☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #14104

אשכול אן א טיטל #14104

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14104
בלאט: 1 2 3 4 5

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:55 am

· #456932
ניין. קוק אויף די ווידאוס פון די שבעה, ער האט זיך אויפגעפירט ווי כולו שלו, ער האט געוואוסט אז די ברודער איז די זאך, אבער ער פירט די שמועסן, זיצט אינמיטן וכו'. נישט אז ער איז נישט בארעכטיגט, אבער דער פאקט אז ער נעמט נישט אריין זיין ברודער - דער זיכערער ממשיך - אין די זאך, ווייזט אויף עפעס.

אויסער דעם, אויב ער וואלט געזעצן שטיל, וואלט מען אים נישט געדארפט פארגיטיגן... וד"ל.

איך זאג גארנישט, איך קלער נאר...

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:06 am

· #456949
ירמי'
[ציטאט אראפגענומען]

העיר יוא גא
אויב איך מעג פרעגן, ר׳ משה כבודו במקומו מונח, איינער האט אים געפרעגט א שאלה דא? ער איז א עלטער פעטער פאר ר׳ יהושעילע, ווי מעג ער זאגן א מיינונג ווען ער איז א נוגע בדבר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:56 am

· #456957
ס'איז שוין יעצט דערנאך, און א קאזע גייט צוריק. וואס וועט זיין אזוי צו אזוי.
איך בין נייגעריג זייער שטארק, וואס ליגט דערונטער. עפעס האט דעם טאטן אוועקגעצויגן פון געבן זיין עלצטן דעם בכורה, און ס'איז נישט פשוט פשט ווייל מיין יושע'לע... ניין, עפעס ליגט דא דערונטער

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:42 am

· #456963
די גרעסטע מלחמה גייט זיין אויפן בענקל אין מועצת גדולי התורה.

אבער לכאורה גייט עס קיינער פון זיי נישט באקומען.

כלבאשבוע » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:34 am

· #456966

Chuchem » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:11 am

· #456967
ק/פ
📎 IMG-20200819-WA0050.jpg

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:46 am

· #456968

😂 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:47 am

· #456969
[ציטאט אראפגענומען]

דער חזון איש זאגט אז אין א שאלה פון חו"מ מעג א פעטער פסקנ'ן פאר זיין פלעמעניק? נישט מיין חזון איש. ער פלעגט געווענדליך זיך פירן לויט די משניות און גמרא אונזערע, און דארט איז א פעטער נישט קיין כשר'ע דיין פאר זיין פלעמעניק.

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:11 pm

· #456972
מען דערציילט אז די חסידישע יצר הרע האט זיך אמאל געטראפן מיט די ליטווישע יצר הרע. דער ליטוואק איז געווען אויסגערוט ווי א בער און דער חסידישער איז געווען אפגעמוטשעט און שווייס האט זיך געגאסן פון אים.

פרעגט דער ליטוואק, יצר הרע'לע, וואס גייט דיר אזוי שווער?

זאגט דער חסידישער יצר הרע, אז ער ארבעט אזוי שווער צו מאכן מחלוקת, ער ברענגט אראפ אסאך רעבישע קינדער, ער הרג'ט רבי'ס, מאכט צוואות, מישט אריין די רעביצין, אבער ביז 2 וואכן איז יעדער צוריק בשלום. ס'גייט אים זייער שווער.

זאגט דער ליטוואק, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. איך האב איינמאל געמאכט א מחלוקה אין פונוביז פאר 50 יאר צוריק, און ביז היינט קען איך נאך שלאפן רואיג...

קלונימוס » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:09 pm

· #456976
📎 IMG_20200819_130420.jpg

תרמב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:54 pm

· #456985
לכבוד שבת קודש
ניין. קוק אויף די ווידאוס פון די שבעה, ער האט זיך אויפגעפירט ווי כולו שלו, ער האט געוואוסט אז די ברודער איז די זאך, אבער ער פירט די שמועסן, זיצט אינמיטן וכו'. נישט אז ער איז נישט בארעכטיגט, אבער דער פאקט אז ער נעמט נישט אריין זיין ברודער - דער זיכערער ממשיך - אין די זאך, ווייזט אויף עפעס.

אויסער דעם, אויב ער וואלט געזעצן שטיל, וואלט מען אים נישט געדארפט פארגיטיגן... וד"ל.

איך זאג גארנישט, איך קלער נאר...

פארוואס זאל דער עלצטער נישט זיצן אינמיטן? ער ווערט אויס בכור ווייל זיין ברודער איז רבי? את לרבות את אחיך הגדול גייט נישט ביי קיין רבי'ס?
דאכצעך מיר אז לעצטנס ווען מען איז געזעצן שבעה אין תולדות אהרן, איז דער עלטערער ברודער תוא"י, געזעצן אין צענטער.

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:57 pm

· #456986
יין שרף
פארשטיי איך נישט. אויף יעדע רבי האט מען געהאט טענות פארוואס ער שרייבט נישט קיין קלארע צוואה וואס ער וויל זאל זיין לאחר מותו, און ער האט נישט פארשטאנען אז מען גייט זיך הרג'ענען. און יעצט האט איין רבי שוין קלאר מגלה דעת געווען וואס ער וויל, האט מען ווייטער טענות..

שוין געקומען די צייט אז רבי'ס זאלן זאגן א טאג נאך זייער אייגענע הכתרה וועם זיי ווילן אלס ממשיך...

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:05 pm

· #456988
בוטן
בעל דרשן
אין סאדיגורא איז דא קלארע צוואה
און אין באבוב איז געווען קלאר די דעת פון די דברי שלמה אז זיין זון רבי נפתלי זאל איבערנעמען און זיין זון רבי בנציון רב הצעיר וואס רב הצעיר מיינט ווייסט יעדער איינער אז ער נעמט איבער דערנאך
און טאקע דערפאר זענען אלע געהויבענע חסידים ומשמשים בקודש אריבער צו אדמו"ר רבי בנציון שליט"א אינאיינעם מיט רוב באבוב עס איז א פאקט וואס די אין דיין הארץ ווייסט גוט נאר עס פאסט אייך נישט צו מודה זיין עס טוט וויי... איך פארשטיי

און נישט אומזיסט האט 45 ביטער פארלוירען אין די דין תורה
סארי מ'האט גענומען שוחד... הא הא ווען איך פארליר שריי איך אויך שוחד שוחד בלא בלא בלא....

באבוב 45 איז אין פאקט מער מקובל אין די וועלט, כאטש באבוב 48 קריצט מיט די ציין. און אפשר וועגן דעם טאקע, אז ר' מרדכי דוד'ס מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם אז ס'דא נאך א באבוב און בנציון יא

#דיטש אלערט
ס'גייט אויף די זעלבע וועג ווי די לעלובער שמועס אין דער אשכול

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:05 pm

· #456989
טעות

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:09 pm

· #456990
ליטוואק פון בודאפעסט
[ציטאט אראפגענומען]

דער חזון איש זאגט אז אין א שאלה פון חו"מ מעג א פעטער פסקנ'ן פאר זיין פלעמעניק? נישט מיין חזון איש. ער פלעגט געווענדליך זיך פירן לויט די משניות און גמרא אונזערע, און דארט איז א פעטער נישט קיין כשר'ע דיין פאר זיין פלעמעניק.

א צוגעקומענע אויך?
אן עלטער פעטער אויך?

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:19 pm

· #456991
ער קען זאגען זיין דעה אפגעזעהן צו ער איז א נוגע צו נישט. צו ער קען זיין א דיין איז א אנדערע געשעפט.

דער דזאק פין למען השלום לאזט מען נישט אויספירן די צוואה איז אזוי פאני ווי דער גאנצער צוואה.

וואס גייט פאר למעשה דארט? איינער ווייסט?

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:48 pm

· #456992
אישתישבי
ער קען זאגען זיין דעה אפגעזעהן צו ער איז א נוגע צו נישט. צו ער קען זיין א דיין איז א אנדערע געשעפט.

דער דזאק פין למען השלום לאזט מען נישט אויספירן די צוואה איז אזוי פאני ווי דער גאנצער צוואה.

וואס גייט פאר למעשה דארט? איינער ווייסט?

וואס הייסט וואס גייט פאר? האסטו נישט געלייענט פריער, אז דער גראפאלאג האט געזען אויף זיין שריפט 'גרויסע' זאכן? וואס דארף מען מער???

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:56 pm

· #456995

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

· #457010
עס דרייט זיך ערגעץ א נייעם צוואה אויף דער געוועב?

עסקן בדברים » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:20 pm

· #457020
ליטוואק פון בודאפעסט
עס דרייט זיך ערגעץ א נייעם צוואה אויף דער געוועב?
📎 EfvQD7kXkAAw-UC.jpeg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:42 pm

· #457023
שוין א סוגיא פון שני שטרות היוצאים ביום אחד

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:13 pm

· #457025
איינער האט איבערגעלייענט דעם צווייטן ערשט וואס יעצטיגע דאקומענט? ס'קלעבט דאך נישט די סעיפים. זאל ר' יושע'לע זיין אין לעיקוואוד אדער אין בני ברק?
און די חתימה איז די זעלבע דאטום ווי די ערשטע... מי בוחש בקדירה??

שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:23 pm

· #457030
[ציטאט אראפגענומען]

שטייט טאקע אזוי זייער קלאר, קוק סעיף ט'

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:26 pm

· #457031
איין גרויסע חילוק צווישן ביידע צוואות.

אין די ערשטע שטייט אז אלע מוסדות בכל העולם זענען פאר'ן ינוקא.

אין די צווייטע שטייט קלאר אז די מוסדות אין ירושלים גייען צום ירושלימער רב.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:43 pm

· #457035
מפיל קינד
איין גרויסע חילוק צווישן ביידע צוואות.

אין די ערשטע שטייט אז אלע מוסדות בכל העולם זענען פאר'ן ינוקא.

אין די צווייטע שטייט קלאר אז די מוסדות אין ירושלים גייען צום ירושלימער רב.

בתורת אבדק"ק, אבער דער פאקטישער בעה"ב וואס זאל דינען בתור האדמו"ר איז ר' העשיל, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין סעיף ה'.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:46 pm

· #457036
Chuchem
לכבוד שבת קודש
ארויסגעקומען א בריוו פון הרב בערגער, ביי וועמען די צוואה איז געשריבן געווארן. האט איינער די בריוו?


דא.

קודם כל וואס מיינט דאס א דעת תורה וואס הייסט נישט פאלגן א צוואה?

צווייטנס, 'למען השלום'?! אר יו קידינג מי? די דעסיזשען גייט ענדערש ברענגען שלום ווי פארקערט?

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:01 pm

· #457041
למעשה איז דא איינער פון די ברידער וואס שטייט יא מיט ר' העשיל?

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:15 pm

· #457043
לאמיר זאגן
למעשה איז דא איינער פון די ברידער וואס שטייט יא מיט ר' העשיל?

איין טאטע

מהיכי תיתי » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:56 pm

· #457047
איך וויל צוצייכענען די ארטיקלן פון אלי ביתאן (איך האב שוין צוגעברענגט פון איהם וועגן מחלוקת סאטמאר ב"ב מיט א קורצע דעסקריפציע אויף איהם).

מאנטאג: כל בכוריהם הרגת

דינסטאג: כל אשר תאמר שרה; הרבנית נגד הרבי

מיטוואך: רעקארדינג פונעם פאפולערן קלמן_ליברמן שאו אויף כאן-11

כ'גלייב אז אינעם נעקסטן טאג-צוויי גייט ער אויך האבן אן ארטיקל דערוועגן אויף מקור ראשון.

ארי נוהם » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:03 am

· #457060
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:31 am

· #457061
בוטן
ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

און שלום בית איז גארנישט?

דוראק » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:46 am

· #457065
ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

איר פרעגט וואָס דער עולם האַלט. מײן פּערזענליכע מיינונג איבער דעם האָב איך שוין געשריבן דאָ. אויב אײך איז נוגע עפּעס למעשה, מאָגט איר ריידן דערפון. אַניט, פון וואַנענט נעמט מען דעם היתר אַרײנצושטעקן דעם נאָז אין יענעמס משפחה געשעפטן? האָבן מיר דען ניט אַ ציווי אויף רכילות?

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:03 am

· #457077
ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

הונדרעט פראצענט!

פיקח עצום » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:56 am

· #457089
ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?



אוודאי די עולם קען קוים ווארטן כבין זיכער וועסט באקומען אסאך גוטע פידבעק!

אברך משי » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:04 am

· #457090
ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?


בוודאי. בוודאי. וואס איז די ספק בכלל? מצוה להבין דברי חכמים, סוועט אונז אי"ה געבן א שטיקל פערספעקטיוו צו פארשטיין וואס דא גייט פאר. איך טראכט שוין די גאנצע צייט אז ס'מוז זיין עפעס אינערליכע חשבונות, ירא הקהל ויבין

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 12:29 pm

· #457100
איך שרייב יעצט צוואה אז @ארי נוהם זאל עפענען די פינפטע אשכול אויף סאדיגורא.

בוטן » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:32 pm

· #457109
כ'וואלט געראטן דעם ארי נוהם, נישט אוועקצוגעבן שעות, נאר שרייבן קורץ און שארף, וואס ליגט דערונטער.
אז איינער וויל הסבר פון שעות לאנג, וועט ער נישט ארויסקומען קלאר. כאטש די קורצסטע וואס איז שייך, אויב ס'איז חידושים

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:09 pm

· #457146
ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?



מיר ווארטן מיט דארשט

ייש''כ

מהיכי תיתי » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:21 pm

· #457273
אזויווי איך האב שפעקעלירט מיטוואך האט טאקע אלי געשריבען אן ארטיקל דערוועגן אויף מקור ראשון הדרמה בחצר סדיגורה: הרבנית נגד הרבי המנוח.

אבער, נאכען ליינען @ארי נוהם'ס מייסטערהאפטיגן אשכול דארף מען נישט קריכן ווייט צו זעהן ריינע אויפריכטיגע דזשורנאליזם. כ'גיי יעצט שיקן פאר אלי א לינק פונעם אשכול.

ארי נוהם, ווי וואנט מאר!

מיינונגזאגער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:03 am

· #493575
מפיל קינד
אפילו רבי נחמן האט גאר אסאך אנהענגער און געטרייע חסידים איבער די וועלט. אסאך אידן שלעלפן אריין רבי נחמן צו זייערע שמחות קיין אמעריקע פאר גרויס געלט, אפילו זיי האבן נישט קיין שייכות מיט לעלוב.

ס'דא נאך איינער, ר' חיים יוסל וואס איז אויך א שטיקל כוכב, אבער ווערט שוין געלייגט אין שאטן קעגן זיינע ברידער.
חיים יוסל איז אן איידעם ביי הר''ב ר' מנשה הקטן ז''ל ?

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

מיינונגזאגער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:28 am

· #493576
מנחם ציון
האבעך אויך אזוי געבליקט אויף דער לינק
זעה איך אז ר' אלתר'ל האט געהאט פעסטע מחותנים
תולדות אהרן רבי ז"ל
ר' מנשה קליין
ר' נתן געשטעטנער
זוטשקא רבי אן איידעם ביי ר' מרדכי זעוועהילער
#נאט בעד
יעפ ר' אלתר האט געטוהן זייער שיינע רעבישע שידוכים.
הרשנ"נ ז''ל האט מער וויניגער געטוהן זיינע שידוכים ווען ער האט געוואוינט אין אמעריקא און ער האט דאן מקפיד געווען אויף צוויי זאכען אין א שידוך א בחור א כלי און א דורך געווייקטער חסידישער איד.
הר''ב ר' בערל לייפער שליט''א מנדבורנא ( נאך א שידוך געטוהן מיט אים אין א''י)
הר''ב אליהו (אייליש) באכנער ז''ל פון ב''פ (א גאון עולם געווען, א יחסן בא''ב פון ר' שלמה'לע קראשאנובער, און אויך א בעל הבית אין אייגענע געשעפטן. א אינגערמאן לא פסיק פומיה מגירסא מיט אלע זיינע שווערקייטן וואס ער איז אדורך אין זיין קורץ לעבען)
הר''ב מנחם מענדל אלימלך גאלד שליט''א רב ואב''ד לובלין בן כ''ק מאשוואר זצ''ל (םי מםיק מרגליות א גרויסער בעל דרשן)
הר''ב שמחה אברהם קארנרייך שליט''א (עוד לא עלתה בידו לסדר רבי'סטעווע)
הר''ב אברהם משה גראס שליט''א מקערעסטיר
הר''ב ישראל ערנסטער בן הרב מנחם ערנסטער חתן ישיעות משה זצ''ל
און דאן די דריי זוהן די חשובע אדמורים הרב אהרן שליט''א הרב אליהו שליט''א און הרב יענקל שליט''א


Sent from my SM-N960U using Tapatalk

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:04 pm

· #493610
איך ווייס נישט ווי ס'קומט אריין אין די סאדיגורא אשכול אבער ר' שמעולה לעלובער איז א מחותן מיט וועלעכע ר' בערל לייפער?

מיינונגזאגער » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:28 am

· #493774
בענבען
איך ווייס נישט ווי ס'קומט אריין אין די סאדיגורא אשכול אבער ר' שמעולה לעלובער איז א מחותן מיט וועלעכע ר' בערל לייפער?
די עלצטע איידעם פון הרשנ''נ איז די נדבורנא רבי פון צפת ר' בערל לייפער שליט''א

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

בענבען » מאנטאג פעברואר 28, 2022 11:40 am

· #495812
קומט א חתונה בחצר סדיגורא ירושלים
גייט די ברודער מסאדיגורא ווערן געלאדענט?

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 28, 2022 1:16 pm

· #495819
בענבען
קומט א חתונה בחצר סדיגורא ירושלים
גייט די ברודער מסאדיגורא ווערן געלאדענט?

די ערשטע קינד?
ווי מאכט ער חתונה? אין ביהמ"ד?

היסטאריע » דינסטאג מערץ 1, 2022 11:19 am

· #495879
עס איז מער אינטרעסאנט וואס גייט געשעהן ווען דער רבי'ס ברודער האט חתונה צו ער וועט זיין געלאדענט.

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 1, 2022 7:10 pm

· #495901
היסטאריע
עס איז מער אינטרעסאנט וואס גייט געשעהן ווען דער רבי'ס ברודער האט חתונה צו ער וועט זיין געלאדענט.

איך בין נישט זעכער אז איך פארשטיי
מיט וועם גייט די ברידער די חתן? מיט ירושלים אדער ב"ב?

עסקן בדברים » מיטוואך יולי 20, 2022 12:01 pm

· #504560

שאלתיאל » מיטוואך יולי 20, 2022 12:46 pm

· #504566
וואו דאס איז אן ערנסטע פאטש פאר די ברידער. ס'קומט זיך זיי מיט רעכט. צוויי געמיינע פערשוינען וועלכע מאכן ליצנות פון זייער פארשטארבענעם פאטער און פראבירן מיט כוח הזרוע און א הויפן געלט צו צוזאמקראצען אביסעל כבוד.

יין שרף » מיטוואך יולי 20, 2022 1:29 pm

· #504568
שאלתיאל
וואו דאס איז אן ערנסטע פאטש פאר די ברידער. ס'קומט זיך זיי מיט רעכט. צוויי געמיינע פערשוינען וועלכע מאכן ליצנות פון זייער פארשטארבענעם פאטער און פראבירן מיט כוח הזרוע און א הויפן געלט צו צוזאמקראצען אביסעל כבוד.
כמדומה זענען די ברודער מיט די מאמע גרייט צו גיין צו א צווייטן בי"ד (הגר"א ווייס אדער א צווייטען), און בני ברק וויל נישט. זיי טענה'ן הגם #הלך אחר הנתבע, אבער זיי האבן שוין אויסגעדרוקט געוויסע זאכן וועגן די צוואה, ממילא טראסטן זיי נישט.
בלאט: 1 2 3 4 5