? מיינט עס אז ער ברויך יעצט אויסלייזן יענעמס זוהן?
איז גאט אזא שלעכטער און הרג'עט קינדער וויל אין די תפילין/מזוזה איז דא א טעות?
עפרה לפומי
מעולם איז געווען באשערט די קינדער זאלן שטארבן, השי"ת איז א גוטער האט ער געמאכט אז מ'זאל טרעפן א סיבה דערצו, אדער ווייל אלעס זאל זיין בדרך הטבע, אדער ווייל ער וויל טאקע אז מענטשן זאלן הערן די מעשה און אבאכט געבן אויף בדיקת המזוזות אז ס'זאל נישט זיין קיין טעותים, אדער אפשר האט עס טאקע יא צו טוהן איינס מיט די צווייטע, און ס'איז פשוט געווען באשערט ביידע, סיי די פסול אין די מזוזה, און סיי די מיתת הילדים

צפת » זונטאג מערץ 3, 2024 11:39 pm

· #552607
Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס
/
בלאט: 1 2